כי הוא על ימים יסדה – א נסיעה איבער די ימ'ן – דיו אילו ימי קני כל חורשתא

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

שמן זית
שר חמש מאות
תגובות: 957
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2009 7:54 pm

כי הוא על ימים יסדה – א נסיעה איבער די ימ'ן – דיו אילו ימי קני כל חורשתא

תגובהדורך שמן זית » מאנטאג נובעמבער 28, 2016 6:58 am

בס"ד
כי הוא על ימים יסדה – א נסיעה איבער די ימ'ן – דיו אילו ימי קני כל חורשתא

מ'רעדט דא פון א נסיעה וואס מיר האבן אונטערגענומען פארגאנגענע חודש אב תשע"ו, די נסיעה האט גענומען ווייניגער ווי א וואך, די שבת בעפאר און די שבת דערנאך האב מיר געפראוועט אינדערהיים,
עכ"ז האבן מיר עספיעט, דורך צו רייזן די גאנצן כדור פון איין זייט צום צווייטן, דורך געפארן אלע ים'ן און ווי דערמאנט אינעם קעפל דיו אילו ימי, ווען די אלע וואסערן וואס מיר האבן פארברענגט העכער זיי, וואלט געווען טינט, קני כל חורשתא, ווען די אלע ביימער און וועלדער וואס מיר זענען דורך געפלויגן וואלטן געווען פעדערן, וואלט נישט געווען גענוג צו באשרייבן אלע קליינע דעטאלן פון די קליינע נסיעה, עס איז טאקע נישט ממש, עס איז נאר א גוזמא באט יו געט די פוינט (נמביגד"פ)


הכנה לנסיעה

די פלענער האבן זיך אנגעהויבן ד' דברים ו' לחודש אב, ווען איך האב אנגערופן א חבר, וואס טוט אין די טרעוועל אינדוסטרי, נאך חדשים וואס מיר האבן נישט גערעדט, מ'איז אזוי איבערגעגאנגען, די לעצטע עטליכע חדשים, וואס איז אלץ געווען, אזוי רעדנדיג פארציילט ער מיר, פון עטליכע רייזעס וואס ער האט געהאט מיט זיין משפחה מעבר לים אין די לעצטע חדשים, זייט שלהי חודש אדר הא', ווען מיר זענען צוזאמען געווען אויף א נסיעה קיין ארץ ישראל, און מיט ביזנעס קלעס, אזוי רעדענדיג פארציילט ער מיר, אז ער פלאנט מאנטאג ממחרת צום תשעה באב (נדחה) א נסיעה קיין שווייץ פון א טאג צוויי פאר ביזנעס צוועקן , און אויב איך קום מיט קען מען עס פארלענגערן ביז די ענדע אויף די וואך, און אביסל פארברענגען דארט אויף די בערג, כ'האב אים געזאגט אז עס איז געוואלדיגע איידיע, איך וויל זיך צוכאפן אבער עס איז צו נאנט צו זיך אויפהייבן און איבערלאזן די דזשאב פאר א וואך, איך דארף האבן גענוג צייט אויסצוארבעטן ווען נאכצויאגן די ארבעט מלפניו ומלאחריו, ווי אויך עס איז א טאג נאכן פאסטן, איז שווער אונטער צונעמען אזא נסיעה,
די נעקסטע וואך דינסטאג רוף איך אים אהן זעהן וויזוי עס גייט דארט אין שווייץ, זאגט ער מיר אז ער איז נישט געפארן, ער האט פארשפעטיגט די פלייט, עס האט זיך נישט אויסגעארבעט, די פלענער, במילא וועט ער עס מוזן משלים זיין צוויי וואכן שפעטער ווען ער וועט קענען טרעפן יענעם מיט וועם ער וויל מאכן ביזנעס אין אוסטראליע, די נעקסטע טאג האט ער מיר גערופן מיט זיינע פלענער, אז אזויווי ער וויל פארן קיין אוסטראליע וואס איז די אנדערע זייט וועלט, דארף מען אויסנוצן די געלעגענהייט עס צו מאכן מער עקסיידינג,
פארשטייט זיך אז מ'גייט נאר נוצן ביזנעס קלעס (מ'קען דאך נישט נעמען אזא לאנגע נסיעה צוזאם געשטיפט און ווארטן אין די ליין ביי יעדע פליגער) און אז מ'פארט שוין קען מען ביליגער מאכן די טיקעט דורך צוריק קומען פון א אנדערע פלאץ פון די וועלט, און בחדא מחתא קאווערן נאך אינטערסאנטע לענדער און עירליין'ס וואס זייענדיגע אין די טרעוועל ליין, האט ער שוין לאנג געוואלט קאווערן די פירסט קלעס פון סינגאפאר עיר און קעטהי פעסיפיק, אד"ג,

מ'האט אנגעהויבן מאכן איין רוט, ס'איז געקומען צו בוקן די פלייט איז איין רוט געווארן סאלד אוט, די אנדערע איז ארויפגעשפרינגען די פרייז, ביז מ'האט אויסגעארבעט, איין מהלך, אז מ'גייט פארן קיין מעלבוירן מיט א קאנעקטינג דורך לאס אנדזשעלעס זונטאג אינדערפרי, און צוריק פון האנג קאנג פרייטאג אינדערפרי, אינדערמיט וועט מעןן פארן קיין סינגאפאר און האוואייאי, איז נולד געווארן צוויי שאלות, איינס, היות ער וויל דאווענען אלע תפלות מיט מנין, און מ'פארט אריבער דעם קו התאריך אויפן וועג צוריק צו עס קומט נישט אויס אז איין תפלה דארף מען דאווענען אויפן פליגער, צווייטע שאלה והיא העיקר, אזויווי מ'דארף אריבער פארן די קו התאריך צו עס קומט נישט אויס אז אינמיטן ווערט שבת און דערנאך צוריק פרייטאג, האב איך אנגערופן א מורה הוראה, וואס פארט אסאך יענע דירעקשאן, האט ער מיר געזאגט צוויי זאכן, איינס אז זומער ווען די טאג איז לאנג, וועט די גאנצע וועג שיינען די זוהן סא עס ווערט נישט קיין אנדערע טאג, צווייטנס אז די שאלה איז נאר ווען מ'פארט זונטאג, ווייל עס קען זיין אז ווען מ'פארט אריבער די ליין קומט מען אהן צו א פלאץ וואס איז נאך שבת, דערנאך ווערט נאכט מוצ"ש שבת און מ'קומט אהן זונטאג, משא"כ פרייטאג, אפילו אויב עס ווערט נאכט האלט מען שוין לאנג נאכן ליין און עס ווערט דאנערשטאג נאכט,
מ'האמיר קובע געווען די נסיעה פון זונטאג כ"ד אב ביז פרייטאג כ"ט אב, מ'האמיר געבוקט דעם טיקעטס פרייטאג חמשה עשר באב, מיט יונייטעד פוינטס, וואס מ'האט געקויפט אויפן ביליגן מארקעט וואס איז אויסגעקומען בערך 2500 דאלער פער מענטש פאר די נסיעה, האפענדיג אז עס וועט ווערן פיינעלייזט, למעשה עס איז געווארן זונטאג און מיר זעהן אז עס איז נאכנישט געווארן אי טיקעטעד, מיר האבן געטראכט אז מארגען וועט שוין זיכער זיין די טיקעט געפראסעסט, עס איז געווארן מאנטאג, דינסטאג און מיטוואך, און די טיקעט איז נאך אלץ נישט געפראסעסט, מיר האבן אנגערופן יונייטעד, טשעקן וואס עס גייט פאר, זאגן זיי אז די אקאונט פון ווי די פוינטס קומען, איז דעדעקטעד געווערן עס פראוד און מ'האט פארמאכט יענעמ'ס אקאונט, און די טיקעטס זענען געקענסעלד,

מיר האלטן שוין מיטוואך פיר טאג פאר די נסיעה אהן טיקעטס, און די פרייזן פארן ארויף און דא זעמיר שוין זייער עקסיידעט פאר די נסיעה, איך בין שוין געווען ביסל אנגעצויגן, פרעג איך מיין חבר פאר וויפיל ער קען באקומען די פוינטס יעצט, און וויפיל דארף אויסקומען די נסיעה אויב מ'בוקט יעצט, זאגט ער מיר אז די טיקעטס וועלן אויסקומען בערך 37-3800 פער מענטש, כ'בין געווען אובד עצות, יא קענסלן נסיעה, נישט קענסלן וואס טוט מען דא, דאנערשטאג אינדערפרי האב איך דעסיידעט, אז אזא געלעגענהייט צו פארן ביזנעס קלעס קיין אוסטראליע און נאך קאווערן די אנדערע פלעצער פאר דעם פרייז איז לאו בכל יומא מתרחיש, איז עס ביי מיר וויכטיגער ווי די געלט, מ'גייט יא פארן, פרייטאג כ"ב אב האב מיר געבוקט די טיקעטס, בשעת'ן בוקן איז די פלייט זונטאג נאכט פון לאס אנדזשעלעס קיין מעלבוירן שוין געווען סאלט אוט, און אלע אנדערע רוט'ס וואלטן אויסגעקומען סאך טייערער, האב מיר בלית ברירה, געמוזט טוישן עטליכע פלענער

1)מיר האבן גענומען א פלייט קיין סידני אנשטאט קיין מעלבוירן, (און א עקסטרע פליגער פון סידני קיין מעלבוירן אינמיטן טאג) דאס האט אונז אביסל געבאדערט, ווייל עס האט פארברענגט א האלבן טאג, וואס מיר האבן געפלאנט צו פארברענגען אין מעלבוירן, למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט א אינטערסאנטע השגחה פרטית, ווי מיר וועלן באלד שרייבן אי"ה
2)צוריק קומען פון האנג קאנג דאנערשטאג נאכט אנשטאט פרייטאג אינדערפרי,
3)נישט מאכן קיין סטרעיט פלייט אויף צוריק (נאר מיט א סטאפ אין פראנקפורט, אזוי זעמיר נישט דורך געפארן די קו התאריך אויפן וועג צוריק, און מסבב געווען דעם כדור העולם)


סדר הנסיעה

יום א' לסדר "אחרי דרך" (ראה) כל מקום שנאמר אחרי מופלג הוא, כ"ד לחודש מנחם אב האט זיך אנגעהויבן די ווייטע נסיעה אריבער דעם פעסיפיק אשען, ממערב למזרח העולם,
מיר האבן געדאווענט מיט די 6:00 מנין אין ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל, און פון דארט זיך ארויסגעלאזט קיין נוארק לופטפעלד, מיט א סטאפ אין וועלערא אין מאהווא ניו דזשערסי פאר געז און א סענדוויטש פאר פרישטאג, מיר זענען אנגעקומען אין עירפארט ארום 7:40, צוריק געגעבן א קאר רענטל, גענומען דעם עיר טרעין צום טערמינעל, אזויוי מיר זענען נישט געפארן פאר שבת, און אלץ עקספיריענס טרעוועלערס האבן מיר ביידע געוואוסט אז איינס פון די שטארקע שוועריגקייטן ביי א נסיעה איז די איינטשעקן רענצל, עס קאסט כוחות די שלעפן און מ'דארף אנקומען סאך פריער אין עירפארט און שטיין אין די ליין, און פארברענען טייערע צייט, האבן מיר נישט איינגעטשעקט קיין רענצל, מיט גענומען נאר א האנט באגאדזש, און אויסגערעכענט וויזוי עס צו מאכן פראקטיש און גרינג, האבענדיג TSA מעמבערשיפ האבן מיר נישט געדארפט שטיין לאנג אין די ליין ביי סעקיוריטי, דערנאך זעמיר געגאנגען צום געיט, און ארויף צום פליגער פון די שנעלע ביזנעס קלעס ליין,

מיר האבן זיך באקוועם געמאכט אויף די סיט אין ביזנעס קלעס, און ויסעו, די פליגער האט זיך געהויבן 9 אזייגער אינדערפרי פון נוארק קיין לאס אנדזשעלעס, ארום פינף שעה דערויף ארום 11-11:30 לאס אנדשעלעס צייט האט די פליגער געלאנדעט אין LAX עירפארט, מיר זענען צוגעגאנגען צום קאר רענטל, אויפגעפיקט אונזער קעדי, און ויסעו, מ'האט אנגשעטעלט וועיז צו אידישן לא בריא געגענט, מיר זענען אנגעקומען צום בית המדרש, פון דארט זיך ארויסגעלאזט אויף א שפאציר אויף נארט לא בריא ראוד, זוכן א מילכיגע רעסטראונט פאר פת שחרית, מיר זענען אנגעקומען צו א געשעפט וואס געהערט פאר א חסידישן איד,

געקויפט א פיצא מיט א טרינקען, מיר האבן געהאט א לאנגע שמועס מיט איינע פון די איינגעשטעלטע וויזוי די כשרות סיסטעם ארבעט דארט אין די שטאט, פארברענגט דארט איבער א האלבע שטונדע פון דארט האב זיך ארויסגעלאזט צו די ביטשעס, געכאפט א פיינעם שפאציר, דערנאך זעמיר צוריק אין שוהל, צו דאווענען מנחה, פון דארט צו געפארן צו א פליישיגע רעסטראונט, פאר ארוחת הערב, דערנאך זעמיר צוריק אין שוהל פאר מעריב, די מנין דארט האט געדאווענט ביי די 60, אזויווי מיר האבן געהאט נאך עטליכע מינוט ביז מעריב האב איך געזאגט דעם יום תהלים, ליום הראשון, און פון דארט געפארן צום עירפארט, צוריק צו געבן דעם קעדי און נעמען דעם פליגער אריבער דעם פעסיפיק אשען קיין סידני-אוסטראליע

אינטערסאנגטע השגחה פרטית

זיך דערנענטערינג צום LAX עירפארט האב איך באקומען א טעקסט מעסעדזש פון קול העולם טוויטער אז עס איז דא א רעפארטעד שאאטינג אין עירפארט און עס טוט זיך א געלויף, האב איך געזאגט פאר מיין שותף לנסיעה אז ער זאל טשעקן די נייעס אנליין, צו עס איז נישט דא קיין דעלעיס, וואס די מצב איז, האט ער געזאגט קודם לאמיר צוריק געבן די קאר, נאכדעם וועל מיר זעהן, מיר האבן צוריק געגעבן די קאר, און צו שפאצירט צו שאטל צום טערמינעל, אנקומענדיג צום שאטעל ווער מיר געוואר אז די שאטל'ס פארן נישט יעצט ווייל די עירפארט איז אויף לאק דאון,

מיר איז גוט געווארן טראכטענדיג וואס דאס מיינט פאר א גרויסע עירפארט, אז אפילו די עירפארט זאל זיך יעצט צוריק עפענען, האבן זיך שוין אנגעזאמעלט אזויפיל מענטשן, אז עס וועט זיין א דיזעסטער אין בעסטן פאל, ומי יודע אם לעת כזאת, ווילאנג מיר וועלן דארפן שטיין אין די ליין, און וויפיל דעלעיס עס גייט יעצט זיין, נעמענדיג אין באטראכט, אז ביי אונז א דעלעי מיינט אז די גאנצע נסיעה איז געקענסעלט, ווייל ארויספארן זונטאג נאכט מיינט אנקומען דינסטאג צופרי קיין אוסטראליע און דערנאך האב מיר א גאנצע סדר ביז סוף וואך, אז מיר קומען אהן צו שפעט, דערלייג מיר אלעס איז א שאד די פארן,

ענדליך נאך א שעה, איז געקומען א ידיעה אז די עירפארט איז אפען, מ'קען שוין ארויפגיין אויפן שאטל, די פליגער איז געווען געסקעדזשולט פאר 10:40 , מיר זענען אנגעקומען צום שאטל אום 9:30 ארטיגע זייגער, און געווארט ביז 10:30, און דעמאלט ארויף אויפן שאטל דעמאלט האס עס געהייסן א האלבע שעה דעלעי, דערנאך האט זיך עס גערוקט צו צוויי שעה דעלעי, אנקומענדיג אין עירפארט האט זיך אנטפלעקט אז את אשר יגורנו בא, די טערמינאל איז געווען פוהל עד אפס מקום, די ליינס האבן אויסגעקוקט ווי א מים שאין להם סוף, מיר האט געבאדערט אז כ'האב באצאלט פאר ביזנעס קלעס ס'זאל גיין שנעל, און דא, דארף מיר ווארטן לענגער ווי די לענגסטע עקאנעמי, מיר האבן געזאגט "ראה עניי ועמלי וגו' " און זיך געשטעלט אין די ליין, די עירפארט איינגעשטעלטע האבן אריין געברענגט ב"ה אסאך מען פאוער, און די ליין האט אנגעהויבן פארן, מיר זענען דורך די סעקיורעטי, ארום 12:20 זעמיר געווען אויפן פליגער, און ארום 12:40 האט זיך די פליגער געהויבן בשעטו"מ, נאכן זיך מסדר זיין אין ביזנעס קלעס, זאגט מיר מיין שותף אז די פלייט וואס מיר האבן געוואלט נעמען קיין מעלבוירן איז געווארן געקענסעלד, האב איך מיר דערמאנט אז בשעת עס איז געקומען די ידיעה אז די מעלבוירן פלייט איז סאלד אוט, און מ'מוז נעמען די פלייט קיין סידני און פון דארט קיין מעלבוירן, האב איך געטראכט צו מיר אז הלואי קראכט די פליגער קיין מעלבוירן, אז איך זאל כאטש זעהן פארוואס מ'האט געמוזט נעמען די פליגער קיין סידני, אחרי שובי נחמתי א רגע דערנאך האב איך געטראכט, "ורחמיו על כל מעשיו" כתיב, מ'טאר נישט מתפלל זיין אז מענטשן זאלן שטארבן אפילו זיי זענען גוים, דער אייבערשטער קען מיר זיכער ווייזן השגחה פרטית אהן הרג'נען מענטשן, און וכן הוה, יעצט זעה מיר קלאר פארוואס מיר האבן געמוזט נעמען די פלייט קיין סידני, ווען מיר נעמען ווען די פלייט קיין מעלבוירן וואלט קיין נסיעה נישט געווען,


ויחנו באיי אוסטראליע

אזוי זעמיר געזיצן העכערן פעסיפיק אשען, פאר כמעט 15 שעה, עס איז געווען זייער א געשמאקע נסיעה, מ'איז געזיצן אין ביזנעס קלעס, זיך אויסגעצויגן געהעריג, זיך איבער געדעקט געשלאפן עטליכע שטונדן, דערנאך, באצאלט ווייפיי, פארברענגט אביסל אויף די געוועב, אויסגערעכנט מיט די מעפ ווי מ'איז און ווען די עלות השחר איז, געטעקסט דעם עולם, בערך 3-4 שעה בעפארן לאנדן, זעמיר אריבער געפארן דעם קו התאריך (אינטערנעשאנעל דעיט ליין) און פון מאנטאג פארטאגס איז געווארן דינסטאג פארטאגס, מיר האבן זיך געגרייט צו תפלת שחרית מיט א רואיגקייט, ארום א שעה בעפארן לאנדן בין איך שוין געווען גרייט צום דאווענען מיט געוואשענע הענט, (ווייל אין ביזנעס קלעס איז דא מעגליכקייטן וואס מ'קען נישט אין עקאנעמי) און מיר האבן געלאנדעט אין סידני עירפארט דינסטאג אינדערפרי ארום 8 אזייגער, מיר האבן זיך גאנץ שנעל געזעהן אינדרויסן, מיר האבן באשטעלט א אובער טעקסי צום ארטיגן חב"ד ישיבה ווי עס איז דא א מנין טעגליך 9:30 (דאס איז די שפעטסטע מנין אין שטאט) מיר זענען אנגעקומען אין ישיבה אום 9:55 מ'האט געהאלטן ביי ברכו, מיר האבן זיך מיטגעכאפט, נאכן דאווענען האב מיר געכאפט א שמועס מיט איינע פון די מתפללים, מ'האט גערעדט וועגן אונזערע רבי'ס די חב"ד רבי און די סאטמאר רבי, כ'האב אים געזאגט אז היינט איז סאטמאר רבי'ס יארצייט (כ"ו אב) ער האט ניטאמאל געוואוסט, דערנאך זעמיר אראפ צום מקוה, געכאפט א שאוער זיך אויפגעפרישט פון וועג, געטוישט די וועש, געכאפט א מקוה, און נאכאמאל גענומען א אובער טעקסי צום עירפארט, מיר האבן זיך געשטעלט געהעריג אין די ליין צו כאפן די פליגער פון סידני קיין מעלבוירן (עס איז געווען די איינציגסטע פון די 7 פליגערס יענע וואך וואס מיר זענען געפארן עקאנעמי) מיר זענען אנגעקומען אין מעלבוירן ארום 3 אזייגער נאכמיטאג, מיר האבן געדינגן א פארקערטע וויקל אין עירפארט, אריין געפארן אין שטאט, צום ערשטע איז מען צוגעפארן צום ביורא פון איינע פון מיינע חברים, ווי עס ארבעטן עטליכע היימישע אינגעלייט, פון רארט זעמיר צוגעפארן צום בית מדרש, וואו מיר האבן געדאווענט מנחה, נאך מנחה האט אונז ר' אברהם משה לעבאוויטש מכבד געווען זיך צו וואשן צום סעודת הילולא וואס איז פארגעקומען דארט אין בית מדרש, צום יארצייט פון די בעל על הגאולה מ'סאטמאר זי"ע, כ'האב אזוי געקווענקלט צו איך זאל אננעמען די כיבוד, פרעגט ער מיר, וואס מיין ספק איז, האב איך אים געזאגט אז איך טראכט אז אפשר איז די סעודה נאר אנגעגרייט פאר די ארטיגע אידן, האט ער זיך גענומען שרייען, "דאס ביזטו אונז חושד" האב מיר זיך געוואשן צום סעודה, זיצנדיג ביים טיש, איז געקומען שלום עליכם'ס איינס נאכן צווייטן, ווען זענט עטץ אנגעקומען, ווי שטייט מען איין, ווי זענט עטץ שבת, ויפג לבם, צו הערן אז מיר זענען בכלל נישט דא אויף שבת מיר זענען יעצט אנגעקומען און מיר פארן שוין ווייטער און שבת זעמיר צוריק אין ניו יארק אי"ה, דערנאך האב איך געדאוונט מנחה,

דערנאך בין איך געגאנגען באזוכן א ידיד ביי אים אין שטוב, אזויווי מיר זענען שוין געווען זאט פון די סעודה אין בית מדרש, האב איך נישט אנגענומען די כיבוד פון עסן נאכטמאל דארט, האב מיר זיך געמוזט באגנוגענען מיט אייז קרים, פון דארט זעמיר צוריק געגאנגען אין שוהל פאר מעריב, נאך מעריב און א קליינע פארברענג אינעם שוהל האב מיר זיך ארויסגעלאזט צום עירפארט, מיר האבן צוריק געגעבן די קאר, אריין געטשעקט צום וועג קיין סינגאפאר, אריין אינעם לאונטש, פארברענגט אביסל, דערנאך האב מיר זיך ארויפגעזעצט אויפן פליגער אינעם ערשטן זיץ אין פירסט קלעס,ברייטע זיץ געווען, און באקוועם, נאכן סערווירן די מיל, האבן מיר געבעטן די סטוארט צו מאכן די בעט, (די בעטן אין פירסט קלעס איז אביסל קאמפליקעטעד, עס איז נישט ווי ביזנעס קלעס ווי מ'מאכט אראפ די סיט,) איך בין געשלאפן בערך 4-5 שעה אויפגעשטאנען זיך געגרייט צו שחרית,


ויחנו באיי סינגאפאר

סינגאפאר איז א לאנד מיט איין גרויסע שטאט, א אינזל אויפן וואסער גרויס 31 ביי 17 מייל וואס אין דעם קליינעם פלאץ וואוינען 5 מיליאן מענטשן, עס האט אסאך שיינע בנינים, ביטשעס, האטעלס, מוזעאם'ס, און א אידישע קהלה פון בערך 20 משפחות, מיר האבן געלאנדעט מיטוואך כ"ז אב ארום 5:30 פארטאגס ארטיגע זייגער, מ'האט באשטעלט א אובער טעקסי, מיר שפאצירן ארויס אויפן גאס, דארט איז געווען זייער יומיט, עס איז געווען טונקל, נישט קיין זוהן אבער געשוויצט שטארק, מ'איז אנגעקומען צום לאקאלן שוהל ארום 6 אזייגער, דארט ביים שוהל איז דא סעקיורוטי 24/7, זיי קומען צו צום קאר, פרעגן אונז ווי מיר ציהלן, האב מיר געענטפערט אז מיר ווילן אריין גיין אין שוהל, זיי האבן גע'טענה'ט עס איז נאך צו פרי, די שוהל איז נאך פארשפארט, מיר האבן סייווי נישט געהאט ווי גיין, זעמיר ארויס פון קאר, זיי האבן געזאגט אז די פעקלעך קענען זיי האלטן, עס איז געווען א שטיקל אפקומענישט, אין די שוויץ אז מ'קען נישט אריין וואקן אין עירקאנדישאן, פרעג איך זיי ווען מ'עפענט, זאגן זיי אז מ'דאווענט 7:30, דעמאלט עפענט מען, כ'האב פרובירט מסביר זיין אז מ'דאווענט האלב אכט, דארף מען אריין וואקן אין שוהל אביסל פריער, פאר די הכנות, מ'פאלט נישט אריין אין דאווענען, סא ווען עפענט מען, גיי זיי מסביר פאר א גוי, וואס דאווענען מיינט, נעבן די שוהל האב איך געזעהן א סטארבאקס געשעפט, וויל איך צוגיין נעמען א קאווע, אבער עס איז נאך פארשפארט, ביני לביני זאגן זיי אז מ'קען יא עפענען די שוהל (איי, פארוואס נישט באלד געזאגט, קשיא) מיר זענען אריין אין שוהל, אנגעצינדען די עיר קאנדישאן, ביני לביני האב מיר געטראפן דארט א שטוב ווי עס איז אנגעגרייט טישן און בענקלעך, ספעציעל פאר די וואס פאלן דארט אריין א פרישטאג אדער נאכטמאל, האב מיר דארט געמאכט א קאווע, כ'האב אנגעהויבן זוכן די מקוה, עס איז שוין געווען כמעט 7 אזייגער, מענטשן האבן אנגעהויבן אנגעקומען אין שוהל, פרעג איך איינעם ווען עפענט מען די מקוה, זאגט ער מיר אז ער גייט נישט און ער ווייסט נישט, ביז איינער זאגט מיר דארט אז בערך 7 אזייגער קומט אהן די ראביי, ער האט די שליסל, דערנאך בין איך געוואר געווארן אז די מקוה איז אויפן צווייטן שטאק, בין איך אריין אין עלעוועיטאר פונעם זעקסטן שטאק ווי די שוהל איז צום צווייטן שטאק, זעה איך טאקע אז אויף די באטאנס פון די עלעוועיטאר, שטייט יעדע שטאק וואס עס איז, און ביי נומער 2 שטייט מקוה, קום איך אהן צו די מקוה זעה איך אז עס איז ברייט אפען,

אנקומענדיג אין מקוה, האב איך געטראפן א איד דארט, ער האט מיר געזאגט אז ער איז א שוחט, און גייט היינט צו די שחיטה, במילא גייט ער אין מקוה, אזויווי די מקוה האט נאר איין שאויער און פלאץ פאר איינס און א האלב מענטשן, האב איך געווארט ביז ער ענדיגט, דערנאך גענוצט די שאוער אין מקוה, עס איז טאקע געווען מים חמין, אבער נאך א וועג פון 7 שעה אויפן פליגער, און שוויצן עטליכע שעה, איז עס געווען כמים קרים על נפש עייפה, דערנאך האב מיר זיך געשטעלט דאווענען, בשעת'ן דאווענען האב איך באמערקט נאך א חסידישע איד, נאכן דאוטענען בין איך צוגעגאנגען אים געבן שלו' עליכם, ער האט געזאגט אז ער קומט פון אנטווערפען, ער איז דא אסאך פאר ביזנעס, ווען כ'האב אים פארציילט אז די שוהל איז געווען פארשפארט ווען איך בין אנגעקומען, זאגט ער מיר, ס'נישטא אזא זאך, די שוהל איז אייביג אפען, און דאס איז די מעלה פון סינגאפאר, אז ווען א איד קומט אהן האט ער ווי אריין צוגיין, האב איך געכאפט אז דאס וואס די סעקיורוטי האט געזאגט אז עס איז נאך פארשפארט, איז פשוט ווייל ס'האט גענומען צייט ביז זיי האבן געכאפט אז מ'רעד דא פון אידן וואס מ'מעג אריין לאזן, נאכן דאווענען, זייענדיג פיינעלי אינעם ערשטן רואיגן פלאץ ווען מיר יאגן זיך נישט, האב איך אביסל אפגעאטעמט, כ'האב געפיהלט ווי א גאנץ יאר האב איך נישט אין א בלויע מיטוואך אזויפיל רואיגע צייט ווי יעצט, האב מיר אויסגענוצט די צייט, געזאגט דריי יום תהלים'ס (שני, שלישי, רביעי,) דערנאך זיך אריין געזעצט אין דערנעבענדיגן שטיבל צוזאמען מיט מיין שותף לנסיעה און מיט דעם איד פון אנטווערפען פאר פת שחרית, מיר האבן פארברענגט דארט כמעט א שעה, דערנאך האב מיר אנגעהויבן זוכן וועלכע האטעלס צו בוקן פאר ערלי טשעק אין, מיין שותף זייענדיג אין די טרעוול ליין, האט ער געהאט עפעס א פיינענשאל אינטרעסט צו בוקן א צימער אין קאנרעד האטעל, (קוקט אויס דארט האט ער געמאכט פוינטס אדער באקומען ערגעץ פרי נייטס) האב מיר דארט געבוקט, אזויווי כ'האב פארן דאווענען געהאט באמערקט אז עס איז דא א טרעין סטעישאן נעבן שוהל, האב איך געזאגט פאר מיין שותף ער זאל טשעקן אויף גוגל ווי ווייט די האטעל איז פון א טרעין סטאנציע, מיר האבן געזעהן אז עס איז זייער נאנט, צוויי סטאפס נאך די סטאנציע פון שוהל, האב מיר אריין שפאצירט אין טרעין סטעישאן, עס האט זיך אנדערקט פאר אונז, א שיינע פארגעשריטענע סטעישאן, די סיסטעם ארבעט דארט ווי די אנדער גראונד אין לאנדאן, מיט עטליכע ליינס, און די טרעינס זענען סאך שענער ווי די לאנדאנע, מיר האבן ארויסגענומען געלט פון די עי טים עם מאשין, און געקויפט טיקעטס פאר די טרעין, געפארן צוויי סטאנציעס, ארויס שפאצירט צום האטעל, מיר האבן באקומען א צימער אויפן 28'סטן שטאק, אזויווי סינגאפאר איז א שטאט מיט זייער הויכע בנינים און א ביטש אינדערמיט, מצומצם איז א קליין פלאץ, האב מיר געהאט זייער א שיינע וויו, נאכן זיך מסדר זיין, האב מיר זיך ארויסגעלאזט צום טרען סטעישן, צו פארברענגען דעם טאג, צום ערשט זעמיר צוגעפארן צו מארין בעי סענדס, עס איז א הויכע האטעל פון 58 שטאקן נעבן וואסער, ווי אויף די 57'סטע שטאק איז דא א שיינע וואלק וועי ארום די וואסער, מיט א הערליכע וויו, די זוהן האט געבראטן, ס'איז געווען נישט כ'חום היום מיט א כ"ף הדמיון נאר חום היום, איך האב נישט געקענט אויפהייבן די אויגן, ווער ס'איז נאך נישט דארט געווען אין א זומערדיגן טאג, האט נישט קיין אנונג וואס שוויצן מיינט,

פון דארט האב מיר שפאצירט איבער די גאסן צום סייענס און ארט מוזעאם, די בילדונג אינדרויסן קוקט אויס זייער אינטערסאנט, אינעווייניג איז דא דארט צוויי חלקים, סייענס און ארט, ביי די סייענס, ווייזט מען דארט, וויזוי די טעכנאלעדזשיע האט זיך גערוקט אין די לעצטע 70-80 יאר, מ'זעהט דארט עקזעמפלס פון יעדע עטליכע יאר וויזוי מ'האט געלעבט, און וויזוי היינט קען מען פון א פעיסבוק אקאונט זעהן וואס יענער טראכט, זייער זיס אראפגעלייגט די גאנצע סיסטעם, די ארט איז אויך היפש אינטערסאנט, דערנאך זעמיר צוריק צום האטעל, זיך אראפגעלייגט אביסל, דערנאך געגאנגען דאווענען מנחה מעריב אינעם ארטיגן שוהל, און נאכאמאל פארברענגט מיטן אנטווערפענע איד, און געגעסן נאכטמאל, דערנאך זעמיר צוריק געגאנגען צום האטעל פאר לינת לילה, מיר זענען אויפגעשטאנען ארום 5 אזייגער, זיך געגרייט צום דאווענען,


ויסעו מאיי סינגאפאר ויחנו ב'האנג קאנג הבירה

המשך יבא אי"ה
לעצט פאראכטן דורך שמן זית אום מאנטאג נובעמבער 28, 2016 12:16 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1508
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » מאנטאג נובעמבער 28, 2016 7:28 am

אינטערעסאנט.
קענסט בעסער מסביר זיין וואס דער דיין האט געזאגט לגבי פארן זונטאג.
פארן פון ביז וואו, און וועלכע זייגער?

איש החסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 11:37 pm
לאקאציע: בבית ה'

תגובהדורך איש החסד » מאנטאג נובעמבער 28, 2016 7:42 am

Wow wow.... @שמן זית מ'האמיר נישט געוויסט אז דו טויגסט... זייער זייער שיין אראפגעשריבען, איך וועל מן הסתם דורכאויס מיין גאנצן לעבן נישט זיין וואו דו ביסט געווען דיע איין וואך, סאו ס'איז מיר געווען בבחינות ''ונשלמה פרים שפתינו''... איך קיק ארויס צו לייענען דעם המשך.!

אוהב שלום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 410
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 28, 2016 5:00 pm

תגובהדורך אוהב שלום » מאנטאג נובעמבער 28, 2016 7:56 am

ש'כוח @שמן זית, ס'איז גאר אינטערסאנט.!
אפשר קומט עס אינעם זשורנאל אפטיילונג...
"איך שרייב אויף אייועלט וואס איך האב ליב צו שרייבן; נישט וואס דו האסט ליב צו לייענען". עכל"ק. הקטן כ"ק אדמו"ר מאוהב שלום שליט"א. פה אייוועלט יצ"ו.

שמן זית
שר חמש מאות
תגובות: 957
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2009 7:54 pm

תגובהדורך שמן זית » מאנטאג נובעמבער 28, 2016 8:32 am

ישר כח,
כ'האב געוואלט עס שרייבן אין דשורנאל,
אבער מ'קען נישט דארט עפענען קיין אשכול

אוועטאר
לעמעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 14, 2011 3:22 pm

תגובהדורך לעמעלע » מאנטאג נובעמבער 28, 2016 9:06 am

זייער אינטערעסאנט.
איך בין געווארן אביסל אנגערייצט, קומענדיגע נעם מיר מיט. שוין געווען עטליכע מאל אין א"י, יוראפ, אבער נאך נישט אין אויסטראליע אין אזיע און איבערען פאסיפיק
אויבנאויף בין איך טאקע נישט קיין גבר אלים, אבער ווער עס הייבט זיך מיט מיר אן ד' וה' ישלם

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6210
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מאנטאג נובעמבער 28, 2016 9:33 am

וואו!!

א ים מיט אינפארמעישאן אראפ געשריבן מיט בוימפעדערן און אקעאנטינט!!

טענקס
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

טשאקלעט
שר חמש מאות
תגובות: 510
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 14, 2014 10:18 am

תגובהדורך טשאקלעט » מאנטאג נובעמבער 28, 2016 10:32 am

הערליך שיין שמן, איך קען קוים ווארטן אויף די איבריגס,
מיט וועלעכע עירליין ביזטו געפארן פון LAX-SYD ? וועלעכע פוירסט קלעסס איז געווען א בעסערע עקספיריענס קעטטעי אדער סינגאפאאר ?

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2136
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » מאנטאג נובעמבער 28, 2016 10:47 am

הערליך הערליך!!

די אינפראמאציע קען מיר גוט צוניץ קומען...

מיר ווארטן מיט שפאנונג אויף די פארזעצונג...
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

אוועטאר
געקלערט
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2016 11:39 am

תגובהדורך געקלערט » מאנטאג נובעמבער 28, 2016 2:37 pm

שמן די האסט מיר אינגאנצען אנגערייצט, כ'פארשטיי אבער נישט איין זאך, די האסט אנפאנג מסביר געווען אז די גאנצע געדאנק פון די נסיעה האט זיך אנגעהויבן ווייל דיין חבר האט געדארפט גיין קיין אוסטראליע פאר ביזנעס, למעשה זעה איך אז עטס זענטס אונגאנצען דארט געווען פאר אפאהר שעה.

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2136
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » מאנטאג נובעמבער 28, 2016 2:44 pm

קען מען נישט טוהן ביזנעס אין אפאר שעה?

איך בין שוין געווען מער ווי איינמאל אויף א ביזנעס טריפ וואס איך האב געדארפט ספענדן כמעט א וואך פאר איין מיטינג פון ווייניגער ווי צוויי שעה.........

חוץ פון דעם וועט ער דיר נישט זאגן די דעטאלן פון די ביזנעס, עס וועט נאך דא זיין גילוי בתפארתו....
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6845
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » מאנטאג נובעמבער 28, 2016 4:41 pm

זייער א אינטערסאנטע עקספיריענס... און הערליך באשריבן מיט די ריכטיגע לשונות... איך ווארט אויף די נעקסטע חלק.

ווען איך האב געליינט ווי דו שרייבסט אז אין סינגעפאר האסטו דיר אפגעשטעלט אטעמען, האב איך מיר געגעבן א כאפ אז איך מעג אויך אטעמען, און איך מוז נישט אריינשלינגען די גאנצע ארטיקל אין א שאס, איך האב מיר געכאפט דאס אטעם און געליינט ווייטער... עס איז זייער ציענד.
דאס איז נישט סתם א קאמפלימענט, דאס איז באמת וואס איך האב געטון.
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

שמן זית
שר חמש מאות
תגובות: 957
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2009 7:54 pm

תגובהדורך שמן זית » מאנטאג נובעמבער 28, 2016 9:26 pm

בלעטל האט געשריבן:אינטערעסאנט.
קענסט בעסער מסביר זיין וואס דער דיין האט געזאגט לגבי פארן זונטאג.
פארן פון ביז וואו, און וועלכע זייגער?


ישר כח,

ווען מ'פארט ארויס פון האנג קאנג אדער בעידזשינג למשל,
זונטאג אינדערפרי זומער אום 6 אזייגער,
איז דעמאלט דא אין ניו יארק שבת 6 נאכמיטאג, אין לאס אנדזשעלעס איז נאך 3 נאכמיטאג,
איז אויב מ'פארט אריבער דעם קו ווען עס איז נאך טאג,
איז נאך דא שבת נאכמיטאג, אויב אבער עס ווערט נאכט איז שוין מוצאי שבת, און קומסט אהן אין ניו יארק זונטאג 10 אינדערפרי

שמן זית
שר חמש מאות
תגובות: 957
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2009 7:54 pm

תגובהדורך שמן זית » מאנטאג נובעמבער 28, 2016 9:30 pm

טשאקלעט האט געשריבן:הערליך שיין שמן, איך קען קוים ווארטן אויף די איבריגס,
מיט וועלעכע עירליין ביזטו געפארן פון LAX-SYD ? וועלעכע פוירסט קלעסס איז געווען א בעסערע עקספיריענס קעטטעי אדער סינגאפאאר ?


Tigerair

דיין צווייטע שאלה וועט ווערן פארענטפערט במשך די נעקסטע המשך אי"ה

איש החסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 11:37 pm
לאקאציע: בבית ה'

תגובהדורך איש החסד » מאנטאג נובעמבער 28, 2016 9:46 pm

ווען וועלן מיר שוין זוכה זיין צום המשך?!

אוועטאר
חברותה
שר חמש מאות
תגובות: 772
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 29, 2010 1:18 pm

תגובהדורך חברותה » מאנטאג נובעמבער 28, 2016 10:59 pm

ש'כוח @שמן זית, ס'איז זייער זייער אינטערסאנט,
ווארט מיר אויפן המשך.

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » דינסטאג נובעמבער 29, 2016 4:20 pm

העכסט אינטערעסאנט, זייער א פיינעם פליסיגן שפראך, ייש"כ,

מיר ווארטען געשפאנט אויף דאס איבריגע.
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » דינסטאג נובעמבער 29, 2016 10:02 pm

זייער אינטערעסאנט און ציענד.

ייש"כ
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11382
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 1:51 pm

געליינט מיט גרויס הנאה, יעצט ווארט איך צוזאמען מיטן עולם אויפן המשך
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

שמן זית
שר חמש מאות
תגובות: 957
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2009 7:54 pm

תגובהדורך שמן זית » פרייטאג דעצמבער 02, 2016 1:55 pm

ישר כח אלע

מיר ארבעטן אויפן המשך,


מ'הייבט אהן צו זיך קומען פון די טירדות נאך די נסיעה און טירדות החג

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4985
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » פרייטאג דעצמבער 02, 2016 2:12 pm

שיינע באריכט, געווענליך ליין איך אזעלכע ריפארטס דא, ס'קומט פיקטשערס אויך?
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2686
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » זונטאג דעצמבער 04, 2016 12:39 am

לכאורה האט געשריבן:געליינט מיט גרויס הנאה, יעצט ווארט איך צוזאמען מיטן עולם אויפן המשך
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

Jobless
שר חמש מאות
תגובות: 508
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 03, 2015 7:09 pm

תגובהדורך Jobless » זונטאג דעצמבער 04, 2016 1:20 am

יוו כוויל אויך פארן

שמן זית
שר חמש מאות
תגובות: 957
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2009 7:54 pm

תגובהדורך שמן זית » זונטאג ינואר 22, 2017 8:17 pm

ויסעו מאיי סינגאפאר ויחנו ב'האנג קאנג הבירה

אין אדם שומע לי ומפסיד
בשעת'ן אויספלאנען די נסיעה, האבן מיר אויסגערעכנט, אז מ'זאל יעדן טאג גיין אין מקוה און דאווענען מיט מנין, און האבן א נאכט שלאף, די סינגאפאר עיר פלייט פון סינגאפאר צו האנג קאנג איז געווען 8:40, מיר האבן עס געבוקט מיטן חשבון אז מ'דאווענט 6:30, איז דא צייט עס צו מאכן, למעשה איז אין סינגאפאר נאר דא איין מנין אום 7:30, מיטוואך ווען מיר זענען אנגעקומען איז עס זייער גוט געווען, ווייל עס איז געווען צייט נאך א שעה זיך צו מסדר זיין, אבער פאר דאנערשטאג, ווען מיר האבן געוואלט פארן ווייטער איז עס געווען אביסל טייט, מיר האבן אפגעמאכט, אז מיר גייען דאווענען מיט מנין געהעריג, וואס עס וועט זיין, וועט זיין, העכטענס וועל מיר נעמען די נעקסטע פליגער קיין האנג קאנג, מ'האט געדאווענט געהעריג מיט די מנין, ארום 7:55 ביי הויכע שמונה עשרה האב מיר אויסגעטוהן די תפילין און צוזאם געלייגט, גענומען א אובער טעקסי צום עירפארט, ארום 8:10 אינמיטן וועג זאגט מיר מיין שותף אז לכאורה וועל מיר עס נישט מאכן, עלמיר זיצן אין לאונטש עטליכע שעה, כ'האב אים געענטפערט אז איך גיב נאך נישט אויף, ער טענה'ט אז צעהן מינוט פארן זיך הייבן פארמאכט מען די געיט, זאג איך אים עס איז נאך דא 20 מינוט ביז דעמאלס, ארום 8:20 זעהמיר אנגעקומען צום עירפארט, מיר האבן גלייך באמערקט אז פירסט קלעס האט א עקסטרע טערמינעל, שנעל געוויזן פארן דרייווער, זאל זיך דארט איינדרייען, ווילאנג ער האט געכאפט וואס מיר רעדן, האט ער עס שוין כמעט פארפאסט, (נאר דאס האט אויסגעפעהלט 20 מינוט פאר די פליגער הייבט זיך) די לעצטע רגע האט ער עס געמאכט, מיר קומען אהן צום טיהר פון טערמינעל, זעמיר געווארן אפגעווארט דורך צוויי עירפארט איינגעשטעלט, (ס'איז דאך פירסט קלעס) זיי האבן געקוקט אויפן בארדינג פעס, און געשלעפט די פעקלעך און גלייך צוגעפירט צום טישל, אריין געטשעקט, און ארויף צום פליגער, מיר זענען אנגעקומען צום פליגער ארום 8:30 און 8:40 האב מיר זיך געהויבן מיטן ריכטונג מער צוריק צו מערב העולם אביסל ארויף צו צפון דורכ'ן אינדיען אוישען קיין האנג קאנג,
זיצנדיג אויפן פליגער טראכט איך צו מיר געדאווענט 7:30 א האלבע שעה אוועק פון עירפארט און עס געמאכט, ווען איך דאווען ווען 7:30 אין שומר שבת און די פליגער איז פון דזשעי עף קעי 8:40, אין די ליידיגסטע טרעפיק וואלט מיר עס פארפאסט, די סטוארסט אויף דעם פליגער זענען געווען ספעציעל נייס, בפרט די פליגער האט געהאט פרייוועט סוויטס (נאר א שאוער האט געפעהלט) די גאנצע פלייט איז נאר געווען 3.5 שעה, עס איז א שאד אז פונקט די פליגער האב מיר נישט עקספיריענסט גענוג לאנג, די עסן איז געווען מיט די הכשר פון "כדתיא" פון לאנדאן, עס איז א שאד געווען צו פאסטן יו"כ קטן מוקדם ער"ח אלול כנהוג, צו פארפאסן די עסן, בפרט אז מיר זענען אינטער וועגענס, איז מען זיכער פטור פון פאסטן, האב מיר אגעשטופט די תענית פאר א' סליחות און ער"ה, כ'האב שנעל אפגעגעסן, כדי צו טועם זיין דעם טעם פון שלאפן אויפן פליגער אין א פרייוועט סוויט, געבעטן איינע פון די חברה צו מאכן די בעט, צוגעמאכט די טיר, די פירהאנג, געשלאפן בערך 1.5 שעה, און זיך געמאכט גרייט צו לאנדן ארום 12:30 האב מיר געלאנדעט אין האנג קאנג,
מיר האבן ארויסגענומען האנג קאנג געלט פון מאשין אויב מ'וועט דארפן, זיך גענומען זוכן אנליין אלע חב"ד סענטערן און פלאנען ווי צו גיין, צו אונזער מזל האט געגאסן, (ווען צדיקים זענען אונטערוועגנס רעגנט) באשטעלט א אובער צום חב"ד אף האנג קאנג, 7-9 Macdonnell Road קום מיר אהן דארט, ריזיגע הויכע בננים, באלד העכער ווי די בילדינגס וואס מ'זעהט אויפן FDR, וואק מיר אריין אין א כמו פארקינג לאט, פון דארט צו א טיר, איינער דארט האט אונז געעפענט, מיר גייען אריין אין בנין, גייען אריין אין עלעוועיטאר ארויף א שטאק, מיר קומען אהן צו א דירה, א בחינה ווי די צאנזע קלויז אויף בעדפארד גארדענס (עס לעבט נאך?) מיר קומען אריין, א דיינונג רום מיט ספרים שענק, הייס, שטיקיק, אויף די לינקע זייט איז דא צוויי שטיבער, איינס די אפיס פונעם רב ר' מרדכי אבצען, און די אנדערע אפיס זיצן צוויי ווייבלעך, עס קוקט אויס ווי אין די ווייטע האנג קאנג האבן זיי אויך העווי אקטיוויטי צו ארלעדיגן, די שווייס איז מיר גערינען, און איך טראכט, הזאת חב"ד הויז, א פלעינע דיפרעסינג דירה, ביני לביני האט די רב געענדיגט מיט זיין פאון קאל, ער קומט ארויס געבן שלו' עליכם, ער איז נישט געווען אין די בעסטע מאד, ער האט אויסגעקוקט צו זיין זייער דעפרעסינג, מיר האבן אים געפרעגט עטליכע שאלות, בנוגע די אידישע לעבן אין שטאט, ער האט אונז געזאגט אז די ריעל עסטעיט איז זייער טייער דארט, למשל די דירה ווי מיר זענען יעצט איז ווערד זיבן מיליאן דאלער, (פינף מאל מאנהעטען פרייז) כ'האב אים געפרעגט צו עס איז דא נאך א שוהל אין שטאט, ווי עס איז מער פובליק\ און מ'קען טרעפן מענטן, נישט א פלעינע פריוואטע דירה, האט ער מיר געזאגט אז דא איז נישטא קיין מנין מנחה, מיין שותף האט אים געפרעגט צו עס איז דא אין שטאט א מנין יום כיפור קטן, ערב ר"ח אלול מוקדם, האט ער געזאגט אז דא איז נישטא דער מנהג, צו מנחה גייט ער אריבער צום שוהל "שובה ישראל" אין סענטרעל האנג קאנג אויף 61 Connaught Road , ער האט אנגעצינדן אביסל עיר קאנדישאן, אזויווי עס איז געווען זייער דיפרעסינג דארט, האב איך גענומען א אובער צום "שובה ישראל" שוהל, איך קום אהן צום סענטרעל געיגענט, האט זיך אנטפלעקט פאר מיר, אז כ'האב מיר געפאפט ביז יעצט.
האנג קאנג ווס מאנהעטען
אויב האב איך ביז יעצט געמיינט אז מאנהעטען זענען די דירות די טייערסטע, און די פאפולעישאן איז דאס ארגסטע, און די טרעפיק איז דאס ארגסטע, און עס איז נישטא קיין פארקינג, בין איך יעצט געוואר געווארן אז די ניו יארקע זענען געספויעלט קעגן האנג קאנג, נישט נאר וואס מ'קען נישט פארקן, ביי די זייט פון די ראוד, נאר די ראודס זענען אפילו נישט אויסגעשטעלט פאר פארקינג, אויב אין מאנהעטען אינמיטן טאג, קען מען נישט גייען אויף די עוועניוס, ווייל מ'האקט אריין אין די מאסן, איז עס דארט 7 מאל אזויפיל, עס גיסן זיך מענטשן ווי וואסער אין די כוואליעס, די געשעפטן די הייזער די פראדזשעקסט זענען פי כמה וואס מאנהעטען איז, די עולם האט נישט קיין קארס, ווייל ס'איז נישטא ווי צו פארקן, עס איז דא אזויפיל פיס גייער, אז ווען זיי זאלן ווען קראסן די מעין גאסן וואלטן די קארן קיינמאל נישט געקענט פארן, האט מען געבויעט אווער פעסעס אריבער די ראודס, וואס זענען מיילן לאנג און לויפן איבער די גאסן פון די שטאט, מ'קען דאך נישט סתם אזוי בויען אויווער פעסעס, עס זאל קאסטן געלט און מענטשן זאלן וואקן און באורד ווערן, האט מען געבויעט סטארס אויף די גאנצע לענג און ברייט פון די אווער פעסעס, עס זאל אריין ברענגען געלט פאר די עקאנעמי, און אינטערטעימענד פאר די שפאצירער, לאנגע עסקעלעיטאר עטליכע מייל, וואס אינדערפרי פארט עס ארויף, ביינאכט ווען די עולם גייט אהיים פארט עס אראפ, און סטעפס דערנעבן פאר די וואס גייען פארקערט ווי די טרעפיק,
מיר האבן אריין שפאצירט אין די בנין פון בית מדרש, א הויכע פראדזשעקט בחינת מאנהעטען, ארויף מיטן עלעוועטער צום דריטן שטאק ווי די שוהל איז, קום מיר אהן אין בית מדרש, האט זיך אנטפלעקט א היפש בעסער בילד קעגן די פריערדיגע חב"ד הויז,
א געהעריגע גרויסע שוהל מיט זייטיגע שטיבלעך, מיט ספרים עיר קאנדישאן, מענטשן מיט וועם צו שמועסן, האב מיר געכאפט דארט א שמועס מיט איינעם איבער די קהלה און דעם שוהל, און ווען מנחה מעריב איז, דערנאך האב איך געזאגט תהילים יום חמישי, עטליכע מינוט פאר די שקיעה האב מיר זיך געשטעלט מנחה, נאך מנחה האט איינער פון די ספרדישע בחורים דארט זיך אויפגעשטעלט פארלערנען הלכות פאר חודש אלול, אין עברית, צווישן אנדערע האט ער דארט געזאגט אז חודש אלול ווען עס די מנהג ביי די ספרדים צו זאגן סליחות איז אויך די מנהג צו זאגן תיקון חצות, און ער האט נאכגעזאגט א חיד"א אז אויב קען מען נישט מאכן ביידע איז ענדערש תיקון חצות ווי סליחות, נאכן שיעור, האב איך אים געזאגט אז עס מיר געווען זייער אינטערסאנט צו הערן וואס ער זאגט, ווייל ביי אונז איז געווען די מנהג צו זאגן סליחות און נישט תיקון חצות, עטליכע מינוט נאכן שקיעה האב מיר געדאווענט מעריב, כ'האב מיר גע'ישוב'ט צו איך זאל מיטדאווענען, ווייל אפי' לשי' ר' יודא אז מ'מעג דאווענען מעריב נאכן פלג, וויבאלד מיר האבן געדאווענט מנחה נאכן פלג איז עס א תרתי דסתרי, די אנדערע זייט, ווייבאלד מנחה איז געווען פארן שקיעה און מעריב נאכן, איז עס לויט די שי' הגאונים נישט קיין תרתי דסתרי, און עס איז דאך נישט דא נאך א מנין אין שטאט, און מיין שותף האט מיר נאכגעזאגט בשם זיין דיין, אז ענדערש דאווענען מעריב בייטאג מיט מנין ווי איידער ביינאכט ביחידות, און בצירוף אז איך בין געווען שוין ביסל מיד מטורח הדרך, און כ'האב חושש געווען, אז אויב וועל איך נישט מיטדאווענען וועל איך אפשר באלד נישט האבן קיין געדולד זיך צושטעלן דאווענען אין עירפארט אדער פליגער, און דאס איז זיכער אז ענדערש דאווענען בייטאג נאך פלג המנחה ווי איידער אינגאנצן נישט דאווענען, האב איך מיטגעדאווענט,

ויסעו מהאנג קאנג דרך ערי בני ישמעאל ימה
נאך מעריב האב מיר זיך אינטערסירט די בעסטע וועג אנצוקומען צום עירפארט, די מעטשן האבן געזאגט אז מ'קען דא ביים טרעין סטעישאן כאפן א טרעין עירפארט עקספרעסס, האב מיר ארויפשפאצירט, צו די אווער פעסעס אריבער די גאסן, זיך געשלענגעלט מיט די פעקלעך צווישן די מאסן אריבער די געשעפטן, געפאלאוט סיינס, עירפארט עקספרעעס סטעישאן, נאך צוויי מייל זיך שלעפן אין די היצן, צווישן די שיינע וויוס, זעמיר אנגעקומען צום טרעין סטעישן, אריין געלייגט געלט גענומען א קארטל, אריין צום סטאנציע, געפאלאוט סיינס צום עירפארט עקספרעס, זיך ארויפגעזעצט אויפן טרעין, די עירפארט עקספרעסס האט פיר סטעישאנס, האנג קאנג סענטער, קאלאן, און נאך א סטעישאן, וואס מ'דארף דארט וואוינען עס צו קענען ארויסזאגן אדער שרייבן די נאמען, און די עירפארט, מיר זענען ארויף געגאנגען ביי סענטרעל, דורך געפארן די צוויי סטאנציעס צווישן סענטרעל און עירפארט, מיר זענען אנגעקומען צום עירפארט ארום 8 אזייגער, אזויווי די פליגער איז ערשט געפארן 11:05 און מיר האבן נישט איינגעשטעקט קיין פעקלעך, איז געווען גענוג צייט, מיר האבן גענומען בארדינג פעסעס, און אריין אין די לאנטש,
מיר האבן פארברענגט איבער א שעה אין די לאונטש, דערנאך זיך ארויסגעלאזט איבערן גרויסן עירפארט אויפצוזוכן די געיט פון ווי עס וועט אי"ה פארן די לופטאנזא פלייט קיין פראנקפורט

המשך יבא אי"ה

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6210
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » זונטאג ינואר 22, 2017 9:22 pm

געווארט לאנג אבער ס'האט זיך געלוינט

איך שפיר ווי איך קום יעצט סטרעיט פון האנג קאנג
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: זיי אמתדיג, לאמיר פארשטיין, פרידן און 34 געסט