מייערס בריגס - די 16 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » זונטאג מאי 11, 2014 5:30 pm

זאלער מיט אויל!
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » זונטאג מאי 11, 2014 7:38 pm

זאלער
די טעסט וואס דו האסט אנגעוויזן ווייזט עפעס נישט די ריכטיגע זאך...
עפעס הייבט נישט אן צו שטומען
און איך האב געגעבן ריכטיגע ענטפערס.
אנדערע טעסטס האבן יא געוויזן מער ריכטיג
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2574
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » זונטאג מאי 11, 2014 7:50 pm

גלייכגילטיג האט געשריבן:פעידזש בוקמארקד. ישר כח טייערע חברים. וועל מיר מאכן צייט צו לעזן אייערע ווערטער.
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » זונטאג מאי 11, 2014 7:57 pm

דא
קען מען אויך מאכן א טעסט.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

פאר דוקא
שר חמש מאות
תגובות: 716
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 21, 2011 11:36 am

תגובהדורך פאר דוקא » זונטאג מאי 11, 2014 9:07 pm

יישכ

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » זונטאג מאי 11, 2014 9:55 pm

ערשטע פאר
IE
מיט וואס האט דער מענטש מער שייכות. צו וואס איז ער זיך מער מתייחס.
I מיינט אז ער האט מער שייכות מיט די אינערליכער וועלט
E מיינט אז דער מענטש האט מער שייכות מיט די דרויסענדיגער וועלט

צווייטער פאר
SN
פון וואו נעמט דער מענטש ענדערש זיין אינפארמאציע.
S פון זיינע פינף חושים
iN פון זיין אינטואישן (אינטואישן מיינט לכאורה קלארע אינפארמאציע וואס ליגט אוועקגעלייגט הונטערן -באוואוסטזיין, דערפאר איז עס אינפארמאציע וואס מ'קען נאר שפירן אבער מ'קען נישט זאגן פארוואס מ'שפירט אזוי.)

דריטער פאר
TF
טוט אנצייכענען וויאזוי דער מענטש בעפארצוגט צו מאכן א באשלוס אדער אנאליז.
T מיינט דער מענטש נעמט 'זיך' ארויס פונעם בילד און מאכט א ראציאנאלער באשלוס אדער אנאליז.
F מיינט אז דער מענטש פילטערט די אינפארמאציע לויט זיינע אייגענע געפילן.

פערטער פאר
JP
ווייזט אן צו דער מענטש באשלוסט טאקע אן אפמאך, שנעל, און געגאנגען ווייטער... כדי צו בלייבן מסודר...
אדער ער דארף עס נאך דורכטראכטן... און וועט ענדערש זיין ספאנטאניש און ענדערש נישט באשלוסן...

J מיינט ער באשלוסט אדער וואס ער האט דורכגעטראכט מיטן קאפ; ראציאנאל, אבסטראקט. אדער מיט 'זיך' אינעם בילד.

P מיינט ער באשלוסט טאקע נישט. נאר ער ווארט אויף נאך אינפארמאציע וואס ער וועט ארייננעמען אדער מיט זיינע פינף (ניין) חושים אדער מיט זיין אינטואישן...

ווארטן מיר אלע אויף זאלער זאל אראפציפן פון זיין צייט. אבער מיר מוזן איהם געבן גענוג צייט ער זאל עס רואיג קענען דורכטון די נושא...
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2574
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » זונטאג מאי 11, 2014 10:20 pm

אנטשולדיגט ״נשמה״ פארן אריינהאקן, איז דעי מהלך דאס פון אדהאנס בוך ״נפש האדם״?
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » זונטאג מאי 11, 2014 10:24 pm

גבולני?
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

פער בריסטאו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3459
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 13, 2013 8:36 pm

תגובהדורך פער בריסטאו » זונטאג מאי 11, 2014 10:25 pm

וועלעכע מעשינערי האט איר?
My Life Has Become More And More Colorful

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2574
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » זונטאג מאי 11, 2014 10:25 pm

יא, מופנם-מוחצן, רגשי-קונקרטי וכו׳
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » זונטאג מאי 11, 2014 10:26 pm

@ פער בית שטארקע מאשינערי
סראסטעט נאר
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » זונטאג מאי 11, 2014 10:27 pm

עקבי הצאן האט געשריבן:יא, מופנם-מוחצן, רגשי-קונקרטי וכו׳

יא פון דעם רעדט מען דא
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

פער בריסטאו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3459
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 13, 2013 8:36 pm

תגובהדורך פער בריסטאו » זונטאג מאי 11, 2014 10:29 pm

ז-פ-א-ל און וואס איז אייער קוועשין?
My Life Has Become More And More Colorful

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2574
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » זונטאג מאי 11, 2014 10:29 pm

א שיינע נושא, געליינט יארען צוריק סייער הנאה געהאט, כ׳מיין אז מ׳קען עס דאונלאודען בחנם פון איר וועבסייט, כעל עב נאכזוכן אי״ה און לינקן דא.
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » זונטאג מאי 11, 2014 10:38 pm

פער בריסטאו האט געשריבן:ז-פ-א-ל און וואס איז אייער קוועשין?

זאג נאר 'פער' אפשר ווייסטו וואס טאקע דער חילוק איז צווישן ארייננעמען אינפארמאציע פון די פינף חושים vs. אריינעמען אינפארמאציע מיטן אינטואישן;זעקסטן חוש.?
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

פער בריסטאו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3459
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 13, 2013 8:36 pm

תגובהדורך פער בריסטאו » זונטאג מאי 11, 2014 10:42 pm

איך האב נישט קיין אהנונג וואס....
Just טיט וואס איך הייס אייך...
My Life Has Become More And More Colorful

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » זונטאג מאי 11, 2014 10:48 pm

אהא איז דער איז א דזשאדזשער מער. און אן עקסטראווערטס.
אקעי
גוט...
וואס געשעהט יעצט...
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

פער בריסטאו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3459
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 13, 2013 8:36 pm

תגובהדורך פער בריסטאו » זונטאג מאי 11, 2014 10:49 pm

אקעי איך האב עס געדריקט
My Life Has Become More And More Colorful

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1948
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » מאנטאג מאי 12, 2014 1:23 am

די אנעאגראם האב איך שוין לאנג צוריק שטודירט, און דורכגעליינט איבער א דריטל פון מרים אדהאן'ס אווערנעס, אבער אין קורצן, איך האב זיך נישט געטראפן דארט. ווידער אין די בריגס-מייערס סיסטעם בין איך באקוועמער, ווייל איך האב עס פארשטאנען. געכאפט. געפילט. (נוץ וועלכע ווארט ס'פיט פאר דיר).

ווי נשמה זאגט, דארף איך נאך זייער אסאאך שטודירן די נושא עס ארויסצוהאבן על בריו, אויף עס צו קענען מסביר זיין מיט מיינע אייגענע ווערטער און מיין אייגענע אפראוטש, און נוצן מיינע משלים, וואס לויט מיין פארשטאנד וועט עס דער צוהערער שנעלער און בעסער פארשטיין. - ווי מיינע מלמדים פלעגן זאגן, אספעלט אין הסברה, פעלט אין הבנה. (און אין הסברה איז כולי עלמא מודי אז ס'האט זיי געפעלט…).

אבער לויט וויפיל צייט איך האב (נישט) געהאט, האב איך זייער הנאה געהאט פונעם אריינפיר פון די איינע פון די גרויסע פארשער אין דעם צוגאנג, אז…

1) ס'איז נישט געהאקט. זעכצן און געפינישט. נאר וואס דען? ס'דא זעכצן פונקטן פון וואו א מענשט "הייבט אן". זעכצן געוויסע שטריכן פון וואו דער מענשט וואקסט אריין אין די וועלט.
אבער עז א פערסן גראוז, יעדן טאג וואס א מענשט וואקסט, וואקסן מיט אלע חושים, און דער מוח, און אלעס ווערט אויסגעשארפט און געשליפן - יעדער אויף זיין לעוול, און לויט פון ווי ער קומט, און אויך די מציאות וואס האט יעדן געצוואונגען צו וואקסן. אזוי, אז עט די ענד, איז אין יעדע קולטור דא געוויסע שטריכן וואס דערגרייכט למחצה לשליש ולרביע, און מ'האלט זיך צום דרך הממוצע.

2) היות יעדער פארשטייט אלעס אנדערש, קען קיין שום סיסטעם נישט דערציילן פאר דיר איבער יענעם דעם אמת. ווייל אפילו דו האסט עפעס אן אחיזה איבער יענעם'ס טיפ, האסטו נישט געהאט א פריוויו פון יענעם'ס לעבן די ביסל צייט וואס דו ביסט געווען מיט, אדער די ביסל וואס יענער גיט זיך אויס ברבים, אדער די ביסל צייט וואס יענער שרייבט אויף אייוועלט… וכדו'.
יעדער האט דאך אויסערדעם שעות אויף שעות וואס ער שטעלט זיך נישט פאר פאר קיינעם, אבער דער מענשט אליין ווייסט וואס ער גייט דורך אין יענע צייטן אויך. דעריבער קען א מענטש נוצן א סיסטעם נאר אויף צו באשליסן ביי זיך וועלכע טיפ ער איז "געווען" ווען ער איז געבוירן געווארן. פון וואו ער איז געוואקסן, און פארוואס געוויסע זאכן זענען אים שווער געווען.
אויך, היות א מענטש וואקסט אייביג, קען ער ביי זיך גרינגער פארשטיין פארוואס געוויסע קומען אים אן ממש פון זיך אליין, ווידער אנדערע זאכן - הגם ער קען עס אויספירן - מוז ער אבער זיין אויסגערוהט דערצו, און וועט עס קיינמאל נישט טון מיד. און אויב/ווען יא, איז ער גאראנטירט א מאסיווער דורכפאל.

3) כמעט אלע פון די סיסטעםס זענען אנאליטיקל סייקאלידזשי, דהיינו עס ס'איז געבויט אויף די טיפן און מציאות'ן פון מענשטן וואס זענען שוין אין צווייטן טייל פון זייער לעבן, און האבן שוין א מעגליכקייט צו נוצן דעם קאפ אויף צו פארשטיין דעם קאפ, און אנאליזירן זיך אליין, און אויספירן געוויסע טשעינדזשעס געבעיסד אויפ'ן קאוטקאם, אן דערנאך זיך נאך אמאל זעלבסט אנאליזירן. א בחינה פון דערגיין דעם אמת לאמיתו פון זיך אליין, און זיך טוישן, און נאכדעם זיכער מאכן צי מ'האט זיך טאקע געטוישט, דאס וואס יעדער קאצקער יונגערמאן האט זיך געמוטשעט אפאר שעה פאר יעדן שחרית צו דערגרייכן.
והיינו, נישט אז די טיפן זענען א מציאות אין די בריאה אלס א טיפ אין וואס א מענשט ווערט דערין געבוירן און אזוי שטארבט ער. נאר ס'דינט בסך הכל ווי א נייעס-באריכט אויפ'ן עבר פארוואס עפעס איז דיר יא אדער נישט געגאנגען, און מצד איזהו חכם הרואה את הנולד כבר, קענסטו אויסרעכענען וואס ס'קען געשען אלץ א ריעקשן צו א פאסירונג, און זיך פארשריבן וויאזוי דו זאלסט זיך פירן איבער צו קומען דיינע נאטורליכע נייגונגען, און טון וואס ס'איז ריכטיג.

ובזה החלי, אן אריינפיר.

דער גאנצער מייערס-בריגס (און נאך פאפולארע) סיסטעמס זענען געבויעט אויפ'ן רעיון קארל יאנג (וואס דער רעיון שטייט שוין אין אלע ספרי קודש, תנ"ך, ש"ס, מדרשים, ראשונים ואחרונים), אז דער שכל האדם האט א גרויסער חלק וואס איז בכלל נישט געבינדן צו קיין גשמית'דיגע רוחני. ס'איז דא א קאנטשעס מיינד, וואס צו דעם קען א מענטש צוקומען מיט זיין מחשבה. מ'קען עס הענדלען מיט אן רוחני'דיגע טול, דהיינו קאנטשעסנעס. אבער ס'דא א חלק אנקאנטשעסנעס (בינה) וואס מ'קען עס נישט הענדלען דירעקט. ס'איז דא, ס'טוט זייער אסאך אינעם סדר/צוגאנג/סיסטעם וויאזוי א מענטש טראכט, באשליסט (עווענטועל), פארשטייט, כאפט זאכן אויף דער וועלט, אבער ס'איז מיט דעם אלעם העכער פונעם מענשט, און קיינער קען עס נישט דירעקט דערגרייכן.

ולא עוד, נאר אז דער חלק שכל/מחשבה/כח העיון וואס איז יא געבינדן צום סייקי/נפש פונעם איז אזוי ווייניג ווי דער שפיץ פונעם אייזבארג וואס מ'קען זען, און קעגן דעם איז כמעט ניינציג פראצענט וואס איז נעלם, ממש ווי מ'זינגט ביי של"ס, השכל הנעלם מכל רעיון, מאין תמצא והיא נעלמה.
דהיינו אז ס'איז דא א באהאלטענער כוח אינעם מענטש וואס דער מענטש אליין קען עס נישט אנכאפן, אן ס'איז אויך דא א חלק מוח/מחשבה וואס איז אין קאנטאקט מיט די וועלט - דורך די חושים.
און דאס איז דער 'איך' פון יעדן מענטש, דער וואס האט א מוח, געפילן, רצוניות, און א נאז, און פיס, די אידענטיטעט פונעם מענטש.

דאס איז אויך קלאר, אז דער מוח פונקציאנירט פיזיש אין סינאפסיס, עלעקטערישע טשארדזשעס, און דאס ברענגט א רוחני'דיגע רעזולטאט פון השגה, מחשבה אד"ג. און די איינציגסטע וועג וויאזוי דער מוח קען פארשטיין וואס א טשארדזש מיינט באמת איז נאר דורך די קאנעקשאן צו די וועלט וואס געשעט דורך די פינף חושים. דאס געט דעם מוח מיינונג. מינינג. דאס מיינט דאס, און דאס מיינט דאס. קיין אנדערע וועג האט קיינער נישט צו פארשטיין דעם עולם העשיה. (וואס נאר דורך דעם קען מען פארשטיין העכערע באגריפן. ווייל דער מוח האט נישט דעם טול משיג צו זיין א קאמפלעט נייע זאך אן דעם וואס ער זאל האבן דערויף א באגריף וואס די השגה מיינט).

מ'קען נישט מסביר זיין פאר א קינד אז ס'הייס און אז ער קען זיך אפבריען. ער האט נישט דעם כח אין מוח משיג צו זיין וואס הייס מיינט, ביז… ער בריעט זיך אפ, און עס טוט וויי, און ער האט 'דערשפירט' היץ. יעץ ווייס ער שוין וואס היץ מיינט. און פון היינט און ווייטער גייט דער מוח שוין קענען אויסרעכענען ווארעמקייט, און פייער, אד"ג. די זעלבע איז קעלט, און די זעלבע איז סיי וועלכע טעם אדער פילינג א מענטש האט. ווייל דער מוח אליין קען זיך אליין נישט פארשטיין.

אבער יעץ אז דער מוח האט שוין עפעס משיג געווען, איז די שאלה וואו גייט דער מוח זיך אפגעבן מיט די אינפארמאציע. גייט ער עס נעמען און אנטוויקלען און אנהייבן צוצושטעלן אלע מאל וואס דער מוח האט שוין געשפירט די מין געפיל און עס לעיבלען אלס ווארעמקייט, און דער מוח גייט שוין האבן ארבעט ביז אלע מינע געפילן פון דעם סארט גייען זיין פארשטאנען אז ס'איז די זעלבע. אדער גייט דער מוח נאר וויסן פון דעם, און פון היינט און ווייטער ווען אימער ס'גייט אים אויסקומען צו נוצן די אינפארמאציע וועט ער עס נוצן.

נאך א משל. א קינד כאפט אז ס'דא זאכן וואס מ'קען צעקייען און אראפשלינגען און ס'גוט. ביז א קורצע צייט - נאכדעם וואס דאס קינד פרובירט אריינצונעמען אין מויל און בייסן און קייען אלעס וואס עס טרעפט - פארעמט זיך די אינפארמאציע איבער עסן. אין לויף פון די יארן וואקסט די ליסטע צו פארשידענע מינים מאכלים, זיסע, זויערע, פעטע, ציפעדיגע, זאלציגע, ביטערע, קאלטע, הייסע, געשטיקלטע, געקלעבטע, אד"ג.

וואס טיפער אין מוח איז אלעס מער די זעלבע, ווייל לגבי די טיפקייט פון מוח איז עס טאקע נאר איין זאך, און דאס איז עסן. - דאס וואס מ'דארף האבן צום לעבן. אבער וואס מער מ'קריכט ארויס פונעם מוח אויף ארויס צו די ממשות'דיגע גשמיות'דיגע וועלט - וואו ס'איז מערערע חילוקים פון עסנווארג, ווייל די חושים נעמען עס אנדערש אויף - דארט ווערן געפארעמט מערערע פעמיליעס פון עסן, מילכיגס, פליישיג, געוואוקסן, פרישע, טריקענע, געבעקס, וואס אלע זאכן זענען נאך אלץ בלויז עסן, אבער ס'איז שוין מער צעהאקט לויט פעמיליעס, וואס יעדע פון די פעמיליע האט געוויסע כאראקטעריסטיקס וואס לייגט זיי אין די פעמילי.

יעץ אויב איז אמת אז א מענטש שפירט אז ער שטארבט ממש פאר הונגער, און ער קערט באמת נישט וואס ער באקומט, דארף ער בסך הכל בעטן עסן. ווייל ער איז יעצט אינעם מצב אז ביי אים איז באמת נישט חילוק וועלכע עסן ער באקומט זיך צו דערכאפן דאס הארץ.

וואס טוט זיך אויב איינער פאר אן עולם "ברענגטס מיר עפעס צו עסן." האט ער גערעדט פון א ספעציפישע זאך? יא. אן עסנווארג.
אבער פארשטייט יעדער פון וואס ער רעדט? אויסדרוקליך ניין. קען זיין אז אפאר האבן אויך צוגעטראפן וואס ער האט אין זיין קאפ, ווייל ביי זיי אין קאפ מיינט עסן אויך דוקא די מינע עסן ספעציפיש, אבער אויב וויל ער אז מ'זאל אים ברענגען עפעס א געוויסע ספעציפישע מאכל וואס ליגט אים אין קאפ ווען ער זאגט 'עסן', מוז ער זיך בעסער מסביר זיין, דהיינו ארויסקריכן פון זיין קאפ נאך מער, ארויסקומען אויף דער וועלט נאך מער בפרטית און זאגן, "איך מיין פרוכט."

שוין ווייסן מיר שוין אז מ'רעדט נישט פון פלייש, פיש, אייער, וועדזשטבלס, געבעקס, אד"ג, ווייל ער האט געזאגט 'פרוכט'. אבער ס'קען מיינען פון פיינעפל ביז באנענע. זיס, זויער, טרוקן, נאס, קלעפעדיג, רינעדיג, דיקע שאלעכץ אדער דינע. אויב אבער זאגסטו 'סיטרוס' פרוכט האסטו ארויסגעשניטן טויזענטער אנדערע פרוכט, און יעדער הייבט און צו כאפן פון וואס דו רעדסט. (נישט אז דער עולם הייבט אן אנצורופן 'עסן' ציטרוס פרוכט. ביי זיי איז עסן דאס וואס זיי האבן געטראכט ביז יעצט. אבער זיי האבן באקומען א באריף אין דיין וועלט, וואס ביי דיר מיינט עסן. אבער זיי ווייסן נאכנישט צי די ווילסט אתרוג, ליים, לעמאן, אראנדזש, גרעיפפרוכט אדער גאר פעשנפרוט. אז דו זאגסט, געב מיר אן אראנדזש, ווייסט יעדער וואס דו ווילסט, און אויך אז ביי דיר מיינט 'עסן' אראנדזשעס.

ווייסמיר שוין אז יעדער האט א אינסייד חלק אין מוח וואו האט טייטשן, מיינונגען - א גאנצע וועלט מיט ספעציפישע אפטייטשן וואס יעדער נוצט די זעלבע ווארט אבער ס'מיינט ביי יעדן אנדערש. ווייל ביי מיר אין מיין קאפ מיינט דאס ווארט "איך" איך (זאל ער קומען), און ביי דיר מיינט דאס ווארט "איך" (נשמה, מתבונן, דרייסטקייט) דאס וואס אויב איך וויל אנקומען צו זעלבן מכוון נוץ איך דאס ווארט "דו"… און די זעלבע פארקערט, ביי דיר מיינט דאס ווארט "דו" איך (זאל ער קומען), און דאס ווארט איך דו….

שטימט? א מחי'...

קומט אויס אז כדי צו קענען פונקציאנירן אויף דער וועלט דארף מען ארויסקומען פון אינעווייניג אין קאפ און האבן א קאנעקשן מיט די אויסערליכע וועלט, אינדערויסן אין די אויסערליכע וועלט.

דאס כאפן די חילוקים פון די טיפן פונעם מענטש, וויאזוי ער קומט ארויס פון מוח, און וויאזוי ער פירט זיין קאנעקשן. צו קומט ער ארויס אינגאנצן צום מאטריאליסטישן חלק און בלייבט אינדרויסן, און ווען ס'קומט אים אונטער עפעס אן אינפארמאציע, א נייע השגה, א נייע באגריף שיקט ער עס אריין אין קאפ בבחינת פשט העני את ידו לפנים והניח… ער בלייבט אינדערויסן אבער ער פארשטייט עפעס א נייע זאך, און געט עס א לייג אריין אין מוח אויפ'ן שעלף און שוין. נעקסט….
ווען ס'עט אים אויספעלן וועט ער עס אפירזוכן פונעם שעלף אבער יעץ כעת בין איך אינדרויסן און ס'אינטערסירט מיט נישט וואס טוט זיך דארט אינעווייניג.

ווידער זענען דא מענטשן וואס בלייבן אינעווייניג ווי דער יונגערמאן פונעם פת שחרית טרעקל ביים גרויס'ן ביהמ"ד אין מאנראו… ער שטעקט קוים ארויס די נאז געוואויר צו ווערן וואס ס'טוט זיך אינדרויסן, אבער איינמאל ער באקומט א גרויסן ארדער, מאכט ער צו די פענסטער, און מאכט זיך באקוועם אינעווייניג, און איז מסדר אלעס אויף אלע שעלווס… ער האט שוין וואס. ער האט שוין באקומען אן השגה, א באגריף. נו קום'דזשע אהער באגריפעלע, לאמיר זען וויאזוי דו הייסט, און וואס דו קענסטן אלץ טון, און וויפיל קאלירן קען מען דיר אנטון, און ביי וויפיל געלעגנהייטן גייט מער דיר קענען מיטנעמען….

איז אזוי. יעדער מוז האבן אן אינעווייניג, און יעדער מוז זיין אינדרויסן אויך. די שאלה איז נאר וואו ביסטו דאס מערסטע באקוועם, און לויט דעם וויל איך וויסן נאך אפאר הויפט רילעיטעד אישוס לגבי וויאזוי דו באגייסט זיך מיט דעם אינפוט/אוטפוט סיסטעם. דהיינו דו דארפסט דאך פאקן אינפארמציע כדי משיג צו זיין באגריפן, וויאזוי האסטו ליב צו הענדלען די אינפארמאציע. ווי אן אינסיידער וואו אלע אינפארמאציע ביטס ווערן געסטארעדזשד, און היות די אינפארמאציע איז 'רוחני' חכמה, און דער סטארעדזש איז אויך רוחני הענדלסטו עס ווי א חכמה'דיגע זאך, און דו לאזט עס ארום פליען פרייווייליג ווי פייגל אין זייער ריזיגע נעסט, אדער היות די דברי חכמה זענען אנגעקומען פון דרויסן באציעסטו זיך צו זיי ווי צו אן אוטסיידער, וואו אלעס מוז האבן א פלאץ און גארנישט קען נישט פליען צו שנעל. ווייל ס'איז א מאטריאליסטישע וועלט. (דאס איז די סענסינג/אינטואישן חלק).

נאכדעם וויאזוי באנוצטו זיך מיט דיין אריינגעפאקטע אינפארמאציע? וויאזוי באשלוסטו וואס ס'איז וואס, ווען די טיים קאמס? היות דו דארפסט פאסן באשלוסן איבער זאכן פון די דרויסנדיגע וועלט, באגייסטו זיך דערצו אלץ מאטריאליסטע סיטואציע, אדער למעשה ווערט דער באשלוס געפארעמט אין קאפ אינעווייניג, און דארט אינעווייניג איז נישטא גיין מאטריאל, און מ'קען זיך מסדר זיין אזוי רוחני'דיג. נישטמירנישטדיר, נישט אהער און נישט אהין, און מ'נישט צופארן דערמיט. (דאס איז טינקינג/פיעלינג חלק).

און ווען דו ביסט למעשה אינדרויסן, וויאזוי באגייסטו זיך מיט אלעס ארום? ווילסטו אלעס זאל קלאפן לויט די מאטריאליסטישע אויסערליכע כללים, וואס למעשה איז מען דאך דא? אדער היות דו האסט עכט ליב צו זיצן אינעווייניג, איז הגם דו ביזט ארויסגעקומען באציעסטו זיך אבער צום גאנצן ארום מיט אין אינעווייניגליכע צוגאנג. (דאס איז די דזשאדזשינג/פרעסיווינג חלק).

דעטס איט.

יעץ מיט די לעיבלס, נעמען וואס דער מייערס-בריגס האט צוגעטיילט צו יעדע פון די דערמאנטע מציאות'ן.

עקטראווערזשן און אינטראווערזשן מיינט פניו אל העם אדער פניו אל הכותל.
צו ביסטו ארויסגעקומען פון דיין קאפ און דו לעבסט אינדרויסן, אדער דו נוצט טאקע די באגריפן פון דרויסן אויפ'ן ממשות'דיגן עולם, אבער בלויז גענוג אויף כדי צו קענען צוריק אריינלויפן און נוצן די פאור-טולס וואס דער קאפ שטעלט צו, וואס דו קענסט נאכנישט נוצן קעגן מאטריאליסטישע מציאות'ער.

אן עקסטראווערט ווערט אנגערופן איינער וואס האט ליב ארויסצוגיין פיזיש אויך זיך צו טרעפן מיט אנדערע מענשטן, (ווייל ער לעבט אויף די מאטריאליסטישע וועלט, וואס ס'דרייען זיך ארום נאך אסאך מענטשן.
א גוטער רעדנער. - ווייל ער רעדט פון די סאמע אויסערליכסטע טיילן פון דער מציאות, און יעדער פארשטייט ווען ער רעדט פון אראנדזשעס, און מ'ווערט נישט צעמישט.
האט ליב צו זיין אין שנעלע-פאזע ענווייראנמענט. - ווייל אויב גייט אלעס שנעל אין מציאות, דעמאלט לעבט זיך… ווייל ער פירט זיין לעבן דארט אינדרויסן.
וועט ענדערש אויסלופטערן איידיעס מיט אנדערע. - ווייל ער קען און ער איז אינדרויסן, און האט נישט קיין געדולד אריינצוגיין אינעווייניג. (וואו ער וועט אליין דארפן נוצן זיין קאפ אויפצוקומען מיט גוטע איינפאלן).
האט הנאה צו זיין דער סענטער אוו אטענשן. ווייל אטענשן געשען אינדרויסן אויף די מאטריאליסטשע וועלט, וואו ער לעבט און שפרודלט.

אן אינטראווערט ווערט אנגערופן איינער וואס איז צוריקגעצויגן. (וואס מיינט צוריקגעצויגן? ווער האט איינעם אהין געצויגן אז ער האט זיך צוריק געצויגן?… געצויגן פון וועמען? און וואו? נאר דאס מיינט אז ער איז אין זיין קאפ, אוטאמאטיש, ווען א צווייטער - וואס איז נישט אין זיין קאפ - קוקט אויף אים זייענדיג אינדרויסן, זעט ער אז יענער איז נישט דא! זייער צוריקגעצויגן ווערסעס געצויגן צו מיר דא אינדרויסן).
ער איז פריוואט. - קעגן יעדן וואס לעבט נעבן זיין וועלט. ער פאר זיך איז נישט פריוואט, ער איז בלויז אין זיין קאפ, אבער ווערט אנגערופן בפי ההמון וואס איז יא אינדרויסן, פריוואט, ווייל ער שעירד נישט זיינע אינערליכע באגריפן.
האט ליב א רואיגע ענווייראנמענט. - כדי צו האבן די צייט און געלעגנהייט אלעס מסדר צו זיין אינעווייניג, ווי ער געפונט זיך רוב טאג, דבר דבור אל אופניו. ווער אלץ ס'קען מעטשן מיט דעם נייעם באגריף.
וועט אלעס דורכטראכטן אין קאפ. - ווייל ער וואוינט אין קאפ, און האט ליב דעם קאפ מיט אלע אירע סיסטעמס וויאזוי דער קאפ פראסעסד און סטארד אינפארמאציע, און וויאזוי דער מוח שיקט עס ווען ס'פעלט אויס וכדו'.
וועט ענדערט אבזערוון ווי זיין דער סענטער אוו אטענשן. - פון וואו ער קען נוצן זיין קאפ אויף צו טראכן אינטערעסאנטערע זאכן ווי איידער זיין אינדערמיט און מוזן קעיר נעמען פון די דרויסנדיגע מציאות.

נמשיך בס"ד
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

תגובהדורך נישט » מאנטאג מאי 12, 2014 1:52 am

זאל ער קומען, די רעדסט באמת צו דער זאך אין טיף,
בעיקר האב איך הנאה פון דעם וואס די ביסט נישט צוגעקלעבט צו איין געוויסע שיטה,
נאר יעדע מענטש וועט נעמען געווענליך די שיטה וואס כאפט מער זיין נאטור,
אויב ס'איז שייך פאר דיר וואלט איך געוואלט בעטן זאלסט צוזאמענעמן אלע שיטות וואס איז בכלל דא און זייער נעמען און לינק'ס צו זיי אויב שייך, אפשר אויך א תמצות גאר בקיצור אויף יעדע איינס פון זיי
איך מיין אז יעדער וועט הנאה האבן דערפון צו זעהן וואו קאלירפול דאס איז

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מאנטאג מאי 12, 2014 7:54 am

זאלער גייסט ווען דו האלסט ביי S iN האלסטו שוין ביים שאלה "וויאזוי האנדעלסטו מיט די אינפארמאציע" אלץ א דבר חכמה אדער אלץ מער מאטריאליסטיש.
אבער איך האב אפגעלערנט אז S N איז די פראגע "וויאזוי נעמסטו בכלל אריין די אינפארמאציע" מיט דיינע פינף חושים אדער מיט דיין אינטואישן...

די חילוק איז א מענטש גייט אויפן גאס א סענסעט נעמט אריין נאר די אינפארמאציע וואס ער באקומט מיט זיינע פינף חושים און א אינטואיסט נעמט אריין די אינפארמאציע וואס ער פארשטייט מיט זיין אינטואישן...
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1948
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » מאנטאג מאי 12, 2014 10:08 am

נשמה, כעל צוריק קומען צו דיין פראגע/באמערקונג ווען כעל ענדיגן מסביר זיין - לויט ווי זע און פארשטיי - אלע זעכצן חלקים.
קען זיין אז דעמאלט וועט שוין נישט אויספעלן עקסטער צו פארענטפערן ספעסיפיקס ווייל ס'עט שוין סייווי זיין געדעקט.
אז נישט וועל איך דעמאלט זיך באפאסן מיט די דיטעילס.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

דרייסטקייט
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 12:31 pm
לאקאציע: אינמיטן א דרייסטע אקט...

תגובהדורך דרייסטקייט » מאנטאג מאי 12, 2014 11:59 am

ברוך השם. די באן פארט...
שפרינג אריין מיט א דרייסטקייט! דערשרעק דיך נישט!

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מאנטאג מאי 12, 2014 3:17 pm

זאל-ער דו שרייבסט זאפטיג...
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1948
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » מאנטאג מאי 12, 2014 3:37 pm

נשמה האט געשריבן:זאל-ער דו שרייבסט זאפטיג...

נשמה, דיר רינט עס פון הארץ ארויס, אבער כ'בעטעך, לאז אביסל נאך מיט די קאמפלימענטס, איך גלייך נישט קיין קריעם.
לייגט צו אביסל גבורה צו דיין חסד א'סאל נישט זיין צי סאך. ודפקום יום אחד ומתו כל הצאן…
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: zwe, אחת ואחת, משהלע, ראש חדשים און 23 געסט