די בליק פון די אלגעמיינע וועלט איבער אידן און די מדינה

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2912
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

די בליק פון די אלגעמיינע וועלט איבער אידן און די מדינה

תגובהדורך נודה לך » זונטאג נובעמבער 27, 2016 4:50 pm

בס"ד
אין צוזאמענהאנג מיט די טענה'ריי איבער א פארמעקטע אשכול פרוביר איך מיין מזל צו עפענען די דאזיגע אשכול.
עס איז געווען באריכטעט איבער א קידוש ה' וואס א פרוי וואס האט געארבעט צווישן אידן איז שטארק באיינדרוקט געווארן פון די מהלך החיים פון רעליגיעזע אידן און דאס האט צוגעברענגט אז די טאטע וועלכע איז עפעס א הויכע דיפלאמאט האט זיך אויסגעדריקט אז יעצט וועט ער מער זיך צושטעלן צו די איזרעאלישע מדינה.
א סאטמערע איד קען אנקוקן די מעשה אויף עטליכע וועגן...

די איבעריגע לאז איך פארן עולם צו מגיב זיין זייער בליק איבער דעם ענין.
(אויב די מנהלים לאזן עס צו און עס ווערט געפירט מיט א רואיגע אטמאספערע...)
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

איש החסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 11:37 pm
לאקאציע: בבית ה'

תגובהדורך איש החסד » זונטאג נובעמבער 27, 2016 4:55 pm

נישטא וואס צו רעדן, דאס איז באמת געווען א ריכטיגע קידוש השם נישט קיין נפקא מינה צו וואספארא רעזולטאטן דאס האט געפירט.! כ'מיין אז מיטן עצם פאקט אז דער ארבעט'ס-געבער האט דא געמאכט א קידוש השם איז קיינער נישט מחילוק.

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2912
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » זונטאג נובעמבער 27, 2016 5:00 pm

גערעכט אבער מזעהט ווי שטארק עס פעלט אויס צו מפרסם זיין אז אידישקייט מיט די מדינה האט נישט קיין שייכות
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
moishy56
שר ששת אלפים
תגובות: 6164
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » זונטאג נובעמבער 27, 2016 5:04 pm

מזאגט בשם סאטמאר רב:

א יוד וואס האט ליב מדינת ישראל, איז א פראבלעם אין הלכה און השקפה.

א אמעריקאנע גוי וואס האט פיינט מדינת ישראל,
געווענדליך מיינט דאס אז ער איז א פשוטע שונא ישראל.
לעצט פאראכטן דורך moishy56 אום זונטאג נובעמבער 27, 2016 5:04 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

איש החסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 11:37 pm
לאקאציע: בבית ה'

תגובהדורך איש החסד » זונטאג נובעמבער 27, 2016 5:04 pm

אויף וויפיל איך האב פארשטאנען איז נישט די רעדע פון א היימישער, די רעדע איז ווארשיינליך פון א פייער'דיגער ציוניסט וואס האט ביי דער ארבעט אסאך משבח געווען די מדינה הטמאה און אזוי ארום באאיינפלוסט זיינע ארבעטער....

איש החסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 11:37 pm
לאקאציע: בבית ה'

תגובהדורך איש החסד » זונטאג נובעמבער 27, 2016 5:06 pm

moishy56 האט געשריבן:מזאגט בשם סאטמאר רב:
יוד וואס האטליב מדינת ישראל, איז א פראבלעם אין הלכה און השקפה.

א אמעריקאנע גוי וואס האט פיינט מדינת ישראל,
געווענדליך מיינט דאס אז ער איז א פשוטע שונא ישראל.

כ'האב די מימרא נאך קיינמאל נישט געהערט, עס איז מן הסתם אויסגעטראכט געווארן דורך די יעניגע חברה...
אדרבה, האסטו א מקור דערויף, לאמיר הערן.!

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2912
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » זונטאג נובעמבער 27, 2016 5:10 pm

איטערעסאנט דארף מען טאקע הערן צי ס'האט א מקור

(מקען פארשטיין אז ווילאנג די שטעלונג פון ערליכע אידן איז נישט באקאנט אויף די וועלט איז עס "געווענליך" אזוי)
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

איש החסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 11:37 pm
לאקאציע: בבית ה'

תגובהדורך איש החסד » זונטאג נובעמבער 27, 2016 5:26 pm

אריינצוגיין טיף אין די נושא איז צו לאנג כ'וועל עס פראבירן צו מאכן בקיצור.!
בדרך כלל איז טאקע אמת אז א אנטיסעמיט וועט אויך פיינט האבן מדינת ישראל, און פארקערט פארקערט.! אבער טראכט א רגע: דער מאסן מערדער יאזעף סטאלין וועמען איך גלייב אז ענק אלע וועלן אים בא'טיטלען אלס א פייערדיגער אנטיסעמיט איז אבער אין פאקט געווען אין יענע צייטן פון די שטערקסטע שטיצער פאר די קוים ניי געגרינדעטע מדינה...
אייכמאן אין זיינע מעמוארן רימט אויך זייער אויס די מדינה און אירע גרינדער'ס...
דער הסבר דערויף, איז אזוי:
דער כלל איז אז א גוי מיט רעכטע מיינונגען וועלן אויך צוליב דעם שטיצען די מדינה, ווידעראום א גוי מיט לינקע מיינונגען וועט בדרך כלל זיין דערקעגן.! די רוסן זענען פון אייביג אן געווען בשיטה ''רעכטע'' דאקעגען זענען די נאצי'ס אויך געווען ''רעכטע'' דעריבער האבן זיי געשטיצט די מדינה. אבער מ'קען פארשטיין אז א גוי וואס איז א ''לינקער'' און איז בכלל נישט קיין אנטיסעמיט האט ער אבער פארט פיינט די מדינה צוליב אירע ''רעכטע'' שיטות.!

אגב: אין די מדינה זעלבסט זענען א גרויסע פראצענט ''לינקע'' בראש פונעם בג''ץ וועלכע באשטייט אלעס פון לינקע שופטים און דאס מאכט טאקע אן אסאך צרות פאר די כנסת דעפוטאטן און ביבי וואס זענען ע''פ רוב ''רעכטע''...

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6845
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » זונטאג נובעמבער 27, 2016 5:43 pm

עס האט גארנישט מיט רעכטע, דעיוויד דוק איז א רעכטער און ער האט פיינט יעדע יוד.

סטאלין האט קיינמאל נישט ליב געהאט די מדינה, ער האט נאר געהאפט אז די מדינה זאל ווערן א קאמיניסטישע לאנד און דערפאר האט ער זיי געשטיצט גאר אנפאנג ווען ענגלאנד איז נאך געווען ברוגז אינטערן טיש.

און פון אייכמאן קענסטו נישט ברענגען קיין באווייזן, טעיק מיי ווארד: דער האט זיי פיינט געהאט פון טיפן הארץ ווייל זיי זענען אלע ״שמוציגע אידן״ וואס ער האט געשריבן מיינט זילטש.



איבער די גאנצע נושא דא קען איך נישט אריינרעדן ווייל איך האב נישט געליינט די אשכול און איך ווייס נישט וואס און ווי אזוי עס איז געווען געשריבן דארט.
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » זונטאג נובעמבער 27, 2016 6:09 pm

זייער נארמאל געשריבען געווען נאר מענטשען האבען געוואלט פאוקעסען אז ער מיינט די קידוש השם אויף דעם וואס עס איז נישט דורך די רעזעלאושען אנשטאט צו פאוקעסען אז א איד האט געמאכט א קידוש השם דורך זיין אויפפירונג אז יענער איז געווארען א אוהב ישראל לשיטתו
אגב עס קען זיין א באבע מעשה אבער א שיינע מעשה איז עס עניוועיס

איש החסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 11:37 pm
לאקאציע: בבית ה'

תגובהדורך איש החסד » זונטאג נובעמבער 27, 2016 6:17 pm

איך האב נישט געזאגט אז דאס איז אייביג דער כלל, איך האב בעיקר ארויסגעברענגט אז דורכאויס היסטערי האבן זיך די רעכטע אנגעקימען פאר די מדינה און לינקע האבן פרובירט איר צו פייטן.
אויך האב איך בלויז גערעדט פון א גוי א בעל שיטה, אבער דיע וועלכע האבן פיינט אידן סתם ווייל ער איז געבוירן א איד, זיי האבן דאך קיין שום שיטה נישט, סאו כ'האב בכלל נישט גערעדט פון זיי.
לגבי די נאצי'ס, וויל איך דיר פרעגן אזוי: האסטו שוין אמאל אריינגעקיקט אינעם בוך ''מיין קאמף'' געשריבען דורך דעם ש-ד בצורת אדם.? אויב האסטו געמיינט אז היטלער איז נישט געווען קיין בעל שיטה, האב איך פאר דער נייעס, היטלער איז געווען בשיטה אויס א פייער'דיגער ''רעכטער'' און דעריבער האט ער אזוי פיינט געהאט די אידן וועלכע זענען אין אלגעמיין געווען שטארק ''לינק'' גענויגט.! כמעט אלע אסימעלירטע אידן אין דייטשלאנד פארן קריג זענען געווען שטארקע ''לעפטי'ס''. אדרבה, טראכט אריין וועסטו באמערקן אז רוב אידיש-אפשטאמיגע איבער די וועלט זענען לינק געשטימט...

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2912
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » זונטאג נובעמבער 27, 2016 6:19 pm

משנה מקום האט געשריבן:זייער נארמאל געשריבען געווען נאר מענטשען האבען געוואלט פאוקעסען אז ער מיינט די קידוש השם אויף דעם וואס עס איז נישט דורך די רעזעלאושען אנשטאט צו פאוקעסען אז א איד האט געמאכט א קידוש השם דורך זיין אויפפירונג אז יענער איז געווארען א אוהב ישראל לשיטתו
אגב עס קען זיין א באבע מעשה אבער א שיינע מעשה איז עס עניוועיס


ביטע לאז די טענה'ריי ביי די אנדערע אשכול
צוריק צום ענין די מעשה קענט איר זעהן אין מיין ערשטע תגובה בקיצור נמרץ
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
קעלנער
שר חמש מאות
תגובות: 839
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 18, 2009 4:34 pm

תגובהדורך קעלנער » זונטאג נובעמבער 27, 2016 6:21 pm

איש החסד במחילת כבודך זענען סטאלין און די קאמוניסטן געווען לינקע.

איש החסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 11:37 pm
לאקאציע: בבית ה'

תגובהדורך איש החסד » זונטאג נובעמבער 27, 2016 6:32 pm

קעלנער האט געשריבן:איש החסד במחילת כבודך זענען סטאלין און די קאמוניסטן געווען לינקע.

אויב אזוי וויל איך דיר פרעגן א צווייטע קשיא: פארוואס הייסן די מתנחלים ''רעכטע'', הי יתכן ווי קענען זיי הייסן רעכטע אויב דער נאמען באלאנגט שוין פאר נטורי קרתא.?!

רעכט און לינק ווערן געמאסטן רעלעטיוו פון וואס די רעדע איז.!

יא, אמת אז קומוניזם איז לינק, און די זעלבע איז אויך בערני סענדער'ס דער סוציאליסט א לינקער.. אבער נעם אין אכט אז רעלעטיוו צו די ווארט ''עקסטרעם'' איז בערני א רעכטער. די זעלבע איז אויך סטאלין געווען אן עקסטרעמער מענטש און דאס מיינען מיר מיטן זאגן ''רעכט''

אוועטאר
קעלנער
שר חמש מאות
תגובות: 839
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 18, 2009 4:34 pm

תגובהדורך קעלנער » זונטאג נובעמבער 27, 2016 7:48 pm

לויט דיין טעאריע וואלט בערני סאנדערס געדארפט זיי זייער שטארק פרא די מדינה, למעשה איז ער נישט געווען. טא דיין טעאריע שטימט נישט.

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5495
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » זונטאג נובעמבער 27, 2016 7:55 pm

די מדינה איז שוין היבש בעלענסד עס איז 50/50 צווישען רעכטע און לינקע.

זיי זענען אבער נאכאלס מער סאציאליסטיש ווי די פאראייניגטע שטאטען.
איך בין אויסגעלאפען פון איידיעס וואס צו שרייבען

חכם הרזים
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 02, 2015 7:10 pm

תגובהדורך חכם הרזים » זונטאג נובעמבער 27, 2016 8:44 pm

איש החסד האט געשריבן:נישטא וואס צו רעדן, דאס איז באמת געווען א ריכטיגע קידוש השם נישט קיין נפקא מינה צו וואספארא רעזולטאטן דאס האט געפירט.! כ'מיין אז מיטן עצם פאקט אז דער ארבעט'ס-געבער האט דא געמאכט א קידוש השם איז קיינער נישט מחילוק.

ס׳איז יא א חילוק די תוצאה, די פאקט אז צוליב דעם איד שותו״מ האט ער פארשטאנען אז דאס רעפרעזנט מדנ״י, צייגט אז די גוים קוקן אן די ערליכע אידן אלס פאנטרעגער.
מינות איז ארגער ווי ע״ז, אויב וואלט ער א דאנק דעם איד געשטיצט א קאטולישע קירכע, וואלט דאס קלאר געווען א חילול השם אויב אזוי, אויב קוקט מען עס אן תורהדיג איז מדנ״י הארבער.

אוועטאר
חאצקל פרייליך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 29, 2016 4:59 pm

תגובהדורך חאצקל פרייליך » זונטאג נובעמבער 27, 2016 8:47 pm

איש החסד האט געשריבן:
moishy56 האט געשריבן:מזאגט בשם סאטמאר רב:
יוד וואס האטליב מדינת ישראל, איז א פראבלעם אין הלכה און השקפה.

א אמעריקאנע גוי וואס האט פיינט מדינת ישראל,
געווענדליך מיינט דאס אז ער איז א פשוטע שונא ישראל.

כ'האב די מימרא נאך קיינמאל נישט געהערט, עס איז מן הסתם אויסגעטראכט געווארן דורך די יעניגע חברה...
אדרבה, האסטו א מקור דערויף, לאמיר הערן.!

רט, קראנטער מקור ביטע. אויב שטעלט זיך ארויס דער מימרא אלס ריכטיג, וועלמיר אי"ה מהיום והלאה טעגליך זאגן דעם ברוך שלא עשני גוי מיט אביסעלע מער כוונה ווי ביז היינט.

חוץ די אלגעמיינע געוואלדיגע בענעפיטן אלס איד, קומט נאך צו דאס אז יעצט קען איך הויך רעדן אקעגן דעם פינסטערן בוך מיין קאמפף (וואס איז שוין דערמאנט געווארן דא מיט עטליכע תגובות ארויף) און בלייבן אן אוהב ישראל, משא"כ חלילה אלס גוי וואלט איך געדארפט גאר פארזיכטיג שפאצירן צווישן די טראפן כדי זיך אנצונעמען פאר אידן פון איין זייט, אבער פון די צווייטע זייט חלילה נישט פוגע ומזלזל זיין אין וואס דארט שטייט, און נאר אזוי צו קענען ערליך פארדינען דעם טיטל אוהב ישראל.

(עס איז טרויעריג בארימט די אנטיסעמיטישע ארטיקלען און ביכער וואס די גרינדער און ערפינדער פון ציונות האבן פארשפרייט כדי אנצורייצן שנאת ישראל ביי די גוי'אישע פעלקער.

אדאלף היטלער ימ"ש האט גוט געליינט די העסליכע פרא אנטיסעמיטישע ארטיקלען וואס טעאדער הערצל ימ"ש האט געשריבן אין די גוי'אישע בלעטער. הערצל אליין שרייבט אז אנטיסעמיטיזם דינט דאס בעסטע די אינטערעסן פון ציוניזם. ער שרייבט אז אויב וועלן די אידן נישט וועלן ארויפגיין קיין ארץ ישראל מיט גוטן וועט מען דארפן נוצן אנטיסעמיטישע שטיק און צוברענגען אז די גוים זאלן פארטרייבן די אידן פון די גלות לענדער און אזוי וועט מען מוזן ארויפגיין קיין א"י.

היסטאריקער ווייזן אן אויף מערערע אנטיסעמיטישע אויסדרוקן פון היטלער אין זיין בוך מיין קאמף וועלכע זענען זייער ענליך כמעט אות באות צו די אנטיסעמיטישע מאמרים פון הערצל ווי ער האט געשילדערט די אידן אין די אייראפעאישע לענדער אלס אויסנוצער און בלוט זויגער וועלכע נעמען צו די מסחרים פון די גוי'אישע פעלקער און נאר אזעלכע געדאנקען וועלכע היטלער וואס איז אויפגעצויגן געווארן אין וויען האט מקבל געווען פון די מאמרים פון הערצל. ימח שמם וזכרם של הרב ותלמידו וועלכע האבן זיך ביידע אפגעגעבן מיט די ענדגילטיגע לעזונג פון אידישן פראבלעם, עפ"ל).

אויב פיינט צו האבן די מדינה מוז מען קודם פיינט האבן אידן, דאן טאר א גוי נישט רעדן אקעגן 'מיין קאמף' אויב וויל ער פארבלייבן אן אוהב ישראל. אז יא איז ער א שונא ישראל ווייל ער רעדט אויף הערצל.

ברוך שלא עשני גוי!

אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3086
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » זונטאג נובעמבער 27, 2016 8:58 pm

איש החסד האט געשריבן:
moishy56 האט געשריבן:מזאגט בשם סאטמאר רב:
יוד וואס האטליב מדינת ישראל, איז א פראבלעם אין הלכה און השקפה.

א אמעריקאנע גוי וואס האט פיינט מדינת ישראל,
געווענדליך מיינט דאס אז ער איז א פשוטע שונא ישראל.

כ'האב די מימרא נאך קיינמאל נישט געהערט, עס איז מן הסתם אויסגעטראכט געווארן דורך די יעניגע חברה...
אדרבה, האסטו א מקור דערויף, לאמיר הערן.!



דאס איז א באקאנטע מימרא פון רבי'ן.
איין מקור האב איך געהערט נאך זאגן פון ר' אהרן יודל שווארץ, די מעשה גייט בערך אזוי.

ווען פרעזידענט ניקסאן האט זיך געוואלט טרעפן מיט'ן רבי'ן (גלייך פאר מען האט אויפגעדעקט זיין מיסט קאסטן) און די רבי האט בשום אופן נישט געוואלט, האב'ן די מקורבים פראבירט מסביר צו זיין אז ער איז א אונזעריגער ווייל ער גלייכט נישט די מדינה, האט די רבי דעמאלטס גענוצט בערך דעם אויסדריק

''א גוי וואס האט פיינט מדינת ישראל,
געווענדליך מיינט דאס אז ער איז א פשוטע שונא ישראל.''
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
חאצקל פרייליך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 29, 2016 4:59 pm

תגובהדורך חאצקל פרייליך » זונטאג נובעמבער 27, 2016 9:37 pm

יאצמעך האט געשריבן:
איש החסד האט געשריבן:
moishy56 האט געשריבן:מזאגט בשם סאטמאר רב:
יוד וואס האטליב מדינת ישראל, איז א פראבלעם אין הלכה און השקפה.

א אמעריקאנע גוי וואס האט פיינט מדינת ישראל,
געווענדליך מיינט דאס אז ער איז א פשוטע שונא ישראל.

כ'האב די מימרא נאך קיינמאל נישט געהערט, עס איז מן הסתם אויסגעטראכט געווארן דורך די יעניגע חברה...
אדרבה, האסטו א מקור דערויף, לאמיר הערן.!

דאס איז א באקאנטע מימרא פון רבי'ן.
איין מקור האב איך געהערט נאך זאגן פון ר' אהרן יודל שווארץ, די מעשה גייט בערך אזוי.
ווען פרעזידענט ניקסאן האט זיך געוואלט טרעפן מיט'ן רבי'ן (גלייך פאר מען האט אויפגעדעקט זיין מיסט קאסטן) און די רבי האט בשום אופן נישט געוואלט, האב'ן די מקורבים פראבירט מסביר צו זיין אז ער איז א אונזעריגער ווייל ער גלייכט נישט די מדינה, האט די רבי דעמאלטס גענוצט בערך דעם אויסדריק
''א גוי וואס האט פיינט מדינת ישראל,
געווענדליך מיינט דאס אז ער איז א פשוטע שונא ישראל.''

איבער שנאת ישראל האט דער רבי אמאל געזאגט ברבים (בדרשתו אצל כינוס הכללי של התאחה"ר בפ' נשא תשכ"א): דאס געפאר פונעם כלל ישראל איז ווייל מ'זאגט אז דעי וואס זענען נישט קיין שומרי תורה און דעי וואס זענען כופרים דעי זענען די מנהיגי ישראל, די אומות ווערן פארפירט דורך זיי, זיי באקומען דעם שנאת ישראל. איינס פון די גרעסטע מצות העט געווען, פון די גרעסטע מסירת נפש, מ'זאל קאנען מודיע זיין פאר די אומות אז זיי (ציונים) זענען נישט די פארטרעטערס פון כלל ישראל, אידן שומרי תורה האבן מיט זיי קיין שייכות. מסירות נפש פאר דעם צו האבן העט מען געדארפט, אבער בעוה"ר מ'האט דאך מורא פארן דור, טאמער זאגט דאס איינער זענען דאך די ערליכע מנהיגים לוחם דערקעגן מיט תירוצים שונים, עכל"ק.

(אגב, מיט עטליכע יאר צוריק איז געווען באריכטעט אין די צייטונגען - געדענק איך נישט יעצט גענוי וואס ווען וואו - איבער א פריש אנטדעקטע ריקארדינג פון פרעזידענט ניקסאן מיט ריין אנטיסעמיטישע סטעיטמענטס בנוגע די האלאקאוסט. עס האט זיך ארויסגעשטעלט (פאר די וואס האבן עס נאכנישט געוואוסט/געוואלט וויסן) אז דער גרויסער אוהב מדינת ישראל איז אויך געווען א גרויסער שונא ישראל).

דאס וואס דו ברענגסט פון הרה"ח ר' אהרן יודל שווארץ הי"ו שטימט עפעס נישט אזוי גוט מיטן מציאות, זע וואס ר' אהרן יודל דערציילט אין זיינע זכרונות (ונדפס בס' באילנא דחיי):

אין בעל הארבאר פלעגט דער רבי אסאך ארויסגיין שפאצירן צו שעפן פרישע לופט לצורך בריאות גופו הטהור. עטליכע מאל האב איך זיך באטייליגט ביי די שפאצירן און דאן איז מיר אויסגעקומען מיטצוהאלטן אסאך שמועסן פון רבי'ן זי"ע. אייגנטליך פלעג איך זיך קיינמאל נישט אנרופן אליין, און אמאל האט מען געקענט שפאצירן א האלבע שעה און גארנישט רעדן, ביז דער רבי האט זיך אנגערופן צו מיר: אהרן יודל, וואס זאגסטו עפעס? דעמאלטס האס איך אנגעהויבן צו דערציילן פארן רבי'ן פארשידענע ענינים וואס איך האב זיך שוין געהאט אנגעגרייט פון פאראויס. צומאל פלעגט דער רבי לאזן הערן זיינע באמערקונגען, און איך האב דערפון געלערנט א געוואלד, ווי חז"ל זאגן שיחת חולין של ת"ח צריכה לימוד.

אמאל ווען איך האב געשמועסט מיטן רבי'ן איבער דעם אמעריקאנער פרעזידענט ניקסאן וועלכער איז געווען זייער סימפאטיש געשטימט צו דער ציוניסטישער מדינה. ביי דער יום כיפור מלחמה אין תשל"ד ווען די מדינה איז געווען אויף גרויסע צרות נאך די פלוצלונג'דיגע אטאקע פון עגיפטאן ווען די וואפן פון די ציונים האט זיך אויסגעלאזט אין די ערשטע טעג פון די מלחמה און די מדינה האט זיך געפינען ביים שוועל פון אונטערגאנג, האט דעמאלטס דער פרעזידענט ניקסאן געעפנט זיין אוצר פון די וואפנ'ס און האט נאכאנאנד געשיקט פאר די ציונים הונדערטער עראפלאנען מיט פרישע וואפנ'ס צו ראטעווען די עקזיסטענץ פון די מדינה. רעדנדיג דערפון האט זיך דער רבי אויסגעדרוקט אז פרעזידענט ניקסאן איז סתם א שוטה.

פאר מיר איז דער טיטל געווען זייער וואונדערליך, ווייל גראדע איז ניקסאן געווען בארימט פאר א גרויסן חכם, און יעדער האט גערעדט פון זיין חכמה. האב איך מעורר געווען דעם רבי'ן דערויף און געזאגט אז אין דער וועלט הייסט דער פרעזידענט א גרויסער פיקח. אבער דער רבי זאגט מיר ווידעראמאל: דו הערסט וואס איך זאג? ער איז א שוטה, ער קען נישט זיין קיין פרעזידענט.

איך האב זיך שוין נישט איינמאל איבערצייגט אז מיטן רבי'ן קען מען זיך נישט דינגען, און אפילו ווען די גאנצע וועלט זעט איין אנדערש וועט‏ אבער דער רבי צום סוף בלייבן גערעכט. אלזא, האב איך דאן געזאגט פאר מיינעם א ידיד וועלכער איז גראדע נישט געווען קיין סאטמארער חסיד, אז ער וועט זען אז דער פרעזידענט ניקסאן וועט נישט לאנג זיצן אויף זיין בענקל. ער וועט אין א שיינעם טאג ווערן אויס פרעזידענט.

יענער האט געמיינט אז איך וויל סתם טרייבן ליצנות, ווייל ווי האט מען דען געהערט אזא זאך אז א פרעזידענט זאל אינמיטן א שיינעם טאג פאלן פון בענקל, און דערצו ווען די רעדע איז פון פרעזידענט ניקסאן וועלכער איז בארימט אין דער גאנצער וועלט פאר א גרויסן חכם. אבער איך האב געזאגט אז איך מיין דאס גאנץ ערנסט, איך האב אליין געהערט מפ"ק פון רבי'ן זי"ע אז פרעזידענט ניקסאן איז א שוטה און אז ער קען קיין פרעזידענט נישט זיין. און אז דער רבי זאגט אזוי, וועט עס געוויס אזוי זיין.

(מענין לענין דערציילן די מקורבים - וגם אבי ז"ל סיפרה לי ששמע מהב' המשב"ק הי"ו דאז - אז יענעם יאר שבת פרשת החודש תשל"ד איידער דער רבי איז געגאנגען דאווענען מנחה ערב שב"ק האט דער רבי געזאגט פאר די מקורבים וואס עס ווערט געברענגט אין די ספה"ק אז דער בעש"ט הק' זי"ע האט אין חודש ניסן אראפגעזעצט - מיט זיינע גרויסע הימלישע כוחות - אלע מלכים ושרים וואס זענען נישט געווען לטובת אידישע קינדער, און האט אנשטאט זיי באשטימט אנדערע מלכים [עי' בדגל מחנה אפרים פר' בא ופר' ויגש].

דאן האט דער רבי גערעדט איבער דעם פרעזידענט ניקסאן זאגנדיג, ער איז א גרויסער שוטה, ווען נישט ער, וואלט שוין לאנג נישט געווען א מדינה וואס שמד'ט אויס אידישע קינדער. די אנוועזנדע מקורבים האבן דאן מרגיש געווען ווי דער רבי פארארבעט מיט אלע זיינע כוחות אראפצוזעצן דעם פרעזידענט פון זיין אמט. מכאן והלאה הוא המשך הסיפור מהרה"ח ר' אהרן יודא הי"ו).

עס איז נישט דורך קיין לאנגע צייט, נאך אין יענעם זעלבן יאר זומער שנת תשל"ד, האט די גאנצע גאס גע'רעש'ט מיט ניקסאנ'ס רעזיגנאציע פונעם פרעזידענט-אמט צוליב דעם באקאנטן וואטערגעיט סקאנדאל, ווען דאן איז ארויסגעקומען די ראלע וואס פרעזידענט ניקסאן פערזענליך האט געהאט אין די וואטערגעיט פרשה, וואס האט צום סוף דערפירט צו זיין געצוואונגענעם רעזיגנאציע פון אמט. דאס איז געווען דאס איינציגסטע מאל אין דער אמעריקאנער היסטאריע וואס א פרעזידענט זאל מוזן רעזיגנירן פון זיין אמט אינמיטן זיין טערמין.

ביי דער קומענדיגער געלעגנהייט ווען איך האב זיך באוויזן פארן רבי'ן האט מיר דער רבי געפרעגט מיט א שמייכל: נו אהרן יודל, וואס איז געשען מיט דיין חכם?

עד כאן מהרה"ח ר' אהרן יודל הי"ו. ולהשלמה איז ער דארט מעתיק וואס עס האט דערציילט הרה"ח ר' אברהם חיים גאלדנבערג ע"ה (נדפס בהקדמת ספר שם יחזקאל) אז אין יאר תשי"ג ווען עס איז פארגעקומען די פרעזידענט וואלן אין אמעריקא, אייזנהאוער איז געלאפן פאר פרעזידענט און ניקסאן פאר וויצע פרעזידענט, האט ר' אברהם חיים געהאט א שמועס מיטן רבי'ן דערוועגן. ר' אברהם חיים האט געזאגט פארן רבי'ן אז די מבינים זאגן אז אויב אייזנהאוער וועט געווינען די וואלן וועט פאקטיש ניקסאן זיין דער וואס וועט פירן די לאנד, ווייל אייזנהאוער איז נישט אזא בעל כשרון און פאליטיקאנט ווי ניקסאן נאר ער איז א גוטער גענעראל, אבער ניקסאן הייסט א פיקח און פארמאגט געוואונטשענע טאלאנטן צו פירן דאס לאנד. ווען דער רבי האט דאס געהערט האט ער באלד רעאגירט: עה, ער איז א שוטה.

ר' אברהם חיים פלעגט דערציילן אז אויסערליך האט אויסגעזען ווי דער רבי'נס רייד זענען קעגן די לאגיק, ווייל יעדער האט דעמאלטס גערימט ניקסאן אז ער איז א חכם מחוכם, אלע צייטונגען זענען געווען פול מיט לויב רייד אויף זיין גרויסע חכמה און פארשטאנד, ערשט מיט יארן שפעטער ווען עס איז נתגלה קלונו געווארן ביי די וואטערגעיט פרשה, ווען די גאנצע וועלט האט זיך געוואונדערט אויף די טפשות פון ניקסאן, ערשט דאן האט ער איינגעזען ווי ווייט דער רבי איז געווען א חכם עדיף מנביא וואס האט שוין געהאט דעם בליק אויף ניקסאן מיט איבער צוואנציג יאר פריער, אינדערצייט ווען די גאנצע וועלט האט אים געהאלטן פאר א פיקח עצום, ע"כ.

ביטע ווער מיט נאך א מקור (אן אנדערן) אויפן 'באקאנטן' מימרא הנ"ל אז א שונא מדינת ישראל איז א שונא ישראל, וייש"כ למפרע.

איש החסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 11:37 pm
לאקאציע: בבית ה'

תגובהדורך איש החסד » זונטאג נובעמבער 27, 2016 10:15 pm

ולפי זה תיובתא @moishy56 תיובתא...

נו, שוין, כ'האב דאך גלייך געהאט א הרגש אז לא היה ולא נברא די גאנצע מימרא...

איש החסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 11:37 pm
לאקאציע: בבית ה'

תגובהדורך איש החסד » זונטאג נובעמבער 27, 2016 10:20 pm

קעלנער האט געשריבן:לויט דיין טעאריע וואלט בערני סאנדערס געדארפט זיי זייער שטארק פרא די מדינה, למעשה איז ער נישט געווען. טא דיין טעאריע שטימט נישט.

ביטע טי מיר א טובה, און זאג נישט קיין זאכן וואס כ'האב מעולם נישט געזאגט. איך האב געזאגט אז ''עקסטרעם'' נישט קיין נפקא מינה צו וועלכע צד ווערט אנגערופן ''רעכט'', און אלס דוגמה האב איך געניצט בערני סענדער'ס אז לגבי זיין עקסרעמיזם קען ער ווערן אנגערופן א רעכטער, אבער כדי צו זיין פרא-מד''י דארף מען זיין עקסטרעם צום אנדערן עק.!

אוועטאר
קעלנער
שר חמש מאות
תגובות: 839
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 18, 2009 4:34 pm

תגובהדורך קעלנער » זונטאג נובעמבער 27, 2016 10:30 pm

איש החסד האט געשריבן:
קעלנער האט געשריבן:לויט דיין טעאריע וואלט בערני סאנדערס געדארפט זיי זייער שטארק פרא די מדינה, למעשה איז ער נישט געווען. טא דיין טעאריע שטימט נישט.

ביטע טי מיר א טובה, און זאג נישט קיין זאכן וואס כ'האב מעולם נישט געזאגט. איך האב געזאגט אז ''עקסטרעם'' נישט קיין נפקא מינה צו וועלכע צד ווערט אנגערופן ''רעכט'', און אלס דוגמה האב איך געניצט בערני סענדער'ס אז לגבי זיין עקסרעמיזם קען ער ווערן אנגערופן א רעכטער, אבער כדי צו זיין פרא-מד''י דארף מען זיין עקסטרעם צום אנדערן עק.!

נאכאמאל פארוואס איז סטאלין געווען פרא די מדינה, ער איז דאך געווען א לינקער?

האסטו מיר געענטפערט אז
איש החסד האט געשריבן:
קעלנער האט געשריבן:איש החסד במחילת כבודך זענען סטאלין און די קאמוניסטן געווען לינקע.

אויב אזוי וויל איך דיר פרעגן א צווייטע קשיא: פארוואס הייסן די מתנחלים ''רעכטע'', הי יתכן ווי קענען זיי הייסן רעכטע אויב דער נאמען באלאנגט שוין פאר נטורי קרתא.?!

רעכט און לינק ווערן געמאסטן רעלעטיוו פון וואס די רעדע איז.!

יא, אמת אז קומוניזם איז לינק, און די זעלבע איז אויך בערני סענדער'ס דער סוציאליסט א לינקער.. אבער נעם אין אכט אז רעלעטיוו צו די ווארט ''עקסטרעם'' איז בערני א רעכטער. די זעלבע איז אויך סטאלין געווען אן עקסטרעמער מענטש און דאס מיינען מיר מיטן זאגן ''רעכט''

אויב איז ער א רעכטער אזויווי סטאלין, דעמאלט פארוואס איז סטאלין געווען פרא, און ער אנטקעגן?

איש החסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 11:37 pm
לאקאציע: בבית ה'

תגובהדורך איש החסד » זונטאג נובעמבער 27, 2016 10:39 pm

קודם כל, לאמיר זיין קלאר. דער מציאת הדברים איז געווען אז טראץ וואס ער איז געווען א קומוניסט איז ער געווען פרא-מד''י. אויף דיין פראגע 'פארוואס' דאס איז שוין אייגנטליך א לענגערע שמועס, אבער אבער אין איין-ווארט איז אזוי: רוב פון די ארגינעלע גרינדער'ס פון מד''י זענען בשיטה געווען פייערדיגע קומוניסטן און זייער ארגינעלן ציל איז געווען אז מד''י זאל זיין א קומוניסטישע מדינה און אזוי ארום זאל עס זיין אפילעאירט מיט רוסלאנד - די מאמע פון אלע קומוניסטישע מדינות, און דעריבער איז געווען סטאלינ'ס אינטערעסע אז מד''י זאל צושטאנד קומען... עס איז גאר גאר א לאנגע שמועס אבער איכה''ל..

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2122
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » זונטאג נובעמבער 27, 2016 10:46 pm

ייש"כ חצקל פאר דיינע געשמאקע און קלארע תגובות איבער די נושא.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 17 געסט