פעססן א סקול באס

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3159
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

פעססן א סקול באס

תגובהדורך צו געזונט » דינסטאג מאי 24, 2016 11:05 pm

מיר שרייבן עס דא אין היימישע קרעטשמע, ווייל דא איז פערהאן מער ליינער אוואו אין אויטאס און ארום, און מיר האלטן אז דאס איז גאר וויכטיג, שפעציעל איצטערט פאר דעם זוממער סעזאן.

דאס געזעץ איבער זיך אפשטעלן פאר סקול באסעס איז נישט פארסירט אין ניו יארק סיטי, און דעריבער זיינען דא פיל מענטשן פון ברוקלין, וואס ווען זיי זיינען אין אנדערע געגנטער ווייסען זיי נישט דאס ריכטיגע געזעץ איבער דעם, און עס קען ברענגן צו געפערליכע עגמת נפש.
ווי אויך, די אפסטעיט סקול באס דרייווערס זיינען פיל מער אויפמערקזאם צו די זאכען און מען געט איבער די פארלעצער פאר די אינסטאנצען. עס האט שוין פאסירט אז היימישע דרייווערס האבען זיך פלוצלינג דערזען מיט א סאספענשאן אויף די לייסענס, אדער איז זייער אינשורענס פרימיום ארויף גאר הויך צוליב פארבייפארען סקול באסעס און דער סקול באס דרייווער האט אריינגעגעבן די קאר אינפפארמאציע פאר די מאטאר וועהיקל און פיל מאל מיט די באס קאמערע וואס האט אויפגעכאפט ווי מען פארט פארביי די באס מיט די רויטע לייטס.

דאס געזעץ לויטעט: (1174 §)
עס איז אומלעגאל – און זייער מסוכן – צו פארבייפארען אן אפגעשטעלטע סקול באס ווען די רויטע בליטשקעדיגע לייטס זיינען אנגעצונדען. רויטע בליטשקעדיגע לייטס מיינט אז די באס נעמט אויף אדער לייגט אראפ קינדער, אדער אז ער שטייט אונטער א אנדערע באס וואס נעמט אויף אדער לייגט אראפ קינדער.
מען מוז זיך אפשטעלען סיי אויב דערנענטערט מען זיך צום סקול באס פון פארענט, אנטקעגן דעם באס, אדער מען איז הונטערן באס.
מען מוז זיך שטענדיג אפשטעלן פאר א באס מיט רויטע בליטשקעדיגע לייטס, אפילו אויף א הייוועי מיט א צוים אינדערמיט אדער אין די סקול פארקינג לאט.
די שטראף פאר ערשטע מאל פארלעצער איז א געלט שטראף צווישן 250 און 400 טאללער, פינף פונקטן אויף די לייסענס, און א מעגליכע אורטייל פון דרייסיג טאג אין טורמע.
נאך ארגער, אויב חס ושלום איר שעדיגט א קינד דערביי, אדער נאך ארגער ח"ו, צו ווילט איר דאס זאל אייך באגלייטן אייער גאנץ לעבן?
געדענקט! ווען די באס האט אנגעצונדען די געלע בליטשקעדיגע לייטס, דאן מיינט דאס אז ער גייט זיך אפשטעלן. פאר שטאטער!
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3159
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » דינסטאג מאי 24, 2016 11:20 pm

נאך א נקודה'לע

די סקול באס דרייווערס אין אפסטעיט, ווען זיי צינדען אן די געלע לייטס, דאן מיינט עס אז זיי זיינען "שוין" גרייט אנצעצינדען די רויטע לייטס. דאס מיינט פאר דעם קאר דרייווער אז ער האט נישט עכט קיין צייט שנעל "דורכפליען" דעם באס, ווייל די קינדער הייבען גראד אן צו גיין צו און קראססן צום באס. אין אפסטעיט רעכנט זיך דער באס דרייווער מיט די קינדער וואס ער ברויך טראגען. און ג-ט זאל אפהיטן אויב א קאר מאכט אפ אז דער באס דרייווער האט אים געטשעפעט און ער פעססט יא דעם באס ווען א קינד גייט אריבער, אפילו אויב דער קאר דרייווער האט נישט געזעהן א קינד און פלוצלינג וואקסט ארויס א קינד פארענט פון קאר און דאן גאר שנעל ליגט ער אויף דער ערד.
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3159
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » דינסטאג מאי 24, 2016 11:21 pm

קריג מיר אן אישי, אז אויך אין די סיטי האבען די סקול באס דרייווערס אנגעהויבן אריינשיקן די אינפארמאציע פון די פארלעצער
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11890
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דינסטאג מאי 24, 2016 11:46 pm

וואס הייסט אריין שיקן? ער קען זאגן אן קיין באווייזן?

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17417
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג מאי 24, 2016 11:54 pm

שטארקע פונקט!

מ'קען אויך אריינשיקן די פארלעצונגען פון די באס דרייווערס?
לעצט פאראכטן דורך יוראפ אום מיטוואך מאי 25, 2016 12:42 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
ליינער
שר האלף
תגובות: 1618
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל

תגובהדורך ליינער » מיטוואך מאי 25, 2016 12:01 am

מעג א יודישע דרייווער אדער מוסד אריינשיקען די אינפארמאציע פון קארס וואס פארלעצען די געזעץ?
צוגעלייגטע
IMG-20160525-WA0000.jpg
לעצט פאראכטן דורך ליינער אום מיטוואך מאי 25, 2016 12:07 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך

אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1121
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 9:34 am

תגובהדורך פאקטען » מיטוואך מאי 25, 2016 12:03 am

געלעגער האט געשריבן:וואס הייסט אריין שיקן? ער קען זאגן אן קיין באווייזן?


ער האט יא באווייזן, זיי אינסטאלען א קעמרע אויפן סטאפ סיין אדער אויפן שפיגל, און אלעס וועקט ריקארדעד

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2613
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » מיטוואך מאי 25, 2016 12:06 am

ליינער האט געשריבן:מעג א יודישע דרייווער אדער מוסד אריינשיקען די אינפארמאציע פון קארס וואס פארלעצען די געזעץ?

מיר שיינט דאס אריינצוגיין אין כלל פון א רודף.

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1720
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » מיטוואך מאי 25, 2016 12:09 am

ליינער האט געשריבן:מעג א יודישע דרייווער אדער מוסד אריינשיקען די אינפארמאציע פון קארס וואס פארלעצען די געזעץ?

איך האב געהערט פון באס דרייוערס אז רבנים האבן זיי קלאר גע'פסק'נט אז זיי מעגן און זאלן אריינגעבן אינפארמאציע פון אזעלכע וואס פעסען בשעת קינדער קומען און גייען פון און צו די באסעס.

חלה פיש אין קיגעל
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 2:28 pm

תגובהדורך חלה פיש אין קיגעל » מיטוואך מאי 25, 2016 2:21 am

בשבילי נברא האט געשריבן:
ליינער האט געשריבן:מעג א יודישע דרייווער אדער מוסד אריינשיקען די אינפארמאציע פון קארס וואס פארלעצען די געזעץ?

איך האב געהערט פון באס דרייוערס אז רבנים האבן זיי קלאר גע'פסק'נט אז זיי מעגן און זאלן אריינגעבן אינפארמאציע פון אזעלכע וואס פעסען בשעת קינדער קומען און גייען פון און צו די באסעס.

גם אני מיר האבן געהערט פון א באס דרייווער וואס האט שוין געהאלטען נאך די אינצידינט א קינד איז ליידער געווארן א געקלאפט אין א דיין האט אים געהייסען איבערגעבען די נאמען.

אין מען האט טאקע סיספענדעט פאר יענעם די לייסענס
נישט קלאר צו ווייל ער האט אריבער געפארן די רויטע לייט פון די באס אדער וועגען די היט-אין-ראן עבירה

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3159
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » מיטוואך מאי 25, 2016 6:48 am

די ווארהייט, אז מען וואלט אויך געדארפט אויסלערנען די קינדער איבער באס סעיפטי, ווען מען מעג און ווען מען טאר נישט גיין צום באס, אבער דאס איז א פרשה פאר זיך. דאס איז א פליכט וואס ליגט אויף די חדר, שולע און עלטערן. עס זיינען פערהאן פראטאקאלען איבער וואס די קינדער ברויכען וויסען און וויאזוי איבערצוגעבן לויט זייער פערשטאנד.
בוי זיך זעלבסט

שאן הענרי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 05, 2015 2:40 pm

תגובהדורך שאן הענרי » מיטוואך מאי 25, 2016 8:16 am

אין מאנסי נארמאל ווען מען באקומט א טיקעט איז שייך צו מאכן א פלי דיל, אבער ביי א טיקעט פון א סקול באס האבן די עסקנים געבעטן אז מען זאל נישט קענען מאכן. אין אזוי איז עס טאקע, איך האב עס מיטגעהאלטן ביי א קרוב

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21964
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך מאי 25, 2016 9:49 am

יוראפ האט געשריבן:שטארקע פונקט!

מ'קען אויך אריינשיקן די פארלעצונגען פון די באס דרייווערס?

ס'פארהאן - א מיעוט - סקול באס דרייווערס אויפן ראוד וואס כ'וואונדער זיך ווער עס דארף צו זיין זייער באס מענעדזשער, און אויב זיי קלערן בכלל פון געזעצן אדער פון א ברעקעלע נארמאלקייט.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3190
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » מיטוואך מאי 25, 2016 9:55 am

https://www.dropbox.com/s/m65lsj1wzw683 ... 0.mp4?dl=0

דאס איז פון "אינטערעסאנטע קליפס " בלאט 73 די דריטע אין דע סעריע פון... וחיות רעות בדרך...

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3159
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » מיטוואך מאי 25, 2016 11:29 am

farshlufen האט געשריבן:
יוראפ האט געשריבן:שטארקע פונקט!

מ'קען אויך אריינשיקן די פארלעצונגען פון די באס דרייווערס?

ס'פארהאן - א מיעוט - סקול באס דרייווערס אויפן ראוד וואס כ'וואונדער זיך ווער עס דארף צו זיין זייער באס מענעדזשער, און אויב זיי קלערן בכלל פון געזעצן אדער פון א ברעקעלע נארמאלקייט.


קענסט מיר אישי'ען באס דרייווערס וואס טוען פערלעצן דאס געזעץ און זיי ברענגען אראפ די סעיפטי סטאנדארד. וואו פארשטענדליך א צייט ווען עס איז געשעהן און די באס נאמבער. מיר וועלן טוהן דאס מערסטע וואס שייך אויך צו פארזיכערן די טייערע קינדערלעך. ווייל טאקע אט די דרייווערס ברענגען צו אז מענטשן זאלען פארלעצן די געזעצן
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » מיטוואך מאי 25, 2016 11:41 am

ווען איך זעה א אומפאראנטווארטליכע דרייווער קאלל איך די נאמבער פון די בעק און איך געב אריין א קאמפלעין.

נישט אלע מוסדות נעמען עס אן שיינערהייט.

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3159
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » מיטוואך מאי 25, 2016 11:49 am

בן נון. ביזטו א ברוקלינער אדער א אפסטעיטער? מיר האבען די קאנטאקטן מיט ביידע, אבער עס איז א חילוק ווער און וויאזוי די קאמפלעין קומט אריין
בוי זיך זעלבסט

בארבער
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 23, 2013 10:00 am

תגובהדורך בארבער » דאנארשטאג מאי 26, 2016 7:53 am

צו געזונט האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
יוראפ האט געשריבן:שטארקע פונקט!

מ'קען אויך אריינשיקן די פארלעצונגען פון די באס דרייווערס?


ס'פארהאן - א מיעוט - סקול באס דרייווערס אויפן ראוד וואס כ'וואונדער זיך ווער עס דארף צו זיין זייער באס מענעדזשער, און אויב זיי קלערן בכלל פון געזעצן אדער פון א ברעקעלע נארמאלקייט.


קענסט מיר אישי'ען באס דרייווערס וואס טוען פערלעצן דאס געזעץ און זיי ברענגען אראפ די סעיפטי סטאנדארד. וואו פארשטענדליך א צייט ווען עס איז געשעהן און די באס נאמבער. מיר וועלן טוהן דאס מערסטע וואס שייך אויך צו פארזיכערן די טייערע קינדערלעך. ווייל טאקע אט די דרייווערס ברענגען צו אז מענטשן זאלען פארלעצן די געזעצן



איך בין אסאך אויפען ראוד איך האב שוין געהאט אסאך מאל וואס איך פאר דערעך א באס און פלוצלונג צינד ער אן די רויט לייט.

און איך האב עס שוין געהערט פון נאך מענטשן אויך.

און טאמער האסטו נאך קאמפעני סטיקערס אויף די קאר האבן זיי נאך די חוצפה צו אריין קאלען די קאמפעני זאגען אז די קאר האט געפעסט א רויט לייט....

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5429
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » דאנארשטאג מאי 26, 2016 3:46 pm

ווען איך ווייס ווען, שיק איך ווען אריין די לייסענס פלעיטס פונעם רוצח וואס האט שיעור נישט אראפגעהאקט מיין יונגעל לעצטענס
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

בנימין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 369
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 16, 2011 10:58 am
לאקאציע: ניו יארק

תגובהדורך בנימין » דאנארשטאג מאי 26, 2016 3:54 pm

כ'האב היינט מיטגעהאלטן ווי א איד אין מאנסי אויף פארק לעין שניידט דורך א סקול באס מיט בליטשקעדיגע רויטע לעמפלעך, מיט א בליץ שנעלקייט.
כ'האב אים א פייף געגעבן און ער'ט נישט געוואוסט וואס כ'וויל פון אים האבן.

ס'איז מיר די בלוט געקומען אין קאפ. א געהעריגער פאטענציעלער רוצח.
מארקעטינג\ברענדינג עדווייס? פרעגט מיר אין אישי, כ'ענטפער גערן.

קלוגער
שר האלף
תגובות: 1046
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

תגובהדורך קלוגער » דאנארשטאג מאי 26, 2016 3:57 pm

אסאך פון די וואס פעסען סטאפ סיינס, רעד לייטס און באס סטאפס ווייל זיי זענען פארטיפט אין סעלפאון, א נס אז זיי פארען נישט אריין אין וואנט

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5429
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » דאנארשטאג מאי 26, 2016 4:06 pm

זעסט דאך אז זיי פארן נישט אריין אין וואנט, אלא מאי אז וואס מען וויל קען מען ווען מען רעדט אויפן טעלעפאן אויך
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3159
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » דאנארשטאג מאי 26, 2016 5:59 pm

אן אריינגיין ווער איז שולדיג, לאמיר זיך ענדערש קאנצענטרירן אויף וויאזוי צו פעררעכטן די עפידעמיע. אריינגערעכנט אין דעם נייעם פראגראם זיינען די באס דרייווערס, די קארס אויפן ראוד, די ווילדע באס דרייווערס און די אומפאראנטווארטליכע קאר דרייווערס.

צו האט איינער א קאנסטראקטיווע פארשלאג? ברענגט עס דא ארויף. אויב ווייסט ער עס נישט וויאזוי גוט ארויסצוברענגן, דאן ביטע שרייבן אין אישי, ווייל די סתם רעדערייען ווערן אפגעמעקט.
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6845
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » פרייטאג מאי 27, 2016 7:54 am

בענקעל האט געשריבן:https://www.dropbox.com/s/m65lsj1wzw683l7/...%20%D7%95%D7%97%D7%99%D7%95%D7%AA%20%D7%A8%D7%A2%D7%95%D7%AA%20%D7%91%D7%93%D7%A8%D7%9A...%20.mp4?dl=0

דאס איז פון "אינטערעסאנטע קליפס " בלאט 73 די דריטע אין דע סעריע פון... וחיות רעות בדרך...

איך זאג נישט אז דער דרייווער גייט נישט אריין אין די גדר פון חיות רעות בדרך, אבער איך מיין אז דער באס דרייווער האט געטון א שטיקעלע מיסטעק מיטן זיך נישט אויסשטעלן אויפן גאנצען ברייט
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » פרייטאג מאי 27, 2016 8:20 am

ער טאר נישט


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 22 געסט