לשובע ולא לרזון: קערעסטיר

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » דאנארשטאג אפריל 27, 2017 2:02 pm

אין מיין ביהמ"ד פלעגט מען געבן ברייטע פרישטאג'ס יעדן ראש חודש...
היינט, ליידער, .... זענען די פרישטאג טיילערס אלע געפארן קיין קערעסטיר
בינעך געבליבן הונגעריג......
איז די מצוה פון טיילן עסן נאר נוהג אין באדראג-קערעסטיר, אונגערן, אדער אויכעט אין וויליפעסט יו עס עי?

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2137
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » דאנארשטאג אפריל 27, 2017 2:38 pm

blue moon האט געשריבן:[

קאם אן, וואס רעדט איר נארישקייטען. איך ווייס נאך נישט צו די גאנצע פראבלעם עקזיסטירט. אין אז א איד האט געגעסען א איבריגע קופעלע און ג' אייר, דארפסטו אים שוין נאכשרייען מיט א שטיקעל אוהחה"ק ובמרבית לא תתן אכלך? וואס פארגינסטו נישט דעם אינגערמאן דעם שטיקעל לאקס פיש?

....

אין פאר די אלע וואס קענען נישט פארגינען א קיפעלע פאר א זאטען איד, גייט זייט מוחל אין לערן די שטיקלעך אוהחה"ק ווי ער רעדט פון אהבת ישראל. און אויב פארגינטו נישט דעם רעסטוראנט אונער אז ער וועט פארקויפען נאך אפאר בייגעלעך, דא נעם א תהילימעל אין בעט דיך אויס ביים רבוש"ע, ער זאל דיר העלפען צוברעכען דיינע מידות גרועות.
לאזט אפ דעם צדיק.

לאל. אוי זאגסטו גוט.

חרוזים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 02, 2014 6:32 pm

תגובהדורך חרוזים » דאנארשטאג אפריל 27, 2017 2:58 pm

זבחי צדק האט געשריבן:אין מיין ביהמ"ד פלעגט מען געבן ברייטע פרישטאג'ס יעדן ראש חודש...
היינט, ליידער, .... זענען די פרישטאג טיילערס אלע געפארן קיין קערעסטיר
בינעך געבליבן הונגעריג......
איז די מצוה פון טיילן עסן נאר נוהג אין באדראג-קערעסטיר, אונגערן, אדער אויכעט אין וויליפעסט יו עס עי?

אין ביהמ"ד דקהל יט"ל דסאטמאר אין מאנסי, איז יעדע ר"ח דא פרישטאג לע"נ רבי ישעי'לע
און היינט איז אויך געווען דארט די סעודה צוגעשטעלט

מ'קען צושטעלן אפי' מ'פארט אוועק.
פאר מער אינפארמאציע ravlehoishia.org

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » דאנארשטאג אפריל 27, 2017 3:04 pm

blue moon האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:קאם אן, וואס רעדט איר נארישקייטען. איך ווייס נאך נישט צו די גאנצע פראבלעם עקזיסטירט. אין אז א איד האט געגעסען א איבריגע קופעלע און ג' אייר, דארפסטו אים שוין נאכשרייען מיט א שטיקעל אוהחה"ק ובמרבית לא תתן אכלך? וואס פארגינסטו נישט דעם אינגערמאן דעם שטיקעל לאקס פיש?
לאזט אפ דעם צדיק.

דער צדיק איז שוין נפטר געווארן פאר א צירקע ניינציג יאר צוריק
ביני לביני האבן אידן געהונגערט אין די לאגערן, און געשטארבן פאר הונגער
נאכדעם איז מען געקומען קיין אמעריקא, און מען האט געארבעט שווער פאר א דאלער
ווער ס'האט געגעסן פרישטאג מיטאג נאכטמאל, האט פיין געגעסן ב"ה להנאת הכרס,
ערליכע אידן האבן געגעסן לעשות נחת רוח להבורא ית',
קיינער האט נישט געגעסן על דעת קערעסטיר ור' ישעי'לע
היינט צוטאגס, פאסט נישט קיינעם צו עסען קיפעלעך להנאת הכרס, מוז מען דאך על כרחך זיך תולה זיין באילן גדול, כ'מין.... אני הולך בדרך ר' ישעי'לע....
רבותי, מען מעג עסן קיפעלעך אייביג, נישט נאר ג' אייר, און מען מען טיילן קופעלעך אייביג נישט נאר ג' אייר
ענזשוי יור קיפעלעך, און האט מיר א גוטן שבת

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5066
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג אפריל 27, 2017 4:17 pm

דער וואס געט צועסן פאר יודן טוט עס זיכער לע"נ ר' ישעי'לע, און די וואס עסן געבן אויך צו עסן פאר הוגעריגע יודן לע"נ ר' ישעי'לע. (איך בין עפעס נישט קיין הוגעריגע יוד?) ס'איז עפעס אזא מין כמו מצות אכילה שלא לבייש את מי שאין לו.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

שיק יונגל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 21, 2016 12:59 pm

תגובהדורך שיק יונגל » פרייטאג אפריל 28, 2017 6:00 pm

אפשר קען איינער ביטע אריינקומען מיט א ליסטע ווי מען טיילט עסן אימזינסט און גאנץ נ. י. היינט אדער מוצש"ק לע"נ ר' ישעי'לע זי"ע?
איך האב געזען אדווערטייזט אז און וומסב"ג איז דא חלות אימזינסט ביי coffee circle און דיסקאונטס פאר מלו"מ אדער של"ש וואס מען געט לע"נ ר' ישעי'לע זי"ע

אוועטאר
לאנדאנער
שר חמש מאות
תגובות: 594
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 18, 2017 6:32 pm

תגובהדורך לאנדאנער » מוצ"ש אפריל 29, 2017 8:09 pm

דער באקאנטער בדחן פון לאנדאן ר' שלמה הערש שטאובער זאגט אז היי יאר איז ער נישט געפארן קיין קערעסטיר ווויבאלד ער איז אויף דייעט

שעמעדיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 15, 2013 12:40 pm

תגובהדורך שעמעדיגער » זונטאג אפריל 30, 2017 1:49 am

כ'בין טאטעלי מוחה אויף די צולאזטע שפראך דא.
ולראי' בעה"ח ביום הנ"ל ובמקום הנ"ל

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4966
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » זונטאג אפריל 30, 2017 1:55 am

שעמעדיגער האט געשריבן:כ'בין טאטעלי מוחה אויף די צולאזטע שפראך דא.

זייטיגע נאטיץ
ג. אייוועלט צילט ארויפצוברענגן א שמייכל אויף אידישע לעפצן, דערפאר איז פארבאטן אויסצוניצן די פלאטפארמע אויף אויסצודרוקן מחאות אויף סיי וואספארא עוולה אדער פירצה בחומת הדת.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6210
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » זונטאג אפריל 30, 2017 11:13 am

חרוזים האט געשריבן:
זבחי צדק האט געשריבן:אין מיין ביהמ"ד פלעגט מען געבן ברייטע פרישטאג'ס יעדן ראש חודש...
היינט, ליידער, .... זענען די פרישטאג טיילערס אלע געפארן קיין קערעסטיר
בינעך געבליבן הונגעריג......
איז די מצוה פון טיילן עסן נאר נוהג אין באדראג-קערעסטיר, אונגערן, אדער אויכעט אין וויליפעסט יו עס עי?

אין ביהמ"ד דקהל יט"ל דסאטמאר אין מאנסי, איז יעדע ר"ח דא פרישטאג לע"נ רבי ישעי'לע
און היינט איז אויך געווען דארט די סעודה צוגעשטעלט

מ'קען צושטעלן אפי' מ'פארט אוועק.

דוכט זיך אז די סעודה פלעג אלטס זיין נאך פאר איינער האט אנגעהויבן מנדב זיין לע"נ רבי ישעי'לע
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6210
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » זונטאג אפריל 30, 2017 11:16 am

שיק יונגל האט געשריבן:אפשר קען איינער ביטע אריינקומען מיט א ליסטע ווי מען טיילט עסן אימזינסט און גאנץ נ. י. היינט אדער מוצש"ק לע"נ ר' ישעי'לע זי"ע?
איך האב געזען אדווערטייזט אז און וומסב"ג איז דא חלות אימזינסט ביי coffee circle און דיסקאונטס פאר מלו"מ אדער של"ש וואס מען געט לע"נ ר' ישעי'לע זי"ע

coffy 'break'

אויך איז געווען פרייטאג אומזיסטע פרישטאג אין בראנטש רעסטוראנט (מעגליך אז היינט אויך?)
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

בּרזל
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 10, 2016 5:16 pm

תגובהדורך בּרזל » זונטאג אפריל 30, 2017 4:50 pm

ראספשע האט געשריבן:
blue moon האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:קאם אן, וואס רעדט איר נארישקייטען. איך ווייס נאך נישט צו די גאנצע פראבלעם עקזיסטירט. אין אז א איד האט געגעסען א איבריגע קופעלע און ג' אייר, דארפסטו אים שוין נאכשרייען מיט א שטיקעל אוהחה"ק ובמרבית לא תתן אכלך? וואס פארגינסטו נישט דעם אינגערמאן דעם שטיקעל לאקס פיש?
לאזט אפ דעם צדיק.

דער צדיק איז שוין נפטר געווארן פאר א צירקע ניינציג יאר צוריק
ביני לביני האבן אידן געהונגערט אין די לאגערן, און געשטארבן פאר הונגער
נאכדעם איז מען געקומען קיין אמעריקא, און מען האט געארבעט שווער פאר א דאלער
ווער ס'האט געגעסן פרישטאג מיטאג נאכטמאל, האט פיין געגעסן ב"ה להנאת הכרס,
ערליכע אידן האבן געגעסן לעשות נחת רוח להבורא ית',
קיינער האט נישט געגעסן על דעת קערעסטיר ור' ישעי'לע
היינט צוטאגס, פאסט נישט קיינעם צו עסען קיפעלעך להנאת הכרס, מוז מען דאך על כרחך זיך תולה זיין באילן גדול, כ'מין.... אני הולך בדרך ר' ישעי'לע....
רבותי, מען מעג עסן קיפעלעך אייביג, נישט נאר ג' אייר, און מען מען טיילן קופעלעך אייביג נישט נאר ג' אייר
ענזשוי יור קיפעלעך, און האט מיר א גוטן שבת

נאפּ, מיר ווילן זיך נאכגעבּן אלע תאוות, און דערצו האבּן א צדיק וואס דעקט עס.

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2796
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » זונטאג אפריל 30, 2017 5:01 pm

היינט אין ביהמ"ד האב איך נישט געזעהן צופיל פרעס

ס"ה א לחיים לע"נ

כמו"כ נעכטן געווען אסאך מלוה מלכה'ס אין שטאט, אבער אלץ אויף א נארמאלע אויפן

איך מיין מ'מאכט סתם א שטורעם אין א גלעזל וואסער.
כשמ"ו כן הוא

בּרזל
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 10, 2016 5:16 pm

תגובהדורך בּרזל » זונטאג אפריל 30, 2017 5:03 pm

blue moon האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:אין די שולן איז געווען צוטיילט א פרק נבחר פון דעם ביכל 'דער וואונדערליכער צדיק", דורך קערסטירער הכנסת אורחים שע"י נכדי רבינו.

צום סוף קונטרס האבן זיי אריינגעלייגט אן אויפקלערונג איבער די מהות העבודה פון טיילן עסן לויט רבי ישעי'לע זצ"ל.

איך פארשטיי נישט ווער עס גיבט זיי די רעכט אפצומאכען ווער עס איז זאט אין ווער עס איז הינגעריג.

עס קוקט אז ווען נישט דעם שיינעם פדף -וואס מאנכע זענען דא אזוי פארגאפט דערפאר- וואלט זיך כלל ישראל גענומען איבער עסן ג' אייר, עד כדי כך אז מען וואלט געדארפט שטעלען הצלה מעדיקס נעבען די שוהלן אין רעסטוראנטן, אז ווען איינער ווערט ח"ו איבער געשטרענגט פונעם גרויסען "רובי אכילה, נוסח קערעסטיר" זאל מען אים תיכף געבען די ריכטיגע מעדיצינשע באהאנדלונג און זאגאר אריינפירען אין שפיטאל.

קאם אן, וואס רעדט איר נארישקייטען. איך ווייס נאך נישט צו די גאנצע פראבלעם עקזיסטירט. אין אז א איד האט געגעסען א איבריגע קופעלע און ג' אייר, דארפסטו אים שוין נאכשרייען מיט א שטיקעל אוהחה"ק ובמרבית לא תתן אכלך? וואס פארגינסטו נישט דעם אינגערמאן דעם שטיקעל לאקס פיש?

איך האב נישט געזעהן קיינעם מאכן א פראטעסט קעגן פארקויפען ביליגע פאנדשעלאס לכבוד ל"ג בעומר. איך האב קיינעם נישט געהערט פארפירען קעגן פארקויפן ביליגע אינטער העמעדער כ"ו אב (נוסח קר"י שאפינג סענטער טענט סעילס).

אייביג וועט זיין זיין אפאר קטני הדעת וואס נעמען אדווענטעש פון א סיטואציע, נו מיילע איז וואס? דארסטו גיין דריקען -שיינע קונטריסים- מסביר זיין וואס מען מעג און וואס מען טאר נישט?

איינער האט זיך אנגעליינט אויף אייוועלט, אין געגאנגען מאכן קונטרסים. נאכער ווערן אפאר ניקס איבערראשט פונעם שיינעם פדף, אין מען ברענגט עס דא צוריק, אזש עס ווערט שוין תורה מסיני.

אין בכלל, ווערט האט געגעבן פארן קונטרס שרייבער די רעכט פון מאכן הגדרת אין ר' ישעי'לעס הייליגע כוונות. ער בויט גאנצע בריקען. זאטע אידען, הינגיריגע אידן, שפע פון עסן, פון ווי נעמט איר אייער שטעלע?

גראדע ווערט און מופה"ד געברענגט א מעשה אז א ר' חיים ראטה איז אלץ בחור געקומען קיין קערעסטיר, ביים שלו' נעמעןהאט אים ר' ישעי'לע מכבד געווען מיט עסען, האט דער ר' חיים געזאגט אז ער האט שוין געגעסען אין זיין אכסניא, האט אים ר' ישעי'לע פארגעהאלטען, צו ווייסטו נישט בחור'ל אז מען קומט קיין קערעסטיר עסט מען ביי ישעי'?!
דערציילט ר' חיים אז ר' ישעי'לע האט אים דאן מכבד געווען מיט א פולע סעודה, און צו זיין גרויס וואונדער האט ער געקענט עסן די גאנצע מאלצייט מיט אזא אפעטיט, כאטש ער האט ממש פארדעם געגעסן אין די אכסניא. מה עמקו מחשבותיו.

אין פאר די אלע וואס קענען נישט פארגינען א קיפעלע פאר א זאטען איד, גייט זייט מוחל אין לערן די שטיקלעך אוהחה"ק ווי ער רעדט פון אהבת ישראל. און אויב פארגינטו נישט דעם רעסטוראנט אונער אז ער וועט פארקויפען נאך אפאר בייגעלעך, דא נעם א תהילימעל אין בעט דיך אויס ביים רבוש"ע, ער זאל דיר העלפען צוברעכען דיינע מידות גרועות.
לאזט אפ דעם צדיק.

הייסט דאס איר זענט 100% זעכער אז דאס גאנץ געגעסעכטץ מיט אלע קליפּערלעך וואס ווערט אפּגעטוהן אויף רבי ישעי׳לעס נאמען די לעצטע צייטן, אינקלודעד די האט פוד בּיי אונזער של״ס, איז קלאר געווען זיין הייליגע כּוונות, אז איר זענט גאר בּייז אויף איינער וואס האט די העזה צו טראכטן אז נישׁט דאס ממשׁ האט די צדיק געמיינט?

blue moon
שר חמישים ומאתים
תגובות: 310
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 02, 2016 4:45 pm

תגובהדורך blue moon » מאנטאג מאי 01, 2017 3:52 am

"אז איר זענט גאר בּייז אויף איינער וואס האט די העזה צו טראכטן אז נישׁט דאס ממשׁ האט די צדיק געמיינט?"

פון טראכטן ביז דרוקען קונטריסים איז ווייטער וועג.

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » מאנטאג מאי 01, 2017 8:45 am

שמו האט געשריבן:היינט אין ביהמ"ד האב איך נישט געזעהן צופיל פרעס

ס"ה א לחיים לע"נ

כמו"כ נעכטן געווען אסאך מלוה מלכה'ס אין שטאט, אבער אלץ אויף א נארמאלע אויפן

איך מיין מ'מאכט סתם א שטורעם אין א גלעזל וואסער.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2395
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » מאנטאג מאי 01, 2017 9:52 am

די שטורעם איז געלונגן.

אוועטאר
זיכער יא
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 11, 2016 3:37 pm

תגובהדורך זיכער יא » מאנטאג מאי 01, 2017 5:22 pm

blue moon האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:אין די שולן איז געווען צוטיילט א פרק נבחר פון דעם ביכל 'דער וואונדערליכער צדיק", דורך קערסטירער הכנסת אורחים שע"י נכדי רבינו.

צום סוף קונטרס האבן זיי אריינגעלייגט אן אויפקלערונג איבער די מהות העבודה פון טיילן עסן לויט רבי ישעי'לע זצ"ל.

איך פארשטיי נישט ווער עס גיבט זיי די רעכט אפצומאכען ווער עס איז זאט אין ווער עס איז הינגעריג.

עס קוקט אז ווען נישט דעם שיינעם פדף -וואס מאנכע זענען דא אזוי פארגאפט דערפאר- וואלט זיך כלל ישראל גענומען איבער עסן ג' אייר, עד כדי כך אז מען וואלט געדארפט שטעלען הצלה מעדיקס נעבען די שוהלן אין רעסטוראנטן, אז ווען איינער ווערט ח"ו איבער געשטרענגט פונעם גרויסען "רובי אכילה, נוסח קערעסטיר" זאל מען אים תיכף געבען די ריכטיגע מעדיצינשע באהאנדלונג און זאגאר אריינפירען אין שפיטאל.

קאם אן, וואס רעדט איר נארישקייטען. איך ווייס נאך נישט צו די גאנצע פראבלעם עקזיסטירט. אין אז א איד האט געגעסען א איבריגע קופעלע און ג' אייר, דארפסטו אים שוין נאכשרייען מיט א שטיקעל אוהחה"ק ובמרבית לא תתן אכלך? וואס פארגינסטו נישט דעם אינגערמאן דעם שטיקעל לאקס פיש?

איך האב נישט געזעהן קיינעם מאכן א פראטעסט קעגן פארקויפען ביליגע פאנדשעלאס לכבוד ל"ג בעומר. איך האב קיינעם נישט געהערט פארפירען קעגן פארקויפן ביליגע אינטער העמעדער כ"ו אב (נוסח קר"י שאפינג סענטער טענט סעילס).

אייביג וועט זיין זיין אפאר קטני הדעת וואס נעמען אדווענטעש פון א סיטואציע, נו מיילע איז וואס? דארסטו גיין דריקען -שיינע קונטריסים- מסביר זיין וואס מען מעג און וואס מען טאר נישט?

איינער האט זיך אנגעליינט אויף אייוועלט, אין געגאנגען מאכן קונטרסים. נאכער ווערן אפאר ניקס איבערראשט פונעם שיינעם פדף, אין מען ברענגט עס דא צוריק, אזש עס ווערט שוין תורה מסיני.

אין בכלל, ווערט האט געגעבן פארן קונטרס שרייבער די רעכט פון מאכן הגדרת אין ר' ישעי'לעס הייליגע כוונות. ער בויט גאנצע בריקען. זאטע אידען, הינגיריגע אידן, שפע פון עסן, פון ווי נעמט איר אייער שטעלע?

גראדע ווערט און מופה"ד געברענגט א מעשה אז א ר' חיים ראטה איז אלץ בחור געקומען קיין קערעסטיר, ביים שלו' נעמעןהאט אים ר' ישעי'לע מכבד געווען מיט עסען, האט דער ר' חיים געזאגט אז ער האט שוין געגעסען אין זיין אכסניא, האט אים ר' ישעי'לע פארגעהאלטען, צו ווייסטו נישט בחור'ל אז מען קומט קיין קערעסטיר עסט מען ביי ישעי'?!
דערציילט ר' חיים אז ר' ישעי'לע האט אים דאן מכבד געווען מיט א פולע סעודה, און צו זיין גרויס וואונדער האט ער געקענט עסן די גאנצע מאלצייט מיט אזא אפעטיט, כאטש ער האט ממש פארדעם געגעסן אין די אכסניא. מה עמקו מחשבותיו.

אין פאר די אלע וואס קענען נישט פארגינען א קיפעלע פאר א זאטען איד, גייט זייט מוחל אין לערן די שטיקלעך אוהחה"ק ווי ער רעדט פון אהבת ישראל. און אויב פארגינטו נישט דעם רעסטוראנט אונער אז ער וועט פארקויפען נאך אפאר בייגעלעך, דא נעם א תהילימעל אין בעט דיך אויס ביים רבוש"ע, ער זאל דיר העלפען צוברעכען דיינע מידות גרועות.
לאזט אפ דעם צדיק.

לפי עני"ד מיינט די קונטרס בכלל נישט אינז נאר זיי מיינען זייער נייע קאמפעטישן אין שטאט קירעסטיר (ודי בזה) אין קיינער ברויך עס נישט נעמען צום הארץ

בּרזל
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 10, 2016 5:16 pm

תגובהדורך בּרזל » מאנטאג מאי 01, 2017 7:07 pm

זיכער יא האט געשריבן:

לפי עני"ד מיינט די קונטרס בכלל אינז. בּעטער סעיד, כ׳ווייס נישט וועם די קונטרס מיינט, אבּער ס׳זעכער אז ס׳קען געזאגט ווערן אויף אונז אין ארה״בּ וקנדא (ודי בזה)

אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1095
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 24, 2017 2:50 pm

תגובהדורך יאסעלע » מאנטאג מאי 01, 2017 9:03 pm

ער מיינט טאקע נישט אונז, ער מיינט אונזער בערזל...
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול

בּרזל
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 10, 2016 5:16 pm

תגובהדורך בּרזל » דינסטאג מאי 02, 2017 7:26 pm

יאסעלע האט געשריבן:ער מיינט טאקע נישט אונז, ער מיינט אונזער בערזל...

פיין! שמייכלתי

פ' לך לך
שר חמש מאות
תגובות: 961
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

תגובהדורך פ' לך לך » דאנארשטאג דעצמבער 14, 2017 9:13 pm

א באריכט פונעם ערשטן יארצייט
קרעסטיר.jpg
קרעסטיר.jpg (405.08 KiB) געזעהן 2184 מאל

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17417
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דאנארשטאג דעצמבער 14, 2017 10:23 pm

500 מענטשן ביי בלויז 8 טישן, קע"ה

אוועטאר
טעם וריח
שר חמש מאות
תגובות: 995
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » דאנארשטאג דעצמבער 14, 2017 10:53 pm

יוראפ האט געשריבן:500 מענטשן ביי בלויז 8 טישן, קע"ה

שטייט נישט ווי לאנג די טישן זענען געווען.
לכאורה איז דאס געווען אדער אין ביהמ״ד אדער דארט ווי עס איז געשטאנען די ריזיגע טענט בחצר רבינו פארגאנגענע יארצייט, דארט פלעגט שטיין די סוכה. און מפלעגט דארט אפרעכטן גרעסערע מאורעות. דרך אגב היי-יאר האבן דארט אויך געגעסן בערך 500 אידן.

Haklal
שר האלף
תגובות: 1034
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » פרייטאג דעצמבער 15, 2017 3:03 am

מיעוט המחזיק את המרובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: מה שמו, מומחה יוחס און 27 געסט