מעג מען לערנען א שווער דרך ארץ?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

cravenwalk
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 27, 2017 4:12 pm

מעג מען לערנען א שווער דרך ארץ?

תגובהדורך cravenwalk » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 10:49 pm

שפאציר איך אויפן גאס הער איך ווי מוהרר ר' ברוך שרייט אן קיין בושה אויפן גאס, אריין אין זיין בלא טאט בלעײז, איך פארשטיי נישט, דיין ווייב האט מיך גערופן איך זאל אנרופן פרעגן ביים טרעבל אגענט א גוטן פרייז פאר א טיקעט אין דא ריף איך זי צוריק אויפן סעלל, און דער היים, און אין די ארבעט און זי הייבט נישט אויף? וואסערע הפקרות אין חצפה איז דאס. עד כאן המעשה.
דער מעשה קומט אין קעפיטאל לעטטערס נישט סתם געזאגט נאר געשריגן .
נעבעך וואס איז דער איידעם שילדיג.
אבער פרעגט זיך דער קשיא מעג א איידעם אופקלערן א שווער אז מע רעדט נישט אזוי און מע דארף שולט זיין אופן מדת הכעס? ביי עלטערען איז דאך די הלכה אז אפילו זרקו ארנוקה מלאה מעות לים דארף מען זיך פארמאכן דאס מויל. איז כבוד חמיו אויך אין דער גדר?

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 10:54 pm

נאך א מזל האסט נישט געמאכט קיין אנקעטע ווייל אויב יא וואלטען אפאר שווער און איידימער אפגעצויגע פון דא מיט בושות.
אבער אונז פארלאז מיר זיך אויף הרב שיף הרב נאדלער מיט הרב גאלדמאן - קרעדיט צל עובר

אוועטאר
טיפיקעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 2:32 pm

תגובהדורך טיפיקעל » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 11:39 pm

ממה נפשך, צאלט ער פאר די טיקעטס וואלט איך אים געראטן צו שלינגען, צאלט ער נישט, דאן איז ער מסתמא נערוועז געווארען נאר פון דעם פאקט אז זי קען נישט אליין אויפהייבען דעם טעלעפאן צום אגענט

בר דעת
שר חמש מאות
תגובות: 712
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 25, 2011 1:00 pm

תגובהדורך בר דעת » מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 12:07 am

cravenwalk האט געשריבן:שפאציר איך אויפן גאס הער איך ווי מוהרר ר' ברוך שרייט אן קיין בושה אויפן גאס, אריין אין זיין בלא טאט בלעײז, איך פארשטיי נישט, דיין ווייב האט מיך גערופן איך זאל אנרופן פרעגן ביים טרעבל אגענט א גוטן פרייז פאר א טיקעט אין דא ריף איך זי צוריק אויפן סעלל, און דער היים, און אין די ארבעט און זי הייבט נישט אויף? וואסערע הפקרות אין חצפה איז דאס. עד כאן המעשה.
דער מעשה קומט אין קעפיטאל לעטטערס נישט סתם געזאגט נאר געשריגן .
נעבעך וואס איז דער איידעם שילדיג.
אבער פרעגט זיך דער קשיא מעג א איידעם אופקלערן א שווער אז מע רעדט נישט אזוי און מע דארף שולט זיין אופן מדת הכעס? ביי עלטערען איז דאך די הלכה אז אפילו זרקו ארנוקה מלאה מעות לים דארף מען זיך פארמאכן דאס מויל. איז כבוד חמיו אויך אין דער גדר?


פעלט דיר נישט ביי אז ער שרייט גאר אויף זיין שווער? וואס פאר א גוט יאר מאכט די שוויגער משוגע דעים איידעם וועגן טיקעטס, הא?

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 8:32 am

די מעשה סאונד נעבעך ווי א "כאן מצא בעל חוב מקום לגבות חובו"! ס'דאך פאקטיש זיין טאכטער (נישט ווי ער זאגט דארט "דיין ווייב"...), און נעבעך אלע יארן פלעגט ער זיך עסן אין זיך אליין איבער זיין טאכטער'ס איגנארענס/שלימזלות. והי' ער האט זיך געקויפט אן איידעם פאר 50 אלפים (אדער וויפיל ס'האט אים געקאסט די חתונה...), וויל ער כאטש האבן די בענעפיט/פלעזשור פין זיך אויסגעבן די כעס/ווייטאג אויף עמיצן... כן יש לומר בדרך אפשר.

און אזא צייט קען דער איידעם אדער זאגן פאר זיין שווער מיט די מערסטע איינגעהאלטענקייט און די שענסטע שפראך, אז ער האט נישט חתונה געהאט צו מחנך זיין "זיין טאכטער"... אדער נאך בעסער, זיין א 'בולם פיו בשעת מריבה' און זיך אויסבעטן אלעס גוטס...

אדער... אפשר איז עס טאקע נישט געווען א שווער מיט אן איידעם, דארף מען וויסן וואס די רילעישאנשיפ איז יא, צו קענען שפינען די 'מארעל אוו דע סטארי'...

#סעעד
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3838
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 11:36 am

און מיינע געדאנק איז א שווער ניט קיין שום רעכטן צי ווערן גילערינט דרך ארץ פין א איידעם
...

אוועטאר
נערישער אינגרמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2016 11:11 am

תגובהדורך נערישער אינגרמאן » מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 11:53 am

איך קלער אז די גאנצע שאלה איז להלכה ולא למעשה, קודם דארף מען דן זיין אויב ס'בכלל שייך צו לערנען דעם שווער, און אפילו מ'וועט אננעמען אז יא, קומט אריין די שוויגער וואס פגיעתן רע.....
איוולת אדם תסלף דרכו ועל ה יזעף לבו (משלי י"ט ג')

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3934
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 3:02 pm

די כלל איז 'עם עקש תתפתל' חוץ ביי א טאטע מאמע ווי ס'איז דא מצות כיבוד אב ואם. פון א שווער / שוויגער דארף מען זיך נישט לאזן שפייען אין פנים. פארשטייט זיך אז אין א פאל ווי די שווער לאזט זיך קאסטן פאר'ן איידעם און טוט מער ווי ער דארף, און אמאל האט ער א שוואכע מינוט, דארף מען שלינגן.
וכל ערום יעשה בדעת

אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

תגובהדורך וואס א חילוק » מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 3:42 pm

צום קעפל: יא און עס לוינט זיך

(איך רעד פון עקספיריענס פון מיר און נאך אסאך פון מיינע חבירים..)
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 4:05 pm

וואס א חילוק האט געשריבן:צום קעפל: יא און עס לוינט זיך

(איך רעד פון עקספיריענס פון מיר און נאך אסאך פון מיינע חבירים..)

נוסח ברסלב....
[דער שווער איז צען מניעות, און זיין טאכטער איז הונדערט מניעות...]

אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

תגובהדורך וואס א חילוק » מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 4:16 pm

ראספשע האט געשריבן:
וואס א חילוק האט געשריבן:צום קעפל: יא און עס לוינט זיך

(איך רעד פון עקספיריענס פון מיר און נאך אסאך פון מיינע חבירים..)

נוסח ברסלב....
[דער שווער איז צען מניעות, און זיין טאכטער איז הונדערט מניעות...]

;l;p- :lol:
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 4:19 pm

דו פרעגסט 'וואס א חילוק', שוין איינמאל א חילוק...
סי'ז קייגן די הלכה פסוקה אין שולחן ערוך יו"ד סי' ר"מ סעי' כ"ד, ויש שני דיעות אם החיוב הוא ככבוד אביו ממש או פחות מזה (עי' ב"ח וש"ך שם)..., וצריך לשאול המורה ככל שאלות בהלכה

Bookkeeper
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 12:45 pm

תגובהדורך Bookkeeper » דאנארשטאג סעפטעמבער 07, 2017 10:46 am

צום קעפל: ניין

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » דאנארשטאג סעפטעמבער 07, 2017 5:16 pm

צ"ק: איך האב נישט אויף וואס צו לערנען מיין שווער ד"א...


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט