קערעסטירער טאג בוך

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1960
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 11:45 am

ווייטערדיגע באריכטען גענומען פון דא:
צוגעלייגטע
פארבלאט.jpg
פארבלאט.jpg (62.01 KiB) געזעהן 1797 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1960
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

אקטיוויטעטן אין רבי ישעי'לעס הויז

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 11:46 am

נאטיצן און באריכטן מהיכלא דמלכא, "רבי ישעי'לעס הויז" אין שטאט קערעסטיר אונגארן יצ"ו, אנגעפירט דורך די בארימטע "הכנסת אורחים קערעסטיר", אין שפיץ פון משפחת רובין שליט"א נכדי רבי ישעי'לע זי"ע, ליינט און האט הנאה.
צוגעלייגטע
1.jpg
1.jpg (15.47 KiB) געזעהן 1764 מאל
2.jpg
2.jpg (122.36 KiB) געזעהן 1764 מאל
לעצט פאראכטן דורך אורחים בורחים דורכים אום דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 12:55 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1960
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 11:49 am

ימי החונכה בצל הקודש

מיר טוען דא מיט אייך מיטיילען די ספעציעלע "חנוכה נייעס" און באריכטען,

טראץ דעם וואס חנוכה איז א זמן וואס איז "נר איש וביתו" און, אלגעמיין אין איירופע/מקומות הקדושים, - און אפילו עס איז דא אויף געוויסע מקומות הכנסת אורחים א גאנץ יאר- דאך אין די ימי החנוכה איז כמעט נישט שייך אז עס קומען געסט, דאך האבען אידן וואס זענען יא געוועהן אונטערוועגענס מחמת איזו סיבה, געוואוסט אז צו ר' ישעי'לעס הויז אין קערעסטיר קען מען אלעמאל קומען, און עס איז אלעמאל אפען די טירען, אהן זיך דארפען איינמעלדען פון פריער, און די בארימטע קערעסטירער קאך איז אין פולען שוואונג, צו צושטעלען פיינע פרישע עסען פאר אלע אורחים, ווי עס האט טאקע געווירבעלט מיט פולע געסט וואס זענען געקומען און זיך מחיה געוועהן אין "ר' ישעי'לעס הויז" און אידן האבען געצינדען די מנורה'ס יעדען איינציגע טאג אין די הייליגע הויז פון ר' ישעי'לע זי"ע, און ווי אויך האבען געסט גענעכטיגט יעדע נאכט אין די הערליכע בנין הכנסת אורחים ד'קערעסטיר. מיר האבען יעצט מקדים געוועהן מיט די חנוכה באריכטען און בעזהשי"ת וועט מען צוריקגיין אויף די סדר ווי מיר האלטען אין די טאג בוך בקרוב, ליינט און האט הנאה.
לעצט פאראכטן דורך אורחים בורחים דורכים אום דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 12:54 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1960
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 11:52 am

פר' מקץ

דינסטאג:

פארנאכטס איז געוועהן א מנין מנחה און מעריב אין קוויטל שטוב,
צוגעלייגטע
3.jpg
3.jpg (37.49 KiB) געזעהן 1763 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1960
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 12:59 pm

צווישען מנחה און מעריב האט מען פארקויפט דעם גרויסען זכות פון צינדען די מנורה וואס עס איז געווארען אפגעקויפט דורך איינעם פון די חשובע אורחים וועלעכער האט געצינדען די מנורה ביים פענסטער אינ'ם קוויטל שטוב וואס ווערט גענוצט היינט צוטאגס פאר'ן ביהמ"ד.
צוגעלייגטע
4.jpg
4.jpg (36.44 KiB) געזעהן 1762 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1960
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 1:00 pm

נאך מעריב האט אונזער שליח האברך הח' ר' אלעזר היימליך הי"ו פון אנטווערפען בן הגה"צ אב"ד קאראד שליט"א וחתן הגה"צ אדמו"ר מ'פערמישלאן שליט"א, געצונדען בימים ההם בזמן הזה! אין דעם זעלבען מקום ווי רבותינו הקדושים לבית קערעסטיר זי"ע פלעגן צו צינדען די מנורה. ווי אויך האבען אלע געסט געצינדען ביי אלע אנדערע טירען פון ר' ישעי'לעס הויז.
צוגעלייגטע
5.jpg
5.jpg (34.62 KiB) געזעהן 1761 מאל
6.jpg
6.jpg (45.57 KiB) געזעהן 1761 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1960
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 1:02 pm

מיטוואך

פארמיטאג האט מען אויפגענומען ידידינו כמר צבי (הערשל) גרינבוים הי"ו פון די איבערגעגעבענע קאך איינגעשטעלטע אין ר' ישעי'לעס קאך, וועלעכע איז געקומען אנפירען ווייטער מיט די עבודת הקודש.

ביינאכט האט כמר הערשל הנ"ל געצינדען די מנורה און מוציא געוועהן עטליכע פון די געסט, ווי נאכדעם האט מען זיך געזעצט צו א סעודת חנוכה און גענעכטיגט אין דעם בנין הכנסת אורחים ד'קערעסטיר.
צוגעלייגטע
7.jpg
7.jpg (30.44 KiB) געזעהן 1761 מאל
8.jpg
8.jpg (32.91 KiB) געזעהן 1761 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1960
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 1:03 pm

ווי אויך איז געוועהן א גרופע בחורים פון ישיבת אורייתא וואס האבען אפגעראכטען די הדלקת הנרות אין דעם הייליגען הויז.
צוגעלייגטע
9.jpg
9.jpg (38.39 KiB) געזעהן 1761 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1960
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 1:04 pm

.
צוגעלייגטע
10.jpg
10.jpg (41.47 KiB) געזעהן 1760 מאל
11.jpg
11.jpg (32.65 KiB) געזעהן 1760 מאל
12.jpg
12.jpg (23.75 KiB) געזעהן 1760 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1960
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 1:05 pm

באישון לילה איז אנגעקומען א גרופע פון ליטווישע אידן וואס –קומענדיג גלייך פון עירפאר"ט- האבען זיי געצינדען די מנורה און נאכדעם סועד געוועהן, און נאכדעם גענעכטיגט אין די בנין הכנסת אורחים ד'קערעסטיר.

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1960
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 1:11 pm

דאנערשטאג:

איבער'ן טאג זענען געוועהן עטליכע באזוכער –טראץ די ימי החנוכה- וואס זענען געקומען און זיך דערקוויקט דאס הארץ מיט די פיינע עסען וואס ווערט צוגעשטעלט נאכאנאנד אהן אפשטעהל.

אינמיטן טאג זענען געקומען עטליכע משפחות מעדת מזרח באזוכען און אויף צו וויילען און פארברענגען עטליכע טעג ספעציעל די הייליגע חנוכה טעג אין אזא מקום קדוש, און זיי האבן געצונדען די מנורה און פארברענגט בשירות ותשבחות א לענגערע צייט מיט א שטארקע מתיקות און השתפכות הנפש כמנהגם, און נאכדעם סועד געוועהן.



ער"ש-שב"ק חנוכה:

פרייטאג צופרי האט מען מקבל פנים געוועהן הרב אברהם זאלדאן הי"ו יו"ר חברת "אתה עמדי" באה"ק, און ווי אויך האט מען אויפגענומען הרב מרדכי שווימער הי"ו פון אנווערפען משגיח כשרות אין אונגארן, וועלעכע זענען געקומען לעשות את השבת אין "ר' ישעי'לעס הויז", ואתם עמם איז אויך געוועהן א שיינע חבורה פון עטליכע אינגעלייט און בחורים.

ווי די געסט האבען זיך שיין קוואטירט אין די הערליכע בנין הכנסת אורחים ד'קערעסטיר, וואס איז געוועהן הערליך שיין צוגעשטעלט פאר די משפחות באזונדער און פאר די בחורי חמד באזונדער, לשביעות רצון פון אלע אורחים.
צוגעלייגטע
13.jpg
13.jpg (40.6 KiB) געזעהן 1752 מאל
14.jpg
14.jpg (34.46 KiB) געזעהן 1752 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1960
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 1:13 pm

דער שב"ק איז געפראוועט געווארען מיט א שטארקע דערהויבענקייט, אלע תפילות, הלל, איז געדאווענט געווארען מיט גרויס השתפכות הנפש, אז מען האט זוכה געוועהן מיטצוהאלטען "שבת חנוכה" אין אזא הייליג פלאץ. אזוי אויך זענען די סעודות געוועהן צוגעשטעלט מיט א ברייטקייט ווי אלע געסט האבען זיך מחיה געוועהן און מיטגעהאלטען אזעלעכע געהויבענע שעות של תענוג.

מוצש"ק זענען נאכאמאל געוועהן צוויי מלוה מלכה'ס אזויווי אין די פארגאנגענהייט, תיכף מוצש"ק האט מען פריש צוגעשטעלט אין די קערעסטירע קאך כמנהג רביה"ק ר' ישעי'לע זי"ע פאר אלע חשובע געסט.

די ערשטע מל"מ איז אפגעראכטען געווארען תיכף נאכ'ן צינדן, דורך די געסט וואס האבען מיטגעהאלטען דעם געהויבענעם שב"ק, און די צווייטע מלוה מלכה איז געפראוועט געווארען קרוב לחצות הלילה דורך א חבורה פון לאנדאן וואס איז געקומען צופליען –אזוי ווי אין די לעצטע פאר וואכען- צו פראווענען מל"מ אין ר' ישעי'לעס הויז, ווי עס איז געווארען פריש געדעקט די טישען און פריש צוגעשטעלט לכבודם פון די געסט, און מען האט פארברענגט מיט סיפורי צדיקים לאנגע שעות, און נאכדעם געבליבען אויף לינת לילה אין דעם בנין הכנסת אורחים ד'קערעסטיר.
צוגעלייגטע
15.jpg
15.jpg (32.21 KiB) געזעהן 1749 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1960
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 1:15 pm

.
צוגעלייגטע
27.jpg
27.jpg (50.57 KiB) געזעהן 1746 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1960
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 1:17 pm

פר' ויגש



זונטאג:

נאך שחרית איז געוועהן צוגעשטעלט א גרויסע פת שחרית פאר אלע חשובע געסט, און נאכדעם האט די לאנדאן'ע חבורה פארלאזט קערעסטיר מיטנעמענדיג די כסדר צוגעגרייטע "צידה לדרך פעקלעך" מיט אלע השפעות טובות.

פארמיטאג איז צוריק געקומען אונזער איבערגעגעבענע קעכער מוה"ר אברהם אבא גרינבוים הי"ו לשרת בקודש אין די "קערעסטירער קאך"
צוגעלייגטע
16.jpg
16.jpg (46.56 KiB) געזעהן 1745 מאל
17.jpg
17.jpg (29.36 KiB) געזעהן 1745 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1960
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 1:18 pm

און ווי אויך האט מען אויפגענומען א חבורה פון עטליכע געסט בראשות הרה"ח ר' יצחק ניימאן הי"ו משב"ק אצל הרה"ק מ'טאהש זי"ע, ווי הרה"ח ר' יצחק הי"ו האט געצינדען די מנורה, און נאכדעם סועד געוועהן א סעודת ראש חודש און פארברענגט מיט די אנדערע געסט בשירות ובתשבחות.
צוגעלייגטע
18.jpg
18.jpg (31.48 KiB) געזעהן 1745 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1960
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 1:24 pm

מאנטאג:

איז געקומען באזוכען עטליכע בחורים פון ארה"ק חסידי ברסלב, וועלעכע האבען זיך קוואטירט אין די בנין הכנסת אורחים, און געפראוועט די הדלקת הנרות אין ר' ישעי'לעס הויז, נאכפאלגענדיג מיט א שיינעם סעודת ראש חודש און דאן געבליבען אויף לינת לילה.



דינסטאג:

נאכמיטאג האט מען אויפגענומען מיט כבוד הגה"צ ר' אברהם משה גרויס שליט"א נכד רביה"ק זי"ע ואב"ד קערעסטיר-בערבעשט ב'שיכון סקווירא, וועלעכער איז געקומען אין באגלייטונג פון זיין זוהן הרב ר' דוד שליט"א.

נאך מעריב האט הגה"צ אב"ד קערעסטיר-בערבעשט שליט"א געפראוועט די הדלקת הנרות "ליל זאת חנוכה" ביים זעלבען טיר ווי רבותינו הקדושים לבית קערעסטיר זי"ע פלעגן צינדען די מנורה. עס איז געפראוועט געווארען מיט א שטארקע דערהויבענקייט און התעורורת.
צוגעלייגטע
19.jpg
19.jpg (28.86 KiB) געזעהן 1729 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1960
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 1:26 pm

הגה"צ די קערעסטיר-בערבערשט'ע רב שליט"א ביים זינגען זמירות חנוכה מיט בנו הרב ר' דוד שליט"א
צוגעלייגטע
21.jpg
21.jpg (31.95 KiB) געזעהן 1729 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1960
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 1:27 pm

נאכן הדלקת הנרות און זמירות האט מען זיך געזעצט צו א סעודת זאת חנוכה, ווי עס איז געוועהן שיין צוגעשטעלט און מען האט פארברענגט מיט דברי תורה און סיפורי צדיקים און זמירות חנוכה, ווי דער רב שליט"א האט נאכגעזאגט א תורה פון זיין גרויסע שווער כ"ק אדמו"ר מהר"ש מ'לעלוב זצ"ל, די קריאה פון זאת חנוכה איז "ביום השמיני נשיא לבני מנשה גמליאל בן פדהצור" דא איז מרומז אז די אידן וואס עס איז ליידער פארגעסען געווארען ביי זיי דאס אידישקייט, האבען היינט (זאת חנוכה) דעם געלעגענהייט צוריק נאנט צו ווערן צום רבוש"ע. ביום השמיני. -זאת חנוכה- "נשיא" איז א לשון פון להתנשא, ולהתרומם, דערהויבען צו ווערן, (ספעציעל) "לבני מנשה" פאר די דאזיגע וואס זענען ליידער פארגעסען געווארען, פאר זיי זאגט מען. "גמליאל" – גם לי ק-ל! האט דער רב שליט"א אויסגעפירט אז ממש די דאזיגע בחינה האט מען געזעהן כל ימיו ביים הייליגען רבי ר' ישעי'לע זי"ע, ער האט אלעמאל זיך געזארגט פאר אלע אידן אפילו פאר די וואס זענען ליידער אוועקגעקערט. האט דער הייליגע רבי זי"ע זיי צוריקגעקערט ווי א דערבארמדיגער טאטע, דורך משפיע זיין פאר זיי רוחניות מיט גשמיות, איז טאקע האי יומא דקגרים אין דעם גרויסן טאג פון זאת חנוכה וואס איז מסוגל פאר כל טוב. עס איז דאך לאו בכל יומא מתרחש צו זיין אין קערעסטיר,-בכלל- איז ווער רעדט נאך "זאת חנוכה צו זיין אין קערעסטיר"-בפרט- און נאך דערצו אינעם ארגינעלען מקום וואו די הייליגע עבודה איז אנגעפירט געווארן, איז דאך עס ממש די שטערקסטע עת-ומקום- רצון. עס האט זיך אנגעזען א שטארקע התעוררות ביים ציבור בלב כל אחד ואחד. נאכען בענטשען איז מען געבליבען אויף לינת לילה אין דעם בנין הכנסת אורחים.
צוגעלייגטע
22.jpg
22.jpg (27.84 KiB) געזעהן 1726 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1960
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 1:28 pm

מיטוואך-זאת חנוכה:

צופרי איז דער רב שליט"א ארויף לציון הק' צוזאמען מיטן ציבור ווי מען האט אויסגעזאגט גאנץ ספר תהילים בהתעוררות רב, ווי די תפילות האבען בוקע רקיעים געוועהן. נאכ'ן זיך אויסבעטען אלעס גוטס איז געוועהן א מנין שחרית מיט הלל אין קוויטעל שטוב.
צוגעלייגטע
23.jpg
23.jpg (39.24 KiB) געזעהן 1726 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1960
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 1:31 pm

נאך שחרית איז געוועהן צוגעשטעלט א גרויסער פת שחרית פאר אלע חשובע געסט, און נאכדעם האבען א חלק געסט וואס האבען פארברענגט די ימי חנוכה אנגעהויבען צו פארלאזען קערעסטיר מיטנעמענדיג די כסדר צוגעגרייטע "צידה לדרך פעקלעך" מיט אלע השפעות טובות.

פארמיטאג איז געוועהן צוגעשטעלט א סעודת זאת חנוכה אין ר' ישעי'לעס מלוה מלכה שטוב בראשות הרה"ג אב"ד קערעסטיר-בערבעשט שליט"א הנ"ל, ווי אלע געסט האבען זיך געוואשען און פארברענגט מיט א דערהויבענקייט. דער רב שליט"א האט פארגעלערנט בספר הק' עלה שמואל פון הגה"ק אב"ד קראלי זצוק"ל הי"ד חתן רביה"ק זי"ע ווי די קראלי רב זצ"ל ברענגט נאך אז דער שווער דער רבי ר' ישעי'לע זי"ע האט געזאגט פאר'ן פטירה אז ווער עס וועט ווייטער קומען אין די הייליג הויז וועט געהאלפען ווערן ביי אים אין שטוב ווייטער פונקט ווי ביים לעבען, און נאכדעם האט מען מכבד געוועהן די רב שליט"א מיט ברכת המזון על הכוס.
צוגעלייגטע
image005.jpg
image005.jpg (35.57 KiB) געזעהן 1722 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1960
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 1:34 pm

במשך פון דעם טאג האט זיך שוין צוריק אנגעהויבען דער כסדר'דיגער שטראם פון אידן וואס קומען מכל קצוי תבל, ובפרט אין דעם געהויבענעם טאג זאת חנוכה, וואס בעת נעילת שער כאפט מען נאך אריין פון די געוואלדיגע "אורות", בתוכם האט מען אויפגענומען ידידינו האברך ר' אברהם משה ריינער הי"ו וועלעכע איז געקומען לשרת בקודש.

עס האבען זיך דורך געדרייט צענדליגער אידן וואס זענען געקומען צופארען פון איבעראל, מתפלל צו זיין און פארברענגען זאת חנוכה אין ר' ישעי'לעס הויז ווי זיי האבען זיך דערקוויקט פון דעם געהויבענעם אטמאספער. און מתפלל געוועהן אין דעם קוויטל שטוב, דער קאך האט געפיבערט אגאנצען טאג אהן אפשטעהל, כסדר צוצושטעלן פרישע עסן פאר די אורחים וואס זענען געקומען א גאנצען טאג בליעה"ר.

נאכמיטאג איז געוועהן א גרויסער מנין מנחה אין קוויטל שטוב, און ווי אויך האט מען געדאווענט א מנין מנחה אין דעם כהנים שטיבל על יד הציון הק'.

מיטאג צייט איז פארגעקומען א התרגשות'דיגער מעמד שריפות הפתילות אין חצר בית רבינו זי"ע בראשות פונעם רב שליט"א, וואס מען האט אפגעראכטען מיט ריקודין און שירות ותשבחות כנהוג בכמה תפוצות ישראל. עס האט געהערשט א חרדת קודש מגודל קדושת המקום והזמן, ווען מען טרעט ארויס פון אזעלעכע לעכטיגע טעג און ווי אויך אז מען איז זוכה צו זיין און עס אפרעכטען אויף אזא מקום קדוש. עס איז געוועהן א מורא'דיגע התעוררות בשעת די אידן האבען מתפלל געוועהן אז צוזאמען מיט פתילות זאלן פאר-צעערט ווערן אלע צרות ישראל. וואו אויך זיך אויסגעבעטען כל משאלות לבם לטובה. אמן
צוגעלייגטע
24.jpg
24.jpg (44.71 KiB) געזעהן 1720 מאל
25.jpg
25.jpg (28.3 KiB) געזעהן 1720 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1960
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 1:36 pm

נאכמיטאג האט מען אויפגענומען מיט כבוד הרה"ג ר' אברהם פריש שליט"א בן הגה"צ המקובל ר' דניאל פריש זצ"ל בעמח"ס מתוק מדבש, וועלעכע איז ספעציעל געקומען מתפלל זיין אין ר' ישעי'לעס הויז אין דעם טאג פון זאת חנוכה וואס המקום והזמן, איז מסוגל זיך אויסצובעטען כל מילי דמיטב, און האט נאכדעם סועד געוועהן און געדאווענט מנחה און מעריב.

אויף דערנאכט זענען געוועהן צוויי מנינים מעריב נאכפאלגענדיג מיט א סעודת ערב און נאכדעם זענען די געסט געבליבען אויף לינת לילה אין די בנין הכנסת אורחים ד'קערעסטיר.

"ומנותר קנקנים –פון די שיריים פון חנוכה- נעשה נס –ווערט א דערהויבנקייט- לשושנים –פאר כלל ישראל-".
צוגעלייגטע
20.jpg
20.jpg (42.74 KiB) געזעהן 1706 מאל
לעצט פאראכטן דורך אורחים בורחים דורכים אום דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 1:47 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1960
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 1:37 pm

מז"ט לנכדי רביה"ק זי"ע
צוגעלייגטע
26.jpg
26.jpg (23.7 KiB) געזעהן 1708 מאל
לעצט פאראכטן דורך אורחים בורחים דורכים אום דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 1:46 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1960
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 1:39 pm

מיר האבען איבער געהאקט די כסדר'דיגע באריכט לכ' די "חנוכה בצל הקודש" נייעס, אי"ה די וועכענליכע באריכט (פון שב"ק פר' וישלח ביז די ימי ה'חנוכה) אין די קומענדיגע אימעיל אין די נאנטע טעג, פאלגט נאך די כסדר'דיגע נייעס דא אין די אשכול אי"ה.

צו זיך אויפשרייבען כדי צו באקומען די נייעס אויף אימעיל, ביטע שיקט א אימעיל צו:
updates@kerestir.com
לעצט פאראכטן דורך אורחים בורחים דורכים אום דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 1:46 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1444
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 1:40 pm

ווי אזוי האט מען דארט אויפגענומען די רובאשקין בשורה?


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 17 געסט