אומפארשטענדליכע היימישע סטאנדארטן

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11973
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג פאברואר 12, 2017 4:03 pm

נגיד האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:מיר רעכטן זיך צו אוועקציען בעז"ה בעפאר מיר נעמען אריין מחותנים אי"ה (אויב איר ווייסט פון א דירה וכו')

וואו? אין לעיקוואד אדער דשערסי סיטי?

האסט אויסגעלאזט וויליאמסבורג...
דער אמת? איין באשעפער ווייסט
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6846
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » מאנטאג פאברואר 13, 2017 1:16 am

איך צוריק קריכן צו וואס יאנטעף האט אנגעהויבן מיט די פארקעי, עס איז א שטיקל סטייל צו עס מאכן מאט (נישט גלאנציג), איינער פארשטייט דאס? אויב נישט גלאנציג לאז שוין ווי אזוי עס איז...

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1753
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » מאנטאג פאברואר 13, 2017 10:10 am

ווען איך האב אריינגעמופט האב איך מיך באגנוגט מיט די סטענדערד צוויי שיכטן גלאנץ וואס די בילדער האט געגעבן. מיין שכן האט אבער צוגעצאלט 18 הונדערט דאללאר פאר די מאטע, און יעצט מיט עטליכע יאר שפעטער איז זיין פאדלאגע שוין היבש אפגעריבן בעת מיינע איז כמעט ניי.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

חדשות
שר חמש מאות
תגובות: 852
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובהדורך חדשות » זונטאג פאברואר 19, 2017 1:57 am

אויסגערעכנט האט געשריבן:איך צוריק קריכן צו וואס יאנטעף האט אנגעהויבן מיט די פארקעי, עס איז א שטיקל סטייל צו עס מאכן מאט (נישט גלאנציג), איינער פארשטייט דאס? אויב נישט גלאנציג לאז שוין ווי אזוי עס איז...

ווי איז פארשווינדען געווארען די פארקעי שלום בית אומפארשטענדליכע היימישע סטאנדארטן אשכול??

אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5006
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » זונטאג פאברואר 19, 2017 3:58 am

ר' יום טוב האט געשריבן:צו האבן אין יעדע הויז צוויי באזונדערע עסן שטובער א דיינעט און א דיינינג רום איז אויך א היבש אומפארשטענדליכע סטאנדארד.

ביי געוויסע אלגעמיינע נישט-אידישע גרעסערע פרייוואטע הייזער איז פאראן א פאמיליע רום און אויך א 'דיינעט' צימער, טראץ וואס געווענליך נישט אזוי גרויס ווי ביי אונז. אבער די מיד-סייז הייזער האבן עטליכע הויכע בענקלעך אין קאך ביי די ברעיקפעסט טעיבל קאונטער און אין געוויסע פעלער טיש-בענקלעך אינעם דערנעבנדיגן פאמיליע-רום צימער.

ביי אונז (אין מאנרא) קומען אבער כמעט אלע הייזער פון גרויס ביז קליין מיט א סטאנדארד גרויסע דיינעט צימער, און א באזונדערע שיינע-סייז דיינינג רום. איך האב שוין טיילמאל געטראכט וואסי פשט אז שבת ברויך מען עסן אין אן אנדערן צימער, עס איז דאך עפ"י שכל מער קאנוויניענט צו עסן אין דיינעט אן דעם וואס דער עזר כנגד זאל ברויכן אריינשלעפן און אראפפאקן דאס גאנצע עסן און געצייג ביזן דיינינג צימער. מילא פאר א פארמעגליכער פערזאן וואס וויל בדוקא א גרויסע שמחה צימער, זאל אים וואויל באקומען. אבער פארוואס איז דאס א 'סטאנדארד'..?

ס'מעגליך פאראן עפעס א חסידי'ש ענין דערביי וואס אונזערע היזיגע תלמידי חכמים וועלן אט-אט נאכברענגען.

באשעפער אין הימל!!!! געטראפן די עולה ביי כלל ישראל!! דעם דיינינג רום!! דארט ליגט דער חורבן!!

ביי אונז (אין מאנרא)


גאנץ כלל ישראל וואוינט אין מאנרא?!?!? דו ווייסט ווי גרויס די פיצעלע דירות אין ווילי זענען 'מיט' א דיינינג רום? דו ווייסט אז מיין גאנצע צוויי בעדרום דירה, מיט'ן קאך, דיינעט און דיינינג רום אינאיינעם, פיט'ן אריין אין דיין קרית יואל'ער דיינעט, שוין אפגערעדט פון דיין דיינינג רום?!?

-------------

מאכט נישט קיין טעות, איך בין אויפגעוואקסן אין א שטוב מיט קינדער, און מיין טאטע זז"ג זיצט נאך היינט אין ביהמ"ד א גאנצן טאג. מיין מאמע תחי' האט קיינמאל נישט געזוכט צו קויפן דעם סטאנדארט, נאר האט זיך אויסגעארבעט א חוש פון טרעפן מציאות. זי האט אלעמאל חוזק געמאכט פון די מאדעס און פון די משוגע'נע סטאנדארטן.
אבער, און דער אבער איז ריייייזיג.
אויב מיין מאמע זעט א שיינע העמד פאר $7.95 וועט זי עס קויפן אפי' אויב עס איז פון ראלף לאורען, און אויב זי וועט טרעפן א סטרעטשי פאר אונטער צען דאלער וועט זי עס קויפן אפי' אויב עס האט אויף זיך די סימבאל פון א טייערע פירמע.

וואס איז ראנג מיט דעם אשכול איז, אז די אוסרים האלטן אז א איד וואס דרייווט אן אדעסי וועט גיין גלייך אין גיהנום, אפי' אויב ער האט זעקס קינדער און אלס די איינציגסטע מיניווען מיט 8 זיצן קומט עס אויס די ביליגסטע. די זעלבע מיט א פרוי וואס פירט א באגעבו ל"ע, אדער א קאפל וואס האט רח"ל אריינגעברענגט דעם טריפה'נעם טשיינע קלאזעט אין שטוב.

עס איז ריכטיג אז ליידער איז זייער שטארק (און אפי' זייער זייער זייער שטארק) איינגעפירט די משוגעת פון סטאנדארט; עס איז דא אסאך פרויען וואס קויפן אין די טייערסטע קליידונג געשעפטן און דוקא מעטשינג, און דאס אלעס פון געבארגטע געלט. עס איז דא פארלעך וואס קויפן פוירניטשער פאר וואס פראנץ יאזעף וואלט אויסגעזען דער שטאטס שלעפער. עס איז דא מענטשן וואס מאכן שמחות וואס פאקט איין אלע שמחות פון זייערע זיידעס צוואנציג דורות ארויף - צוזאמען - בעת וואס מען איז שולדיג אין גראסערי, בוטשער, ת"ת, סקול און ווי נישט, פלוס אלע גמח'ן אין שטאט.

די שאלה איז, מיינט דאס אז מ'טאר נישט טוען אזוי? מיינט דאס אז א יונגערמאן וואס איז גראדע נישט קיין גרויסער בעל פרנסה, אבער ער מוז האבן א קאר (צוליב זיין דזשאב וכדו'), מוז ער טאקע אויפזוכן אין דזשאנק יארד א סטעישן וועגן - און דוקא די ברוינע? טאר ער נישט קויפן דאס וואס איז די מערסטע צוגעפאסט פאר אים און זיין משפחה?

מיין מאמע זז"ג פלעגט אויך חוזק מאכן פון די באגעבו, ביז זי האט געהאט איר יונגסטן קינד (שוין עטליכע נאך נומער צען בליע"ה), און איר אלטן, אויסגעדינטן וועגעלע (נישט איר ערשטער) איז געגאנגען שלאפן. זי האט זיך אנגעהויבן נאכפרעגן ביי חבר'טעס און שכנ'טעס, און איז געגאנגען אזוי ווייט ווי געבארגט עטליכע מאדעלן צו זעהן וועלכער איז דער פראקטישסטער (!), און זי איז געקומען צו די החלטה אז די מערסט צוגעפאסטע קערידזש פאר איר וואלט געווען די באגעבו בי (עס איז געווען ווען די גרויסע באגעבוס זענען געווען אין סטייל אזוי אז סטאנדארט האט זיכער נישט געשפילט קיין ראלע). עס איז עקסטרעם לייכט און די הונטערשטע רעדער זענען אפן פון אונטן, וואס מאכט עס זייער געאייגנט ארויפצוטראגן טרעפ, עס איז קליין און קאמפעקט, עס לייגט זיך גרינג צאם ווען מ'דארף פארן ערגעץ, און עס האט זייער גוטע רעדער, וואס פארגרינגערט דאס שטופן אויף די בערגלעך פאר א אידענע אין די יארן.
און מיין טאטע האט איר געשטופט עס צו קויפן, וויבאלד דאס וועט אביסל פארגרינגערן פאר א אויסגעהארעוועטע אידישע מאמע מיט א שטוב מיט קינדער קע"ה אין אלע סטעידזשעס פון לעבן.

ניין. מיין טאטע וועט זיך 'נישט' קויפן קיין פרישטאג. מיין מאמע האט קיינמאל אין איר לעבן נישט געצאלט קיין $200 דאלער פאר א קלייד אדער אפי' נאנט דערצו (חוץ איר מחותנת'טע קלייד, וואס זי האט אויפגעזוכט א מוסטער וואס זי האט ליב און עס געטראגן צו א שניידערין וואס האט עס אויפגענייט פארהאלב פרייז, און זי איז געגאנגען מיט די זעלבע קלייד ביי אלע חתונות ביז היינט און האפט צו גיין דערמיט ווייטער ביז 120 פונקט ווי איר מאמע.)
אבער ווען עס מאכט זיך אמאל אן אויסנאם שווערן ווינטער און זי פילט ווי זי דארף פרישע כוחות, וועט מיין טאטע שליט"א זיין דער ערשטער איר צו שטופן צו נעמען א וואקאציע (אגב, מיין טאטע האט נאך כמעט קיינמאל נישט גענומען קיין וואקאציע. די איינציגסטע מאל אין זיין לעבן וואס ער איז ארויס פון דעם אמעריקאנעם קאנטינענט איז געווען ווען א קרוב האט אים געצאלט א טיקעט קיין אייראפע).

דאס איז וואס דער דעת תורה זאגט; אמת, צו טוען זאכן ווייל עס איז אין סטייל איז אן אומדערהערטע משוגעת, אבער זיך צוריקצוהאלטן פון א נויטווענדיגקייט ווייל עס איז גראדע פונקט אין סטייל איז פונקט אזא משוגעת.
לעצט פאראכטן דורך משהזוךמיר אום זונטאג פאברואר 19, 2017 4:52 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5006
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » זונטאג פאברואר 19, 2017 4:45 am

וויל זיין גוט האט געשריבן:
בן בוזי האט געשריבן:די פראבלעם דא איז דאך אז דער'עולם פירט זיך דאך ווי יעקב אבינו ע"ה ביי לבנ'ן (ומעשה אבות סימן לבנים), און ווען מ'זאל מאכן א חשבון וויפיל ס'קאסט א טשיינע קלאזעט פאר א אינג פארפאלק וועט זיך ארויס שטעלן אז עמיצער וואס מאכט חתונה קינדער טוט מעשה אבות נאר צוליב דעם טשיינע קלאזעט, וד"ל...

איך בין זייער פלאטשיג, איך פארשטיי נישט וואס יעקב אבינו האט געטוהן ביין לבן, און דער וד"ל צום סוף טשעפעט מיר זייער שטארק, ביטע זייט עס שנעל מסביר, יישר כח.
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

תגובהדורך פנחס בן חיים » זונטאג פאברואר 19, 2017 8:38 am

וועם מען רעדט פון אומפארשטענדליכע סטאננדערטן, רעדט מען פון טאג טעגליכע הוצאות, אדער פון יערליכע הוצאות וואס מענטשן וואס קענענן זיך עס נישט עפארדען ווערן געצווינגען דערצו.

הוצאות פון טייערע מלבושים וואס איז א כסדר׳דיג הוצאה, הוצאות ביי שמחות, הוצאות פון רייזען אויף די מקומות צו וואס מענער ווערן אדיקדעט, דאס זענענן זאכען וואס איז ווערט צו דעבאטירען.

איינמאליגע פארשטענדליכע הוצאות באלאנגט נישט אין די קאטאגאריע, למשל א באגאבו קערידזש איז עפעס וואס איז ווערט יעדע פעני פאר די פרויען משלנו וואס דרייווען נישט, עס איז בכלל נישט קיין הויכע סטאנדערט, נאר ענדערש א באקוועמליכקייט פאר די עקרת הבית.

א דיינוג רום איז א אידישע זאך, עס איז א וויכטיקייט פאר א אידישע שטוב.

הארדוואוד פלאר'ס, וואס איז בעסער און ביליגער??

הקיצור, לענ״ד איז דא אויף וואס צו האקען אויף סטאנדערט, אבער לענ״ד זענענן די משלים אינעם אשכול נישט ריכטיג.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5006
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » זונטאג פאברואר 19, 2017 12:26 pm

פנחס בן חיים האט געשריבן:וועם מען רעדט פון אומפארשטענדליכע סטאננדערטן, רעדט מען פון טאג טעגליכע הוצאות, אדער פון יערליכע הוצאות וואס מענטשן וואס קענענן זיך עס נישט עפארדען ווערן געצווינגען דערצו.

הוצאות פון טייערע מלבושים וואס איז א כסדר׳דיג הוצאה, הוצאות ביי שמחות, הוצאות פון רייזען אויף די מקומות צו וואס מענער ווערן אדיקדעט, דאס זענענן זאכען וואס איז ווערט צו דעבאטירען.

איינמאליגע פארשטענדליכע הוצאות באלאנגט נישט אין די קאטאגאריע, למשל א באגאבו קערידזש איז עפעס וואס איז ווערט יעדע פעני פאר די פרויען משלנו וואס דרייווען נישט, עס איז בכלל נישט קיין הויכע סטאנדערט, נאר ענדערש א באקוועמליכקייט פאר די עקרת הבית.

א דיינוג רום איז א אידישע זאך, עס איז א וויכטיקייט פאר א אידישע שטוב.

הארדוואוד פלאר'ס, וואס איז בעסער און ביליגער??

הקיצור, לענ״ד איז דא אויף וואס צו האקען אויף סטאנדערט, אבער לענ״ד זענענן די משלים אינעם אשכול נישט ריכטיג.

גראדע לדעתי איז א באגעבו יא אין די קאטעגאריע - ווען מ'קויפט עס ווייל עס איז אין כאטש מ'האט נאך א גוטן, כאטש אביסל אפגעריבענעם קערידזש פון פריערדיגן קינד. אבער אויב קויפט מען עס ווייל עסאיז ד ערשטע קינד (וואס דאן קויפן עס די עלטערן געווענליך - און זיי זענען מסכים דערויף) אדעק ווייל מ'דארף ממילא קויפן א קערידזש קויפט מען באקוועמע, גרינגע קערידזש איז עס גאר ווייט פון זיין אומפארשטענדליך.
Get your facts first, then you can distort them as you please.

יעקב צוקערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm

תגובהדורך יעקב צוקערמאן » זונטאג פאברואר 19, 2017 3:31 pm

חדשות האט געשריבן:
אויסגערעכנט האט געשריבן:איך צוריק קריכן צו וואס יאנטעף האט אנגעהויבן מיט די פארקעי, עס איז א שטיקל סטייל צו עס מאכן מאט (נישט גלאנציג), איינער פארשטייט דאס? אויב נישט גלאנציג לאז שוין ווי אזוי עס איז...

ווי איז פארשווינדען געווארען די פארקעי שלום בית אומפארשטענדליכע היימישע סטאנדארטן אשכול??


יא, עס איז פארשוואונדן געווארן, איך זוך עס אויך. עס איז מיר געווען א פלא אז עס איז אזוי אוועקגעפלויגן. די צרה איז אז די הנהלה דאהי איז אנאנים, קענסט זיי נישט פרעגן פאר קיין שום ערקלערונגען. די ביז יעצטיגע קריטעריעס פארשטיי איך, עס איז אסור צו שרייבן וועגן פאליטיק, לשון הרע, ח"ו אומערליכע רייד.
אבער וואס איז שלעכט מיט ווענטן אביסל וועגן דעם שלום בית.
טאר מען שוין נישט העצן אויף די נשים צדקניות. שווער צו פארשטיין. סיידן אז מען זאל אננעמען אז צווישן דעם מנהלים באורד געפונען זיך עטליכע נשים.
עניוועי
וועט מען עס לאזן אזוי.

יעקב צוקערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm

תגובהדורך יעקב צוקערמאן » זונטאג פאברואר 19, 2017 3:35 pm

דער פוינט מיינער, איז נאכאמאל, אז לפי דעתי, איז דער שולד אין דעם וואס מען מוז ספענדן מער וויפיל מען האט, די נשים, ווארום זיי האלטן נישט מיט מיט'ן בודזשעט, און זיי קענען זיך נישט איינהאלטן פון זייערע ספענדונגען אפילו ווען זיי ווייסן אז דער מאן האט נישט קיין געלט.

איך האב פונקט געזאגט א חבר מיינעם, אז איך האב געהערט עמיצן זיך אויסדרוקן, אז ער וואלט זיך ווען געוואונטשן אזא סארט פרוי וואס בעט נישט צו מאכן איבריגע הוצאות וואס זענען נישט אין זיין יכולת. זאגט ער מיר, דאס איז א חלום, נישטא אזא סארט פרוי אויף די וועלט. נישטא א פרוי אויף די וועלט וואס זאל זיך צוריקהאלטן פון שפענדן געלט בלויז אויפ'ן באזיס ווייל דער מאן האט נישט.

יעקב צוקערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm

תגובהדורך יעקב צוקערמאן » זונטאג פאברואר 19, 2017 3:38 pm

פארשטייט זיך, אז מען גייט צו די שלום בית לייט מיט אזא דילעמע, ווייסן זיי אז דער איינציגסטער וועג איז נאר משכנע זיין דעם מאן, ווארום בדרך הטבע קען מען קיין פרוי נישט טוישן, סיידן ווען דער מצב איז שוין אויפ'ן שוועל פון צוזאמבראך. דעריבער, זייער מהלך איז אלץ, צו געבן טעראפיע פאר'ן מאן, און אים איבערצייגן דורך מסביר זיין דעם נפש האשה מיט אלערליי הסברים אז ער דארף פאלגן און שפענדן. דאס איז דער מציאות. אדרבה, איך בין גרייט צו צאלן א הונדערטער, פאר דעם וועמען א שלום בית יועץ האט אים באוויזן צו איבערצייגן זיין פרוי נישט צו שפענדן פאר עפעס איבריגס. מען רעדט ווען מען איז זיך געקומען מתייעץ זיין איבער א גרעסערע הוצאה וואס די פרוי האט געוואלט אויסגעבן און דער מאן האט דערצו נישט געוואלט מסכים זיין.

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » זונטאג פאברואר 19, 2017 3:46 pm

שמעתי:
א קארגע ווייב איז א דריי פערטל פרנסה.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1753
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » זונטאג פאברואר 19, 2017 3:50 pm

:grin:
יעקב צוקערמאן האט געשריבן:פארשטייט זיך, אז מען גייט צו די שלום בית לייט מיט אזא דילעמע, ווייסן זיי אז דער איינציגסטער וועג איז נאר משכנע זיין דעם מאן, ווארום בדרך הטבע קען מען קיין פרוי נישט טוישן, סיידן ווען דער מצב איז שוין אויפ'ן שוועל פון צוזאמבראך. דעריבער, זייער מהלך איז אלץ, צו געבן טעראפיע פאר'ן מאן, און אים איבערצייגן דורך מסביר זיין דעם נפש האשה מיט אלערליי הסברים אז ער דארף פאלגן און שפענדן. דאס איז דער מציאות. אדרבה, איך בין גרייט צו צאלן א הונדערטער, פאר דעם וועמען א שלום בית יועץ האט אים באוויזן צו איבערצייגן זיין פרוי נישט צו שפענדן פאר עפעס איבריגס. מען רעדט ווען מען איז זיך געקומען מתייעץ זיין איבער א גרעסערע הוצאה וואס די פרוי האט געוואלט אויסגעבן און דער מאן האט דערצו נישט געוואלט מסכים זיין.


איך שפענד למעשה סיי וואס מיין בני בית באגערט אן ברויכן משכנע ווערן...
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5006
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » זונטאג פאברואר 19, 2017 3:51 pm

יעקב צוקערמאן האט געשריבן:דער פוינט מיינער, איז נאכאמאל, אז לפי דעתי, איז דער שולד אין דעם וואס מען מוז ספענדן מער וויפיל מען האט, די נשים, ווארום זיי האלטן נישט מיט מיט'ן בודזשעט, און זיי קענען זיך נישט איינהאלטן פון זייערע ספענדונגען אפילו ווען זיי ווייסן אז דער מאן האט נישט קיין געלט.

איך האב פונקט געזאגט א חבר מיינעם, אז איך האב געהערט עמיצן זיך אויסדרוקן, אז ער וואלט זיך ווען געוואונטשן אזא סארט פרוי וואס בעט נישט צו מאכן איבריגע הוצאות וואס זענען נישט אין זיין יכולת. זאגט ער מיר, דאס איז א חלום, נישטא אזא סארט פרוי אויף די וועלט. נישטא א פרוי אויף די וועלט וואס זאל זיך צוריקהאלטן פון שפענדן געלט בלויז אויפ'ן באזיס ווייל דער מאן האט נישט.

עס איז יא דא. איך אליין קען עטליכע (מיין מאמע, שוויגער, ווייב און געשוויסטער.)
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר האלף
תגובות: 1168
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » זונטאג פאברואר 19, 2017 4:34 pm

מעג מען אויך רעדן פון סטאנדארטן וואס זענען לאו דוקא טייער, נאר סתם מאדענע ?
וואס איז דער משוגעת סטאנדארט צו שיקן אינוויטעישאנס פאר א שמחה פאר אלע נאנטע קרובים, ווי אייגענע טאטע מאמע, זיידע באבע, אייגענע קינדער, געשוויסטער און נאנטע חברים בפרט אזעלכע וואס א טעקסט איז זיי בעסער און גרינגער? אזוי דארף מען זוכן ווייניגער אדרעסן, דרוקן ווייניגער אינוויטעשינס וואס גייט גלייך אין מיסט (דאס מיינט געשפענדעט געלט אין מיסט!) און קויפען ווייניגער סטעמפס. און אויך שיקט מען פאר א דריטע קאזן אין אוסטראליע און א פערטע קאזן אין מאנשעסטער אדער א חבר פון ישיבה גדולה אין ארגענטינא, כאילו זיי גייען טאקע קומען צי די שמחה..... מטראכט ביי זיך כאטשיק זאלען זיי וויסן אז איך מאך שוין חאסענע.....

בכלל דער משוגעת צו מאכען געפאטשקעטע אינוויטעשיאנס מיט גלאנציגע ארויסגעשטעקטע אותיות אויף טייערע לינען פאפיר כאילו ראטשילד רופט דא צאם פאר א מיטינג, פארקלעבט מיט באלי מזל טוב סטיקערס וואס מען דארף א מעסער זיי אויצושניידען.

גייט דאס אריין אין די כלל פון נארישע סטאנדארטען ?

לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובהדורך לאלתר לחיים » זונטאג פאברואר 19, 2017 4:50 pm

משהזוךמיר האט געשריבן:
יעקב צוקערמאן האט געשריבן:דער פוינט מיינער, איז נאכאמאל, אז לפי דעתי, איז דער שולד אין דעם וואס מען מוז ספענדן מער וויפיל מען האט, די נשים, ווארום זיי האלטן נישט מיט מיט'ן בודזשעט, און זיי קענען זיך נישט איינהאלטן פון זייערע ספענדונגען אפילו ווען זיי ווייסן אז דער מאן האט נישט קיין געלט.

איך האב פונקט געזאגט א חבר מיינעם, אז איך האב געהערט עמיצן זיך אויסדרוקן, אז ער וואלט זיך ווען געוואונטשן אזא סארט פרוי וואס בעט נישט צו מאכן איבריגע הוצאות וואס זענען נישט אין זיין יכולת. זאגט ער מיר, דאס איז א חלום, נישטא אזא סארט פרוי אויף די וועלט. נישטא א פרוי אויף די וועלט וואס זאל זיך צוריקהאלטן פון שפענדן געלט בלויז אויפ'ן באזיס ווייל דער מאן האט נישט.

עס איז יא דא. איך אליין קען עטליכע (מיין מאמע, שוויגער, ווייב און געשוויסטער.)

Agree with you

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » זונטאג פאברואר 19, 2017 5:04 pm

דניאל אויערבאך האט געשריבן:
בכלל דער משוגעת צו מאכען געפאטשקעטע אינוויטעשיאנס מיט גלאנציגע ארויסגעשטעקטע אותיות אויף טייערע לינען פאפיר כאילו ראטשילד רופט דא צאם פאר א מיטינג, פארקלעבט מיט באלי מזל טוב סטיקערס וואס מען דארף א מעסער זיי אויצושניידען.

גייט דאס אריין אין די כלל פון נארישע סטאנדארטען ?

קען זיין ס'פאראן אזוינע משוגעים, אבער טרייב ביטע נישט איבער, קיין סטענדערט איז עס ב"ה נשט
און בד"וו, אינוויטעישאן איז נאך לעת עתה פון די קלענסטע הוצאות ביים חתונה מאכן, נישט דארט שטעקט די לאך

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר האלף
תגובות: 1168
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » זונטאג פאברואר 19, 2017 5:39 pm

כ'האב געמאכט א הקדמה אז איך רעד פון א סטאנדארט לאו דווקא א גרויסע הוצאה, סתם משוגעת'ן איז אויך א משוגעת אפי' אביליגע, אבער שוין אז דו זאגסט אזוי.....

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » זונטאג פאברואר 19, 2017 5:46 pm

דניאל אויערבאך האט געשריבן:כ'האב געמאכט א הקדמה אז איך רעד פון א סטאנדארט לאו דווקא א גרויסע הוצאה, סתם משוגעת'ן איז אויך א משוגעת אפי' אביליגע, אבער שוין אז דו זאגסט אזוי.....

אלס משוגעת? ס'האט גראדע א הסבר, נאך אלעם האב איך הנאה ווען כ'עפן דעם פאסט קעסטל און איך קריג א הזמנה פון איינעם א באקאנטן מיינער וועלכער האט מיך אינזין, ס'איז א גוטע געפיל, כאטשע איך וועל זיכער צו די חתונה נישט גיין
נו, אז ס'קאסט נישט אזויפיל געלט, פארוואדזשע נישט, זאל זיין אזוי

קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 569
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

תגובהדורך קאזאבלאנקא » זונטאג פאברואר 19, 2017 5:54 pm

Kosher Travel האט געשריבן:שמעתי:
א קארגע ווייב איז א דריי פערטל פרנסה.


א קארגע ווייב, אויף אלע גוים

א שפארזאמע ווייב, א ברכה אין שטוב

זיבען און אייכציג
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 9:34 am

תגובהדורך זיבען און אייכציג » זונטאג פאברואר 19, 2017 7:37 pm

יעקב צוקערמאן האט געשריבן:פארשטייט זיך, אז מען גייט צו די שלום בית לייט מיט אזא דילעמע, ווייסן זיי אז דער איינציגסטער וועג איז נאר משכנע זיין דעם מאן, ווארום בדרך הטבע קען מען קיין פרוי נישט טוישן, סיידן ווען דער מצב איז שוין אויפ'ן שוועל פון צוזאמבראך. דעריבער, זייער מהלך איז אלץ, צו געבן טעראפיע פאר'ן מאן, און אים איבערצייגן דורך מסביר זיין דעם נפש האשה מיט אלערליי הסברים אז ער דארף פאלגן און שפענדן. דאס איז דער מציאות. אדרבה, איך בין גרייט צו צאלן א הונדערטער, פאר דעם וועמען א שלום בית יועץ האט אים באוויזן צו איבערצייגן זיין פרוי נישט צו שפענדן פאר עפעס איבריגס. מען רעדט ווען מען איז זיך געקומען מתייעץ זיין איבער א גרעסערע הוצאה וואס די פרוי האט געוואלט אויסגעבן און דער מאן האט דערצו נישט געוואלט מסכים זיין.


וואס איז דיין ווייטאג אויף די יועצים? דו זאגט דאך אז טוישען די פרויען איז נישט מעגליך און איבערעדן די מאן קען ארבעטען. איז דאך זייער גוט אז מ'רעדט איבער די מענער. נו, וואס ווילסטו מ'זאל זיך גט'ן?

בד''וו, די ארגענעזאציע מסילה איז שטארק בייהילפיג פאר פארפעלקער אוועקצושטעלן א בודזשעט -אויסגעארבעט אינאיינעם מיט די מאן און פרוי.
די ביסט אסאך שטערקער פין די אינטערנעט. ווער נישט אינטעמעדירט.

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » זונטאג פאברואר 19, 2017 8:16 pm

קאזאבלאנקא האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:שמעתי:
א קארגע ווייב איז א דריי פערטל פרנסה.


א קארגע ווייב, אויף אלע גוים

א שפארזאמע ווייב, א ברכה אין שטוב

I stand corrected
:P
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

פון יעצט
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 08, 2016 8:10 am
לאקאציע: כ'ווייס נישט וואו כ'בין כ'ווייס אבער וואו כ'וויל אנקומען

תגובהדורך פון יעצט » דינסטאג פאברואר 21, 2017 12:13 am

כ'ווייס ס'באלאנגט נישט דא אבער אז מ'האט עס אויפגעברענגט וועל איך דא רעספאנדען

זייער אפט זענען קינדער צודרייט און ווילן דאס און יענץ, ווען למעשה ברויכן זיי נאר אביסל עסן\שלאפן\אויפמערקזאמקייט

די זעלבע איז מיט פרויען.
זיי האבן די קללה וְאֶל־אִישֵׁךְ֙ תְּשׁ֣וּקָתֵ֔ךְ וְה֖וּא יִמְשָׁל־בָּֽךְ און ווייסן נישט וואס ס'פעלט זיי. זיי שפירן נאר עפעס א געברויך און פרובירן עס צו שטילן.

אז דער מאן כאפט באצייטנס וואס גייט פאר (נאך בעסער אויב ס'קומט אינגאנצן נישט דערצו) איז דאך גוט. טאמער נישט פאנגט זיך אן א "טענו לו בחיטים והודו לזכר קדשו" סיטואציע

זי שרייט: אייביג, קיינמאל, וכו' (פיל אין דזע בלענקס)

דער מאן האט באמת נישט קיין השגה וואס זי וויל פון זיין לעבן האבן. ער פרובירט דאך אזוי שטארק זי זאל זיין צופרידן, און דא גייט איר נישט אן זיין געלט, כח, פרעסטיזש. זי וויל נאר דאס און יענץ, און שרייט נאך אז ער קערט נישט פאר איר

דער אמת איז. זי ברויך אביסל אויפמערקזאמקייט (צומאל מער ווי אביסל אבער ס'איז נאך אלץ ווערט)
זי ברויך די אויפמערקזאמקייט אויף איר וועג. נישט קיין בחור'ישע, מענערישע אדער סיי וועלכע אנדערע אופן וואס אינטערעסירט איר נישט

א (גוטער) יועץ וועט זעהן אז זיי זאלן ביידע פארשטיין וואס גייט דא באמת פאר און אלע פראבלעמען וועלן אטאמאטיש אוועקפאלן

כ'ווייס נישט וויפיל כ'מעג נאך גיין וועלעכמער אפשטעלן דא

אגב. א חכם האט געזאגט: געלט ענינים (חוץ עקסטרעמע פעלער) צושטערן נישט קיין עקזיסטירנדע שלום בית. אויב געלט איז א שטער האבן זיי קיין שלום בית נישט געהאט

וויל זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

תגובהדורך וויל זיין גוט » דינסטאג פאברואר 21, 2017 12:29 am

'פון יעצט' זייער גוט געשריבן
ער איז אזוי 'ביזי' אין זיין ביזנעס, אז ער האט נישט קיין צייט צו מאכן געלט

פון יעצט
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 08, 2016 8:10 am
לאקאציע: כ'ווייס נישט וואו כ'בין כ'ווייס אבער וואו כ'וויל אנקומען

תגובהדורך פון יעצט » דינסטאג פאברואר 21, 2017 12:42 am

יישר כח פארן קאמפלימענט

דער ענין (פון מענטשן'ס געברויכן) איז זייער ברייט און כ'האב אסאך צו שרייבן ועוד חזון

אגב. איך וועל אפרישיעטן סיי וועלכע קריטיק. סיי אויף די גראמאטיק און סיי אויפן תוכן


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 20 געסט