וואָלבּרוֹזֶש'ע שטובל

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

וואלברוזש'ע רבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 9:14 am

וואָלבּרוֹזֶש'ע שטובל

תגובהדורך וואלברוזש'ע רבי » מאנטאג אפריל 02, 2018 10:28 pm

א גוטן טייערע חשובע חברים וידידים.
מיט גרויס התרגשות עפן איך בעז"ה דעם אשכול, פאר אייך ליבע ברודער, זיך צו דערקוויקן טאג טעגליך מיט הייליגע און בא'טעמ'טע סיפורים און מאמרים, פונעם הייליגן בעל "עבודת יששכר" זי"ע.

מאכט אייך היימיש דא, ספעציעל צוגעשטעלט פלאץ בהרחבה פאר יעדן איינעם, און פאר אייערע הגהות לרחצה..

פילט אייך היימיש, פלעכטס אריין אינעם שמועס נאך סיפורים ומאמרים פון נאך צדיקים וקדושים להרחבת הענין.

וועל איך אנהייבן מיט א הייליג עובדה'לע:
איינמאל ווען דער "עבודת יששכר" איז געזעצן ביים סדר טיש האט פלוצים אנגעהויבן גיין אן אש להבה ארום דעם טיש, מ'האט געזען בחוש אז די שכינה איז דא. דאס איז געווען דאס איינציגסטע זאך וואס די אנוועזנדע געדענקן, ווייל נאך אפאר רגעים פון די פחד דקדושה, זענען אלע אנוועזנדע אריין אין אן אנדער וועלט, וואס ווען זיי זענען צוזיך געקומען האט מען שוין געהאלטן נאכן סדר, און א גרויס שכחה איז זיי אלע באפאלן, אז זיי האבן נישט געדענקט קיין איין איינציג ווארט פון די דברי תורה וואס דער צדיק האט משמיע געווען.
האט מען געפרעגט דעם צדיק וואס ער האט אזאנס געזאגט אז ס'איז געווען גילוי שכינה ממש. האט ער געזאגט, "גילוי שכינה בליל הסדר, פשיטא". אבער די אלע רזי דרזין וואס ער האט מגלה געווען קען מען נישט אזוי מגלה זיין אין א חול המועד טאג, אבער וואס יא? ... ס'שטייט אין די הגדה "כמה מעלות טובות למקום עלינו", און נאר אויף אונז רעכנט הקב"ה פאר א מעלה? און וואס איז מיט די תורה? און וואס איז מיט אלע אנדערע הייליגע זאכן וואס דער באשעפער האט דא אויף זיין וועלט?
"נאר" פירט אויס דער הייליגער רבי: "זאל א מענטש וויסן ווי חשוב זיין עבודה איז ביים אייבירשטען, אויף אזוי ווייט אז דער רבש"ע קוקט אן די גאנצע וועלט ווי ער האט נישט אויף איר קיין איין מעלה, און נאר דער עבודה פונעם איד רעכנט דער באשעפער ביי זיך אלס א מעלה ווי די איינציגסטע אויף דער גאנצער וועלט!!! זאל א מענטש וויסן ווי חשוב זיין עבודה איז ביים באשעפער .. .
די תגובה געפעלט דיך?
גיב א שמייכל !!! . . . . . . !


דעי ניק איז נישט אקטיוו

וואלברוזש'ע רבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 9:14 am

לרגל די יארצייט פונעם הייליגן דברי חיים זצ"ל.

תגובהדורך וואלברוזש'ע רבי » דינסטאג אפריל 10, 2018 5:13 pm

אמאל ביים טיש פונעם הייליגן דברי חיים, ווען דער עולם האט געשמועסט, איז דער הייליגער דברי חיים אריין אין א דביקות, און ער האט געקלאפט מיט די פיס אפצושטילן דעם עולם, פרעגנדיג, "איר הערט נישט ווי דער נעים זמירות ישראל זינגט פארן באשעפער? וואו קענט איר שמועסן אין אזא צייט?"
ווען מ'האט אים געפרעגט ווער ס'איז דער "נעים זמירות ישראל", האט ער געענטפערט, "וואס הייסט ווער? ר' בעריש'ל וואלברוזשער"...

אזוי אויך ווען דער זוהן פונעם וואלברוזש'ער, ר' שלמה יצחק זצ"ל, איז געפארן צום דברי חיים זיך געזעגנען איידער ער איז ארויף געפארן קיין ארץ ישראל, ווינאר ער האט אנגעכאט די קלאמקע פונעם טיר, געט זיך די טיר א מאך אויף, און דער הייליגער דברי חיים אליינס שטייט פאר אים ביים שוועל מלא שמחה אויסרופנדיג, "ברוך הבא ר' שלמה יצחק"! פרעגט אים ר' שלמה יצחק מיט וואונדער, "איך בין נאך קיינמאל נישט דא געווען, פון וואו קען מיך דער רב"?
ענטפערט דער דברי חיים, "דו ביסט דאך דער זוהן פונעם נעים זמירות ישראל"!!!
לויט א צווייטע מקור האט ער אים געענטפערט, "דו ביסט דאך דער זוהן פונעם נעים זמירות ישראל.. א טאטע וואס איז דוד המלך בדורינו, און דו זיין זוהן 'שלמה', פארוואס זאל איך דיר נישט קענען?"
די תגובה געפעלט דיך?
גיב א שמייכל !!! . . . . . . !


דעי ניק איז נישט אקטיוו

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2443
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » דינסטאג אפריל 10, 2018 5:18 pm

וואס האט דער עבודת ישכר געשריבן איבער רבי'ס וואס נעמען איבער רביסטעוועס?
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 514
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

תגובהדורך קאזאבלאנקא » דינסטאג אפריל 10, 2018 5:38 pm

וואלברוזש'ע רבי האט געשריבן:אמאל ביים טיש פונעם הייליגן דברי חיים, "


איז כדאי צו באמערקן אז היינט איז טאקע די יארצייט פון הייליגן דברי חיים זי"ע

אוועטאר
צייט שטיפער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 375
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » דינסטאג אפריל 10, 2018 5:43 pm

קאזאבלאנקא האט געשריבן:
וואלברוזש'ע רבי האט געשריבן:אמאל ביים טיש פונעם הייליגן דברי חיים, "


איז כדאי צו באמערקן אז היינט איז טאקע די יארצייט פון הייליגן דברי חיים זי"ע


קוק אויפן קעפל פונעם תגובה
טיפע קאפ

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3322
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » דינסטאג אפריל 10, 2018 5:43 pm

ווי האט יענער געזאגט, אז איר זענט וואלברוזש'ע רבי, דאן שיקט א גריס פאר ר' נתן דוד פון שידלאווצע...

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2092
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » דינסטאג אפריל 10, 2018 5:47 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:וואס האט דער עבודת ישכר געשריבן איבער רבי'ס וואס נעמען איבער רביסטעוועס?


אגב ער האט דאס נישט געשריבן, א תלמיד האט דאס געשריבן. ער שרייבט דארט אז מען דארף נעמען א תלמיד וואס איז ראוי נישט דוקא א זוהן, ווייל טאמער נעמט מען א זוהן ענדערש ווי א תלמיד וואס איז מער ראוי, ווערט פארגעסן די עיקר נקודה פון חסידות וואס איז געבויעט אויף עבודת השם, נישט אויף רבני'שע ירושה. דאס איז מער ווייניגער די נקודה וואס ער זאגט דארט.

(עס איז געווען ביי די פרשה פון הרה"ק הינוקא מסטאלין זי"ע, כך שמעתי)
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2092
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » דינסטאג אפריל 10, 2018 5:48 pm

וואלברוזש'ע רבי האט געשריבן:אמאל ביים טיש פונעם הייליגן דברי חיים, ווען דער עולם האט געשמועסט, איז דער הייליגער דברי חיים אריין אין א דביקות, און ער האט געקלאפט מיט די פיס אפצושטילן דעם עולם, פרעגנדיג, "איר הערט נישט ווי דער נעים זמירות ישראל זינגט פארן באשעפער? וואו קענט איר שמועסן אין אזא צייט?"
ווען מ'האט אים געפרעגט ווער ס'איז דער "נעים זמירות ישראל", האט ער געענטפערט, "וואס הייסט ווער? ר' בעריש'ל וואלברוזשער"...

אזוי אויך ווען דער זוהן פונעם וואלברוזש'ער, ר' שלמה יצחק זצ"ל, איז געפארן צום דברי חיים זיך געזעגנען איידער ער איז ארויף געפארן קיין ארץ ישראל, ווינאר ער האט אנגעכאט די קלאמקע פונעם טיר, געט זיך די טיר א מאך אויף, און דער הייליגער דברי חיים אליינס שטייט פאר אים ביים שוועל מלא שמחה אויסרופנדיג, "ברוך הבא ר' שלמה יצחק"! פרעגט אים ר' שלמה יצחק מיט וואונדער, "איך בין נאך קיינמאל נישט דא געווען, פון וואו קען מיך דער רב"?
ענטפערט דער דברי חיים, "דו ביסט דאך דער זוהן פונעם נעים זמירות ישראל"!!!
לויט א צווייטע מקור האט ער אים געענטפערט, "דו ביסט דאך דער זוהן פונעם נעים זמירות ישראל.. א טאטע וואס איז דוד המלך בדורינו, און דו זיין זוהן 'שלמה', פארוואס זאל איך דיר נישט קענען?"


ער איז טאקע געווען זייער דבוק אין דוד המלך, ער האט געהאט אן עבודה פון אויסזאגן יעדן טאג גאנץ תהלים בציבור.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9192
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דינסטאג אפריל 10, 2018 5:58 pm

סידיראם האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:וואס האט דער עבודת ישכר געשריבן איבער רבי'ס וואס נעמען איבער רביסטעוועס?


אגב ער האט דאס נישט געשריבן, א תלמיד האט דאס געשריבן. ער שרייבט דארט אז מען דארף נעמען א תלמיד וואס איז ראוי נישט דוקא א זוהן, ווייל טאמער נעמט מען א זוהן ענדערש ווי א תלמיד וואס איז מער ראוי, ווערט פארגעסן די עיקר נקודה פון חסידות וואס איז געבויעט אויף עבודת השם, נישט אויף רבני'שע ירושה. דאס איז מער ווייניגער די נקודה וואס ער זאגט דארט.

(עס איז געווען ביי די פרשה פון הרה"ק הינוקא מסטאלין זי"ע, כך שמעתי)

דא האט איר עס [סוף ספר עבודת יששכר]
עבודת1.pdf
(116.25 KiB) דאונלאודעד 84 מאל

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2092
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » דינסטאג אפריל 10, 2018 6:04 pm

אין וואלברוזשער שטיבל איז ראוי אריינצוברענגען א גלעזל משקה, מאכן א לחיים מיט א חסידישע דערהויבענע שבת אחים, ער דערמאנט דאך אין זיין ספר בשם הרה"ק רבי איציקל ווארקער דאס אז ווען משיח וועט קומען וועט מען אנטקעגן גיין משיח צדקינו מיט א באטל ברוינפן, אז דאס האט אינז געהאלטן אין דעים ביטערן גלות.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 514
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

תגובהדורך קאזאבלאנקא » דינסטאג אפריל 10, 2018 6:20 pm

צייט שטיפער האט געשריבן:
קאזאבלאנקא האט געשריבן:
וואלברוזש'ע רבי האט געשריבן:אמאל ביים טיש פונעם הייליגן דברי חיים, "


איז כדאי צו באמערקן אז היינט איז טאקע די יארצייט פון הייליגן דברי חיים זי"ע


קוק אויפן קעפל פונעם תגובה


נישט באמערקט

וואלברוזש'ע רבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 9:14 am

תגובהדורך וואלברוזש'ע רבי » דינסטאג אפריל 10, 2018 7:33 pm

סידיראם האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:וואס האט דער עבודת ישכר געשריבן איבער רבי'ס וואס נעמען איבער רביסטעוועס?


אגב ער האט דאס נישט געשריבן, א תלמיד האט דאס געשריבן. ער שרייבט דארט אז מען דארף נעמען א תלמיד וואס איז ראוי נישט דוקא א זוהן, ווייל טאמער נעמט מען א זוהן ענדערש ווי א תלמיד וואס איז מער ראוי, ווערט פארגעסן די עיקר נקודה פון חסידות וואס איז געבויעט אויף עבודת השם, נישט אויף רבני'שע ירושה. דאס איז מער ווייניגער די נקודה וואס ער זאגט דארט.

(עס איז געווען ביי די פרשה פון הרה"ק הינוקא מסטאלין זי"ע, כך שמעתי)

קיינמאל נישט געהערט פון דעם אז ער האט עס געזאגט אויפן ינוקא. און ס'איז נישט מסתבר אזוי, ווייל ער זאגט דארט אין יענעם מאמר אז די שלעכעטע דרך פון ראביסטעווע גייט פאר אין רוסיה, און 'סטולין' וואו דער ינוקא איז געווען רבי געפינט זיך אין ליטה. ווי אויך ווער ס'איז זיך אביסל מעיין אין די השתלשלות הדברים וויאזוי דער ינוקא איז געווארן רבי, זעט אז ער איז אויפגענימען געווארן דורך די זקני חסידים, און נישט דורך די נערים הדוחפים. און בכלל פלעגט דער וואלברוזש'ער נישט האקן אויף קיין ענין וועלכע האט געקענט באטרעפן א געוויסע ספעסיפיק מענטש, נאכדערצו א הייליגע רבי א צדיק אמת מנעוריו. און אדרבה, סידיראם, אויב האט איר א מקור דערצו וועל איך אייך אויסהערן מיט גרויס אינטערעס.
די תגובה געפעלט דיך?
גיב א שמייכל !!! . . . . . . !


דעי ניק איז נישט אקטיוו

וואלברוזש'ע רבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 9:14 am

תגובהדורך וואלברוזש'ע רבי » דינסטאג אפריל 10, 2018 7:48 pm

אגב, "וואלברוזש" איז א חסידות אנגעזאפט מיט לעכטיגע זיסע רעיונות און געדאנקן, און על כולם גאר געשמאקע תורה'לעך. און היות ס'באדערט מיר זייער אז דער עולם האט זיך צוגעכאפט צו א צוויי דריי תורה'לעך, און איבעראל וואו מ'דערמאנט די נאמען פון די חסידות וואלברוזש, ווייסט דער עולם נאר צו זאגן דעי צוויי דריי תורה'לעך און נאכדעם ווערט מען פארשטימט נישט וויסענדיג מער פון דעם, פרוביר איך צו בויען דעם אשכול, פון וואו ס'זאל ארויס שיינען נאך פיל מאמרים וואס זענען דערווייל נישט באקאנט, און בעז"ה, איינמאל א וואלברוזש'ע ווארט, און איינמאל אן אומבאקאנטע שיינע ווארט פון אן אנדערע חסידות דורך א צווייטע ליינער, וועט ארויסקומען א שיינע אשכול בסייעתא דשמיא.
די תגובה געפעלט דיך?
גיב א שמייכל !!! . . . . . . !


דעי ניק איז נישט אקטיוו

אוועטאר
צו געזונט
שר האלפיים
תגובות: 2301
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » דינסטאג אפריל 10, 2018 10:45 pm

ווילט איר הערן וואלברוזשע היינטיגע תורה'לעך? קומט ימים טובים צו די ברך משה געגנט אין קרית יואל פאר לייוו וואלברוזש!!!
בנשיאות כ"ק אדמו"ר מ'וואלברוזש קראקא
בוי זיך זעלבסט

וואלברוזש'ע רבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 9:14 am

תגובהדורך וואלברוזש'ע רבי » מיטוואך אפריל 11, 2018 9:55 am

צו געזונט האט געשריבן:ווילט איר הערן וואלברוזשע היינטיגע תורה'לעך? קומט ימים טובים צו די ברך משה געגנט אין קרית יואל פאר לייוו וואלברוזש!!!
בנשיאות כ"ק אדמו"ר מ'וואלברוזש קראקא

;l;p-
די תגובה געפעלט דיך?
גיב א שמייכל !!! . . . . . . !


דעי ניק איז נישט אקטיוו

אוועטאר
צייט שטיפער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 375
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » מיטוואך אפריל 11, 2018 2:13 pm

צו געזונט האט געשריבן:ווילט איר הערן וואלברוזשע היינטיגע תורה'לעך? קומט ימים טובים צו די ברך משה געגנט אין קרית יואל פאר לייוו וואלברוזש!!!
בנשיאות כ"ק אדמו"ר מ'וואלברוזש קראקא


:lol: :lol: :lol: און :lol:
טיפע קאפ

וואלברוזש'ע רבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 9:14 am

תגובהדורך וואלברוזש'ע רבי » מאנטאג אפריל 16, 2018 2:10 pm

געטראפן א תפילה נוראה פונעם הייליגן וואלברוזש'ער. ווען ער האט גליטן פון יסורים פלעגט ער זאגן די תפילה און ס'האט אים געגעבן אזוי פיל התחזקות אז ער האט נישט געשפירט די יסורים.

רבש"ע, כל מה שיש מלמעלה לחשוב עמי, על הכל אני מעמיד את כתפי לקבל עלי הכל בעולם הזה. אמנם אחת שאלתי מאת ה' ואותה אבקש, שהיסורין לא יהיו באופן אשר בסיבתם יהיה לי חלילה מניעות לשום עבודת הבורא ברוך הוא מתורה ועבודה, דאם כן למה לי חיים. אבל מה שאינו נוגע רק להגוף הנגוף הזה, על זה לא אחוס, כי על הגוף נאמר בתיקונים שהוא צרעת משכא דחויא:
די תגובה געפעלט דיך?
גיב א שמייכל !!! . . . . . . !


דעי ניק איז נישט אקטיוו

וואלברוזש'ע רבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 9:14 am

תגובהדורך וואלברוזש'ע רבי » מאנטאג אפריל 16, 2018 2:43 pm

אז מ'רעדט שוין פון יסורים. ס'דא מענטשן וואס מיינען אז יסורים איז עפעס א זאך וואס נאר צדיקים ופרושים האבן געהאט, און היינט עקזעסטירט עס שוין כמעט נישט, חוץ ביי די קראנקע און ארימע, אבער אין אמת'ן שטייט אין ספרים אז יעדע קלייניקייט וואס פאסירט, מ'וויל ארויסנעמען פון טאש א קוואדער און ס'קומט ארויס א ניקל וכדו', יעדע קלייניקייט וואס גייט א טראפקעלע אוועק פון לויט וויאזוי מ'וויל, הייסט "יסורים".
זאגט דער הייליגער וואלברוזשער אין זיין ספר "אמרות טהורות ואמרי נועם", אז א איד וואס האט יסורים, און נישט סתם יסורים, נאר אמת'ע יסורים, א גאנצע טאג אן הצלחה מיטן פוטער אראפ, איין פארלוסט נאכן צווייטן, מ'זעט נישט קיין שום ליכטיגקייט פון הצלחה. דאך זאל מען נישט נאכלאזן פון עבודת ה', און [לשון קדשו באידיש] "דו טארסט נישט ברוגז ווערין אויפן באשעפער, נאר דו זאלסט אויפשטעלין דיינע פלייצעס" [עכל"ק באידיש] און גרייט זיין צו ליידן און דערליידן אלע מיני יסורים, אזוי ווי ס'שטייט ביי רבן גמליאל אז ער האט געזען א ת"ח וועלכע איז געראטעוועט געווארן פון א שיף וואס האט איינגעזינקן, האט ער אים געפרעגט וויאזוי ער איז געראטעוועט געווארן, האט ער אים געענטפערט אז ער האט זיך אנגעכאפט אין א ברעט, און אזוי צוגעשווימען צו די יבשה, און די וואסער איז געווען זייער שטורמ'דיג מיט גרויסע כוואליעס, און ביי יעדע כוואליע וואס איז אים קעגן געקומען, האט ער זיך אראפ געבויגן די קאפ, און די כוואליע איז אריבער איבער אים, און ער איז געראטעוועט געווארן. דאס קומט ווייזן אז די עצה פאר יסורים און דערביטערניש איז נישט זיך צו רעגן און מאכן קולות אויף איעדן, נאר די ריכטיגע וועג איז, זיך צו אונטער בייגן און סובל זיין די יסורים, און נאר אזוי וועט מען צום סוף ארויסגיין א געהאלפענער.
און ווען מ'זעט מן השמים ווי דער מענטש איז זיך מקבל יסורים באהבה אדער אפי' אז מ'איז גרייט אז אויב ס'גייט קומען יסורים וועט מען עס מקבל זיין באהבה, דעמאלס איז מען זיך מרחם מן השמים און דער באשעפער העלפט און נעמט אוועק די יסורים.

---

ידיד נפש אב הרחמן..
מ'קען שוין אנצינדן די לעקטערס...
די תגובה געפעלט דיך?
גיב א שמייכל !!! . . . . . . !


דעי ניק איז נישט אקטיוו

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2092
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » מאנטאג אפריל 16, 2018 2:47 pm

עס איז דא סיפורי צדיקים וואס דער וואלברוזשער צדיק האט אליין אפגעשריבן, עס האט א חשיבות סיפורים וואס א צדיק אליין האט געשריבן. דער עצם ספר עבודת יששכר איז א פייערדיגע חסידישע ספר, פילע שעפן פון דעים הויפענעס התחזקות בדרכי העבודה.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

וואלברוזש'ע רבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 9:14 am

תגובהדורך וואלברוזש'ע רבי » דינסטאג אפריל 17, 2018 5:16 pm

בענין הנ"ל, האב איך געהערט היינט א ווארט בשם הרה"ג ר' שמעון זאב מייזליש שליט"א, זאגט ער. ס'דא היינט אזא זאך וואס הייסט "פלעסטיק סירדזשערי", ד.מ. למשל איינער וואס וויל אויספארמירן זיין פנים אנדערש ווי וואס ער איז געבוירן, אדער איינער וואס גייט מיט גלעזער און ער וויל צוריק באקומען זיין פולע ראיה, וכדו', קען מען היינט מאכן "פלעסטיק סירדזשערי" און אלעס דרייען וויאזוי מ'וויל. אין קורצן, פארדרייען די יוצרות כדי מ'זאל באקומען א שענערע אדער א בעסערע געשטאלט.
פרעגט די וועלט, אז די טעג נאכן סירדזשערי ליידט מען מורא'דיגע יסורים, פארוואס טוען דאס מענטשן?
נאר דאס איז די זאך, ווען א מענטש ווייסט אז דורכן ליידן די יסורים וועט ער באקומען א בעסערע און א שענערע צורה, איז ער גרייט אלעס מיטצומאכן, אבי ער זאל ארויסקומען שיין.

און ווער פארשטייט נישט די מוסר השכל אליין ?...

ווען א מענטש ווייסט אז דורכן ליידן די יסורים וועט ער ארויסקומען אסאך שענער ווי פריער, ליידט ער די יסורים באהבה, מיט שמחה, און ער איז גרייט זיך צו לאזן שניידן, און נישט אויפגערעגט צו ווערן ח"ו אויפן רבש"ע, און אזוי ארויסקומען א נייער מענטש.
לעצט פאראכטן דורך וואלברוזש'ע רבי אום פרייטאג אפריל 20, 2018 12:04 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
די תגובה געפעלט דיך?
גיב א שמייכל !!! . . . . . . !


דעי ניק איז נישט אקטיוו

וואלברוזש'ע רבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 9:14 am

תגובהדורך וואלברוזש'ע רבי » פרייטאג אפריל 20, 2018 12:03 pm

.
די תגובה געפעלט דיך?
גיב א שמייכל !!! . . . . . . !


דעי ניק איז נישט אקטיוו

אוועטאר
וויי-פיי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2016 11:11 am
לאקאציע: jersey city
פארבינד זיך:

תגובהדורך וויי-פיי » מיטוואך אפריל 25, 2018 10:57 am

וואלברוזש'ע רבי האט געשריבן:.


איר זיכט א שיינע אוועטאר?

---

זעהר שיינע געהענגל, קופ אפ ;a-1;
דאס איז א שטיקל מיט ווערטער וואס ווערט צוגעלייגט צו אלע דיינע תגובות, עס איז דא א מאס פון 255 אותיות וואס מען קען שרייבן.

וויפיי.קאם.דראפ-באקס\אומזיסט

וואלברוזש'ע רבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 9:14 am

תגובהדורך וואלברוזש'ע רבי » מיטוואך מאי 09, 2018 2:25 pm

טייערע חשובע חברים.

האלט מיר פרשת בהר-בחקותי זאגט רש"י אז פונקט ווי מצות שמיטה איז מסיני, אזוי אויך אלע אנדערע מצות.

איז מפרש דער "עבודת יששכר" פארוואס מ'האט דוקה אנגעכאפט מצות שמיטה ארויסצולערנען דערפון אלע אנדערע מצות. איז ער מפרש מיט א משל:

א קעניג האט געוואלט באלוינען איינע פון זיינע געטרייעסטע באדינער, און ער האט געוויסט אז אויב וועט ער אים שיקן אויף וואקאציע וכדו' וועט עס אים נאר ווייטון, ווייל ער וויל זיין נאנט צום קעניג. האט ער אים באפוילן אז ער זאל אים יעדן צופרי באקן א קיכעלע און עס ברענגן פאר אים, מיט דעם האט דער קעניג געוויסט אז ער באלוינט אים ריכטיג, ווייל ער איז אים מקרב. און ווי אויך דער באדינער האט געוויסט אז דער קעניג נויטיגט זיך בכלל נישט אין דעם נישטיגן קיכעלע, נאר דאס איז זיין באלוינונג אז ער האט די כבוד. אבער נאך מער פון דעם איז, אז די גאנצע מעל, וואסער, און אלע פראדוקטן פון וואס ער מאכט דאס קיכל, ווי אויך די אויוון און די כלי מכשירים, אלעס איז דאך די רכוש פונעם קעניג, קומט נישט דער באדינער זיך גרויס צו האלטן, אז "ער" האט געמאכט און "ער" האט געברענגט, ווייל ס'דאך נישט זיין, נאר דער קעניג אליין שטעלט אים עס צו כדי ער זאל האבן וואס צו ברענגן, און אלעס איז נאר צו מהנה זיין - נישט דוקה דעם קעניג - נאר דעם קנעכט אליין.

והנמשל מובן.. ס'נישט שייך צו זאגן אז דער באשעפער "נויטיגט" זיך אין אונזערע מצות, נאר רצה הקב"ה לזכות את ישראל לפיכך הרבה להם תורה ומצות, און דאס איז פאר אונז א זכיה יעדע מצוה עקסטער צו מקיים זיין. און וועגן דעם שטעלט אונז דער אייבישטער צו תפילין, ציצית, מזוזה, לולב ואתרוג, סוכה, וכו' וכו' וכו', קומט נישט פאר א מענטש זיך גרויס צו האלטן אז "ער" האט געטון און "ער" האט געמאכט, ווייל ווער האט געגיבן כח צו טון, און ווער האט געגיבן כח צו מאכן, און ווער האט געגיבן מיט וואס צו מאכן, איז דאך אלעס ווייטער פון באשעפער וועלכער זוכט אונז צו מהנה און מזכה זיין. אבער אונז אליין וואלט מיר גארנישט געקענט טון אן דעם.
און טאקע וועגן דעם לערנט מען ארויס פון מצות שמיטה אויף אלע מצות, ווייל מצות שמיטה איז, לאזן דעם פעלד תחת השגחתו של הקב"ה, אזוי אויך זאל מענטש וויסן אז אלע זיינע מצות וואס ער טוט איז נישט מכח עצמו, נאר אלעס איז פון באשעפער וועלכע איז איז אים מזכה.
די תגובה געפעלט דיך?
גיב א שמייכל !!! . . . . . . !


דעי ניק איז נישט אקטיוו

ידיעות שונות
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » מיטוואך מאי 09, 2018 2:29 pm

איז דא אן אשכול אויפן בעל עבודת יששכר אין על הצדיקים פארום?

וואלברוזש'ע רבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 9:14 am

תגובהדורך וואלברוזש'ע רבי » מיטוואך מאי 09, 2018 2:39 pm

די תגובה געפעלט דיך?
גיב א שמייכל !!! . . . . . . !


דעי ניק איז נישט אקטיוו


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: yeah, יצחק ראזענפעלד און 15 געסט