קערעסטירער טאג בוך

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1960
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דאנארשטאג ינואר 04, 2018 2:54 pm

ווייטערדיגע באריכטען גענומען פון דא:
צוגעלייגטע
פארבלאט.jpg
פארבלאט.jpg (62.01 KiB) געזעהן 1787 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1960
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

אקטיוויטעטן אין רבי ישעי'לעס הויז

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דאנארשטאג ינואר 04, 2018 2:55 pm

נאטיצן און באריכטן מהיכלא דמלכא, "רבי ישעי'לעס הויז" אין שטאט קערעסטיר אונגארן יצ"ו, אנגעפירט דורך די בארימטע "הכנסת אורחים קערעסטיר", אין שפיץ פון משפחת רובין שליט"א נכדי רבי ישעי'לע זי"ע, ליינט און האט הנאה.
לעצט פאראכטן דורך אורחים בורחים דורכים אום זונטאג ינואר 07, 2018 11:31 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1960
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דאנארשטאג ינואר 04, 2018 2:57 pm

נס גדול הי' שם



ברוך שעשה לי נס במקום הזה, זענען די ווערטער וואס קומען ארויס נאכדעם וואס מען האט מיטגעהאלטען די גרויסע חסדים פון השי"ת די פארגאנגענע מוצש"ק ויגש.

געוועהן איז עס נאך 1:00 פארטאגס אין אוהל הק', ווען איינע פון די גרויסע היטער'ס וואס איז געווארען אינסטאלירט כדי צו ווארעמען אין די קאלטע ווינטער טעג איז פלוצלינג אראפ געפאלן אויף דער ערד פארברענטערהייט און זיך צופיצעלט ארום דעם גאנצען אוהל, און ווען אידן זענען געקומען דעם אנדערען אינדערפרי –זונטאג צופרי- מתפלל זיין האט מען שנעל אלארמירט די וועד הכנסת אורחים מיטצוטיילען וואס עס טועט זיך אפ אין אוהל הק', די עוסקים במלאכת הקודש זענען שנעל ארויף און מסדר געוועהן דעם מקום קדוש און אויפגערייניגט. ביז א קורצע צייט איז דער אוהל הק' געוועהן שיין מסודר צוריק ווי עס פאסט למקום מנוחת קדשם של רבותינו הקדושים זי"ע.

אזוי ווי די וועד הכנסת אורחים געבט אלעמאל אכטונג נאר צו בויען לעגאל מיט עפראוו'ד פלענ'ס פון די שטאטישע באאמטע און אלעס ווערט אפגעראכטען נאר לויטן געזעץ, האט מען ב"ה נישט געהאט קיין שום לעגאלע עגמת נפש, ווען די פייער דעפארטמענט איז געקומען אינוועסטיגעט'ן, און צוליב די אלטוועלטליכע חגאות איז פארלענגערט דער פראצעדור פון קענען צוריק אינסטאלירען די אלע געברויכען וואס פעלט זיך אויס, אבער ב"ה די לעקטער האבען זיי גלייך דעם אנדערען צופרי צוריק אויפגעעפענט, און דער אייבערשטער האט געהאלפען אז די וועטער די יעצטיגע טעג –ביז עס ווערט צוריק אינסטאלירט- איז נישט אזוי קאלט אז מען זאל זיך באדארפען באנוצען מיט די היטער'ס. עס איז געוועהן א מוראדיגע אפענע נס ווייל מיט א קורצע צייט פריער איז דער אוהל נאך געוועהן פיל מיט אידן וואס האבען מתפלל געוועהן, און נאר ווען יעדער איז שוין געוועהן אינדרויסען איז עס פארברענט געווארען, און ב"ה עס האט נישט געמאכט קיין ספעציעלע שאדען פאר דעם אוהל הק'!

זאל די רבוש"ע ווייטער העלפען דאס די גרויסע זכות פון מרן רביה"ק ישעי' ב"ר משה זי"ע זאל ווייטער מגין זיין, אמן
צוגעלייגטע
image009.jpg
image009.jpg (32.34 KiB) געזעהן 1786 מאל
image010.jpg
image010.jpg (30.95 KiB) געזעהן 1786 מאל
image011.jpg
image011.jpg (44.59 KiB) געזעהן 1786 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1960
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דאנארשטאג ינואר 04, 2018 2:58 pm

המשך פון פר' וישלח



עש"ק-שב"ק

פרייטאג האט מען מקבל פנים געוועהן צווישען די געסט משפחת לאנדא בני הרה"ג ר' אלימלך לאנדא שליט"א ר"מ בישיבה גדולה סאטמאר קרית יואל, וואס האבן געוויילט אין אונגארן לכבוד די יודה"ל פון זייער זיידע הרה"ק בעל אפסי ארץ זצ"ל מנוח"כ ב'נאנאש.

ווי אויך האט מען אויפגענומען א קבוצה יונגעלייט פון וויזניץ ב"ב וועלכע זענען געקומען פראווענען שב"ק בצל ובבית רביה"ק זי"ע

קבלת שבת האט פארגעדאווענט הרה"ח ר' צבי אביגדור ראזענפעלד שליט"א מחשובי ועסקני חסידי תולדות אהרן מיט גרויס ווארעמקייט און השתפכות הנפש. נאך די סעודה האט מען געפראוועט א ווארימע באטע, אזוי אויך איז דער גאנצער שב"ק געפראוועט געווארען מיט א געהויבענקייט.
לעצט פאראכטן דורך אורחים בורחים דורכים אום זונטאג ינואר 07, 2018 11:31 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1960
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דאנארשטאג ינואר 04, 2018 3:00 pm

מוצש"ק

עס איז פארגעקומען א הערליכע שיינע מל"מ מיט אלע געסט וואס האבען דא געוויילט שב"ק, מיט סיפורי צדיקים.

אין די שפעטע מוצאי שבת שטונדן איז אנגעקומען אן עולם פון קרוב צו 40 אידן חסידים ואנשי מעשה פון עטליכע שיכטען און קרייזען פון לאנדאן, צו פראווען מלוה דמלכה אין ר' ישעי'לעס הויז אין דעם מלוה מלכה שטוב, ובתוכם הרה"ג ר' יחזקאל לאנדא שליט"א מנהל התאחדות אברכים סאטמאר לאנדאן. מ'האט פאר זיי צוגעגרייט פריש געקאכטע פליישיגע מאכלים כנהוג רביה"ק זי"ע. זיי זענען געבליבן נעכטיגן אין די הערליכע בנין הכנסת אורחים ד'קערעסטיר.
צוגעלייגטע
1.jpg
1.jpg (38.27 KiB) געזעהן 1785 מאל
2.jpg
2.jpg (35.31 KiB) געזעהן 1785 מאל
3.jpg
3.jpg (36.95 KiB) געזעהן 1785 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1960
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דאנארשטאג ינואר 04, 2018 3:01 pm

פר' וישב

זונטאג:

צופרי איז געווען עטליכע מנינים שחרית נאכפאלגענדיג מיט א ברייטן פת שחרית. דאן איז דער עולם ארויף צום ציון הק', גע'פועל'ט אלעס גוטס, רפואות און ישועות, און נאכדעם זענען זיי אהיים געפארן.
צוגעלייגטע
4.jpg
4.jpg (36.32 KiB) געזעהן 1775 מאל
לעצט פאראכטן דורך אורחים בורחים דורכים אום דאנארשטאג ינואר 04, 2018 3:05 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1960
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דאנארשטאג ינואר 04, 2018 3:04 pm

במשך פון'ם טאג האט נישט נאכגעלאזט דער שטראם און עס איז געווען בליעה"ר אסאך געסט. נאכמיטאג איז אנגעקומען א חבורה פון עטליכע אינגעלייט בתוכם הרב מאיר יוסף גרויס שליט"א מ'וועד הכשרות שע"י קיט"ל סאטמאר בן הרב ר' אלי' שליט"א מ'בערבערשט נכד רביה"ק זי"ע, און ר' ישעי' גרויס הי"ו בן הרב משה שליט"א נכד רביה"ק זי"ע, וואס צום ערשט האבען זיי סועד געוועהן א געשמאקע סעודה שיין צוגעשטעלט, און נאכדעם האבן זיי זיך געשטעלט דאווענען מעריב, און זענען געבליבען אויף לינת לילה אין דעם בנין הכנסת אורחים ד'קערעסטיר. עס זענען געווען עטליכע מנינים מעריב.



מאנטאג:

באשמורת הבוקר איז מען ארויף לציון הק' ברוב עם, און עס איז געוועהן א גרויסער מנין וואס האט מסיים געוועהן ספר תהילים. נאך א ווארימע מקוה האט זיך געשטעלט א מנין פון איבער 30 אידן, ותיקין, אין קוויטל שטוב ווי אויך האט מען מקבל פנים געוועהן א חבורה פון ביהמ"ד סוליצא-פאראקאוועי בתוכם הרב יצחק רובין שליט"א בן הרה"צ אדמו"ר מסוליצא שליט"א נכד רבינו זי"ע חתן הרה"צ אדמו"ר מטאמאשאוו שליט"א, וועלעכע האבען געדאווענט און דערנאך סועד געווען פת שחרית.
צוגעלייגטע
5.jpg
5.jpg (38.49 KiB) געזעהן 1777 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1960
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דאנארשטאג ינואר 04, 2018 3:06 pm

צופרי איז געקומען א גרופע אינגעלייט פון ניו יארק פון די הייליגע ארגענזאציע "אבותינו" וועלעכע זענען געקומען עוסק זיין בעבודת הקודש, ווי זיי האבען זוכה געוועהן צו זעהן אויסטערלישע סיעתא דשמיא ב"ה, נאכדעם איז געוועהן א צווייטע מנין שחרית.
צוגעלייגטע
6.jpg
6.jpg (35.75 KiB) געזעהן 1771 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1960
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דאנארשטאג ינואר 04, 2018 3:06 pm

נאכמיטאג האט באזוכט הגה"צ ר' שמואל טייטלבוים שליט"א חתן אדמו"ר זשיקוב זצ"ל יושב ראש וועד הכשרות ד'בי"ד מנחת חינוך טארטיקוב, ווי ער האט באזוכט אין קאך און איז נשתומם געווארען פון דעם געוואלדיגען זהירות און פארזיכטיגקייט אין אלע מחלקי הכשרות, פון טעכניש'ן און הלכה'דיגען שטאנדפונקט, וואס די קאך איז אנגעפירט דורך די חשוב'ע משגיחים און דעם קעכער מיט א שטארקע זהירות. נאכדעם איז געוועהן א מנין מנחה.
צוגעלייגטע
7.jpg
7.jpg (38.15 KiB) געזעהן 1768 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1960
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דאנארשטאג ינואר 04, 2018 3:08 pm

פארנאכטס האט מען אויפגענומען צווישען אנדערע הרה"ג ר' אלעזר ליעברמאן שליט"א אב"ד בעסערמין ומשפחתו, וואס צום ערשט האט מען געדאווענט מעריב און נאכדעם איז געוועהן צוגעשטעלט א ברייטע נאכטמאל וואו אלע געסט האבען זיך מחיה געוועהן, און נאך'ן סועד זיין האט מען גענעכטיגט אין די בנין הכנסת אורחים ד'קערעסטיר.



דינסטאג:

צופרי האבן זיך געשטעלט 2 מנינים שחרית, נאכפאלגענדיג מיט א פיינע צוגעשטעלטע פת שחרית.
צוגעלייגטע
8.jpg
8.jpg (35.67 KiB) געזעהן 1766 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1960
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דאנארשטאג ינואר 04, 2018 3:10 pm

פארמיטאג האט מען אויפגענומען הרה"ג ר' ראובן יעקב פריעד שליט"א רב דבהמ"ד אפטא-מאנטשעסטער, און הרה"ג ר' יוסף צבי וויינשטאק שליט"א מגיד מישרים בביהמ"ד הג' דקיט"ל סאטמאר וומסב"ג ובני משפחתו, וואס גלייך ביים אנקומען האט מען סערווירט פאר אלע געסט א סעודה רחבת ידים ווי הרה"ג ר' יוסף הערש שליט"א הנ"ל האט משמיע געוועהן סיפורי צדיקים לבית קערעסטיר זי"ע.

איבער'ן טאג, ביז אין די שפעטע נאכט שעות זענען געוועהן עטליכע קבוצות וואס נאך, אדער פאר'ן מתפלל זיין על ציון הק', האט מען זיך אפגעשטעלט אין ר' ישעילע'ס הויז. בתוכם האט זיך אנגעזעהן הרב שלום מאסקאוויטש שליט"א בן אדמו"ר מ'שאץ ב"ב שליט"א וועלעכע האט געמאכט א לחיים אין מל"מ שטוב.

עס איז געוועהן א מנין מנחה און 2 מנינים מעריב, און עס איז געבליבען א עולם אויף לינת לילה אין די בנין הכנסת אורחים.

בערך 2:00 באישון לילה איז אנגעקומען א חבורה פון אנטווערפען וואס נאך'ן דאווענן מעריב און זיך זעצען צו א סעודה ווי מען האט פארברענגט בשבת אחים, איז מען ארויף לציון הק'.



מיטוואך:

פארמיטאג איז אנגעקומען א גרויסע קבוצה פון לאנדאן, וואס צוערשט האט מען געדאווענט מנחה אין קוויטל שטוב, און נאכדעם ארויף לציון הק', און נאך'ן זאגען תהילים בהתעוררות רב איז מען צוריק אראפגעקומען און זיך געזעצט צו די אנגעגרייטע טישן ווי אלע האבען זיך דערקוויקט, און נאכדעם געדאווענט מעריב.

ביינאכט איז אנגעקומען, משפחת בוקסבוים נכדי הרה"ק מ'גאלאנטא זי"ע הי"ד, וואס קודם האט מען געדאווענט מעריב אין קוויטל שטוב און נאכדעם זיך געוואשען צו א גרויסע סעודת סיום מסכת, וואס איז געוועהן צוגעגרייט פאר מענער עקסטער און פאר פרויען עקסטער, צוגעשטעלט מיט א ברייטקייט ווי אלע געסט האבען זיך מחיה געוועהן.
צוגעלייגטע
9.jpg
9.jpg (41.07 KiB) געזעהן 1763 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1960
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דאנארשטאג ינואר 04, 2018 3:12 pm

בערך כחצות הלילה איז אנגעקומען נאך א חבורה פון א"י וואס נאך'ן סועד זיין האט מען געדאווענט מעריב. עס איז געוועהן 3 מנינים מעריב.
צוגעלייגטע
אש''ל.jpg
אש''ל.jpg (49.32 KiB) געזעהן 1761 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1960
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » פרייטאג ינואר 05, 2018 11:11 am

דאנערשטאג:

צופרי איז אנגעקומען העסקן הנמרץ ר' אברהם יעקב פריעדמאן הי"ו ווי מען האט געדאווענט שחרית אין קוויטל שטוב און נאכדעם איז געוועהן צוגעשטעלט א פת שחרית פאר אלע געסט.

באישון לילה האט מען געהאט די זכיה אויפצונעמען מיט כבוד כ"ק אדמו"ר מ'לעלוב-ניקלשבורג שליט"א מ'ארה"ק וועלעכע איז געקומען לשבות בצל הקודש אויף שב"ק הבעל"ט, מיט חסידים ואנשי מעשה אין ר' ישעי'לעס הייליג הויז. נאך'ן דאווענען מעריב האט דער רבי שליט"א זיך געוואשען צו א סעודת ערב.
צוגעלייגטע
0.jpg
0.jpg (30.54 KiB) געזעהן 1648 מאל
לעצט פאראכטן דורך אורחים בורחים דורכים אום זונטאג ינואר 07, 2018 11:32 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1960
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » זונטאג ינואר 07, 2018 11:32 am

די רבי שליט"א ביי ברכת המזון
צוגעלייגטע
1.jpg
1.jpg (27.69 KiB) געזעהן 1567 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1960
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » זונטאג ינואר 07, 2018 11:34 am

עש"ק-שב"ק:

פרייטאג האט מען אויפגענומען די חסידים ואנשי מעשה וואס זענען געקומען מיטהאלטען דעם געהויבענעם שב"ק בראשות כ"ק אדמו"ר מ'לעלוב ניקלשבורג שליט"א.

אריינקומענדיג אין חצר שוין פון א היבשע וויילע בעפאר כניסת שב"ק, האט זיך אנטפלעקט א הערליכע בילד ווי מען ווארט אפ דעם שב"ק מיט לימוד התורה, ספרי חסידות, שיר השירים בדחילו ורחימו וואס האט יעדן מיטגעצויגן.

דער רבי שליט"א איז בזמן הדלקה"נ אריינגעקומען מעוטף בטלית אין הייליגן קוויטל שטוב, און יורד געווען אלס ש"ץ בנוסח המקובל מאבותיו הק'.

נאכדעם האט דער ציבור געדאווענט ווייטער קבלת שבת. און א מספר מצומצם זענען געבליבען אויסווארטען אויף'ן דאווענען פון דעם רבי שליט"א, אזוי האט ווייטער אנגעהאלטן דאס התלהבות דורכאויס די געהויבענע סעודות,

נאך א שטיק צייט איז דער רבי שליט"א צוריק אריין געקומען צו קבלת שבת און נאך'ן דאווענען איז פארגעקומען דער עריכת שלחן הטהור, די סעודה האט זיך פארצויגן לאנגע שעות בקדושה עילאה,

אזוי אויך שב"ק בבוקר איז דאס דאווענען געווען מיט א שטארקע ברען. נאכפאלגנדיג מיט א דערהויבענע סעודה ביז אין די שפעטע שעות נאנט צום זמן מנחה, און גאר באזונדער ביי שלש סעודות וואס האט זיך פארצויגן מיט שירות ותשבחות ביז גאר טיעף אין די נאכט.
צוגעלייגטע
2.jpg
2.jpg (29.9 KiB) געזעהן 1563 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1960
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » זונטאג ינואר 07, 2018 11:34 am

מוצש"ק:

במוצאי מנוחה ארויסגייענדיג פונעם גרויסן שבת שפעט ביינאכט, נאך הבדלה האט דער רבי שליט"א גערייכערט א ציגאר כמנהג לעלוב.
צוגעלייגטע
3.jpg
3.jpg (29.98 KiB) געזעהן 1562 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1960
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » זונטאג ינואר 07, 2018 11:36 am

שפעט ביינאכט ווען דער רבי שליט"א איז אריינגעקומן פראווענען מל"מ איז אנגעקומען נאך א חבורה פון לאנדאן, צו פראווענען מל"מ אין ר' ישעי'לעס הויז אינעם הייליגן "מלוה מלכה שטוב" ווי המקום והזמן גורם געהאלפן צו ווערן מיט כל מיני ישועות. בתוכם ידידינו רבות בשנים דער גאר איבערגעגעבענער קעכער פון די יארצייט און אלע גרעסערע מעמדים אין דעם הייליגען חצר איבער'ן יאר מוה"ר מרדכי גאלדשטיין הי"ו, ווי מען האט זיך געוואשען נאך חצות הלילה צו א פריש געדעקטע טיש און פארברענגט מיט שירות ותשבחות און ספורי צדיקים ביז אין די פריע פארטאגס שעות
צוגעלייגטע
4.jpg
4.jpg (26.76 KiB) געזעהן 1560 מאל
5.jpg
5.jpg (55.56 KiB) געזעהן 1560 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1960
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » זונטאג ינואר 07, 2018 11:37 am

און ביים סיום –האלטענדיג בצאתו מיום כ"א כסליו- האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פיירליכע טאנץ "חסדי ה' און בך בטחו" דאנקענדיג השי"ת אויף די גרויסע נס הצלה מרביה"ק מ'סאטמאר זי"ע און נאכדעם געבליבען אויף לינת לילה אין די בנין הכנסת אורחים ד'קערעסטיר.
צוגעלייגטע
6.jpg
6.jpg (41.52 KiB) געזעהן 1552 מאל
7.jpg
7.jpg (30.08 KiB) געזעהן 1552 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1960
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » זונטאג ינואר 07, 2018 11:40 am

פר' מקץ


זונטאג:

צופרי איז געוועהן א מנין שחרית מיט א פרישטאג צוגעשטעלט פאר אלע געסט.

איבער'ן טאג איז געוועהן –חוץ די לעלוב-ניקלשבורג'ע חסידים- א ריבוי עם בליעה"ר איבער 100 אידען זענען געקומען לבקר בהיכלו ווי עס איז געוועהן צוגעשטעלט א גאנצע טאג ווארעמע איבערבייס ווי אלע געסט האבען זיך געזעצט עסן, און דערנאך איז געוועהן א מנין מנחה, בתוכם האט מען אויפגענומען הרב יצחק ישעי' האגער שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מ'וויזשניץ ב"ב שליט"א וועלעכע איז געקומען בראש א חבורה פון וויזשניצער אינגעלייט.

ספעציעל האט זיך אנגעזעהן ידידינו הרבני הנגיד ר' חיים טאגער הי"ו נכד רביה"ק זי"ע וועלעכע איז נתכבד געווארען צו קלאפען א מזוזה אויף די פרישע שטובער וואס מען האט יעצט געענדיגט צובויען וואס האט זיך זייער וויכטיג אויסגעפעלט צוליב די גרויסע פארקער פון געסט וואס שטעלט זיך נישט אפ בליעה"ר.
צוגעלייגטע
8.jpg
8.jpg (28.74 KiB) געזעהן 1548 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1960
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » זונטאג ינואר 07, 2018 11:44 am

נאכמיטאג האט מען אויפגענומען הרה"ג ר' אלטר אליעזר הורוויץ שליט"א רב דביהמ"ד אברכים סאטמאר בארא פארק, און ווי אויך האט זיך אנגעזעהן צווישען די פילע געסט הרב משה שמואל ראטטענבערג שליט"א נכד רבינו זי"ע ומנהל מוסד רב להושיע, און הרב אשר אבא גרויס הי"ו נכד רביה"ק זי"ע,

עס איז געוועהן 3 מנינים מעריב, און עס איז געוועהן צוגעשטעלט א סעודת ערב פאר אלע געסט, וואס נאכ'ן סועד זיין איז געבליבען א גרויסע ציבור אויף לינת לילה, און אחר חצות הלילה איז ארויפגעגאנגען על ציון הק' א ציבור ווי מען האט געזאגט תהילים בהתעורורת רב און געפויעלט אלעס גוטס.

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1960
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » זונטאג ינואר 07, 2018 11:45 am

.
צוגעלייגטע
בית רבינו.jpg
בית רבינו.jpg (42.74 KiB) געזעהן 1541 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1960
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » מאנטאג ינואר 08, 2018 1:37 pm

מאנטאג:

צופרי איז געוועהן א מנין שחרית בתוכם הרה"ג ר' אלטר אליעזר הורוויץ שליט"א הנ"ל, ווי נאך פת שחרית האט זיך רוב ציבור זיך געגרייט צו גיין צום עירפארט זיך צוריק קערן למעונם זייענדיג א טאג פאר חנוכה, און מיטגענומען צידה לדרך פעקלעך מיט פילע השפעות טובות
צוגעלייגטע
9.jpg
9.jpg (52.52 KiB) געזעהן 1451 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1960
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

געציילטע פלעצער פארבליבען

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » מאנטאג ינואר 08, 2018 1:39 pm

זיך אננצושרייבען אין די "קערעסטירע ער"ח חבורה" אויף די קומינדיגע ער"ח שבט, ביטע פארבינט אייך ווי אמשנעלסטען
צוגעלייגטע
ערב ר''ח.jpg
ערב ר''ח.jpg (15.47 KiB) געזעהן 1449 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1960
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » מאנטאג ינואר 08, 2018 1:41 pm

פאלגט נאך ווייטערדיגע באריכטען אין די נאנטע טעג, דא אין די אשכול


צו זיך אויפשרייבען כדי צו באקומען די נייעס אויף אימעיל, ביטע שיקט א אימעיל צו:
updates@kerestir.com

אוועטאר
יש מזל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 463
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 11, 2017 1:46 pm

נסיעה לקערעסטיר מלונדון - בשלח תשע"ח

תגובהדורך יש מזל » מוצ"ש ינואר 20, 2018 8:15 pm

א גוטע וואך
אויב איינער איז אינטערעסירט צו פארן די וואך צום רבי'ן רבי ישעי'לע זי"ע די וואך פ' בשלח (ג' בשלח מסוגל לפרנסה ועוד) פון לונדון הבירה
ביטע זיך ווענדן צום מיר אין אישי - יאך זוך שותפים
ס'דא גאנץ ביליגע טיקעטס ב"ה
הצלחה רבה


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: שאהן הענניטי, שתקן און 15 געסט