אוי נשמה וואו בוזטו?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
משה'לע
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 05, 2015 10:26 pm
לאקאציע: בעולם

אוי נשמה וואו בוזטו?

תגובהדורך משה'לע » מאנטאג ינואר 23, 2017 9:51 pm

אוי נשמה וואו בוזטו?

עס איז שבת שמות, און ווי אלע וואך מאך איך מיינע פיס טריט צום ביהמ''ד פרייטאג פארנאכטס, נאך א גאנצע וואך ארבייט, אן אויסגעמאטערטער שלעפ איך מיר אריין מיינע זעקלעך ביינער אריין אינעם שול, מיינע אויגן לופטערן אדורך די אלע פאשקעווילן אויף די ווענט פונעם ביהמ''ד די זכרים, קידושא רבא'ס, וואך נאכט'ס, מודעות, אזהרות, הבהרה'ס, גילוי דעת, מחאות, און סתם בויך ווייטאג.

אבער אינמיטן דערזעה איך דעם שובבים תהילים צעטיל, עס געבט מיר אזא זעץ אין הארץ, יא יא, אמאל אלס בחור האב איך געהערט דערפון, געלערנט דערפון, גערעדט דערפון, שוין לאאאנג נישט געשפירט קיין ברעקל הרהורי תשובה אוואו אין יענע גוטע יארן, און אזוי דערשלעפ איך מיר אריין צו מיין זיץ וואס איך האב אזוי פון דעראונטן דעם גאלעריע, און טראסקע אראפ דאס גאנצע זעקל געזעלשאפט.

מיין מח נעמט זיך ווירבלען פון מיינע אינגע יארן, די אמאליגע בא'חנ'טע ליל שישי'ס, אוי איך שפיר ווי די גאנצע ביהמ''ד צוזינגט זיך ווי אין א כאאר
אוי נשמה וואו בוזטו, נשמה איך ווארט אזוי לאנג אויף דיר, נשמה וואו בוזטו אוי נשמה.

עס איז איז זונטאג צופרי, די טשולענט און הערינג האבן נאך נישט געמאכט די וועג אויף ארויס, מען טונקט זיך אין די מקוה, ס'איז שפעט מען דארף כאפן די נעקסטע מנין שחרית, נו מען קען נאך כאפן ברכו, מען טראסקעט ארויף די טלית אויף די געביידע, אריין מיט'ן להניח און די על מצות אזוי באנאזאם, די רצועות דרייען זיך אזוי פון זיך אליין, קיין ספק אז רש''י און די ר''ת וואלטן זיך קיינמאל נישט געקריגט ווען זיי זעהן מיינע תפילין לייגן, איך לויף מיט מיין לעצטן אטעם אריין אינעם שחרית שטיבל, פאר א צוקוקער קען זיך דאכטן אז איך לויף יעצט נאך דעם ערגסטן פארברעכער, געכאפט דעם ברכו, אההה, איך בארואיג זיך, מען נעמט דעם סידור אין די האנט, אבער איך קען עפעס נישט אנהייבן צו דאווענען, עפעס איינער האט פארכאפט מיין מחשבה און זינגט זיך אזוי אונטער אן רשות

אוי נשמה וואו בוזטו, אוי נשמה איך ווארט אזוי לאנג אויף דיר, נשמה וואו בוזטו אוי נשמה

עס איז שוין גאר שפעט, איך דארף שוין זיין 9 אזייגער אין די ארבייט, אבער היינט פארשלעפט זיך עפעס אלעס, מיין ארבייטסגעבער הערט נישט אויף צו רופן אויפן טעלעפאון, לאזט איבער וואויסמעיל'ס, שיקט טעקסט מעסעדשעס "נו וואו בוזטו?" יא אוי ווי גוט ער פרעגט, איך יאג מיר אונטער, איך שאר אריין די תפילין מיט די רצועות אזוי ווי עס שטייט און גייט אינעם תפילין בייטל, די טלית מאכט אויך דעם וועג אריין, און יאלא אריין אין ארבייט, די קאר פארט אויפ'ן הייוועי ווען פון דעראונטער גייט דעם שיינעם לידל וואס איך האב נארוואס באקומען פון גרוינעם אויף טעלעגראם

אוי נשמה וואו בוזטו, אוי נשמה איך ווארט אזוי לאנג אויף דיר, נשמה וואו בוזטו אוי נשמה

ענדליך דערזעה איך מיר שוין זיצן ביי מיין טיש, עס ווארט מיר אפ א ים מיט ארבייט אבער איך טראכט צו מיר, לאז מיך קודם זעהן די נייעס, מען האט דאך יעצט אריינגעוועלט א נייעם פרעזידענט, נו לאז מיך קודם מיטהאלטן אביסל דעם פורים טאנץ, די טוויטער מעסעדשעס, און דאס גאנצע ארום, אבער דער גנב איז שוין ווייטער דא

אוי נשמה וואו בוזטו, נשמה איך ווארט אזוי לאנג אויף דיר, נשמה וואו בוזטו אוי נשמה

איך פאר אהיים פון די ארבייט 6 אזייגער אזוי ווי יעדן טאג, און פארשטייט זיך מיין ווייב רופט מיר אויפן טעלעפאן, זי האט א שיעור מיט מיר יעדן טאג בערך אזא צייט, און אלץ איז עס די זעלבע פראגע, נו בוזט שוין אויפן וועג? ווי בוזטו יעצט?

איך ענדיג עסן נאכטמאל, און ווי אלע טאג מען מאכט דעם וועג צו די קאר איבערלאזענדיג פאר די ווייב א גוט ווארט אז מען גייט צום שיעור, אבער א מכה, ווי יעדן טאג מאך איך דעם וועג אריין צום קרעטשמע ווי מען גייט אדורכשמועסן די נייעסלעך פון טאג און פארשטייט זיך בארעדן דעם אנדערן האלבע שול ווייל נעכטן האב איך נאכנישט גענדיגט יעדן איינעם

אוי נשמה וואו בוזטו, אוי נשמה איך ווארט אזוי לאנג אויף דיר, אוי נשמה וואו בוזטו אוי נשמה

איך קען גיין ווייטער און ווייטער, איך ווייס נישט צו דאס בלעטל קען פארנעמען אזוי פיל, אבער איך האב נאר געוואלט מיטטיילן וואס די ניגון האט געלאזט שפירן אויף מיר.

אדרבה, לאזט איבער אייערע שפירן

א דאנק אייך
משה'לע
משה' לע
המכונה עד כאן בקהלת הד''א

אוועטאר
שלום זכר
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2017 7:03 am
לאקאציע: שלום זכר בונדל

תגובהדורך שלום זכר » מאנטאג ינואר 23, 2017 9:55 pm

ביי מיר איז געבליבן שטעקן גראדע די "ווילאנק קען מען דאווענען מנחה"...

עניוועי, משה דו זאגסט גוט, שרייב ביטע מער עפטער.
פון וואו ווייסט מען אז שלום איז א זכר?

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1508
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » מאנטאג ינואר 23, 2017 10:00 pm

פארדאן מיי איגנארענס פון וועלכע ניגון איז די רעדע

שאול המלך
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2015 5:12 pm

תגובהדורך שאול המלך » מאנטאג ינואר 23, 2017 10:02 pm

זיסע שפראך.
יומער און אנגעזעצט באנעזאם.
געדענק אין שום יאוש בעולם.

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3158
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » מאנטאג ינואר 23, 2017 10:14 pm

בלעטל האט געשריבן:פארדאן מיי איגנארענס פון וועלכע ניגון איז די רעדע


קליק דא

אוי נשמה וואו ביסטו, נשמה איך ווארט אזוי לאנג אויף דיר...

♫ ♪ ♫ ♪ ♫ ♪ ♫ ♪

אה, עס צוגיסט זיך אין אלע גלידער די ווארימע מעלאדיע...

צוזאמען מיט משה'לעס ריינע דיבורים!
א טייל פון די פרוכט וואס מען ניצט צו מאכן זאפט זענען עפל, מאראנץ, טאמאטע, אנאנאס, גרייפפרוכט, גוואווע, מאנגא, קאווענע, זשורעכלינע, וויינטרויבן, לימענע און גרינע לימענע.

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6845
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » מאנטאג ינואר 23, 2017 10:23 pm

יאפ וואס א ניגון קען טון מיט א מענטש, איך האב שוין געכאפט א ציפ מער ווי איין מאל בלויז פון א ווארימע ניגון.

משה׳לע פיין געשריבן.
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1508
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » מאנטאג ינואר 23, 2017 11:00 pm

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:
בלעטל האט געשריבן:פארדאן מיי איגנארענס פון וועלכע ניגון איז די רעדע


קליק דא

אוי נשמה וואו ביסטו, נשמה איך ווארט אזוי לאנג אויף דיר...

♫ ♪ ♫ ♪ ♫ ♪ ♫ ♪

אה, עס צוגיסט זיך אין אלע גלידער די ווארימע מעלאדיע...

צוזאמען מיט משה'לעס ריינע דיבורים!

יישר

נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4959
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מאנטאג ינואר 23, 2017 11:10 pm

שיין ארויסגעברענגט אמת'דיגע ציפידיגע געפילן.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2136
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » מאנטאג ינואר 23, 2017 11:28 pm

הערליך נאגענדיג. ווילאנג עס בענקט נאך איז מען אויף א וועג.

אוועטאר
געקלערט
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2016 11:39 am

תגובהדורך געקלערט » דינסטאג ינואר 24, 2017 12:01 pm

משה'לע "אוי אוי אוי" זאגסטו גיט.

אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

תגובהדורך שלעפשיץ » דינסטאג ינואר 24, 2017 12:15 pm

שטארק שטארק
shlepshitz@gmail.com For all your Graphic & Website needs email

אוועטאר
דער וואוילער
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:30 pm

תגובהדורך דער וואוילער » דינסטאג ינואר 24, 2017 12:44 pm

;l;p-

אוועטאר
סארקאזי
שר חמש מאות
תגובות: 973
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » דינסטאג ינואר 24, 2017 1:32 pm

די בעסטע ליין איז
ווען רש''י און ר''ת זעען ווען, מיין תפילין לייגען, וואלטען זיי זיך ווען נישט געקריגט,
יוא איז עס שטארק

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » דינסטאג ינואר 24, 2017 2:57 pm

זייער הארציג משה'לע,

איך האב נאך נישט געהערט דעם ניגון, אבער מיין הארץ זינגט עס אויף איר אייגענארטיגע מעלאדיע.
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » דינסטאג ינואר 24, 2017 3:17 pm

איך האב דזשאסט יעצט געהערט דעם ניגון און ס'גיסט מיר שוין טרערן בשעת'ן ליינען די שורות.

משה'לע, גאר שטארק!

אוועטאר
פארוואס נישט
שר חמש מאות
תגובות: 699
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 07, 2015 4:08 am
לאקאציע: רינגס און ארום

תגובהדורך פארוואס נישט » דינסטאג ינואר 24, 2017 4:51 pm

משה'לע גאר שטארק אין שיין.
לאמיר אלע זינגען:
אוי נשמה וואו ביסטו, אוי נשמה איך ווארט אזוי לאנג אויף דיר, נשמה וואו ביסטו אוי נשמה.

די סי.די ליגט מיר שוין אין די קאר פאר א לאנגע צייט און איך ווער נישט נמאס...

Greeneryid
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2014 6:23 pm

תגובהדורך Greeneryid » דינסטאג ינואר 24, 2017 8:02 pm

דא זינגט די ניקלעשבורגער רבי, ר' מעכל, א נשמה ניגון וואס קען צונעמען א מענטש אבער עס איז נאר א קליין שטיקל. ווער עס קען אדער האט די גאנצע זאל ביטע משלים זיין.

יו-טוב נישט ערלויבט

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6200
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דינסטאג ינואר 24, 2017 9:18 pm

גאר שטארק און רירענד משה.

שרייב עפטער!

אויסגערעכנט האט געשריבן:יאפ וואס א ניגון קען טון מיט א מענטש, איך האב שוין געכאפט א ציפ מער ווי איין מאל בלויז פון א ווארימע ניגון.

משה׳לע פיין געשריבן.



דרעזדנער האט א אינטערוויא פון ס'א מענסע פון א מיידל וואס איז אויסגעהיילט געווארן דורך א ניגון (סאמטינג לייק דעט)
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

עובד'ל
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 12, 2017 11:16 am

תגובהדורך עובד'ל » מיטוואך ינואר 25, 2017 7:26 am

איי. איי.איי
משרייבט און מערעט אזויפיל איבער די נשמה, און ווי קוקן מיר אויס.
ויי איז מיר אז מטרעפן זיך דא האפן קאמפיוטער און מעפאברענט אזוי ליידיג דו צייט.

רבותי! שובבי"ם!!!!

איך רעד צו מיר אליין.

שפרו מעשיכם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 2:19 am

תגובהדורך שפרו מעשיכם » מיטוואך ינואר 25, 2017 8:56 am

גם אני מצטרף. עס קלעמט. :-( :-(

אלקי, נשמה שנתת "בי". די נשמה איז אין מיר. אבער על פי רוב טוהט מען זאכן אָן א נשמה. דאס ברענגט צו אויף ווייטער רח"ל.

ווען וועט שוין זיין "כל הנשמה תהלל". אוי ווען וועט עס שוין זיין.

אוועטאר
רביש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 429
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 01, 2015 4:21 pm
לאקאציע: איינגעזינקען אין מחשבות...

תגובהדורך רביש » מיטוואך ינואר 25, 2017 12:17 pm

מורא'דיג שיין געשריבען...
ספעציעל ווען יעדעס מאל וועקט עס פריש אויף די טרערן פון די הארצרייסענדיגע ניגון...

(ווער איז דער מחבר? געמאכט נאך ניגונים?)
רבי"ש איז ר"ת ר' ש'מעון ב'ר י'וחאי - ר' ש'למה ב'ן י'צחק - ר' י'שראל ב'על ש'ם...

בדרכם נלך...

לדעתי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 322
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

תגובהדורך לדעתי » מיטוואך ינואר 25, 2017 1:33 pm

עולם עולם וועקט אייך שוין אויף איינמאל פאר אלע מאל: א נשמה שפירט מען נישט, א נשמה האט מען.

בגשמיות: אז דו קענסט זינגען, איז א סימון אז דו האסט א נשמה, אין ביה"ח זינגט מען נישט.

ברוחניות: כ'הער אמאל איינער זאגט אויף זיין שכן, ער: איז נישט קיין איד, נישט קיין גוי. ווילעך פארשטיין וואס הייסט ? זאגט ער מיר, ער שטייט אויף, לויפט דאווענען און לויפט אין דשאב אריין, קומט אהיים 8:30 לויפט דאווענען מעריב, וחוזר חלילה.
אנטשולדיגט ר' איד, זאגעך אים, וואס א איד באדייט ווייסט איר נישט. א איד מיינט אז ער שטייט אויף צופרי לויפט דאווענען ארבעט ווי לאנג ס'איז באשערט, לויפט דאווענען מעריב וחוזר חלילה, ערב פסח פארברענט מען די חמץ, פסח עסט מען מצה, חנוכה צונד מען מנורה, פורים הערט מען מגילה ליינען, משלוח מנות, שבועות עסט מען א סעודה, סוכות עסט מען אין די סוכה. בקוצר תרי"ג מצות.

עס ווערט נישט דערמאנט אין כל התורה כולה א ענין אדער א רמז אז מ'דארף שפירן די נשמה, לאצעס איבער פאר די משפיעים וואס דאס איז זייער איינצוגסטע אינקאם!

והבן כי קצרתי

אוועטאר
רביש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 429
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 01, 2015 4:21 pm
לאקאציע: איינגעזינקען אין מחשבות...

תגובהדורך רביש » מיטוואך ינואר 25, 2017 4:12 pm

לדעתי האט געשריבן:עולם עולם וועקט אייך שוין אויף איינמאל פאר אלע מאל: א נשמה שפירט מען נישט, א נשמה האט מען.

בגשמיות: אז דו קענסט זינגען, איז א סימון אז דו האסט א נשמה, אין ביה"ח זינגט מען נישט.

ברוחניות: כ'הער אמאל איינער זאגט אויף זיין שכן, ער: איז נישט קיין איד, נישט קיין גוי. ווילעך פארשטיין וואס הייסט ? זאגט ער מיר, ער שטייט אויף, לויפט דאווענען און לויפט אין דשאב אריין, קומט אהיים 8:30 לויפט דאווענען מעריב, וחוזר חלילה.
אנטשולדיגט ר' איד, זאגעך אים, וואס א איד באדייט ווייסט איר נישט. א איד מיינט אז ער שטייט אויף צופרי לויפט דאווענען ארבעט ווי לאנג ס'איז באשערט, לויפט דאווענען מעריב וחוזר חלילה, ערב פסח פארברענט מען די חמץ, פסח עסט מען מצה, חנוכה צונד מען מנורה, פורים הערט מען מגילה ליינען, משלוח מנות, שבועות עסט מען א סעודה, סוכות עסט מען אין די סוכה. בקוצר תרי"ג מצות.

עס ווערט נישט דערמאנט אין כל התורה כולה א ענין אדער א רמז אז מ'דארף שפירן די נשמה, לאצעס איבער פאר די משפיעים וואס דאס איז זייער איינצוגסטע אינקאם!

והבן כי קצרתי


האקט אזאנע שטותים!!!!
רבי"ש איז ר"ת ר' ש'מעון ב'ר י'וחאי - ר' ש'למה ב'ן י'צחק - ר' י'שראל ב'על ש'ם...

בדרכם נלך...

אוועטאר
מאכט סענס?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 447
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2017 3:28 pm
לאקאציע: בין תנור לכיריים

תגובהדורך מאכט סענס? » מיטוואך ינואר 25, 2017 5:12 pm

לדעתי האט געשריבן:עולם עולם וועקט אייך שוין אויף איינמאל פאר אלע מאל: א נשמה שפירט מען נישט, א נשמה האט מען.

בגשמיות: אז דו קענסט זינגען, איז א סימון אז דו האסט א נשמה, אין ביה"ח זינגט מען נישט.

ברוחניות: כ'הער אמאל איינער זאגט אויף זיין שכן, ער: איז נישט קיין איד, נישט קיין גוי. ווילעך פארשטיין וואס הייסט ? זאגט ער מיר, ער שטייט אויף, לויפט דאווענען און לויפט אין דשאב אריין, קומט אהיים 8:30 לויפט דאווענען מעריב, וחוזר חלילה.
אנטשולדיגט ר' איד, זאגעך אים, וואס א איד באדייט ווייסט איר נישט. א איד מיינט אז ער שטייט אויף צופרי לויפט דאווענען ארבעט ווי לאנג ס'איז באשערט, לויפט דאווענען מעריב וחוזר חלילה, ערב פסח פארברענט מען די חמץ, פסח עסט מען מצה, חנוכה צונד מען מנורה, פורים הערט מען מגילה ליינען, משלוח מנות, שבועות עסט מען א סעודה, סוכות עסט מען אין די סוכה. בקוצר תרי"ג מצות.

עס ווערט נישט דערמאנט אין כל התורה כולה א ענין אדער א רמז אז מ'דארף שפירן די נשמה, לאצעס איבער פאר די משפיעים וואס דאס איז זייער איינצוגסטע אינקאם!

והבן כי קצרתי

;l;p- ענדליך איינער רעדט צום זאך

חאכאם
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 10, 2016 11:33 pm

תגובהדורך חאכאם » מיטוואך ינואר 25, 2017 8:20 pm

מאכט סענס? האט געשריבן:
לדעתי האט געשריבן:עולם עולם וועקט אייך שוין אויף איינמאל פאר אלע מאל: א נשמה שפירט מען נישט, א נשמה האט מען.

בגשמיות: אז דו קענסט זינגען, איז א סימון אז דו האסט א נשמה, אין ביה"ח זינגט מען נישט.

ברוחניות: כ'הער אמאל איינער זאגט אויף זיין שכן, ער: איז נישט קיין איד, נישט קיין גוי. ווילעך פארשטיין וואס הייסט ? זאגט ער מיר, ער שטייט אויף, לויפט דאווענען און לויפט אין דשאב אריין, קומט אהיים 8:30 לויפט דאווענען מעריב, וחוזר חלילה.
אנטשולדיגט ר' איד, זאגעך אים, וואס א איד באדייט ווייסט איר נישט. א איד מיינט אז ער שטייט אויף צופרי לויפט דאווענען ארבעט ווי לאנג ס'איז באשערט, לויפט דאווענען מעריב וחוזר חלילה, ערב פסח פארברענט מען די חמץ, פסח עסט מען מצה, חנוכה צונד מען מנורה, פורים הערט מען מגילה ליינען, משלוח מנות, שבועות עסט מען א סעודה, סוכות עסט מען אין די סוכה. בקוצר תרי"ג מצות.

עס ווערט נישט דערמאנט אין כל התורה כולה א ענין אדער א רמז אז מ'דארף שפירן די נשמה, לאצעס איבער פאר די משפיעים וואס דאס איז זייער איינצוגסטע אינקאם!

והבן כי קצרתי


איז וואס איז דעי זאך וואס איך שפיר יא?? די געפילן וואס @משהלע האט אזוי גוט אראפגעשריבן, פון וואו קומט דאס?? הא! זאגט נאר איר האט א נשמה??? וואס האט זינגען מיט א נשמה? א גוי קען נישט זינגען? אלע אידן קענען יא זינגען? ווער נישט האט קיין נשמה?

לא הבינתי כי קצרת!!
אויב ביזטו מיט גלאז ארומגענומען, זאלסטו קיין שטיינער ארויסווארפן, ווייל מהעט דיר צוריקשליידערן, און דו וועסט צובראכן ווערן........


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט