לשובע ולא לרזון: קערעסטיר

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1516
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

לשובע ולא לרזון: קערעסטיר

תגובהדורך גאלדענע פעדער » זונטאג מאי 22, 2016 3:15 am

אריינפור: איך האף דער עולם דא וועט נישט זיין ברוגז, און מיר מוחל זיין. אז כאטש ס׳איז שוין אדארעך מער ווי אביסעל צייט פון דעם יארצייט פון דעם גרויסען צדיק רבי ישעי׳לע מקירעסטיער, זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל. און כ׳האב שוין אויך אסאך געשריבען איבער דעם נושא, סא וואס און פארוואס, קום איך שוין דא ווייטער, שרייבען?...

פיל איך אבער פאר וויכטיג צי שרייבען א שטיקעל המשך אויף דעם נושא פון, די דרך העבודה המיוחדת, פון דעם צדיק רבי ישעי׳לע פון ״געבען צי עסען פאר יודן״, און איבער די נושא פון ״די פרישטיג׳ס און די בתי מדרשים״ און די טאג פון די יארצייט, טאקע ווייל כ׳האב געשריבען וועגען די ענינם די אנדערע וואך, און כ׳האב זיך שטארק מותוכח געווען מיט טייל חברים איבער די זאכען. וויל איך דא נעמען די געלעגענהייט, אביסעל צי זיך ציריק ציען, פון טייל זאכען וואס כ׳האב געשריבען.

אודה ולא אבוש.
לאמיך שוין דא מקדים זיין, און אודה ולא אבוש, אז ס׳האט מיר טאקע געפעלט אסאך ידיעות איבער דעם גרויסען צדיק. און א דאנק עטליכע חברים דא אויף אייוועלט, שמם הטוב הולך לפניהם, הרב @משה צימערינג, דעם רבי׳ן פון 770׳ס א חסיד. און הניק החשוב, הרב @ניסעל, א ניק וואס ס׳גיסט זיך פון עיהם דברי וספורי חסידות. קען איך זאגען אויף זיי ביידע זאגען בפה מלא, אז, ברוך שלא השבית לנו גואל. און א דאנק זיי איז מיר נתלבן געווארען, כאטש אויף וויפעל א פשוטי בשר ודם קען פארשטיין, אביסעל מעט מזעיר פון די דרך העבודה פון דעם גרויסען צדיק רבי ישעי׳לע ״פון געבען צי עסען פאר יודן״. און ווי אויך, האב איך טאקע געקויפט דעם ספר ״מופת הדור״, און כ׳האב שוין אסאך דערפון דארעך געלערענט ב׳ה.
ממילא גיי דא מאכען בעזר שמו יתברך, א שטיקעל סך הכול איבער דעם נושא. און ווי אויך וועל איך אריין ווארפען ביים סוף אויף וויפעל איך האלט אבער יא, אז דער עולם גולם גייט מיט׳ן קאפ און וואנט אריין...

און כ׳האב אז מיט דעם דאזיגען מאמר וועל איך קלאר מאכען, אביסעל, איבער דעם צימישעניש וואס הערשט ביים ציבור, איבער דעם דרך העבודה פון דעם גרויסען צדיק. און כ׳האף אז דער עולם דא, וועט הנאה האבען פון מיינע ווערטער,

און אדרבה ווער ס׳האט וואס צי מוסף זיין, אדער צי אפ-ווארפען, ווערט פערזענדליך געבעטן צי נעמען דאס פעדער און די האנט און שרייבען וואס סליגט עיהם אויפן הארצען.
----


ובזה החלי בעזר צור גואלי.
די מכה בפטיש וואס ס׳האט מיר געמאכט טראכטען אז עפעס מאכט נישט קיין סענס, איבער וואס מענטשען זאגען און מיינען, איבער דעם דרך העבודה פון רבי ישעי׳לע פון ״געבען צי עסען פאר יודן״, איז געווען ווען כ׳האב געהערט, דעם היינט שוין זייער באקאנטען מימרא, פון הגאון רבי יצחק לעבעוויטש.

אז ״אמאל האט מען געמאכט פון רבי ישעי׳לע קערעסטירער א עקסטערמענעטער, און היינט מאכט מען שוין פון עיהם אויך א קעכער״... און ווי די לצים האבען ציגעלייגט אויך א בעבי סיטער.... (מטרנה) וואס און אנדערע ווערטער, ליגט און דעם א זילזול און דעם צדיק קדוש עליון רבי ישעי׳לע, און ציליב דעם בין איך ארויס געגאנגען בחרוב ובחנית. קעגן דעם זלזול און דעם צדיק. און כ׳האב גע׳טענה׳ט אז סהייבט זיך בכלל נישט אן די אלע זאכען וואס מאנכע זאגען איבער רבי ישעי׳לע. און אפי׳ ער זאל ווען האבען ״געטיילט עסען פאר יודן״ איז עס בלויז געווען פאר די עניים וכדו׳.

אבער א יעדער וואס ס׳וועט נאר נעמען דעם ספר ״מופת הדור״ און די האנט. (וואס איז אגב באקאנט אלט׳ס א גאר פארלעסליכען ספר, און געשריבען דארעך רבי ישעי׳לע׳ס איינקלעך זעלבסט. און אויך האט כמעט א יעדע סיפור, א נאמען מיט א קלארען מקור, ווערט ס׳האט עס פארציילט און מיט וועם ס׳האט פאסירט) וועט ער זעהן אז ס׳איז דוקה יא אמת די אלע זאכען. און רבי ישעי׳לע האט יא קלאר געהאט, א אויסגעריפענע און מחידש׳דיגער עבודה, פון צי טיילען צי עסען פאר יודען, און פאר סיי וועלעכע יוד ס׳זאל זאר זיין. ווי ער פלעגט טיילען בילקעס און קראטאפעל. און ווער ס׳איז נאר אדארעך געגאנגען דעם שטאט קעריסטיער און געוואלט גייען עפעס צי בייסען זיך דערכאפען דעם הארץ. האט געוויסט אז מען גייט צי דעם צדיק רבי ישעי׳לע, וויבאלד דארט טיילט מען צי עסען. און עד כדי כך, אז רבי ישעי׳לע אליינס פלעג זיך אויסדריקען אז ביי מיר איז פשוט א קרעטשמע.... און גארנישט עפעס אנדערש... ווי אויך ווערט אויך געברענגט און דעם ספר הנ׳ל, די עקסטערען עבודה פון רבי ישעי׳לע פון זיינע מלוה מלכה׳ס, ווי ער פלעגט הייסען מען זאל גייען ספעציעל כאפען פרישע פיש פון וואסער לכבוד דעם מלוה דמלכה, (ס׳איז דאך נישט געווען מעגליך צי האלטען פריש פיש ווי היינט) און ווי אויך האט ער געהייסען צי שחט׳ן פרישע עופת, און צימאל אפי׳ צי שחט׳ן א גאנצע בהמה... לכבוד דעם סיעדתא דדוד מלכא משיחא...

אין לך בו אלא חידשו.
און ווי ס׳האט געשריבען דער ניק @ניסעל (און דעם אנדערען אשכול, אגב האב איך דאס נאך נישט געטראפען און דעם ספר הנ׳ל) אז ס׳איז געגאנגען עד כדי כך, אז רבי ישעי׳לע׳ס רבי׳ס אליינס, רבי הערשעלע ליסקער, דער צאנזער רב, און רבי מרדכי׳לע נאדבורנער, און נאך אסאך צדיקים. האבען זיך גאר געווינדערט, אויף דעם אינטערסאנטער און מחידש׳דיגער דרך, פון רבי ישעי׳לע פון צי טיילען, און סערווירען, עסען פאר יודן. אבער דאך האבען זיי אלע אלע גאר שטארק גע׳האלטען, פון עיהם, און געזאגט, אז אויף רבי ישעי׳לע פרעגט מען נישט קיין קשיות... וויבאלד ס׳איז דאך בלי שום ספק, אז רבי ישעי׳לע האט און די אלע זאכען, הויעכע און גרויסע ענינם, פון משפיעה זיין כל מינה השפעות טובות און גיטע זאכען פאר יודן.


בכלל איז דא גאר גאר אסאך זאכען וואס מען דערציילט אויף רבי ישעי׳לע וואס מען האט נישט געהערט אזוי פיל ביי אנדערע צדיקים,

א) ווי די מימרא פון איך האב אינזין ראש השנה ביי תקיעות שופר, אנדערש ווי אנדערע צדיקים. ״לשבע ולא לרזון״.
ב) און דאס וואס ער פלעגט אוועק לייגען גוים ווי גארנישט. לכאורה די מערסטע באקאנטע מימרא איבער דעם, איז די מימרא פון ״אדער וועט ער זיך בייגען אז נישט וועט ער זיך לייגען״...
ג) און די מימרא פון רבי מרדכי׳לע נאדבורנער האט געזאגט, אז די שליסעל פון פרנסה ליגט און די הענט פון רבי ישעי׳לע...

וואס די אלע זאכען ווייזען אויף א צדיק וואס חוץ זיינע באקאנטע מדרגיות און רחניות, מיט זיין צדקות, קדושה, און פרישות, וואס דאס זענען זאכען, וואס זענען אויך באקאנט אויף אלע אנדערע צדיקים, זה בכה וזה בכה. זעהט זיך דאך דא ארויס, א צדיק, וואס איז געווען אויף א געוויסע אויפן, מער ווי אנדערע צדיקים מיט דעם ענין, פון ברענגען פאר יודישע קינדער ״השפעות טובות בגשמיות״. און דאס איז געווען אן עבודה וואס איז געווען א חידש, און אויף אזוי ווייט, אז ווי פריער דערמאנט, איז עס געווען אפי׳ פאר זיינע אייגענע רבי׳ס און צדיקים פון זיין דור א חידש און א פליאה...

אבער וואס נישט.
נאכען שרייבען די אלע זאכען קימט אויס. איז דער ענין פון געבען פרישטיג׳ס און די טאג פון זיין יארצייט איז יא לכאורה א בחינה פון הדבק במידותיו, און לכאורה א זכות פאר דעם צדיק אז מען גייט נאך און זיינע דרכים. און מען געבט צי עסען פאר אנדערע יודן. וואס דאס איז געווען בפירש זיינ׳ס א חידש און און עבודה מיחדות... אבער ווייטער לעניות דעתי, זענען די אלע וואס גייען מיט דעם א טריט ווייטער, גרענעצען זיך שוין יא מיט א לצנות און דעם צדיק. און דאס מיין איך, די אלע וואס געבען סושי אדער פיצא און דעם טאג פון זיין יארצייט. אדער די רעסטיראנטען וואס געבען צי פרעסען בחינם לכבוד זיין יארצייט. דאס גייט לכאורה יא אריין און גדר פון מאכען א לצנות פון דעם צדיק, וואס איז בכלל נישט קיין גלייכע זאך צי טיען.

ווי אויך מיין איך אז דער נייער מנהג פון די פרישטיג׳ס און די בתי מדרשים, וואס כאטש דאס זעלבסט איז לכאורה יא א גיטע זאך, און א בחינה פון הדבק במידותיו, אדער איז עס כאטש א זכות, פאר דער וואס געבען דאס עסען, פינקט ווי מאכען א סעודות הילולה און די יאר טאג פאר סיי וועלעכע אנדערע צדיק. דאך נראה לעניות דעתי, אז דאס קימט מחמת חלישות הדור, כאטש ווי געזאגט איז עס לכאורה יא א גיטע זאך.

און איך וועל מסביר זיין פארוואס איך זאג אזוי.

כ׳האב אמאל געהערט אז איינעם זאגען. אז ער האט נאך קיינמאל נישט געזעהן אז א מענטש זאל גייען און די טאג פון די יארצייט פון דעם הייליגען צאנזער רב, אויסליידיגען אלע זיינע טאשען פאר עניים... (ווי די הייליגע דברי חיים פלעגט זיך נוהג זיין, זיך נישט צי לייגען שלאפען ביינאכט, ביז ער האט אויסגעלייגט אלע זיינע טאשען פון געלט פאר עניים) דאס וועט קיינער נישט גייען טיען.... ווייל ס׳איז דאך שווער. און ווי אויך גייען לערנען, און עוסק זיין און די ספרים פון דעם בעל הילולה. דאס וועט ער אויכט טייל נישט גייען טיען... ווייל פאר דעם האט ער דאך נישט קיין צייט... אבער צי געבען צי עסען א גרויסען פרישטיג דאס האט יעדער צייט און געדילט...


סוף דבר: ווי געזאגט כאטש איך מאך נישט אוועק דאס געבען פרישטיג׳ס און די בתי מדרשים, איז עס דאך א נקודה למחשבה, און א זאך און וואס זיך צריך מתבונן. והנראה לעניות דעתי כתבתי.

זייטס מיר אלע געזינט ליבע פריינד.
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » זונטאג מאי 22, 2016 3:20 am

סתם נישט אמת אז דאס איז געווען א חידוש פון רבי ישעי'לע. עס זענען געווען כמה וכמה צדיקים וואס האבן געמאכט א מורא'דיגע עסק פון געבן עסן פאר אידן. טייל פון די איז געווען רבי מרדכי'לע מנאדוורנא וואס פלעגט אליין אריינגיין אין קאך ברענגען עסן פאר אידן, ווי אויך הרה"ק מראפשיץ איז באקאנט אז ער פלעגט שטיין אויפ'ן טיש טיילן בילקעלעך, און נאך און נאך.

ויש עוד להעיר, אבער דאס איז נאר א נקודה אויף דעים וואס די ברענגסט ארויס כאילו אז די אנדערע צדיקים האבן זיך געווינדערט אויף רבי ישעי'לע, זאג איך דיר אז דאס איז שקר וכזב.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2031
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » זונטאג מאי 22, 2016 3:24 am

מער ווי פין וואס אין ווי אזוי די שרייבסט וואס דאס אליין איז צו גראטעלירן איז צו באוואונדערן דיין שטארקייט אין אויפריכטיגקייט פין צירוק ציען אין זיך טוישן מיינונג ברבים אפי' עס איז שוי אריבער א וואך אין מען האט שוין גערעדט אנדערע זאכן אין קיינער האט עס נישט יעצט פין דיר פארלאנגט ברבים
באמת צו באגריסן

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2031
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » זונטאג מאי 22, 2016 3:27 am

סידיראם האט געשריבן:סתם נישט אמת אז דאס איז געווען א חידוש פון רבי ישעי'לע. עס זענען געווען כמה וכמה צדיקים וואס האבן געמאכט א מורא'דיגע עסק פון געבן עסן פאר אידן. טייל פון די איז געווען רבי מרדכי'לע מנאדוורנא וואס פלעגט אליין אריינגיין אין קאך ברענגען עסן פאר אידן, ווי אויך הרה"ק מראפשיץ איז באקאנט אז ער פלעגט שטיין אויפ'ן טיש טיילן בילקעלעך, און נאך און נאך.

ויש עוד להעיר, אבער דאס איז נאר א נקודה אויף דעים וואס די ברענגסט ארויס כאילו אז די אנדערע צדיקים האבן זיך געווינדערט אויף רבי ישעי'לע, זאג איך דיר אז דאס איז שקר וכזב.

אויף דעי פארנעם אין אז מען זאל "נאר" דאס זען אין אלע אנדערע זאכן באהאלטן איז "נאר" געווען ביי ר' ישעי'לע אין צדיקים האבן זיך יא געוואונדערט נישט אויף אים נאר אויף זיינע געוואלדיגע באהאלטע סודות אין טיילן עסן

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5438
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » זונטאג מאי 22, 2016 9:31 am

גאלדענע

דו זאגסט סך הכל א חילוק פון הערינג און סושי?
ועוד, נעם די זאל נישט נישט צום הארצן, אין בודקין למזונות

כידוע די מימרא פונעם מהרש״ג אויף ר׳ ישעי׳לע אז א דבר תורה קען מען אפפרעגן, אבער א בילקעלע קען מען נישט
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

Haklal
שר האלף
תגובות: 1034
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » זונטאג מאי 22, 2016 11:43 am

מען זאל אויך נישט פארגעסן אז ווען ר' ישעי'לע האט געשניטן די חלה איז נישט אראפגעפאלן קיין ברעקעליך ווייל ער האט נישט פוגם געווען ווי ער האט זיך אויסגעדרוקט אז העט ווען נישט די תורה געהייסן חתונה האבען העט איך ווען נישט חתונה געהאט. אזוי אויך שטייט אויף די מצבה שומר הברית והחסד

אוועטאר
נגיד
שר האלף
תגובות: 1967
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2015 10:39 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נגיד » זונטאג מאי 22, 2016 11:47 am

פרידן האט געשריבן:ס'איז צו באוואונדערן דיין שטארקייט אין אויפריכטיגקייט פון צוריק ציען אין זיך טוישן מיינונג ברבים אפי' עס איז שוין אריבער א וואך און מען האט שוין גערעדט אנדערע זאכן אין קיינער האט עס נישט יעצט פין דיר פארלאנגט ברבים,
באמת צו באגריסן.
...I reserve the right to disagree

קאנספיראציע טעאריעס זענען פאלש, פאקטן זענען נישט...

בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 401
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 02, 2009 9:54 am

תגובהדורך בני יששכר » זונטאג מאי 22, 2016 12:34 pm

איך וויל אריין ווארפן מיינע צוויי צענט
קיינער מאכט נישט אוועק די פריערדיגע צדיקים
וואס האבן עוסק געווען מיט העלפן אידן
צי דאס איז געווען דער הייליגער בעש''ט
צי ר' ר' אלימלך צי ר' משה לייב סאסוב
איך קען נישט אויס רעכענען אין די רייע
יעדער האט געהאט איין ציל אריין צי לייגן אמונה אין די אידן
נאר ביי ר' ישעי'לע איז ממש בדורינו אין עס זענען נאך געווען אידן ביי אים אין זיי האבן אינז איבערגעגעבן וואס זיי האבן געזען
זי''ע

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6210
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » זונטאג מאי 22, 2016 1:47 pm

;l;p- הענטעלעך ארויף פאר גאלדענע !!

איין נקודה למחשבה נאר,
ווען א יוד איז געווען ביים צדיק בחיים חיותו, האט ער געזעהן פאר זיך א עובד השם, א צדיק וקדוש, וואו ס'וואלגערן זיך מופתים אונטען טיש וואס האט אן עבודה פון טיילן עסן פאר יודן

משא"כ אבער היינט, אקינד וואס וואקסט אויף אז ר' ישעי'לע מיינט עסן, און דעטס איט וואס ער הערט רעדן ביים יארצייט און א גאנץ יאר, ער הערט נישט קיינעם רעדן פון זיין קדושה וצדקות, וועט ער האבן די זעלבע הרגשה צו ר' ישעילע ווי צו א ר"ר אלימלך למשל,
וואס ביים יארצייט זאגט מען די תפלה און מ'לערנט צעטיל קטן ?.



איך קום נישט מקטרג זיין, איך וויל נאר וויסן צו די עולם האלט אז איך האב א פוינט.
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5438
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » זונטאג מאי 22, 2016 1:49 pm

ניין
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » זונטאג מאי 22, 2016 2:17 pm

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:;l;p- הענטעלעך ארויף פאר גאלדענע !!

איין נקודה למחשבה נאר,
ווען א יוד איז געווען ביים צדיק בחיים חיותו, האט ער געזעהן פאר זיך א עובד השם, א צדיק וקדוש, וואו ס'וואלגערן זיך מופתים אונטען טיש וואס האט אן עבודה פון טיילן עסן פאר יודן

משא"כ אבער היינט, אקינד וואס וואקסט אויף אז ר' ישעי'לע מיינט עסן, און דעטס איט וואס ער הערט רעדן ביים יארצייט און א גאנץ יאר, ער הערט נישט קיינעם רעדן פון זיין קדושה וצדקות, וועט ער האבן די זעלבע הרגשה צו ר' ישעילע ווי צו א ר"ר אלימלך למשל,
וואס ביים יארצייט זאגט מען די תפלה און מ'לערנט צעטיל קטן ?.



איך קום נישט מקטרג זיין, איך וויל נאר וויסן צו די עולם האלט אז איך האב א פוינט.


פון רבי ישעי'לע איז דא גענוג און נאך צו פארציילן, זיין צדקות קדושה און פרישות זיינע מדריגות וכו' וכו'', און מען ברויך טאקע רעדן פון די אלע מדריגות פון זיין צדקות און קדושה און אזוי וועט מען ריכטיגער אנקוקן די מורא'דיגע מדריגות בעבודתו הקדושה להשפיע טוב לכלל ישראל
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

אוועטאר
יונהלע
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 21, 2013 12:21 am

תגובהדורך יונהלע » זונטאג מאי 22, 2016 3:04 pm

איינער ווייסט אפשר וואס הרב גאלד שליט"א האט זיך אנגעטשעפעט אויף דעם ר' ישעי'לע ?

וואס האט אים ר' ישעי'לע שלעכט'ס געטון אז דער לאזט אים נישט אפ?

4 זייטן האסטו געשריבען מיט אלע מיני לשונות של גנאי אויף כלל ישראל "פרעסער'ס, טיפשים, שוטים, ליצים, השם ירחם, ועוד"
און ווען צענטליגער חבירים האבען דיר געבעטן אז פאר דו שעלט'ס אזוי פיל יודען אינטערעסירט דיך ווער די צדיק איז געווען , איז דאס געווען די ענטפער...

קודם כל א ניק מיטען נאמען @צימערינג, וואס האט מיך גע׳טענה׳ט אז ״רבי ישעי׳לע האט געמאכט א מלוה מלכה פאר עשירים און געטיילט דארט בהמה פלייש״ פאר זיי..., אזוי צי שרייבען אויף רבי ישעיעלע?... אז ער זאל ווען האבען געפראוועט מלוה מלכה׳ס און געהאקט דארט בקר.... עפעס א מין טיפשית וואס לייגט זיך נישט אויפן שכל.... ווייטער קימט דאס פון די "היינטיגע פרעסערס" וואס זענען דאס תולה און דעם צדיק, און מאכען דעם צדיק פאר א חוכא ואיטלולא, וואס דאס איז א "עון בל יכפר".



יעצט אז דו האסט איינגעזען אז דו האסט געמאכט א טעות, (וואס איז ווערט צובאגריסען ווייל עס איז זייער א שיינע זאך מודה צו זיין!!) ווי איידער גיין די ערשטע זאך אויסמעקען די דברי לצנית וכפירה וואס דו האסט חוזק געמאכט פינעם צדיק (ווי ער שטייט אין קאך ווי א נערישע קעכער, ער מאכט נישט קיין סענס, ער איז א פשוטע וועטער, האקט בקר, וועלכע צדיק טוט אזעלעכע נערישע זאכען, ועוד)

אבער ווי איידער עס אויסמעקן אין בעטן מחילה פינעם צדיק און אלע יודען וועמען דו האסט אנגעריפען פרעסער'ס קומסטו צוריק מיט דעם?
ליינט אין שטוינט...

אבער ווייטער "לעניות דעתי", זענען די אלע וואס גייען מיט דעם א טריט ווייטער, גרענעצען זיך שוין יא מיט א לצנות און דעם צדיק. און דאס מיין איך די רעסטיראנטען וואס געבען צי "פרעסען" בחינם לכבוד זיין יארצייט. דאס גייט לכאורה יא אריין און גדר פון מאכען א לצנות פון דעם צדיק,

מיסטער גאלד, אונטער דיין "עניות דעת" האסטו שוין באשמיצט גענוג יודען! סטאפ אנצוריפען הינדערטע יודען וואס געבן אוועק פון זיך צוטיען טובות הנאה פאר די נשמה פינעם צדיק ליצים און פרעסער'ס !!
ווייל יודען פרעסען נישט!!

אין מנהלים ביטע לייגען אן אלטע ראסטיגע שלאס אויף דעם אשכול,

חרוזים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 02, 2014 6:32 pm

תגובהדורך חרוזים » זונטאג מאי 22, 2016 3:16 pm

גאלדענע
לאמיר אריין כאפן פאר ס'ווערט פארשלאסן דורך 'יונה'לע'

א) כ'האב הנאה פון דיין צוריק צו

ב) ביי די ב"פ יא"צ סעודה (דורך רב להושיע - די בעיביסיטער פון רבי ישעי'לע כהגדרתך) האט דארט הגה"צ ראש ישיבת קאסאן שליט"א א אייניקל פון דעם בעל ההילולא, שטארק ארויס געברענגט די מדריגות און מעלות פון דעם הייליגן צדיק וקדוש שר הצדקות זיע"א, באטאנענדיג אז ס'איז זייער וויכטיג צו דערמאנען נישט נאר די מופתים און ישועות, נאר די פילע פעולות החסד וואס דער צדיק האט אפגעטוהן במשך כל ימי חייו, וואס דארף צו דינען פאר אונז אלץ א וועג ווייזער ווי אזוי נאכצוגיין אין די הייליגע וועגן פון דעם צדיק, סיי מיט זיין גוט'הארצ'יגייט צו יעדן איד, און סיי מיט זיין שפלות רוח א.ד.ג.

ג) אין דעם אויבנ'דערמאנטן ספר 'מופת הדור' איז שטארק ארויסגעברענגט די אלע אנדערע מידות און מעלות זיינע, וואס דעריבער קומט אזוי

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:איין נקודה למחשבה נאר,
ווען א יוד איז געווען ביים צדיק בחיים חיותו, האט ער געזעהן פאר זיך א עובד השם, א צדיק וקדוש, וואו ס'וואלגערן זיך מופתים אונטען טיש וואס האט אן עבודה פון טיילן עסן פאר יודן
משא"כ אבער היינט, אקינד וואס וואקסט אויף אז ר' ישעי'לע מיינט עסן, און דעטס איט וואס ער הערט רעדן ביים יארצייט און א גאנץ יאר, ער הערט נישט קיינעם רעדן פון זיין קדושה וצדקות, וועט ער האבן די זעלבע הרגשה צו ר' ישעילע ווי צו א ר"ר אלימלך למשל,
וואס ביים יארצייט זאגט מען די תפלה און מ'לערנט צעטיל קטן ?.
איך קום נישט מקטרג זיין, איך וויל נאר וויסן צו די עולם האלט אז איך האב א פוינט.

דאס איז נישט אמת, ווייל היות מ'קען היינט אזוי פיל ליינען אויף דעם צדיק, און דער 'מופת הדור' איז שוין היינט ברייט באקאנט, דעריבער וועלן בעז"ה אונזערע קינדער אויך געדענקען, אז רבי ישיע'לע איז געווען א קדוש ונורא שומר הברית והחסד, מתמיד עצום, און גאון עולם
און טראץ די אלע מדריגות, האט ער דאס באהאלטן אינעם שלייער פון טיילן עסן, וואס דארט האט ער אויך צאמגעטיילט א וועלט מיט אפענע מופתים און ישועות עד אין חקר,

גאלדענע פעדער האט געשריבן:אריינפור: ג) און די מימרא פון רבי מרדכי׳לע נאדבורנער האט געזאגט, אז די שליסעל פון פרנסה ליגט און די הענט פון רבי ישעי׳לע...

גראדע די מימרא האט געזאגט אויף אים מרן מהרי"ד מבעלזא זיע"א (רבי מרדכי'לע האט געזאגט אז י"ב מיל ארום קערעסטיר געהערט פאר רבי ישעי'לע, און האט אמאל געזאגט אז אויף פרנסה קען מען געהאלפן ווערן ביי רבי ישעי'לע, אבער "דער שליסל" דאס איז מהרי"ד מבעלזא'ס אויסדריק

ובזה אסיים בברכת ייש"כ פאר גאלדענע פעדער, פארן זיך נישט שעמען צו צוריק צוען דא ברבים, און לאמיר האפן אז דער שפראך וועט זיך אביסל בארוהיגן (מיר באדערט אויך ווען ס'גייט ארויס פון פראפארציע אבער פון דארט ביז 'אידן פרעסן' איז א ווייטער מהלך)
צום שלאס וועל איך צולייגן א אמת'ע מעשה פון לאנדאן

אין לאנדאן האט מען דעם פארגאנגענעם ג' אייר, געגעבן צו עסן פרישטאג אין איינע פון די בתי מדרשים אין שטאט, איז אריין געקומען א טעטיגער עסקן א אינגערמאן און אויסגעקלאפט אויפן טיש, 'רבותי נעכטן זענען דא געווען 4 משולחים וואס האבן נישט געהאט ווי צו עסן פרישטאג,זיי האט רבי ישעי'לע געמיינט'
והאמת ייאמר, אז דער אינגערמאן איז גערעכט, אבער נישט אז מ'טאר מער נישט געבן פרישטאג אין ביהמ"ד (וואס איך ווייס פון אפאר וואס דער פרישטאג איז געווען זייער איינציגעסט פרישטאג פון וואך) נאר אז הדבק במידותיו, פארלאנגט אביסל מחשבה און מ'מעג טראכטן ווי אזוי צו העלפן יענעם אויך).
פאר מער אינפארמאציע ravlehoishia.org

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5775
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » זונטאג מאי 22, 2016 3:19 pm

שיינע זאך פון דיר גאלדענע, ר׳ יונה אפשר נעמסטו אראפ דיין ווילדע תגובה?

איינער ווייסט וויאזוי מען קען געבן אביסעל בארואיגינגס פילען דורעך אישי?

וואס ווערט מען אזוי צוהיצט דא לעצטענס? מען דארף טשעקן וואס דער עולם טרינקט לעצטענס!
I would rather be conned by a conman than by a so called gentlemen

פון יעצט
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 08, 2016 8:10 am
לאקאציע: כ'ווייס נישט וואו כ'בין כ'ווייס אבער וואו כ'וויל אנקומען

תגובהדורך פון יעצט » זונטאג אפריל 23, 2017 2:43 am

מיינע צװײ צענט

געבן צו עסן פאר אידן איז בלי ספק געווען א חלק פונעם דרך

ס'קען זיין אז געבן פאר עניי א"י איז מער אין איינקלאנג מיטן דרך אבער געבן פאר אמעריקאנער אידן איז נישט אויסגעשלאסן. א מענטש שפירט זיך בעסער ווען ער זעהט אז מ'האט הנאה.
חוץ מזה, אסאך מענטשן יאגן זיך צופרי און עסן נישט ווייל זיי קענען נישט עפארדן צו קויפן פרישטאג און קענען פונקט אזוי הייסן ארימעלייט

צו געבן סושי איז נאר אן עוולה אויב עס איז אן עוולה עס צו עסן. אז נישט איז קיין פראבלעם

די וואס עסן יותר מדאי און זאָגן ביי יעדן שטיקל הערינג לע"נ ר' ישעי'​ בן ר' משה.... (כ'ווייס נישט וואס צו זאָגן)

חסד איז א מצוה. נישט קיין חילוק וואס, ווען און וויאזוי, און טוהן א מצוה איז א כבוד. ס'קען זיין א חידוש צו הערן אז א רבי זאל זיין אזוי פארנומען מיט יעדן דעטאל ס'איז אבער נישט קיין תמיהה און זיכער נישט קיין ליצנות צו זאָגן אז ער האט זיך אליינס געפארעט מיט די עסן
והשתא דאתאי להכא וואלט איך געזאגט אז טענה'ן אז מ'מאכט ר'ישעי'לען פאר א קעכער, דאס הייסט מאכן ליצנות

איך גלייב נישט אז די קינדער וועלן אויפוואקסן אז ר' ישעי'לע מיינט עסן (חוץ אויב דער טאטע וועט אזוי זאָגן)
וואס יא, זיין נאמען וועט דערמאנען (און האפענטליך אויך מאנען) צו טוהן חסד און די גרויסקייט דערפון

------------------------
מיין תגובה איז אויך א רעספאנס צו די ערשטע אשכול אין די נושא

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1508
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » זונטאג אפריל 23, 2017 2:54 am

ר' הערשעלע ליסקער האט דאך מעיד געווען אויף זיינע גרויסע מדרגות אין קדושה, ווי אויך צאנזער רב און נאך צדיקים, פארוואס יאוועט זיך נישט עמיצער צו קאמפיינען מ'זאל מנדב זיין א וואך קדושת המחשבה לע"נ ר' ישעי'לע, דארף מען נאר נאכמאכן דאס טיילן עסן?

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1508
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » זונטאג אפריל 23, 2017 2:55 am

פון יעצט האט געשריבן:מיינע צװײ צענט

געבן צו עסן פאר אידן איז בלי ספק געווען א חלק פונעם דרך

ס'קען זיין אז געבן פאר עניי א"י איז מער אין איינקלאנג מיטן דרך אבער געבן פאר אמעריקאנער אידן איז נישט אויסגעשלאסן. א מענטש שפירט זיך בעסער ווען ער זעהט אז מ'האט הנאה.
חוץ מזה, אסאך מענטשן יאגן זיך צופרי און עסן נישט ווייל זיי קענען נישט עפארדן צו קויפן פרישטאג און קענען פונקט אזוי הייסן ארימעלייט

צו געבן סושי איז נאר אן עוולה אויב עס איז אן עוולה עס צו עסן. אז נישט איז קיין פראבלעם

די וואס עסן יותר מדאי און זאָגן ביי יעדן שטיקל הערינג לע"נ ר' ישעי'​ בן ר' משה.... (כ'ווייס נישט וואס צו זאָגן)

חסד איז א מצוה. נישט קיין חילוק וואס, ווען און וויאזוי, און טוהן א מצוה איז א כבוד. ס'קען זיין א חידוש צו הערן אז א רבי זאל זיין אזוי פארנומען מיט יעדן דעטאל ס'איז אבער נישט קיין תמיהה און זיכער נישט קיין ליצנות צו זאָגן אז ער האט זיך אליינס געפארעט מיט די עסן
והשתא דאתאי להכא וואלט איך געזאגט אז טענה'ן אז מ'מאכט ר'ישעי'לען פאר א קעכער, דאס הייסט מאכן ליצנות

איך גלייב נישט אז די קינדער וועלן אויפוואקסן אז ר' ישעי'לע מיינט עסן (חוץ אויב דער טאטע וועט אזוי זאָגן)
וואס יא, זיין נאמען וועט דערמאנען (און האפענטליך אויך מאנען) צו טוהן חסד און די גרויסקייט דערפון

------------------------
מיין תגובה איז אויך א רעספאנס צו די ערשטע אשכול אין די נושא

ר' ישעי'לע האט געגעבן צו עסן פאר אידן כדי זיי מקרב זיין צום אייבערשטן וגדולה לגימה שמקרבת ווי עס שטייט ביי אאע"ה.
סתם טיילן.?.

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3159
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » זונטאג אפריל 23, 2017 3:08 am

בלעטל האט געשריבן:ר' הערשעלע ליסקער האט דאך מעיד געווען אויף זיינע גרויסע מדרגות אין קדושה, ווי אויך צאנזער רב און נאך צדיקים, פארוואס יאוועט זיך נישט עמיצער צו קאמפיינען מ'זאל מנדב זיין א וואך קדושת המחשבה לע"נ ר' ישעי'לע, דארף מען נאר נאכמאכן דאס טיילן עסן?

פאר דעם זיינען דא די אלע כוללים, זיי וועלן האבען ריינע מחשבות פארן עולם. עסן ברויך מען אליין אויף צו קענען לעבן
בוי זיך זעלבסט

פראגער אפשטאמיגער
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 07, 2017 3:04 pm

תגובהדורך פראגער אפשטאמיגער » זונטאג אפריל 23, 2017 3:10 am

מענין לענין איז ידוע זיין ווערטל ביים שניידן לעקעך פארן ציבור ראש השנה פאר תקיעת שופר צום קידוש מאכן, אלע רבי'ס זענען מכוין רזי דרזין, און איך בין מכוין לשובע ולא לרזון. כן ידוע ווען איינער פון די צדיקי הדור המפורסמים מגזע זידיטשויב איז אמאל געקומען קיין קערעסטיר און האט אזוי שמועסנדיג מיטן צדיק ר' ישעי'לע'ן אים געזאגט אז ער קען אים אויסלערנען וויאזוי צו ליינען א קוויטל און וויאזוי מען מאכט פון א איד א קומה שלימה, האט ער רעאגירט בגודל ענותנותו, איך ווייס נישט גארנישט, איך פיר זיך אזוי, איך שטיי אויף אינדערפרי און זאג ברכות השחר און ברכות התורה, דאן קוק איך ארויס צו מען זעט נישט א איד א אורח, און אז איך באמערק אז עס קומט א איד א ארימאן פון דער פרעמד, איז קודם גיב איך נאך צו געלט ער זאל האבן פון וואס מחי' צו זיין זיין הויז געזונט, און אזוי מאך איך אים א פערטיגע קומה שלימה.

זכותו יגן עלינו, וכל ההולך בדרכי אבות - תלמידים קרויים בנים - מזכירין לו זכות אבות. והלכת בדרכיו צו מאכן א קומה שלימה פון אידישע קינדער, יא מיר קענען (און יא, היינט נאך אויך. און מיר אויף זיין וועג קענען עס אפשר בעסער ווי די וואס טוען עס היינט אויף די העכערע דרכים). אויף די לאאאנגע ליסטע פון די פילע שוידערליכע פירצות הדור רח"ל אין אזא דור שפל בתכלית בעוה"ר פארנעמט די פירצה פון געבן צו עסן פאר אויסגעהונגערטע אידן דעם סאמע אונטן-אן. דער צדיק אמת האט באוויזן א קונצשטיק איז פון זיין מעטה של פשטות ועניוות שאין לשערה ואין לתארה מיט וואס ער האט זיך אזוי באהאלטן האבן אידישע קינדער ברייט צום עסן בשפע שוין העכער ניינציג יאר לאחר הסתלקותו לגבהי מרומים, זי"ע.‏

נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4977
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » זונטאג אפריל 23, 2017 5:41 am

אין די שולן איז געווען צוטיילט א פרק נבחר פון דעם ביכל 'דער וואונדערליכער צדיק", דורך קערסטירער הכנסת אורחים שע"י נכדי רבינו.

צום סוף קונטרס האבן זיי אריינגעלייגט אן אויפקלערונג איבער די מהות העבודה פון טיילן עסן לויט רבי ישעי'לע זצ"ל.

ס'קוקט אויס ווי אויפריכטיגע דיבורים, אבער עטליכע מעשיות וואס ווערט פארציילט אין דעם ביכל שטומט נישט ממש מיט וואס זיי האבן געשריבן.
צוגעלייגטע
לשובע1.jpg
לשובע2.jpg
לשובע3.jpg
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

חרוזים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 02, 2014 6:32 pm

תגובהדורך חרוזים » זונטאג אפריל 23, 2017 1:18 pm

נא שכל
איך זעה האסט מיר שוין אויסגעכאפט, איך האב דאס געזען יעצט שבת אין ביהמ"ד, און געסקענט צו קענען דערמיט מזכה זיין דעם עולם

לגבי וואס דו זאגסט אז ס'שטימט נישט מיט די מעשיות, איז זייער פשוט

רבי ישעי'לע האט טאקע געגעבן צו עסן, אן צו קוקן פאר וועמען און פארוואס, און האט טאקע געטיילט פרישע בקר וכו' וכו', אז דער עולם זאל עסן צו דער זעט, אבער חלילה די היינטיגע ריבוי אכילה וואס קומט פאר על טהרת קערעסטיר, האט אזא פנים ווי פיצה רשב"י, (נאך אביסל וועט זיין מסעדת קערעסטיר, וד"ל).

וואס יא, רבי ישעי'לע האט שטענדיג געגעבן צו עסן פאר אידן, און האט הנאה ווען מ'געבט ווייטער פאר אידן, נאר מ'דארף געדענקען, אז רבי ישעי'לע האט געטיילט עסן א גאנץ יאר, נישט נאר ג' אייר (אויף זיין לעצטן ג' אייר, האט ער אויך געזארגט ס'זאל זיין גענוג עסן, אבער ער האט געטיילט א גאנץ יאר), און צווייטנ'ס, אז ס'מעג האבן די נארמאלע גבולים.
פאר מער אינפארמאציע ravlehoishia.org

אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 16, 2012 4:24 pm

תגובהדורך אומאפיציעל » זונטאג אפריל 23, 2017 2:46 pm

דער הייליגער צאנזער רב האט געזאגט אז ר' ישעי'לע איז דעם אייבערשטן'ס קעכער (אזוי ברענגען זיי צו אין דעם קונטרס וואס איז געווען פארשפרייט אין די בתי מדרשים)

עס איז נישט קיין פראגע, אז ר' ישעי'לע האט אויך מיט זיינע מאכלים משפיע געווען אויף די וואס האבן דאס געגעסן כל מיני הפשעות ברוחניות ובגשמיות, עכ"ז האט ער געפאדערט אז מען זאל נאך זיין פטירה ווייטער אנהאלטן זיין ווירטשאפט פון פשוט געבן צו עסן לכל דכפין ביד רחבה, און פירן די גרויסארטיגע מלוה מלכה'ס וכו'. עס איז נישט קיין שאלה אז ר' ישעי'לע האט א קורת רוח פון דעם וואס מען גיבט צו עסן פאר אנדערע אידן לטובת נשמתו. אבער ווי אסאך האבן שוין געשריבן, דאס איז נאר אויב מען גיט "צועסן" נישט אויב מען גיט צו "פרעסן". און געבן פאר קליינע קינדער פארמולא, אדער געבן פאר אידן עסן בחנם א גאנץ יאר אזוי ווי עס איז דא אין וויליאמסבורג און אפשר אויף נאך פלעצער, און ענליכע זאכן צו דעם איז נישט קיין ספק אז דאס איז א ריכטיגע המשכת דרכו בקודש, און עס קען ווערן גערופן על שמו.

בוחר בשירי זמרה
שר חמש מאות
תגובות: 719
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » זונטאג אפריל 23, 2017 4:45 pm

איידער דער יונה פארשליסט. לאמיר מגיב זיין.

ייש"כ גאלדענע.

לויט ווי דו שרייבסט.

גאלדענע פעדער האט געשריבן:[

און ווי ס׳האט געשריבען דער ניק @ניסעל (און דעם אנדערען אשכול, אגב האב איך דאס נאך נישט געטראפען און דעם ספר הנ׳ל) אז ס׳איז געגאנגען עד כדי כך, אז רבי ישעי׳לע׳ס רבי׳ס אליינס, רבי הערשעלע ליסקער, דער צאנזער רב, און רבי מרדכי׳לע נאדבורנער, און נאך אסאך צדיקים. האבען זיך גאר געווינדערט, אויף דעם אינטערסאנטער און מחידש׳דיגער דרך, פון רבי ישעי׳לע פון צי טיילען, און סערווירען, עסען פאר יודן. אבער דאך האבען זיי אלע אלע גאר שטארק גע׳האלטען, פון עיהם, און געזאגט, אז אויף רבי ישעי׳לע פרעגט מען נישט קיין קשיות... וויבאלד ס׳איז דאך בלי שום ספק, אז רבי ישעי׳לע האט און די אלע זאכען, הויעכע און גרויסע ענינם, פון משפיעה זיין כל מינה השפעות טובות און גיטע זאכען פאר יודן.

.


נו אויב אזוי איז דאך קלאר אז דאס נאכמאכן דורך אנדערע אידן האט נישט קיין פשט און איז אין קעגנזאץ צו די מיינונג פון פילע צדיקים הנ"ל. וואס -חוץ אויף ר' ישעי'לע'ן אליין-, האבן זיי געהאלטן אז ס'איז נישט אויסגעהאלטן. און אפילו ר' ישעי'לע האט קיינמאל געזאגט אז דאס איז א נחלת הכלל

אוודאי געבן פאר ארימעלייט אדער סתם הונגעריגע אידן איז פשוט א מצוה און אוודאי אויך א המשכת דרך הצדיק.

איך רעד נאר פון דאס איבערגעטריבענע עסן
געלט פארלוירן? נישט פארלוירן
צייט פארלוירן? פיל פארלוירן
מוט פארלוירן? אלס פארלוירן

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2550
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » זונטאג אפריל 23, 2017 4:59 pm

אין גליון 'חברה' יו"ל ע"י דורך דעם ועד וואס קאכט עסן פאר אלע גרויס בעלזא שמחות און ימים טובים, שטייט דערמאנט באגלייט מיט בילדער ווי דער קעכער פליט אפ מפעם לפעם קיין קערסטיר זיך אויסבעטען פאר די אלע נדבנים וואס גיבן געלט פאר'ן ''חברה', אויך [אביסל קאמיש און אבסורד] שטייט דארט דער קעכער איז מתפלל דוקא ביים ציון פון ר' שיעילע אז זיין עסן זאל אויס קומען גוט און בא'טעמ'ט.

איים סארי אביסל אוט אויף הענט.

אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 16, 2012 4:24 pm

תגובהדורך אומאפיציעל » זונטאג אפריל 23, 2017 5:52 pm

גאלדענע פעדער האט געשריבן:
און ווי ס׳האט געשריבען דער ניק @ניסעל (און דעם אנדערען אשכול, אגב האב איך דאס נאך נישט געטראפען און דעם ספר הנ׳ל) אז ס׳איז געגאנגען עד כדי כך, אז רבי ישעי׳לע׳ס רבי׳ס אליינס, רבי הערשעלע ליסקער, דער צאנזער רב, און רבי מרדכי׳לע נאדבורנער, און נאך אסאך צדיקים. האבען זיך גאר געווינדערט, אויף דעם אינטערסאנטער און מחידש׳דיגער דרך, פון רבי ישעי׳לע פון צי טיילען, און סערווירען, עסען פאר יודן.


קיינער פון זיינע רבי'ס האבן זיך נישט גע'חידוש'ט אויף זיין טיילן עסן פאר יודן, טיילן עסן פאר אידן איז נישט קיין חידוש. אויף ר' ישעי'לע'ס מצבה שטייט "ביתו פתוח כביתו של אברהם אבינו", דאס מיינט אז ביי אברהם אבינו אין שטוב איז געווען "די זעלבע ווירטשאפט"... ווען אברהם אבינו איז נאכגעלאפן די דריי געסט, און איז באשטאנען אז זיי זאלן קומען צו אים אין שטוב אריין עסן, און ער האט פאר יעדן פון זיי באזונדער געשאכטן נישט ווייניגער ווי גאנצער א פר בן בקר פארוואס "כדי להאכילן ג' לשונות בחרדל", און נישט אפגעטרעטן ביז ער האט זיכער געמאכט אז יעדער עסט אויף "והוא עומד עליהם תחת העץ ויאכלו", אויף דעם וואלטסטו אויך געזאגט אז דאס איז א פרעס?, און מען דארף זיך חידוש'ן אויף די עבודה, און אז דאס איז נישט פאר אונז נאכצומאכן? אתמהה!

ויש להאריך בזה הרבה מאוד, ביי אלע צדיקים כמעט האט מען געקענט זעהן, ווי ווען זיי האבן געהאט געסט האבן זיי געטון וואס זיי האבן געקענט צו געבן פאר די געסט די שענסטע און די בעסטע און נישט אפגעטרעטן ביז זיי האבן זיכער געמאכט אז יענער איז זאט.

דער חידוש פון ר' ישעי'לע איז געווען עטליכע זאכן. קודם, ווי א צווייטער האט שוין ארויסגעברענגט, אז דאס איז געווען "די איינציגסטע" עבודה וואס מען האט געזעהן ביי אים, קיין שום אנדערע עבודה האט מען ביי אים נישט געזעהן, נישט קיין תורה, נישט קיין דאווענען, אלעס איז געווען מיט די גרעסטע מאס פשטות, אז ווען נישט זיינע געוואלדיגע מופתים, און דאס וואס די גרויסע צדיקים האבן מגלה געווען זיינע גרויסע מדריגות, וואלט קיינער נישט געקענט חלומ'ען אז דער איד איז בכלל א בעל מדריגה, אדער אפילו א בעל השגה. און דאס איז שוין געווען א גרויסער חידוש!

צווייטנ'ס, ווייל די השפעות דארט איז געווען אויף אן אבנארמאלן שטייגער, ביי קיין איינע פון די באוואוסטע צדיקים אין די לעצטע דורות האט מען נישט געזעהן אזא ענדלאזע שפע פון עסן און טרונקען און געלט צו טיילן פאר אידן. ביי רובם פון די צדיקים איז דער מצב אין שטוב געווען געדרוקט, און על אף טייל פון זיי האבן אוועקגעטיילט זייערע לעצטע פרוטות פאר צדקה, האבן זיי אבער נישט אלעמאל געהאט צו טיילן, אפילו דער הייליגער צאנזער רב האט געהאט צייטן וואס ער האט נישט געהאט צו טיילן. און אודאי אז זיי האבן נישט געקענט צו יעדער צייט אין טאג אויפנעמען געסט און אנרעכטן פאר זיי סעודות כיד המלך, פשוט נישט האבנדיג די מעגליכקייט. און מיט דעם איז ר' ישעי'לע געווען א יחיד במינו, אז ער האט אלעמאל געהאט צו געבן פאר וויפיל אידן עס זאל נאר זיין.

נאך איין זאך איז ר' ישעי'לע געווען א חידוש, אז ער האט זיך אליינס געפארעט מיטן אנגרייטן און אויסטיילן די עסן, די סיבה איז געווען א פשוט'ע, ווייל נאר אזוי איז געווען גענוג פאר יעדן... ווי אויך האט דורכדעם די עסן געקענט האבן די געוואונטשענע השפעה בגשמיות וברוחניות אויף די עסער'ס, און טאקע דאס גופא איז געווען א חידוש אז אנדערש ווי ביי אלע צדיקים וואס האבן ממשיך געווען די השפעות און ישועות און קדושה אויף די וואס זענען געקומען צו זיי דורך זייער תורה און עבודה, האט דאס ר' ישעי'לע געטון דורך געבן פאר יענעם צועסן. בכלל איז ר' ישעי'לע געווען א חידוש מיט זיין אליינס זיין אן "עומד ומשמש" ווייל זינט אברהם אבינו און משה רבינו, געדענק איך נישט פון נאך איין צדיק וואס זאל שטיין און סערווירן ריזיגע געדעקטע טישן מיט אורחים מיט די אייגענע הענט, עכ"פ נישט אויף קיין קביעות'דיגן אופן.

און ר' ישעי'לעס רבי'ס האבן גוט פארשטאנען זיין דרך אין עבודת השם, זיי האבן זיך גארנישט געוואונדערט אויף אים. ווי עס ווערט געברענגט בספר הנ"ל, ר' מרדכי'לע נאדווערנער האט אים אמאל געזאגט "קום איך וועל דיר אויסלערנען א דרך אין די מצוה פון הכנסת אורחים" (עפעס אזוי, נישט פונקט די ווערטער), און דער הייליגער צאנזער רב האט זיך אויסגעדריקט אז "טוב עין הוא יבורך", ר' הערשעלע ליסקער פלעגט זאגן "ישעי' זאל טיילן" ווייל ער האט א כח צו טיילן פאר יודישע קינדער אז עס זאל זיין גענוג פאר יעדן איינעם. זיינע רבי'ס האבן גוט געוואוסט זיינע אייגנארטיגע מדריגות, און זיין ספעציעלע גרויסקייט אין די מדה פון משפיע זיין פאר אידישע קינדער אלעם גוטן. די מימרא אז זיינע רבי'ס האבן זיך אויף אים געוואונדערט איז פשוט אויסגעזויגן פון פינגער.

נאך אלע מעשיות, איז דאס געבן צועסן פאר אידן א זאך וואס נישט ר' ישעי'לע האט מחדש געווען, און אלע וואס טוען נאך ר' ישעי'לע מיט דעם אויסטיילן עסן פאר אידן, זענען זיך זיכער מדבק אין זיינע דרכים. כאטשיג מיר קענען נישט דורכן אויסטיילן דאס עסן ממשיך זיין די השפעות און די קדושה און די ישועות און רפואות וואס ר' ישעי'לע האט ממשיך געווען, איז אבער דער עצם טיילן צועסן פאר אידן געווען אן עבודה פאר זיך, וואס ר' ישעי'לע האט געפאדערט מיוצאי חלציו ובאי ביתו אז מען זאל דאס אנהאלטן אפילו נאך זיין פטירה, ווי איך האב שוין אויבן געשריבן.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 25 געסט