שבת הגדול-דעבאטע-עדווערטייזמינט

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

גיטעהארץ
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 24, 2013 12:32 pm

שבת הגדול-דעבאטע-עדווערטייזמינט

תגובהדורך גיטעהארץ » מיטוואך מארטש 26, 2014 10:09 pm

ס'ליגט אינז אלע אין די ביינער די געשמאקע אונגעצויגענקייט וואס האט ארום גענימען די שטוב שבת הגדול, בפרט אזא יאר ווי דע יאר ווען בדיקת חמץ איז זינטאג נאכט

אין די לעצטערע יארען האט זיך אריין געכאפט אזא סטייל אז מ'פארט צו האטעל'ס, ‏מ'מאכט זיך גרינגער דאס לעבען.

צד א' 
ס'איז א געוואלדיג טובה פאר די חינוך פין די קונדער זיי זאלען מיט האלטען דעס וואס אינז אלע האבען מיט געהאלטען, ס'קריצט אריין אין די זכרון פינעם קונד די ערענסקייט פין די הכנה צום יו"ט, אין דע גאנצע זיכען צי אנטלויפען פין פרעשער. איז נישט קיין טובה פאר די קונדער

צד ב'
למעשה זענען די נערווען היינט שוואכער ווי אמאל, אין אמאל קען די אונגעצויגענקייט נישט גוט ווירקען אויף די קונדער, אין נאך דערצו א יאר וואס זינטאג איז בדיקת חמץ דארף מען שוין האבען פאר שבת אפ געקאכט א חלק פין די יו"ט דעס מיינט אז מ'מוז שוין כשר'ן פאר שבת, אין די געהעריגע קאך דארף שוין זיין די פסח קאך (פאר דע וואס האבען נישט קיין פסח קאך) אין ס'קען דאר זיין אז נאכען אזוי שווער הארעווען אין די וואכען פאר פסח קומט זיך א שטיקעל וויקעשען פאר די אשת חיל, זי זאל זיך אביסעל אויסליפטערען פאר פסח, נאך דערצו אויב מ'פארט אויף א פלאץ ווי אלע יודישע צוגעהערען איז צוגעשטעלט, אין ס'איז אויף אן אויסגעהאלטענען אופן


צום שלוס,
איינער האט מיך געבעטען אז זיין חבר ארגענעזירט אזא שבת אין האטעל, אין ער ער האט מיך געבעטען אז איך זאל עס ארויף לייגען אויף אייוועלט, (סתם לייגען אן עטווערטייזמינט פאסט נישט) סא ווער ס'האלט אז ס'איז א ריכטיגע זאך, קען ריפען דע נאמבער אין מאכען רעזערוועשענס, אדער אז איינער ווייסט פין איינער וואס קען זיין אינטרעסירט צי פארען, קען ער עם שיקען דע צעטיל וואס איז עטעטשט‏ דא
איי (ס'איז אמאל געווען א) וועלט

אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 13, 2009 12:30 pm

תגובהדורך היימישער איד » מיטוואך מארטש 26, 2014 10:34 pm

גוטע הארץ געבעטן ארויפצולייגן...
צוגעלייגטע
IMG-20140326-WA001.jpg

אוועטאר
להגדיל שמו
שר האלפיים
תגובות: 2046
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

תגובהדורך להגדיל שמו » מיטוואך מארטש 26, 2014 11:28 pm

איך מיין אז צד א איז א קרענק נעבעך, מען האט אין אינז אריין געווארצעלט אז די ערב פסח טעג דארף אויסקיקען ווי די ניין טעג, און נאך דעם שרייט מען אויף אינזערע פרויען שוואכע נערווען. איי אפשר איז שוין אבאוט טיים ארויס ציהאקען די ocd וואס איינע פון די עלטער באבעס האבען געהאט?
אפשר איז שוין צייט אויפציהערן פסח מאכען די באלב'ס אויפען דאך?
אוי ווער געדענקט ווי מען פלעגט פסח מאכען די טעפ'ס, איז דאס נארמאל???.
די הייליגע צאנזע רב פלעגט פירען טיש ערב פסח א גרויסע חמצ'דיגע סעודא, אויף די זעלבע טיש ווי ער האט געפירט די סדר ( חחח דערמאנט מיך ווען מיין זיידע שליט"א האט דאס דערציילט פאר מיין מאמע, איר אויגען איז איר ארויס פון די לעכער).

נאר וואס דען צד א' איז אז ליידער ווי אזוי עס זעט אויס אזא שבת אין א האטעל איז אביסעלע שרעקדיג.
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

אוועטאר
AHA
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 30, 2011 6:14 pm
לאקאציע: בין פטיש לסדין

תגובהדורך AHA » דאנארשטאג מארטש 27, 2014 12:06 am

די הוצאות פון פסח זענען אזוי גרויס ברוך השם אז די $500 לויפט זיך נישט אזוי שנעל ארויס פון קעשענע.

אבער אדרבה ווער עס קען שענקען אזא מתנה פאר זיין ווייב אשרי לו.

פארשטייט זיך אויב זי עפרישיעט עס.
איך גלייב אז אלעס וואס דער באשעפער טוהט איז נאר גוט. בעטן בעט איך אז הראינו השם את חסדיך אפו' מיין באגרעניצטע מוח אין פליישיגע זאל דאס אויך זעהן.

אוועטאר
באדינער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 30, 2013 12:56 pm
לאקאציע: אויף דייעט

תגובהדורך באדינער » דאנארשטאג מארטש 27, 2014 10:05 am

להגדיל שמו האט געשריבן:איך מיין אז צד א איז א קרענק נעבעך, מען האט אין אינז אריין געווארצעלט אז די ערב פסח טעג דארף אויסקיקען ווי די ניין טעג, און נאך דעם שרייט מען אויף אינזערע פרויען שוואכע נערווען. איי אפשר איז שוין אבאוט טיים ארויס ציהאקען די ocd וואס איינע פון די עלטער באבעס האבען געהאט?
אפשר איז שוין צייט אויפציהערן פסח מאכען די באלב'ס אויפען דאך?
אוי ווער געדענקט ווי מען פלעגט פסח מאכען די טעפ'ס, איז דאס נארמאל???.
די הייליגע צאנזע רב פלעגט פירען טיש ערב פסח א גרויסע חמצ'דיגע סעודא, אויף די זעלבע טיש ווי ער האט געפירט די סדר ( חחח דערמאנט מיך ווען מיין זיידע שליט"א האט דאס דערציילט פאר מיין מאמע, איר אויגען איז איר ארויס פון די לעכער).

נאר וואס דען צד א' איז אז ליידער ווי אזוי עס זעט אויס אזא שבת אין א האטעל איז אביסעלע שרעקדיג.


אבי די טויס איז שוין פסח'דיג ב"ה,,,, סארא משוגעת,,, חחחחח

אוועטאר
בנחיים_שמואלסאן
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2013 2:34 pm

תגובהדורך בנחיים_שמואלסאן » דאנארשטאג מארטש 27, 2014 10:25 am

אנטשולדיגט פארן פארדרייען די שמועס, אבער איך קען זיך נישט איינהאלטן, די גאנצע ערב פסח אנגעצויגנקייט ברויך א תיקון גדול, ביי מיר אינדערהיים ב"ה האב איך עס עוקר געוועהזן מן השורש, מען מאכט פסח'דיג אזוי ווי עס שטייט אין שלחן ערוך, דעטס איט, קיין איין האר מען פון דעם ערלויב איך נישט, הגם ביי רוב זאכן מיש איך זיך כמעט נישט אריין, אבער ביי דעם גיי איך עד הסוף, ווייל עס איז א מין יצר הרע דאס, מען מאכט ביטער דאס לעבן פאר די קינדער, עס גייט נעבעך אריין אין זיי דער פסח מיט אזא שרעקליכע ביטערע טעם, מען טאר עס נישט זאגן אבער דאס איז דער אמת, טויזענטער יונגעלייט האבן פשוט "פיינט" דעם יו"ט פסח, מען מוז דאס עוקר זיין פאר אלע געלטער, פסח איז א פרייליכע צייט! זמן חירותינו! עס איז דער געשמאקסטע צייט אין יאר! פארוואס זאל מען עס פארהארגענען מיט אימזיסטיגע אנגעצויגנקייט?

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דאנארשטאג מארטש 27, 2014 10:39 am

איין יאר ווען פסח איז אויסגעפאלן אזוי ווי היי יאר בינעך געפארן אויף שבת הגדול אין א האטעל, אוי איז עס געווען א דיזעסטער סיי בגשמיות און סיי ברוחניות, קען זיין אנדערע האטעלס איז נישט אזוי אבער דארט האט אויסגעזען ערגער ווי חאלעמויד ביי די ריידס, געפאקט עד אפס מקום און שטייצעך יעדער ברענגט מיט אלע יוצאי חלציו צו פראווען שבת הגדול,

ביי די סעודה וואס איז פארגעקומען אין א גרויסע זאל ווי יעדער האט באקומען א טיש לויט וויפיל נפשות מ'איז געווען (נאר איין סייז קלענער) האט זיך געפילט ווי א מיקסד חתונה, די טישן זענען געווען צוזאמגעריקט אזוי נאנט אז מ'האט זיך כמעט געדארפט דורכשטיפן צו אנקומען צום צווייטן זייט, קיין שום פריוואטקייט האט מען נישט געהאט, ביים וואשן ווי ס'איז נאר געווען סינקס אויף איין פלאץ האט זיך געטוהן א געהעריגע תערבות, די קאוטשעס אינעם אזוי אויך קליינע לאבי (עכ"פ קליין פאר די צאל מענטשן וואס זענען דארט געווען) איז רינדע דעם זייגער געווען באזעצט מיט אנשים נשים וטף שמוסענדיג אויף וואליום עלף בעת קינדער אן א צאל זענען ארומגעלאפן אין אלע האלוועיס איבערלאזנדיג א שמוץ ווי שמחת תורה אינדערפרי אונטערן פארענטשעס, נישט געווען וואו צו גיין און שטיין, די עסן גראדע יא פיין געווען אבער קיין ספעציעלע פראגראם איז נישט געווען צוגעשטעלט, ווען שבת איז געקומען צו אן ענדע האט מיין קאפ געדרילט פון אזויפיל גרידער און מיין אויגן געשווינדלט פון אזויפיל שמוץ אז איך האב מיר שוין געוואלט זעהן אינדערהיים, זינט דעמאלטס פאר איך מער נישט אויף קיין ארגאנאזירטע שבתים אין האטעלס און אוודאי נישט אום שבת הגדול.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

תמהואומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 448
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 30, 2014 1:47 pm
לאקאציע: נעבן דעם שאינו יודע לשאול

תגובהדורך תמהואומר » דאנארשטאג מארטש 27, 2014 10:41 am

לגבי פסח מאכן דארף מען גיין צווישן די טראפן, רוב פרויען האבן אזוי געזען ביי זייערע עלטערן די וועג וויאזוי זיי האבן פסח'דיג געמאכט, און די נערוועזקייט האט נישט קיין שייכות אהער, מיינע טויס זענען שוין איבערגעקוקט פון חמץ, און יא איך האב געטראפן גרויסע קוקיס דארט, וואס איך וואלט נישט געוואלט טרעפן נאך פסח, אפילו איך פארקויף אלע טויס אין חמץ. אנגעצויגנקייט? מאן דכר שמי', ס'איז געווען א לאט אף פאן, צו לייגן אלע טויס אין די וואנע און מאכן פסח'דיג, די פראבלעם פון כעס איז א פראבלעם פאר זיך, און האט נישט קיין שייכות צו די ריכטיגקייט וויאזוי מ'מאכט פסח'דיג.

בדרך כלל איז רוב זאכן ריכטיג צו טון (כאטש ע"פ הלכה קען מען טרעפן א וועג ארויס) אזוי ווי ס'שטייט אין ש"ע (תמ"ב ס"ו) נהגו לגרר הכתלים והכסאות ויש להם על מי שיסמוכו ע"כ. וואשן ווענט, קראצן טעפ, בענקלעך, און איבערקוקן אלע לעדלעך אויב ס'האט זיך נישט פארוואלגערט קיין חמץ (און אז מ'מאכט שוין איינוועגס ארדענונג, הו קעירס, מען דארף דאס מאכן עניוועי כאטש איינמאל א יאר), אזוי האבן זיך געפירט אונזערע באבעס און עלטער באבעס אן קיין או סי די, (און מען טרעפט טאקע מעשה'לעך ווי די מענער האבן זיך געבייזערט), און אזוי דארף דאס צו גיין ווייטער, אויב איינער וועט אועק מאכן די פרויען, קען דאס האבן גאר שעדליכע נאכפאלגן, א פרוי ווייסט נישט קיין חילוק צוישן וואשן ווענט, אין די שעלפ'ס פון קאך [א גוזמא, אבער קצת לשבר את האוזן], און מען דארף זיי מחזק זין און נישט אוועק מאכן.

נאר וואזשע דען?

מען דארף זיי מסביר זיין, אז אמת אז אלעס וואס דו טוסט איז הייליג און טייער, און אזוי האבן זיך געפירט דיין מאמע און באבע, אבער אויב די סארט וועג פון פסח'דיג מאכן קען ברענגען אנגעצויגנקייט, נערוועזקייט, שרייען אויף די קינדער, אדער א אלגעמיינע שוואכקייט אויף איר וכו' וכו' וכו', דעמאלס קען מען - אפילו לשיטת דיין מאמע און באבע - אויך אביסל מקיל זיין, כדי ס'זאל נישט שאטן פאר אונזערע טייערע קינדערלעך, און אויף דעם איז דא א שיינע הערליכע ספר "הכנה לחג הפסח".

חכמים הזהרו בדבריכם!
לעצט פאראכטן דורך תמהואומר אום דאנארשטאג מארטש 27, 2014 11:17 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
א תם האט אויך עפעס וואס צו זאגן, הער אים אויס מיט געדולד!

דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

תגובהדורך דעפרעסט » דאנארשטאג מארטש 27, 2014 10:54 am

ס'איז נישט ממש מענין האשכול אבער אז מ'רעדט שוין איבער נערוועזיטעט ארום פסח איז אינטערסאנט וואס עס שרייבט הרה"ק רבי נחמן מברסלב זי"ע.


וְזֶה כְּלָל גָּדוֹל וִיסוֹד וְעִקָּר בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם לִהְיוֹת תָּם וְיָשָׁר וְכוּ לַעֲבד אוֹתוֹ יִתְבָּרַך בִּתְמִימוּת בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת וַחֲקִירוֹת כְּלָל כְּלָל לא גַּם מֵחָכְמוֹת שֶׁיֵּשׁ בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם בְּעַצְמוֹ צָרִיך לְהַרְחִיק מְאד כִּי כָל אֵלּוּ הַחָכְמוֹת שֶׁל הָעוֹלָם שֶׁיֵּשׁ לְהַנִּכְנָסִין וּמַתְחִילִין קְצָת בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם אֵינָם חָכְמוֹת כְּלָל וְהֵם רַק דִּמְיוֹנוֹת וּשְׁטוּתִים וּבִלְבּוּלִים גְּדוֹלִים וְאֵלּוּ הַחָכְמוֹת מַפִּילִין מְאד אֶת הָאָדָם מֵעֲבוֹדַת הַשֵּׁם דְּהַיְנוּ מַה שֶׁחוֹשֵׁב וְחוֹקֵר וּמְדַקְדֵּק בְּיוֹתֵר, אִם הוּא יוֹצֵא כָּרָאוּי בַּמֶּה שֶׁעוֹשֶׂה כִּי בָּשָׂר וָדָם אִי אֶפְשָׁר לוֹ שֶׁיֵּצֵא יְדֵי חוֹבָתוֹ בִּשְׁלֵמוּת וְאֵין הַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא בָּא בִּטְרוּנְיָא וְכוּ (עֲבוֹדָה זָרָה ג) וְלא נִתְּנָה תּוֹרָה לְמַלְאֲכֵי הַשָּׁרֵת (קִדּוּשִׁין נד) וְעַל אֵלּוּ הַמְדַקְדְּקִים וּמַחְמִירִים בְּחֻמְרוֹת יְתֵרוֹת עֲלֵיהֶם נֶאֱמַר (וַיִּקְרָא י"ח) : "וְחַי בָּהֶם", וְלא שֶׁיָּמוּת בָּהֶם, (יוֹמָא פה:) כִּי אֵין לָהֶם שׁוּם חִיּוּת כְּלָל וְתָמִיד הֵם בְּמָרָה שְׁחֹרָה מֵחֲמַת שֶׁנִּדְמֶה לָהֶם שֶׁאֵינָם יוֹצְאִים יְדֵי חוֹבָתָם בְּהַמִּצְווֹת שֶׁעוֹשִׂין וְאֵין לָהֶם שׁוּם חִיּוּת מִשּׁוּם מִצְוָה מֵחֲמַת הַדִּקְדּוּקִים וְהַמָּרָה שְׁחֹרוֹת שֶׁלָּהֶם.


ליקוטי מוהר"ן תניינא אות מ"ד


"וגם בענין החומרות יתירות בפסח לא היה מסכים כלל על המרבים לדקדק יותר מדאי ונכנסים במרה שחורות גדולות, והאריך בשיחה זו אז, כי איש אחד מאנשינו שאל לו זכרונו לברכה שאלה אחת בענין איזה חומרה בפסח איך להתנהג, ואז התלוצץ ממנו מאד. והרבה אז לדבר מענין זה שאין צריכין לחפש אחר חומרות יתירות ושגעון ובלבולים.


(שיחות הר"ן, רלה)

אוועטאר
Silent
שר חמישים ומאתים
תגובות: 470
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 03, 2013 11:41 am

תגובהדורך Silent » דאנארשטאג מארטש 27, 2014 11:12 am

תמהואומר האט געשריבן:לגבי פסח מאכן דארף מען גיין צווישן די טראפן, רוב פרויען האבן אזוי געזען ביי זייערע עלטערן די וועג וויאזוי זיי האבן פסח'דיג געמאכט, און די נערוועזקייט האט נישט קיין שייכות אהער, מיינע טויס זענען שוין איבערגעקוקט פון חמץ, און יא איך האב געטראפן גרויסע קוקיס דארט, וואס איך וואלט נישט געוואלט טרעפן נאך פסח, אפילו איך פארקויף אלע טויס אין חמץ. אנגעצויגנקייט? מאן דכר שמי', ס'איז געווען א לאט אף פאן, צו לייגן אלע טויס אין די וואנע און מאכן פסח'דיג, די פראבלעם פון כעס איז א פראבלעם פאר זיך, און האט נישט קיין שייכות צו די ריכטיגקייט וויאזוי מ'מאכט פסח'דיג.

בדרך כלל איז רוב זאכן ריכטיג צו טון (כאטש ע"פ הלכה קען מען טרעפן א וועג ארויס) אזוי ווי ס'שטייט אין ש"ע (תמ"ב ס"ו) נהגו לגרר הכתלים והכסאות ויש להם על מי שיסמוכו ע"כ. וואשן ווענט, קראצן טעפ, בענקלעך, און איבערקוקן אלע לעדלעך אויב ס'האט זיך נישט פארוואלגערט קיין חמץ (און אז מ'מאכט שוין איינוועגס ארדענונג, הו קעירס, מען דארף דאס מאכן עניוועי כאטש איינמאל א יאר), אזוי האבן זיך געפירט אונזערע באבעס און עלטער באבעס אן קיין או סי די, (און מען טרעפט טאקע מעשה'לעך ווי די מענער האבן זיך געבייזערט), און אזוי דארף דאס צו גיין ווייטער, אויב איינער וועט אועק מאכן די פרויען, קען דאס האבן גאר שעדליכע נאכפאלגן, א פרוי ווייסט נישט קיין חילוק צוישן וואשן ווענט, אין די שעלפ'ס פון קאך [א גוזמא, אבער קצת לשבר את האוזן], און מען דארף זיי מחזק זין און נישט אוועק מאכן.

נאר וואזשע דען?

מען דארף זיי מסביר זיין, אז אמת אז אלעס וואס דו טוסט איז הייליג און טייער, און אזוי האבן זיך געפירט דיין מאמע און באבע, אבער אויב די סארט וועג פון פסח'דיג מאכן קען ברענגען אנגעצויגנקייט, נערוועזקייט, שרייען אויף די קינדער, אדער א אלגעמיינע שוואכקייט אויף איר וכו' וכו' וכו', דעמאלס קען מען - אפילו לשיטת דיין מאמע און באבע - אויך אביסל מקיל זיין, כדי ס'זאל נישט שאטן פאר אונזערע טייערע קינדערלעך, און אויף דעם איז דא א שיינע ערליכע ספר "הכנה לחג הפסח".

חכמים הזהרו בדבריכם!


נראים דבריך ייש"כ

תמהואומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 448
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 30, 2014 1:47 pm
לאקאציע: נעבן דעם שאינו יודע לשאול

תגובהדורך תמהואומר » דאנארשטאג מארטש 27, 2014 11:27 am

והנני להוסיף, אז איך האב אסאך יארן געלעבט אין דעם טעות פון מאנכע, אז ס'איז א מצוה אויסצורייסן דעם וועג וויאזוי פרויען מאכן פסח'דיג, און זיי אנווייזן טון פונקטליך וואס מ'מוז ע"פ ש"ע, עד שהגעתי לכלל דעת, אז ס"ה מאכן די פרויען פסח'דיג [בדרך כלל] אזוי ווי זיי האבן געזען ביי זייערע עלטערן, און ס'איז א שעדליך דאס אוועק צומאכן, נאכדערצו אז רוב זאכן האבן א מקום צו טון, און ס'איז ריכטיג [אין דער אלטער היים האט מען אין רוב הייזער געקאלעכט די ווענט פאר פסח, דאכט זיך אז אין ש"ע שטייט דאס נישט].

נאר וואס דען אין פאל וואס דער מאן איז נישט קיין בר הכי צו לערנען די פרוי וויאזוי מען מאכט פסח'דיג אן כעס, און ס'קלאפט אויס אויף די קינדער, אדער היינטיגע דורות ווען פרויען זענען אלגעמיין שוואכער, דארף מען צוגיין מיט דעם אויבנדערמאנטן מהלך וכנ"ל
א תם האט אויך עפעס וואס צו זאגן, הער אים אויס מיט געדולד!

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6386
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דאנארשטאג מארטש 27, 2014 11:47 am

לענ,ד איז דער שבה"ג האטעל - לויט ווי מאן יימר לייגט עס אראפ - פשוט אז דער זמן חירותינו זאל זיין לתיאבון

לגבי פסח'דיג מאכן, אוודאי ווער ס'האט צייט איז תבא עליו ברכה, ווייל אנדערש איז בטלה מביאה לידי שעמום, אבער א שטוב מיט א באנטש קליינע קינדער אויב מאכט מען פסח'דיג מער ווי די הלכה איז עס לענ"ד א מצוה הבאה בעבירה, וואס דארפן זיי ליידן ווייל דו ווילסט קראצן ביי די שפאלטענעס פון די פארקעי שמא ימצא גלוסקא יפה

וכן אני נוהג, איך האב ב"ה א שטוב געבענטש מיט קינדער, און די עלטסטע מיידל איז נאך נישט אזוי גרויס צו לייגן אויף איר אזא עול, און מיר הייבן אן פסח'דיג מאכן נאך פורים, ווי לאנג דויערט אויפצוקלינען די הויז? אין איין לאנגע זומער'דיגע פרייטאג ווערט עס געמאכט בסיועת שלא מבני עמינו, נו אלס הידור מצוה מאכט מען עס 4 מאל, יעדע וואך נאכאמאל, דערנאך פרידזשערטער פריזער וואס מ'נוצט פסח, און שוין, די אויבן מאכט אויך אלס הידור, ווייל מ'נוצט עס נישט פסח

ושלום על ישראל
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

תמהואומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 448
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 30, 2014 1:47 pm
לאקאציע: נעבן דעם שאינו יודע לשאול

תגובהדורך תמהואומר » דאנארשטאג מארטש 27, 2014 11:55 am

מי יודע האט געשריבן:
ווי לאנג דויערט אויפצוקלינען די הויז? אין איין לאנגע זומער'דיגע פרייטאג ווערט עס געמאכט בסיועת שלא מבני עמינו,



דו וואוינסט זיכער אין וויליאמסבורג
א תם האט אויך עפעס וואס צו זאגן, הער אים אויס מיט געדולד!

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דאנארשטאג מארטש 27, 2014 12:11 pm

כ'לייען נישט אלעס אדורך צוליב חוסר הזמן, איין זאך, מ'קען נישט געבן א פסק'ע אפ אז ס'טויג נישט, נערווען איז זייער זייער א טייערע זאך כיל"ח.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דאנארשטאג מארטש 27, 2014 12:18 pm

יענץ געלכטער דאס פסח'דיג מאכן..

מ'האט שוין אנגעהויבן בעפאר פורים! פארוואס? אה, ס'הייסט פארוואס? אויף איין גראופ האט איר פרענד געשריבן אז זי האלט שוין באלד ביים קיך.. נו, זי וויל נישט זיין אזוי אונטערשטעליג און חלילה אנקומען מיט גרויסע שטיקער חמץ אין פסח אריין.. האט מען אנגעהויבן פסח'דיג מאכן. ב"ה כהיום יום האלט מען אז אלע שטיבער (אללע WHAT?.. כאילו ס'דא..) זענען שוין פסח'דיג. יאפ, אויך די קינדער שטוב. הגם מ'עסט דארט יעדן טאג קוקי'ס און פרעצעל'ס אויף א גרויסן פארנעם, מאכט אבער נישט אויס, סא'חילוק? די שטוב איז פסח'דיג! איי די חמץ? אה, דאס קען מען וועקיום-קלינען א נאכט פאר בדיקת חמץ וואס דעמאלס קומט די גויטע איינמאל-פאר-אלעמאל גוט אויסקלינען די הויז!...

ס'איז א סוד פאר גאנץ בראד אז דאס וואס אונזערע פרויען טוען איז בכלל נישט פסח קלינונג, נאר עמטליך "ספרינג קלינונג". אלץ חמץ אויסצוקלינען קליענד מען איבער דאס גאנצע הויז צוויי-דריי טאג בעפאר פסח און פון דאן ביז פסח עסט מען שוין טאקע בלויז אבערלענדער'ס און האגאדא'ס פראדוקטן, און דאס ביסל חמץ עסט מען אויף די שטיגן אין די האלוועי. אבער אלעס ביז אהין האט גארניקס מיט פסח צו טוען! עס איז א איינמאליגע געלעגענהייט פאר די בעסערע העלפט אוועקצוריקן אלע פוירניטשער, בעטן, אווען, וואשן מאשין און פרידזשידער און קלינען דערינטער.

צו די זעלבע צייט שפיר איך פאר א פליכט אויסצודריקן מיין אויפברויז אויף מיין שכן וועלעכע האט שוין נעכטן ארויסגעלייגט אויף די שטיגן א גרויסן אייער באקס מיט אלע חמץ. ס'באדערט מיך נישט אזוי אז מיינע קינדער נאשן פרעצעל און זופ מאנדלן יעדעס מאל זיי גייען דורך, אבער מ'האט ניטאמאל געבענטשט יעצט ראש חודש ניסן, צו וואס מאכן דעם איינדרוק אז פסח איז ארונטער דעם טיר?! ווער ווייסט, אפשר וועל איך אים שוין מארגן זעהן שעפן מים שלנו פארנט פון אונזער שוהל'כל. הער אויס, ווילאנג דאס גאנצע בילדונג שמעקט נאכנישט פון אירע פאברענטע כרעמזלעך איז נאך גוט.

לגבי שבת הגדול אין די האטעל'ס איז אזוי. איך פלאן אי"ה צו גיין. ס'איז א געוואלדיגע רואיגקייט פאר די משפחה און פארן שבת קודש. איבער אלע פראבלעמען ברוחניות און בגשמיות - אויב ס'דא - וועל איך לאזן פאר די רבנים מוחה צו זיין. זיי ברויכן דאך אנפילן דעם שבת הגדול דרשה מיט מוסר, און ב"ה אין אזא אכשר דרה'דיגער דור האף אז דאס וועט טאקע זיין פון די פראבלעמען..

העמער זיך אפשטעלן דא אויף דערווייל. מיין ווייב רופט אז די גויטע איז ארויף פון 10 צו 11 דאללער א שעה. מ'האלט פאר צוזאמבראך... כ'ווייס נישט וועם צו רופן ערשט, הצלה אדער שומרים..
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
והמבין יבין
שר האלף
תגובות: 1017
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 12, 2013 6:31 pm
לאקאציע: אויפן טעלעפאן

תגובהדורך והמבין יבין » דאנארשטאג מארטש 27, 2014 12:44 pm

מאנ-יימער האט געשריבן:איין יאר ווען פסח איז אויסגעפאלן אזוי ווי היי יאר בינעך געפארן אויף שבת הגדול אין א האטעל, אוי איז עס געווען א דיזעסטער סיי בגשמיות און סיי ברוחניות, קען זיין אנדערע האטעלס איז נישט אזוי אבער דארט האט אויסגעזען ערגער ווי חאלעמויד ביי די ריידס, געפאקט עד אפס מקום און שטייצעך יעדער ברענגט מיט אלע יוצאי חלציו צו פראווען שבת הגדול,

ביי די סעודה וואס איז פארגעקומען אין א גרויסע זאל ווי יעדער האט באקומען א טיש לויט וויפיל נפשות מ'איז געווען (נאר איין סייז קלענער) האט זיך געפילט ווי א מיקסד חתונה, די טישן זענען געווען צוזאמגעריקט אזוי נאנט אז מ'האט זיך כמעט געדארפט דורכשטיפן צו אנקומען צום צווייטן זייט, קיין שום פריוואטקייט האט מען נישט געהאט, ביים וואשן ווי ס'איז נאר געווען סינקס אויף איין פלאץ האט זיך געטוהן א געהעריגע תערבות, די קאוטשעס אינעם אזוי אויך קליינע לאבי (עכ"פ קליין פאר די צאל מענטשן וואס זענען דארט געווען) איז רינדע דעם זייגער געווען באזעצט מיט אנשים נשים וטף שמוסענדיג אויף וואליום עלף בעת קינדער אן א צאל זענען ארומגעלאפן אין אלע האלוועיס איבערלאזנדיג א שמוץ ווי שמחת תורה אינדערפרי אונטערן פארענטשעס, נישט געווען וואו צו גיין און שטיין, די עסן גראדע יא פיין געווען אבער קיין ספעציעלע פראגראם איז נישט געווען צוגעשטעלט, ווען שבת איז געקומען צו אן ענדע האט מיין קאפ געדרילט פון אזויפיל גרידער און מיין אויגן געשווינדלט פון אזויפיל שמוץ אז איך האב מיר שוין געוואלט זעהן אינדערהיים, זינט דעמאלטס פאר איך מער נישט אויף קיין ארגאנאזירטע שבתים אין האטעלס און אוודאי נישט אום שבת הגדול.

נישט אומזיסט הייסטע'ס שבת הגדול כעעעךךךךך :grin:
לעצט פאראכטן דורך והמבין יבין אום דאנארשטאג מארטש 27, 2014 4:30 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

Other Guy
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 08, 2013 5:27 pm

תגובהדורך Other Guy » דאנארשטאג מארטש 27, 2014 3:21 pm

?ווער גיט די הכשר
איך ווייס פון אזא הטעל וואס האט בכלל נישט א הכשר אין דער גו האט שבת אינדערפרו זיך געפארעט(ליין געקאכט) אין קאך אן אופזיכט
מאכלות אסורות איז נישט קיין קינדער שפיל

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11172
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דאנארשטאג מארטש 27, 2014 4:49 pm

דער עיקר איז די 499 + 10 פערצענט טעקס פער קאפל

תמהואומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 448
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 30, 2014 1:47 pm
לאקאציע: נעבן דעם שאינו יודע לשאול

תגובהדורך תמהואומר » דאנארשטאג מארטש 27, 2014 4:53 pm

צייטליך האט געשריבן:יענץ געלכטער דאס פסח'דיג מאכן..



ס'איז א סוד פאר גאנץ בראד אז דאס וואס אונזערע פרויען טוען איז בכלל נישט פסח קלינונג, נאר עמטליך "ספרינג קלינונג". א



אפשר ביי מרת צייטליך איז אזוי, אבער נישט ביי מייין פארתמ'טע
לעצט פאראכטן דורך תמהואומר אום פרייטאג מארטש 28, 2014 9:44 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
א תם האט אויך עפעס וואס צו זאגן, הער אים אויס מיט געדולד!

תמהואומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 448
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 30, 2014 1:47 pm
לאקאציע: נעבן דעם שאינו יודע לשאול

תגובהדורך תמהואומר » דאנארשטאג מארטש 27, 2014 5:10 pm

צייטליך האט געשריבן: איבער אלע פראבלעמען ברוחניות און בגשמיות - אויב ס'דא - וועל איך לאזן פאר די רבנים מוחה צו זיין. זיי ברויכן דאך אנפילן דעם שבת הגדול דרשה מיט מוסר, און ב"ה אין אזא אכשר דרה'דיגער דור האף אז דאס וועט טאקע זיין פון די פראבלעמען..



אויב וואלט איך געווען מנהל וואלט איך דאס אויסגעמעקט...
א תם האט אויך עפעס וואס צו זאגן, הער אים אויס מיט געדולד!

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » דאנארשטאג מארטש 27, 2014 11:43 pm

באדינער האט געשריבן:אבי די טויס איז שוין פסח'דיג ב"ה,,,, סארא משוגעת,,, חחחחח

פסחדיג מאכען די טויס איז שוין גארנישט קיין מושיגעת עכ"פ די טויס וואס מען נוצט אויך פסח א גאנץ יאר איז עס אין חמץ און פסח ברענגט מען עס פונקט אזוי אריין אין די דיינינג רום אויפען טיש פין געוואונהייט

אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

תגובהדורך green » פרייטאג מארטש 28, 2014 12:38 am

רבותי איין זאך וויל איך מוכן קלאר: פסחיג מאכן -אפילו אויפן עקסטרעימסטן אופן- דארף נישט און טאר נישט ברענגן לכלל כעס... און וועם יא זאל פשוט מוחל זיין ארבעטן אויף זיינע מידות
איך זעה געוויסע וואס פארן אוועק שבת הגדול און מאכן זיך גרינגער מיט וואס זיי קענען און מיט דעם אלעם זענען זיי נאך אנגעצויגן - און כעס...


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 20 געסט