וואס זאל איך טון אויב מיין שווער טוט...

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1198
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע: אינעם ווייסן הויז

תגובהדורך אויסערן מיניסטער » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 5:24 pm

רב נישט, בכלל נישט שלעכט געזאגט...
האסט א גוטער מהלך אבער אפאר נקודות קען מען מחולק זיין, קודם, א הכשר וואס איך האלט אז סאיז שוואך וויאזוי זאל איך פון יעצט מחליט זיין אז סאיז גוט?? ועוד קלייניגקייטן וואס איז שווער צו אויספירן למעשה...
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2890
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 5:33 pm

אויסערן מיניסטער האט געשריבן: קודם, א הכשר וואס איך האלט אז סאיז שוואך וויאזוי זאל איך פון יעצט מחליט זיין אז סאיז גוט??

וע"ז נשתברו כמה וכמה קולמוסין, וואס הייסט א גוטע הכשר און וואס הייסט א שוואכע. האלטסט אז יענער הכשיר איז מאכיל נו"ט? אויב נישט דאן קאאל איט, שלינג די פאקט אז א צווייטער האלט אז יענץ איז יא א גיטער הכשר, און די טריקענע הלכה איז אז עד אחד נאמן באיסורין
viewtopic.php?f=3&t=22510
הא! האסט נישט קיין רעכט צו ליינען די תגובה.

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5584
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 6:20 pm

כאב צוויי איבעריגע פעניס אוועקצוגעבן.

א. מיין עלטסטע שוואגער האט שטארק פרובירט איבערצומאכען מיין טאטענס שטוב, די שנאה וואס די זוהנען אין שטוב האבען נאך עד היום הזה (קרוב צו צוואנציג יאר שפעטער) איז גענוג סיבה עס נישט צו טוהן.

ב. אויב האט ער פיהר וואס ער עסט יא. אפשר איז שייך ער זאל צו לייגען צוויי אדער דריי צו זיין ליסטע אזוי אז ער לייגט נישט צו א גרויסע פרעשור אויף די הויז ווירטשאפט ביים שווער.

אדער זאל ער נעמען די צוויי אדער דריי שוואכסטע הכשירים אין מאכען א אוירזשענט ריקוועסט אז דאס וויל איך בשום אופן נישט עסן.

אין דער עיקר איז זיין נארמאל, שכלדיג, פריינטליך אין פארשטענדליך אין באדאנק דיך פאר די גיטע עסן אין גיב איבער דיין ביטע צו דער וואס איז עקשועל בעל הבית אין קיטשען.
I would rather be conned by a conman than by a so called gentlemen

אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1198
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע: אינעם ווייסן הויז

תגובהדורך אויסערן מיניסטער » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 6:32 pm

ר' אלד איך וויל נישט פארפארן די אשכול אבער אויף אזויפיל יא, א איד וואס טרעט אריין אינעם פעקטערי איינמאל א יאר, דאס איז ווען ער דארף נעמען די פעי טשעק... און מען האט ביי אים געפונען חלב עכום וואס איז נישט סתם שמועות נאר הרב לאנדא פון א"י, ב"ב האט געסטראשעט אלע קיאסקס וואס ער גיבט דארט א הכשר, אז ווער עס ווארפט נישט ארויס די פראדוקטן פון די בעל מכשיר, וועט ער ארפנעמען זיין הכשר, אזא איינער איז א שוואכע הכשר, פיריעד.

@מטעמים
זייער שטארק און קלאר ארויסגעברענגט, נאר דיין צווייטע נקודה האב איך נישט פארשטאנען, אפשר קענסטו עס אביסל מסביר זיין
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2890
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 6:47 pm

אויסערן מיניסטער האט געשריבן:ר' אלד איך וויל נישט פארפארן די אשכול אבער אויף אזויפיל יא, א איד וואס טרעט אריין אינעם פעקטערי איינמאל א יאר, דאס איז ווען ער דארף נעמען די פעי טשעק... און מען האט ביי אים געפונען חלב עכום וואס איז נישט סתם שמועות נאר הרב לאנדא פון א"י, ב"ב האט געסטראשעט אלע קיאסקס וואס ער גיבט דארט א הכשר, אז ווער עס ווארפט נישט ארויס די פראדוקטן פון די בעל מכשיר, וועט ער ארפנעמען זיין הכשר, אזא איינער איז א שוואכע הכשר, פיריעד.


דארפסט נעמען אין באטראכט אז כלל ישראל איז נאך נישט אזוי באנקראפט, ס'איז דא מער ווי 3 אמת'ע הכשרים.

אוודאי ווען די קימסט צו גיין צום שווער זאגען אז אלעס וואס מען מאכט ביי אים אין די קיך איז טריפה וועסטו זיך אנשאפען בייז בלוט, אבער באמת האסטו נאר איין הכשר אדער צוויי וואס די ווייסט זייער שרעקליכע זאכען איבער זיי, אנשטאט אפסטעמפלן אלע הכשרים טריפה, טשוז יור בעטלס, קענסטו אויפקלערן דיין שווער אז אט די הכשר איז א פראבלעם, פארצייל וואס די ווייסט דערוועגן און גאנץ זיכער וועסט טרעפן א אוזן קשבת.

און נעם אויך אין קאנסידערעישאן אז נישט אלע גאס לשון הרע'ליך זענעם קראנט, און אויך אז רב לאנדוי איז אביסל עקסטרעם פרום.
הא! האסט נישט קיין רעכט צו ליינען די תגובה.

אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1198
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע: אינעם ווייסן הויז

תגובהדורך אויסערן מיניסטער » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 7:07 pm

על ראשון ראשון.
קודם כל, איך האב נישט דעם פראבלעם ב"ה צוליב צוויי סיבות:
א: איך בין ליידער נישט אזוי עקסטרים פרום אין הכשרים
ב: ביי מיין שווער אינדערהיים קומט אריין נאר גוטע הכשרים.

דער איד איז לכאורה גאר פרום און דערפאר האט ער די דאזיגע ריסטריקשען.

צווייטענס, האב איך שוין געשריבן אין אנהויב אז צו זיין שווער קען ער נישט אזוי אפן אויפמערקן, ער האט מיר פארציילט פון א פאל ווי ער מיט זיין שוואגער האבן געזאגט פארן שווער אז א געוויסע זאך איז נישט אויסגעהאלטן ע"פ הלכה, זיי האבן עס געזאגט גאר איידל און העפליך, און נישט נאר וואס ער האט נישט געטוישט נאר ער האט נאך געבלאזן אויף זיי אויך....

דריטענס, פון איין זייט ביזטו גערעכט, און אויף יעדן בעל מכשיר רעדט מען, אבער פארוואס איז הרב לאנדוי צו עקסטרעם?
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2890
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 7:33 pm

אט דאס האב איך געמיינט, דער איד קען און זאל זיין עקסטרעם פרום פאר "זיך", אויף "יענעם" זאל ער מוחל זיין און פארשטיין אז מער ווי "עיקר הדין" האט ער נישט קיין רעכט צו פארלאנגען.

און ווען ער וויל מעורר זיין איבער א געוויסער הכשר מוז דאס נישט צוגיין בתור טענה, הלמאי דער שווער באניצט זיך מיט יענעם הכשר, סאיז גענעג אז ער פארציילט די לשון הרע'ליך, דאס איבעריגע וועט נאכפאלגען פון זיך אליינס.

בענין רב לאנדא'ס פרומקייטן איז נישט דא די פלאץ אבער איינס וואס איז גרינג צו מברר זיין איז זיין פאליסי לגבי טונא פיש.
הא! האסט נישט קיין רעכט צו ליינען די תגובה.

אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1198
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע: אינעם ווייסן הויז

תגובהדורך אויסערן מיניסטער » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 7:39 pm

ר' אלד, איר האט א געוויסע שפיץ... ספעציעל מיט די חלק פון זיין פרומער אויפן צווייטענס חשבון גוט גוט...
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'

נערוועזער
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 13, 2008 1:33 pm

תגובהדורך נערוועזער » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 8:41 pm

איך האב קיינמאל נישט געקענט סובל זיין די אויבער חכמים וואס קומען צום שווער און שפילן פרום, טימער א טובה, קיינער גיט דיר נישט קיין טריפות צו עסן.

ביי מיין טאטן עסט מען נישט קיין פיש פסח, היעלה על דעתי צו שפילן דעם געים ביי מיין שווער וואס ער איז א אפגעהיטענער איד נאר ער פירט זיך יא צו עסן פיש ? ביים ערשטן סדר האט מיך דאס ווייב א פרעג געגעבן קווענקעלדיג "זאל איך דיר ברענגן פיש" ? יו בעט האב איך איר געענטפערט, כעל דא שפילן געימס אין מיין שווער הויז און מעגליך יענעם וויי טון פאר גארנישט ?

יעצט ביי מיר פסח קומט נישט אריין קיין פיש, ווייל דאס איז מיין הויז און מיין ווערטשאפט, דאס נישט וועלן עסן ביים טאטן/שווער יענעמס מצה, פלייש, וכדומה שמעקט פון אביסל מער ווי א שמיני שבשמינית, זיך צו לאזן הער.

אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1198
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע: אינעם ווייסן הויז

תגובהדורך אויסערן מיניסטער » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 9:10 pm

נערוועזער וואס זאלעך זאגן, פסח איז א סוגיא פאר זיך....
ער מיינט נישט צו שפילן פרום... אבער מן הסתם מיינסטו אויך ארויסצוברענגען ס'זעלבע נקודה ווי אלד ווילימסבורג אין זיין לעצטע תגובה, סאיז א גוטער וועג צו מאכן יענעם אריינטראכטן...
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'

אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2917
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 16, 2011 11:30 am

תגובהדורך private » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 10:43 pm

איך זע נישט וואס פסח איז אנדערש. איך האב מיך אקאראט אזוי געפירט ביי מיין שווער פסח נאך מיין חתונה (היינט איז עס שוין נישט נוגע כמעט איך פיר שוין אה אייגענע ווערטשאפט). כאטש איך בין נישט קיין נערוועזער.....

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4927
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 12:37 am

נערוועזער האט געשריבן:איך האב קיינמאל נישט געקענט סובל זיין די אויבער חכמים וואס קומען צום שווער און שפילן פרום, טימער א טובה, קיינער גיט דיר נישט קיין טריפות צו עסן.

ביי מיין טאטן עסט מען נישט קיין פיש פסח, היעלה על דעתי צו שפילן דעם געים ביי מיין שווער וואס ער איז א אפגעהיטענער איד נאר ער פירט זיך יא צו עסן פיש ? ביים ערשטן סדר האט מיך דאס ווייב א פרעג געגעבן קווענקעלדיג "זאל איך דיר ברענגן פיש" ? יו בעט האב איך איר געענטפערט, כעל דא שפילן געימס אין מיין שווער הויז און מעגליך יענעם וויי טון פאר גארנישט ?

יעצט ביי מיר פסח קומט נישט אריין קיין פיש, ווייל דאס איז מיין הויז און מיין ווערטשאפט, דאס נישט וועלן עסן ביים טאטן/שווער יענעמס מצה, פלייש, וכדומה שמעקט פון אביסל מער ווי א שמיני שבשמינית, זיך צו לאזן הער.

מיין שוויגער מאכט מיר פאלשע פיש ושלום על ישראל.
בכלל, פסח איז ידוע אז יעדער האט אנדערע חומרות, איז גרינגער צו זאגן אז מ'עסט נישט דאס\יענץ, היות מאיז נישט מפקפק אויפן שווער\שוויגערס כשרות.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 14 געסט