מייערס בריגס - די 16 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג מאי 30, 2019 6:10 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:כמדומה לי אז מיין זיבן יעריג טאכטער איז א ENTJ און מיין פינעף יעריג אינגל איז א ENFP, עס איז זייער אינטערעסאנט מיטצוהאלטן וויאזוי זיי פארטראגן זיך, קריגן זיך, באטראכטן די וועלט, ביידע באטראכטן די וועלט אבער זיי האבן א אנדערע צוגאנג.

דער ENFP פרעגט מיר זעלטן וויאזוי זאכן ארבעטן, אנטשטאט "זאגט ער" כסדר זיינע אייגענע הסברים וויאזוי די וועלט ארבעט, ער מאכט זיך אויף אייגענע דמיונות און ער זאגט פשט,

הערסט, איך מיין אז מיינס איז אויך א א ENFP. און זיי שטעלן זיך צאם זייער אייגענע טעאריע וויאזוי די וועלט ארבעט. יו אידעס אינטערעסאנט. שטעלט צאם...

למשל: ''איך ווייס וויאזוי ביינאכט ווערט טונקל! דער באשעפער האט א ריזיגע באטן און ווען ער דריקט די באטן ווערט טינקל!'' אין אנדערע ווערטער, ער האט געכאפט אז דא קומט פאר א טויש, עס ווערט טונקל, פאר א סעקונדע האט ער אפשר געטראכט א פראגע "וויאזוי געשענט עס?" אבער ער גייט גלייך צום דמיון און ער פיקט אויף א הסבר וואס שטימט מיט זיין הבנה איבער מאכן ליכטיגקייט און טונקעלקייט, ער איז עוסק אין די ''סברא'' נישט און די ''שאלה''

עס מאטערט אים נישט צו פארשטיין פארוואס / וויאזוי, אנטשטאט איז ער זיך מתענג מיט זיין הסבר, זעט אויס אז ער מוז נישט עכט וויסן וויאזוי עס ווערט באמת טונקל.

ביי מיינעם איז עס אויך אזוי. ס'מאטערט נאר פאר א Ti. אבער דער Ne האט זיך שוין זיין וועלט. שמועס מיט אים, און נעם ארויס וויפיל דמיונות דו קענסט.

דער ENTJ פרעגט סאך אפטער קשיות, און זי וויל הערן א 'אויסגעהאלטענע' הסבר עס איז מערקבאר די חילוק צווישן זיי ווייל זי פרעגט א שאלה און ווארט צו הערן א ענטפער, עס איז איר נישט אינטערעסאנט אליינס צו דמיונען הסברים ווייל זי וויל דאך הערן די עכטע וועג, זי מוז נישט טרעפן עפעס א תירוץ אז די קשיא זאל מער נישט שווער זיין, זי וויל פשוט וויסן! וואס איז אינטערעסאנט צו טראכטן אייגענע סברות איבער מעגליכע הסברים? זי וויל דאך פשוט וויסן וויאזוי עס ארבעט אין רעאליטעט.

אין אנדערע ווערטער, דער Ne מוז נישט וויסן דעם 'אמת' ער האט הנאה פון סיי וועלכע 'אינטערעסאנטע הסבר' משא''כ דער Te האט הנאה פון וויסן וויאזוי א זאך ארבעט, עס מוז נישט זיין א אינטערעסאנטע הסבר, עס מוז זיין די אמת'ע ענטפער.

לכאורה קומט אויס אז א Ne וועט טרעפן פאלטשע הסברים משא''כ דער Te וועט ענדערש גיין מיטן אמת.

יא, אוודאי, א Te גייט שטארק מיט'ן אמת. מיט די ריאליטי.
אבער עס איז אויך יתכן אז א ENFP וועט זוכן דעם אמת נאכמער ווי א ENTJ אדער ESTJ, ווייל זיין Fi פונקציע איז מחשיב דעם אמת, ובפרט ווען זיין Te פונקציע אנטוויקלט זיך און ער הייבט אן בעסער פארשטיין דער חילוק צווישן א אמת'ער תירוץ און א דמיונ'דיגער תירוץ, וועט זיין צווייטע Fi נישט זיין צופרידן ווען זיין ערשטע Ne פונקציע סערווירט אים מיט א דמיון, און ער וועט זיך אנשטרענגן צו נוצן דערגיין דעם אמת מתוך אהבתו לאמת.

פאר די באנוץ פון Si פונקציע ביים ENFP זע איך נאכנישט קיין עצה..

קודם מוז איך דיר זאגן אז איך האב הנאה פון דיין תגובה. זעהט אויס אז א ENFP איז א ENFP. דאס הייסט: אז דו האסט ליב צו אבזערווירן און טרעפן נייע איידיעס.

איך האב אויך נישט קיין עצה. אבער איך גיי דיר זאגן א זאך וואס האט מיר אמאל זייער געבאדערט, און דאס איז 'סדר היום'. סדר היום איז ביי מיר געווען אזאך וואס איך האב זייער אוועקגעשטאנען פון אזא געדאנק. די גאנצע Si איז סדר. איבערטון די זעלבע זאך יעדן טאג. דאס איז Si.

Si איז נישט איבערטון די זעלבע זאך יעדן טאג, ס'איז א אינערליכער שפיר וואס האלט זיך שטארק אינעם מענטש. אזוי ווי דו ביסט באוואוסטזיניגט אגאנצן טאג צו די Affect וואס זאכן ארום מאכן דיר: איך פיהל אזוי, איך פיהל אזוי. (יעצט בשעת איך ליין נשמה'ס שרייבעריי שפיר איך אזוי און אזוי אינעווייניג, איך פיהל אזוי און אזוי.. אביסל אנדערש ווי פריער, ס'האט ביי דיר א געוויסע קאליר, נישט נאר א קאליר, נאר אין די קאליר אליין האט עס אויך פארשידענע סארטן... געפילן האבן ביי דיר א גאנצע, אזוי ווי די וואס זענען מעלערס, זיי האבן ביי זיך א גאנצע רייע מיט צענדליגער סארט רויט. אזא רויט, אזא רויט, אזא רויט, אזא רויט. וכו'. אזוי אויך מיט דיינע געפילן.

גיי זיי מסביר פאר א Ti, אז ס'דא אזויפיל מינע געפילן. ער גייט זאגן: אוודאי אידא... ער גייט נישט כאפן פון וואס דו רעדסט. דו גייסט נישט כאפן ווען ער גייט דיך זאגן: ס'דא אזויפיל מינע וועגן וויאזוי איך פארשטיי וואס עס קומט פאר ארום מיר... דו פארשטייסט עס ? איך אויך נישט. אבער זיי וועלן דיך קענען זאגן: ס'דא אזויפיל מינע וועגן אין די קלארקייט וויאזוי איך פארשטיי די וועלט ארום מיר.

שוין. יעצט בנוגע Si. ס'קומט פון שפירן די זעלבע זאך. געב א קוק: ווען דו טייפסט, נוצטו Si. דו ביסט שוין אמאל געווארן דיסטרעקטעד פון טייפן די ריכטיגע אות. ס'לויפט אטאמאטיש. דו שפירסט, יעצט דארף איך טון דאס און נאר דאס און נאר דאס און נאר דאס און שוין. דו שפירסט עס. דאס איז Si. אזוי שטארק שפירט א SI וואס ער האט צו טון.

גארנישט לויפט נישט אריין צו צעשטערן זיין געלויף. וועסט קוקן אויף דיין יונגעל וועסטו זעהן, אז ער טוט דייקא נישט די זעלבע זאכן יעדן טאג. דיין מיידל אויך נישט ממש. דיין מיידל האט Ni די צווייטע פונקציע. ווארשיינליך אויך נישט. אבער דיין טאכטער האט די Si גאר די זעקסע, אבער ס'קריגט זיך נישט מיט איר Ne.

ביי א ENFP קריגן זיך די Ne מיט די Si. די Ne זאגט: איך וויל נייע איידיעס. איך לויף אריין אין קאך, און איך גיי טון עפעס א נייע זאך. "עס איז שוין צייט צו גיין שלאפן" זאגט די מאמע... אבער זיין Ne וויל עפעס א נייע איידיע. אדער פארצייל מיר אין בעט א מעשה וואס איך גיי דערפון שאפן עפעס א נייע איידיע. ניין, פארצייל מיך נישט יענע מעשה. יענע מעשה האב איך שוין ארויסגעשעפט אלע נייע איידיעס.

דיין טאכטער האט אויך ליב מעשה'לעך, אבער דאס איז צוליב די Ni. און די Te. זי האט מן הסתם ליב צו באסן און איינטיילן פארן קליינעם וויאזוי מ'דארף זיך אויפפירן. הער אויס אלעס האט א לאגישער סיסטעם. וויאזוי קען זי זעהן אז מ'טוט פארקערט פון לאגיק. אבער יעדער קען זיך אויסארבעטן די מידות. האב נישט מורא פון די פונקציעס. אלעס איז גוט. ס'ווענט זיך אין חינוך.

שלמה המלך זאגט חנוך לנער על פי דרכו. על פי זיינע פונקציעס. זעהסט אויפן קינד אז ס'טוט אזוי און אזוי, פון דעם לערן דיך אפ וויאזוי דו זאלסט אים מחנך זיין.

די זעלבע זאך יעדן טאג, קען אויפבויען די Si. נישט אוועקצונעמען די Ne. די געזונטע וועג איז, א פלאץ צו שאפן נייע איידיעס, אבער דאך זיך איינגעוואוינען צו טון די זעלבע זאך יעדן טאג, נישט דאס איז די תכלית, צו טון די זעלבע זאך יעדן טאג. דאס איז נישט די תכלית. די תכלית איז צו אויפבויען די אינערליכע שפיר פון זיך האלטן אין Track.

דאס מיינט: Distracted. מ'זאגט אז א ADD ווערט דיסטרעקטעד. די דיסטרעקשן קומט פון א מלחמה פון די הויפט פונקציע מיט די Si. אפילו דאכט זיך אז ESFP קענען אויך האבן ADD. די Se פונקציע מאכט זיי זוכן נייע Stimulation.

א ENFP זוכט Stimulation פון נייע איידיעס. א ESFP זוכט סטימיולעשן פאר זיינע פינף חושים. דאס קען אויך דיסטרעקטן. פאר א ESFP זאגט מען: דו דארפסט טראכטן. דהיינו Ni/

מאכן אז מ'זאל יעדן טאג טון די זעלבע זאך, מיט אוועקנעמען די געלעגנהייט פאר Ne גייט סתם פייניגן. די זאך איז: אויפצובויען די אינערליכע טרעק. אזוי ווי דו לערנסט אויס טייפן. חנוך לנער על פי דרכו, זיי מחנך דיין קינד, על פי דרכו, לויט די וועג וויאזוי ער פירט זיך יעדן טאג, אויב ס'איז א גוטע וועג, און דאן גם כי יזקין לא יסיר ממנו, פארוואס ? ווייל Si.

שוין.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מיטוואך יוני 05, 2019 8:41 pm

ב"ה

איך טראכט אז ער איז א INFJ, אבער נאר איך טראכט. איך קלער.

מיינונגען.

אלעס איז אוועקגעשטעלט אין זיין קאפ 'כראנאלאגיש'. און ווען ער רעדט, הערסטו ווי ער עפנט פיילס, און יעדע פייל האט זיך זיין פייל. אלעס איז מסודר. אנדערש ווי א Ne, וואס דו הערסט אזא צעפלויגנקייט. איז דאס אלעס מסודר. פון וואו קומט די שטארקע מיינונגען? ווארשיינליך Ni פלאס J. געדענק: די Fe איז נאר א צוהעלפער צום Ni. אנדערש ביים ENFJ, ער איז א Fe אין הויפט. ער איז זיך מייחס צו יענעמ'ס געפילן אין הויפט. דא הערסטו 'פיילס'. ס'גייט אזוי: זרח איז א איידעם ביי משה און אזוי און אזוי זענען זרח'ס געפילן, און אזוי און אזוי זענען משה'ס געפילן. משה'ס שווער איז א איידעם ביי יחזקאל. און אזוי און אזוי זענען די געפיהלן פון משה'ס שווער, און דאס איז וואס יחזקאל איז אין א געפילישן זין. און דו ווערסט צעמישט. ער נישט. אלעס איז 'פיילס'. שיין מסודר

ער איז נישט קיין INTJ, איך הער 'געפיל'.

Fe מיינט, איך זעה געפילן. ווען א INTJ קומט אריין אין ביהמ"ד אדער צום טיי אווענט, זעהט ער "לאגישע סיסטעמען"... וואס זענען אדער יא 'נארמאל', אדער נישט 'נארמאל'. (דהיינו 'לויט די לאגישע סיסטעמען') דער INFJ זעהט 'געפילן'. די דריטע פונקציע איז Ti, דאס העלפט אים 'טראכטן'. די לעצטע, די Inferior איז Se. דאס מיינט, אז זיי זעען זייער א 'אידיאלאגישע' וועלט. זיי זעען זייער נישט די Concrete וועלט. אלעס איז 'געהויבן'.

פון וואו קומט דאס ארויסברענגען א הסבר וויאזוי איך האלט אז מ'דארף עס טון ? דאס קומט פון Ni. "איך פארשטיי Ni Ti אז מענטשן Fe Se דארפן זיך אויפפירן אזוי און אזוי.

זיי זענען זייער מסודר. און דאס קומט פון Ni, פלאס J. געדענק: Ni איז א מסדר. סוף סוף. ס'נעמט צאם. ס'שטעלט עס אוועק. והעמידן על אחת. לייג צו די Ti. זיי האבן נישט ליב 'פאן'. די סיבה איז, ווארשיינליך, די Ni. דרוק אונטער די Se. די Se איז דער וואס מאכט 'פאן'. די Se איז וואס זאגט: נעם אנטייל אין די וועלט. לעב אריין. זיי קענען אויך אריינלעבן. אבער ס'מוז האבן א צוועק. סתם בארדענען נישט.

"איך וועל דיך מסביר זיין, איך וועל דיך ערקלערן..." דאס קומט פון Ni. לייג צו Ti די דריטע פונקציע. איך האב א מיינונג: Ni. פלאס J. פארגעס נישט פון J. זיי האבן ליב: שלום. פארוואס ? Fe. די צווייטע פונקציע. הארמאניע. צאמלעבעניש. זיי פילן אז מ'פארשטייט זיי נישט. נישט נאר Te געט א לאגיק, וויאזוי סיסטעמען דארפ'ן לויפן. Ni מיט Fe געט א שיטה וויאזוי מענטשן דארפן זיך אויפפירן אז ס'זאל זיין הארמאניע.

איך גלייב נישט אז א INTP זאל האבן Even Close צו אזא עמאושענעל טשארדש. דאס איז ווארשיינליך די Fe. זיי זענען נישט באוואוסטזיניגט: "איך האב ליב..." זיי זענען באוואוסטזיניגט: "איך האלט..."

א INFP וועט רעדן 'געפיליש'. א INFJ וועט רעדן פון די טיפע מיינונג ארויס. דער ערשטער רעדט ארויס דאס הארץ. ס'האט געפילן וואס גייען ארויף און אראפ, אנדערש דער Ni, ביי אים רעדט ארויס זיין 'בליק'. א אנדערע מויל.

זיי זענען אבער זייער Opinionated. אבער, זיי זענען די ווייניגסטע אויף די וועלט. נישטא צופיל פון INFJ. זיי קענען זיין פינעווערס. געדענק זייער דריטע פונקציע Ti. אבער אפילו אויב זיי זענען איינזערס, זענען אבער אויך 'פינעוועריש'. און דאס קומט פון Ni.

אינטערעסאנט. והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דינסטאג יוני 11, 2019 5:10 pm

ב"ה

די וועג צו וויסן אז ס'דא א באשעפער אין די וועלט, אזוי ווי עס ווייסט זיך די וועלט, שרייבט דער הייליגער יושר דברי אמת, איז דורך 1) חכמה 2) בינה 3) דעת. חכמה איז א קבלה מאבותיו ורבותיו אז ס'דא א גאט, א אלקים איז אין טשארדש. זאכן געשעען נישט פון זיך אליין, די וועלט האט א אלקים. אבער דאס איז נאר ווי איך נעם א איידיע וואס מ'קען דערפון מאכן עפעס. אבער כדי צו מאכן דערפון עפעס, דארף מען נוצן די 'הבנה'.

קבלת אבות געט דיך די 'איידיע'. אן דעם, וואלט א מענטש אדער יא צאמגעשטעלט, אדער חלילה נישט. אדער וואלט ער עפעס אנדערש פארשטאנען.

צום ביישפיהל, דער וואס גייט נישט מיט קבלת אבות, אלעס וואס ער זעהט איז אז א מענטש האט ליב ארדענונג. אבער דער וואס גייט מיט קבלת אבות, ער זעהט אז די סיבה פארוואס א מענטש האט ליב ארדענונג קומט זייענדיג א חלק פון איין איינציגן באשעפער וואס פירט אלעס ביושר בצדק ובמשפט, זיי - די וואס גייען נישט ווי אונז מיט קבלת אבות - הייבן אן פון די נקודה פונעם מענטש. זיי זעען אז: דער מענטש האט ליב יושר צדק ומשפט. אבער דער מקבל קבלת אבותיו ורבותיו, ער זעהט באלד אז טאקע פון דעם רעדט מען. דאס ווייזט מיין 'הבנה' אז ס'דא א באשעפער אויף די וועלט. אן דעם וואלט אזא מציאות נישט געווען. טאקע די מציאות פון זוכן צדק יושר ומשפט, די אהבה צו צדק, דאס ווייזט אויף עפעס. דאס איז מכריח די 'הבנה'.

די זעלבע זאך איז מיט יעדע געברויך וואס דער מקבל קבלת אבותיו זעהט אין מענטשן, פארשטייט ער אז אדרבה פון וואו און פון וועם האט זיך אזא געברויך אין די מענטשהייט ערשאפן? זיי נישט. זיי זעען געברויכן אין מענטשן. דאס איז אלעס וואס זיי זעען. צוריקהאלטנדיג דאס געלויף פון זייער אייגענע הבנה צוצוקומען צו דעת אז דאס ווייזט אויפן באשעפער.

זיי לאזן זיך נישט צוברענגען צו וואו זייער הבנה קען זיי צוברענגען.

זיי האבן מורא פון דאס מין זאך "א העכערע כח". זיי האבן אזוי מורא דערפון. ביים מקבל קבלת אבותיו ורבותיו, איז עס אזוי נאטורליך זיך צו לאזן פון דעם Notion. א העכערע כח !!! איז וואס ? די עקזיסטענץ פון העכערע כוחות איז ביי זיי עפעס פון וואס זיי ציטערן.

אבער ביי א מקבל קבלת אבותיו, ביי אים איז עס אלעמאל די אפציע. יש אלוקים שופטים בארץ. ער האט נישט מורא זיך צו לאזן פון זיין אייגענע הבנה אז "ס'איז א העכערע כח". ווייל דאס אליין אז ס'דא א אלקים וואס ער איז איינגעווייערט אין די Concrete וועלט, דאס אליין איז ביי אים שוין אזאך וואס איך זעה נישט אלעס מיט מיינע פליישיגע אויגן.

א קינד הערט אין חדר אמונה. ער זעהט זיינע עלטערן פאלגן "א כח וואס מ'זעהט נישט, אבער מ'קען זיך עס איבערצייגן נאר מיט די 'הבנה'.

אזוי ווי איינער זאגט: די סיבה פארוואס יענער גלייבט איז, ווייל אן גלייבן פילט זיך יענער אויס Safe. ער מוז אין עפעס גלייבן כדי זיך צו פילן Safe. און איך - גייענדיג מיט קבלת אבות - פרעג: און פארוואס טאקע דארף ער אין עפעס גלייבן כדי זיך צו פילן Safe? וואס אין אים מאכט אים וועלן פילן Safe דורך גלייבן? וואס בארואיגט אים ווען ער גלייבט? אזוי שווער איז צו פארשטיין אז טאקע ווייל ער איז פון א העכערע מקור, דאס מאכט אים וועלן גלייבן אין עפעס העכער? צו איז אזוי שווער צו פארשטיין אז די שכל פון א מענטש מאכט אים פילן Unsafe, טאקע ווייל די נאטור פון 'הבנה' זאגט פאר זיך אליין אז איך בין א באשאף ? זיי האבן מורא זיך צו לאזן פירן פונעם אייגענעם שכל. די שכל זאגט זיי: דו קומסט פון א מקור. און אוועקגייענדיג פון דיין מקור ביסטו Unsafe. קוק: ווי זיי לאזן זיך נישט פון זייער אייגענעם שכל.

דאס איז געווען די סיבה פארוואס די גוים האבן געדינט עבודה זרה. קומענדיג פון איין איינציגן מקור, האבן זיי זיך געמוזט מיט עפעס בארואיגן. ס'איז טאקע געווען אלהים 'אחרים', ס'איז געווען עצביהם כסף וזהב מעשה ידי אדם וכו', כמוהם יהי' עושיהם כל אשר בוטח בהם. אבער גלייבן האבן זיי געמוזט. פארוואס רבש"ע, פארוואס מוז מען גלייבן? זיי האבן מורא זיך צו לאזן פירן פון די 'אייגענע' הבנה. מ'מוז גלייבן אין עפעס העכערס, ווייל מ'קומט פון עפעס העכערס. זיי לאזן זיך נישט פון די 'אייגענע' הבנה. זייער אייגענע הבנה טוען זיי אוועקווארפן. און אזוי קוקן זיי אויס.

די חכמת הפסיכאלאגיע זאגט צו אז: מיר וועלן אלעס מסביר זיין וואס עס טוט זיך אין די פסיכיק פון א מענטש, און אויך פרובירן זיי מסביר זיין א פארוואס. מיר וועלן מסביר זיין אלעס וואס דארט גייט פאר. און נישט נאר ביי דיר אליין, נאר אויך ביי דיין שכן, ביי דיינע נאנטע, וועלן מיר מסביר זיין וואס, און פארוואס.

דאס האט ארויפגעלייגט א באגרעניצונג אויף די אלע וואס באנוצן זיך דערמיט. ווייל נאר לויט וויפיל פסיכאלאגיע פארשטייט, נאר אזויפיל האב איך אין מיר. מער פון דעם 'עקזיסטירט נישט'. איי ווער זאגט אז זיי האבן טאקע באוויזן צו פארשטיין כל מינע ערשיינונגען אין די פסיכיק פון א מענטש? איך טראכט אז זיי ווייסן קוים. זיי ווייסן נישט וואס א יוד פילט שב"ק. זיי ווייסן נישט. ס'אנטשפרעכט אז ס'דארף זאגן. אבער זיי ווייסן נישט. מ'דארף זיך אויסטון פון זייערע באגרעניצונגען. נישט נאר וואס ס'שטייט אין זייערע ביכער זענען ערשיינונגען אין אונזער נפש.

איך האלט אז זיי האבן אוועקגעשניטן גאנצעטע שטיקער וואס ס'קומט באמת פאר אין די נפש פון א יוד. און אפשר אפילו וואס עס קומט פאר אין א אלגעמיינער מענטש. אין דיר עקזיסטירט פיל מער ווי זיי ווייסן. און וואו קען מען זעהן וואס זיי ווייסן נישט? אין אונזערע ספרים. זיי ווייסן נישט די ווייטקייט פון אהבת ה'. זיי ווייסן נישט וויאזוי א בר מצווה בחור'ל שפירט זיין נייע נשמה. זיי ווייסן נישט. דו זעהסט דעם בר מצווה בחור'ל דארט? מיט די ביכער פון פסיכאלאגיע זאלן מיר אים נישט וועלן פארשטיין. ווייל מיר טוען באגרעניצן. און מיר בא'עוולה'ן די געטליכקייט וואס איז פיל טיפער ווי זיי ווייסן.

די ווארט Spiritual הרג'ט. ווייל דאס דינט ווי א כלי וואס לאט נישט די אייגענע השגה זיך פארברייטערן. אמער: נאר לויט וויפיל די ווארט Spiritual פארנעמט, נאר אזוי פיל השגה קען איך פארנעמען. מער פון דעם איז שוין ארויס פון די ביכער. וואס טוסטו טראכטן און משיג זיין זאכן וואס איז זיך גארנישט מגדיר אינעם ווארט Spiritual? זיי ווייסן נישט וואס דאס מיינט א לב נשבר, אדער מרירות, אדער שמחת התורה, זיי ווייסן נישט. נאר אין "נועם אלימלך" קען מען דאס טרעפן. נאר אין "זוהר הקדוש". און פיל דיך נישט פאנאטיש. זיי זענען באקסעדיג. איך רעד נישט דברי רוח. זיי, די חכמת הפסיכאלאגיע האט באגרעניצט די השגה.

און אזוי אויך, די חכמת האניאגראם האט אויך באגרעניצט. בכלל א הסבר פון איינעם אויף ערשיינונגען אינעם נפש, לויפט נאר לויט יענעמ'ס השגה. אויב איז יענער געווען א גוי, וויפיל אנטהאלט אין זיך זיינע ווערטער פון Connection to God? אמער, יעדע זאך ווענט זיך לויט די מעשים. און? וויפיל מעשים האט שוין אין זיך א ערל טמא וואס האט זיך קיינמאל אין זיין לעבן נישט אפגעשיידט פון א תאווה? ער האט זיך עס אפשר נישט נאכגעגעבן, אבער רבש"ע, איך רעד פון זיך אפשיידן פון תאווה אזוי ווי די הייליגע תורה הייסט? גארנישט. ווי ווייט באגרעניצט ער.

יא, מיר מוזן ארויסכאפן זייערע עצות פאר אונזער געזונט. אבער נישט ארומגיין אין ביהמ"ד און פארשטיין יעדעמ'ס השגות נאר לויט די באקס וואס רופט זיך 'אניאגראם' אדער מאיר בריגס. אפילו ווען זיי זאלן זאגן די ווערטער אז ס'איז פארהאן 'העכער'ס', איז דאס באגרעניצט. צו פארשטיין א נפש, איך רעד פון א נפש, נישט פון וויאזוי די מחשבה ארבעט, צו פארשטיין א נפש, דארף מען זיך באנוצן מיט אונזערע השגות. דאס וואס מיר זענען משיג ביים דאווענען, אדער יו"ט ביי אקדמות, דאס קען קוים ווערן אראפגעשריבן. און מיר מוזן וויסן אז קיינמאל גייען זיי נישט פארשטיין די פסיכיק פון זיך טובל'ן פאר'ן עלות שבועות נאכ'ן תיקון. קיינמאל. מיר מוזן דאס געדענקען. מיר מוזן זיי אנקוקן ווי גולמים.

זיי קענען מסביר זיין וויאזוי א מענטש פילט און טראכט, און וויאזוי מ'קען זיך - ב"ה - אפהיטן פון נערווען, אבער 'השגות'? נפש? גארנישט.

און דאס וואס דער יושר דברי אמת שרייבט. מ'נעמט קבלת האבות. און נאכדעם פארשטייט מען שוין זייער קלאר אז ס'מוז זיין אז ס'דא דא א געטליכער כח ית"ש.

המשך יבוא אי"ה.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דינסטאג יוני 11, 2019 6:51 pm

ב"ה

ISFJ.

וויאזוי לעבן זיך צאם א ISFJ מיט א ENFP.

דער ENFP איז צעפלויגן. חוץ אויב ער איז גאר גוט מחונך. דער ISFJ איז צאמגענומען. קודם כל, זייענדיג א J, און נאכדעם די Si.

דער ENFP קען אננעמען אז די צאמגענומענקייט פון די ISFJ מיינט: ביסט נישט מקושר צו מיר. פארוואס איז עס אזוי? ווייל בעת דער ENFP וויל זיך מקשר זיין מיט אויסשמועסן נייע איידיעס, זעהט ער פאר זיך איינע וואס איז נישט אינטערעסירט אין הויפט, נאר אין צאמהאלטן די הויז ארדענונג. מ'האלט שוין ענדליך אינמיטן אויסשמועסן די גוטע חלק פון די נייע איידיע, און די ISFJ שטעלט זיך אויף צאמנעמען די טעלערס. יעצט, ס'איז די ערשטע טאג נאך די חתונה, זיי ווילן עס נישט מודה זיין, אבער עפעס האנקערט. זיי ווילן אפילו נישט קוקן וואס דאס איז.

דער ENFP וויל זיך מקשר זיין, קאנעקטן, מיט אויסשמועסן נייע איידיעס. און די ISFJ ווייזט נישט ארויס צופיל חשק צו וויסן נייע איידיעס. די Inferior ביים ISFJ איז Ne. די Inferior ביים ENFP איז Si. די ISFJ זעהט קלאר אז מ'האנדלט דא מיט איינעם וואס קען נישט געהעריג דעליווערן Si פראדוקציע. די הארץ פונעם ISFJ פאלט איין. אבער דא קומט די Fe אריין אין בילד.

די צווייטע פונקציע ביים ISFJ איז Fe. די ENFP אויב איז ער נישט גאר גוט מחונך, און ווער איז דען? יעדער דארף ארבעטן אויף די "מידות" נאך די חתונה. יעצט דא קומט אריין די Fe, דער ENFP זיין צווייטע פונקציע איז Fi. איז אזוי: דער Fi איז נישט קיין מקשר. געדענקסט? דער ENFP איז זיך מקשר מיט: אויסשמועסן נייע איידיעס. און אפילו אויב ס'וועט קאסטן א פייט, מיינט מען נישט זיך צו קריגן חלילה, איך וויל דיר נאר ווייזן ווי ווייט מיין נייע איידיע איז באמת א פאקט.

יעצט, די Fe - די צווייטע פונקציע ביים ISFJ - זעהט פאר זיך א מענטש וואס 'לעבט פאר זיך, און איז זיך נישט גרייט צו מקשר זיין'. דער אמת איז, אז דער ENFP איז יא גרייט זיך מקשר צו זיין, "איך האב געוואלט שמועסן מיט דיר א נייע איידיע" עפעס א בעסערע אופן פון קשר ווייסט ער קוים. שמועסן נייע איידיעס, דאס איז וואס ער פלעגט טון אין ישיבה. אזוי פלעגט ער זיך שאפן נייע חברים אין ישיבה. דא זעהט ער אז די ISFJ איז נישט נייגעריג, אקעי, אזוי ווי אין ישיבה האב איך געמוזט ווארטן אויף א אנדערע געלעגנהייט אויסצושמועסן מיינע נייע איידיעס.

די Fe ווארט צו זעהן א אויסדרוק פון א געפיל וואס זאגט: איך האב דיך ליב. דאס איז דאך די Fe פונקציע. די Fe פונקציע איז: וויאזוי פילט יענער. און דא איז עס, וויאזוי פילט ער לגבי מיר. און וואס פילט ער טאקע? ביסט נישט גרייט פאר מיינע איידיעס. און דו ביסט מער אינטערעסירט אין ארדענונג. און נישט נאר דאס, נאר פונקט דו קענסט Si דאס וואס איך קען די שוואכסטע. און שוין הייבט דער ENFP אן צו פילן 'פארשעמט און שוואך' לגבי די Si פלייסיגקייט. מיט יעדע מאל די קאך פלאר ווערט געוואשן, מיט יעדע מאל די הויז ווערט צאמגענומען, ווערט א דערמאנונג: "איך קען דאס נישט דעליווערן..."

ווען די ENFP זאל וויסן, וויפיל מאל א מינוט די ISFJ קוקט אויף אים, צו כאפן: האסט מיך ליב. וואלט ער זיך אנדערש אויפגעפירט. אבער דער ENFP איז נישטא צו ווייזן וויאזוי איך פיל לגבי דיר. און אויך איז ער נישטא צו פאפן. סאו, די מעסעדש ווערט קיינמאל נישט געהעריג געענטפערט. דער ENFP בלייבט אלעמאל 'פאר זיך'.

איך געב נאר א ביישפיהל וויאזוי און ווי שטארק די צוויי קענען שאפן אזא - איך ווייס אליין נישט וואס, אבער עפעס ארבעט עס נישט. וואס איז די 'עפעס'. אלעס איז גוט: זאגט די ENFP אויפן טעלעפאון צו זיין מאמע, אדער טאטע, וכו', אבער אין הארץ שפירט ער אז: עפעס איז נישט גוט. ער ווייסט אבער נישט וואס.

קאנעקשן ביי א ISFJ ארבעט, אז "איך פיל מיך לויט וויאזוי ער האט מיך ליב..." ביי א ISFJ איז נישטא אזא זאך ווי "איך פיל", די גאנצע לעבן איז אנגעוואנדן לויט וויאזוי ער פילט לגבי מיך.

די גאנצע לעבן? ניין.

דא מוזן מיר צוקומען צו די ערשטע פונקציע ביי א ISFJ וואס דאס איז Si. קודם מוז די ISFJ שפירן אז אלעס לויפט. אלעס איז מסודר. יעדן טאג די זעלבע. פונקט אזוי ווי דער ENFP מוז די ערשטע זאך שמועסן פון נייע איידיעס. פאר אלעם. פאר ליבשאפט, פאר קשר, מוז איך דיר זאגן מיינע נייע איידיעס, און איך מוז דיך אויפווייזן ווי גערעכט ס'איז. און נאכדעם קען מען מאכן "קידוש". די חיות פון א ENFP איז 'נייע איידיעס'. חלומות. די ISFJ פארטראגט דאס אזוי שווער. לאז שוין אפ מיט מ'קען אזוי, מ'קען אזוי, מ'קען אהער, מ'קען אהין. איך בין דא, אין די וועלט וואס שפירט זיך אין די חושים. און איך וויל זעהן אין דיר אז איך בין באליבט. דאס אלעס. דאס איז Fe.

דער ISFJ, מיט די גאנצע געפילן, איז אבער דא דריטע פונקציע וואס דאס איז Ti. אזאך וואס דער ENFP האט נישט. א ENFP נוצט נישט קיין אייגענע לאגיק. ער טראכט נישט. ער עקספלארירט נייע איידיעס. אבער ער טראכט נישט דורך א אישו מיט לאגיק.

מ'גייט צו א חתונה. די ENFP: ביז אלע נייע איידיעס וועלן ווערן אויסגעשעפט פון דעם זאל, בלייב איך דא. איך וואלט אפילו געבליבן שלאפן אין זאל. די ISFJ, עלעווע איז דא א וועג צוריק. דו קענסט דא בלייבן, די קינדער דארפן אבער א סדר היום. די ENFP האלט דאס נישט אויס. זיין גאנצע לעבן איז די חתונה. ווייסט וויפיל זאכן איך קען דא געוואויר ווערן.

ענדשויען.

דער ENFP וויל נישט ענדשויען. ער וויל די נייע איידיעס. ער דארף נישט די גוטע געפיל פון א באמפער קאר. ער דארף א מוזעאום. זיצן אויף די גראז און עסן געשניטענע עפל? וואס איז דאס? Fe. מ'מאכט א פיקטשער צום געדענקען. Si.

א ENFP וואס לעבט מיט א ISFJ דארף זיך אויסלערנען אז די ISFJ שאצט אגאנצן צייט אפ: וואס פילט ער וועגן מיך. אלו דברים שאין להם שיעור וכו' וגמילות חסדים. ווען א ISFJ באקומט א קריטיק, פארשטייט זיך אז "אזוי איז דארף מען זיך אויפפירן ווייל אזוי לויפט די לאגישע סיסטעם, דהיינו Te די דריטע פונקציע פון א ENFP. איז דאס זייער אומבא'טעמ'ט. פארוואס? די גאנצע עצם Being פון א ISFJ איז "איך בין, וואס ער פילט לגבי מיר". אויב איז נישט גוט, אויב איז עס קריטיק, איז זייער זייער נישט בא'טעמ'ט צו פילן אז מ'האט זיך אליין פיינט.

די ISFJ לויפן אין איין טרעק. שפעטער ווען זיי ווערן עלטער קומט זייער פערטער פונקציע פון Ne און געט זיי: קוק, ס'דא א אלטערנאטיוו. איך האב שוין א סך מאל געזעהן ווי דער מזווג זיוגים ווייסט אויך פון מאיר בריגסט סיסטעם, ער האט דאך דאס באשאפן, און ער ווייסט אז דאס איז די בעסטע צאמשטעל.

המשך יבוא אי"ה. והשם הטוב יעזור
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

נתן בן ופסי
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 04, 2019 8:34 am

תגובהדורך נתן בן ופסי » מיטוואך יוני 12, 2019 8:40 am

נשמה ווי ביסטו נשמה איך ווארט אזטו לאנג אויף דיר!! מלא תוכן יישר כוחכם!!

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3414
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

תגובהדורך הערליך » מיטוואך יוני 12, 2019 9:03 am

די ISTP האסטו ערגעץ בארירט?

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מיטוואך יוני 12, 2019 4:46 pm

הערליך האט געשריבן:די ISTP האסטו ערגעץ בארירט?

איך געדענק נישט יעצט אויף די מינוט

זיי זענען אזוינע פינעווערס מיט א זיבענער פליגעל. טעארעטיש דארפן זיי צו זיין גאנץ צעפלויגענע מענטשן. דארפן זיך שטופן צו לעבן מיט העכערס ווי די קאנקריט וועלט. אבער שפעטער אין לעבן קומט אריין זייער דריטער פונקציע וואס דאס איז Ni, ווערן זיי מער העכער. מער אבסטראקט. זיי הייבן אן מער און מער ארויסצוהאבן אז ס'דא טיפערס אויך. טעארעטיש דארפן זיי זיין קאלטע צוריקגעצויגענע מענטשן וואס דילן מיט די וועלט ווי איך דיל מיט באקסעס. אבער זיי האבן גוט ארויס די קאנקריט וועלט. דאס ביסל געפילן וואס זיי האבן קומט נישט צו צו געפילן פון א ENFJ. א ENFJ האט אין הויפט Fe, און זיי האבן עס Inferior.

זיי האבן אזוי ארויס די קאנקריט וועלט אז נאר. (איך רעד טעארעטיש) זיי וועלן לכאורה ארויסהאבן די גאנג פון די שטערנס, וכו'. די זאך מיט זיי איז אז זיי זעען ערשט די דריטע אין די רייע אז ס'עקזיסטירט העכער ווי די קאנקריט וועלט. די ערשטע פונקציע פון זיי איז א Judging Function, דאס מיינט, אז זיי וועלן שנעלער צוקומען צו החלטות בנוגע די פראקטישע וועלט, און ווייניגער טרעפן די אידיאליסטישע וועלט.

איך קען זעהן דעם ISTP פירן א שבת טיש. מער ווייניגער איז עס די גוטע דיפס, מיט די גוטע סאלאטן, די זמירות ווערט אויך געזונגען אויף אזא Se אופן. ווען אביסל איז אויך אריינגעמישט די רמזי שבת. זיי האבן גאנץ ליב ענדשויעמענט.

איך קען פארשטיין אז זיי זאלן אויך ליב האבן 'קבלה' און 'סודות התורה', אבער נאר ווען ס'איז מסביר וויאזוי ס'איז זיך מקשר צום פאקטישן קאנקריט וועלט. די חלות אויפן טיש זענען חלות, און נאכדעם זענען זיי אויך שלשה הויות צו וויאזוי עס איז אין קבלה. אנדערש ביים INTJ, וואס ער זעהט הויות אויפן טיש, ער זעהט נישט קיין חלות. אבער דער ISTP ער זעהט קודם די Concrete וועלט, און נאכדעם די סודות דערין.

זיי דארפן צו זיין זייער לאגיש. ווי עלטער אלץ מער לאגיש. אבער זיי זענען דאך א P, דאס מיינט, אז סוף סוף קענען זיי הערן אנדערע מיינונגען אויך.

א ISTP וועט ווארשיינליך מיך אראפקוקן. ווייל איך נוץ באמת נישט קיין לאגיק אין מיין לעבן. א ISTP וועט זאגן: ער גייט מיט געפיל, ער לעבט מיט געפיל, מ'דארף לעבן מיט 'לאגיק'.

טעארעטיש דארפן זיי גוט קענען בויען. אפילו קאכן און באקן דארפן זיי גוט קענען. זיי זעען זייערע ארומיגע אלץ 'לאגישע Concrete אביעקטן' וואס איך האב זיי גוט ארויס. זיי לעבן נישט אין דמיון. נישטא ביי זיי אזא זאך אז יענער האט געטון עפעס צוליב ווייסעך וואסערע סיבה. זיי זעען קיינמאל נישט א פרעמדער וואס וואקט דורך אלץ א 'שפיאן', אדער 'טעראריסט.

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3414
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

תגובהדורך הערליך » מיטוואך יוני 12, 2019 5:22 pm

גוט גוט!

זאגסט דאך פיין.


אמאל פלעג איך נישט קענען סובל זיין קיין ען עף

פיין ארויסגעברענגט

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מיטוואך יוני 12, 2019 5:54 pm

הערליך האט געשריבן:גוט גוט!

זאגסט דאך פיין.


אמאל פלעג איך נישט קענען סובל זיין קיין ען עף

פיין ארויסגעברענגט

די מענטש אין דיין אוועטער קוקט אויס צו זיין א ISTP. און די ווארט 'הערליך' קומט פון Se.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3414
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

תגובהדורך הערליך » מיטוואך יוני 12, 2019 6:31 pm

יא יא, פארסט אין די ריכטיגע דיירעקציע

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מיטוואך יוני 19, 2019 2:13 am

נשמה האט געשריבן:ב"ה

איך טראכט אז ער איז א INFJ, אבער נאר איך טראכט. איך קלער.


ווער? די מהות פון דעם פערשוין וואס דו שילדערסט שפעטער, אדער דו באציסט זיך צו עפעס פון פריער?
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מיטוואך יוני 19, 2019 1:45 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:ב"ה

איך טראכט אז ער איז א INFJ, אבער נאר איך טראכט. איך קלער.


ווער? די מהות פון דעם פערשוין וואס דו שילדערסט שפעטער, אדער דו באציסט זיך צו עפעס פון פריער?

ניין. א מענטש מיט וועם כ'האב געשמועסט. אז ער איז א INFJ.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג יוני 20, 2019 3:36 pm

ב"ה

לויט מאיר בריגס סיסטעם, וואס גיבט אן אריינקוק אין די פונקציעס פון די מיינד, קען מען פארשטיין א וויכטיגע נקודה אין עבודת השי"ת. (די פונקציעס האט השי"ת באשאפן, ס'האט גארנישט מיט מאיר בריגס. דאס האט מיט'ן באשעפער, אזוי ווי דשינס האט מיט'ן אייבערשטן, און עס האט נישט מיט די סייענטיסטן)

לאמיר גוט איינ'חזר'ן, ס'דא Ne, און ס'דא Se. א Ne נוצט זיין מח צו כאפן און געדענקען, די אבסטראקט פון די קאנקריט וועלט. א Se נוצט זיין מח צו כאפן דעם קאנקריט וועלט. יעצט, לאמיר אביסל פארשטיין, דער Ne ער "זעהט" די אבסטראקט. ער האט מער יכולת - השי"ת האט אים געהאלפן צו האבן מער יכולת, צו זעהן די אבסטראקט. ס'איז נישט שווער צו פארשטיין אז א Ne און די זעלבע א Ni וועט מער זעהן די 'מלא כל הארץ כבודו'. און אז א Se וועט מער זעהן די 'הארץ' ווי די 'כבודו'. דאס איז דשאסט נאטורליך.

דאס איז א מציאות אינעם מיינד. איך האף איך שרייב גוט. איך וויל נאר רעדן צו די אלע Ne, אויב דו טרעפסט דיך רעדן צו איינעם וואס רעדט צו דיר אויף אן אופן וואס מאכט דיך פילן ווי דו לעבסט אין דמיון. טראכט א רגע: איז ער א Ne? אדער א Ni? אויב ער איז נישט קיין Ne אדער Ni, פארוואס דארפסטו האבן עגמת נפש?

ר' שרגא פליישמאן נ"י איז א INTP. ער רעדט אייביג פון לעבן מיט "העכערס" זיך מחבר זיין מיט "העכערס". א Se וועט פרעגן: פון וועכע העכערס רעדסטו? ער וועט פרובירן שטערקער צו קוקן אויף די Concrete וועלט, כדי דערפון ארויסצונעמען די "העכערס", און די צייט וואס א Ne זעהט ניטאמאל די קאנקריט וועלט.

איך האף איך שרייב זאכן וואס פעלט אויס צו שרייבן. ס'טוט מיר וויי, ווען א Ne אדער א Ni גייט שמועסן מיט א תלמוד חכם, אן ערליכער יוד, א ירא שמים, און ער גייט שמועסן מיט אים, און דער תלמיד חכם איז א Se, ער לעבט נישט מיט אבסטראקט. דער Ne וועט אים זאגן, אז ער פארשטייט אזוי גוט דאס ענין וואס ווערט געברענגט אין "מאור עיניים", און דער Se געט אים אזא עדיטוד, אז דו ביסט א בעל דמיון.

איך וויל נישט קיינעם אראפקלאפן. אבער זייער מעגליך אז דער Ne בחור'ל זעהט א טיפערע וועלט, ווי דער Se פופציג יעריגער תלמוד חכם. די הייליגער רבי ז"ל מסאטמאר, האט געזאגט: יעדער זאל לערנען די חסידישע ספר וואס אים ציהט.

ווען דער Ne בחור'ל טענה'ט: איך פארשטיי וואס די "מאור עיניים" מיינט צו זאגן, איך פארשטיי די עמקות דערפון, און אפילו אויב ער זאגט: איך ווייס וואס ס'מיינט ארויפגיין אין א העכערער עולם, קען אים נאר אפווענדן און שטעלן אויפן פלאץ א Ne.

לאמיר גוט טראכטן, און איך האף איך שרייב נישט קיין זאכן וואס איז נישט אזוי, אדער מ'דארף עס נישט שרייבן.

איך האב שוין אסאך געזעהן אינעם ענין פון עבודת השי"ת אין די שמועסן פון מענטש צו מענטש. איך האב געזעהן, אז יעדער האט זיך זיינע פונקציעס. איך קום נישט דא זאגן, נאר איין זאך: אויב דו ביסט אפילו א קליינער בחור'ל, און דו רעדסט דיך איין אז דו פארשטייסט טיפע זאכן אין קבלה, און דו שפירסט ווי איינער מאכט דיך אוועק, טראכט: ווער זאגט אז יענער איז א Ne אדער א Ni? מ'דארף זייער אכטונג געבן וויאזוי מ'לערנט דא אפ מיינע ווערטער. זייער אכטונג געבן.

ס'דא בחורים וואס זיי האבן יא פארשטאנען אדער ס'האט זיך זיי מער גע'דמיונ'ט בנוגע די אבסטראקט וועלט. ווי צום ביישפיהל די וועלט וואס ווערט געברענגט אין ליקוטי אמרים, אויב דו ביסט א Ne קען איך זעהן ווי דו שמייכלסט אז איך ברענג דעם ליקוטי אמרים פון רבי'ן ר' בער זצ"ל.

אוודאי ווען א בחור'ל קומט און הייבט אן פליען אין הימעל, און הייבט אן ווייסעכוואס, דארף מען אים זאגן: ר יוד, דו דארפסט דא זיין אויף דעם עולם, און פליה מיר נישט אין הימעל, לויט דיינע השגות, איך וועל דיך אויסלערנען וואס ס'מיינט פליען אין הימעל. מ'דארף דא זיין, און דייקא מתקן זיין די וועלט, לויט ווי ס'ליגט מיר אין קאפ, איז נישט כדאי פאר א בחור'ל צו ווערן א בעל דמיון.

אבער איך שטיי און איך טראכט, מיר קענען דען אננעמען יעדעמ'ס פונקציעס? איך בין למשל א ENFP, יא? און איך וויל יא פליען אין הימעל! דו לאכסט ווייל דו ביסט נישט קיין ENFP. דו לאכסט ווייל דו ביסט א ESFP. דערפאר לאכסטו. אקעי, אוודאי, לויט ווי איך געדענק, דארף מען הארעווען אויף זיך, אויסצוארבעטן די מידות, און דייקא פון דארט ווערט מען געהויבן. פיין.

אבער, איך ווייס נישט פארוואס? איך ווייס נישט פארוואס? איך וויל שרייבן ענינים, און אויב איינער זעהט אז מ'טאר אזוי נישט שרייבן זאל מיר זייער מוחל זיין, און מיך פאררעכטן.

ווען דער הייליגער בעל שם טוב וואלט געלעבט היינטיגע צייטן, וואלט מען אים געלאזט ווערן דעם בעל שם טוב? מ'וואלט אים געזאגט: פליה נישט אין הימעל, זיי נישט קיין בעל דמיון. אקעי, איך בין נישט דא צו פראמאטן דמיון. איך בין אלץ בחור'ל ממש געפלויגן אין הימעל, און לויט ווי מ'האט מיר אויסגעלערנט קומט אויס, אז מ'דארף דייקא לעבן מיט די וועלט.. און אפילו אין חסידות, מ'דארף מלקט זיין ניצוצות, דוקא פון די גשמיות און ארציות.

אבער איך וויל ארויסברענגען א נקודה, און די נקודה איז דעס: אויב א בחור'ל קומט און זאגט אז ער שפירט אז ער גייט מעולם לעולם ביי שמו"ע, ער ווייסט וואס דאס מיינט צו גיין מעולם לעולם, ער פארשטייט דאס, ער ווייסט טיפע ענינים, זאל מען אים זאגן: דו דמיונס'ט? און עס לאזן ביי דעם, און שוין?

איך האלט אז נישט. פארוואס דארפ'ן מיר דאס טון? פארוואס? אוודאי דארף מען זאגן פאר'ן בחור'ל, אז ס'דא פנימיות, און די פנימיות האט נאך טיפערע פנימיות, און די פנימיות האט נאך טיפערע פנימיות. און א מענטש דארף אסאך אסאך וויינען פאר די אייבערשטער ארויסצוקריכן פון גראבע תאווות כמובא בספר דרך אמת.

אבער פארוואס אים זאגן: דו לעבסט אין דמיון? פארוואס? טאטע אין הימעל פארוואס? אויב ביסטו א ENFP און דער בחור'ל איז א ENFP, שוין, קען מען זאגן, אז דו פארשטייסט אז יכול להיות אז דער בחור'ל ווייסט יא וואס דאס מיינט צו גיין מעולם לעולם, און דו פארשטייסט אויך וואו ער איז זיך טועה, און וואו מ'קען אים פאררעכטן, און שטעלן אויפן פלאץ.

צו וועט דאס מאכן אז מ'וועט זיך ארומדרייען און זאגן נבואות וואס מ'האט געהערט משמים, אדער אז מ'וועט זיך איינרעדן זאכן פאר מ'איז נאך רייף? איך האב נישט געזאגט אז מ'דארף נישט גיידן א בחור'ל, א יונגערמאן, אוודאי דארף א יונגערמאן גיידענס אין עבודת השם. אבער די חילוק צווישן זאגן פאר א בחור'ל ביסט א בעל דמיון. און אים זאגן: הער צו, דו שפירסט זייער גוט, דו פליהסט אין הימעל, אבער זאלסט וויסן אז ס'דא פון דעם נאך מער און מער און מער פנימיות. ס'האט א מהלך, ס'האט א וועג.

פארוואס זאל מען זאגן פאר א בחור'ל, דו ביסט בדביקות? עה, שטותים, וואס מיינט בכלל דביקות, אפשר ביסטו מיר מסביר וואס דאס מיינט דביקות? פארוואס זאגסטו אים דעס? זאג אים אזוי: דו ביסט בדביקות? נע, איך וועל דיר אויסלערנען וואס דאס מיינט ריכטיגע דביקות. אה, דאס יא. האסט נישט אוועקגעמאכט זיינע איידיעס.

דאס איז די מעלה פון ר' שרגא פליישמאן שיחי' לחיים ימים טובים ארוכים ולשלום. ער האט זיך גענומען די מיה און אנגעהויבן רעדן. ער האט אנגעהויבן זאגן זאכן וואס יעדער האט געטראכט, אבער נישט גענומען די מיה און געזאגט.

לויט ווי עס זעהט מיר אויס ביז היינט, איז דאס וואס די הייליגע רבי זצ"ל מסאטמאר האט אונז געלערנט זייער א ריכטיגע וועג אין עבודת השי"ת, און דאס שטומט מיט די דרך פונעם יושר דברי אמת. און פונעם דרך אמת.

לויט'ן דרך אמת לויפט עס אזוי.

א מענטש האט צוויי מהלכים וויאזוי זיך צו שפירן: איינס איז זיין חלק אלוק ממעל, און איינס איז נישט די חלק אלוק ממעל. די נישט חלק אלוק ממעל שפירט זיך, ווען מ'האט פיתויים וחמימום און כוחות וואס קומען פון 'תאווה', און מ'האלט נישט ביים אויפגעבן די תאווה. די נישט חלק אלוק ממעל שפירט זיך ווען מ'האט גבהות הלב. און די חלק אלוק ממעל שפירט זיך ווען מ'ווייסט ביי זיך אז נאר דער אייבערשטער קען מיך העלפן ארויסצוגיין פון תאווה. און איך קען נישט.

דאס מיינט אז ווען א מענטש פאלט אדורך, קען ער זאגן: איך בין דורכגעפאלן ווייל איך האב נישט באקומען הילף פון השי"ת זיך צו שטארקן אויף מיין יצר הרע, און איך קען טאקע נישט, אבער ער דארף צולייגן: איך האב נישט באקומען הילף פון באשעפער 1) ווייל איך האב נאכנישט באמת געוואלט ארויסגיין פון די תאווה, איך האב עס נאך געוואלט האבן אין מיר און 2) אויך ווייל איך האב געמיינט אז איך בין דער וואס קען זיך אפהיטן פון יצר הרע, איך האב פארגעסן ווער ס'קען מיך העלפן.

מ'דארף באמת וועלן ארויסגיין פון דעם תאווה. און אויך וויסן ווער ס'העלפט. א מענטש אז ער האט א גוטע טאג וואס ער איז נישט דורכגעפאלן, זאל נישט שפירן ביי זיך: זעהסט איך קען. נאר ער דארף שפירן: ס'איז מיר געלונגען, ווייל איך האב באמת געוואלט ארויסגיין פון דעם, און ווייל איך האב געשפירט אז איך קען נישט.

קוק: ווען א מענטש 'זעהט', קען ער זאגן: איך זעה? ער קען שפירן: איך זעה טאקע אבער ס'איז דער אייבערשטער וואס מאכט מיך זעהן. די זעלבע איז מיט ארויסקריכן אינגאנצן פון תאוות. א מענטש דארף געדענקען אזוי ווי ביי די אויג.

יעצט, קומט אויס, אז א מענטש קען שפירן דעם אייבערשטן. מ'רופט עס נישט שפירן דעם אייבערשטן, מ'רופט עס 'דביקות בה'.

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

ממש אזוי
שר האלף
תגובות: 1557
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

תגובהדורך ממש אזוי » פרייטאג יוני 21, 2019 12:01 am

זאג, נשמה, אז איך באמערק גאר שנעל זאכן, למשל א שינו אין יענעמס לבוש, אפילו גאר א קליינע, אדער אז יענער האט א נייע ציצית וואס שטעקט זיך ארויס א פערטל אינטש. וואס מיינט דאס אין די מייערס בריגס?

פון ווען איך געדענק מיך האב איך אייביג געהאט א זייער א שארפע אפכאפונג פון די וועלט ארום מיר, יעדע קליינע טויש וועט מיין מח גאר שנעל דעטעקטן.
דערפרישט אייך מיט אן אויסוואל פון איבער 500 אינספערעישענעל quotes! ווערט אפדעיטעד טעגליך.
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=25&t=36292

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » פרייטאג יוני 21, 2019 1:49 am

נשמה, איך האב געליינט און שטארק הנאה געהאט צו זען ווי איינער לייגט אזוי גוט אראפ די געדאנקען וואס איך טראכט שוין לאנג אין קאפ.

נשמה האט געשריבן:ווען דער הייליגער בעל שם טוב וואלט געלעבט היינטיגע צייטן, וואלט מען אים געלאזט ווערן דעם בעל שם טוב? מ'וואלט אים געזאגט: פליה נישט אין הימעל, זיי נישט קיין בעל דמיון.


מען האט אים דאס אויך געזאגט אין ת''ק לפ''ק.
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

מחשב
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » פרייטאג יוני 21, 2019 12:52 pm

כ'דארף האבן כאטש נאך איין ENTP... כ'ווער פארלוירן צווישן די F'ס...

עס איז דא אבסטראקט און מיסטעריע, עס איז דא טיפערס און העכער'ס, מיר ווייסן דאך אז די העכער'ס וואס מ'האט ביי אונז געלערנט, די רוחניות'דיגע פעלד, איז נישט סתם 'טעאריע' ח"ו אדער געדאנקען.. עס איז א פעלזן פעסטע קאנקריט מציאות! דער אמת'ע מציאות! עס איז א ריאליטעט וואס איז 'קלאר' 'געשניטן' און מסודר, און מ'קען דאס נישט בייגן.

אסאך מאל פיל איך אז ווען די ENFP'ס גייען אריין אין די מיסטישע וועלט, אין די בחינה'דיגע וועלט, ווערט אלעס אזוי 'בחינה'דיג' נו... כ'האב נישט קיין בעסערע ווארט... זיי גייען ווערן ברוגז ווען כ'גיי זיי קומען מסביר זיין אז די בחינה וואס זיי זעהן איז פונקט 'אזוי און אזוי'... אזוי טייטש זיך עס אפ, 'דאס און דאס' זענען די תוצאות, ווייל איך מאך דאס אויס אבסטראקט.. איך בין דאס מצמצם...

איך גלייב נישט אז מ'האט דאס געזאגט פארן בעל שם טוב הקדוש, ווייל עס האט געלעבט אין די עכטע וועלט פון די אבסטראקט. משא"כ דער בחור'ל. אוודאי דארף זיין חנוך לנער עפ"י דרכו, און אפילו אז דאס וואס ער פילט טראכט כו' קען צומאל זיין דמיון, און אזוי האט אים דער באשעפער באשאפען. דארף מען אים נישט אינגאנצן אוועקמאכן, נאר פרובירן עס צו מסדר זיין עס זאל יא זיין ווי מער ריכטיג און אמת.

בערך דאס ווילעך זאגן...
הוי מחשב...

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » פרייטאג יוני 21, 2019 1:07 pm

ממש אזוי האט געשריבן:זאג, נשמה, אז איך באמערק גאר שנעל זאכן, למשל א שינו אין יענעמס לבוש, אפילו גאר א קליינע, אדער אז יענער האט א נייע ציצית וואס שטעקט זיך ארויס א פערטל אינטש. וואס מיינט דאס אין די מייערס בריגס?

פון ווען איך געדענק מיך האב איך אייביג געהאט א זייער א שארפע אפכאפונג פון די וועלט ארום מיר, יעדע קליינע טויש וועט מיין מח גאר שנעל דעטעקטן.

ווארשיינליך Se.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » פרייטאג יוני 21, 2019 1:23 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:נשמה, איך האב געליינט און שטארק הנאה געהאט צו זען ווי איינער לייגט אזוי גוט אראפ די געדאנקען וואס איך טראכט שוין לאנג אין קאפ.

נשמה האט געשריבן:ווען דער הייליגער בעל שם טוב וואלט געלעבט היינטיגע צייטן, וואלט מען אים געלאזט ווערן דעם בעל שם טוב? מ'וואלט אים געזאגט: פליה נישט אין הימעל, זיי נישט קיין בעל דמיון.


מען האט אים דאס אויך געזאגט אין ת''ק לפ''ק.

התגברות השטן איז אלעמאל געווען. איך האב בעיקר געוואלט ארויסברענגען די נקודה אז מ'זאל זייער אכטונג געבן וויאזוי מ'מאכט אן "אפעראציע" אויף א בחור'ל. יעדע טעאריע, האט זיך אנגעהויבן מיט דמיונות. יעדע השגה הייבט זיך ערגעץ אן. דערפאר טראכט איך אז יונגע חברה קענען צומאל וויסן מער ווי עלטערע, ווייל די יונגע האבן נאכנישט באשלאסן אז ס'איז פלעין דמיון. און די עלטערע לאזן זיך אפ פון "דמיונות". איך רעד נישט פון בנין נערים סתירה.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » פרייטאג יוני 21, 2019 1:33 pm

יש להעיר אבער איך בין אליין נישט קלאר.
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » פרייטאג יוני 21, 2019 1:35 pm

נשמה; עס זענען דא מענטשען וואס זענען מאטיווירער, האסט גערעדט פון זיי אינעם אניאגראם אשכול ביים דרייער, וועלכע פונקציע (פונקציעס) איז דאס ?
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » פרייטאג יוני 21, 2019 1:40 pm

מחשב האט געשריבן:כ'דארף האבן כאטש נאך איין ENTP... כ'ווער פארלוירן צווישן די F'ס...

אין טעאריע דארפסטו זיין גאנץ קלוג. ליקוטי מוהר"ן דארפסטו לכאורה ליב האבן צו לערנען. די הייליגע ספר.

עס איז דא אבסטראקט און מיסטעריע, עס איז דא טיפערס און העכער'ס, מיר ווייסן דאך אז די העכער'ס וואס מ'האט ביי אונז געלערנט, די רוחניות'דיגע פעלד, איז נישט סתם 'טעאריע' ח"ו אדער געדאנקען..

צוצוקומען צו די עכטע געדאנקען, האט השי"ת באשאפן אז מ'זאל דאס קענען אויפכאפן מיט "טעאריע". אברהם אבינו שטייט אין ספר יצירה וואס מ'האט געזאגט תיקון ליל שבועות,

וכיון שצפה (נוסח אחר: שראה) אברהם אבינו ע"ה והביט וראה וחקר והבין וחקק וחצב וצרף ויצר ועלתה בידו, נגלה אליו אדון הכל הושיבו בחיקו ונשקו בראשו (נוסח אחר: על ראשו) קראו אוהבו ושמו בשמו וכרת לו ברית לו ולזרעו עד עולם שנאמ' והאמין בה' ויחשבה לו צדקה. כרת לו ברית בין עשר אצבעות רגליו והוא ברית מילה, כרת לו ברית בין עשר אצבעות ידיו והוא ברית לשון. קשר עשרים ושתים אותיות בלשונו, והמקום גילה (נוסח אחר: וחמקו וגילה) לו סודו. משכם במים דלקם באש רעשם ברוח בערם בשבעה (נוסח אחר: בשלהבת) נהגם בי"ב מזלות. אד"ג. (נוסח אחר: א'ד'נ'):

דאס וואס דו שרייבסט: ס'איז נישט סתם טעאריע אדער געדאנקען, מיינסטו צו זאגן, עס איז נישט אזוי ווי מיינע טאריעס, אדער געדאנקען, וואס איך האלט אין איין וואקלן צו ס'איז אמת צו נישט, נאר די רוחניות'דיגע פעלט איז אמת. און אוודאי, איז עס אמת. דאס איז נישט געבליבן אין די פעלד פון טעאריע, דאס איז געווארן באשטעטיגט אלץ אמת.

די יודן ביים בארג סיני האבן 'געזעהן' די רוחניות'דיגע פעלד. זיי האבן נישט גענוצט די שכל דאס חוקר צו זיין, נאר זיי האבן דאס פארשטאנען מיט איינמאל. זייער שכל האט דאס פארשטאנען מיט איינמאל, מיט א קלארקייט. אברהם אבינו האט: הביט וראה וחקר והבין וחקק וחצב וצרף ויצר ועלתה בידו. אלעס הייבט זיך אן וואו? טעאריע. יא, יא, דאס וואס דו טוסט מיט דיין Ne און Ti. אבער געדענק דעם רמב"ם, מ'דארף האבן א ברייטן דעת וכו' וכו'.

עס איז א פעלזן פעסטע קאנקריט מציאות! דער אמת'ע מציאות! עס איז א ריאליטעט וואס איז 'קלאר' 'געשניטן' און מסודר, און מ'קען דאס נישט בייגן.


פון דעם זעה איך ווי ווייט דו ביסט א ENTP. דארפסט דיך דערמאנען אז ס'דא אזא זאך ווי א אמת'ע רוחניות'דיגע מציאות. א ריאליטעט וואס איז 'קלאר' געשניטן. אוודאי איז דאס קלאר געשניטן. דאס האבן דאך די יודישע קינדער געזעהן ביים בארג סיני. אלעס האבן זיי געזעהן.
אסאך מאל פיל איך אז ווען די ENFP'ס גייען אריין אין די מיסטישע וועלט, אין די בחינה'דיגע וועלט, ווערט אלעס אזוי 'בחינה'דיג'

חחח.

א ENFP דארף וויסן, אז ס'דא די אמת'ע וועלט, ס'עקזיסטירט פאר זיך אן מיין מחשבה, און אן קיינעמ'ס מחשבה. נאר וויפיל איך בין דאס משיג, דאס האט מיט וויפיל השי"ת וועט מיך העלפן דאס צו משיג זיין. אז אזוי איז עס. נישט אז די רוחניות'דיגע וועלט עקזיסטירט נאר אין קאפ.
נו... כ'האב נישט קיין בעסערע ווארט... זיי גייען ווערן ברוגז ווען כ'גיי זיי קומען מסביר זיין אז די בחינה וואס זיי זעהן איז פונקט 'אזוי און אזוי'... אזוי טייטש זיך עס אפ, 'דאס און דאס' זענען די תוצאות, ווייל איך מאך דאס אויס אבסטראקט.. איך בין דאס מצמצם...


איך פארשטיי נישט. דו אליין טראכסט דען נישט באופן בחינות? דו ביסט דאך א ENTP? דו ווילסט דען מצמצם זיין? נאר אפשר די Ti איז א מצמצם. און די Fi נישט. די Fi בלייבט ביים בחינה. ס'איז אלעס א בחינה.

איך גלייב נישט אז מ'האט דאס געזאגט פארן בעל שם טוב הקדוש, ווייל עס האט געלעבט אין די עכטע וועלט פון די אבסטראקט. משא"כ דער בחור'ל.

דאס זאג איך. וואס וועט זיין אז דו וועסט אנקוקן א בחור'ל מיט די זעלבע אנהייב ווי דער "בעל שם טוב". איך מיין נישט דער בעל שם טוב, איך מיין א "בעל שם טוב". יעדער קען אנקומען, מיין טענה איז אז מ'זאל דאס נישט אפקלאפן.
אוודאי דארף זיין חנוך לנער עפ"י דרכו, און אפילו אז דאס וואס ער פילט טראכט כו' קען צומאל זיין דמיון, און אזוי האט אים דער באשעפער באשאפען. דארף מען אים נישט אינגאנצן אוועקמאכן, נאר פרובירן עס צו מסדר זיין עס זאל יא זיין ווי מער ריכטיג און אמת.

בערך דאס ווילעך זאגן...


והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » פרייטאג יוני 21, 2019 2:29 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:נשמה; עס זענען דא מענטשען וואס זענען מאטיווירער, האסט גערעדט פון זיי אינעם אניאגראם אשכול ביים דרייער, וועלכע פונקציע (פונקציעס) איז דאס ?

די דרייערישע איגו, קען האבן צו טון מיט פארשידענע פונקציעס. די דרייערישע איגו, איז א איגו וואס האלט זיך אן אז ער זאל נישט טון זאכן וואס מאכן אים ווייניגער ארויפגעקוקט וואס עס ווערט ביי די ארומיגע אנגעקוקט אלץ 'וועליו', און ער זאל יא טון זאכן וואס מאכן אים יא וועליוד. אנדערש ווי א אכטער וואס וויל מצליח זיין, מיט וואס ער וויל מצליח זיין, ער וויל אויספירן וואס ער וויל. א דרייער וויל זיך האלטן אין די וועליו פון די ארום.

Fe קען איך שפירן קען ווייזן אויף א דרייערישע איגו. ווייל ער וויל געפעלן פאר די וועליו פון די ארומיגע. ENFJ קענען זיין דרייער. טאוני ראבינס איז א דרייער, און ער איז א ENFJ. א ENFJ מוזן נישט זיין דרייערס. טעארעטיש קענען זיי זיין זעקסערס אויך. און זיי וועלן נוצן די פונקציעס צו זעקסערן. א זעקסער איז א איגו וואס האלט זיך צו די שפיר פון סעקיוריטי. וועט ער נוצן די Fe צו זעהן ווער פון די מענטשן זענען אים געטריי.

ס'ווענט זיך וואס דו רופסט אן א דרייער, ווערזעס די אמת'ע דרייערישע איגו.

איך ווייס אויף א ESFJ, וואס מ'האט געזאגט אויף אים אז ער איז א זעקסער, און אפשר א פירער, און פארשידענע האבן געזאגט אויף אים דרייער, און אפשר גאר איינזער, און למעשה איז ער געגאנגען צו ר' שרגא פליישמאן נ"י, און ר' שרגא האט מיט אים געכאפט א טיפער שמועס, און אים געפרעגט שאלות, און ס'האט זיך אים ארויסגעשטעלט אלץ א ניינער מיט א פעסטן אכטער פליגל. און בכלל נישט קיין זעקסער, אפילו מ'זעהט אויף אים שטארקע זעקסערישע שטריכן, האט ער אבער נישט קיין זעקסערישע איגו.

א זעקסערישע איגו איז א פסיכיק וואס האלט אן צו טון אזאנע אויפפירונגען וואס גרעניצן זיך ארום 'זיך האלטן אין סעקיוריטי זאנע'. ער אבער איז א איגו וואס גרעניצט זיך ארום די ניינערישע איגו, ארום: זיין בשלום מיט יעדעם, און אויך אויספירן פונקטליך וואס ער וויל. דהיינו אכט. יא, יעצט, א חכם לשעבר קען איך זיין. איך קען זאגן: טאקע, טאקע, קוק, ער איז דאך אזא ניינער. וואס זעקס? א ניינער.

שוין

און דער הייליגער באשעפער זאל שוין העלפן.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

מחשב
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » פרייטאג יוני 21, 2019 2:56 pm

נשמה האט געשריבן:ליקוטי מוהר"ן דארפסטו לכאורה ליב האבן צו לערנען. די הייליגע ספר.


נו פארדעם האב איך שוין אדורך געקוקט רוב שטיקלעך...

צוצוקומען צו די עכטע געדאנקען, האט השי"ת באשאפן אז מ'זאל דאס קענען אויפכאפן מיט "טעאריע". אברהם אבינו שטייט אין ספר יצירה וואס מ'האט געזאגט תיקון ליל שבועות,


ווער זאגט אז דאס איז טעאריע? אפשר גייט דאס אזוי: אויב אזוי 'מוז' דאך זיין 'אזוי'.. ממילא 'מוז' דאך אויסקומען כך וכך, דאס איז נישט סתם טעאריע, דאס איז חקירה. "וחקר והבין".

נו... כ'האב נישט קיין בעסערע ווארט... זיי גייען ווערן ברוגז ווען כ'גיי זיי קומען מסביר זיין אז די בחינה וואס זיי זעהן איז פונקט 'אזוי און אזוי'... אזוי טייטש זיך עס אפ, 'דאס און דאס' זענען די תוצאות, ווייל איך מאך דאס אויס אבסטראקט.. איך בין דאס מצמצם...


איך פארשטיי נישט. דו אליין טראכסט דען נישט באופן בחינות? דו ביסט דאך א ENTP? דו ווילסט דען מצמצם זיין? נאר אפשר די Ti איז א מצמצם. און די Fi נישט. די Fi בלייבט ביים בחינה. ס'איז אלעס א בחינה.

איך וויל נישט מצמצם זיין. איך וויל עס קלאר ארויסהאבן, כ'וויל עס גוט קאטאגאריזירן. נישט פארוואסערט. אויטאמאטיש געשעהט א געוויסע צמצום.

דו נשמה קענסט נישט שרייבן קיין קורצע תגובות... דו קענסט נישט שרייבן 'דער פוינט' וואס דו ווילסט זאגן און גיין ווייטער, דו וועסט אלץ רעדן ארום און ארום אז דער ליינער זאל אליין כאפן די שפיטץ וואס דו ווילסט ארויסברענגען. פארוואס איז דאס אזוי? ווייל איך טראכט אז דו שפירסט אז אויב דו שרייבט קורץ איז עס עפעס אזוי 'געהאקט', מצומצם. לאז זיך אביסל צוברייטערן.. זיך צו-וואסערן.. לאז דער געווירבל פונעם מוח ארויס אויפן פאפיר אזוי ווי ס'איז ארגינעל אינעם מח, נישט קאנצעטריר גיב א תמצית כו'. בין איך גערעכט?

אני הקטן מאוד בין פארקערט, בעצם גלייך איך ארויסצוקומען ווי קערצער, ווי שארפער. מיינע תגובות וואס איך קאמיוניקעט מיט דיר איז פון מיינע לענגסטע תגובות, און דאס קומט פון מיין FE פונקציע, כ'קום אריין אין 'מייער בריגס אשכול' איך שפיר און פיל דער הלוך ילך.. כ'פיל ווי אזוי דו האסט ליב קאנווערסעישנס, און אז כ'האב אזא געפיל טוה איך אזוי...

כ'ווייס אז פאר דיר ENFP שמעקט נישט אזא התנהגות.. דו ווילסט מיר זאגן: "זיי דיר... נישט קאפי..." אבער נשמה זיסער, אזוי גייט דאס ביי די FE'ס, איך בין אWער צו דעם אז אזוי גייט דאס ביי מיר, און ס'איז נישט דוקא קאפי, אסאך מאל איז עס אז דו ווילסט אז דיינע ווערטער זאלן ווערן דערהערט מוזטו דאס זאגן לויטן מקבל'ס שניט. (אסאך מאל יא אסאך מאל נישט.. כ'האב נישט קיין כח אויסצושליסן יעדע זאך).

גראדע ווען איך צוברייטער מיר יא, האב איך הנאה, ווייל כ'האב בעצם הנאה פון ברייטקייט. אין א געוויסע זין דערלייד איך אויך נישט קיין צמצום, אבער נאר ווען די אי צמצום נעמט נישט אוועק די קלארקייט. בקיצור דאס איז איינע פון די קאמפליקאציעס און הפכיים פונעם ENTP...

וואס איך וויל ארויסברענגן איז, ביים בחור'ל ווען ער גייט מעולם לעולם, איז דאס ווייל ביי אים עולם מיינט בערך אזא לופטיגע באלי... און 'גיין' מיינט אז דער מענטשנ'ס הענט ווי א פליגל.. און מ'גייט אריין אין דעי נעפל וואס הייסט עולם.. אבער ווען ער זאל וויסן פונקט וואס מיינט דאס עולם, און וואס מיינט דאס גיין.. און אז ס'גייט זיך נישט אזוי.. וואלט ער נישט אזוי גע'דמיונ'ט. דער מציאות איז אז ווען כ'גיי קומען מסביר זיין פאר א ENFP פונקטליך ווי אזוי 'המתקת הדינים בשרשן' ארבייט... גייט ער נערוועז ווערן.. "פאק עס נישט אריין אין אזא באקסל.." פארשטייסט וואס איך זאג?.. (כ'פיל אז כ'ברענג עס נישט אזוי גוט ארויס.. די משלים זענען לאו דוקא, ס'איז דער געדאנק).

בעצם אין דער געדאנק בין איך מער ווייניגער מסכים, ס'איז נאר אויף דעם וועג און צוגאנג ווי אזוי דו האסט דאס אראפגעלייגט וואס האט מיר דערמאנט אונזענע פונאנדערשידן.

כ'וויל ארויסברענגן נאך נקודות אבער ס'איז שוין שפעט, דער שבת'דיגע גייסט שפרייט שוין אויס איר פליגלן אויפן האריזאנט..
הוי מחשב...

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » פרייטאג יוני 21, 2019 2:57 pm

בס"ד

איך וויל נאכאמאל איבערגיין די דרך פונעם דרך אמת.

ווען א מענטש איז א קאנפליקט, איין חלק פון אים וויל חלילה טון פארקערט ווי די רצון השי"ת, און איין חלק וויל אבער יא זיין אפגעהיטן, האט ער צוויי ברירות וויאזוי ער קען זיך שלאגן אקעגן די תאווה.

איין ברירה איז, איך וויל זיין אפגעהיטן, איך גיי מיך שלאגן צו זיין אפגעהיטן, איך בין א מענטש וואס איז אפגעהיטן. ער באנוצט זיך מיט זיין 'איגו' צו זיין אפגעהיטן. (איגו מיינט די וועג וויאזוי א מענטש האלט זיך שטייף, וויאזוי דער מענטש האלט זיך אן צו א געוויסע אינערליכער מצב, וואס עס לוינט אים ענדערש) דאס קען ברענגען חלילה צו נערווען. דער מענטש ווערט שטייף, ער ווערט טייט, ער ווערט אנגעשטרענגט...

נאכדעם איז דא אזוי: רבש"ע האב רחמנות אויף מיר, איך וויל זיין אן ערליכער יוד. [איך וואלט געטוישט די ווערטער אויף: איך וויל זיין נאנט צו דיר... דער הייליגער צאנזער רב זצ"ל האט געזאגט אז מ'טאר נישט וועלן זיין אן ערליכער יוד...] (דהיינו, פון איין זייט, וויל איך זיין אזוי ווי דו ווילסט. איך וויל זיין נאנט צו דיר, און נאר אז מ'לאזט זיך אינגאנצן אפ פון די תאווה איז מען נאנט צום באשעפער) די יצר הרע ברענט אין מיר, (פון די אנדערע זייט...) טאטע וואס זאל איך טון, נאר דו קענסט מיר העלפן, (דהיינו, איך קען מיך נאר מבטל זיין צו דיר) האב שוין רחמנות אויף מיר...

דער מענטש שפירט די אֵשׁ פונעם יצר הרע, די יצר הרע זאגט אים, רייס דיך אויף, געב נאך, טו מעשה בהמה. אבער דער מענטש וויל נישט. סאו, דער מענטש זאגט: איך טאר נישט, דער אייבערשטער לאזט נישט. דער עיקר איז: איך געב מיך אויף פאר די רצון פון השי"ת. דער מענטש ווערט נישט טייט, ער ווערט נישט שטייף, ער שטרענגט זיך נישט אן. ער שלאגט זיך נישט דערקעגן מיט זיין איגו, ער זאגט נישט: איך גיי מיך נישט לאזן. איך גיי מיך אנשטרענגען. נאר ער טראנספארמירט זיך צום רצון השי"ת. לשעבד בזה תאוות ומחשבות לבי לעבודתו ית"ש

נישט קיין חילוק ווי שטארק די פייער פון יצר הרע זאל (נישט) זיין, וועט דער מענטש אבער זיך איינהאלטן און נישט טון וואס דער יצר הרע וויל פון אים, נאר ער וועט זיך איבערגעבן צו די רצון פון השי"ת. דאן געשעהט א טראנפארמעשאן. אבער נישט אז דער מענטש שטארקט זיך מיט די איגו, נאר פארקערט, די איגו ווערט בטל.

(איגו מיינט די וועג וויאזוי א מענטש האלט זיך שטייף, וויאזוי דער מענטש האלט זיך אן צו א געוויסע אינערליכער מצב, וואס עס פארשטייט אז עס לוינט אים ענדערש)

יעצט, כדי צוצוקומען צו דעם. כדי צו קענען לעזן דעם קאנפליקט אויף די ריכטיגע אופן, מוז מען קודם זיין אין קאנפליקט מיט דער תאווה. דער מענטש מוז האבן דערמיט א קאנפליקט. ער מוז זיך וועלן קעגן שטעלן קעגן די תאווה. ער מוז האבן גענוג סיבות פארוואס ער זאל זיין דערמיט אין קאנפליקט. אויב ער וויל נישט באמת ארויסגיין פון די תאווה, איז דאך נישט דא א קאנפליקט.

אוודאי קען מען זיך נאר איבערגעבן אין די הענט פון השי"ת, צום רצון השי"ת, אז דער אייבערשטער זאל אים העלפן.

דאס וואס ער זאגט אז א מענטש דארף זאגן: איך קען נישט ארויסגיין פון די תאווה, נאר דער אייבערשטער קען מיך העלפן. מיינט, איך = דהיינו מיין איגו, (איגו מיינט די וועג וויאזוי א מענטש האלט זיך שטייף, וויאזוי דער מענטש האלט זיך אן צו א געוויסע אינערליכער מצב, וואס עס לוינט אים ענדערש) קען זיך נישט האלטן אנטקעגן דעם תאווה. דער מענטש מוז סורענדערן. ער מוז זיך מבטל זיין צום רצון השי"ת.

א איגו האלט זיך הייליג. א איגאו האלט זיך ריין. א איגאו האלט זיך בקדושה. אבער דאס קאסט כוחות. א ערליכער יוד האלט זיך נישט, א ערליכער יוד איז זיך מבטל.

א מענטש קען זיך שלאגן קעגען דעם תאווה מיט די איגו. ס'איז מעגליך. נאר ער קען אויך ווערן אנגעשטרענגט. די ריכטיגע וועג איז אז מ'דארף זיך מבטל זיין פאר די רצון פון השי"ת.

נישט: איך דארף מיך האלטן ריין! נאר: איך בין מיך מבטל פארן אייבערשטן.

די פשט פונעם דרך אמת איז נישט: איך קען נישט, און איך מוז דורכפאלן... די פשט איז: איך קען נישט. איך מוז זיך מבטל זיין צום באשעפער. ווען די יצר הרע ברענט זייער שטארק, אויב מ'שלאגט זיך דערקעגן מיט: איך גיי מיך נישט לאזן פון דיר, דאס איז נישט די וועג. די וועג איז: איך קען מיך נישט לאזן פון דיר, ווייל דער אייבערשטער לאזט נישט. איך מוז אויפגעבן אויף מיינע תאוות... איך געב מיך איבער אין די האנט פון באשעפער. דאס מיינט די ניגון: נאר דו קענסט מיר העלפן.

דער מענטש איז זיך מבטל צו העכער פון אים. צום אייבערשטן.

והשם הטוב יעזור. ווען איך וועל מער פארשטיין דעם דרך אמת, וועל איך עס אי"ה מיטטיילן.
לעצט פאראכטן דורך נשמה אום פרייטאג יוני 21, 2019 4:59 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » פרייטאג יוני 21, 2019 3:12 pm

מחשב האט געשריבן:איך וויל נישט מצמצם זיין. איך וויל עס קלאר ארויסהאבן, כ'וויל עס גוט קאטאגאריזירן. נישט פארוואסערט. אויטאמאטיש געשעהט א געוויסע צמצום.


Ti בתקפו. הער גוט, איך בין א Ne אבער נאר א Ne. די Fi איז וואס? די Fi האט שוין נישט מיט לאגיק. ווידעראום דו ביסט א Ne פלאס א Ti. דאס איז שוין חקירה. וחקר = Ne והבן = Ti.

דו נשמה קענסט נישט שרייבן קיין קורצע תגובות... דו קענסט נישט שרייבן 'דער פוינט' וואס דו ווילסט זאגן און גיין ווייטער, דו וועסט אלץ רעדן ארום און ארום אז דער ליינער זאל אליין כאפן די שפיטץ וואס דו ווילסט ארויסברענגען. פארוואס איז דאס אזוי? ווייל איך טראכט אז דו שפירסט אז אויב דו שרייבט קורץ איז עס עפעס אזוי 'געהאקט', מצומצם. לאז זיך אביסל צוברייטערן.. זיך צו-וואסערן.. לאז דער געווירבל פונעם מוח ארויס אויפן פאפיר אזוי ווי ס'איז ארגינעל אינעם מח, נישט קאנצעטריר גיב א תמצית כו'. בין איך גערעכט?

דו ווילסט מיך פארשטיין מיט דיין Ti? דו קענסט מיך נישט פארשטיין מיט דיין Ti? כדי מיך צו פארשטיין דארפסטו נוצן געפיל. געב א קוק: איך קען נישט שרייבן צום שפיץ. איך האב נישט קיין שפיץ. פארקערט, אדרבה... הלוואי וואלט איך געהאט א שפיץ... איך קען עס נישט גרייכן.

אני הקטן מאוד בין פארקערט, בעצם גלייך איך ארויסצוקומען ווי קערצער, ווי שארפער. מיינע תגובות וואס איך קאמיוניקעט מיט דיר איז פון מיינע לענגסטע תגובות, און דאס קומט פון מיין FE פונקציע, כ'קום אריין אין 'מייער בריגס אשכול' איך שפיר און פיל דער הלוך ילך.. כ'פיל ווי אזוי דו האסט ליב קאנווערסעישנס, און אז כ'האב אזא געפיל טוה איך אזוי...

ווייטער Ti בתקפו. דאס איז די סיבה פארוואס די ראשונים האבן געשריבן קורץ. ווי קערצער, ווי שארפער. Ti בתקפו. חילך לאורייתא.
כ'ווייס אז פאר דיר ENFP שמעקט נישט אזא התנהגות.. דו ווילסט מיר זאגן: "זיי דיר... נישט קאפי..." אבער נשמה זיסער, אזוי גייט דאס ביי די FE'ס, איך בין אWער צו דעם אז אזוי גייט דאס ביי מיר, און ס'איז נישט דוקא קאפי, אסאך מאל איז עס אז דו ווילסט אז דיינע ווערטער זאלן ווערן דערהערט מוזטו דאס זאגן לויטן מקבל'ס שניט. (אסאך מאל יא אסאך מאל נישט.. כ'האב נישט קיין כח אויסצושליסן יעדע זאך).

גראדע ווען איך צוברייטער מיר יא, האב איך הנאה, ווייל כ'האב בעצם הנאה פון ברייטקייט. אין א געוויסע זין דערלייד איך אויך נישט קיין צמצום, אבער נאר ווען די אי צמצום נעמט נישט אוועק די קלארקייט. בקיצור דאס איז איינע פון די קאמפליקאציעס און הפכיים פונעם ENTP...

זאגסט זייער גוט. מצד דיין Ne ווילסטו ברייטקייט, און מצד דיין Ti ווילסטו די שפיץ, און אויב דער שפיץ האט נאך א שפיץ, געב מיר נאר יענע שפיץ, די איבעריגע פעלט נישט אויס.
וו
אס איך וויל ארויסברענגן איז, ביים בחור'ל ווען ער גייט מעולם לעולם, איז דאס ווייל ביי אים עולם מיינט בערך אזא לופטיגע באלי... און 'גיין' מיינט אז דער מענטשנ'ס הענט ווי א פליגל.. און מ'גייט אריין אין דעי נעפל וואס הייסט עולם.. אבער ווען ער זאל וויסן פונקט וואס מיינט דאס עולם, און וואס מיינט דאס גיין.. און אז ס'גייט זיך נישט אזוי.. וואלט ער נישט אזוי גע'דמיונ'ט.

(נאכן לאכן פון די וועג וויאזוי דו לייגסט עס אראפ) לאו דוקא. איך אלץ בחור'ל האב פארשטאנען וואס דאס מיינט גיין מעולם לעולם. אז די מחשבה פון די מענטש ווערט נתעלה. און דער מענטש באקומט א אנדערע סארט עקזיסטענץ. איך האב עס נישט פארשטאנען, איך האב עס געפילט. איך לאך פון די וועג וויאזוי דו לייגסט עס אראפ. ניין, איך רעד פון געהעריג פארשטיין. אדער בערך פארשטיין.

דער מציאות איז אז ווען כ'גיי קומען מסביר זיין פאר א ENFP פונקטליך ווי אזוי 'המתקת הדינים בשרשן' ארבייט... גייט ער נערוועז ווערן.. "פאק עס נישט אריין אין אזא באקסל.." פארשטייסט וואס איך זאג?.. (כ'פיל אז כ'ברענג עס נישט אזוי גוט ארויס.. די משלים זענען לאו דוקא, ס'איז דער געדאנק).

יא, ווייל א Fi בלייבט נאר מיט די Ne פון די אבסטראקט וועלט. מה שאינו כן דער Ti, ער קומט מיט א פערטיגע באקס.

שוין והשם הטוב יעזור על דבר כבוד שמו מעתה ועד עולם
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: א פיינע מענטש, אחת ואחת, בשבילי נברא און 24 געסט