כלל ישראל שוהל אין וואדבוירן

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

כלל ישראל שוהל אין וואדבוירן

תגובהדורך leiby » מיטוואך אוגוסט 08, 2012 12:50 pm

די לעצטע פאר יאר האב איך א מנהג צו נעמען א וואך צוויי וואקאציע אין די מאונטעינס (קעטסקילס בלע"ז), אינמיטן די וואך איז נישט אזוי אנגעשטויסן און מ'קען זיך ארום דרייען אביסל עקספלארען אלע געגענטער (א פארט פון די וואקאציע)
אביסל באטראכטן אלע פארשטיפטע פלעצער, היסטארישע פלעצער, געוויסע האבן אפילו אידישע היסטאריע, ס'וואלט גוט געווען צו האבן אזא אשכול ווי יעדער קען מיטטיילן די ידיעות פון זיין געגענט, ווי בתי מדרשים, פלעצער ווי מ'קען זיך ארויסזעצן למשל א וואסער, אדער סתם שיינע וויואס.

לעצטענס בין איך געגאגנען אין די נייע וואדבוירן שיהל אנגעפירט דורך ר' מרדכי יונגרייז שליט"א אדמו"ר מניקאלשבורג ער איז שוין באקאנט אין ב"פ מיט זייין אהבת ישראל מיטן מקרב זיין אידן פון אלע סארטן לאביהם שבשמים.
פאר צוויי יאר צוריק האט ער אפגעקויפט די שטאטישע וואדבוירן שיהל נאכן זיין פארמאכט און פארלאזט פאר א וויילע ער האט עס אויפגעפרישט און צוביסלעך ווערט עס אויפגעכאפט.
די עיקר חן פונעם שיהל איז די רב אליין, ער שטייט ביים טיר און נעמט אויף יעדעם פערזענליך זאגט אין קורצע ווערטער די היסטאריע פון שוהל און ווייזט אן ווי די נעקסטע מנין שטעלטסוך, נאכן מנין שטעלט ער זיך אויף באגריסן דעם עולם און רעדט א מינוט צוויי איבער די היסטאריע פון דעם שוהל קודם אין ענגליש נאכדעם אין אידיש און איבער זיין כולל מסירות נפש.
גלייך נאכדעם גייט ער אראפ באגריסן די וואס גייען שוין אהיים, אבער פארן אהיים גיין דארף מען מאכן א ברכה, אויפן טיש איז אנגעגרייט פון אלעם גוטן צוצובייסן (קוק דעם בילד) א בחינה ווי שומר שבת,
דאנערשטאג איז דא טשאלענט וכל טוב.
ביים ארויסגיין ווייזט ער מיר אן ווי אינגעלייט לערנען זאגענדיג אז דאס איז נאר א דאנק זיין מסירות נפש כולל פון צופרי, מ'לערנט זיך אפ פון זיי צו לערנען... ער איז מסביר אז ס'הייסט מסירות נפש ווייל די אינגעלייט מטשענען זיך אנצוקומען פארטאגס דורך היטשעס,
א עלעטערע איד הערענדיג וואס ער זאגט האט ארויסגענומען געלט פארן כולל מיינענדיג אז דאס איז זיין ציל זאגט ער יענעם קלאר אז ער פאנרעיזד נישט בכלל, יענער האט זיך אזוי געבעטן אז ער וויל האבן א חלק האט ער צוליב געטיהן און גענומען די געלט נישט פארן אויפשרייבן יענעמס נאמען מיט די מאמעס נאמען אין זיין רויטע ביכל..
(ער לייגט מיר צי אז אסאך וואונטשן אים אן אז מ'איז מקנא זיין עולם הבא, ער פארשטייט נישט די ברכה, וואס עפעס שיקט מען אים אוועק ער האט נאך אסאך אויפצוטיהן אויף דעם עולם...)
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » מיטוואך אוגוסט 08, 2012 12:57 pm

פאר ווידיאויס זוכט אויף גוגל Woodbourne Shul ~ Rabbi Jungreis
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15206
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מיטוואך אוגוסט 08, 2012 1:50 pm

kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4863
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מיטוואך אוגוסט 08, 2012 1:58 pm

דא האבן מיר שוין צוגעצייגט ווער עס איז געווען דער רב פונעם שוהל בעת איר גרינדונג.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com
מורשת חכמי אמעריקא

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4863
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מיטוואך אוגוסט 08, 2012 2:28 pm

(פארראכטן געווארן מיט הוספות)


נאך הרב גאלדינג ווייס איך נישט ווער עס האט איבערגענומען דאס רבנות, אבער שוין ביי תשכ"ה ווערט הרב נחום לאסקין -דער וועלכע האט שפעטער פארנומען דאס רבנות אינעם אוטוסוויל טורמע- דערמאנט אלס רב פון וואודבוירן, ער האט דארט געדינט ביז אום תש"ן ווען עס איז איבערגעגעבן געווארן פאר הרב מנחם בועז וועלכע האט עס אנגעהאלטן ביז תש"ס ווען ער האט אפגעטרעטן דערפון און זיך געצויגן קיין לעיקוואוד (איך דערמאן זיך טאקע אז איינער פון די מאנטיסעלאוער אדוואקאטן האט מיר דערציילט וויאזוי הרב לאסקין האט איהם צו געגרייט פאר זיין בארמיטצווע).

היינט האבן די וואודבוירן'ער אידנטוהם א זכי' אויפצוהאלטן דעם געליבטער ניקלשבורגער רב שליט"א, און כלל ישראל האפט און וואונטשט אז ער זאל מאריך ימים זיין על מלכתו מיט בריות גופא און כל הטוב.

אין המאור איז דא עטליכע מאמרים פון איינער א הרב שמואל זינגער וועלכע שרייבט זיך אונטער מלפנים אב"ד וואודבוירן, ווייס איך אבער נישט צו זיין רבנות באלאנגט אהן צו דער דאזיגער שוהל, און אויב יא ווייס איך נישט וועלכע יאהרן ער איז דארט געווען, ווארום אין תשמ"א שרייבט ער זיך אונטער אלס אב"ד דביהמ"ד החדש בבראנקס.

נאך איינער פון די וואודבורן'ער רבנים איז געווען הרב צבי דוב סאלניצא וועמענס פאטער הרב שמואל סאלניצא האט מחבר געווען רב אין די בראנקס און מחבר געווען א ספר מיט נאמען חזון שמואל, און אויך געווען א בראנקס'ער איידעם ביי הגאון ר' שמעון מרדכוביץ רב דקהילת אנשי אמת. הרב סאלניצא איז אויפגענומען געווארן צו זיין פאסטן אין תש"כ, איך בין נישט באקאנט אין וועלכע קהילה און ווילאנג זיין שטעלע האט אנגעהאלטן.

מיין נעקסטע תגובה שרייב איך שוין בע"ה אלס שר שלשת אלפים!
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com
מורשת חכמי אמעריקא

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2012 1:31 am

קוקט אויס ווי מ'קען צוטיילן מיין תגובה און אפטיילן צוזאמען מיט בן בוזי'ס פאר א פרישע אשכול איבער היסטאריע פון די קעטסקילס, גראדע האב איך אויך באזוכט די ביה"ח אין פארקסוויל.

אגב די עיקר האב איך פארגעסן די שמש געט צו צום שומר שבת טעם, די וויליאמסבורגע קענען אים גוט..
איינער פון דארט האט מיר געשיקט זאגן אז ער האט עס נישט אפגעקויפט און די אלטע מתפללים מאכן אים צרות ס'שמעקט זיי נישט אז ס'ווערט א חסידישע סענטער, זיי לאזן אים נישט אריינלייגן עירקאנדישאן, דערווייל איז טאקע נאר דא פענס.
צוריק צו מיין ערשטע חלק דער עולם קען זיך אנרופן וואס מ'ווייסט פון אנדערע געגענטער, נישט דוקא בתי מדרשים.


בן בוזי האט געשריבן:מיין נעקסטע תגובה שרייב איך שוין בע"ה אלס שר שלשת אלפים!


המסדר מסיראקיז מיר ווארטן אויף א באריכט אדער א אויפדעקונג.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
גוגל
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

תגובהדורך גוגל » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2012 12:28 pm

שוין דא עירקאנדישאן
נ.ב. ער האט עס נישט אפגעקויפט, ער האט נאר די רעכט עס צו ניצען און עס איז אויף זיין אחריות

פיטום
שר האלפיים
תגובות: 2742
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

כלל ישראל שוהל

תגובהדורך פיטום » דינסטאג יוני 10, 2014 6:05 pm

א גרויסע קאמפיין פאר די בני ישראל שוהל פון דער ניקולשבורגער פון ב"פ
צוגעלייגטע
image016.jpg
לעצט פאראכטן דורך פיטום אום דינסטאג יוני 10, 2014 6:18 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אם ברצונך לקרוא לעוזרת
לחצי כאן
ואם הוא אינו בא - עשי זאת בעצמך...

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » דינסטאג יוני 10, 2014 6:50 pm

פארוואס הייסט עס "כלל ישראל" שוהל? עפעס א שייכות מיט רובאשקין?

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג יוני 10, 2014 6:56 pm

וואס גייט פאר דארטן רבש"ע!
איז עס צאמגעפאלן?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

פיטום
שר האלפיים
תגובות: 2742
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

תגובהדורך פיטום » דינסטאג יוני 10, 2014 6:57 pm

ווייל דער נוקלשבורגער איז היינט צוטאגס א חלק פון 'כלל ישראל'
אם ברצונך לקרוא לעוזרת
לחצי כאן
ואם הוא אינו בא - עשי זאת בעצמך...

אוועטאר
להגדיל שמו
שר האלפיים
תגובות: 2137
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

תגובהדורך להגדיל שמו » דינסטאג יוני 10, 2014 7:04 pm

מחותן האט געשריבן:פארוואס הייסט עס "כלל ישראל" שוהל? עפעס א שייכות מיט רובאשקין?

;l;p-
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6169
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » דינסטאג יוני 10, 2014 7:17 pm

איז דא א וועג וויאזוי כינוס כלל ישראל פאנד'ס שול זאל געראטעוועט ווערן אן דעם איבערבוי פונעם קיך?...

אולי תהלים כולל חצות קאן גאר עטוואס ביישטייערן
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

פיטום
שר האלפיים
תגובות: 2742
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

תגובהדורך פיטום » דינסטאג יוני 10, 2014 8:22 pm

קוקט אויס ווי די קיך איז די טייערסטע איבערצובויען
אם ברצונך לקרוא לעוזרת
לחצי כאן
ואם הוא אינו בא - עשי זאת בעצמך...

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » דינסטאג יוני 10, 2014 8:27 pm

מחותן האט געשריבן:פארוואס הייסט עס "כלל ישראל" שוהל? עפעס א שייכות מיט רובאשקין?

אדער מיט כלל ישראל פין דעם "כלל" סידי, ודו"ק היטב.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

פיטום
שר האלפיים
תגובות: 2742
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

תגובהדורך פיטום » מיטוואך יוני 11, 2014 11:44 am

אַבּערוואַס האט געשריבן:
מחותן האט געשריבן:פארוואס הייסט עס "כלל ישראל" שוהל? עפעס א שייכות מיט רובאשקין?

אדער מיט כלל ישראל פין דעם "כלל" סידי, ודו"ק היטב.

שטימט אביסל, ווייל דער ביהמ"ד איז א דוגמה פאר 'אין שום יואש כלל' אפילו ס'קאסט אים די (רעבישע) הויזן האלט ער ווייטער אן דערמיט...
אם ברצונך לקרוא לעוזרת
לחצי כאן
ואם הוא אינו בא - עשי זאת בעצמך...

פיטום
שר האלפיים
תגובות: 2742
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

תגובהדורך פיטום » מיטוואך יוני 11, 2014 4:58 pm

וויפיל מנינים קענען זיין דעראין?
אם ברצונך לקרוא לעוזרת
לחצי כאן
ואם הוא אינו בא - עשי זאת בעצמך...

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19985
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך יוני 25, 2014 2:36 pm

אויב איז נאך דא היינט א רבי וואס מען מעג קישען... איז עס הרב יונגרייז זז"ג!!

הערט אויס אויף קולמע..... ער האט איינגעקויפן דזשעלי בינס און לאליפאפס....... צום ברוכים הבאים!!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14562
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מיטוואך יוני 25, 2014 7:36 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:ער האט איינגעקויפן דזשעלי בינס און לאליפאפס....... צום ברוכים הבאים!!

:lol:

פיטום
שר האלפיים
תגובות: 2742
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

תגובהדורך פיטום » מיטוואך יוני 25, 2014 8:20 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:ער האט איינגעקויפן דזשעלי בינס און לאליפאפס....... צום ברוכים הבאים!!

:lol:

און אויך גענומען א גרויסע ווען אנצופאקן זאכן... :lol:
אם ברצונך לקרוא לעוזרת
לחצי כאן
ואם הוא אינו בא - עשי זאת בעצמך...

פיטום
שר האלפיים
תגובות: 2742
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

תגובהדורך פיטום » דאנארשטאג יוני 26, 2014 3:02 pm

גרייט אייך! קען זיין אז מען וועט דאווענען אויף די גאס!
אם ברצונך לקרוא לעוזרת
לחצי כאן
ואם הוא אינו בא - עשי זאת בעצמך...

אנפין נהירין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 23, 2013 2:01 pm

תגובהדורך אנפין נהירין » דאנארשטאג יוני 26, 2014 6:25 pm

וואס גייס פאר

פיטום
שר האלפיים
תגובות: 2742
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

תגובהדורך פיטום » דאנארשטאג יוני 26, 2014 6:26 pm

הער נאר אויף קול מבשר
אם ברצונך לקרוא לעוזרת
לחצי כאן
ואם הוא אינו בא - עשי זאת בעצמך...

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14562
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » דינסטאג יולי 01, 2014 6:34 pm

הרב יונגרייז שליט"א מניקלשבורג ביים שרייבן און הענגן די סדר הזמנים
צוגעלייגטע
BrfZkLzCIAItiA5.JPG

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14562
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » דינסטאג יולי 01, 2014 6:34 pm

BrfZj1vCAAEgaho.JPG


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 22 געסט