קערעסטירער טאג בוך

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1947
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 5:42 pm

ווייטערדיגע באריכטען גענומען פון דא:
צוגעלייגטע
פארבלאט.jpg
פארבלאט.jpg (62.01 KiB) געזעהן 453 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1947
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

אקטיוויטעטן אין רבי ישעי'לעס הויז

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 5:43 pm

נאטיצן און באריכטן מהיכלא דמלכא, "רבי ישעי'לעס הויז" אין שטאט קערעסטיר אונגארן יצ"ו, אנגעפירט דורך די בארימטע "הכנסת אורחים קערעסטיר", אין שפיץ פון משפחת רובין שליט"א נכדי רבי ישעי'לע זי"ע, ליינט און האט הנאה.

בס"ד

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2592
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 5:44 pm

אורחים בורחים דורכים האט געשריבן:ליינט און האט הנאה.

בס"ד

וואס זאל מען ליינען?

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1947
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 5:49 pm

פרשת דברים


זונטאג:

טראץ וואס עס איז די ניין טעג, האט די הייליגע הויז געפיבערט מיט א אנגעפולטע וואך, דורך מערערע אורחים וואס זענען געפארן צו/פון בישטינא, בראשות פילע רבנים ואדמורי''ם נכדי להרה"ק רבי מרדכילע מנדבורנא זי"ע, וואס איז מקובל ביי די איינקלעך אז דער הייליגער ר"ר מרדכי'לע זי"ע האט געזאגט דאס "ווער עס דארף א ישועה זאל קומען צו אים אין די 9 טעג," האט מען זיך אפגעשטעלט אין קערעסטיר לפקוד את ציון קודשו של רביה"ק ר' ישעי'לע זי"ע ולבקר בהיכלו "ר' ישעי'לעס הייליג הויז", וואס ווי באקאנט איז געוועהן א שטארקער קשר און א חיבה יתירה פון ר"ר מרדכי'לע זי"ע צום רבי'ן ר' ישעי'לע, כמבואר באריכות בספר "מופת הדור" תולדות ממרן רביה"ק ר' ישעי'לע זי"ע פרק ד' "וישימו עליו המשרה" עמ' סב.


די עסקנים אינעם הייליגן הויז האבן ערווארטעט אויף פארנאכטס די גרויסע גרופע פון חסידי קרעטשניף סיגעט וואס זענען געווען אויפן וועג צוריק פין בישטינא, אבער אזוי ווי מ'האט געשפעטיגט ביים גרעניץ האט מען איינגעפאקט די סעודות און מען האט זיי עס אפגעשיקט אויף צו עסן אינטערוועגנס, אבער מען געהאט די זכי' און כבוד מקבל פנים צו זיין ביותרת הכבוד כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א וואס איז געבליבן וויילן אינעם הייליגן הויז אינאיינעם מיט בנו הרה''צ רבי יחזקאל שליט''א רב ביהמ''ד קרעטשניף סיגעט וומ''ס.



כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א אין הייליגן הויז
צוגעלייגטע
unnamed (1).jpg
unnamed (1).jpg (45.69 KiB) געזעהן 442 מאל
unnamed (2).jpg
unnamed (2).jpg (54.32 KiB) געזעהן 442 מאל
unnamed (5).jpg
unnamed (5).jpg (66.51 KiB) געזעהן 442 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1947
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 5:51 pm

מאנטאג:

פארטאגס איז פארגעקומען א מנין שחרית כוותיקין בראשות כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א.

פארנאכט'ס איז אנגעקומען א ליטווישע ישיבה פון מאנטשעסטער "ישיבה לצעירים" אינאיינעם מיט דעם ראש הישיבה הרב יוסף בראנדייס שליט''א, וואס האבן געדאווענט מעריב און אפגעראכטן א סעודה בשבת אחים.

כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א בתפילת שחרית און ביים ציון הק'
צוגעלייגטע
unnamed (3).jpg
unnamed (3).jpg (49.52 KiB) געזעהן 438 מאל
unnamed (4).jpg
unnamed (4).jpg (58.39 KiB) געזעהן 438 מאל
unnamed (6).jpg
unnamed (6).jpg (60.29 KiB) געזעהן 438 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1947
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 5:53 pm

דינסטאג:

צופרי איז געוועהן א מנין ותיקין דורך כ"ק אדמו"ר מ'קרעטשניף סיגעט שליט"א און נאך שחרית האט זיך די רבי שליט"א געזעגענט און צוריק געקערט למעון קודשו מיט פילע השפעות און נאכדעם האבן זיך געשטעלט נאך מנינים שחרית און עס איז געווען זייער א פארנומענע טאג מיט הונדערטער אורחים כ"י.

ביינאכט איז אנגעקומען עטליכע גרעסערע גרופעס, ווי אויך א גרויסע קבוצה פון קרית יואל, קינדער און אייניקלעך פון הגה''צ רבי ברוך מיללער זצ''ל לאנגיעיריגער ראש הכולל אין קרית יואל. די געסט זענען סערווירט געווארן מיט א פליישיגע סעודה לרגל סיום מסכת תענית שע"י חבורת יסודי התורה דק"ק סאטמאר.

שחרית מנחה מעריב איבער'ן טאג
צוגעלייגטע
unnamed (7).jpg
unnamed (7).jpg (59.01 KiB) געזעהן 430 מאל
unnamed (9).jpg
unnamed (9).jpg (49.8 KiB) געזעהן 430 מאל
unnamed (8).jpg
unnamed (8).jpg (41.73 KiB) געזעהן 430 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1947
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 5:56 pm

שיקט א קוויטל קיין קערעסטיר 24 שעה אין טאג


דרוקט דא:
www.kerestir.com

קוויטל 1.PNG
קוויטל 1.PNG (265.55 KiB) געזעהן 425 מאל



קוויטל 2.PNG
קוויטל 2.PNG (314.02 KiB) געזעהן 425 מאל



קוויטל 3.PNG
קוויטל 3.PNG (447.62 KiB) געזעהן 425 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1947
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 5:57 pm

שפעט ביינאכט נאך חצות הלילה האט מען מקבל פנים געווען ביותרת הכבוד כ"ק אדמו''ר מ'קרעטשניף ירושלים שליט''א מיט א גרויסע קבוצה חסידים, עס איז צוגעגרייט געווארן א גרויסע סעודה ווי דער רבי שליט"א האט מיסב געווען בראש העדה, און האט משמיע געווען דברות קודש.



כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף ירושלים שליט"א
צוגעלייגטע
unnamed (10).jpg
unnamed (10).jpg (45.89 KiB) געזעהן 422 מאל
unnamed (11).jpg
unnamed (11).jpg (42.64 KiB) געזעהן 422 מאל
unnamed (13).jpg
unnamed (13).jpg (47.76 KiB) געזעהן 422 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1947
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דינסטאג אוגוסט 27, 2019 2:43 pm

מיטוואך:

פארטאגס איז ערשינען אינעם הייליגן הויז א גרופע אבריכם נגידים מקהל יטב לב סאטמאר וויליאמסבורג, מען האט געדאווענט שחרית כוותיקן, און עס איז סערווירט געווארן א ברייטע פת שחרית לכבוד די אורחים.

דאן איז געווען נאך א מנין שחרית, און איבערן טאג איז געווען א פלייץ פון צענדליגע געסט, ובתוכם הרב ברוך יונגער שליט''א רב ביהמ''ד "בית שמעון" אנטווערפן און האמו"ר מ'מעזשיבוש שליט"א מארה"ק (קומענדיג פון בישטנא מציון זקינו הק' מנודבורנא זי"ע). עס איז געווען עטליכע מנינים למנחה ומעריב.

די מיטוואך'דיגע פארקער אין טאג
צוגעלייגטע
unnamed (14).jpg
unnamed (14).jpg (78.02 KiB) געזעהן 389 מאל
unnamed (12).jpg
unnamed (12).jpg (44.19 KiB) געזעהן 389 מאל
Kerestir8_22_19__23_.jpg
Kerestir8_22_19__23_.jpg (31.93 KiB) געזעהן 389 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1947
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דינסטאג אוגוסט 27, 2019 2:49 pm

דאנערשטאג:

צופרי איז געוועהן 2 מנינים שחרית בתוכם א חבורה פון ישיבת מיר ירושלים עיה"ק, אינמיטען טאג איז געוועהן 3 מנינים מנחה בליעה"ר, פארנאכט'ס האט מען אויפגענומען 2 באזונדערע חבורות געפירט דורך "דרכי ישרים", אין די מיטאג שעות האט מען געהאט די זכיה אויפצונעמען כ''ק אדמו''ר מ'זוטשקא אמסנא שליט''א על ישראל הדרתו בבני ברק וועלעכע איז געקומען אין באגלייטונג מיט א ציבור פון איבער 60-70 אידן חסידים ואנשי מעשה, זייענדיג אויפן וועג צוריק פין בישטינא, צום ערשט האט די רבי שליט"א געפראוועט א מסיבת לחיים און משמיע געוועהן דברות קודש, נאכדעם איז די גאנצע ציבור אריין בחדרת קודש אין הייליגען קוויטעל שטוב שרייבען קוויטלעך במשכן קודש איידער ארויף גיין לציון המציונת קודש הקדשים פון הייליגען רבי'ן ר' ישעי'לע, -עס איז געוועהן א מחזה הוד צו מיטהאלטען ווי הונדערטער אידן חסידי של אדמו"ר'ים נכדי הרה"ק מ'נדבורנא זי"ע, ובתוכם כמה וכמה נכדי הרה"ק הנ"ל זי"ע, האבען באלאגערט די הייליגע הויז און די ציון הק' איבער די 9 טעג, און מען האט מתפלל געוועהן ווי מען האט זיכער אויסגעפועלט אלעס גוטס לנו ולכל ישראל , און בע"ה עס איז געוועהן צוגעשטעלט על צד היותר טוב לשביעת רצון פון די הונדערטער אידן ווי מען הערט כסדר צוריק גוטע גריסען בע"ה.



כ"ק אדמו"ר מזוטשקא אמסנא שליט"א
צוגעלייגטע
unnamed (15).jpg
unnamed (15).jpg (43.07 KiB) געזעהן 381 מאל
unnamed (16).jpg
unnamed (16).jpg (46.82 KiB) געזעהן 381 מאל
unnamed (17).jpg
unnamed (17).jpg (44.88 KiB) געזעהן 381 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1947
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דינסטאג אוגוסט 27, 2019 2:52 pm

כ"ק אדמו"ר מזוטשקא אמסנא שליט"א ביים עבודת הקודש -בחדרת קודש- און שרייבען א קוויטל במקום הקודש "דאס הייליגע קוויטל שטוב" איידער'ן ארויף גיין לציון המציונת קודש הקדשים פון הייליגען רבי'ן ר' ישעי'לע זי"ע
צוגעלייגטע
unnamed (18).jpg
unnamed (18).jpg (44.45 KiB) געזעהן 379 מאל
unnamed (19).jpg
unnamed (19).jpg (40.8 KiB) געזעהן 379 מאל
unnamed (20).jpg
unnamed (20).jpg (39.68 KiB) געזעהן 379 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1947
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דינסטאג אוגוסט 27, 2019 2:53 pm

אידן שרייבן קוויטלעך אין קוויטל שטוב
צוגעלייגטע
unnamed (21).jpg
unnamed (21).jpg (37.53 KiB) געזעהן 379 מאל
unnamed (22).jpg
unnamed (22).jpg (44.46 KiB) געזעהן 379 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1947
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 2:49 pm

עש"ק-שב"ק:

שבת חזון איז געוועהן זייער א דערהויבענער שבת, מיט א ציבור אידען פון קרית יואל אייניקלעך פון הגה''צ רבי קלמן אליעזר עקשטיין זצ''ל גאב''ד בואענס איירעס ארגענטינא, די תפילות, די סעודות, און ביי שלש סעודות האט מען געזינגען ביז'ן זמן ניגוני געגועים מענין גלות וגאולה.


ליל תשעה באב

ביים זמן מוצאי שבת האט מען געדאווענט מעריב און געמאכט די ברכה בורא מאורי האש און דערנאך האט מען זיך געזעצט אויף די ערד, איכה האט פארגעזאגט הרב שמואל עקשטיין שליט"א מו''ל ספרי ליקוטי אורה מרביה''ק מ'סאטמאר זי''ע דערנאך האט מען פארגעלערנט מדרש איכה.



ביים זאגן איכה
צוגעלייגטע
unnamed (24).jpg
unnamed (24).jpg (53.38 KiB) געזעהן 192 מאל
unnamed (23).jpg
unnamed (23).jpg (48.94 KiB) געזעהן 192 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1947
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 2:50 pm

.
צוגעלייגטע
בית רבינו.jpg
בית רבינו.jpg (151.99 KiB) געזעהן 192 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1947
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 2:51 pm

פרשת ואתחנן


זונטאג - תשעה באב:

צופרי האט זיך געשטעלט די מנין שחרית מיט קינות געענדיגט בערך ביי חצות עס איז געווען 2 מנינים מנחה אינמיטן טאג, עס זענען אויך געקומען עטליכע אידען וואס זענען געווען אין דעברעצין אויף שבת, און נאך מעריב איז געוועהן צוגעגרייט א רייכע אויספאסטען און נאכדעם האט מען געמאכט קידוש לבנה.



תפילת שחרית וקריאת התורה ביום תשעה באב
צוגעלייגטע
unnamed (25).jpg
unnamed (25).jpg (42.19 KiB) געזעהן 191 מאל
unnamed (26).jpg
unnamed (26).jpg (52.61 KiB) געזעהן 191 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1947
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 2:52 pm

די געטרייע קעכער ר' אברהם אבא גרינבוים הי"ו ביים צושטעלען די אויספאסטען
צוגעלייגטע
Kerestir8_22_19__28_.jpg
Kerestir8_22_19__28_.jpg (42.67 KiB) געזעהן 189 מאל
Kerestir8_22_19__31_.jpg
Kerestir8_22_19__31_.jpg (60.13 KiB) געזעהן 189 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1947
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 2:53 pm

קידוש לבנה מוצאי תשעה באב
צוגעלייגטע
unnamed (27).jpg
unnamed (27).jpg (52.24 KiB) געזעהן 188 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1947
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 2:56 pm

מאנטאג:

צופרי איז געוועהן א מנין ותיקין דורך די שובתי שב"ק הנ"ל משפחת עקשטיין החשובה, און אינמיטען טאג איז געוועהן עטליכע אידן וואס זענען געקומען פון לובלין מציון הק' לרגל הילולת הרה"ק מ'לובלין זי"ע ווי מען האט זיך געשטעלט א מנין מנחה און ארויף לציון הק' און דערנאך צוריקגעקומען צום הייליגען הויז און סועד געווען א סעודת ערב, און בזמן ר"ת זיך געשטעלט מעריב און געבליבען אויף לינת לילה.

פריער אינמיטען טאג האט מען אויפגענומען הרה"ג ר' יוסף מאיר שווארץ שליט"א דומ"ץ מישקאלץ, בן הגה"צ ר' אברהם יונה שווארץ שליט"א, אב"ד קהל חסידים ווינא, וועלעכע איז געקומען לחצר הקודש וויילען פאר עטליכע טעג כדי צו פארענדיגען די אוהל הק' פון הרה"ק בעל יגל יעקב זצ"ל מנוח"כ בעיר מישקאלץ הסמוכה, און מען האט זיך געשטעלט נאך א מנין מעריב און טועם געוועהן מילי דמזון נאכען טילטול הדרך.

מאנטיג שחרית אין הייליגען קוויטל שטוב
צוגעלייגטע
unnamed (28).jpg
unnamed (28).jpg (79.22 KiB) געזעהן 186 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1947
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 2:57 pm

דינסטאג:

צופרי איז געוועהן א מנין שחרית דורך די לובלין'ער חבורה און די אידן וואס האבען גענעכטיגט, נאכמיטאג איז געקומען א חבורה מתלמידי ישיבת "שער התורה" - לעיקוואוד בראשות רמ''י הישיבה ה"ה הרב אליעזר פאשקעס שליט"א, הרב חיים פריעדמאן שליט"א און הרב אלעזר ווייס שליט"א, עס איז געוועהן צוגעשטעלט א גרויסע סעודה ווי עס האט אויפגעטרעטן הרב אליעזר פאשקעס שליט"א נכד הרה''ח ר' שלמה ענגעל ז"ל ווי ער האט פארציילט פון זיין זיידע הרה"ח הנ"ל הי"ד בשייכות עם רביה"ק ר' ישעי'לע זי"ע, איבער'ן טאג איז געוועהן א ריזען ציבור בליעה"ר כ"י, בתוכם הרה''ג שמואל לוריא שליט''א דומ''ץ וויזניץ - אנטווערפן ומשפחתו און עטליכע אייניקלעך פון אדמו''ר קאסאן לאנדאן שליט"א נכדי רבינו, און בין הבאים האט מען אויפגענומען מיט כבוד הרה"צ ר' ישראל שטראהלי שליט"א חתן כ''ק אדמו''ר מ'קאפישניץ שליט''א, און הגה''צ ר' דוב ווידער שליט''א אב''ד לינז ב"פ, אלעס אינאיינעם האט זיך געשטעלט 5 מנינים מנחה 2 מנינים מעריב.



ישיבת שער התורה פון לעיקוואד
צוגעלייגטע
unnamed (29).jpg
unnamed (29).jpg (48.6 KiB) געזעהן 181 מאל
unnamed (30).jpg
unnamed (30).jpg (52.55 KiB) געזעהן 181 מאל
unnamed (31).jpg
unnamed (31).jpg (39.24 KiB) געזעהן 181 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1947
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 2:44 pm

מיטוואך:

צופרי האט זיך געשטעלט צום ערשט א מנין ותיקין בתוכם הרה''ג שמואל לוריא שליט''א דומ''ץ וויזניץ - אנטווערפן הנ"ל און נאכדעם איז געוועהן נאך 3 מנינים שחרית איבער'ן טאג איז געוועהן עטליכע מנינים מנחה, עס איז געוועהן א גרויסע פארקער לרגל הילולת הרה"ק מ'ליסקא זי"ע רבו מובהק של רביה"ק ר' ישעי'לע זי"ע, וועלעכע עס געפאלט אויס אויף דערנאכט עס זענען געוועהן אידן פון אלע עקן וועלט בתוכם הרבני הנגיד מו''ה יושע חיים שטערנליכט הי"ו מראה''ק קיט''ל ד'סאטמאר לאנדאן, הרב אהרן אויש שליט''א בן הגה''צ אב''ד וואלקאן זצ''ל נכד להרה"ק מליסקא זי"ע, א חבורה פון אברכים מקהל יטב לב סאטמאר בארא פארק בתוכם עטליכע נכדי הרה"ק מליסקא זי"ע, וואס איז געווארען אנגעפירט און צוגעשטעלט דורך "רילעקס ענד פליי" בראשות האברך ר' מאיר וויינשטאק הי"ו בן המגיד מישרים הרב ר' יוסף צבי שליט"א.

ובמיוחד האט מען מקבל פנים געוועהן הרה''צ ר' אברהם משה חיים רובין שליט''א בן הרה"צ ר' מענדל זצ"ל בן רביה"ק ר' מאיר יוסף זי"ע-הי"ד, ובנו מו"ה ר' ישעי' מנחם מענדל הי"ו, בזמן איז געוועהן 3 מנינים מעריב איינס נאך די צווייטע, נאך מעריב האט מען זיך געוואשען צום סעודת הילולא בהשתתפות הרב אהרן אויש שליט''א בן הגה''צ אב''ד וואלקאן זצ''ל נכד בעל הילולא, הרה''צ א' אברהם משה חיים רובין שליט''א נכד רבינו, און הרה"ג ר' יוסף מאיר שווארץ שליט"א דומ"ץ מישקאלץ, און נאך נכדי בעל הילולא הרה"ק מ'ליסקא זי"ע, ווי מען האט ארום גערעדט במשנתו של בעל הילולא זי"ע און סיפורי צדיקים, און פארגעלערנט אך פרי תבואה, מיט ברכהמ"ז איז נתכבד געווארען הרב ר' אהרן אויש שליט"א הנ"ל.



סעודת הילולא פון הרה"ק מליסקא זי"ע
צוגעלייגטע
unnamed (32).jpg
unnamed (32).jpg (60.71 KiB) געזעהן 71 מאל
unnamed (33).jpg
unnamed (33).jpg (48.47 KiB) געזעהן 71 מאל
unnamed (34).jpg
unnamed (34).jpg (51.92 KiB) געזעהן 71 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1947
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 2:46 pm

קרוב לחצות הלילה האט מען אויפגענומען א גרויסע חבורה "אהלי שמואל דאראג" פון 30 אידן ווי מען האט זיך געשטעלט נאך א גרויסע מנין מעריב, ווי עס האט יורד געוועהן לפני התיבה הרה''ג אברהם לויפער שליט''א אב''ד דאראג וומ''ס נכד בעל ההילולא, דערנאך האט מען זיך געוואשען צו א גרויסע סעודה בראשות הרה"ג ר' אברהם שליט"א אב"ד דאראג, ובתוכם הרה"ג רבי אברהם מאיר לאבעל שליט"א אב''ד נאסוד- מאנסי, הרב ר' זושא זעליג הי"ו און הרב ר' יואל בר''נ ווייס הי"ו מעסקני התאחדות אברכים ד'סאטמאר וויליאמסבורג, עס איז פארגעקומען א סיום מס' דערנאך האט הרה"ג ר' אברהם שליט"א אויפגעטרעטען בדברי תורה מבעל ההילולא און מען האט געבענטשט אין די שפעטע שעות, אלעס אינאיינעם איז געוועהן 4 מנינים שחרית, 5 מנינים מנחה, 4 מנינים מעריב און 2 יארצייט סעודות לזכרו הבהיר מהרה"ק מליסקא זי"ע.



די צווייטע סעודת הילולא אנגעגרייט פאר די חבורה 'אהלי שמואל דאראג'
צוגעלייגטע
Kerestir8_22_19__40_.jpg
Kerestir8_22_19__40_.jpg (45.43 KiB) געזעהן 71 מאל
Kerestir8_22_19__41_.jpg
Kerestir8_22_19__41_.jpg (44.83 KiB) געזעהן 71 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1947
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 2:48 pm

די יארצייט סעודה בראשות הרה"ג ר' אברהם לויפער שליט"א
צוגעלייגטע
unnamed (35).jpg
unnamed (35).jpg (50.67 KiB) געזעהן 70 מאל
unnamed (37).jpg
unnamed (37).jpg (47.57 KiB) געזעהן 70 מאל
unnamed (36).jpg
unnamed (36).jpg (54.35 KiB) געזעהן 70 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1947
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 2:50 pm

דאנערשטאג:

צופרי איז געוועהן א מנין ותיקין דערנאך איז געוועהן נאך 2 מנינים שחרית בתוכם משפחת לאנגבערג החשובה פון לאנדאן נכדי להרה"ק בעל הילולא קדישא זי"ע, צו פרישטאג איז צוגעקומען א גרופע פון 40 מענטשן אנגעפירט דורך ר' מיכאל געלבמאן פון א''י "דרך צדיקים" טורס, דורכ'ן טאג האט זיך דורכגעדרייט א גרויסער עולם בעצם יום ההילולא עטליכע הונדערט אידן בליעה"ר עס האבען זיך געשטעלט עטליכע מנינים מנחה מיט השלמת הקריאה אינמיטן טאג, ביותרת הכבוד האט מען אויפגענומען הגה''צ רבי אשר מרגליות שליט''א רב דקהל אהל משה – ווינא, און פארנאכט'ס הרה''ג אלעזר יונה הכהן בראנדער שליט''א ראה''כ בעלזא- מכנובקא מבני ברק נכד להגה"ח ר' שלום זצ"ל ראש ישיבת בעלזא, עס האבען זיך געשטעלט בערך 6 מנינים מנחה און 2 מנינים מעריב.



אב"ד אהל משה ווינא שליט"א איז עולה לתורה - ביי איינע פון די השלמת קריאת התורה איבער'ן טאג
צוגעלייגטע
unnamed (38).jpg
unnamed (38).jpg (46.82 KiB) געזעהן 67 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1947
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 2:51 pm

.
צוגעלייגטע
אש''ל.jpg
אש''ל.jpg (485.78 KiB) געזעהן 67 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1947
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 2:52 pm

האלט מיט די ווייטערדיגע באריכטען -די פרישערע נייעס באריכט- אי"ה אין די אשכול, אויף די קומענדיגע בלאט


צו זיך אויפשרייבען כדי צו באקומען די נייעס אויף אימעיל, ביטע שיקט א אימעיל צו:
updates@kerestir.com


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט