טאגבוך פון מיין טראסק

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אונטערשמש
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 2:10 pm

תגובהדורך אונטערשמש » מיטוואך פאברואר 11, 2015 12:29 pm

אונז שפאציר מיר מיט לייוו און פיהל מיר מיט אלע מצבים, איך טריי מיר צו פיקטשערן וויאזוי דיין ברכה אויף די אייסעס איז געווען? מסתמא (ווער זאגט דיר) האסטו געטראכט צו דיר, רבש"ע איך דאנק דיר פארן קענען עפעס אריינעמען אין מיין מויל אין זיך שפירן אז איך בין נארמאל....

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3211
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » מיטוואך פאברואר 11, 2015 1:43 pm

קיקיון האט געשריבן:דער רבש"ע זאל דיר ווי שנעלער צינעמען די אופנים מיט א פרישען חיות
אויס הולך על ארבע

איר ווילט אז ער זאל ענדערש ווערען א הולך על גחון?!
הה"ד "בעלי פלאפ"...
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13456
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך פאברואר 11, 2015 1:58 pm

יא!
א הולך ב"גיכען"

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3587
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » מיטוואך פאברואר 11, 2015 2:19 pm

יישר כח אויף די המשך.

די מערסטע ווינדערט מיר אז דיין ב"ב האבן דיר בידיים צוריק געברענגט דעם סעלפאון, מיין ב"ב וואלט עס ווען באהאלטן פון מיר ביז כוואלט איר נישט דערלאנגט מיטן קראטשע.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11973
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך פאברואר 11, 2015 3:23 pm

ווען דו וואלסט געהאט א פשוט'ע נארישע 'פליפ' טעלעפאן וואלט מען דיר עס אויך פארגינען...
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11973
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך פאברואר 11, 2015 4:12 pm

קאפיטל 7

נישט לאנג האבן די נורסעס געלאזט מיינע עלטערן זיין ביים בעט, ווייל אנגעבליך גייט מען מיך שוין איבערפירן צום געהעריגן צימער... למעשה האט זיך דאס שטארק פארשלעפט, האב איך דערווייל אנגערופן מיין דיין שליט"א און געפרעגט וויאזוי מען דאווענט בעת מען איז צוגעטשעפעט צו א קעטעטאר. ער האט געזאגט אז ווילאנג עס איז צוגעדעקט און 'אין מי רגלים שותתין' מעג מען רואיג דאווענען, האב איך מיר אפגעריבן די הענט און געדאווענט מעריב.

עס איז שוין געווען נאך 10 אזייגער ביינאכט ווען די זעלבע נורס פון פריער האט מיך טראנספארטירט צו מיין צימער אויפן זיבעטן שטאק, נישט בעפאר זי האט זיך צוזאמגערעגט און געשאלטן די נורסעס פונעם ריקאווערי רום פארוואס זיי האבן זיך דערוואגט איר צו שטערן פון איר רייכע נאכטמאל אין א ווייטע רעסטוראנט, אמער זי מעג עפעס עסן אויך... זי איז דאך שוין געווען אין שפיטאל פון דריי אזייגער נאכמיטאג און איר שיפט ענדיגט זיך הערשט 11 אזייגער ביינאכט.

אנקומענדיג אין צימער האט מען מיך ווייטער געהייסן אריבערקריכן פון איין בעטל צום צווייטן, דאסמאל האט די צווייטע בעט געהאט פון אויבן אנגעהאנגן אזא ספעציעלע אייזן אויף א קייט איך זאל מיך קענען אנכאפן דערויף און זיך אריבערגליטשן, אויך האבן 2-3 קראנקן-שוועסטער פרובירט צוצולייגן א האנט, בשעת מיינע עלטערן האבן זיי פארטריבן פון דארט ביז איך בין געווען געהעריג אריבערגעלייגט און מסודר אויפן פרישן בעט, וואס האט מיך באדינט דריי און האלב מעת לעת.
*
עס איז שוין געווען נאך האלב עלף ביינאכט ווען די שטאב האט צוגעלאזט מיינע עלטערן צו מיין שטוב, מיין מאמע תחי' האט תיכף ארויסגענומען פון די האנטוכער א ווארימע נאכטמאל וואס זי האט מיטגעברענגט פון שטוב, טאקע געווען שיריים פון שבת, אבער נאכן פאסטן אזוי לאנג האט דאס געהאט אלע טעמים, בפרט אז עס האט ענטהאלטן דעם באבסקע רפואה פון "הינדל זופ" אויך... איך האב געגעסן פון די פלייש, פערפל און קארטאפל קוגל, און צוגעטרונקן די אייז-וואסער וואס די נורסעס האלטן אין איין ברענגן צום טישל פונעם פאציענט.

די ערשטע נאכט נאך דער אפעראציע איז אדורך זייער רואיג. 12 אזייגער האב איך שוין געמוזט זיין גענצליך שטיל, ווייל דער גוי'אישער שכן האט זיך געבייזערט פארוואס איך רעד הויך אויפן טעלעפאן צו מענטשן וואס האבן מיך גערופן הערן וואס טוהט זיך, איך האב תיכף ומיד געטוישט דעם טאן און בלויז געמורמעלט אין דער שטיל (וויספער"ן בלע"ז. איינער האט א אידישע ווארט דערויף?) כדי נישט צו שטערן דעם שכן צו וועמענס חסדים איך דארף נאך צוקומען ביזן פארלאזן דעם שפיטאל.

מיין שכן איז געווען אן איינשטענדיגער 65 יעריגער גוי, א וואל סט. רעטייערטער. וואו איך האב פון אים פארשטאנען וואוינט ער אליין, פארמאגט נישט קיין קינדער, בלויז געשוואוסטער און גוטע פריינט.

זיין מעשה איז אזוי, אין מאי פון 2014 האט ער באקומען א היפ ריפלעיסמענט אויף די רעכטע זייט (צוליב ארטרייטיס ל"ע), און עס איז געווען געסקעדזשולד אויף פעברואר 2015 די זעלבע פראצעדור אויף די לינקע זייט. למעשה האט ער זונטאג ביים ארויסטרעטן פון שטוב זיבענע אינדערפרי צו קויפן די צייטונגען (ראו מה בין בני לבן חמי, איך בין געווען אויפן וועג צו גיין אין מקוה/לערנען/שחרית, בעת ער האט געוואלט קויפן א צייטונג) האט זיך ביים ערשטן טריט ארויסגעריקט דער שטעקן פון אונטער אים און ער איז אומגעפאלן און זיך צובראכן דעם לינקן היפ...

צו זיין מזל האט א מעינטענענס מענטש פון זיין געביידע אדורכשפאצירט און אים געהאלפן זיך אויפהייבן, א פלא ווי דער האט מצליח געווען זיך צו שלעפן מיטן צובראכענעם היפ ביזן עלעוועיטאר און אריין צוריק אין הויז, פון וואו ער האט אנגעהויבן מאכן טעלעפאן קאלס.

ביים אנרופן זיין דאקטער, האט יענער געזאגט אז זיין שפיטאל (האספיטל פאר ספעשל סורדזשערי) פארמאגט נישט קיין עמערדזשענסי רום, און ער טוהט נישט קיין טראומא אפעראציעס נאר פון פאראויס באשטעלטע.

ער האט אנגערופן עטליכע באקאנטע, וועלכע האבן פונקט נישט אויפגעהויבן, דער ערשטער וואס האט יא אויפגעהויבן האט אים געהייסן רופן 911, ער האט אזוי געטוהן און זיי זענען געקומען ביז געציילטע מינוטן און אים געפירט קיין בית ישראל. ער זאגט אז בית ישראל קומט נישט צו צום שפיץ פינגער פון HSS וואו ער האט געהאט זיין פריערדיגע היפ ריפלעיסמענט, אבער דער אמבולאנס האט אים געמוזט פירן צום נאנטסטן שפיטאל (אויסערדעם וואס HSS פארמאגט בכלל נישט קיין ER).

היות מען האט אים צוגעטיילט א דאקטער וואס אפערירט נאר דאנערשטאג און פרייטאג, האט ער געווארט אין בעט מיט יסורים פון זונטאג ביז דאנערשטאג, אין די צייט וואס איך האב מיט גרויס מזל באקומען דעם אפעראציע געציילטע שעות נאכן אומפאל.

ווי געשריבן פריער, האט זיך דער שכן אויפגערעגט דעם ערשטן נאכט ארום 12 אזייגער - מיט רעכט - אז מען לאזט אים נישט שלאפן (ער איז שוין געליגן דארט פון אינדערפרי). איך האב אים פארשטאנען און געהייסן אלע פארלאזן דעם צימער.

מאנטאג אינדערפרי האבן מיר געכאפט דעם ערשטן שמועס, און איך האב מיך אנטשולדיגט פאר אים אויף די גזל שינה, פון דארט און ווייטער זענען מיר שוין געווען 'בעסט פרענדס'... איך האב געהייסן מיינע געסט אים זאגן א גוט ווארט, און אויך זיינע געסט האבן מיר באגריסט. ווען קיינער איז נישט געווען, האבן מיר אינאיינעם חוזק געמאכט פון די שפיטאל ווירטשאפט און זיך מחזק געווען פון די יסורים. (ער איז א שטארקע ספארטס פען, און האט כמעט נישט געוואטשט עפעס אנדערש אויסער ספארטס וואס איך פארשטיי בכלל נישט, ער האט זיך אבער איינגערעדט אז עס אינטערסירט מיר, און האט מיר מיטגעטיילט מיט די פאסירונגען...).

איך האב רווח געהאט פון זיין איינצלקייט, אז זיין ווייב איז נישט געזיצן מיט אים כסדר, און די קינדער און אייניקלעך זענען נישט געקומען בורדענען... און פון זיין נארמאלקייט נישט צו לאזן דעם טעלעוויזיע לויפן א גאנצע נאכט, קוים בייטאג האט ער דאס געהערט מיט א שטילע וואליום.

המשך יבא אי"ה
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2736
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » מיטוואך פאברואר 11, 2015 5:20 pm

Wow, וואונדערליך דיטעילד, און רייך באשריבן, ונשלמה פרים שפתינו.
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 26, 2012 6:41 pm

תגובהדורך ?אפשרטאקע » מיטוואך פאברואר 11, 2015 8:00 pm

לכאורה האט געשריבן: איך האב תיכף ומיד געטוישט דעם טאן און בלויז געמורמעלט אין דער שטיל (וויספער"ן בלע"ז. איינער האט א אידישע ווארט דערויף?)

שושקענען.

בברכת רפואה שלמה בעגלא ובזמן קריב

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11973
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך פאברואר 11, 2015 8:04 pm

דאכט זיך אז שושקענען מיינט ווען מען פארשווייגט איינעם (ששש)

איך האב געהערט פון אנדערע אז די ריכטיגע ווארט דערפאר איז 'פליסטערן' (נישט אין מיין באנוץ)
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10280
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

תגובהדורך טייבעלע » מיטוואך פאברואר 11, 2015 8:14 pm

שפעטשעד?

א דאנק אויף דיינע פארזעצונגען.

והוא ית"ש ישלח לך רפואה שלמה במהרה.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
1teibele@birdlover.com

אוודאי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 13, 2013 11:04 am

תגובהדורך אוודאי » מיטוואך פאברואר 11, 2015 8:17 pm

אפשר שעפשענען ?
ער האט אים אריינגעשעפשעט אין אויער.

טייבעלע זאגט די זעלבע

אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 26, 2012 6:41 pm

תגובהדורך ?אפשרטאקע » מיטוואך פאברואר 11, 2015 9:24 pm

איך מיין אז מ'נוצט אויך אריינגעשושקעט אין אויער.
דארף מען אנפרעגן פון "מעלות"

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3211
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » מיטוואך פאברואר 11, 2015 9:27 pm

?אפשרטאקע האט געשריבן:איך מיין אז מ'נוצט אויך אריינגעשושקעט אין אויער.
דארף מען אנפרעגן פון "מעלות"

מיינסט זיכער "אריינגעשאשקעט אין גארגעל"...
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

תגובהדורך green » מיטוואך פאברואר 11, 2015 9:37 pm

לכאורה, די שוואכע הערצער אזויווי זיי האבן געזעהן "מיין טראסק" האבן זיי געמארקט ריעד, קענסט רואיג לייגן

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך פאברואר 11, 2015 11:22 pm

טראנספערטירט אדער טראנספערירט?

אגב, ווייסט עמיצער אויב סיז דא נאך טאגבוך'ס פון ניק לכאורה? דער איז אנבעליוועבל אין סטארי טעללינג
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11973
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג פאברואר 12, 2015 12:32 am

קאפיטל 8

די ערשטע נאכט נאך די אפעראציע בין איך געשלאפן אפאר שעה אין א ציה, דאן האט מען מיך אויפגעוועקט כדרך השפיטעלער צו נעמען דעם בלוט דרוק און פיבער און הארץ ראטע און אפשר געבן פעין-קילערס אויב ס'פעלט אויס. ארום 3 אזייגער פארטאגס האב איך צוגעשלעפט א לעפטאפ (וואס 2 חשוב'ע אייוועלט חברים האבן מיר געברענגט יענעם אויפדערנאכט) און פרובירט זיך אונטערצוהאלטן מיט איר אינהאלט, א שעה דערויף בין איך שוין ווידער געווען איינגעהילט אין א טיפע שלאף, ביז די קראנקן-שוועסטער האט ווידעראמאל אויפגעוועקט פאר אירע משוגעת'ן.

דער דאקטער מיט זיינע געהילפן גייען ארום באזוכן די פאציענטן צווישן 7 און 8 פארטאגס, דער געהילף איז צוגעקומען צו מיר און אויפגעשניטן די גרויסע באנדאזש וואס האט ארומגענומען מיין גאנצע פוס פון העכער די קניה ביז אונטערן קנעכל, אנטפלעקנדיג בלויז צוויי קלענערע באנדאזשן ביי די פלעצער פונעם אפעראציע.

פרישטאג קומט אן אין צימער ארום 8:00, אבער דאס האט קיין שייכות מיט די ווארט "פרישטאג" וואס מיר קענען... דעם ערשטן טאג האב איך צוערשט באקומען א געהעריגע גוי'אישע פארציע, וואס איך האב תיכף געהייסן טוישן מיט א כשר'ע. אבער די כשר'ע פארציע האט ענטהאלטן בלויז כשרות, גארנישט קיין מאכלים... יעדע פרישטאג טאץ איז באשטאנען פון א גלעזל הייס וואסער מיט א דעקל, א פעקעלע קאווע, עטליכע פעקעלעך צוקער, א בילקע (וואס איך האב נישט געגעסן ווייל איך האב מיך נישט געקענט וואשן אן קיין הילף), א יאגורט (וואס איך האב טעגליך אויפגעגעסן, אויסער ווען זיי האבן מיר פארגינען בלויז א 'פלעין' יאגורט), און א שיסעלע קריספ-רייז (וואס איך האב טעגליך געגעסן מיט די מילך וואס איז געבליבן אינעם קליינעם שאכטל נאכן אריינגיסן אביסל אין די קאווע).

איך האב גענומען דעם קליינעם פעקעלע קאווע שטויב און אריינגעגאסן אינעם גלעזל הייס וואסער (וואס איז נישט געווען הייס בכלל...), אויפגעמאכט דעם קליינעם פלעשל גאלדן פלאו מילך און פארענדיגט דעם קאווע. געזאגט ברכת התורה בכוונה (נאכן זיך אפגיסן פון די נעגל וואסער שיסל און גלעזלעך וואס מיין מאמע האט צוגעגרייט ביינאכט בעפארן אוועקגיין) און אויסגעטרונקן דעם קאווע אלס ערשטע חלק פון הכנה לתפילה.

אין שפיטאל טראגט מען די זעלבע קליידער ווי אדם הראשון נאכן חטא, דאס מיינט אין אנדערע ווערטער "איין גרויסע פייג"... אנשטאט א העמד און הויזן האט מען איין גרויסע איבערציער וואס מען מאכט צו מיט שלייפן אדער סנעפס ביים האלז, און ווען מען גייט אראפ פון בעט קען מען בעטן נאך איינס אזאנס אנצוטוהן אויפן רוקן, מען זאל זיין האלב מענטשליך צוגעדעקט ביים שפאצירן אינעם האלוועי (מיט די פיזיקל טעראפיסטקע).

אויסער דעם שפיטאל לייוואנט האב איך געהאט אויף מיר א קאפל מיט א וואלענע טלית קטן (וואס איז מאנטאג אויפדערנאכט געטוישט געווארן צו א קאטענע). איך האב נישט געהאט קיין צוטריט צו מיין הוט, רעקל אדער גארטל, האב איך גענומען א האנטוכל אלס הוט און די הענט זענען געווארן דער גארטל, און איך האב אנגעהויבן זאגן פון פארנט.

ווען דער זייגער האט זיך פאראויסגערוקט און איך האב נישט געוואלט פארפאסן סוף זמן תפילה, האב איך אנגערופן מיין דיין שליט"א און אים געפרעגט אויב עס איז א לכתחילה צו דאווענען שחרית אן קיין טלית ותפילין כדי צו פארכאפן דעם סוף זמן תפילה, ער האט געזאגט אז יא. האב איך טאקע אזוי געטוהן, און געדאווענט פון אויסנווייניג דאס גאנצע שחרית, און הערשט שפעטער - ווען די בני בית איז געקומען - האב איך אנגעטוהן די תפילין פון רש"י און פון רבינו תם און געזאגט מיט זיי די פיר פרשיות.

א נורס איז געקומען און מיר געווארנט אז עס גייט וויי טוהן אבער זי מוז ארויסנעמען דעם קאטעטער. איך האב אנגעהויבן דאגה'ן וואס וועט דא זיין, איך גיי דאך נישט קענען אראפגיין פון בעט צו גיין אין בית הכסא, אבער בחסדי השי"ת האט דער מאגען פיין מיטגעארבעט און במשך לאנגע שעות האב איך בכלל נישט געשפירט קיין נחיצות ארויסצוגיין. די זעלבע נורס האט אויך אפגעטשעפעט פון מיר דעם אינטערווינוס זעקל, מיך לאזנדיג בלויז מיט אן איי.ווי. ליניע וואס מען האט גענוצט שפעטער אריינצוגעבן פארשידענע פעין קילערס.

איינמאל איך בין געווען א פרייער מענטש, פריי פון סיי וועלכע צוגעבינדענע כלי, איז אריינגעקומען א טעראפיסטקע מיט א וואלקער און פארלאנגט איך זאל קומען אויף א שפאציר... איך האב געעפנט אויף איר א פאר אויגן, ווי קען מען אראפטרעטן אויף א צובראכענע פוס קארגע 20 שעה נאך אן אפעראציע? אבער היא באחת, זי ווייסט וואס איז גוט פאר מיר, אז איך מוז לייגן דרוק אויף דעם אפערירטן פוס און נאר אזוי וועט זיך עס פארהיילן. מיט די הילף פון די טעראפיסטקע האב איך אראפגעשטעלט דעם ווייעדיגן פוס אויף דער ערד, און דאן די רעכטע פוס, און זי האט מיר צוגעוויזן וויאזוי צו שטעלן טריט נאך טריט מיט דעם וואלקער. דעם ערשטן טאג האב איך נישט צופיל טריט געשטעלט, בלויז ביזן טיר פון צימער און א משהו ארויס דערפון, און צוריק אין בעט.

די מיטאגס אין שפיטאל זענען יא געווען מער צו דער זאך, אבער מאיזה סיבה שהוא האב איך נישט געהאט קיין אפעטיט צו עסן צופיל, מעגליך אז דאס איז געקומען אלס רעזולטאט פון די איינשלעף מאטעריאלן, אדער סתם א פאוביע נישט צו דארפן ארויסגיין הכנות... איך האב מכבד געווען מיין בני בית מיט די ווארימע לאנטשעס, וואס זי האט נישט אפגעזאגט, און מיר האבן צונויפגעשטעלט א בילד אז ווען זי איז א קימפעטארין האט זי נישט קיין אפעטיט פאר די שפיטאל עסן און איך בין דער וואס כאפט זיך צו דערצו, איז נישט מער ווי רעכט אז ווען איך בין דער פאציענט זאל זי באקומען די שפיטאל עסן..

איך פאר מיר האב געגעסן געשמאקערע מאכלים ווי דאס וואס די שפיטאל האט דערלאנגט, איך האב באקומען פון די בני בית און אנדערע באזוכער פרישע מזונות פון פיינע בעקערייען אין וויליאמסבורג און אין בארא פארק. סיי מאנטאג און סיי דינסטאג נאכמיטאג איז מיין ברודער געקומען פון בארא פארק און פארברענגט מיט מיר לענגערע שעות, ביידע מאל איז ער געקומען מיט גרויסע בעגס עסן... בשעת מעשה האב איך נישט צופיל געגעסן פון זיינע מטעמים, אבער יעדן אינדערפרי ביי פרישטאג האב איך מיך מכבד געווען מיט די מיני טעימה וואס ער האט איבערגעלאזט א נאכט בעפאר.

2 פון מיינע קינדער זענען אריבערגעקומען אויף א באזוך מאנטאג אווענט אויף אפאר מינוט, א ברודער מיינער האט זיי געברענגט און אהיימגעפירט. זיי האבן געברענגט אפאר זאכן, און איך האב מיט זיי אהיימגעשיקט אסאך גוטע זאכן וואס האבן זיך אנגעזאמלט אויף די שפיטאל שענקלעך..

המשך יבא אי"ה
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7359
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דאנארשטאג פאברואר 12, 2015 12:40 am

לכאורה ביסט אייזן ווי דו לייגסט אראפ יעדן דיטעיל אזוי געשמאק און פונקטליך.


איך זעה אז די שטיקל האסטו שוין געשריבן יענע דאנערשטאג

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דאנארשטאג פאברואר 12, 2015 12:52 am

דער... לייגט עס דאך אראפ לייבעדיג מיט אלע פארבן....
גלויב מיר... זייט האסט אנגעהויבן דעם ערשטן קאפיטל, שילדערנדיג די נפילה.... ווארפן זיך מיר אלע אברים, דורכגייענדיג טעגליך דעם מקום שנעשה לך נס הנפילה......, שלא תפול כדרך שנפל לכאורה......
והעיקר, לערן איך זיך וואס אלס מען דארף דאנקען דעם גוטן בורא יתברך, פאר יעדע רגע וואס ער שענקט איז געזונטע אברים, געזונטע הענט און פיס......, וואס מחמת דעם רגילות וואס מיר זענען ליידער געוואוינט דערצו... כאפן מיר זיך נישט אפילו, ועל נסיך שבכל יום עמנו תמיד בכל ובכל רגע....!!!
די ברכה פון המכין מצעדי גבר... נאכן ליינען אזא ארטיקל .... זאגט זיך עס גאר אנדערש

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דאנארשטאג פאברואר 12, 2015 6:16 am

א טאגבוך ווי נאר לכאורה קען, אזוי צו געדענקן יעדע פרט ווען מ'איז אין אזא צומישטע מצב, און עס אראפשרייבן מיט אזעלכע קלארע פארבן, יישר כח לכאורה פארן מיטטיילן.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11973
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג פאברואר 12, 2015 8:14 am

מיסטעריעז האט געשריבן:לכאורה ביסט אייזן ווי דו לייגסט אראפ יעדן דיטעיל אזוי געשמאק און פונקטליך.


איך זעה אז די שטיקל האסטו שוין געשריבן יענע דאנערשטאג

דו רעדסט פונעם שטיקל איבער דעם גוי'אישן שכן. גערעכט, יענע חלק האב איך דאס ערשטע געשריבן, א טאג נאכן אהיימקומען, איך האב עס נאר אריינגעשטעלט אינמיטן דעם טאגבוך, און נישט אינאכט גענומען דעם "היינט" וואס מאכט נישט דארט קיין סענס.. (איך האב עס שוין יעצט געטוישט צו 'דאנערשטאג').

----
יישר כח אלע באדאנקער און מיטשפירער, עס גיבט בענזין צו ארבעטן ווייטער דערויף...
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7359
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דאנארשטאג פאברואר 12, 2015 8:19 am

יאפ

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12467
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דאנארשטאג פאברואר 12, 2015 9:48 am

אוי מיין גאט!

איך טוה זיך דא בפמבי אנטשולדיגן פאר ידידי לכאורה אז איך בין דערווייל נישט אנגעקומען אים צו באזוכן, און זאגאר נישט אנרופן. לעצטענס ביניך פארנומען בייטאג און ביי דער נאכט. טאקע נישט קיין תירוץ.. אבער דאס איז די פאקט. עפעס געדענק איך ווי אינמיטן א פארנומענע צייט האט מיר וויכי אנגערופן אויפן סעל און געזאגט אז ער ברויך וויכטיג א ווייפיי קארד פאר לכאורה צוליב דעם וואס מ'האט אים אריינגעפירט אין שפיטאל נאכן כאפן א גליטש יענעם אינדערפרי.

איך האב זיך גלייך דערמאנט אז יענעם זינטאג צופרי האב איך טאקע אויסגעהערט דעם ראדיו (דורך אן עפפ אויף מיין פאון, ליידער געווען אונטערסאנט צו הערן ממש יעדע סעקונדע נאך א קאל איבער א פאציענט וואס איז אומגעפאלן אין וויליאמסבורג, קווינס, בארא פארק, פלעטבוש, סטעטן איילענד און איסטסייד. ממש נאן-סטאפ) האב איך טאקע געהערט דעם קאל ביי אן אדרעעס וואס איז ערגעץ נעבן לכאורה'ס הויז. (אין אישי וועליך דיר זאגן ווער ס'האט געפירט דעם 'באס', אויב מיין זכרון דינט מיר)

דור הולך ודור בא, אזוי איז שוין אריבער עטליכע וואכן און עס איז מיר דערווייל ארויס פון קאפ, און אט.. אט לייען איך דעם טאגבוך!! איי איי איי.. וואס איז דען שייך צוצילייגן צו אלע אנדערע מגיבים דא. אזאנס און אזעלעכעס! יעדע פיטשיווקע! דער האט א זכרון נפלא פאר יעדע קלייניגקייט און נאטירט דאס אזוי אראפ מיט די בעסעטע פארבן, שרעקעדיג, ציענד ביז גאר, מיט אסאך שמייכלעך אין דער זייט. (איך פריי זיך צו ליינען אויפאיינמאל ביז נאך קאפיטל 7, א שטייגער ווי ווען איך באקום אויפאיינמאל א גאנצער סעזאן מיט אלע עפיזאוד'ס דעראון פיקס פארטיג..)

און איך בין נאך אלץ נישט אנגעקומען צו אים! סיז נישט שיין! נאופ. אלזא, בעפאר איך דרוק "שלח" גיימער אנרופן לכאורה און זיך פערזענליך אנטשולדיגן און אפשר קען מען נאך מבקר חולה זיין.

ס'קלינגט... ס'קלינגט...

----

פיין! מ'האמיר שוין גערעדט אויפן טרייבל. ער קוקט אויס גאנץ רואיג... ער זאגט אז ער זיצט נאך אינדערהיים (ער לייגט צו: א_ווי אלעמאל) מ'האמיר זיך נאכגעפערעגט אין זיין מצב און אויסגעדירקט שטארקע קאנפלימענטן אנבלאנגט דעם טאגבוך צו וועלעכע לכאורה האט גלייך ראגירט אז ער וויל דאס ליבערשט ליינען ווי הערן...

(און מיין אינטערנעט ארבייט נישט!! די תגובה גייט נישט!)

וזאת למודעי. מיין תגובה שיקט זיך יעצט בערך 15 שעה נאכן שרייבן און דערווייל איז אן אכטע קאפיטעל געווארן אריינגעריקט.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11973
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג פאברואר 12, 2015 10:31 am

אהה!! איך ווארט שוין אויף דעם תגובה זינט נעכטן נאכמיטאג ווען מיר האבן גערעדט אויפן טעלעפאן און דו האסט מיר געזאגט אז דו האלטסט אינמיטן שרייבן... איך האב געוואוסט אז עס קומט א לאנגע תגובה, והא ראיה עס האט געדויערט א 16 שעה צו טייפן...

איין זאך נאר, וואס מיינט א סעזאן מיט עפיזאדן? :roll: :roll:
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3951
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » דאנארשטאג פאברואר 12, 2015 10:47 am

לכאורה האט געשריבן:
איין זאך נאר, וואס מיינט א סעזאן מיט עפיזאדן? :roll: :roll:

קום כעל דיר מסביר זיין :wink:

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12467
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דאנארשטאג פאברואר 12, 2015 12:29 pm

לכאורה האט געשריבן:אהה!! איך ווארט שוין אויף דעם תגובה זינט נעכטן נאכמיטאג ווען מיר האבן גערעדט אויפן טעלעפאן און דו האסט מיר געזאגט אז דו האלטסט אינמיטן שרייבן... איך האב געוואוסט אז עס קומט א לאנגע תגובה, והא ראיה עס האט געדויערט א 16 שעה צו טייפן...

איין זאך נאר, וואס מיינט א סעזאן מיט עפיזאדן? :roll: :roll:

האהא. גלייב מיר ס'איז געווען יסורים ביים דרוקן שלח.. ב"ה קיין פעינקילער האביך נישט געברויכט.

המממ... איך זוך דא אין אין "היימישע קרעטשמע" אונטער "חברה וקהילה" א הסבר אויף דיין לעצטע קשיא...
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 17 געסט