די ישועה דורך פושקעס 'מטרנה' פון די קופה רב להושיע קערעסטיר

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

מחנך
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 03, 2016 10:49 am

תגובהדורך מחנך » מיטוואך אפריל 18, 2018 5:00 pm

איך קוק שיין אויס אז א גאליציאנער דארף מסביר'ן פאר א אונגארישער וואס ר' ישעי'לע מקערעסטיער מאונגארן פלעגט טון.

ר' ישעי'לע פלעגט גיבן צו עסן פאר אידן, הונגעריגע אידן פלעגן ארויסגיין ביי אים זאט, באקאנט זיין ווארט "לשובע ולא לרזון", די ארגאזיניזעישאן רב להושיע זאגט אז זיי גיבן צו עסן פאר הונגעריגע קינדער, זיי זענען ממשיך די עבודה פון ר' ישעי'לע זצ"ל, גיבן צו עסן פאר אידן, וואס דאס איז געווען די עבודה פון דעם צדיק.

עס איז נישט באקאנט אז ר' ישעי'לע זאל פרעגן די געבורטס טאג פון איינעם וואס איז געקומען צו אים עסן, אפילו א קליינע בעיבי איז אויך געווען ווילקאם.

משהלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » מיטוואך אפריל 18, 2018 6:01 pm

עס שטערט מיר נישט די פיינע צדקה.
איי א פאר מענטשן מאכען שיין פרנסה דערפון? מה נשתנה פון יעדע אנדערע ארגאניזאציע? גענוג ארגאניזאציעס זענען אויפגעשטעלט געווארען צו געבן פרנסה פאר די בעה"ב און טוהען אויך גוטס ווייל דאס איז זייער פראדוקט פונקט ווי יעדע ביזנעס.

טראכט אריין גוט
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 05, 2016 7:28 am
לאקאציע: On the top floor

תגובהדורך טראכט אריין גוט » דאנארשטאג אפריל 19, 2018 9:57 am

מחנך האט געשריבן:איך קוק שיין אויס אז א גאליציאנער דארף מסביר'ן פאר א אונגארישער וואס ר' ישעי'לע מקערעסטיער מאונגארן פלעגט טון.

ר' ישעי'לע פלעגט גיבן צו עסן פאר אידן, הונגעריגע אידן פלעגן ארויסגיין ביי אים זאט, באקאנט זיין ווארט "לשובע ולא לרזון", די ארגאזיניזעישאן רב להושיע זאגט אז זיי גיבן צו עסן פאר הונגעריגע קינדער, זיי זענען ממשיך די עבודה פון ר' ישעי'לע זצ"ל, גיבן צו עסן פאר אידן, וואס דאס איז געווען די עבודה פון דעם צדיק.

עס איז נישט באקאנט אז ר' ישעי'לע זאל פרעגן די געבורטס טאג פון איינעם וואס איז געקומען צו אים עסן, אפילו א קליינע בעיבי איז אויך געווען ווילקאם.

גראדע זעט איר אויס גאר שיין, אבער דאס איז נאך אלץ נישט קיין תירוץ אויף וואס יהיה כן פרעגט,
"וואס ר' שייעלע האט מיט פיטערן בעיביס
איר קענט פונקט אזוי אדרעסירן אלע חשובע ארגאניזאציעס וואס כלל ישראל פארמאגט, אנגעהויבן פון משביע, און געענדיגט ביי סטמאר ביקור חולים, און אלעס אינדערמיט, אויפן נאמען פון ר' שייעלע??

גראדע הער איך אז סאיז גאר נישט ווי מען זאגט דא, א משפחה באקומט נישט מער ווי 2 שטיק א חודש, דער וואס באקומט!

חרוזים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 02, 2014 6:32 pm

תגובהדורך חרוזים » דאנארשטאג אפריל 19, 2018 5:28 pm

איך זעה מ'האט דא גרויסע פראבלעמען

איז לאמיר אייך זאגן בקצרה

רבי ישעי'לע האט געגעבן צו עסן, און געטון אסאך חסדים, בפרט פאר די וואס האבן געדארפט, רבי ישעי'לע האט געוואלט צושטעלן דאס וואס פעלט

און רב להושיע - קערעסטיר רבי ישעי'לעס צדקה, טוט די זעלבע זאך, און געבט צו עסן דארט ווי ס'פעלט אויס.

אלע רבנים

וואס איר קענט זעהן דא אין דעם אשכול זייערע בריוון, ובראשם הגה"צ ר' משה וואלף זארגער שליט"א, און חבר הביד"ץ הגה"צ ר' שמואל בראנדסדארפער שליט"א רבני הקופה, און כ"ק אדמו"ר מפארשעי נשיא הקופה, שטיצן אונז און באגלייטן אונז, ווער ס'זאל באקומען, און וויפיל מ'זאל באקומען

אויב זענען די רבנים נישט גוט פאר אייך, קענען מיר אייך נישט העלפן.

אבער אסאך אידן אין כלל ישראל, זענען יא צופרידן מיט די רבנים, און האבן זייער שיין באשטייערט געגעבן, און בעז"ה האפן מיר צו קענען טאקע צולייגן די נאך 200 משפחות וואס ווארטן ארויף צו גיין אויף די ליסטע
פאר מער אינפארמאציע ravlehoishia.org

ווי האלט איך דא
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 26, 2017 4:49 pm

תגובהדורך ווי האלט איך דא » דאנארשטאג אפריל 19, 2018 5:57 pm

חרוזים האט געשריבן:איך זעה מ'האט דא גרויסע פראבלעמען

איז לאמיר אייך זאגן בקצרה

רבי ישעי'לע האט געגעבן צו עסן, און געטון אסאך חסדים, בפרט פאר די וואס האבן געדארפט, רבי ישעי'לע האט געוואלט צושטעלן דאס וואס פעלט

און רב להושיע - קערעסטיר רבי ישעי'לעס צדקה, טוט די זעלבע זאך, און געבט צו עסן דארט ווי ס'פעלט אויס.

אלע רבנים

וואס איר קענט זעהן דא אין דעם אשכול זייערע בריוון, ובראשם הגה"צ ר' משה וואלף זארגער שליט"א, און חבר הביד"ץ הגה"צ ר' שמואל בראנדסדארפער שליט"א רבני הקופה, און כ"ק אדמו"ר מפארשעי נשיא הקופה, שטיצן אונז און באגלייטן אונז, ווער ס'זאל באקומען, און וויפיל מ'זאל באקומען

אויב זענען די רבנים נישט גוט פאר אייך, קענען מיר אייך נישט העלפן.

אבער אסאך אידן אין כלל ישראל, זענען יא צופרידן מיט די רבנים, און האבן זייער שיין באשטייערט געגעבן, און בעז"ה האפן מיר צו קענען טאקע צולייגן די נאך 200 משפחות וואס ווארטן ארויף צו גיין אויף די ליסטע

איך בין פון די שטיצערס אבער איך מיין דאס האט ר' ישעילע נישט געטוען צו לאזן 200 משפחות הינגערען אויב מען האט נישט געהאט אויפן פלאץ גענוג געלט מען דארף זיך מער אנשטרענגען צו געבן לכל הפושט יד ואגב פארוואס זענען חוץ לארץ אידן שילדיג צו הונגערען טייל אביסל דא אויך ובפרט לשיטתך אז עס איז דא א וועיטינג ליסט גיב דא אין ניו יארק פאר אפאר אידן

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9192
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דאנארשטאג אפריל 19, 2018 5:59 pm

רבי שייעלע האט געטיילט אין חוץ לארץ, במקומו ובארצו, נישט דוקא געשיקט דאס געלט [און עסן] קיין אינדרויסן פון זיין מדינה
אלזא, ווער ס'וויל גיין בדרכיו, זאלן גיבן צו עסן פאר הונגעריגע אידן אין די אייגענע שטאט, סיי פאר בעיביס און סיי פאר זיידעס, און נישט נאר ג' אייר נאר אויך ד' אייר און ג' סיון און ח' תמוז...

Haklal
שר חמש מאות
תגובות: 603
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » דאנארשטאג אפריל 19, 2018 6:33 pm

יהיה כן האט געשריבן:רבי שייעלע האט געטיילט אין חוץ לארץ, במקומו ובארצו, נישט דוקא געשיקט דאס געלט [און עסן] קיין אינדרויסן פון זיין מדינה
אלזא, ווער ס'וויל גיין בדרכיו, זאלן גיבן צו עסן פאר הונגעריגע אידן אין די אייגענע שטאט, סיי פאר בעיביס און סיי פאר זיידעס, און נישט נאר ג' אייר נאר אויך ד' אייר און ג' סיון און ח' תמוז...

די אייניקלעך פין ר' ישעי'לע וואס פירן אהן די ארגיניזעשאן זענען אין א"י אין זיי טיילען במקומם ובארצם. אין די פיואטאר קען זיין אז זיי וועלן טיילען דא אויך אויב עס וועט זיין מער געלט. אז איינער וויל דוקא געבן פאר דא שוין יעצט קען ער לכאורה טיילען

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9192
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דאנארשטאג אפריל 19, 2018 6:35 pm

Haklal האט געשריבן:

פארהאן א ארגאניזציע אין ווילי וואס הייסט 'היכל ישעיה', וועלכע זענען הולכים בדרכיו כפשוטו, מען טיילט עסן לכל דכפין, אין ביהמ"ד בית יואל, די נדבנים זענען פון דאהי, און מען טיילט עסן דאהי, און מען שנארט דערפאר דאהי

Haklal
שר חמש מאות
תגובות: 603
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » דאנארשטאג אפריל 19, 2018 10:38 pm

יהיה כן האט געשריבן:
Haklal האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:רבי שייעלע האט געטיילט אין חוץ לארץ, במקומו ובארצו, נישט דוקא געשיקט דאס געלט [און עסן] קיין אינדרויסן פון זיין מדינה
אלזא, ווער ס'וויל גיין בדרכיו, זאלן גיבן צו עסן פאר הונגעריגע אידן אין די אייגענע שטאט, סיי פאר בעיביס און סיי פאר זיידעס, און נישט נאר ג' אייר נאר אויך ד' אייר און ג' סיון און ח' תמוז...

די אייניקלעך פין ר' ישעי'לע וואס פירן אהן די ארגיניזעשאן זענען אין א"י אין זיי טיילען במקומם ובארצם. אין די פיואטאר קען זיין אז זיי וועלן טיילען דא אויך אויב עס וועט זיין מער געלט. אז איינער וויל דוקא געבן פאר דא שוין יעצט קען ער לכאורה טיילען

פארהאן א ארגאניזציע אין ווילי וואס הייסט 'היכל ישעיה', וועלכע זענען הולכים בדרכיו כפשוטו, מען טיילט עסן לכל דכפין, אין ביהמ"ד בית יואל, די נדבנים זענען פון דאהי, און מען טיילט עסן דאהי, און מען שנארט דערפאר דאהי

אה"נ נישט קיין סתירה ויר"ש יוצא ידי שניהם מען געט פאר ביידע וכן אנו נוהגים.
מען זאל אלס קענען געבן אין נישט דארפן ח"ו נעמען

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3944
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » פרייטאג אפריל 20, 2018 3:39 pm

מטרנה האט געשריבן:ר' נחמן נתן, איך ווייס נישט פונקליך וואס דיר באדערט

איר פארשטייט נאך אלץ נישט?
צוגעלייגטע
aertq3.jpg
aertq3.jpg (180.1 KiB) געזעהן 256 מאל
לחיים ולברכה!

משהלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » פרייטאג אפריל 20, 2018 3:40 pm

רבונו של עולם!

יחי אדוננו מורינו ורבינו לעולם ועד.

אוועטאר
וואס עפעס?
שר חמש מאות
תגובות: 620
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » פרייטאג אפריל 20, 2018 4:14 pm

נחמן נתן האט געשריבן:
מטרנה האט געשריבן:ר' נחמן נתן, איך ווייס נישט פונקליך וואס דיר באדערט

איר פארשטייט נאך אלץ נישט?

עס איז נישט בלויז ליצנות געמאכט נאר אויך קען עס איבערלאזן א נעגעטיווע אפעקט אויף אונזער חינוך בכלל און מנהגי חסידות בפרט

אונז טוה מיר נאר חסידות וואס האט א מקור, און אז איינער לייגט צו שיינע געדאנקן איז כל המוסף גורע
די ארגון זעלבסט איז זייער חשוב אבער לענ״ד איז דעיס א ליצנות
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9192
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מוצ"ש אפריל 21, 2018 11:23 pm

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אזוי גאר!, מטעמים און 22 געסט