דער נעא-חסיד

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
קרעזי
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 07, 2006 7:00 am
לאקאציע: צו ס'איז אין מקוה, צו גאר הכנות, א איד בלייבט א איד בכל מקום שהוא

דער נעא-חסיד

תגובהדורך קרעזי » זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 1:17 pm

"ניין עלעווען העס ריעללי טשענדזשד אור לייווס" האט די שטימע פון אן אלטער אריינרופער געמאכט איר וועג דורך די צוויי רונדיגע לעכער אויפן אלטן ראדיא. דער אנפירער פונעם פראגראם – א גוי מיטן נאמען "שאן הענעטי" - האט ווייטער פארגעזעצט דעם שמועס, אבער משה האט דאס שוין נישט געהערט וויבאלד זיינע פוסטריט האבן זיך שוין היבש דערווייטערט פון ארט.

זיין זילבערנע זייגער איז אויפגעדעקט געווארן, און האבן זיך אנגעטראפן אין א פאר מידע אויגן. דער ראלעקס האט געגעבן אנצוהערן אז אין נאך א שטונדע וועט דער זון אוועקגעבן איר פלאץ פאר די נאכט, און שבת וועט פאראליזירן די וואכעדיגע ווירטשאפט און איינהילן די שטאט אין א סארט דערהויבענע אטמאספערע. זיינע הענט האבן אינסטינקטיוו זיך געלאזט צו די שליסלען פון אויטאמאביל, און מיט א דריק אויפן קנעפל האט דער לוקסוס קאר אריינגעלאזט איר אייגנטימער זיצן אויף די אנגעהיצטע לעדערנע פאטעלן.

מיט א דריי האט ער דער מאשין ארויסגעלאזט א ברום, וועלכער האט נישט אנגעהאלטן פאר לאנג, איבערלאזנדיג א שטילקייט אויף די פיהר פלעצער און דער איינציגער מאן וואס האט זיך געפונען צווישן זיי. די טיר איז פארמאכט געווארן מיט א קלאפ, און דער פיהר רעדער האבן אנגענומען א לעבן, און אנגעהויבן זייער גאלאפ איבער די שטאטישע גאסן.

ביז עטליכע מינוט, נאכדעם וואס די איינציגע פאר אויערן האבן צוגעלייגט קאפ צו די טראפיק באריכטן, האט איין האנט געפירט די פאדערשטע צוויי רעדער אין א שמאלן שטעג וואס האט זיי אריינגעשלעפט אין א הויפט שטראז. מיט די צווייטע האנט האט משה א דריק געטון אויף א גרויסן קנאפ, מיטן נומער צוויי, וואס האט אים צוריק אריינגעברענגט אין די שמועס וואס האט אים געהאלטן געשפאנט ביי די ארבעט. צו זיין גליק, האבן די רעקלאמעס נארוואס פארענדיגט שפילן, און ער האט געקענט מיטהאלטן וואו א צווייטער האט אריינגערופן און איבערגעגעבן אירע זכרונות פון יענעם טאג.

משה האט זיך עטוואס געבייזערט, שפירנדיג אז דער "הענעטי" טוט פארוואסערן די צייט מיט קינדישע און ווייבערישע רייד, אבער ער האט זיך געשפירט גוט און וויכטיג דערמיט אז ער הערט אויס די ראדיא. ער האט געדענקט די יארן אין ישיבה ווען ער פלעגט זיך ארויסכאפן אין וואלד אריין, וואו ער האט אריינגעשטעקט די הער אפאראט אין איין אויער, לאזנדיג די צווייטע טייל הענגן וואו זיי האבן זיך אויסגעמישט מיט די פאנגע ליאות איבער די וואלענע ציצית.

"אינטערעסאנט אז איך דאן נאך נישט געהערט פון דעם הענעטי," איז אים דורכגעלאפן א געדאנק, וועלכע איז פלינק איבערגעהאקט געווארן ווען א צווייטער מאשין האט אריינגעשניטן פארנט פון זיין לעקסוס. א גויישע שעלט-ווארט איז געהערט געווארן אין די ליידיגע אויטאמאביל, אבער משה האט געשפירט גוט אויפן הארץ.

ער האט זיך אנגעקוקט אין ברייטן שפיגל, און האט פיל גענאסן פון וואס האט זיך דארט באוויזן. א שמייכל איז פארביי איבער זיינע לעפצן, ווען פאר זיינע אויגן האבן זיך ווידער באוויזן די ישיבה יארן. דער וואלענע טלית קטן האט געהערט צו די פארגאנגענהייט, און משה האט זיך פאררעכנט אלס אן ערנסטער טייל פון די אמעריקאנער קולטור.

ריכטיג, ער האט נישט פארשטאנען פונקט יעדעס ווארט וואס איז געזאגט געווארן אויף די ראדיא, אבער דאס האט אים ווייניג געשטערט. א געוויסע געפיהל פון דערגרייכונג האט אים ארומגענומען, און האט געהאלפן אויפבלאזן דעם וואלקן פרייד וואס האט אנגעפולט זיין וועזן. די פרייד איז אריבער אין די פוס, און דער מאשין האט געוויזן אירע ריכטיגע קענטעניסן ווען זי גליטשט זיך געשמירט און שלינגט איין איין ווייסע ליניע נאכן אנדערן.

דער זעלבער האנט איז ווידער באנוצט געווארן, און א געזאנג האט געזעצט אין די פענצטער וועלנדיג ארויסגיין און צייגן די וועלט זייער ווילדע טאן. משה האט זיי נישט צוריקגעהאלטן, און יעדער וואס איז געפארן אויפן דעם "עף. די. אר." יענעם פרייטאג נאכמיטאג האט געקענט מיטגעהאלטן מיט די צולאזטע קלאנגען וואס האבן זיך ארויסגעשאקלט אויף די לענג פון וועג.

דער גרינער שילד האט אנגעזאגט אז אין עטליכע מינוט וועט דער לוקסוס דערגרייכן זיין ציל. משה האט גענידערט די הויך פון די טענער, און איז אריבער צו דער זעלבער סטאנציע וואס האט אים באגלייט אנהויב פון די רייזע.

ווען דער גרויסער מאשין האט זיך אריינגערוקט אין קעלער, זענען די קינדער שוין געווען אנגעטון מיט זייערע שבת'דיגע קליידער, און האבן זיך געגרייט צו גיין אין שול. משה איז רואיג צוגעטראטן צום פאסט קעסטל און האט ארויסגענומען א בינטל פאפירן וועלכע זענען געווען איינגעדרייט און איינגעהילט אין א גרויסן געלבליכן קאנווערט. זיינע טריט ארויף, אויף די שטיגן וואס האבן געפירט צו זיין הויז, האט ער געמאכט געמאסטן און אויסגערעכנט, זיינע געדאנקען ווידער אין ישיבה.

אריינקומענדיג, איז ער ענטפאנגען געווארן דורך זיין עלטסטע זון, שלומי. "וועלכע פרשה האסטו געלערנט די וואך?" האט ער נישט גערויטלט ווען ער האט געשטעלט די פראגע. דער ענטפער איז געקומען, אבער משה האט זיך שוין נישט געפונען דארט צו הערן. ער איז אריין אין גרויסן "דיינינג רום" וואו ער האט זיך גערימט פאר זיין בני בית אז "היינט האט דער וועג גענומען נישט מער ווי א האלבע שטונדע". א קרום מיט די נאז, און זי האט אים צוגעיאגט צו מאכן די נויטיגע צוגרייטונגען פאר שבת. זי האט שוין לאנג אויפגעגעבן אויף איר מאן, אבער מיט דעם אלעם האט זיין אויפפירונג איר געעגבערט יעדע מאל פונדאסניי.

***

משה איז געלאפן שנעל אין מקוה וואו ער האט אנגעטראפן פריינט מיט וועלכע ער האט זיך נישט באגעגענט די גאנצע וואך. ער האט איינגעטינקען האלב פון זיין געשוירענע בארד, און ווי א פראפעסיאנאלער בעדער געקראצט און געריבן ארויסלאזענדיג א טיפן קרעכץ. "עס מעג זיין הייסער," האט ער נישט פארגעסן צו צולייגן די ווערטער וואס ער האט געלערנט פון די ארומיגע לייט, און האט ווייטער פארגעזעצט די שמועס איבער די "יענקיס".

ווען יאנקל'ס וואקי-טאקי האט זיך צורעדט, האט משה געשפירט פאר וויכטיג צו ארויסווייזן זיינע קענטעניסן אויך אינעם פעלד פון די "האצאלע" אנגעלעגנהייטן.

"ווער האט גענומען די באס? דאבעליו-סיקסטי-ניין?" האט זיך געהערט זיין הייזעריגן שטימע פונעם הייסן וואסער גרוב, וועלכע האט אנגעפולט די שטוב מיט פארע און נאסן רויך. יאנקל האט נישט געאיילט צו ענטפערן, זאגנדיג אז ער קען נישט ארויסגעבן "קלאסיפיצירטע קאנפידעשאל" אינפארמאציע. א הילכיגן געלעכטער האט זיך געהערט פון זעלבן ריכטונג, און משה האט אנגעהויבן צימבלן יאנקל'ן פארן וועלן שטעלן א קינדישן ווידערשטאנד צו זיינע פראגעס.

***

דער הויכער שטריימל האט זיך געווארפן פון זייט צו זייט, פירנדיג דעם אינגערמאן אונטער זיך אין שול אריין. א האנט האט געהויבן פון אונטער אירע ברעגן און האט געגלעט אירע ברוינליכע האר, ברענגענדיג צופרידנהייט פאר משה וועלכע האט צענליגע שטונדען אוועקגעגעבן צו עררייכן דעם שענסטען און בעסטן אין שטאט. פיל צייט איז פארנוצט געווארן נאר אויף צו געוואר ווערן אויב "מיללער" איז בעסער פון "קרויס", אדער גאר פארקערט.

די מערב טיר פון שול איז אויפגעשטויסן געווארן, און די קליקע אינגעלייט האבן זיך ארומגעהאלזט און ארומגעקושט, א שטייגער ווי נשי בימים ההם בזמן הזה. א קליין וואלקן האט זיך געהויבן איבער די גרופע, און האט אוועקגעטראגן א גערוך וואס האט דערמאנט אין די אנדערע זייט שול.

די שיינע שטריימלעך האבן געטראפן זייער פלאץ אויף איינע פון די טישן, און זייערע שטאלצע טרעגער זענען אוועק שמועסן ביי א דערנעבנדיגער טיש. משה האט פארלאנגט א סידור פון עק טיש, נעמנדיג די געלעגנהייט צו ווייזן זיינע גאלדענע מאנזשעטן.

די שמועס האט אפגעשטאט א באזוך ביי אירע וועכנטליכע פריינט: קארס, ספארטס, און נאך. ווען דער שליח ציבור האט אויסגעשריגן זיין ויכולו, מיינענדיג אז האלב פון די באטייליגער שפיצן אן זייערע אויערן צו הערן זיין געקינצלטע שטימע, האט די קליקע זיך אונטערגעהאלטן מיט אן אלטער מאן וועלכע האט נאך נישט פארלוירן געדולד און האט וועכנטליך איינגעהאלטן דעם "וגוערין בו" מיט אן ערליכקייט.

אלע האבן זיך געשטעלט שמונה עשרה, און די סידורים זענען צום ערשטן מאל באנוצט געווארן יענעם אויפדערנאכט. מורמלנדיג האבן זיי עספיעט צו אניאגן דאס וואס די אנדערע האט גענומען איבער א שטונדע.

...די מערהייט פון די שטריימלעך האבן זיך שוין געשאקלט איבער די זיבן ברכות, און די אויסגעפוצטע הויכע ספאדיקעס האבן געשפרייזט אין די קילע פרייטאג-צונאכטס ווינטל, אויפן וועג אהיים...
לעצט פאראכטן דורך קרעזי אום זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 3:29 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
4:29 - קאלטשפיל >> אתערותא דלעילא לתתא >> פאררעכט דיך.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25754
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 1:23 pm

ריזיג, קרעזי!

האצאלע! ווער נעמט די באס?

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11267
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 1:45 pm

קרעיזי קען אויך?
דאס איז שוין קרעיזי

אוועטאר
יענטאאש
מ. ראש הקהל
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 3:12 am
לאקאציע: http://twitter.com/yentash
פארבינד זיך:

תגובהדורך יענטאאש » זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 2:02 pm

קרעזי! ביזטאך א נעא-קרעזי!...

א הארציגן יישר כח. קיפיטאפ!

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 2:07 pm

קרעזי, יוי ביסטו גוט, אז די ווייסט נישט וועליך דיר זאגן, די טויגסט צו די מלאכה! כאניש געוויסט, שאן הענעטי רעדט נאך אלץ פון ניין עלעווען ?

נעבעך, דעם עלטערען איד קעניך גוט, יעדע וואך האטער צוטוען מיט די חברה.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 2:39 pm

קרעזי יוי אר אינדיד (א ווארט פון די ראדיא) קרעזי.
זייער שיין אראפגעלייגט א מראה וואס איך זעה איטליכע וואך.

יישר כח.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 6:09 pm

סארי קרעזי;

ויכולו זאגט מען נאך שמונה עשרה! (פילייכט האסטו געוואלט שרייבן "ושמרו")

איך שפיר זיך אזוי גוט צו כאפן דעם מייסטער שריפטשטעלער ביי א גרייז... דערלאנגט מיר א גלעזל ביר!

אגב, האב איך נישט געוויסט אז א שטריימעל איז אויך נושא את נושאיו, כדברי קרעזי: דער הויכער שטריימל האט זיך געווארפן פון זייט צו זייט, פירנדיג דעם אינגערמאן אונטער זיך אין שול אריין.

אה יא, פאר איך פארגעס: וואס גייט פאר מיט דיר און פרייטאג צונאכטס? שוין דאס צווייטע ארטיקל פון דיר וואס צונעמט די אינגעלייטלעך פרייטאג צונאכטס. (מיר ווארטן אויף נאך)

דרך אגב
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am
לאקאציע: kipka

תגובהדורך דרך אגב » זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 8:47 pm

הערליך!!!!!!

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 9:04 pm

איי קרעזי קרעזי, וואס קען איך טוהן אז דו האסטעך אליינס דערוועלט דעם נאמען?

הערליך און שיין אראפ געלייגט, תזכה למצוות.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 9:59 pm

קרעמער, ער האט דייקא געמיינט ויכולו, וואס די חברה שטעלן זיך דאן דאווענען די שבע ברכות, ודו"ק.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2007 1:15 am

קרעזי, יו אר... הממממ.... אההה., איינעראטעס שוין געזאגט...

איך הייב שוין אן צו וועפן, הא חברה?... נעבעך, מאשקע האט נישט וואס צו זאגן... יוי, נעעעבבבעעעעעךךךךךך......
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
9/11/01
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 19, 2007 12:05 pm
לאקאציע: אין קאר סיט

תגובהדורך 9/11/01 » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2007 10:46 am

קרעזזזזזזזזזזזזזזזזי יו אר די בעססססט!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20445
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2007 11:16 am

קרעזי, מה נאמר ומה נדבר??? כ'על שוין לאזן זארעכ'ן ארויסברענגן מיינע קאכעדיגע געפילן איבער'ן אינהלטן פונם ארטיקל.

אבער להפטר בלא טעינקס אי אפשר, העליך דיר זאגן אז דו ביסט ריזיג אין שפראך...

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2007 12:11 pm

מר קרעזי, ירום הודך וזיו קרנך,
ערשטענס, איידער איך באצי זיך צו די קאמפלימענטאציעס איבער דיין הויכראנגיגער ארטיקל, וויל איך זיך ערשט אפשטעלן און ארויסברענגען נאך א נקודה וואס איך האב קענען געלערנט ליינענדיג דיין ארטיקל. ווי אונזער קאלעגער, קרעמער ירום הודו, האט שוין אנגעמערקט, איז דער ארטיקל שוין דער צווייטער אין צאל איבער דער אנגעווייטאגטער נושא פון די קאטשעלאבעס וועלכע זענען פלאצירטט אינעם מעריב טייל פונעם בית המדרש. דאס זיך באציען אין צוויי ארטיקלען נאכאנאנד איבער דער זעלבער נושא, צייגט אז דו ביסט אן ערנסטער ערליכער יונגערמאן! וכה לחי! ס'איז אונז א זכי' צו האבן צווישן אונז אן ערנסטער יונגערמאן וואס דאס דאווענען איז ביי אים נישט סתם אזוי אזא מין ציפצוף ועקימת שפתים! ויה"ר שיתקבלו התפלות ברחמים וברצון.

און אצינד וואס שייך דיין עצם ארטיקל, דיין סטיל ואופן הכתיבה, איז דאך פשוט. קודם איז דאך צו באוואונדערן דיין הויכראנגיגער פראפעסארישער סטיל, און וועלכן לדעתי ביסטו פון די יחידים וועלכע פארמאגן אין זיך דעם טאלאנט. אבער, א חוץ מזה, ביסטו דאך א יחיד מומחה מיטן נעמען טאקע אטא דעם סטיל און דאס אזוי שיין צולייגען אויף קליינגעלד אזש אז אפי' דער איינפאכער ליינער, וועלכער איז נישט אזוי באהאווענט אין דעם פראפיסארישן שפראך, זאל אבער אויך פארשטיין יעדעס ווארט און יעדער דעטאל אינעם ארטיקל. דאס איז שוין א מומחה'שאפט שאי אתה מוצא אותה, און אויף דעם פלעגט זיך דער פסוק אויסדריקן (אין די געזונטע יארן) אז דו ביסט א 'יחיד' און נישט סתם א יחיד, נאר - א "יחיד מומחה!"

ביסט אן אומן נפלא במלאכת הכתיבה!

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2007 5:50 pm

יאנאש האט געשריבן:קרעמער, ער האט דייקא געמיינט ויכולו, וואס די חברה שטעלן זיך דאן דאווענען די שבע ברכות, ודו"ק.


איך ציה צוריק. איך האב זיך פשוט נישט אויסגעקענט מיט די יעניגע.

נעניתי לך קרעזי, מחול לי.

אוועטאר
לאקשען ברעט
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 03, 2007 10:51 am

תגובהדורך לאקשען ברעט » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2007 10:48 pm

בס"ד

קרעיזי , זייער שיין באשריבען כ'האב ליב דיין סטייל

שקויעך

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5056
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2007 11:33 am

ווען איך וואלט נישט געוויינט פון דעם ביטערן מצב וויזוי אונזערע בני ציון היקרים ה(שהיו צריכים להיות)מסולאים בפז קוקן אויס, וואלט איך ווען געלאכט א גוטס פון דעם געשמאקן ארטיקל.

קרעזי, איך ווייס נישט צו שמא קא גרים אבער האסט געמאכט א קרעזי ארבעט. קיפ איט אפ.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2007 12:28 pm

נאך אזא ארטיקעל זאג איך איי עם קרעיזי ענד יא נאט = פליז שרייב ווייטער דאס קען מען אויסציען און די לענג און די ברייט "קיפ אפ"
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

יוםטובערליך
שר חמש מאות
תגובות: 672
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm

תגובהדורך יוםטובערליך » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2007 4:47 pm

בס"ד

קרעזי,

דו האסט נישט קיין השגה ווי גוט דו שרייבסט. אפילו אזא משונה'דיגער גוטער שרייבער קען אויך פארזען עפעס דא און דארטן...

בקיצור, עפעס א נייע וועלט פון שרייבערס זענען דא אנטדעקט געווארן אין קרעטשמע, און דו ביסט נאך די בעסטע. זאג מיר ווער דו ביסט? (קאנפידענשאל, הא? כי כי!)

פון נאטור אן אנאליסט, וועל איך דא אביסל אנאליזירן די בעסטע פון די בעסטע זאצן פון דיין עסיי, די "טשעריס אן די קעיק" וואס צייגן אן ברחל בתך הקטנה וואספארא בריליאנט פון א שרייבער מיר האבן דא.

1) דער טיטול, "דער נעא-חסיד" איז טיפער פון טיף, און צייגט אז דער קרעזי איז סיי זייער, זייער, און כ'מיין זייער, א רייכער (ליין: געליינט אסאאאך) קאפ, און סיי א שטיקל בעל מחשבה, א מענטש מיט מער באזעסנקייט ווי א דורכשניטליכער שלאג ברייבער (העי, איך מעג אויך טרייען די קונץ פון גאנצע קאפ און מוח - מאפ און קוח, אמת?)

2) די "ארט" (עז אין ART) פון אנהויבן א זאץ אויף יענעם עק וועלט און עס ענדיגן דאהי איז, באמת, בכללללללללללל נישט צו געפינען ביים היימישן עולם. אין מעלות פאלט אמאל אריין אזא שטיק איינמאל א יובל, אבער דער קרעזי טוט דאך דאס לומם ויילה (אופס...). למשל, "דער הויכער שטריימל האט זיך געווארפן פון זייט צו זייט.." דער שטיקל איז גענוג זיס - צוקער ווי האניג - פאר זיך אליינס, אבער די פאנטש ליין וואס קומט נאכדעם, "...פירנדיג דעם יונגערמאן אונטער זיך אין שול אריין..." איז, פון שרייבערישן בליק, עפעס נישט פון די וועלט. איך דרוק דא די "קאמפאזישאן פון די פלאט", די צוזאמשטעל פון די איינע זאץ, אזוי קריעטיוו, אזוי אומגעראכטן, אזא זעץ אין מוח'ס הומאר סענסאר. משוגע צו ווערן. די זעלבע זאך קען געזאגט ווערן אויף "משה האט פארלאנגט א סידור פון עק טיש..." וואס קיינער האט נישט קיין אהנונג וואו די ווערטער גייען פירן, "...נעמנדיג די געלעגנהייט צו ווייזן זיינע גאלדענע מאנזשעטן..." ממש א קלעסיק.

3) פריער האמיר גערעדט פון צוזאמברענגען אין איין זאץ אזא ווייטע צוזאמשטעל פון א סצענע, באוועגונג, אזוי דראמאטיש, אבער אויסערדעם איז דער זעלבער "שטריימל זאץ" אויך א גוטער משל, קרעזי, אויף דיין שרייבעריי בכלל, א מין געזאנג פון א פענע וואס הייבט א מענטש (אויב מ'האט עס ליב).

4) די "עכטקייט" פון די סצענעס - ווי די פרוי, אומשולדיגע אשת חיל וואס זי איז, גיט א קרום מיט'ן נאז אויפ'ן "נעא-חסיד" און מאכט א שווייג איבער איר מאנ'ס התנהגות, עס איז אזוי "עכט".... אדער "ווער האט גענומען די באס?", די אזוי עכטע "איך-פארשטיי-אויך-צו-הצלה-זאכן-סאו-זאג-מיר-עניוועי" סינדראם (פון אסאך מענטשן נישט דוקא אלעמאל "נעא-חסידים", נאר אויך צומאל כנאיעקס ואכמ"ל) אין מקוה איז אויך מוראדיג לגבי דעם...

5) די סצענעס מאכן א מענטש טראכטן ער איז דארט אויפ'ן פלאץ, דאס איז א קונץ אין שרייבעריי וואס איז אויך נישט צו געפינען ביים היימישן עולם. איך מיין נישט מ'לייגט אראפ "טיטאניק" און מ'שפירט זיך אויפ'ן שיף... איך מיין אז בשעת דער שטריימל פירט דעם יונגערמאן אונטער זיך, פילט מען ווי ער גייט טאקע דא נעבן מיר, אט א דא, און איך געב אים צוהערן מיינע געפילן איבער זיין אויפפיראכץ... עס שמעקט אים נישט, אבער ער איגנארירט מיך, ווייל ער דרייווט דאך א לעקסוס און הערט אויס דעם (קריי-בעיבי) שאן העניטי... דו ראצער וואס דו ביסט... (אזוי "אויפ'ן פלאץ" מאכט קרעיזי פילן מיט זיין שרייבעריי).

6) איין קלייניגקייט וויל איך נאר זאגן, אז געווענליך לאזט מען אפ די דאזיגע העניטי-יענקיס-מאנזשעטן שטותים געציילטע יאר נאך די חתונה, אויב נישט פריער, ממילא שטימט נישט אז ער וואלט שוין געקענט "פארהערן זיין יונגעל", אדער אפשר איז ער נאך א גרעסערע ראצער ווי איך בין אים חושד...

בקיצור, ר' קרעיזי, וועסט אפגעבן היבשע דין וחשבון – און יעצט מיין איך שוין זייער ערנסט – פאר איינהאלטן דיין פענע אזוי געהיים ביז היינט, און פאר נישט נוצן דעם טאלאנט, פון שרייבן ווי א פידל, צו העלפן, דערפרייען, אינפארמירן, אידישע קינדער עד ביאת הגואל.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25754
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2007 6:12 pm

יונטי, דו וועסט נישט אפגעבן חין ודשבון (מאפ און קוח סעריע) פאר'ן איינהאלטן דיין פענע ביז היינט? הא

רבותי, עס קומען גוטע צייט יונטי ערליך איז א ריזיגע שרייב-אנאליסט ער האט באוויליגט צו קומען שרייבן ביין אונז, יהא בואך לברכה

לאמיר זינגען צוזאמען, אוי באארוך האבאאאא בשייאיים אשעעם בייאייראכנוכעם מבייית אשעעעעם, אוי זעהעהעה היואיום עאהשה אשייים נאגילא ונשמחה בו!

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5056
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2007 6:23 pm

איכעל ענדערש זינגען פאר יאנטי'ן זיינ'ס א ניגון אוי יאטאטיי יאטאטיי יאטאטאטאטייטיי אוי יאטאטאטיי אוי יאטאטיי בארוך האשעם.

ברוך הבא ר' יאנטל, נו, הייב אן, געגאנגען.
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2007 9:34 pm

ס'איז 'יום טוב' אינדערוואכן דא...
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
יענטאאש
מ. ראש הקהל
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 3:12 am
לאקאציע: http://twitter.com/yentash
פארבינד זיך:

תגובהדורך יענטאאש » מיטוואך סעפטעמבער 05, 2007 8:45 am

לא היו 'ימים טובים' לקרעטשמע כ'יום טוב ערליך'.....

ווער ביסטו
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 2:28 am

תגובהדורך ווער ביסטו » מיטוואך סעפטעמבער 05, 2007 10:10 am

א הערליכע ארבעט.

צוויי קליינע הערות:

1) דער משה מוז טאקע זיין זייער אלט, אויב האט ער אין ישיבה געדארפט לויפן אין וואלד אריין צו הערן די ראדיא... ליידער. [און במילא בין איך נישט זיכער אז ער 'עט דעמאלט שוין געקענט האבן געהערט פון שאן הענעטי...].

2) דער קעפל איז זייער 'ראנג'. "נעא" באדייט "נייע", אבער געווענליך ווערט ער באנוצט אויף א פלאץ וואו דער נאכגייער פרובירט נאכצומאכן דעם פארגייער אויף הונדערט פראצענט - א שטייגער ווי די פארשאלטענע באקאנטע "נעא-נאציס". זאגן "נעא-חסיד" אויף עמיצן וועמען חסידות שטייט ווי א דארן אין אויג איז ווי זאגן אז 'גענעדי זיוגאנאוו' איז א "נעא-נאצי".

יוםטובערליך
שר חמש מאות
תגובות: 672
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm

תגובהדורך יוםטובערליך » מיטוואך סעפטעמבער 05, 2007 10:14 am

צו "ווער ביסטו",

"נעא" קען אויך גענוצט ווערן, אין א געוויסן זין, אלס א שם המושאל ווי "כלומרשט", אדער "אזוי גערופען"... למשל געוויסע קאנסערוואטיווע ביגשאטס אין אמעריקע זענען נישט קיין ריכטיגע קאנסערוואטיווע, נאר "ניא-קאנסערוואטיווע", וואס מיינט אזוי ווי "היינט-צייטיגע אזויגערופענע קאנסערוואטיווען"... די זעלבע זאך, אביסל, מיינט "נעא-חסיד" ביי אונזער געשיכטע דא א "היינטיגער" אזויגערופענער "חסיד" וואס לויט זיין התנהגות האט ער באמת מיט "חסידות" ווי א באבע'ס א טשוואק.

אבער איך וועל איבערלאזן ס'פלאץ פאר'ן ארגינעלן שרייבער ער זאל זיך אליינס מסביר זיין, הפה שאסר...


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: j718, א. לערנער, איפכא מיסתבר און 24 געסט