יארצייט סעודה עפיזאד

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

שער הדמיון
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 02, 2017 7:38 am

יארצייט סעודה עפיזאד

תגובהדורך שער הדמיון » מאנטאג ינואר 23, 2017 2:31 pm

אנגעהויבן האט זיך עס ווי א דינער אין מיטן א רעגן, עס איז זייער א נארמאלע זאך אז איך באקום א פאון קאל פון א נאמבער וואס איך קען נישט.
איך הייב אויף און דארט האט זיך עס אנגעהויבן, א דינטשיקע קעלכל הייבט אן רעדן.

א גוטן, דא רעד יוסי הערשי זון, איך האב דיר געוואלט זאגן..
ווער רעד?
יוסי הערשי זון...
וועכע הערשי?
אה... הערשי גרינצווייג פעטער נתן׳ס איידעם.
אה אה.. יעצט כאפ איך, דיין טאטע איז מיין פירסט קאזין, וואס זאגסטע.

געווען איז דאס מיין פעטערס אייניקל, וואס ביז זיין חתונה א יאר פארדעם, האב איך נישט געוויסט אז ער עקזעסטירט, און דערנאך האב איך ניטאמאל געוויסט אז ער לעבט נאך.

ער איז א פריש אינגערמאנטשיקל פון ארום 19 יאר אבער שוין כמעט 20, און הייבט אן פארציילן מיט א ברען אז אזוי ווי די קומענדיגע מאנטאג קומט זיידיס יארצייט און באבי וויל דאס יאר נאכאמאל אנהייבן מאכן א יארצייט סעודה זאל איך געדענקן צו לערן משניות, און די יארצייט סעודה איז גערופן ביי מומע שרה אינדערהיים אויף 7:30 שארף, איך דארף גארנישט ברענגען ווייל מומע קריינטשא גייט אלעס מאכן.
ער לייגט נאך צו מיט א באטעמטקייט אז עס לוינט זיך צו קומען ווייל מען טרעפט זיך מיט די קאזינס וואס מען זעט קיינמאל נישט.

שטיי מיר אזוי מאנטאג אינדערפרי, איך מאך מיר דעם חשבון פארן טאג, וואס מען טוט ערשט און וואס צווייט.
אה א יארצייט סעודה היינט, עס איז טאקע נישט עפעס א ספעציעל אינטערסאנטע צוזאמקום, אבער אז עס איז גערופן 7:30 מיינט דאס אז דער עולם קומט אן 8:30, און איך וועל אנקומען 9:00 און מסתם 9:45 בין אין פטור און איך קען גיין, איז דאס נישט קיין פראבלעם און איך קען מיר צושטעלן, נאך מער אז היינט וועל איך לכאורה זיין מער פארנומען ביינאכט סאו האט מען אויסגעשטעלט אז נאכטמאל וועט מען עסן ביים יארצייט סעודה.

האלט מיר 9:05 איך בין גוט הינגעריג, די בויך רעד בשעת איך זאג אים ער זאל אויסווארטן די פאר מינוט, שטייצעך אז איך טרעף נישט קיין פארקינג, ענדליך איך פארק די קאר און מען לאזט זיך ארויס צו מומע שרה׳ס הויז אראונד דע קארנער.
איך גיב א איידעלע קלאפ אין טיר, איך עפען עס אויף און אופס... א ווארעמע ליפטל שפרינגט מיר אנקעגן ווי צו אנזאגן... אטעמען?? נישט דא!!

איך שפאציר מיר אזוי אריין אין דיינונג רום, א ערך פון צוואנציג ערוואקסענע מענער זיצן אריינגעשטיפט אין דעם קליינעם צימער, דאס האט מיר פארענפערט דאס ליפטל וואס האט מיר באגריסט ביים אריינקומען, די פעטער וואס ביי יעדע שבת שבע ברכות כאפט זיך צו צום ה׳ מלך האלט אין מיטן פארלערנען משניות, קיינער האט זיך בכלל נישט געקומערט א עפעס א הינגעריגע אינגערמאן איז דא נארוואס אנגעקומען, איך שטיי דארט ווי א סטראבערי אין א פיש סטאר, קיינער קוקט נישט מייין זייט, איך רוק מיר אהער און אהין אומבאקוועם, איך פראביר צו אריינהאקן אין איינעם... קענסט דיר רעגן אויף מיר, אבער מאך דיר כאטש וויסנדיג... חוץ אביסל מיט ברימען פון די עלטערע פעטערס מיט די זעלבע ניגון ווי דעם פארלערנער, און די ווייבערעיט פון די אינגערע טעלעפאונס האט מען נישט געהערט קיין פיפס, און איך שטיי דארט מיט א שרייענדע שטילקייט.....

ענדליך נאך די לענגסטע 60 סעקונדעס וואס קען נאר זיין, קומט צו א אינגערמאן מיט אזא פלעסטיק שמייכל אויף זיין פנים, און מיט א איבריגע העפליכקייט אינטערדוסט ער זיך צו מיר אלס יוסי הערשיס זון, און ער הייבט אן צו זיך פארענען פאר א פלאץ ווי איך זאל מיר קענען דערכאפן דאס הארץ מיט די נערהאפטיג מאלצייט וואס איז צוגעגרייט.

ענדליך צווישן צוויי אומבאקאנטע קאזינס האט מען אריינגעריקט אזא קליינע סטול נאך פון זיידענס צייטן, אז ווען איך בין געזעצן דערויף האב איך מיר שווער געקענט באלאנסירן.

יוסי הערשיס זון האט ארענדזשט א גאנצע אקציע אז א סלייס ווארעמע פיש זאל צו מיר אנקומען, פון א ווינקל פון די אויג האב איך באמערקט ווי פון א ברעקלדיגע טעלער נעמט מען ארויס א איבריגע סלייס געפילטע פיש, וואס זיין בעל הבית האט איבערגעלאזט נאכדעם וואס לכתחילה האט ער געמיינט אז ער דארף יא צוויי סלייסעס, און מען לייגט דאס איבער אין א מער ריינערע טעלער, ווייל ״מ׳קענעס נישט געבן אזוי, עס דארף זיין נארמאל״ (וואס האט איר געפרעגט...??), ביים עק באמערק איך אז מען האט דעם פישל צוגעפיצט טון ארומגעשניטן אז איך זאל נישט באמערקן ווי ביים וויקל האט שוין דער פאריגע בעל הבית אראפגעציפט עטוואס.

איך זע ווי יוסי הערשיס זון פארארבעט מעשים צו פארשאפן א בילקעלע, זענדיג ווי אזוי דאס פישל זעט אויס, און נישט וויסנדיג ווי אזוי די בילקע גייט אויסקוקן, גיב איך אים אזא איידעלע וונק מיט די האנט ״נאא... ס׳איז גוט... איך דארף נישט, איך האב יעצט אפגעגעסן אינדערהיים״
אבער דער לאזט נישט נאך, און דער פעטער העלפט ארויס... שרייט הויעך.. ״דו האסט אלעס... ביסט זיכער...״ און לייגט נאך צו דעם אויסגעקייטן וויצל אז באלד וועל איך זיך נאך אפרעדן אז מען האט מיר ארויסגעלאזט הינגעריג... לול...

למעשה האט געלאנדעד פאר מיר א בילקעלע היפש פארוואנדערט, מיט א טעלער זויערע פיקלס, נא.. א שטיקל מעניו האב איך, געפילטע פיש זויער פיקל און א בילקעלע פאר פאר א סייד דיש, איך האב אפגעמאכט אז עסן היינט וועט מען אי״ה ווען איך ווער באפרייט פון דא, אבער פון די זויער פיקל האב איך נישט קענען אוועק נעמען די אויג, און למעשה יא אריינגעריקט אפאר שטיקלעך.

אזוי צווישן איין זויער פיקל אין דעם צווייטען האבן זיך מיינע שכנים אנגעהויבן צו אינדענטעפיצירען, און אנגעהויבן א שטיקל שמועס צו וואס איך האב נישט פארשטאנען, און איך בין געזעצן דארט און צוגעשמייכלט ווען איך האב פארשטאנען אז עס פאסט, אזוי ווי יענע חתן ביים תנאים ווען די צוויי זיידעס האבן פארפירט א שמועס מיטן חתן.

א שטיקל פראבלעם האב איך געהאט, איך האב נישט געוויסט אויף וועם צו קוקן, ביידע האבן גערעד, און ביידע האבן גערעד צו מיר, און אז איך קוק אויפן רעכטן שכן וועט זיך דער לינקער באליידיגן אז איך איגנאר אים און די זעלבע גייט אויף פארקערט, האב איך געמאכט א פשרה אז דרייסיג סקונדעס וועל איך קוקן צום רעכטן שכן און דרייסיג צום לינקן שכן און אזוי אהין און צוריק, די פלאן האט נישט אזוי גוט געארבעט, ווייל אין מיטן האב איך מיר געכאפט אז איך קוק אויפן לינקן בשעת דער רעכטער רעד, אבער דאס איז אויך אדורך.

דא דארט הערט מען א שישקע מיט א ״נא.. דרך ארץ״ און איך בלאש ווייל יעדער קוקט מיין זייט, ווייל מיינע שכנים ווילן מיר יעצט ווייזן אז זיי זענען מיר מקרב.

דאן האט מען גענדיגט און עס איז אריינגעקומען קאמפאוט, די גאנצע נאכט האט זיך געלוינט פאר די קאמפאוט, אוי איז דאס גוט געווען, עס איז געווען די באבעס היימישע עפל קאמפאוט מיט א טשערי אנטאפ, נאכן ענדיגן האב איך מיר שוין געשפירט מער היימיש און זיך געטראפן אין קאך צו בעטן נאך א טעלער פאר איינער וואס האט נישט, און שטייצעך נאך פאר וואס ווי ווען האט די קאמפאוט געטראפן א מקום מנוחה ביי מיר אין מאגן.

נאכן ענדיגן האט מען געזאגט א גוטע נאכט פאר באבי׳ן און א שכוח פאר מומע שרה און פאר מומע קריינטשע, איך האב מיר אריינגעזעצט אין קאר, און גלייך צוגעפארן צום נענסטן רעסטוראנט צו אריינכאפן א נאכטמאל, אנקומענדיג ווערט מיר שווארץ, איך זע ווי מיינע צוויי שכנים פון די יארצייט סעודה זענען אויך דא.

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3158
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » מאנטאג ינואר 23, 2017 2:36 pm

מתוק לחיך שער הדמיון, איך האף אז דאס איז נאר א פרוכטבארע פאנטאזירטע עפיזאד וואס 'וואלט געקענט געשען'.

הדא הוא דכתיב: מיט משפחה עסט מען קוגל...
א טייל פון די פרוכט וואס מען ניצט צו מאכן זאפט זענען עפל, מאראנץ, טאמאטע, אנאנאס, גרייפפרוכט, גוואווע, מאנגא, קאווענע, זשורעכלינע, וויינטרויבן, לימענע און גרינע לימענע.

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » מאנטאג ינואר 23, 2017 2:39 pm

חחח... גוט געשריבן...

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » מאנטאג ינואר 23, 2017 2:49 pm

גוט גוט!
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1444
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » מאנטאג ינואר 23, 2017 2:54 pm

גוט!!.. דאס איז מיין סטייל. ארויפפארן אינעם דמיון, פארוויילן אויף א וויילע, און אראפגעבן א רעפארט מיט גענויע פרטים ביים אראפקומען.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3158
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » מאנטאג ינואר 23, 2017 2:55 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:גוט!!.. דאס איז מיין סטייל. ארויפפארן אינעם דמיון, פארוויילן אויף א וויילע, און אראפגעבן א רעפארט מיט גענויע פרטים ביים אראפקומען.


נו אויב אזוי רעד נישט אזוי סאך נאר טוה צום זאך, פלי דיר אוועק פון דא און קום ווי שנעלער מיט רעפארט'ס.
א טייל פון די פרוכט וואס מען ניצט צו מאכן זאפט זענען עפל, מאראנץ, טאמאטע, אנאנאס, גרייפפרוכט, גוואווע, מאנגא, קאווענע, זשורעכלינע, וויינטרויבן, לימענע און גרינע לימענע.

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3121
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » מאנטאג ינואר 23, 2017 3:07 pm

שערי דמיון לא ננעלו

זייער שיין געשריבן!
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6845
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » מאנטאג ינואר 23, 2017 6:40 pm

דער איז שוין ווייטער דא, אזוי איז גוט, דו דמיון ווייטער און האלט אונז אינטער... דו ביסט גאר פיין.
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5599
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מאנטאג ינואר 23, 2017 6:49 pm

אוי ווען מיין פענע ארבייט ווען אזוי פליסיג - אוי איז דאס געוועהן ביטערע זמנים. פיין געשריבען.

קארעקשען: הדא הוא דכתיב מיט משפחה איז ניטאמאל גוט צו עסן קוגעל.
I would rather be conned by a conman than by a so called gentlemen

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11289
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג ינואר 24, 2017 12:21 am

גאר גאר פיין געזאגט!
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

ha ha
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 18, 2016 9:12 am

תגובהדורך ha ha » דינסטאג ינואר 24, 2017 10:14 am

איך פיל מיט מיט דיר

לדעתי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 322
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

תגובהדורך לדעתי » דינסטאג ינואר 24, 2017 11:00 am

אז מ'רעדט שוין פון קוגל:
מיט משפחה עסט מען קוגל, אבער נישט אין די זעלבע טעלער.

כרמי
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 12, 2013 10:16 am

תגובהדורך כרמי » דינסטאג ינואר 24, 2017 11:47 am

יישר כח פאר'ן זיך לאזן הערן שער הדמיון,

אבער, בין איך דער איינציגער וואס האט חרטה פאר'ן ליינען דעם ארטיקל? איי מין, וואס איז דאס? דאס איז הומאר? סארקאזם? מוסר? חוזק? פארוואס כאפ איך נישט וואס איר האט געוואלט מיט דעם ארטיקל? ארויסגעבן אייער ווייטאג פון בלייבן הונגעריג? אדער פשוט חוזק צו מאכן פון אייער קאזין דער פרישער אינגערמאן?

איך זעה אין דיין ארטיקל – וואס איז אגב פיין געשריבן – א געווענליכער יארצייט סעודה, וואס פאסירט ביי רוב משפחות איין אדער עטליכע מאל א יאר, און יא די אינגע חברה ווערן אריינגענומען אינעם פיקטשער ווייל די עלטערע האבן נישט קיין צייט אדער געדולד, איז וואס? די פאקט אז דו האסט נישט געכאפט ווער דאס איז אויפ'ן ערשטן מינוט איז פאני??? די פאקט אז ס'איז געווען א געדרענג איז א לאכעדיג? וויפיל מער חוזק וואלט עס געווען ווען עס וואלט נישט געווען אן עולם??

כ'וויל דיר פרעגן, איז דאס נישט אן אינטערעסאנטע און אפשר אפילו א געהויבענע מאמענט, זיך צו טרעפן מיט קינדער און אייניקלעך פון דיין זיידע / באבע? אפילו דו האסט נישט קיין נאנטע שייכות מיט זיי, איז עס אבער א מאמענט פון מחשבה, פון שמייכלן און באגריסן דיינע נאנטע, א צייט פון אפדעיטן שמחות, הערן עפעס א געשמאקע קרישקעלע פון באבי'ן, וכדו'...

איך האב נישט געפונען קיין נקודה וואס איז מאדנע אדער אינטערעסאנט, איך האב זייער הנאה פון דיין קאזין וואס האט געלאדענט און נישט נאר האט ער געלאדענט נאר זיכער געמאכט אז דו האסט צו עסן, און דיין פעטער וואס האט זיך אויס געזארגט, מיט אזא משפחה וואלט איך געוואלט זיך טרעפן ווי מער מעגליך, און כ'ווואלט לכאורה נישט געווארט אויף נאך 9:00 צו קומען...

אויב עפעס, האסטו ערנסטע סאושיל פראבלעמען און איך וואלט דיר מייעץ געווען צו טוהן דערין בעוד מועד.

אדרבה, אויב פארפעל איך דא עפעס א נקודה, זייט מיר מעורר דערויף, נאך אלעס זעה איך אז דער עולם איז עפעס יא נתפעל...
לעצט פאראכטן דורך כרמי אום דינסטאג ינואר 24, 2017 12:25 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

איך ווייס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 24, 2016 12:26 pm

תגובהדורך איך ווייס » דינסטאג ינואר 24, 2017 11:58 am

ר' יום טוב האט געשריבן:גוט!!.. דאס איז מיין סטייל. ארויפפארן אינעם דמיון, פארוויילן אויף א וויילע, און אראפגעבן א רעפארט מיט גענויע פרטים ביים אראפקומען.

יא יא איז דאס ווייטאגלעך
זאג נאר דיין שווער האט זיך זיכער אויפגעהויבן דיר צו ווינקען ווי צו פרעגן צו אלעס איז מסודר
אין געוויזן מיט די הענט צו די ווילסט זיך נישט וואשן
אין האסט אים אוודאי אזוי געריבן אויף דיין בויך ווי צו זאגן אז אלעס איז מסודר
מיט אזא שעמעדיגער שמייכל
איי פיל יור פעין

שער הדמיון
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 02, 2017 7:38 am

תגובהדורך שער הדמיון » דינסטאג ינואר 24, 2017 12:30 pm

א שכוח אלע באדאנקערס, עס איז מיר א כבוד ווען חברים האבן הנאה.

@כרמי אויב איז דיין ציל אז איך זאל אויסמעקן די אשכול, קען מען עפעס אויסארבעטן, דו דארפסט מיר נאר מסביר זיין פארוואס.

און אז איך זאל מער נישט שרייבן האסטו שוין געפוילט.

חאכאם
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 10, 2016 11:33 pm

תגובהדורך חאכאם » דינסטאג ינואר 24, 2017 12:49 pm

שער הדמיון האט געשריבן:א שכוח אלע באדאנקערס, עס איז מיר א כבוד ווען חברים האבן הנאה.

@כרמי אויב איז דיין ציל אז איך זאל אויסמעקן די אשכול, קען מען עפעס אויסארבעטן, דו דארפסט מיר נאר מסביר זיין פארוואס.

און אז איך זאל מער נישט שרייבן האסטו שוין געפוילט.


פליז! פליז! נאר דאס נישט......
אויב ביזטו מיט גלאז ארומגענומען, זאלסטו קיין שטיינער ארויסווארפן, ווייל מהעט דיר צוריקשליידערן, און דו וועסט צובראכן ווערן........

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » דינסטאג ינואר 24, 2017 2:34 pm

די סאושעל פראבלעמען פון כרמי לאזן אים נישט כאפן ווען עס איז אין פלאץ צו לאזן הערן דברי חכמה.

משפחה פון 30 יאר צוריק איז נישט משפחה פון תשע״ז, אמאל איז אלעס געווען קליין, יעדער האט זיך געקענט, און מען האט געווארט אויף די מאמענט זיך צו טרעפן ביי שמחות ויארצייט סעודות. צייט לויפט אבער זייער שנעל און די קעיס איז היינט אינגאנצן אנדערש.

א נארמאלע משפחה היינט האט קרוב צו צוויי הינדערט פעמעלי מעמבערס צוזייט און צושפרייט איבעראל וואו אידן וואוינען, די עלטער פעטערס פון אלטן דור כאפן נישט אז צייטן האבן זיך געביטן אבער אין פאקט נעמט מען הינדערט יונגע מענער און מען פאקט זיי אריין אין א זאל צוזאמען, זיי קענען זיך קוים אויפן פנים, און די באבע וואונדעט זיך פארוואס קומט מען אזוי שפעט?!

די עלטער פעטר איז זיכער אז יעדער האט הנאה ווען אין פאקט איז דאס פאר רוב עולם א אפקומעניש, ווייל בעצם דארף ראובן וויסן אז שמעון הייסט שמעון, וואס זאל ער אבער טוהן אז שמעון קוקט אויס פונקט ווי זיין ברודער לוי, און ערר קען נישט די נעמען פון מענטשן וועם ער טרעפט צוויי מאל א יאר, און יעדער מיינט אז ער איז דער איינציגסטער, שמעון קען זיך נישט דערמאנען צו ראובן איז ראובן אדער יששכר.

יעצט זאגט מען פאר אלע שבטים, זעצט אייך אויף איין טיש און ״ענדשויטס ענק״. אויב ענק ענדשויען נישט האט איר סאציאלע פראבלעמען...

דער געשמאקער פעטער וואס כאפט נישט די פרעמדקייט צווישן די יונגע עולם און מאכט בזיונות פאר יעדע פרישע גאסט, ״ער״ ברויך סאציאלע העלפ.

און אין אונזער געשיכטעלע דא וואו דער יונגער שנה ראשונה יונגערמאן וואס האט נעבעך נישט קיין סאציאלע סקיללס און כאפט נישט די פרעמדקייט פון די מצב ווערט היימיש מיט מענטשן וואס געדענקען ניטאמאל אז ער עקזיסטירט, אזא יונגערמאנטשיק מאכט שפירן גרויליג, ״פארוואס האסטו נישט הנאה?״... שוטה דו!

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1444
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » דינסטאג ינואר 24, 2017 5:35 pm

וואסא חילוק. ס'איז א גוטע מעשה. נישט יעדע מעשה דארף האבן א קאנקלושען אדער א מוסר השכל. דער עיקר אז ס'גוט געשריבן.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

אוועטאר
ליידיג גייער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2013 4:31 pm

תגובהדורך ליידיג גייער » דינסטאג ינואר 24, 2017 6:05 pm

זייער שיין ארויסגעברענגט אויף פאפיר... א מצב וואס יעדער גייט אדורך, הגם עס וואלט געווען זייער א שיינע זאך ווען מ'זאל זיך צוזאמען קומען די גאנצע משפחה ווערט עס מער שווערער ווען ס' איז א עלטערער משפחה און מ' טרעפט זיך דארטן איינמאל א יאהר מיט די יאהרצייט סעודה קאזינס, ס' פלעגט זיין ביי אונזער משפחה און ווען כ' האב גיקענט בין איך אריינגעפאלן און ס' איז געוארן פוחת והולך ביז מ' האט אויף גיהערט, כ' האב גיהערט אז ס' געווען צדיקים וואס וואס האבן פארלאנגט זייער בני משפחה זאל זיך כסדר צוזאם קומען עס איז זייער א גלייכע זאך אבער היינט האט זיך די וועלט געטוישט און קוים וואס מ' קען זיך אז כמעט וואס האט שוין נישט קיין פשט

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6200
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דינסטאג ינואר 24, 2017 9:25 pm

יישר כח שער הדמיון פאר די געשמאקע ארטיקל

מה פתאום??? האט געשריבן:די סאושעל פראבלעמען פון כרמי לאזן אים נישט כאפן ווען עס איז אין פלאץ צו לאזן הערן דברי חכמה.

משפחה פון 30 יאר צוריק איז נישט משפחה פון תשע״ז, אמאל איז אלעס געווען קליין, יעדער האט זיך געקענט, און מען האט געווארט אויף די מאמענט זיך צו טרעפן ביי שמחות ויארצייט סעודות. צייט לויפט אבער זייער שנעל און די קעיס איז היינט אינגאנצן אנדערש.

א נארמאלע משפחה היינט האט קרוב צו צוויי הינדערט פעמעלי מעמבערס צוזייט און צושפרייט איבעראל וואו אידן וואוינען, די עלטער פעטערס פון אלטן דור כאפן נישט אז צייטן האבן זיך געביטן אבער אין פאקט נעמט מען הינדערט יונגע מענער און מען פאקט זיי אריין אין א זאל צוזאמען, זיי קענען זיך קוים אויפן פנים, און די באבע וואונדעט זיך פארוואס קומט מען אזוי שפעט?!

די עלטער פעטר איז זיכער אז יעדער האט הנאה ווען אין פאקט איז דאס פאר רוב עולם א אפקומעניש, ווייל בעצם דארף ראובן וויסן אז שמעון הייסט שמעון, וואס זאל ער אבער טוהן אז שמעון קוקט אויס פונקט ווי זיין ברודער לוי, און ערר קען נישט די נעמען פון מענטשן וועם ער טרעפט צוויי מאל א יאר, און יעדער מיינט אז ער איז דער איינציגסטער, שמעון קען זיך נישט דערמאנען צו ראובן איז ראובן אדער יששכר.

יעצט זאגט מען פאר אלע שבטים, זעצט אייך אויף איין טיש און ״ענדשויטס ענק״. אויב ענק ענדשויען נישט האט איר סאציאלע פראבלעמען...

דער געשמאקער פעטער וואס כאפט נישט די פרעמדקייט צווישן די יונגע עולם און מאכט בזיונות פאר יעדע פרישע גאסט, ״ער״ ברויך סאציאלע העלפ.

און אין אונזער געשיכטעלע דא וואו דער יונגער שנה ראשונה יונגערמאן וואס האט נעבעך נישט קיין סאציאלע סקיללס און כאפט נישט די פרעמדקייט פון די מצב ווערט היימיש מיט מענטשן וואס געדענקען ניטאמאל אז ער עקזיסטירט, אזא יונגערמאנטשיק מאכט שפירן גרויליג, ״פארוואס האסטו נישט הנאה?״... שוטה דו!



דאס אז מ'קען זיך נישט איז די קשיא נישט א תירוץ.

פארוואס טרעפסטו זיי נישט ביי חתונות?

פארוואס קומסטו נישט ווען ער מאכט א קידוש?

און ווען אינער פרובירט יא אביסל צוזאמענהאלטן די משפחה וואס איז א שיינע גוטע און 'וויכטיגע' זאך (יודישקייט האלט זיך נאר דורך די המשך הדורות וכו' ואכמ"ל) איז ער א 'שוטה'?

'ער' האט נישט קיין סאציאלע סקילס?

איך פארשטיי אז ס'איז למעשה אומבאקועם ווען מ'טרעפט זיך אין אזא סיטואציע, און איך פיל עס אויך פון מאל צומאל, אבער באשולדיגן דעם וואס האט גערופן? אויב עפעס בין איך מיר אליין שולדיג.
לעצט פאראכטן דורך וואוילע שעפעלע אום מיטוואך ינואר 25, 2017 10:04 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » דינסטאג ינואר 24, 2017 9:38 pm

די מציאות פאטשט אין פנים: משפחות זענען גרויס. פארפאלן, קיינער איז נישט מחוייב צו נעמען א סייד דשאב זיך באקאנט צו מאכן מיט יעדע קאזינס אייניקל. עס איז אין לדבר סוף. פיניש.

גיין צו יעדע קידוש מיינט נישט זיך באקענען, עס מיינט נאר נאך א פארמאלע סיטואציע צו דערליידן.

גיין צו יעדע קידוש מיינט אפיציעל קלעטערן יעדע איינציגסטע וואך צו אכט קידשים וואו קיינער ווייסט נישט ווער דו ביסט חוץ די עלטער פעטער צו וועם מען ״מוז״ גיין.

המשך הדורות מיינט יעקב מיט זיינע צוועלעף קינדער. יעקב׳ס צוועלעף קינדער זאלן דארפן קענען אלע צוועלעף קינדער פון איינס פון די צוועלעף קינדער פון זיין ברודער?... און די אייניקל פון יעקב דארף קענען אלע 144 צוועלעף קינדערדיגע משפחות פון זיינע פעטערס?

צייטן האבן זיך געביטן. משפחות זענען גרויס. לעבט דערמיט און הערט אויף פייניגן די וואס האלטן נישט ביים גוט ווערן מיט די גאנצע שטאט בלויז צוליב וואס אונזערע באבעס פלעגן וואשן וועש אין די זעלבע לאנדערי...

אודאי זענען דא די וועס ענדשויען גוט צו ווערן מיט אלע פאמיליע מיטגלידער, אבער פארוואס מחייב זיין יעדעם? ווען דו מאכסט זיך היימיש ווען עס איז נישט אין פלאץ ביסטו דער וואס ליידט אויף סאציאלע פראבלעמען און כאפט נישט קיין סיטואציעס...

מ׳קען רעדן און רעדן...

חאכאם
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 10, 2016 11:33 pm

תגובהדורך חאכאם » דינסטאג ינואר 24, 2017 10:21 pm

און רעדן און רעדן און רעדן .....

אבער נישט דא דוקא! מקען באזונדער ארומרעדן.........
דא האט @דער טויער פון פאנטאזיע, געשריבן א שיינע מעשה, גוט אראפגעלייגט א סיטואציע מיט אלע פיטשעווקעס, וואס דאס אליין איז זייער אינטערסאנט און אינטערהאלטספול, לאז עס אפילו זיין אן קיין ספעציפישע מוסר השכל אדער ארויסגעברענגאכץ, און למעשה האט דער עולם יא ארויסגענומען אינטערסאנטע פוינטס, אז @כרמי האט נישט פארשטאנען איז נישט, איז אים נישט נוגע. אבער שיין און אינטערסאנט איז עס נאכאלץ!
איז לאזט אים/אונז בלייבן מיטן גוטן טעם אין מויל, אין גייט זייט מוחל זיך ארומטענהען אינדעראויסן........
אויב ביזטו מיט גלאז ארומגענומען, זאלסטו קיין שטיינער ארויסווארפן, ווייל מהעט דיר צוריקשליידערן, און דו וועסט צובראכן ווערן........

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6200
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דינסטאג ינואר 24, 2017 10:22 pm

מה פתאום??? האט געשריבן:די מציאות פאטשט אין פנים: משפחות זענען גרויס. פארפאלן, קיינער איז נישט מחוייב צו נעמען א סייד דשאב זיך באקאנט צו מאכן מיט יעדע קאזינס אייניקל. עס איז אין לדבר סוף. פיניש.

גיין צו יעדע קידוש מיינט נישט זיך באקענען, עס מיינט נאר נאך א פארמאלע סיטואציע צו דערליידן.

לאו דוקא קדישים, נאר א משל

גיין צו יעדע קידוש מיינט אפיציעל קלעטערן יעדע איינציגסטע וואך צו אכט קידשים וואו קיינער ווייסט נישט ווער דו ביסט חוץ די עלטער פעטער צו וועם מען ״מוז״ גיין.

מ'רעדט דא פון ערשטע קאזינס /פורסט רעמאווד. דו האסט יעדע וואך צוועלף קידישים פון פורסט רעמאווד קאזינס? איך (מיט ייודזש פעמעליס פון אלע זייטן) האב רוב מאל איינס אויך נישט

המשך הדורות מיינט יעקב מיט זיינע צוועלעף קינדער. יעקב׳ס צוועלעף קינדער זאלן דארפן קענען אלע צוועלעף קינדער פון איינס פון די צוועלעף קינדער פון זיין ברודער?... און די אייניקל פון יעקב דארף קענען אלע 144 צוועלעף קינדערדיגע משפחות פון זיינע פעטערס?

צייטן האבן זיך געביטן. משפחות זענען גרויס. לעבט דערמיט און הערט אויף פייניגן די וואס האלטן נישט ביים גוט ווערן מיט די גאנצע שטאט בלויז צוליב וואס אונזערע באבעס פלעגן וואשן וועש אין די זעלבע לאנדערי...

אודאי זענען דא די וועס ענדשויען גוט צו ווערן מיט אלע פאמיליע מיטגלידער, אבער פארוואס מחייב זיין יעדעם? ווען דו מאכסט זיך היימיש ווען עס איז נישט אין פלאץ ביסטו דער וואס ליידט אויף סאציאלע פראבלעמען און כאפט נישט קיין סיטואציעס...

מ'איז קיינעם נישט מחייב. אבער שרייען אז דער וואס מאכט א יארצייט סעודה פאר נאנטע קרובים איז א שוטה און האט נישט סאושעל סקילס איז פאלג מיר א גאנג...

מ׳קען רעדן און רעדן...
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » דינסטאג ינואר 24, 2017 10:38 pm

נישט גערעדט פון סתם מאכן א יארצייט סעודה, אודאי איז עס זייער א שיינע זאך, אבער די שגעון פון ״מאכן היימיש״ אלע ערשטע פארוקטע קאזינס ווייל ״עס פאסט אזוי״ און יעדער וויל זיך שוין טרעפן אינדרויסן. ״דאס״ איז א חסרון אין סאושעל סקיללס.

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2304
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » דינסטאג ינואר 24, 2017 11:23 pm

שער הדמיון האט געשריבן:אנגעהויבן האט זיך עס ווי א דינער אין מיטן א רעגן, עס איז זייער א נארמאלע זאך אז איך באקום א פאון קאל פון א נאמבער וואס איך קען נישט.
איך הייב אויף און דארט האט זיך עס אנגעהויבן, א דינטשיקע קעלכל הייבט אן רעדן.

א גוטן, דא רעד יוסי הערשי זון, איך האב דיר געוואלט זאגן..
ווער רעד?
יוסי הערשי זון...
וועכע הערשי?
אה... הערשי גרינצווייג פעטער נתן׳ס איידעם.
אה אה.. יעצט כאפ איך, דיין טאטע איז מיין פירסט קאזין, וואס זאגסטע.

געווען איז דאס מיין פעטערס אייניקל, וואס ביז זיין חתונה א יאר פארדעם, האב איך נישט געוויסט אז ער עקזעסטירט, און דערנאך האב איך ניטאמאל געוויסט אז ער לעבט נאך.

ער איז א פריש אינגערמאנטשיקל פון ארום 19 יאר אבער שוין כמעט 20, און הייבט אן פארציילן מיט א ברען אז אזוי ווי די קומענדיגע מאנטאג קומט זיידיס יארצייט און באבי וויל דאס יאר נאכאמאל אנהייבן מאכן א יארצייט סעודה זאל איך געדענקן צו לערן משניות, און די יארצייט סעודה איז גערופן ביי מומע שרה אינדערהיים אויף 7:30 שארף, איך דארף גארנישט ברענגען ווייל מומע קריינטשא גייט אלעס מאכן.
ער לייגט נאך צו מיט א באטעמטקייט אז עס לוינט זיך צו קומען ווייל מען טרעפט זיך מיט די קאזינס וואס מען זעט קיינמאל נישט.

שטיי מיר אזוי מאנטאג אינדערפרי, איך מאך מיר דעם חשבון פארן טאג, וואס מען טוט ערשט און וואס צווייט.
אה א יארצייט סעודה היינט, עס איז טאקע נישט עפעס א ספעציעל אינטערסאנטע צוזאמקום, אבער אז עס איז גערופן 7:30 מיינט דאס אז דער עולם קומט אן 8:30, און איך וועל אנקומען 9:00 און מסתם 9:45 בין אין פטור און איך קען גיין, איז דאס נישט קיין פראבלעם און איך קען מיר צושטעלן, נאך מער אז היינט וועל איך לכאורה זיין מער פארנומען ביינאכט סאו האט מען אויסגעשטעלט אז נאכטמאל וועט מען עסן ביים יארצייט סעודה.

האלט מיר 9:05 איך בין גוט הינגעריג, די בויך רעד בשעת איך זאג אים ער זאל אויסווארטן די פאר מינוט, שטייצעך אז איך טרעף נישט קיין פארקינג, ענדליך איך פארק די קאר און מען לאזט זיך ארויס צו מומע שרה׳ס הויז אראונד דע קארנער.
איך גיב א איידעלע קלאפ אין טיר, איך עפען עס אויף און אופס... א ווארעמע ליפטל שפרינגט מיר אנקעגן ווי צו אנזאגן... אטעמען?? נישט דא!!

איך שפאציר מיר אזוי אריין אין דיינונג רום, א ערך פון צוואנציג ערוואקסענע מענער זיצן אריינגעשטיפט אין דעם קליינעם צימער, דאס האט מיר פארענפערט דאס ליפטל וואס האט מיר באגריסט ביים אריינקומען, די פעטער וואס ביי יעדע שבת שבע ברכות כאפט זיך צו צום ה׳ מלך האלט אין מיטן פארלערנען משניות, קיינער האט זיך בכלל נישט געקומערט א עפעס א הינגעריגע אינגערמאן איז דא נארוואס אנגעקומען, איך שטיי דארט ווי א סטראבערי אין א פיש סטאר, קיינער קוקט נישט מייין זייט, איך רוק מיר אהער און אהין אומבאקוועם, איך פראביר צו אריינהאקן אין איינעם... קענסט דיר רעגן אויף מיר, אבער מאך דיר כאטש וויסנדיג... חוץ אביסל מיט ברימען פון די עלטערע פעטערס מיט די זעלבע ניגון ווי דעם פארלערנער, און די ווייבערעיט פון די אינגערע טעלעפאונס האט מען נישט געהערט קיין פיפס, און איך שטיי דארט מיט א שרייענדע שטילקייט.....

ענדליך נאך די לענגסטע 60 סעקונדעס וואס קען נאר זיין, קומט צו א אינגערמאן מיט אזא פלעסטיק שמייכל אויף זיין פנים, און מיט א איבריגע העפליכקייט אינטערדוסט ער זיך צו מיר אלס יוסי הערשיס זון, און ער הייבט אן צו זיך פארענען פאר א פלאץ ווי איך זאל מיר קענען דערכאפן דאס הארץ מיט די נערהאפטיג מאלצייט וואס איז צוגעגרייט.

ענדליך צווישן צוויי אומבאקאנטע קאזינס האט מען אריינגעריקט אזא קליינע סטול נאך פון זיידענס צייטן, אז ווען איך בין געזעצן דערויף האב איך מיר שווער געקענט באלאנסירן.

יוסי הערשיס זון האט ארענדזשט א גאנצע אקציע אז א סלייס ווארעמע פיש זאל צו מיר אנקומען, פון א ווינקל פון די אויג האב איך באמערקט ווי פון א ברעקלדיגע טעלער נעמט מען ארויס א איבריגע סלייס געפילטע פיש, וואס זיין בעל הבית האט איבערגעלאזט נאכדעם וואס לכתחילה האט ער געמיינט אז ער דארף יא צוויי סלייסעס, און מען לייגט דאס איבער אין א מער ריינערע טעלער, ווייל ״מ׳קענעס נישט געבן אזוי, עס דארף זיין נארמאל״ (וואס האט איר געפרעגט...??), ביים עק באמערק איך אז מען האט דעם פישל צוגעפיצט טון ארומגעשניטן אז איך זאל נישט באמערקן ווי ביים וויקל האט שוין דער פאריגע בעל הבית אראפגעציפט עטוואס.

איך זע ווי יוסי הערשיס זון פארארבעט מעשים צו פארשאפן א בילקעלע, זענדיג ווי אזוי דאס פישל זעט אויס, און נישט וויסנדיג ווי אזוי די בילקע גייט אויסקוקן, גיב איך אים אזא איידעלע וונק מיט די האנט ״נאא... ס׳איז גוט... איך דארף נישט, איך האב יעצט אפגעגעסן אינדערהיים״
אבער דער לאזט נישט נאך, און דער פעטער העלפט ארויס... שרייט הויעך.. ״דו האסט אלעס... ביסט זיכער...״ און לייגט נאך צו דעם אויסגעקייטן וויצל אז באלד וועל איך זיך נאך אפרעדן אז מען האט מיר ארויסגעלאזט הינגעריג... לול...

למעשה האט געלאנדעד פאר מיר א בילקעלע היפש פארוואנדערט, מיט א טעלער זויערע פיקלס, נא.. א שטיקל מעניו האב איך, געפילטע פיש זויער פיקל און א בילקעלע פאר פאר א סייד דיש, איך האב אפגעמאכט אז עסן היינט וועט מען אי״ה ווען איך ווער באפרייט פון דא, אבער פון די זויער פיקל האב איך נישט קענען אוועק נעמען די אויג, און למעשה יא אריינגעריקט אפאר שטיקלעך.

אזוי צווישן איין זויער פיקל אין דעם צווייטען האבן זיך מיינע שכנים אנגעהויבן צו אינדענטעפיצירען, און אנגעהויבן א שטיקל שמועס צו וואס איך האב נישט פארשטאנען, און איך בין געזעצן דארט און צוגעשמייכלט ווען איך האב פארשטאנען אז עס פאסט, אזוי ווי יענע חתן ביים תנאים ווען די צוויי זיידעס האבן פארפירט א שמועס מיטן חתן.

א שטיקל פראבלעם האב איך געהאט, איך האב נישט געוויסט אויף וועם צו קוקן, ביידע האבן גערעד, און ביידע האבן גערעד צו מיר, און אז איך קוק אויפן רעכטן שכן וועט זיך דער לינקער באליידיגן אז איך איגנאר אים און די זעלבע גייט אויף פארקערט, האב איך געמאכט א פשרה אז דרייסיג סקונדעס וועל איך קוקן צום רעכטן שכן און דרייסיג צום לינקן שכן און אזוי אהין און צוריק, די פלאן האט נישט אזוי גוט געארבעט, ווייל אין מיטן האב איך מיר געכאפט אז איך קוק אויפן לינקן בשעת דער רעכטער רעד, אבער דאס איז אויך אדורך.

דא דארט הערט מען א שישקע מיט א ״נא.. דרך ארץ״ און איך בלאש ווייל יעדער קוקט מיין זייט, ווייל מיינע שכנים ווילן מיר יעצט ווייזן אז זיי זענען מיר מקרב.

דאן האט מען גענדיגט און עס איז אריינגעקומען קאמפאוט, די גאנצע נאכט האט זיך געלוינט פאר די קאמפאוט, אוי איז דאס גוט געווען, עס איז געווען די באבעס היימישע עפל קאמפאוט מיט א טשערי אנטאפ, נאכן ענדיגן האב איך מיר שוין געשפירט מער היימיש און זיך געטראפן אין קאך צו בעטן נאך א טעלער פאר איינער וואס האט נישט, און שטייצעך נאך פאר וואס ווי ווען האט די קאמפאוט געטראפן א מקום מנוחה ביי מיר אין מאגן.

נאכן ענדיגן האט מען געזאגט א גוטע נאכט פאר באבי׳ן און א שכוח פאר מומע שרה און פאר מומע קריינטשע, איך האב מיר אריינגעזעצט אין קאר, און גלייך צוגעפארן צום נענסטן רעסטוראנט צו אריינכאפן א נאכטמאל, אנקומענדיג ווערט מיר שווארץ, איך זע ווי מיינע צוויי שכנים פון די יארצייט סעודה זענען אויך דא.

נאדיר א צוויי דריי גרינע ;l;p- ;l;p- ;l;p-
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט