מה רבו מעשיך ה'

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11973
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג מארטש 12, 2015 7:34 pm

יישר כח אויסערן, זייער א פיינע וועג זיך אויסצוטשוכן אביסל, כאפן א בליק אויף אינטערסאנטע זאכן
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3805
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » דאנארשטאג מארטש 12, 2015 10:39 pm

ענדע צדיק! האט געשריבן:
3x0 האט געשריבן:אינטערעסאנט.

יישר כח פארן נעמען די צייט און מיטטיילן פאר אונז די שיינע זאכן.

יעדעס מאל פון פריש
ברענגסטו חידושים צום טיש
עס באוואינדערט דעם חוש
עס שרייט אויס כל בשר איש
מה רבו מעשיך אזא הערליכען רכוש
צו זעהן נאך איז אונזער וויש
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11916
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דאנארשטאג מארטש 12, 2015 11:04 pm

זייער שיינע אינטערעסאנטע בילדער. א דאנק פארן ברענגען

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » דאנארשטאג מארטש 12, 2015 11:15 pm

לכאורה האט געשריבן:יישר כח אויסערן, זייער א פיינע וועג זיך אויסצוטשוכן אביסל, כאפן א בליק אויף אינטערסאנטע זאכן
הק' איש ימיני

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2736
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » דאנארשטאג מארטש 12, 2015 11:43 pm

ביוטיפול, דאנקע פארן מיטטיילן.
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10280
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

תגובהדורך טייבעלע » פרייטאג מארטש 13, 2015 10:01 am

גלויבט דער בוכ"ע וואס האט אונז געשאנקן אזוינע וואונדער ווערק.

א דאנק פאר דיר אויסערן מיניסטער פאר אונז ווייזן די די וואונדער פונעם בוכ"ע.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
1teibele@birdlover.com

אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1202
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע: אינעם ווייסן הויז

ימים מקדם‎

תגובהדורך אויסערן מיניסטער » דאנארשטאג מארטש 19, 2015 3:41 pm

אונז זענען שוין ליידער לאנגע יארן אין גלות, אמאל איז געווען א הייליג לעבן מעולם לא לן אדם בירושלים וחטא בידו, סאיז געווען גאר אנדערש און גאר דערהויבן, מען האט געאטעמט ריינע לופט, די התגלות איז געווען אויף א גאר שטארקע פארנעם.

עס זענען דא זאכן וועלכע פירן אונז אביסל צוריק צו יענע צייטן, די ארכיאלאגישע גראבונגען האבן אנטדעקט פארשידענע זאכן פון יענע צייט.

איינע פון די זאכן וואס מען האט אנטדעקט איז א אלטע כלי וועלכע קוקט אויס ווי א מילגרוים, געמאכט פון אייווארי (ivory) וואס איז אין דשענעראל א ציין פון אן עלעפאנט, וואס דערויף שטייט ארינגעקריצט [איך האב עס פרובירט צו דעשיפרירן, אבער איך האב נישט געהעריג געקענט] אז עס געהערט פארן ביהמ"ק (“Belonging to the Temple of the Lord, holy to the priests”).

בילד

די ווערטער זענען געשריבן אויף די אותיות וואס מען פלעגט אמאל נוצן צו שרייבן אידיש.

אויסגעקלארט די אידישע ווערטער וועלכע זענען אויסגעקריצט אויף די כלי.

בילד

די אלע אותיות פון די אידישע אמאליגע שריפט.

בילד

בילד

די עגיפטער פלעגן אויך אמאל שרייבן דורך סימנים, און סימבאלן, דאס איז די אמאליגע עגיפטישער שריפט.

בילד

בילד

די שטיין וואס איז געליגן ביים ביהמ"ק מיט א ווארענונג אז גוים זאלן נישט ארויפגיין אויפן הר הבית.

בילד

א קלארע שריפט איבערגעשריבן פון די נוסח.

בילד

א אלטע שטיין וואס מען האט געטראפן אין די פלאץ ארום דעם מקום המקדש, אריינגעקריצט די ווערטער לבית התקיעה.

בילד

בילד

א שטיין וואס מען האט געטראפן ביים כותל המערבי וואס אויף די קאלך איז ארויפגעקריצט צוויי טויבן און די ווארט קרבן.

בילד

פארשידענע אלטע מטבעות וואס מען האט געטראפן.

א מטבע פון די צייטן פון בר כוכבא'ס אויפשטאנד.

בילד

בילד

א מטבע מיט א בילד פונעם רוימישן עמפעראר, וועלכע איז ליידער פראדוצירט געווארן צו סימבאליזירן די חורבן ביהמ"ק און דאס כאפן יודן (יהודה).

בילד

בילד

כלים וואס ארכיאלאגן האבן געפונען וועלכע איז לויט זיי פון דוד המלך'ס פאלאץ, ווי ווייט דאס איז אמת וויס איך נישט.

בילד

די שריד בית מקדשנו, א גאנצע וואנט די כותל המערבי וועלכע איז אונז איבערגעבליבן, אין די בעקראונד זעט מען די מקום המקדש אויף וועלכע עס שטייט ליידער היינט א איסלאמישע טפלה‎.

בילד

בילד

די אראבער וואס האבן די הר הבית עד שיבא משיח בב"א און טוען דארט ליידער ככל מה שלבם חפץ גראבן אויף די הר הבית און טרעפן דארט פארשידענע אויסגעפארעמטע אלטע שטיינער וכדו'.

בילד

בילד

א גרוב וואס זיי האבן ליידער געגראבן פאר די פייפס וכדו'.

בילד

אז מען רעדט שוין פון ארכיאלאגישע אנטדעקונגען איז אינטערעסאנט צו דערמאנען די פלאץ "מצדה", מצדה איז א בארג אינמיטן מדבר וואס הורדוס האט געלאזט בויען אויפן שפיץ בארג א גרויסע פעסטונג, צוליב זיין פחד פאר מלחמה, די בארג איז כמעט א גראדע בארג אזוי אז מען קען עס נישט אינוואדירן, בזמן חורבן בית שני האבן א קבוצה פון עטליכע הונדערט אידן זיך צוזאמגענומען דארט און זיי האבן אנטזאגט זיך אונטערצוגעבן פאר די רומיים.

וואכן און חדשים האבן די רוימ'ער באלאגערט די בארג אבער זיי האבן גארנישט מער געקענט טון, ביז זיי האבן געמאכט פון איין בארג דערנעבן ביז יענע בארג, א געבויטע וועג פון זאמד אזוי אנצוקומען אויבן, למעשה האבן די אידן פון אויבן זיך גענומען ווארפן שטיינער אויף די בויער, האבן זיי געהערט ווי די ארבעטער שרייען שמע ישראל, האבן זיי פארשטאנען אז זיי זענען אידן און אויפגעהערט ווארפן שטיינער.

פסח ביינאכט ווען די אידן האבן געזען אז זייער סוף איז גאר נאענט האבן זיי זיך געהארגעט איינער די צווייטע שפעטער האט די גאנצע חומה אפגעברענט דורך אנגעצונדענע פיילן אנגעשמירט מיט ברען מאטריאל וואס די רומיים האבן ארויפגעשאסן און אזוי זענען זיי אריין אהין.

דא האט איר עטליכע בילדער.

א בילד פון אויבן פון די גאנצע פעסטונג אויפן בארג.

בילד

א מקוה וואס מען האט אנטדעקט אויפן בארג.

בילד

בילד

א חלק פון די חומה פון די בארג

בילד

איך האב נישט אנגערירט קיין קצה מן הקצה פון די ענין! מען קען שרייבן און זוכן דערויף וואכן און חדשים, אבער א שטיקל בליק אויף אמאל...‎
לעצט פאראכטן דורך אויסערן מיניסטער אום דאנארשטאג מארטש 19, 2015 3:49 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11973
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג מארטש 19, 2015 3:44 pm

שיין שיין! יישר כח
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10830
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דאנארשטאג מארטש 19, 2015 3:46 pm

WOW. זאל דער באשעפער שיקן משיח'ן שנעל און מ'וועלמיר האבן די זכיה צו זען די זאכן בבנינו.
א ריזן יישר כח.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

Efroiach
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 17, 2015 12:59 pm

תגובהדורך Efroiach » דאנארשטאג מארטש 19, 2015 3:51 pm

א גרויסע יישר כח ערעב אויסערן מיניסטער ווי כסדר מיט דיינע שיינע ארטיקלען אויפן וועלט'ל טראגסטו אונז אריבער צו אן אנדערע וועלט...
כה לחי!!!

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5859
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דאנארשטאג מארטש 19, 2015 3:54 pm

זייער אינטערסאנט. יישר כח פארן ברענגען און מהנה זיין.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13456
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דאנארשטאג מארטש 19, 2015 4:22 pm

בילד

קאוד: וועל אויס אלע

Winter Habitat

The wood frog (Rana sylvatica) inhabits forests ranging from the Appalachians to the Maritime provinces and west to northern Alaska, even to the Arctic Circle. Its overwintering site is a shallow burrow in the forest floor, well within the frost zone, that is overlain by leaves and other organic detritus. Our studies in southern Ohio suggest that wood frogs are subjected to several freezing episodes that typically last several days and expose the frogs to temperatures that fall as lows as -2° to -4°C; however, in more northerly regions they probably experience much lower temperatures and longer periods of frost


א פראש וועמעס בלוט ווערט טאטאל פארפרויערן אין ווינטער

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19981
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג מארטש 19, 2015 4:37 pm

גאר א שטארקע קאלעקציע אויסערן! בילדער פון די וויכטיגסטע זאכען אין ארכילאגיע.

שיינעם דאנק פארן ברענגען.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דאנארשטאג מארטש 19, 2015 4:41 pm

יישר כח אויסערן, פאר יעצט און פאר די פריערדיגע און פאר די ווייטערדיגע, שטארק הנאה פון יעדע עקסטער.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » דאנארשטאג מארטש 19, 2015 9:42 pm

זייער אינטערעסאנט. יישר כח.

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » דאנארשטאג מארטש 19, 2015 9:43 pm

אויסערן, טענקס! זייער אינטרעסאנט.
הק' איש ימיני

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11916
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דאנארשטאג מארטש 19, 2015 11:43 pm

הערליך שיין. ס'ברענגט א בענקעניש צום אמאל
א גרויסן יישר כוח פארן ברענגען

אונטערשמש
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 2:10 pm

תגובהדורך אונטערשמש » פרייטאג מארטש 20, 2015 10:07 am

הרב אויסערן...
סוואלט געווען אינטערעסאנט אויב דו קענסט מסביר זיין וויאזוי זיי האבן קונצלעך ארויפגעברענגט וואסער קיין מצדה. דאס איז דאך אבנארמאל הויך...

כבין דארט געווען מיט מיסטער הופמאן טורס האט ער געוויזן אז אין איינע פון די שטיבער זעט מען א "שוויץ", אזוי באקוועם האבן מען זיך דארט געמאכט

אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1202
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע: אינעם ווייסן הויז

תגובהדורך אויסערן מיניסטער » פרייטאג מארטש 20, 2015 11:24 am

אונטערשמש האט געשריבן:הרב אויסערן...
סוואלט געווען אינטערעסאנט אויב דו קענסט מסביר זיין וויאזוי זיי האבן קונצלעך ארויפגעברענגט וואסער קיין מצדה. דאס איז דאך אבנארמאל הויך...

כבין דארט געווען מיט מיסטער הופמאן טורס האט ער געוויזן אז אין איינע פון די שטיבער זעט מען א "שוויץ", אזוי באקוועם האבן מען זיך דארט געמאכט


זיי האבן נישט ממש ארויפגעברענגט, נאר זיי האבן געמאכט 6 לעכער אין די בארג וואס די גאנצע רעגן וואסער איזנדארט אריין, דורך שפאלטענעס וואס זיי האבן דירעקטירט אהין, און פון דארט איז עס אריין אין א גרויסע צימער א מאגאזין פאר די וואסער.
א אידישע פרוי מיט איר קינד האבן זיך געראטעוועט דורך זיך באהאלטן דארט אין די וואסער איינריכטונג.

מיר זענען שוין אויך דארט געווען, א שיין פלאץ!
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3951
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » פרייטאג מארטש 20, 2015 12:57 pm

שכוח אויסערן פאר אלע בילדער, סיז הערליך

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » פרייטאג מארטש 20, 2015 1:51 pm

מטבעות א ריזיגע נושא פאר זיך. אידישע מטבעות איז דא פון עטליכע תקופות מזמן בית שני. פון בר כוכבא איז א תקופה פאר זיך און זענען נישט קיין ביליגע מטבעות. עס האט אייביג אידישע זאכן אין די צוויי שטעקענעס זענען שני חצוצרות. די אנדערע איז א כנור, שלשה רמונים בבד אחד אוןן מעגליך א פעמון ורמון. עס איז דא מטבעות וואס האבן אן ארון ובדים, טרויבן, לולב ואתרוג

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4112
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » מאנטאג אפריל 20, 2015 3:46 pm

אויסערן מיניסטער האט געשריבן:עירבאס A380

פאר יארן האט דער אמעריקאנע ריז מיטן נאמען באואינג דאמינירט די מארקעט פון עראפלאנען, און אפאר קליינע קאמפאניס אין אייראפע האבן פרובירט צו קאנקורירן מיט זיי, ביז ווען די אלע קליינע קאמפאניס האבן זיך צוזאמענגענומען אונטער איין נאמען "עירבאס" און צוזאמען האבן אלע אנגעהויבן צו בויען מיט אן אימפעט, כדי צו אפשלאגן דעם קאנקורענט.

ווען באואינג איז ארויסגעקומען מיט איר 747 איז דאן עירבאס ארויסגעקומען מיט די קאנקארד וואס איז למעשה ארויס פון באנוץ, און די 747 גייט נאך היינט אן מיט די גאנצע קראפט.

מיט אפאר יאר צוריק איז עירבאס אויפגעקומען מיטן גראנדיעזן פלאן צו בויען נאך א גרעסערע עראפלאן ווי די 747.
דערויף איז באואינג ארויסגעקומען מיט איר 787 דרימליינער, וועלכע האט שוין גענאסן פון שטארקע אויפמערקזאמקייט נאך עטליכע פייערן דערויף, און כדי צו אפענטפערן איז עירבאס אויך ארויסגעקומען מיט א קלענערע עראפלאן, וואס איז אליין א קאנקורענץ צו איר A380....

עס זאגט זיך גרינגער ווי געטון, ווייל לויט די וואג דערפון וואלט ער זיך נישט געקענט הייבן אין די לופטן, דערפאר האט מען עס געבויעט פון ספעציעלע לייכט וואגיגע מאטריאל און מען האט פרובירט צו רעדוצירן די וואג דאס מערסטע שייך.

למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אז סאיז געווען אסאך שווערער ווי געפלאנט די ערשטע קאפוויי איז געוועןווי מען וועט עס בויען, וואס דערפאר האט עירבאס אויפגעבויט א שפאגל נייע פעקטערי אין פראנקרייך צו קענען בויען חלקים פון דער פליגער און אנדערע חלקים האט מען געבויעט אין אנדערע עירבאס פעקטאריס.

יעצט הויבט זיך אן די פראבלעם, וויאזוי ברענגט מען צוזאם אלע חלקים? אין דשענעראל האט עירבאס א פליגער מיטן נאמען בעלוגע וואס זי נעמט אריין אין זיך גאנצע שטיקער פון פליגערס און דעליווערט עס, אבער דא איז זי געשטאנען פארשעמט אנטקעגן דער ריז, דערפאר האט מען געדארפט טראנספארטירן חלקים אויפן ים און דערנאך מיט טרעילארס.

אפאר קליינע שטרויכלונגען זענען אונטערגעקומען, ווי למשל אז די ווייערס האבן זיי זיך פאררעכנט און מען האט געדארפט מער ווייערס וכדו'.

אויף אירע צוויי שטאקן קען זי ארייננעמען פון 525 מענטשן מיט א מאקסימום ביז 853.

איר לענג איז 238 פיס און 7 אינטשעס.
איר ברייט איז 261 פיס און 8 אינטשעס.
איר הויכקייט איז 80 פיס און 3 אינטשעס.


כאפט א שפאציר אין מיין (ע"ש העתיד) A380

שלך לחמך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2014 6:19 pm

תגובהדורך שלך לחמך » מאנטאג אפריל 20, 2015 5:30 pm

derech eretz האט געשריבן:
אויסערן מיניסטער האט געשריבן:עירבאס A380

פאר יארן האט דער אמעריקאנע ריז מיטן נאמען באואינג דאמינירט די מארקעט פון עראפלאנען, און אפאר קליינע קאמפאניס אין אייראפע האבן פרובירט צו קאנקורירן מיט זיי, ביז ווען די אלע קליינע קאמפאניס האבן זיך צוזאמענגענומען אונטער איין נאמען "עירבאס" און צוזאמען האבן אלע אנגעהויבן צו בויען מיט אן אימפעט, כדי צו אפשלאגן דעם קאנקורענט.

ווען באואינג איז ארויסגעקומען מיט איר 747 איז דאן עירבאס ארויסגעקומען מיט די קאנקארד וואס איז למעשה ארויס פון באנוץ, און די 747 גייט נאך היינט אן מיט די גאנצע קראפט.

מיט אפאר יאר צוריק איז עירבאס אויפגעקומען מיטן גראנדיעזן פלאן צו בויען נאך א גרעסערע עראפלאן ווי די 747.
דערויף איז באואינג ארויסגעקומען מיט איר 787 דרימליינער, וועלכע האט שוין גענאסן פון שטארקע אויפמערקזאמקייט נאך עטליכע פייערן דערויף, און כדי צו אפענטפערן איז עירבאס אויך ארויסגעקומען מיט א קלענערע עראפלאן, וואס איז אליין א קאנקורענץ צו איר A380....

עס זאגט זיך גרינגער ווי געטון, ווייל לויט די וואג דערפון וואלט ער זיך נישט געקענט הייבן אין די לופטן, דערפאר האט מען עס געבויעט פון ספעציעלע לייכט וואגיגע מאטריאל און מען האט פרובירט צו רעדוצירן די וואג דאס מערסטע שייך.

למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אז סאיז געווען אסאך שווערער ווי געפלאנט די ערשטע קאפוויי איז געוועןווי מען וועט עס בויען, וואס דערפאר האט עירבאס אויפגעבויט א שפאגל נייע פעקטערי אין פראנקרייך צו קענען בויען חלקים פון דער פליגער און אנדערע חלקים האט מען געבויעט אין אנדערע עירבאס פעקטאריס.

יעצט הויבט זיך אן די פראבלעם, וויאזוי ברענגט מען צוזאם אלע חלקים? אין דשענעראל האט עירבאס א פליגער מיטן נאמען בעלוגע וואס זי נעמט אריין אין זיך גאנצע שטיקער פון פליגערס און דעליווערט עס, אבער דא איז זי געשטאנען פארשעמט אנטקעגן דער ריז, דערפאר האט מען געדארפט טראנספארטירן חלקים אויפן ים און דערנאך מיט טרעילארס.

אפאר קליינע שטרויכלונגען זענען אונטערגעקומען, ווי למשל אז די ווייערס האבן זיי זיך פאררעכנט און מען האט געדארפט מער ווייערס וכדו'.

אויף אירע צוויי שטאקן קען זי ארייננעמען פון 525 מענטשן מיט א מאקסימום ביז 853.

איר לענג איז 238 פיס און 7 אינטשעס.
איר ברייט איז 261 פיס און 8 אינטשעס.
איר הויכקייט איז 80 פיס און 3 אינטשעס.


כאפט א שפאציר אין מיין (ע"ש העתיד) A380

באמת, צי וואס ווילסטו אפילו דעס האבן?
דאנט געט מי ראנג, עס איז זייער שיין אבער "כאפט א שפאציר אין מיין (ע"ש העתיד)" למה ועל מה?

פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2425
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

תגובהדורך פארבינדן » זונטאג יולי 26, 2015 7:17 pm

אקורשט אנטדעקט די אשכול, (דערפאר ביך איך שטיל געווען די לעצטע דריי פערטל שעה..) כ'בין שפראכלאז אנע ווערטער, ס'שרייט פון זיך אליינס מה רבו מעשיך ה'

ייש"כ דרך ארץ פאר די פרייע שפאציר אויפן airbus 380 כ'האב אראפגעלייגט ס'הוט אויף זיץ B-12 אין די ערשטע קלאס.
פאר קריטיק דריקט דא

אוועטאר
פר בן בקר
שר חמש מאות
תגובות: 706
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 11:42 pm

תגובהדורך פר בן בקר » זונטאג יולי 26, 2015 7:58 pm

די בילדער דא זענענן איינס ביי איינס אויסנאם!!!!


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 16 געסט