מיין שכן'ס פראבלעם, מיט מאדענע עצה'ס (געאייגענט פאר פסח)

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

בארואיגט-אייך
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

מיין שכן'ס פראבלעם, מיט מאדענע עצה'ס (געאייגענט פאר פסח)

תגובהדורך בארואיגט-אייך » מיטוואך מארטש 28, 2018 3:46 pm

אויפן וועג אהיים פון שול פארגאנגענע וואך, שטעלט מיר אפ א גוטן חבר א שכן, אין ער פרעגט מיר צו איך קאן עם העלפן מיט זייער א וויכטיגע זייך אבער נאך פאר יום טוב, ער האט א זייער א שטארקן פראבלעם מיט וואס ער פילט אז ער גייט ממש אונטער,
בטוב ליבי האב עם אוואדי גענטפער אז יא, וואס באדערט אייך אזוי? ברויכסט אפשר אפאר דאלאר פאר פסח, אדער אפשר א צווייטן פראבלעם האט זיך דיר געמאכט, אין די ברויכסט מער די בחינת איש את רעהו?
זאגט ער מיר אז יא, ער האט א שטארקן פראבלעם וואס ער האט זיך אלצט צירוק געהאלטן מיר עס צו זאגן אלצט חשש אז איך בין די פישל וואס ווערשטעאפט אן אלע פראבלעמען, אבער ער קאן זיך פארט נישט צירוק האלטן פון רעדן אין ער הייבט אן אזוי:
מיט א פארביטערטקייט אין אן אונגעצויגנקייט,הייבט ער אן צו שימפען אין שעלטן, מיט אופברוז אין בייז בלוט, נעגעטיוועטי אין דעפערסיע!
וואס גייט פאר מיין חבר, איך האב שוין מורא געהאט אז עס בבחינת עני המהפך.... אבער ניין ער האט א שטארקע דאגה מיט וואס יעדע פארבייגייענדיג מינווט ווערט עס נאך מער שטערקער אין די זידלונגען גייען ארויף צו העכערע טענער, בבחינת פוי,
צו ברויך טאקע אז די שכנ'ס ווינדלען, אין ציביסענע שיריים פון זייער נעכטיגע נאכטמאל זאלן זיך ארום ווארפן אין די גאסן ווי כאילו עס איז נישט דא קיין פלאצט פאר דעם ערגעצט אנדערש?,
"די שכנ'ס ווינדלען, אין ציביסענע שיריים פון זייער נעכטיגע נאכטמאל ווארפן זיך ארום אין די גאסן ווי כאילו לא היה, זיין אויסדריק איז געווען ווי "פאשקעווילן נאך א רעגן", ממש איך האלט עס נישט אויס, עס שמעקט אן די געגענט, אפט מאל טרעפט מען זיך אן מיט אומבאטאמטע סיטואציעס וואס אין כאן מקום להאריך,
יעדע וואך ביי מיין רואיגע שבת נאכמיטאג שפאציר ברויכן ראטן מיט קעצלעך א דורך לויפן אין שטערן מיין רואיקייט צילוב נישט גוטע מעשים פון די שכינים,
גייענדיג אין שול שבת אדער צירוק קומענדיג דארפן יעדע וואל מיך אפווארטן אן געזעמל פון די ברייט באקאנטע אלט באוויסטע אנטעסעמיטישע סקונק'ס וואס האבן שוין אפט מאל אונגעזייט אויפברויז אין טרויער, סעמאטוכעדיגע צענעס, באגלייט מיט פאניק אין כעס, פון די פארפלאגטע עמך יוד,
גינוג איז גינוג שרייט ער, איך גיי מער דאס נישט צו לאזן, גארבעדזש זעקלעך האבן א מקום ווי עס ברויכט צו ריען, א מקום ווי די גארבעדזש געזעלשאפט זאל נישט קומען צו בארירונג מיט מענטשליכע געשטאלן,
א שאנדע!
ער וויל נעמען שטארקע שריט קעגן די וואס זענען פוגעי בכבוד המ'ענטשייט און לייגן נישט אריין די זעקלעך מיסט אין די באשטימטע פלעצער, וואס אין די פאל ווערט עס אונגעריפן בלשון הווילדזש "מיסט קאנונען" איז זיי שטארק באשטראפן דורך ארויס לייגן פוקשער'ס פון יענעמס מוסט זעקל באגלייט מיט א דאקומענט צו וועם דאס באלאנגט, איז אזוי האפענדיג צו אראפ נעמען אדער על כל פנים רעדעצירן די שטארקע עפידעמיא וואס פלאגט די היימישע גאס אין עס שטארק רעדוצירן צו ביז גאר נידריגע שטאפלען!
די מענטשן רעכט פארלעצונגען דארפן ווערן צירוק געשטעלט איינאמאל פאר אלעמאל, מען ברויכט צו מאכן סדר, אין מער נישט לאזן פארקומען אזאנעכע אינצידענטען,
אין ער פירט אויס, יעצט איז די ריכטיגע צייט צו נעמען שריט קעגן די אלעמירנדע פראבלעם,פון לאזן גארבעדזש בכדאי שיהא ניכר בעיני האדם, צלוב די שטארק פארנימענע מוצאי פסח טעג, וואס פארשטענדליך גרייכט דעמאלצט די הויך פונקט אין יאר מיט די פאקטן ארום די גארבעדזש זעווארוכע.
איז יעצט פרעג איך עם, טא מיט וואס קאן איך דיר העלפן?
זאגט ער מיר, אבער ער וויל זיין א מענטש, אין אונהייבן מיט אן התראה דאקומענט דורך פירקולירן די ווענט ארום די גארבעדזש זאנע מיט געקלעבטע צעטלעך ארום גענומען מיט אייגן פארבערצירטע אידישע פלעסטיק וואס איז ספעציעל געאייגנט פאר בייז-סיזאנ'ס, (צו באקלעבן שטערן'ס אין די סוכה, עס צו באהיטן פון קעלט, שטילע אופברויז צווישן די געשוויסטער, אדער פון רעגן וואס אייער פראפעשענל שלאק מיט די הילף פון אייער ברודער בין הזמנין האט פארט נישט באוויזן צירוק צו האלטן די שטראם פון רעגן צו שטורעמען אייער באקוועמע סוכעלע, אין נאר מיט די הילף פון א פושעטע בעזעם שטעקן האט איר געראטעוועט אייער סוכה פון ווערן א אינטש וואסער נאר אנטשטאס נאר א האלבע, פארט איז אייער באליבטן שטערן שיעור נישט קליא געווארן נאר אדאנק די אויבן דערמאנטן פלעסטיק האט איר עס נאר געדארפט איבער מאכן נעקסטן יאר אין נישט אונהייב אן א פרישע,) בקיצור מיט אט די פלעסטיק זאל די אינדרויסענדיגע חלק פון די התראה דאקומענט ווערן ארום גענעמען, עס צו קענען באשיצן פאר גאנצע 8 טעג פון אראפ קומען.
איז אזוי, איך האב אנגעשטימט מיט די פלאן, אבער פארוואס נעם איך די קוראדזש ארויס צו קומען אין פאבליק דערמיט? איינער וועט נאך אדורך וואקן די אויבן דערמאנטן מיסט זאנע אין זען די דאזיגע התראה דאקומענט אין וועט גראד צוטרעפן אז אין די בולדינג טוט בארויאיגט-אייך מחנך די קונדער,אין עס וועט ארויס קומען א חשש גילו,
נאר וואס דען, אזוי ווי איך ברויך העלפ פונם געטרייען ציבור דא אויפן וועלטל איבער א לשון פאר די התראה דאקומענט, וויאזוי דאס זאל שטיין ארויס געשריבן, מיט די מערסטע מאס רעספעקט, אדער גאר וועט זיך איינער אופערן עס צו מאכן אין פאבלעצירן (אפשר צדקת העיר?), וועגן דעם קום ארויס אין פאבליק דערמיט,
געגאנגען חברה ווער קען מיר העלפן מיט א לשון פאר מיין אויפגעברויזטע שכן'ס "התראה דאקומענט"
איך דאנק יעדן פאראויס

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 20 געסט