משה תנחום - דער שלימזל.

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1444
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

משה תנחום - דער שלימזל.

תגובהדורך ר' יום טוב » מיטוואך ינואר 25, 2017 10:01 am

משה תנחום איז געבוירן צו זיין א שלימז'ל. ער ווייסט אליינס נישט פארוואס, אבער בלי שום ספעציעלע סיבה איז געפאלן אויף אים דער גורל צו זיין דער אויסגעשפילטער לעכעריגער לאקשן זאק, שטעלנ'דיג זיין ערשטע טריט אויף די וועלט מיט זיין לינקע פוס.

נישט אז ער איז א שלעכטער, אומבא'חן'טער, אדער וואס. ער איז גראדע גאנץ א קלוגער א וואוילער און פארהעלטנס-מעסיג געלונגענער. אבער ווי עס ווייסט אויס, איז עפעס א שווארצע מויז דורכגעלאפן צווישן זיין שלאנקער גייסט און זיין אנטי-אינספירירנדער נפש, פאראורזאכנדיג אז זיין עקזיסטענץ אין די אטמאספערע איז עטוואס ווייניגער מערקבאר, און זיין נוצבארע זעהל איז כמעט נישט אנערקענט אינעם אנושיות'דיגער געזעלשאפט אין פארגלייך צו זיינע ארומיגע.

נאך זייענדיג אין נוירסערי אויף אן אויספלוג רייזע מיט די חדר, איז משה תנחום'ל געווען דעריינציגסטער וועלכער איז עפעס אזוי פארגעסן געווארן ארויפצולייגן אויף די מערי-גאו-ראונד רייד. נישט ממש פארגעסן, שוין נישט געווען קיין צייט. אין כיתה ב' האט זיך די קאלעי-וואסער אום כ"א כסליו אויסגעלאזט פונקט ביי אים, און אום שמחת תורה וואלט ער בכלל נישט באקומען פון די זיסווארג אין שול ווען נישט זיין טאטע וואלט אינמיטן לדוד מזמור געשתדל'ט ביים פאפולערן אבער קארגן קענדי-טיילער, טרייסטענ'דיג דאס פארשוויצטע שעפעלע וועלכער שטיקט זיך פון טרערן.

ווען ער איז געווארן עלטער האט ער קיין אויסצייכענונגען און מתנות קיינמאל באקומען - אחוץ די געציילטע אויסנאמען ווען מ'גיט פאר יעדן - ווי סוף יאר, און חברה תהילים גורלות האט ער אויך באוויזן כמעט קיינמאל צו געווינען, מיטן איין איינציגסטן אויסנאם אין א פאל ווען דער ארגיאנעלער געווינער איז נישט אפירגעקומען. ער האט זיך געציילט צווישן די 4 קינדער אין זיין כיתה וועלכע האבן בכלל נישט באקומען דורכן יאר די ספעציעלע גראפישע תעודה פארן שיין דאווענען, טראץ וואס ער - אנדערש ווי די אנדערע 3 - האט זיך גאר שטארק אויסגעצייכנט און אנגעשטרענגט לעבודת הבורא. (כ'מיין וואס זאל ער טון, זאל ער בעטן די תעודה?? מע, ער איז נישט קיין בעבי. ער דארף עס אפילו נישט. ס'גאר-נישט ווערט.)

ווען משה תנחום איז אריין אין כיתה ה', האט מען אים געזעצט דער לעצטער ביים עק כיתה. ווען מען האט צום ערשטן מאל פארטיילט די געשמאקע קאלירפולע קאפ-קוכן און מען האט זיך דערזען מיט איין שטיקל ווייניגער, האט משה תנחום נישט באקומען. נאכן בעטן פונעם מלמד יחיד מומחה מיט דרך ארץ, איז דער אנטווארט געקומען אז "דו האטלסט נאך אס'קומט דיך? נעכטן האסטו נישט געטייטלט!!"...נאך אזא רעאקציע, זייענדיג א א שטיקל ביישן בטבע, איז דאס געווען דאס ערשטע און לעצטע מאל וואס משה תנחום האט רעאגירט צו די גאנץ אפטע ערשיינונג פון 25 שטיקער מזונות אין א קלאס פון 26.

ווען ער איז אריין אין כיתה ו' האט משה תנחום באשלאסן אז דאס איזעס. ער איז אויפגעשפרינגען דער ערשטער צו קענען סוקסעספול כאפן דאס פלאץ פונקט אין צענטער פון קלאס, צו וואס ער האט טאקע זוכה געווען. צו זיין מזל אבער, איז דער נייער מלמד געווען א קלוגער, און האט געגעבן די צוויי זעקלעך געשמאקע קוכן באזונדער פאר 2 קינדער צו פארטיילן פון ביידע עקן קלאס, אזוי ארום אז תנחום איז ווייטער פארבליבן דער לעצטער...צו בעטן האט ער שוין געהאט א שטיקל פחד, אבער צו מזל איז דער יעצטיגער מלמד יא געשטאנען דערויף אז יעדער זאל באקומען.

אין די פרייע צייט האט משה תנחום פראבירט מיטצושפילן מיט די הויפט גרופע פון די כיתה, אבער עס האט זיך עפעס נישט איינגעגעבן. ווען ער האט פראבירט צו אנטלויפן פונעם "גלח" טייוול, האט ער זיך דערזען אלס א ונסתם ואין רודף... ער האט פראבירט מיט אלע כוחות צו ציען יענעמ'ס אויפמערקזאמקייט, ער האט זיך אפילו אויסגעטאן די הויזן-טרעגער, איינגעשטעקט דאס העמד'ל, און צורעכט געלייגט די פיאות, אבער אן ערפאלג. אין אויסנאמס פאל ווען עמיצער האט רחמנות געהאט אויף אים פרעגנדיג "אה, דו שפילסט אויך?" דאן האט ער געקענט אנציען נאך אפאר מינוט יוצא צו זיין, אבער קיין גרויס אפעטיט צו די גאנצע עסק ביש האט ער שויניש געהאט.

זיין שלי-מזלות איז געגאנגען אזוי ווייט, אז עס האט מיטגעשלעפט מיט זיך זיין גאנצע כיתה. זיין יארגאנג איז וואונדערלעך איבערגעהיפט און דיסקרימינירט געווארן ביי יעדן אויספלוג, צערעמאניע, אקטיוויטי אדער פריידיגע געשעעניש.

עס איז געווען א יערליכע איינפיר אז די ת"ת כיתות פון כיתה ו' און העכער האבן זיך באטייליגט ביי די צענטראלע מעמד הדלקה אום ל"ג בעומר, ווי זיי עס איז געווען צוגעשטעלט א פראגראם פון הנאה, מ'האט געזינגען ניי-פארפאסטע ניגונים, און באקומען צוגעטיילט מתנות. די פייערונג איז געווען דער ציל-טרוים פאר די קלענערע קינדער, אז וועמע- וועט זיין גרויס, וועט מען זיך קענען באטייליגן. ווען משה תנחום איז אריין אין כיתה ו' האט מען באשלאסן אז צוליב דעם ריבוי עם וועט פון היינט און ווייטער נאר קענען גיין פון כיתה "זייען" און העכער. און שטייטצעך, ווען משה תנחום איז שוין געווען אין כיתה ז' האט מען מבטל געווען דער גאנצער איינפירונג.

אזוי אויך פלעגט זיין דער מנהג אז די עלטסטע צוויי כיתות פלעגן ארויסדינגען א קעמפ ווי זיי פלעגן יערליך פארוויילן אויף די עטליכע זומער וואכן. ווען משה תנחום איז אנגעקומען צו דעם עלטער, האט די הנהלה געהאט פארשידענע אומגעראכטענע פראבלעמען דאס ווייטער אנצוהאלטן, און דעריבער איז פאר די פאלגענדע 2 יאר נישט געווארן צוגעשטעלט א קעמפ מטעם די מוסד. שטייט-זיך איינמאל משה תנחום איז אריין אין ישיבה קטנה, איז די קעמפ ב"ה צוריק מסודר געווארן.

ווען משה תנחום האט בשטומ"צ חתונה געהאט האט ער ווייטער אנגעהאלטן זיין שטרענגע פאליסי. ווען אלע חתונה געהאטע קינדער האבן באקומען די באשיידענע חנוכה מתנה'לע פון די עלטערן, האט מען פון אים אזוי נישט-ווילנדיג פארגעסן."אה, תנחום'טשא די האסט גארנישט באקומען? וואדע, מען וועט עס שוין משלים זיין אנדערסמאל". זאגט זיין מאמע אויפן וועג ארויס ווען תנחום רעאגירט מיט א פארויטלט'ן געזיכט און אפגעהאקטע שטימע, "ניין ש'קויעך, ס'גוט. ס'פעלט נישטויס". ווען זיין שוועסטער האט חתונה געהאט, האט דער חתן מיסטעריעז פארזען צו כאפן מיט אים א רקידה ביים מצוה טענצל, זיך כאפנדיג דערויף הערשט ווען די מוזיק וואליום איז פריצייטיג גענידערט געווארן צו מפתגמי אורייתא אלס תקנות פארזוך אויפצולעזן דעם צירקל.

ווען דער גבאי אינעם נאענטען ביהמ"ד האט זיך פלוצלים געטראפן מיט איין זיץ ווייניגער אויף די ימים נוראים, וועם האט ער אומגעמאלדן ארויסגענומען און געלייגט אויף א באזונדערן צוזאמלייג בענקל ביים ווינקל אין מערב-שראנק?.. יא איר האט צוגעטראפן. אונזער ר' משה תנחום. אין זיין ביהמ"ד באקומט ער אויך גאר זעלטן אן עלי', טראץ וואס ער איז געווען איינע פון די בלויז פינף כהנים אין שול. אין זעלטענעם פאל ווען ס'נישטא נאך א כהן אויסער אים, וועט דער גבאי זיך הויך צעשרייען "יעמוד, נא, כהן??!!...אין כאן... אה, נו.. ווי הייסטו, משה גרונם בן ר' ??"... אויך ביים הערינ-גייער-קיכל קידושא רבא בלייבט געווענליך זיין אויסגעשטרעקטע האנט הענגען א וויילע פאר'יתומ'ט אין א פארעווע פאזיציע פלאטערנדיג אומזיכער צווישן אלע בראנפן טרונקער מכובדים ביים גיבן לחיים פארן בעל שמחה.

דער זעלבער שול-גבאי וועט אויך פונקט "פארגעסן" אויפצוהענגען א "היטיבה לישרים" צעטל אין פאל משה תנחום איז מנדב שאלעשידעס. דער שכן וועלכער מאכט זיכער צו קאנטאקטן אלע שכנים זיי איינצוליידענען אויף די מסיבה של מצוה אדער שמחה, וועט אויך געווענליך פונקט נישט טרעפן ביי זיך משה תנחום'ס סעלפאון נומער. נו, וועט דער שטילער אינגערמאן נישט זיין ביי די רייכע מסיבה. נעקסקעיס. דער פאפולערער אינגערמאן פון זיין "עידזש" וועלכער האט זיך געזעצט נעבן אים ביי די דינער, וועט זיך אייביג אויפשטעלן נאך עטליכע מינוט, נאכן טרעפן א בעסערע אפציע מיט וועם צו פארברענגען.

ווען ר' משה תנחום איז שוין געגאנגען ארבייטן צו ברענגן שפייז פארן געזונדל, האט זיך זיין גוט מזל נאכאלץ נישט אפגעטאן. ווען אלע ארבייטער אין די פירמע האבן באקומען א שיינע באנוס-געהאלט לכבוד יו"ט, האט מען אים אויסגעלאזט. בעטן פאסט דאך נישט, ס'דעך נאר א באנוס. שוין, איז עס געבליבן ביי דעם. ביים פאררופן א ביזנעס מיטינג, כאפט מען זיך אויך אין די לעצטע מינוט אז מען האט נאכנישט נאטיפייד משה תנחונ'עם דערוועגן.

די ליסט איז נישט פארטיג. ער איז אויך דער פערפעקט קאנדידאט צו ווערן אריינגע'נער'ט איבערצוצאלן פאר א פראדוקט, געשעפט-לייט אקצעפטירן נישט קיין ריטוירנ'ס פון משה נחום אין סיי וועלכע סיטואציע, און ער ווערט באטראכט אלס די ערשטע אפציע ביי זיינע נאענטע ווען מען ברויך צוקומען צו עפעס אן אומבא'טעמ'טע טובה, וואס דאן ווערט ער אין א בליציגע שנעלקייט פארוואנדלט אין א גאר וויכטיגע פערזענליכקייט. א צדיק.

**********************

נו, האט איר זיך געטראפן אין די שפיגעלע..??....

די געשיכטע איז טאקע פיקטיוו, און משה תנחום איז אן עקסטרעמער ביישפיל. אבער איך גלייב אז גאר אסאך טרעפן זיך אין בערך אזא מצב, און האבן שוין אמאל געשפירט די פארלוירענע געפיל וואס א קינד האט בשעת מען איז דער איינציגסטער וועלכער האט נישט באקומען א פאקסי-פאפ ביי שלש סעודות, ווי דער בר מצוה בחור וועלכער האט באקומען בלויז $40 דרשה געשאנק, אדער פלייסיגער ארבייטער וועלכער באקומט קיינמאל נישט קיין רעיס. זה בכה וזו בכה, למחצה ולרביע.

עס גנב'ט זיך מיר אריין אן אומאויפריכטיגע נעריש'ע מחשבה: וואס איז פשט אז עס איז דא באופן כללי אויסגעשפילטע בטבע, און דאקעגן מוצלח'דיגע ארויפגעקוקטע אינעם געזעלשאפט וועלכע האלטן זיך אלס די אויבערשטע פון שטייסל פון קינדווייז אן.?

עס מוז נישט האבן צוטאן מיט חכמה, יוחס אדער געלט. מענטשן מיט ווייניג סעלף עסטיעם זענען טאקע מער אויסגעשטעלט דערצו. זיין סאציאל אריענטירט קען העלפן אין אזא מצב. אבער עס איז פאראן א סיבה פארוואס זיי האבן ווייניג סעלף-קאנפידענס אין די פוירסט פלעיס פון קינדווייז אויס.

עס קוקט מיר אויס אז עס איז באזירט אויף א מענטשליכע נאטור פון געבורט פון זיין צוריקגעצויגן. נישט ארויסצושטארן, נישט אנהייבן. א דראנג צו זיין פשוט מיט תמימות. גוט און וואויל. באהאלטן - שעמעוודיג. שטיל, איידל, ערליך און באשיידן. נישט וויסן וויאזוי צו - אדער נישט ווילן - קעמפן פאר די אייגענע רעכטן.

אדער אפשר.... איז די גאנצע זאך נישט מער ווי א בלויזע איינגעגעסענע איינרעדעניש, א געמיש פון לאנג-יעריגע נעגאטיווע זעלבסט-פיינפולע קאנספיראציעס און סאציאלע פאביע. די דאזיגע גייסטישע מחלה האט אפילו עפעס א לאטיינישער נאמען, וועלכע מיר וועלן מוזן לאזן פאר "נשמה" און "מתבונן"....וועלכע זאלן גלייכצייטיג געבן עפעס א דייעגנאז.......

שוין, העמיר אויפהערן שפעקעלירן און עמיר גיין אביסל אויפטאן היינט אין די ריעל ווארלד.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » מיטוואך ינואר 25, 2017 10:49 am

זייער זייער שיין באשריבן... זאגעם ער זאל סקעדשלען אן אפוינטמענט וועט מען קענען דייאגנאזירן...

חאכאם
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 10, 2016 11:33 pm

תגובהדורך חאכאם » מיטוואך ינואר 25, 2017 12:49 pm

טרערעלעך רינען ..............

יום טוב דו ביסט גוט!!
אויב ביזטו מיט גלאז ארומגענומען, זאלסטו קיין שטיינער ארויסווארפן, ווייל מהעט דיר צוריקשליידערן, און דו וועסט צובראכן ווערן........

אוועטאר
yield
שר חמש מאות
תגובות: 575
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 30, 2009 6:05 pm
לאקאציע: Latitude North 40.7111 Longitude West 73.9565

תגובהדורך yield » מיטוואך ינואר 25, 2017 2:37 pm

ר' יום טוב
די זעסט אויס ווי עירוי כלי ראשון פון משה תנחום
yield the right of way

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1444
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » מיטוואך ינואר 25, 2017 3:45 pm

yield האט געשריבן:ר' יום טוב
די זעסט אויס ווי עירוי כלי ראשון פון משה תנחום

עס איז נישט די ערשטע מאל וואס עמיצער זאגט אויף אן ארטיקל אז ס'מוז זיין איך האב דאס מיטגעלעבט.

למעשה איז דאס דער קונץ, צו קענען אראפשטעלן א מעשה מיט אלע זייטיגע דעטאלן כאילו מען לעבט דאס אליין מיט. דאס איז דער שיינקייט פונעם כח הדמיון.

איך גלייך צו נעמען א קאנטראווערסיאלע אישו, ביישפילן פון א סעריע ענליכע אינצידענטן וועלכע מערערע טוען דורכגיין אין פרייוואטן לעבן און דאס צולייגן לעבעדיג מיט פעלער וועלכע וואלטן געקענט געשען.

שטודיעס צייגן, אז רוב מענטשן קענען נישט דמיונ'ען מיט אפענע אויגן, אפילו זיי ווילן. אז איך קען דאס יא באווייזן, נוץ איך דאס אויס.

נישט אז איך טו לייקענען אז איך האב גארנישט מיט משה תנחום, איך בין גראדע זיין נאענטע ערשטע קאזין...און איך האב מינימום עטליכע מאל געמוזט פילן ווי אים, אז איך זאל דאס קענען געהעריג דיסקרייבן. איך פארשטיי אז ס'דא אזעלכע פאר וועם די גאנצע נושא רעדט בכלל נישט צו זיי, אבער עס דינט פאר א קוואל פון אנערקענונג פאר די דאזיגע וואס פלאגן זיך מיט פארהוילענע מחשבות פון ענליכע אומבעטעמ'טע געוויסן-ביסן סיטואציעס.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11289
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך ינואר 25, 2017 3:49 pm

דער משה תנחום איז אזא שלימואל, אז נישט נאר דער גבאי פון שוהל רופט אים פאלש "משה גרונם" נאר זאגאר זיין אייגענע פאבריצירער, דער שרייבער פון די געשיכטע, האט ביי איין פאל געשריבן "משה נחום"...

פיין געשריבן ר' יום טוב!
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » מיטוואך ינואר 25, 2017 4:56 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:נו, האט איר זיך געטראפן אין די שפיגעלע..??....
היפש..
און ווי חאכאם שרייבט שוין:
חאכאם האט געשריבן:טרערעלעך רינען ..............

---
יום טוב
אויסער דעם וואס איר קענט גוט אויסדמיונ'ען אן ענין מיט אלע פרטים, האט איר זייער א רייכע און קלארע שפראך, וואס מאכט אייערע ארטיקלען גאר געשמאק צו ליינען.
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

אוועטאר
בן מהללאל
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2015 5:25 pm

תגובהדורך בן מהללאל » מיטוואך ינואר 25, 2017 5:22 pm

איך קען זייער גוט אזא משה תנחום. אביסל צו גוט.

און ניין, ר' יום טוב איז נישט משה תנחום אליין. משה תנחום שרייבט אויך דא



און דער עולם איגנארירט אים....

חאכאם
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 10, 2016 11:33 pm

תגובהדורך חאכאם » מיטוואך ינואר 25, 2017 8:14 pm

יאפס! אנגעהויבן האט זיך עס אביסל פריער ווי @א גוטן טאג שרייבט, נאך ביים ברית ווען מ'האט פונקט אים אויסגעקליבן פון אלע צען ברודער אנצוקלעבן מיטן אזוי לאנג אפגעשטיפן "משה תנחום" דער זיידע אין וועם ער איז נעבעך געראטן, און היינט האלטעס טאקע ווי ער זאגט, דא אויף איי וועלט, ער שרייבט און שרייבט און גארנישט..........משה תנחום בלייבט משה תנחום.........
אויב ביזטו מיט גלאז ארומגענומען, זאלסטו קיין שטיינער ארויסווארפן, ווייל מהעט דיר צוריקשליידערן, און דו וועסט צובראכן ווערן........

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6200
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מיטוואך ינואר 25, 2017 8:51 pm

ר' יום טוב האט זיך לעצטנס גענומען די קיבארד אין די העט אריין און ס'יום טוב דא.

א געשמאק צו ליינען דיינע ארטיקלען.

----
דא געפינען זיך פילע וואס טרעפן זיך אין תנחום היות אייוועלט איז א פלאץ ווי מ'קען זיך אויסגעבן אנאנים אפילו אן קאנפידענס...


(הגם מ'וועט געווענדליך דערקענען אפילו דא וויפיל קאנפידענס דער האט [עכ"פ אנפאנג...])
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
אי-רעלעווענט
שר חמש מאות
תגובות: 543
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 08, 2016 8:53 pm
לאקאציע: אין בונקער

תגובהדורך אי-רעלעווענט » מיטוואך ינואר 25, 2017 9:11 pm

יום טוב די ביזט ריייייזיג... יווווודששש... נישטנארמאל אראפגעלייגט!!
זאלסט וויסן אז בדרך כלל ענדיגן דעי דארט מענטשן מיין ווערן עשירים! פרעג מיך נישט וויזוי.. ווייל ווען כווייס ווען וואלטעך געווען....

אוועטאר
מאכט סענס?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 447
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2017 3:28 pm
לאקאציע: בין תנור לכיריים

תגובהדורך מאכט סענס? » מיטוואך ינואר 25, 2017 10:07 pm

אי-רעלעווענט האט געשריבן:יום טוב די ביזט ריייייזיג... יווווודששש... נישטנארמאל אראפגעלייגט!!
זאלסט וויסן אז בדרך כלל ענדיגן דעי דארט מענטשן מיין ווערן עשירים! פרעג מיך נישט וויזוי.. ווייל ווען כווייס ווען וואלטעך געווען....

דאס איז גוטע נייעס! הייסט אז איך האב נאך האפענוג...

אגב ר' יום טוב: דיין פעדער איז געוואלדיג!

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2601
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » מיטוואך ינואר 25, 2017 10:43 pm

[quote="יאנקעלע קליגער"[היפ
שוי
יום טוב
אויסער דעם וואס איר קענט גוט אויסדמיונ'ען אן ענין מיט אלע פרטים, האט איר זייער א רייכע און קלארע שפראך, וואס מאכט אייערע ארטיקלען גאר געשמאק צו ליינען.[/quote]

רופא נפשות
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 23, 2016 2:33 pm

תגובהדורך רופא נפשות » מיטוואך ינואר 25, 2017 11:54 pm

איך ליין דא אפט אבער די ארטיקל דארף מען קאנגרעטולעיטען... א מעסיוו ארבעט אנגעהויבן פון די שפראך און געענדיגט ביי די דמיון און די תוכן אינצוויש.....

האמערנאגל
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 21, 2016 2:03 pm

תגובהדורך האמערנאגל » דאנארשטאג ינואר 26, 2017 1:18 pm

WOW גאר גוט געשריבן.

פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2424
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

תגובהדורך פארבינדן » דאנארשטאג ינואר 26, 2017 3:19 pm

זייער ווייניג שרייבער האבן אזא כח צו אזוי זאפטיג אראפלייגן א מצב וואס מאכט שפירן וויאזוי מען איז ממש דערינען. איך ליין אסאך, זייער אסאך, און ווייניג ארטיקלען האבן די ספייס וואס א יום טוב ארטיקל גיסט.

כמותך ירבו באייוועלט

און אז דו האסט אזוי געשמאק אראפגעלייגט דעם פראבלעם, אפשר שרייבסטו עפעס א סעלושען אויך? איז דא א עצה פאר משה תנחום'ן צו ווערן מער זעלבשטענדיג?
פאר קריטיק דריקט דא

אוועטאר
פרוביר אויך
שר חמש מאות
תגובות: 931
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

תגובהדורך פרוביר אויך » דאנארשטאג ינואר 26, 2017 5:57 pm

thanks
אז יענער קען קענסטו אויך

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1444
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » פרייטאג ינואר 27, 2017 10:33 am

פארבינדן האט געשריבן:זייער ווייניג שרייבער האבן אזא כח צו אזוי זאפטיג אראפלייגן א מצב וואס מאכט שפירן וויאזוי מען איז ממש דערינען. איך ליין אסאך, זייער אסאך, און ווייניג ארטיקלען האבן די ספייס וואס א יום טוב ארטיקל גיסט.

כמותך ירבו באייוועלט

און אז דו האסט אזוי געשמאק אראפגעלייגט דעם פראבלעם, אפשר שרייבסטו עפעס א סעלושען אויך? איז דא א עצה פאר משה תנחום'ן צו ווערן מער זעלבשטענדיג?

יישר כח פאר די קאמענטארן.

עס איז נישט גרינג אראפצולייגן א גענצליכע סעלושן וואס ארבייט פאר יעדן אין איין ארטיקל. איך בין אפשר אויך נישט געאייגנט דערצו.

אבער א קלייניגקייט וואס איך האב באמערקט, אז די דאזיגע וועלכע זענען "אויסגעשפילט" מיט חברים וכדו' פון קינווייז אויס, האבן - בדרך כלל - א פיל בעסערע שלום בית, און פיל שטארקערע פאמיליע לעבן נאך די חתונה.

עס האט אסאך פירושים, ואידך זיל גמור.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

ha ha
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 18, 2016 9:12 am

תגובהדורך ha ha » זונטאג ינואר 29, 2017 9:30 am

ארויס געפרינט לכבוד שבת, אין איך מיז דיר זאגן אז עס איז געוועהן א ריכטיגער עונג שבת!!!! יישר כוח
זייער גיט אראפ געלייגט איך האב מיר א פאהר מאהל געפילט ווי די האסט געלערנט אין מיין כתה.......

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1444
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » זונטאג ינואר 29, 2017 9:47 am

איין זאך וואס איך האב פארפאסט צו בארירן איז די נושא פון חברים אין ישיבה.
ווי באקאנט קלויבן די בחורים אויס חברים יעדע אנפאנג זמן אויף מערערע מקצועות, פארטאגס, פארמיטאג, נאכמיטאג, און ביינאכט.

איך ווייס נישט פארוואס, אבער פאר מיר איז די דאזיגע טאג אלס געווען אן אפקומעניש.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

תגובהדורך בערל קראקאווער » זונטאג ינואר 29, 2017 10:58 am

יא יא.
כ'גלייב אז אפילו דער געלונגסטער מענטש, האט זיך שוין געפילט אמאל אין אזא צושטאנד.

גוט געזאגט, עה וואס גוט, געוואלדיג, מאסיוו.
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6200
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » זונטאג ינואר 29, 2017 12:10 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:
אבער א קלייניגקייט וואס איך האב באמערקט, אז די דאזיגע וועלכע זענען "אויסגעשפילט" מיט חברים וכדו' פון קינווייז אויס, האבן - בדרך כלל - א פיל בעסערע שלום בית, און פיל שטארקערע פאמיליע לעבן נאך די חתונה.

עס האט אסאך פירושים, ואידך זיל גמור.


אמת'ע נקודה.

אגב, אמאל קענעס אויך זיין פארקערט ווען דער לעמעלע לאזט זיך טרעטן פון איר און ס'פלאצט
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6845
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » זונטאג ינואר 29, 2017 2:54 pm

פשי הא.... דער ווערט נישטמפארטיג שרייבן, איך זע איינס נאכן צווייטען פון ר׳ יום טוב אז איך האב געמיזט אריינקומען ליינען, יו האב איך געלאכט נעבעך אויף זיין חשבון, יאפס דו ביסט גאר א פיינע שרייבער, מען שפירט זיך ווי די בעל המעשה.
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Majestic-12 [Bot] און 11 געסט