מזל טוב טיפשים! ארטעפישעל חכמה עוועליבעל

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

פרידן
שר האלף
תגובות: 1717
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

מזל טוב טיפשים! ארטעפישעל חכמה עוועליבעל

תגובהדורך פרידן » מאנטאג אפריל 09, 2018 1:58 am

קודם פאר איר הייבט אן ליינען, אויב זענט איר א שוואך הארץ, אין געבענטש מיט איבריגע אהבת הפושעים ליינט נישט די ארטיקל, איך בין נעבעך געשלאגן מיט שנאת הבריות משונות

כקוף בפני אדם
היינט איז שוין אלעס דא צו באקומען ארטעפישעל, אלע טעמים ריחות אין קאלירען, די ארטעפישעל אינטעלעזשענס ווער מער אין מער, אבער איש בשורה אנכי היום עס איז דא צו באקומען פרי אוף טשארדש, ארטעפישעל חכמה נאר איין קאנדישען מען טאר נישט האבן פין די עכטע חכמה, מען נעמט אביסל אין מען עס איז ממש נראה כחכם בעיקר אין די אויגן פון אנדערע ארטעפישעל חכמים, ספעציעל פראדעצירט שלא לבייש מי שאין לו, מען קוקט געהעריג אויס ווי א עכטע חכם, א געדאנק ווי די שבת טאטע סעט וואס מען מאכט פאר די קינדער
די קענסט ווייטער בלייבן באמת א שוטה עם הארץ, אבער אז די וועסט פאלגן די רולס פין די ארטעפישעל חכמה סאסייעטי וועסטו זיכער באקומען די קאנפידענס אז באמת ביזטו משוגע קלוג, געלערנט, א יודע ספר, א היסטאריקער, און וואס נישט, עס איז נישט קיין שווערע זאך מען דארף גארנישט קענען, דארפסט פלעין קענען נאכזאגן די ארטעפישעל חכמות ידיעות אין היסטאריע, מיט די צייט וועסטו דיך שוין אליינס אויסלערנען ווי אזוי צו צולייגן אייגענע ארטעפישעל חכמות צו די סאסייעטי אויף ארטעפישעל פיעפעל, די כללים זענען גרינגע בעיקר פאר איינער וואס האט נישט קיין פראבלעם צו רעדן שטותים מיט קאנפעדענטס

נער היית גם זקנת
די גאנצע סוד בין איך געוואר געווארן נישט לאנג צוריק ווען איך האב אנגעטראפען מיט עפעס א יקוש וואס איך בין געווען אין ישיבה מיט, מאטי האט ער זיך גערופען, ער האט זיך געהאלטן אין גוטן מיט מיר נאכן כסדר מקיים זיין דעם שבעה דברים בגולם, ווי איך האב נאר גערעדט פלעגט ער אלץ קענען צו טרעפען די נישט ריכטיגע סטעיטמענט צו צולייגן, ממש א חד בדרא, אן עכטער אולי יחוס, און ישיבה האט ער שוין דעוועלאפט די טולס פון קענען זיין א פאטענשעל ארטעפישעל חכם,ער האט געהאט א פעטער וואס טראץ די מלחמה ווי טויזענטער כתבי קודש זענען פארלוירן געווארן האט ער ב"ה אפגעהיטען אפאר ארגינעלע פאשקעווילן פין די מחלוקת אינדערהיים, ער האט נאך אפי' א פאשקעוויל פין צאנז –סאדיגער מחלוקה, כידוע אויב קען מען עפעס א אלטע אפגעריסענע לשון הרע איז מען אין די ארטעפישעל וועלט אבנארמאל קלוג, ממש שלמה המלך אין די ארטעפישעל ווערסיע, דער פעטער פלעגט בארגן פאר די נעבעכדיגער נעפיו קאפיס פין די סחורה און דער פלעגט אלץ ברענגען, דער איז געווען זיכער ער ווערט די נייער היסטאריקער, ער נעמט איבער ר' שלמה יענקל זאפארט ער האט דאך א לייוו קאפי פין א פאשקעוויל.

אבער לעצטענס זייט ער האט דערגרייכט די בת כ כבת ק' און האט באקומען די חכמה פיבער איבערצוצייגן יעדן ווי קלוג ער איז, האלט ער זיך פאר א אנגעליינטער אין אויפגעקלערט, פארוואס דען נישט מסתמא איז ער לעצטענס געווען ביי קול הילד אין זיך אויסגעלערענט ליינען ווייל ווען איך האב אים איבערגעלאזט האט ער נישט געקענט.

ברה כרעי דאבוה
בציקער א מעשה איך טרעף אים נישט לאנג צירוק, נישט צום גלייבן א גאנצע ארטעפישעל חכם איז ער מיר געווארן, למען האמת זיין טאטע איז אויך א שטיקל ארטעפישעל חכם שוין פון אלע יארן אבער ער איז מער א אינהאוז חכם, א וואוילער איד פשוט ער האט נישט גענוג פין די ריעל סחורה באניצט ער זיך אביסל מיט די ארטעפישל סחורה, למשל ער איז א שרייבער, ער וועט למשל שרייבן וכבר פירוש הרה"ק ר' אלימלך ווייסבלום זי"ע מליזענסק בספרו נועם אלימלך, אדער והרה"ק ר' יוסך קארו זי"ע פסק כן בספרו שלחן ערוך, זאג דו מיר, איז דאס נישט משוגע קלוג, איז מעגליך איינער וואס איז נישט 102 איי קיו זאל האבן די חכמה אזוי צו שרייבן, וועלכע נער וואלט אפי' בייגעפאלן אזא טיפע חכמה, מען זעט דאך דא קלאר אז ער ווייסט אפי' די לעצטע נעמען פין די צדיקים עפעס א קלייניגקייט.

דעם זון דער פטר חמור איז שוין א צווייטער מעשה דער האט דאך קיינמאל נישט געהאט פין די עכטע סחורה אפי' נישט א לעק סא ער איז פול אפ די ארטעפישעל סחורה וויפיל ארטעפישעל חכמה דער יאצמאך האט צוזאם געווארפן אין די פאר מינוט וואס איך האב אים געטראפן, וואווף איך בין געווארן געהעריג דיזי, יארן האב איך נישט געהערט אזויפיל טיפשות נאנסענס פערדעריי אין איין שאס נאך פאר ער האט גע'ענדיגט איין איז ער געגאנגען צו נעקסטען עס האט אויס געקוקט ווי ער וויל זיכער מאכן אז איך ווער איבערצייגט ווי שטארק קלוג ער איז.


הנער איננו אתי
אנגעהויבן האט ער זיך מיט זיך זארגען פאר כלל ישראל מיר אנגעהויבן דרשנען פון עוולאשען נישט גענוג וואס די גאנצע טעאריע איז די גרעסטע נאן סענס וואס די מענטשהייט האט בכלל אויפגעטראפן, האט דעי טיפש ניטאמאל געקענט נאכזאגן די מאנקיריי געהעריג, עס האט מיר דערמאנט פין מיין קליינער פסח, א גאנץ יאר עסן מיר חמץ ומצה הלילה הזה שתי פעמים טינקען מיר איין צוויי מאל, נאכגעזאגט האלבע שטיקער צומישט, ער איז דאך נאר א בעגינער איך קען נישט האבן קיין טענות ער איז דאך דזשאסט איינגעשריבן אין די ארטעפישעל חכמה סאסייעטי אוף דום סטאפיד פיפעל, ער איז מיר מסביר אז ער זאגט נישט אז דאס איז אמת נאר פשוט עס איז נאריש עס סתם אוועק צומאכן מען דארף פארשטיין מען דארף אהער מען דארף אהין, מען דארף מסביר זיין, בכלל זאגט ער איז דא א מעגליכקייט אז די גאנצע טעאריע זאל קענען שטימען מיט אמונה, איך קוק אים אן דער שיכור איז דאך בכלל נישט דאהי, איך באטראכט אים אין טראכט צו מיר אפשר פארדעם איז ער עפעס לעצטענס שיין געווארן ממש הערליך, יעצט אז איך ווייס שוין אז ער איז א ספק אייניקעל פין א מאנקי פארשטיי איך שוין ווי עס קומט צו אים, ער טרייט לדמות ליוצרו ער קוקט אויס ממש ווי די באקאנטע זיידע קיריעס דזארטש מיטן שיינעם רעקל.

אנפאנג האב איך נאך געטרייט צו זעהן צו איך קען אים עפעס מסביר זיין, אז ער האט נישט קיין שכל פארלירט ער נאכנישט די זכות פון זיין א חלק פונעם עם הנבחר, אבער נאו באדי האום אזוי ווי אייביג אן, זייער שווער חכמה זאל זיך קריגען מיט ארטעפישעל חכמה, איך זאג אים צו אויפווייזען די טיפשות מיסודי דערפון, דיין קאר איז געמאכט געווארן ווייל ביי האריקען סענדערס האט די ווילדע וואסערן ארויס געשטויסן אלטע אייזן פין וואסער אין פין די זעצעס האט זיך צוזאם געשטעלט א קאר פארדעם קענסטו נישט ניצען וואסער פאר די מאטאר ווייל אז די לייגסט וואסער קען עס אויפוועקן די אלטע וואסער און דאס וועט עס צירוק צו נעמען די אייזן.

ואבדה חכמת חכמיו
הא הא צולאכט ער זיך א מאטאר מיט וואסער, די ווייסט זאגט מיר מיין חבר דער דורכגעווייקטער שוטה, עס הייסט מכלומרש'ט אז ר' מיכאל בער האט אויס געטראפן א וועג עס זאל ארבעטן מיט וואסער, מען האט אונז אלס געזאגט אז ר' מיכאל בער איז געווען א חכם מחוכם ר' מיכאל בער איז בכלל נישט געווען קיין חכם, סתם א טעות עס הייבט זיך נישט אן, פונקט פארקערט א תמימותדיגע נער'עלע, די נאציס האבן זיך מחיה געווען מיט אים געמאכט פורים וכו' וכו', דער איז געווען זיכער אז יעצט וועל איך שוין מודה זיין ווי קלוג ער איז איך מיין עס איז דאך 1+1 אויב ר' מיכאל בער וואס איז געווען א חכם מחוכם קען ער אזוי נישט מיר נישט דיר נישט אוועק מאכן, מוז דאך על כרחך זיין אז ער איז עפעס אבנארמאל קלוג נישט אזוי, זייט חכמי כעלעם איז נאך אזא חכם ווי אים נישט געווען, אבער אפילו די ארטעפישעל חכמהלע האט ניטאמאל די תם קאפ אויסגעטראפן, ער זאגט סך הכל נאך וואס א צווייטער ארטעפישעל חכם האט געשריבן אויף די טוילעט ווענט.

לכאורה האט דאס געדארפט באשטעטיגען אז ר' מיכאל בער האט נישט געמאכט אזא מאטאר קומט אויס אז א קאר קען טאקע נישט פארן מיט וואסער, איז דאך מעגליך מיין טעאריע ווי אזוי זיין קאר איז געמאכט געווארן אליינס אין פארדעם קען עס נישט פארן מיט וואסער, שטימט שוין אז ער איז א בן אחר בן פין קיריעס דזארטש.

והמשכילים יזהרו
איך ווייס נישט ווי עס איז אריין געקומען אבער עס האט אויסגעקוקט אז ער איז קאנווינסט אז יעצט גיי איך הייבן הענט אין מודה זיין אז ער איז משוגע קלוג אין איך בין פארנערט אין באקומען ערנסטע ספיקות אין יהדות, פין זיינע טאנצעדיגע בעקעלעך האט אויסגעקוקט ווי ער גייט יעצט אנדעקן א נייע אטעם, ער זאגט מיר, ווער האט געמאכט די זוהר, זאג איך אים שטייט אין זהר ווער עס האט עס געמאכט, יעדע אינגעל ווייסט התנא אלקי רשב"י. זאגט ער מיר, איך האב געמיינט דו ווייסט - כאילו ער קען דאך א געוואלד, אז איך ווייז דיר אז נישט און עס איז סתם א ליגענט וואס וועסטו דעמאלטס זאגן, זאג איך אים, וואס, דו מיינסט מסתמא די עמדין וואס האט געשריבן בימיו ווען אסאך פושעים האבן געניצט די זוהר לרע אז נישט רשב"י האט עס געמאכט. די האסט געמוזט זעהן דעם בהמה עס האט אויסגעקומט ווי א געבאסטע רעדל אימיטען הייוועי, כאילו עס איז עפעס א סוד, שוין 2 וואכן וואס ער דאווענט נישט געהעריג, ער האלט זיך פאר א סעמי כופר וועגן די אנדעקונג, דער פוסטער עם הארץ איז דאך בכלל געוואויר געווארען אז עס איז דא א ספר הזהר אין די זעלבע מינוט וואס ער האט געליינט פין עפעס א צווייטער טוילעט קאפ די געוואלדיגע אנדעקונג אז די עמדין זאגט אז עס איז נישט פונעם הייליגן תנא רשב"י.

מדקדק כחוט השערה
ער פרעגט מיר אזוי שטיל די פיינוג'סט אין שטוב וועגן זיך שערן, איך קוק אים אן ווי פין די לבנה וואס דאגות דער משוגענער האט אלס, קודם זאג איך אים ב"ה איך פייניג נישט, זי בלאזט נישט אויף מיר אין איך בלאז נישט אויפן אויבערשטער אין אונז וויל מער ביידע א אידישע ערליכע שטוב, לאכט ער ווי א לעפינג בעג הייסט עס ר' חיים קנייבסקי, וכו' וכו' האבן נישט קיין ערליכע שטוב, דו ביזט מסתמא אויף איינגערעדט אז עס איז עפעס דאורייתא עפעס א חייבי כריתות, עס איז סך הכל א איסור פינעם וועד ארבע ארצות, דער איז געווען זיכער ער זאגט דא א געוואלדיגע חידוש וואס נאר אזא היסטאריקער ווי אים ווייסט.

קודם עס איז נישט סך הכל זאג איך אים, עס איז א איסור גמור פונעם וועד ארבע ארצות אין מען האט דאס אנגענומען בכל תוקף כחמורות שבחמורות ביי אונז, איך בין נישט אסיפי מן השוק אין קום נישט פין מאנקיס, איך וואלט נישט געדרייווט א לאנדענער סארט קאר אין אמעריקע אפי' אין לאנדען דרייוען עס די גרעסטע קאפעטיצעטען, יעדע מקום האט זיין מהלך זיינע חומרות אין קולות, ווער עס האט א פראבלעם מיט א דאורייתא האט א פראבלעם מיט זיין מסורות וכן להיפך. למעשה וואס איך האב ארויס באקומען פין די חכם מכל אדם די אידן מיט די לאנגע בערד זענען עפי"ר שקצים, לאזן וואקסן די בארד האט נישט קיין שום מקור און די כהן גדול האט אויך געהאט א געשוירענע בארד, איז סתם א שייגעץ וואס וויל אויספאפען די וועלט אין א עזר וואס לויט זיך וואקסן די האר איז פשוט א ירושלימער רעבעצין, ממש גאונות אין ארטעפישעל חכמה, איינער מיט שכל וואלט דאך אזאנס נישט געקענט בייפאלן, מען מוז דאך זעהן משוגע משוגע ברייט אזוי צו זאגן.

מי יאמר לו מה
עטס זעטס כאטש ווי דער ווארפט צוזאם געוואלדיגע ארטעפישעל חכמה ומדע אין יעדע תחום ער ווייסט אלעס וואס מען האט נישט אויסגעזאגט, אים דער ארטעפישעל חכם וועט מען נישט פארנארן ער וועט אלעס אויפדעקן ער ווייסט קלאר אז הרב קוק איז באמת געווען א צדיק הדור, אבי מען זאגט אויף אונזער חכם אז ער לאכט פין צדיקים, שמחת תורה ביים די הייליגע תלמידי בעש"ט ווייסט ער דעי סוער קאפ די אמת און ער איז מתנגד'יש געשטימט פאר נאו, די רבי האט פיינט געהאט די פרומע געפערליך, אה ער איז יא א חסיד אבי די רעדסטעך אפ. מאשין מצות איז אסאך מער אויסגעהאלטן, ער ווייסט אפי' אז די גאנצע איסור איז נאר וועגן די ארימע ארבייטער וואס האבן געקענט פארלירן די דזשאב סא היינט וואלט עס יעדער מתיר געווען, WOW סאטש עי ארטעפישעל ידען, נאך ווי אלטס בחור האט ער געקענט אפאר אלטע נארישע לשון הרע, געוויסט עפעס אפאר שמוציגע מעשיות פין אמאליגע, ער איז דאך שוין א טאטע סא ער קען שוין יענע לשון הרע'ס אויך, די באקאנטע קליווא געט אדער די דומפ מיעל וכד' איז נישט אינטערסאנט נאר אז עס איז עפעס וואס מען רעדט נישט אין דער חכם רעד יא מוז זיין ער איז קלוג, ממש ווי מיין קליין אינגעל וואס רעדט הויעך אין שול ביי שטילע שמונה עשרה, אים וועט מען נישט זאגן נישט צו רעדן יעצט ער איז אסאך קלוגער.

זה סותר זה בונה
כמעשהו מיט זיין ארטעפישעל חכמה אזוי איז מיט זיין ארטעפישעל ידענות, א ריכטיגע עם הארץ מדאורייתא מדרבנן ומוועד ארבע ארצות, איך פלעג העלפן שאפן געלט פאר זיינע אינגעלייט וואס האבן געלערנט מיט אים, אבער דא ווארפט ער צוזאם ידיעות הלכות ופסקים.

בשר בחלב איז ער א צאנזער, בכלל ווייסט ער אז מדאורייתא איז עס נישט ביי בשר עוף כאילו עס איז א נפקא מינה למעשה, בכלל איז ער זייער אויסן צו קלאר מאכן וואס איז דאורייתא וואס א דרבנן זעט אויס ער איז מער צדוקי'ש געשטימט.

עסן פארן דאווענען א בעלזער.

תפילין ווייסט ער די גרויסע סוד אז איין הסבר ווי אזוי עס איז צושטאנד געקומען די מחלוקות רש"י אין ר"ת איז ווייל עס איז געווען א תקופה וואס מען האט נישט געהעריג געלייגט תפילין, ערגעץ ווי דארף דאס אוועק נעמען די הארבקייט פין קרקפתא דלא מנח תפילין, פרעג מיך נישט ווי אזוי, אפשר פראווט עס אז ער האט נישט קיין קרקפתא בכלל, אדער ווייל זיי ווילן עפעס יא זיין אלטמאדיש פלוצלונג.

מקוה האט שוין ר' יענקעלע געזאגט ווער עס גייט יעדן טאג איז א קאטשקע, און די רבי איז נישט געווען א מקוה גייער, געטאנצען פין מיטל אלטער, צו א חסיד נלהב פון רבין אין ר' יענקעלע.

מנחה האט דער בעש"ט געהאלטן איז מער חשוב ביי א קארנער נעבן די טוילעט.

מעריב איז דאך נאר א רשות.

א תענית אויב מען היסט האט מען ביי חסידים נישט געפאסט, פרעסער.

לעקטער האט נישט עכט קיין דין פין פייער, סא שבת עכט מעג מען עס אנצינדען, א טרעין מעג מען פארן שבת.

טראגן א קאפל איז נישט קיין שום הלכה.

ראיות אסורות פין די ערגסטע סארט איז נישט אסור אויף א סקרין והא ראיה עס שטייט נישט אין ערגעץ אין שלחן ערוך וועגן א פיקטשער אדער א סקרין איז דאך קלאר אז א פיקטשער אדער ווידיא איז נישט דא קיין איסור הסתכלות, מעקסיקאנער ביליגער חזר מנוול ומוכה שחין , אבער פין די אנדערע זייט זענען די וואס פארלאנגען פילטערס זענען נישט גערעכט איטס אל אבאוט די חינוך ער האט אפענע אינטערנעט אין עס שאדט אים נישט ווייל ער איז אויסגעבויעט, מען דארף פשוט אריין לייגן די ריכטיגע חינוך, א ריכטיגע משל פין א פסיק רישא וואס שרייט לא ימות.

הויזן ביי נשים נעמט ער אן ווי הרב עובדיה יוסף מזל טוב יעצט איז ער א ספרדי.

שעיקען די הענט פאר א פרוי איז בעצם מותר, יעצט איז חילול השם ביי אים פין די חמורות.

מציצה בפה איז טענדלער גערעכט אין ווייסט אפי' אז ווען די חתם סופר לעבט ווען וואלט ער שוין לאנג מבטל געווען חמירא סכנתא מאיסורא, זעסט ער איז א מחמיר אויך אסאך מאל ער לאזט נישט צו די קולות.

א שויער אין די ניין טעג איז היינט מותר לכתחלה, אבער די חסידים האבן זיך מתיר געווען צו גיין אין מקוה אין די ניין טעג אן קיין שום היתר.

ווארעמע מקוה שבת איז א איסור, נישטא קיין היתר.

ללמדו אומנות איז א חיוב דאורייתא נישטא קיין שום היתר בעולם זיך מקיל צו זיין דערין.

חקירה איז א חיוב גמור אויף יעדע איד צו טוען דערין.

בקיצור א ריכטיגע ארטעפישעל ידען און תלמיד חכם ממש אין בדומה לו, די חומש ש"ס ופוסקים שלחן ערוך וואס ער ווייסט נישט בחייכון איז נישט קיין מאסט דאס איז נאר פאר די נישט געלערנטע.


אם אין דעת הבדלה מנין
ווארט כאפ נישט די ווייסט נאכנישט אלעס, העי העי זיין ארטעפישעל חכמה גייט אסאך ווייטער, טיפשות על גבי טיפשות געבראטן געפרעגלט געקאכט אין געבאקען, ער האט גאטס ווי משוגע, בערך ווי א מאנגא וואס גרעבסט הויעך אויפן בימה אין בית המדרש, ער קען זאגן פעסטע דזשאוקס אויף אלעס אין אלעמען וואס איז הייליג וואס די וואלסט דיך מחמת דיין לערקייט פין ארטעפישעל חכמה זיך נישט געוואגט צו זאגן, עס איז אזויפיל גאטס אז על פי רוב איז די דזשאוק אליין בכלל נישט צום לאכן ממש עיפוש'דיג אבער די געלעכטער איז בעיקר פון די גאטס, מען זעט ווי פעסט ער איז נישט סתם עפעס א קלאץ נאר ממש א קאפ, ער האט אפאר גוטע דזשאקס אויף יעדע סדרה אין די תורה אין א רייע פעסטע דזשאוקס אפראווד ביי די חכמה סאסייעטי אוף ארטעפישעל פיפעל, ער האט נישט קיין פראבלעם למשל חוזק צו מאכן פין קפיצת הדרך ביי צדיקים, ער קאולערט זיך פין זיין חכמע'לע אויף די עבודה פין די לילקע ציבעך, ער נעמט זיך מער אן פאר כזבי בת צור, ער ווייסט פונקלעך ווי ערליך, קלוג, תלמיד חכם, יעדע צדיק איז געווען, אין וועט אריין לייגן זיין תאות הבהמה אין יעדע זאך ווי ער קען די ליסט גאוס אן אין אן.

איזהו חכם הלומד
מאטי, אויב וועסט מיינע שורות ליינען לאמיר דיר מסביר זיין, איך פארשטיי דו ווילסט זיין א אנגעליינטער, אבער סארי די ביזט נישט, בכלל נישט, אז מען ליינט סאדע באטלעך אפי' טויזענטער איז מען נישט אנגעליינט, אז מען ליינט אלעס וואס איז געשריבן אויף די טוילעט ווענט ווערט מען נישט נישט א אנגעליינטער, סך הכל א טוילעט זיצער אין אומבאטעמ'טער שוטה, צו זיין א אנגעליינטער דארף עכט קענען אסאך, מען דארף אסאך פארשטיין, זיין באמת א יודע ספר, דו ביזט זייער ווייט פין דאס קענען צושטעלן, די האסט נישט די טולס און צייט פארדעם, ווי אזוי האט די ישמח משה געזאגט נער בלייבט נער.

המה כרעו ונפלו ואנחנו קמנו ונתעודד,
מאטי, באמת מיט א אפיקורס טאר מען נישט שטיין אין ווארט סאו פארוואס רעד איך צו דיר, ווייל די גוטע נייעס איז אז די ביזט נישט קיין אויפגעקלערטער, ביזט נישט קיין מין, די האסט נישט קיין קשיות, ביזט סתם א נארישע ביליגע נידריגע ליידיגייער, וואס איז עפעס געוואר געווארן, מיינסט האסט אנטדעקט אמעריקא, דרייסט דיך ארום מיט א געהויבענע שיסל הנקרא קאפ און געיורענע בויך און פרעגט קשיות אין האלסט דיך שלמה המלך'ס צווילינג.

טיפישעל מיינער וואס די האסט אנדעקט איז אלטע נייעס, אלטע אויסגעדראשענע סחורה, וואס אפאר בעלי תאות האבן שוין אין דעם געקאכט אסאך אסאך יארן פאר דו שוטה ביזט אראפ געקומען אויף דעם עולם, זייער געביין פוילט שוין אין דער ערד 100ער יארן, זייערע אייניקלעך זענען פאלנע גוים גמורים בעלי תאות אן קשיות אין קיינער ווייסט נישט פין זיי צו זאגן, אסאך אזלעכע חמורים ווי דיר קומען צו די 40-45 ווען די תאות לאזן נאך כאפן אפאר ריקעס, לאזן זיך אפ פין די פערדעריי אבער רוב מאל מיט שאדן וואס זיי קענען מער נישט פארעכטען, לעבן אפ די איבריגע יארן מיט ווייטאג אין חרטה.

די אנדערע וואס ווערן נעבעך פארלוירן טרעפן זיך ביי די 80 א אלטע חזיר שטינק פין עיפש, ענדיגט זיין לעבן אן קיין האפענוג נאכן לעבן איז דאך גארנישט דא בי אים, דרייט זיך ווי א טויטער, זיין איינציגסטע חיות איז ווען ער קען מסביר זיין פאר א היימישער אז ער קען אידיש, אין נאכזאגן עפעס א משנה, אין פארשטיט זיך נאכאמאל ווייזן אז ער איז עכט יא א חכם.


רבי חנניא בן עקשיא אומר .
.....................................
לעצט פאראכטן דורך פרידן אום מאנטאג אפריל 09, 2018 3:06 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

איש האשכולות
שר חמש מאות
תגובות: 629
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » מאנטאג אפריל 09, 2018 2:16 am

:lol: :lol: :lol: :twisted: :twisted: :i" :i" -y- -y-

מטעמים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4578
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מאנטאג אפריל 09, 2018 2:20 am

ווען אונזערע בעלי דרשנים וואלטען ווען אזוי גערעדט וואלט ווען געוועהן א בעסערע דור.

דו ביזט גוטע נייעס!
נעמט נישט אזוי ערענסט די גאנצע שרייבעריי דא ביטע...

קרעדיט: נודה לך

ידיעות שונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 367
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » מאנטאג אפריל 09, 2018 2:27 am

פרידן, נישטא קיין ווערטער, אויסטערליש גוט צולייגט זאכן וואס מ'הערט ליידער גאנץ אפט.

צאמצונעמען די אלע דוגמאות און צונעמען איינס ביי איינס, דאס איז ממש צום באווינדערען.

יישר כחך וחילך

yalah
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 7:09 pm

תגובהדורך yalah » מאנטאג אפריל 09, 2018 3:02 am

ה ר ב עובדיה יוסף זצ"ל. כבוד התורה!
בלייב נישט שטעקן. גיי פאראויס!

אוועטאר
Amazing
שר חמש מאות
תגובות: 696
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

תגובהדורך Amazing » מאנטאג אפריל 09, 2018 3:09 am

פרידן איך האב אנגעפאנגעם ליינען מיט הנאה ווי דו צולייגסט די חברה מיט אזא גישמאק, אבער נאכןליינען די ערשטע שטיקלעך האט מיר א ציטער ארומגעכאפט, איך ווייס נישט פארווטס דו ווילסט אונז מטמא זיין, אזא תמימות פנים מאכסטו זיך צו אונז וועו אינצווישען די שורות ריקסטו אריין גיפט - סם המוות מושגחם וואס איך האב קיינמאל געהערט טפוי
א'מונה ב'טחון ג'עלט

אוועטאר
צו געזונט
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » מאנטאג אפריל 09, 2018 6:26 am

Amazing האט געשריבן:פרידן איך האב אנגעפאנגעם ליינען מיט הנאה ווי דו צולייגסט די חברה מיט אזא גישמאק, אבער נאכןליינען די ערשטע שטיקלעך האט מיר א ציטער ארומגעכאפט, איך ווייס נישט פארווטס דו ווילסט אונז מטמא זיין, אזא תמימות פנים מאכסטו זיך צו אונז וועו אינצווישען די שורות ריקסטו אריין גיפט - סם המוות מושגחם וואס איך האב קיינמאל געהערט טפוי

זייער גוט. און ער האט פונקט אזוי פיינט ערליכע אידען וואס טראכטען נישט אזוי ווי אים, דוגמת די "רבינו סר מהדרך" טיפ. נאר ער מוז זיך אויסגעבן אויף עפעס און נאך הייסן א צדיק...
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 475
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » מאנטאג אפריל 09, 2018 7:55 am

צו געזונט האט געשריבן:
Amazing האט געשריבן:פרידן איך האב אנגעפאנגעם ליינען מיט הנאה ווי דו צולייגסט די חברה מיט אזא גישמאק, אבער נאכןליינען די ערשטע שטיקלעך האט מיר א ציטער ארומגעכאפט, איך ווייס נישט פארווטס דו ווילסט אונז מטמא זיין, אזא תמימות פנים מאכסטו זיך צו אונז וועו אינצווישען די שורות ריקסטו אריין גיפט - סם המוות מושגחם וואס איך האב קיינמאל געהערט טפוי

זייער גוט. און ער האט פונקט אזוי פיינט ערליכע אידען וואס טראכטען נישט אזוי ווי אים, דוגמת די "רבינו סר מהדרך" טיפ. נאר ער מוז זיך אויסגעבן אויף עפעס און נאך הייסן א צדיק...


ווען ער טרייבט ליצנות פון א געוויסע סארט עלעמענט אין כלל ישראל וואס איך און דו ווייסן אז ס׳איז ליידער דא אסאך דערפון מיינט דאס ״פיינט געהאט ערליכע אידן וואס טראכטן נישט ווי אים״?

ל. שווימער
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 20, 2016 8:36 pm

תגובהדורך ל. שווימער » מאנטאג אפריל 09, 2018 8:08 am

פרידן האט געשריבן: איך בין נעבעך געשלאגן מיט שנאת הבריות משונות

אוועטאר
פיצי קעפעלע
שר חמש מאות
תגובות: 932
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 15, 2012 12:01 pm
לאקאציע: Rockland County NY
פארבינד זיך:

תגובהדורך פיצי קעפעלע » מאנטאג אפריל 09, 2018 8:10 am

פיינע נייעס פרידען. כ׳האב געווארט פאר די לילקע לצנות...

בד״וו דיין חבר מאטי גייט דאס נישט ליינען, ווייל ער קען נישט ליינען.

פרידן
שר האלף
תגובות: 1717
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » מאנטאג אפריל 09, 2018 8:28 am

צו געזונט האט געשריבן:
Amazing האט געשריבן:פרידן איך האב אנגעפאנגעם ליינען מיט הנאה ווי דו צולייגסט די חברה מיט אזא גישמאק, אבער נאכןליינען די ערשטע שטיקלעך האט מיר א ציטער ארומגעכאפט, איך ווייס נישט פארווטס דו ווילסט אונז מטמא זיין, אזא תמימות פנים מאכסטו זיך צו אונז וועו אינצווישען די שורות ריקסטו אריין גיפט - סם המוות מושגחם וואס איך האב קיינמאל געהערט טפוי

זייער גוט. און ער האט פונקט אזוי פיינט ערליכע אידען וואס טראכטען נישט אזוי ווי אים, דוגמת די "רבינו סר מהדרך" טיפ. נאר ער מוז זיך אויסגעבן אויף עפעס און נאך הייסן א צדיק...

:lol: :lol: :lol:
סארי איך האב נישט דיר געמיינט די פרעג דאך נאר אזוי תמימות'דיג, איך רעד פין אנדערע מענטשן
נקוט האי כללא בידך איך רעד נישט פין וואס ער זאגט איך רעד בעיקר ווי אזוי ער זאגט עס
לעצט פאראכטן דורך פרידן אום מאנטאג אפריל 09, 2018 9:10 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 475
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » מאנטאג אפריל 09, 2018 8:31 am

ל. שווימער האט געשריבן:
פרידן האט געשריבן: איך בין נעבעך געשלאגן מיט שנאת הבריות משונות


הודאת בעל דין. הא?

נעם ביטע כאטשיג איין נקודה און פרעג עס אפ פאר דו רייסט אונטער.

אוועטאר
Amazing
שר חמש מאות
תגובות: 696
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

תגובהדורך Amazing » מאנטאג אפריל 09, 2018 8:46 am

@פרידן ליינענדיג דיינע העצערישע תגובות בכלל אויפן וועלטל און בפרט אין די אשכול, פרטים וואס איך בין נישט באקאנט דערמיט, און צום ערשטע מאל האסטו מיר פארציילט פון די כיעור וואס עס איז היינט דא און וועגען בכלל די מושג פון אבולציה און אלעס וואס גייט פאהר היינט.

איך האב זיך גענומען די מי און נאכגעפרעגט וואס דאס איז, זאלסט מיר מוחל אבער דאס קען מען נישט אוועקמאכן מיט א קארני אייוועלט דשאוק, דאס איז א ערענסטע נושא וואס מען דארף געהעריג אדורכטון צו זעהן וואסערע סארט מהלך צו נוצען דערקעגן, אזעלעכע ווי דיר ברענגן אן חורבנות אין כלל ישראל.

ווי אויך שרייבסטו לעצטענס וועגען א וועבזייטל וואס דו רופסט אן מיט די קארני אומאיידעלע נאמען טוילעט, איך האב אביסל אדורך געטון די וועבזייטל, און דו מאכסט נאר חרוב היינטיגע צייט פירט מען נישט אזוי די מלחמה, מאויבי תחכמינו אויב די יעניגע זענען גאר געריבענע חברהלייט מיט א זעלטן געלונגען דשורנאל פול מיט דברי חכמה, דארפסטו זיין נאך קלוגער, און נישט סתם קארני.

און דאס ווארפט א ליכט אויף דיין מערכה קעגן ידעתי, דו קענסט נישט צוזעהן ווי מען איז לוחם אויף אונזער ריינע אמונה מיט חכמה און פארשטאנד, דו גלייכסט בעסער קארני דשאוקס.

און אין דיין קרעדיט דריי איך זיך במבואות הטינופות צו זעהן פון וואסערע טוילעט דו רעדטסט און פון וועלכע וועלט באשאפונג דו דערמאנסט.
א'מונה ב'טחון ג'עלט

אוועטאר
ויתן לך
שר האלפיים
תגובות: 2220
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

תגובהדורך ויתן לך » מאנטאג אפריל 09, 2018 8:50 am

מטעמים האט געשריבן:ווען אונזערע בעלי דרשנים וואלטען ווען אזוי גערעדט וואלט ווען געוועהן א בעסערע דור.

דו ביזט גוטע נייעס!
אמונה בטחון גאולה

פרידן
שר האלף
תגובות: 1717
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » מאנטאג אפריל 09, 2018 8:52 am

Amazing האט געשריבן:@פרידן ליינענדיג דיינע העצערישע תגובות בכלל אויפן וועלטל און בפרט אין די אשכול, פרטים וואס איך בין נישט באקאנט דערמיט, און צום ערשטע מאל האסטו מיר פארציילט פון די כיעור וואס עס איז היינט דא און וועגען בכלל די מושג פון אבולציה און אלעס וואס גייט פאהר היינט.

איך האב זיך גענומען די מי און נאכגעפרעגט וואס דאס איז, זאלסט מיר מוחל אבער דאס קען מען נישט אוועקמאכן מיט א קארני אייוועלט דשאוק, דאס איז א ערענסטע נושא וואס מען דארף געהעריג אדורכטון צו זעהן וואסערע סארט מהלך צו נוצען דערקעגן, אזעלעכע ווי דיר ברענגן אן חורבנות אין כלל ישראל.

ווי אויך שרייבסטו לעצטענס וועגען א וועבזייטל וואס דו רופסט אן מיט די קארני אומאיידעלע נאמען טוילעט, איך האב אביסל אדורך געטון די וועבזייטל, און דו מאכסט נאר חרוב היינטיגע צייט פירט מען נישט אזוי די מלחמה, מאויבי תחכמינו אויב די יעניגע זענען גאר געריבענע חברהלייט מיט א זעלטן געלונגען דשורנאל פול מיט דברי חכמה, דארפסטו זיין נאך קלוגער, און נישט סתם קארני.

און דאס ווארפט א ליכט אויף דיין מערכה קעגן ידעתי, דו קענסט נישט צוזעהן ווי מען איז לוחם אויף אונזער ריינע אמונה מיט חכמה און פארשטאנד, דו גלייכסט בעסער קארני דשאוקס.

און אין דיין קרעדיט דריי איך זיך במבואות הטינופות צו זעהן פון וואסערע טוילעט דו רעדטסט און פון וועלכע וועלט באשאפונג דו דערמאנסט.



WOW שנעלע קאפ אפאר שעה צירוק געווען אומוויסענד אין ריין כתינוק שנולד געווארן היציג פין מיין שרעכלעכע גיפט , אין יעצט געציילטע שעה האסטו שוין דורך געטון אלע זייערע אויסגאבעס, אין דורך געליינט זייער גאנצע סייט אין אויף יענץ ביזטו דא מיט שבחים אין בכלל נישט היציג, אין ביזט אפי' קעגן קארני זשאוקס וואס האסט דארט לכאורה נישט געקענט טרעפן אפי' איינס, אין עס שוין גאר מיין קרעדיט אז די דרייסט דעך דארט
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט
:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 475
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » מאנטאג אפריל 09, 2018 8:59 am

Amazing האט געשריבן:@פרידן ליינענדיג דיינע העצערישע תגובות בכלל אויפן וועלטל און בפרט אין די אשכול, פרטים וואס איך בין נישט באקאנט דערמיט, און צום ערשטע מאל האסטו מיר פארציילט פון די כיעור וואס עס איז היינט דא און וועגען בכלל די מושג פון אבולציה און אלעס וואס גייט פאהר היינט.

איך האב זיך גענומען די מי און נאכגעפרעגט וואס דאס איז, זאלסט מיר מוחל אבער דאס קען מען נישט אוועקמאכן מיט א קארני אייוועלט דשאוק, דאס איז א ערענסטע נושא וואס מען דארף געהעריג אדורכטון צו זעהן וואסערע סארט מהלך צו נוצען דערקעגן, אזעלעכע ווי דיר ברענגן אן חורבנות אין כלל ישראל.

ווי אויך שרייבסטו לעצטענס וועגען א וועבזייטל וואס דו רופסט אן מיט די קארני אומאיידעלע נאמען טוילעט, איך האב אביסל אדורך געטון די וועבזייטל, און דו מאכסט נאר חרוב היינטיגע צייט פירט מען נישט אזוי די מלחמה, מאויבי תחכמינו אויב די יעניגע זענען גאר געריבענע חברהלייט מיט א זעלטן געלונגען דשורנאל פול מיט דברי חכמה, דארפסטו זיין נאך קלוגער, און נישט סתם קארני.

און דאס ווארפט א ליכט אויף דיין מערכה קעגן ידעתי, דו קענסט נישט צוזעהן ווי מען איז לוחם אויף אונזער ריינע אמונה מיט חכמה און פארשטאנד, דו גלייכסט בעסער קארני דשאוקס.

און אין דיין קרעדיט דריי איך זיך במבואות הטינופות צו זעהן פון וואסערע טוילעט דו רעדטסט און פון וועלכע וועלט באשאפונג דו דערמאנסט.


איך ווייס נישט צו איך זאל לאכן אדער וויינען.

אוועטאר
פיצי קעפעלע
שר חמש מאות
תגובות: 932
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 15, 2012 12:01 pm
לאקאציע: Rockland County NY
פארבינד זיך:

תגובהדורך פיצי קעפעלע » מאנטאג אפריל 09, 2018 9:04 am

Amazing האט געשריבן:@פרידן ליינענדיג דיינע העצערישע תגובות בכלל אויפן וועלטל און בפרט אין די אשכול, פרטים וואס איך בין נישט באקאנט דערמיט, און צום ערשטע מאל האסטו מיר פארציילט פון די כיעור וואס עס איז היינט דא און וועגען בכלל די מושג פון אבולציה און אלעס וואס גייט פאהר היינט.

איך האב זיך גענומען די מי און נאכגעפרעגט וואס דאס איז, זאלסט מיר מוחל אבער דאס קען מען נישט אוועקמאכן מיט א קארני אייוועלט דשאוק, דאס איז א ערענסטע נושא וואס מען דארף געהעריג אדורכטון צו זעהן וואסערע סארט מהלך צו נוצען דערקעגן, אזעלעכע ווי דיר ברענגן אן חורבנות אין כלל ישראל.

ווי אויך שרייבסטו לעצטענס וועגען א וועבזייטל וואס דו רופסט אן מיט די קארני אומאיידעלע נאמען טוילעט, איך האב אביסל אדורך געטון די וועבזייטל, און דו מאכסט נאר חרוב היינטיגע צייט פירט מען נישט אזוי די מלחמה, מאויבי תחכמינו אויב די יעניגע זענען גאר געריבענע חברהלייט מיט א זעלטן געלונגען דשורנאל פול מיט דברי חכמה, דארפסטו זיין נאך קלוגער, און נישט סתם קארני.

און דאס ווארפט א ליכט אויף דיין מערכה קעגן ידעתי, דו קענסט נישט צוזעהן ווי מען איז לוחם אויף אונזער ריינע אמונה מיט חכמה און פארשטאנד, דו גלייכסט בעסער קארני דשאוקס.

און אין דיין קרעדיט דריי איך זיך במבואות הטינופות צו זעהן פון וואסערע טוילעט דו רעדטסט און פון וועלכע וועלט באשאפונג דו דערמאנסט.

סארי, אבער איך ווייס נישט פון וועלכע חכמה איר רעדט.

די וואס רעדן וועגן Evolution און האבען א גאנצע הסבר ווי אזוי דאס קען שטימען (עפ״ל) מיט די ששת ימי המעשה (יא, זעקס ׳טעג׳), נעמען דאס פון איין פלאץ. וואס ר׳ אביגדור מיללער זצ״ל האט שוין געזאגט אז משום כבוד פון יענע גדול וואס האט געהאט א טעות, איז א מצוה אויסצורייסען די פאר בלעטער פון יענע ספר.

בכלל, זענען די חברה אביסעל צוריקגעבליבען, evolution איז שוין נישט אין סטייל היינט

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3572
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » מאנטאג אפריל 09, 2018 9:05 am

קודם פרידן, זייער גוט געשריבן, א זיסע פעדער פארמאגסטו. כה לחי!
על צד אמעיזינג איז גערעכט, וואס קוקט אויס ווי א ווייטע מעגליכקייט, דארף טאקע די אשכול אראפגיין פון דא. אבער, אזוי ווי פרידן האט שוין געשריבן, זייער שווער צו גלייבן אז דו האסט פשוט געכאפט פון וועלכע זייטל ער רעדט, דורכגעלייענט זייער תוכן און זייערע טרפהנע אויסגאבעס וואס, לדעתך איז א "זעלטן געלונגען דשורנאל פול מיט דברי חכמה", דעריבער הייב איך ערנסט אן חושש צו זיין אז דו ביסט פון די ארטיגע תושבים... כבדהו וחשדהו.
עכ"פ, איך האב הנאה געהאט פון די ארטיקל, געשריבן פילצאליגע זאכן וואס כמעט יעדע פאר זיך קען מען מרחיב זיין אין איין וועג אדער די אנדערע, אבער הצד השוה שבהן אז די אלע זאכן וואס זיי מאכן חוזק דארט אין "די ראסטיגע שאבאטאן" זענען די "קשיות" וואס די אלע "ארטיפישעל קלוגע" האבן.

איין חידוש, ווער האט געשריבן די זוהר? זיי מרחיב ביטע
איך פלעג מיינען אז איך פארשטיי אלעס, אין זייט איך דריי מיר דא הייב איך טאקע אן אלעס פארשטיין.
קרעדיט פאר דוקא

ידיעות שונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 367
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » מאנטאג אפריל 09, 2018 9:07 am

איך האב נעכטן אנגעגרייט א לענגערע תגובה אין ידעתי אשכול און כ'האב עס פארפאקט כי באתי להחלטה אז דא איז דא אסאך אידן וואס קיינער מיינט באמת נישט קיין שלעכט'ס, נאר בסך הכל פארשטייט מען בכלל נישט וואס א צווייטער וויל זאגן, איינער שרייט זיין מיינונג !, און דער צווייטער שרייט צוריק זיינס !.

רבותי, ס'דא אזא זאך ווי קענען הערן א צווייטע מיינונג!, יענער ווערט נאך נישט קיין גאנצע משכיל ווייל ער האט געזאגט א ווארט, און עס ארויסגעברענגט אנדערש ווי דו האלטס אז ער וואלט עס געדארפט זאגן.

יותר ממה שקריתי......תן לחכם ויחכם.......

-------

מ'האקט אין גרויסן

ל. שווימער
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 20, 2016 8:36 pm

תגובהדורך ל. שווימער » מאנטאג אפריל 09, 2018 9:16 am

שמואל אלצווייסער האט געשריבן:
ל. שווימער האט געשריבן:
פרידן האט געשריבן: איך בין נעבעך געשלאגן מיט שנאת הבריות משונות


הודאת בעל דין. הא?

נעם ביטע כאטשיג איין נקודה און פרעג עס אפ פאר דו רייסט אונטער.


נעם איין נקודה? וואו זעסטו נקודות? אין בו לא תורה ולא חכמה אין דעם תגובה. נעם ביטע אראפ דעם חנניא בן עקשיא ווייל דו פארשעמסט די גאנצע תורה דערמיט.

אינטרעסאנט אז איך האב נישט קיין חבר מאטל וואס איז אזוי אנגעליינט און באהאווענט מיט דעי אלע שטותים און דברי הבל וואס דו ווארפסט דא צאם. והבן.

רודף שלום
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 02, 2016 1:48 pm

תגובהדורך רודף שלום » מאנטאג אפריל 09, 2018 9:18 am

הערליך פרידן

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 475
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » מאנטאג אפריל 09, 2018 9:21 am

ל. שווימער האט געשריבן:
שמואל אלצווייסער האט געשריבן:
ל. שווימער האט געשריבן:
פרידן האט געשריבן: איך בין נעבעך געשלאגן מיט שנאת הבריות משונות


הודאת בעל דין. הא?

נעם ביטע כאטשיג איין נקודה און פרעג עס אפ פאר דו רייסט אונטער.


נעם איין נקודה? וואו זעסטו נקודות? אין בו לא תורה ולא חכמה אין דעם תגובה. נעם ביטע אראפ דעם חנניא בן עקשיא ווייל דו פארשעמסט די גאנצע תורה דערמיט.

אינטרעסאנט אז איך האב נישט קיין חבר מאטל וואס איז אזוי אנגעליינט און באהאווענט מיט דעי אלע שטותים און דברי הבל וואס דו ווארפסט דא צאם. והבן.


טאקע נישט קיין תורה, פשוט זאפטיגע ליצנותא דעבודה זרה.

דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט נישט קיין חבר מאטל. אנדערע האבן יא.

פרידן, קיפ איט אן!

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר האלפיים
תגובות: 2975
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטינקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » מאנטאג אפריל 09, 2018 10:02 am

פיינע ארטיקל, אבער די שפראך מעג זיין אביסל איידעלער.

אוועטאר
Amazing
שר חמש מאות
תגובות: 696
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

תגובהדורך Amazing » מאנטאג אפריל 09, 2018 10:04 am

עין טובה האט געשריבן:קודם פרידן, זייער גוט געשריבן, א זיסע פעדער פארמאגסטו. כה לחי!
על צד אמעיזינג איז גערעכט, וואס קוקט אויס ווי א ווייטע מעגליכקייט, דארף טאקע די אשכול אראפגיין פון דא. אבער, אזוי ווי פרידן האט שוין געשריבן, זייער שווער צו גלייבן אז דו האסט פשוט געכאפט פון וועלכע זייטל ער רעדט, דורכגעלייענט זייער תוכן און זייערע טרפהנע אויסגאבעס וואס, לדעתך איז א "זעלטן געלונגען דשורנאל פול מיט דברי חכמה", דעריבער הייב איך ערנסט אן חושש צו זיין אז דו ביסט פון די ארטיגע תושבים... כבדהו וחשדהו.
עכ"פ, איך האב הנאה געהאט פון די ארטיקל, געשריבן פילצאליגע זאכן וואס כמעט יעדע פאר זיך קען מען מרחיב זיין אין איין וועג אדער די אנדערע, אבער הצד השוה שבהן אז די אלע זאכן וואס זיי מאכן חוזק דארט אין "די ראסטיגע שאבאטאן" זענען די "קשיות" וואס די אלע "ארטיפישעל קלוגע" האבן.

איין חידוש, ווער האט געשריבן די זוהר? זיי מרחיב ביטע

איך בעט דיר זיי נישט אזוי נייגעריג אין די יעניגע ענינים, איך האב חרטה און איך זעה נישט געהעריג א וועג ארויס, זיי זענען ריפינירטע חברה, ווי ביסטו אזוי זיכער אז זייער מסכנה וועל דיר נישט גרידשינען אין מוח? אונזער מסורה איז אלס געווען נישט צו וועלן וויסען וואס די אנדערע זאגן.

דאס וואס איך שרייב אז זייער אויסגאבע איז א זעלטן געלונגען דשורנאל פול מיט דברי חכמה איז ווייל דאס איז די ריינע אמת זיי זענען פראפעסיאנאלע שרייבערס און זיי ווייסען וועלכע קנעפלעך צו דריקען, און פאר א נויט וועט ער אריינשטעלן דברי מחאה פון א אייוועלט איד נאר כדי צו ווייסען אז ער איז נוטראל און גרייט אויסצוהערן יעדען, דאס איז ווייט ווי א וויץ און מען דארף זייער אובאכט גיבן.
א'מונה ב'טחון ג'עלט

ידיעות שונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 367
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » מאנטאג אפריל 09, 2018 10:08 am

איך האב פארשטאנען פון פרידן'ס דרשה אז ער מיינט דעם גאנצן פעקעדזש צוזאמען, דהיינו מ'רעדט פון א מענטש וואס קוקט אהן יעדע נושא פון אידישקייט מיט אזא מין בליק, דאן איז עפעס 'ראונג' מיט דעם, נישט אז ער מיינט צו זאגן אז ס'זאל זיין עפעס א פראבלעם אויף א יעדע נקודה עקסטער.

איך מיין אז ס'וואלט ווען געווען ריכטיג צו שרייבן אזא התנצלות אדער גילוי דעת, ווייל אסאך פון די נושאים דארט ווערן אויסגעשמוסט מידי יום ביומו דורך אלע מיני אידן אהן קיין שום שלעכטע כוונות.

והנה: אויב האב איך ריכטיג פארשטאנען און אפגעלערנט דעם ארטיקל איז דאך מורא'דיג גוט, און אויב נישט איז במחכ"ת שמעקט עס אביסל פון שרעקליכע צמצום, ודברי צו געזונט מובנים, וד"ל.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט