עקיבא שמחי מיט זיין נגע

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
טישטוך
שר מאה
תגובות: 209
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בכלל נישט דאהי...

עקיבא שמחי מיט זיין נגע

תגובהדורך טישטוך » פרייטאג אפריל 20, 2018 5:28 am

עקיבא שמחי האט נארוואס אראפגעווארפן דעם ציגארעטל און עס גוט אנגעטראטן, א פיינע שמועס געווען, דער צודרייטער בהמה נחמן, וואס מיינט ער? די וועלט איז הפקר? ער מיינט אז ער וועט קענען באשווינדלען די גאנצע שטאט און זיך ארומדרייען מיט אן אויפגעהויבענע קאפ? פיינע נייעס געווען היינט, דער עולם האט אים פיין אראפגעריסן… גרשון מיט זיין שארפן פיסק און זרח מיט זיינע קרומע הגהות און שיפע ליצנות'דיגע קאמענטארן… ס'גוט געווען טראכט ער צו זיך, ער גייט אריין אין קאר און צינדט אן דעם מאטאר, ער גייט אהיים און לייגט זיך אריין אין בעט נישט פארן זיך פארענטפערן פאר זיין אשת חיל אז ער האט זיך פארשמועסט אין שול נאך מעריב מיט א אלטע חבר וועמען ער האט שוין נישט באגעגנט א לאנגע צייט און ער האט אים נישט געקענט אפזאגן.

ער שטייט אויף אינדערפרי און טרעפט אויף זיין לינקע האנט א אומגעווינטשענע ווייסע פלעק, וואס איז דאס? וואונדערט ער זיך, ער גייט ארויס פון שטוב און לויפט אריין אין קאר, ער פליט אין ביהמ"ד און יאגט אריין מיט א שנעלקייט אין מקוה, ער שטייט אין שויער און שמירט און קראצט אריין מיט זייף און שאמפו אויף דעם שרעקעדיגן פלעק, עס קומט אבער נישט אראפ! ער לויפט ארויף אין ביהמ"ד און שמייסט ארויף דעם טלית, בשעת ער ציט ארויף דעם ארבל שיקט ער ארויס פארדעכטיגנדע בליקן פון צווישן די פראנזן זיכער צו מאכן אז קיינער באמערקט נישט זיין פלעקל, מיט גרויסע שוועריגקייטן איז ער ענדליך מצליח אראפצושלעפן די ארבל העכער די תפילין, ער פארטיגט דערמיט און שטעלט זיך דאווענען, די רגע וואס ער האט געענדיגט דאווענען לייגט ער צוזאם די תפילין און נאך פאר ער האט עספיעט צו פארמאכן דעם רעקל און פארשטעקן דעם גארטל אין טאש זיצט ער שוין אין קאר, ער שטעלט אן דעם דזשי פי עס צום דאקטאר'ס אפיס און דרוקט אראפ דעם גאז פעדל ביז אונטן.

ער קומט אן צו דר. קווענקלשטיין אין ביורא, ער ציט זיך ארויף דעם ארבל און פרעגט דערשראקן, איז עס נישט עפעס א סימפטאם פון יענע מחלה חלילה?, דער דאקטאר קוקט עס אן אנגעצויגן און נעמט זיין מיקראסקאפ, ער קוקט גוט אריין און ארויס און דאן הייבט ער אויף זיינע ביידע הענט און זאגט שטיל, איך ווייס דיר נישט וואס צו זאגן אבער… איך האב נישט קיין אהנונג וואס דאס איז, איך מיין אז וועסט מוזן אריינגיין אין שפיטאל, פונעם דאקטאר'ס אפיס איז עקיבא שמחי אריין אין אמבולאנס, דער אמבולאנס האט אנגעהויבן פארן אויף א שנעלן ספיד באגלייט מיט הויעכע גערודער פון די ווילדע סירענעס.

מען נעמט אים אריין אין עמערזשענסי רום און ער הייבט זיך אן אומקוקן דערשראקן, ער רופט אן זיין ווייב און לאזט איר וויסן אז ער איז אביסל פארנומען און ער וועט נישט אהיימקומען אויף פרישטאג, זי פרעגט אים וואו ביסטו? ער קווענקלט און מורמלט ארויס א..אין שפי…שפיטאל… זי ווערט אנגעצויגן און דערשראקן און וואונטשט רפואה שלימה און לייגט אראפ.

א קראנקן שוועסטער קומט צו און פרעגט וואס איז די נאמען? עקיבא שמחי ענטפערט קעקעצנדיג און מען פירט אים אריין צום גרויסן פראפעסאר, יענער טוט זיך אן זיינע דיקע פלוס ברילן און הייבט אן קראצן און שייערן אויף דעם פלעק, ער טשאטשקעט זיך ארום דערמיט און כמעשהו בראשונה הייבט ער הענט און זאגט כ'ווייס נישט.

עקיבא שמחי פארבינדט זיך מיט אן עסקן וועלכע קען זיך אויס אין עניני רפואה, יענער זאגט אים אז ער וועט אים צוריקרופן שפעטער, דער דאקטאר קוקט אויף עקיבא שמחי'ען און זאגט אים כ'קען דיר נישט העלפן, איך זעה נישט וואס די מאדנע פלעק קען באדייטן… עקיבא שמחי פרעגט אים צו עס קען זיין א סכנה און דער דאקטאר זאגט אים, קוק אהער, איך האלט נישט אז עס איז א סכנה אבער איך וואלט דיר געראטן נישט עס צו לאזן לויפן.

ער פליט אין ביהמ"ד אריין, ער זעצט זיך אראפ מיט זיין נאכמיטאג חברותא, יענער האט אראפגעלייגט צוויי קאווע'ס וויסנדיג אז עקיבא שמחי שפירט זיך נישט אמבעסטן און קען זיך נישט אזוי אליין באגיין היינט, עקיבא שמחי שטרעקט אויס די האנט צום קאווע, עס איז געווען פיל דער גלעזל ביז אויבן אזוי אז עקיבא שמחי ביים עס איבערנעמען האט געכאפט א שטארקן ברי פון די ראשית הגז וואס האט איידל געטריפט אויף זיין האנט און ווי אויך באצירט דעם עק פון זיין שיינע ציכטיגע העמד.

דער חברותא לויפט ברענגען טישא'ס און עקיבא שמחי שפרינגט פון יסורים, דער געטרייער חברותא טראגט זיך אן ארויפצוציען עקיבא שמחי'ס ארבל און הייבט אן ווישן מיט די ווייעכע קלינעקס טישא'ס וואס ער האט געגאנבעט פונעם רב'ס פלאץ, און דאן האט ער עס באמערקט…

פאר עקיבא שמחי האט שוין מער וויי געטון דאס וואס זיין חברותא האט באמערקט זיין אומבא'חנ'טן פלעק מער ווי די ברי, ער שטופט אראפ זיין חברותא'ס הענט און שלעפט האסטיג צוריק זיין האנט, דער חברותא זעצט זיך צוריק אויף זיין פלאץ און פרעגט "עקיבא שמחי, וואס איז דער פלעק אויף דיין האנט?" עקיבא שמחי ווערט גרין און באשווערט אים ער זאל נישט פארציילן פאר קיינעם, ער געטרויעט אים מיטן סוד אז דאס איז א מיסטריעזער פינטל וואס קיין איין דאקטאר ווייסט נישט וואס דאס איז און וויאזוי צו האנדלען דערמיט, דער חברותא שפירט זיך ווי טראמפ'ס איידעם מיט די קלאסיפייד אינפארמאציע וואס ער האט יעצט באקומען פון עקיבא שמחי'ן, ער זאגט אים אבער שטיל נאכן אריינטראכטן א מינוט, דו ווייסט עקיבא שמחי, עס קען זיין אז דאס איז נישט א מיחוש! עס קען גאר זיין אז דאס איז חלילה א נגע!, עקיבא שמחי גיבט זיך א האסטיגן שטעל אויף און שרייט ניין ניין! דער חברותא זאגט אים אז ער זאל בלייבן שטיל און נאך סדר זאל ער צוגיין צו ר' חיים משה כהן און אים פרעגן זיין חוות דעת אויפן פלעק.

עקיבא שמחי גייט צו צו ר' חיים משה מיט ציטערדיגע הענט, ער עפנט זיך אויף דעם ארבל און ווייזט פאר ר' חיים משה, ר' חיים משה קוקט עס אן פאכמאניש און פרעגט אים שטיל, האסטו גערעדט לשון הרע ערגעץ לעצטנס? עקיבא שמחי טראכט אריין און דערמאנט זיך פון נעכטן נאכט נאך מעריב, ער שאקלט צו שעמעוודיג מיטן קאפ ארויף און אראפ צו צייגן אז יא, דאן כאפט ר' חיים משה דעם חומש און זאגט אים שטרענג ווען ער קוקט אים אריין אין די אויגן אריין.

טמא אתה! דו ביסט טמא! דו ביסט אסור אריינצוקומען אין ביהמ"ד און ביסט פארבאטן צו זיין צווישן אונז, צא טמא!

פאר עקיבא שמחי ווערט שלעכט, ער ווייסט נישט וואס צו קלערן, וויאזוי גייט ער יעצט מודיע זיין פאר זיין ווייב און קינדער? וואו וועט ער זיין די גאנצע קומענדיגע וואך ביז דער ברוטאלער נגע וועט זיך פון אים אפטון?, ר' חיים משה זאגט אים אבער שנעל אז ער קען נישט אהיימגיין נאר ער מוז יעצט פארלאזן די שטאט און זיך זעצן חוץ למחנה, ער וויל וויינען… ר' חיים משה ווייזט אים אין וועלכע ריכטונג צו גיין, מיט טרערן אין די אויגן זעצט ער זיך אריין אין קאר און פארט ארויס פון שטאט, ער זעצט אריין אין פארק און גראבט זיך אריין דעם קאפ צווישן די קניען און הייבט אן וויינען אן אויפהער.

קארס וועלכע פארן דורך עפענען אויף די פענסטערס און שרייען ארויס "ווילסט א היטש?" אבער ער מוז נעבעך יעדן ענטפערן, ניין, איך קען נישט, איך בין טמא איך טאר נישט אריינגיין אין שטאט, זיין גרעסטע בושה איז געווען ווען זיין שוואגער אביגדור איז אריבערגעפארן מיט זיין שווער אין קאר און ער האט געמוזט זאגן אז ער איז טמא, ער גראבט זיך צוריק אריין אין זיינע קליידער און בוכה'ט אוועק.

נאכן וויינען אזוי א האלבע שעה זעט ער די גאנצע קופקע פון נעכטן נאכט זיצט אויך אין פארק, יעדער איינער מיט זיין פעקל נעבן זיך, הא, גרשון מיט זיין שארפן פיסק און זרח מיט זיין ליצנות… אלעס זיצט אין פארק מיט נגעים וועלכע זענען טמא, ער טראכט אריין און ווערט זיכער ביי זיך, קיינער טשילט נישט יעצט, אלע האבן היטערליך חרטה אויף זייערע נעכטיגע ווערטער, די קופקע איז גארנישט ווערד געווען, יעדער איינער איז אין זעלבן פעקל… ווי האט דער מגיד שיעור געזאגט אין ישיבה?

דער גיהנם איז גענוג גרויס פאר יעדן.

***

שטעלט אייך פאר ווען עס וואלט טאקע געווען אזוי, יעדעס מאל וואס מען זינדיגט קומט אויפן ארט די שטראף מן השמים, איי וואלט עס גוט געווען הא! די נסיונות וואלטן רעדוצירט געווארן מיט א לענדסלייד, קיינער וואלט זיך נישט געטרויעט עובר צו זיין ווייל עס וואלט נישט געווען אזא זאך ווי נעמען די זינד און לייגן אויפן אקאונט… מען באצאלט אויפן פלאץ אויף וואס מען טוט, נישטא קיין באהאלטן זיך, אלעס איז אפן און די קארטן ליגן אויפגעדעקט אויפן טיש, נישטא קיין חכמות אלעס ווערט געשטעלט אין פלאץ אויפן ארט…

אבער… לאמיר אויך ברענגען די צווייטע צד און שוקל זיין וואס עס וואלט גרינגער געווען…

ווען אלעס איז ווען אפן, נישטא קיין צייט צווישן די עבירה און אירע קאנסיקווענצן, אלעס ווערט מען געוואויר און אויף אלעס צאלט מען דעם פונקטליכן פרייז די שכר וואלט נישט געווען האלב אזוי גרויס, ווען מיר וואלטן זיך ווען געקענט פארשטעלן די גרויסקייט פון די שכר פון יעדע גוטע טוהונג וואס איינער טוט וואלטן מיר געשפרינגען פאר שמחה יעדעס מאל וואס מיר וואלטן זיך איינגעהאלטן פון עפעס טון נישט גוט וואס האט אויסגעקוקט ווי מיר פארלירן.

לאמיר זיך מחזק זיין אינעם ענין פון שמירת הלשון אויף וואס די תורה ווארנט אונז די וואך, און מיר וועלן אין דעם זכות זוכה זיין צו אלעס גוטס
איך האב אויסגעמעקט מיין אונטערשריפט, האסט אן איידיע פאר מיר? קום אין אישי...

משהלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 480
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » פרייטאג אפריל 20, 2018 6:47 am

צוקער

אוועטאר
לאנדאנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 405
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 18, 2017 6:32 pm

תגובהדורך לאנדאנער » פרייטאג אפריל 20, 2018 7:15 am

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 764
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » פרייטאג אפריל 20, 2018 7:42 am

אייזן גוט!
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

ידיעות שונות
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » פרייטאג אפריל 20, 2018 7:59 am

שיין ארויסגעברענגט, ס'זאל זיך שפירן אין די ביינער!

dinrap
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 9:36 am

תגובהדורך dinrap » פרייטאג אפריל 20, 2018 8:09 am

געוואלדיג!
ס'געט אויך א ציפ טראכטענדיג אז אזוי וועט זיין ווען וועט וועט זיין וועלט

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5403
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » פרייטאג אפריל 20, 2018 8:17 am

געוואלדיג!!!!!!!!
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

אוועטאר
פאקטען
שר חמש מאות
תגובות: 938
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 9:34 am

תגובהדורך פאקטען » פרייטאג אפריל 20, 2018 8:57 am

לעבעדיג אראפ געמאלן,
געוואלדיג!
במקום שאין איש... איז צוויבל אויך הערינג...
מעמבער קח"א #384

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5816
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » פרייטאג אפריל 20, 2018 9:10 am

ידיעות שונות האט געשריבן:שיין ארויסגעברענגט, ס'זאל זיך שפירן אין די ביינער!

אייזן אייזן, שרייב אפטער
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

הענדימען
שר חמש מאות
תגובות: 831
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » פרייטאג אפריל 20, 2018 9:11 am

מוירעוודיג
כ'ווייס נישט אלעס

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1678
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » פרייטאג אפריל 20, 2018 9:24 am

אין מילים!

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2676
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » פרייטאג אפריל 20, 2018 9:33 am

ישר כח. זייער גוט געשריבן.

וואס פאר א נגע באקומט מען ווען מען שרייבט לש"ה?

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3685
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » פרייטאג אפריל 20, 2018 9:50 am

פיין געשריבן! א זיסע שריפט און שיין צוזאמענגעברענגט.

עפעס קריטיק מוז מען דאך געבן.... איך האלט אז דאס קעפל זאל נישט זאגן "נגע", ווארום אויב יא פארט די גאנצע ארטיקל מיט די חשבון אז דא רעדט מען פון א נגע און עס פארלירט איינע פון די "פאנטש ליינס"...
...

אוועטאר
כסליו
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 08, 2016 7:29 pm

תגובהדורך כסליו » פרייטאג אפריל 20, 2018 10:27 am

טישטוך האט געשריבן:שטעלט אייך פאר ווען עס וואלט טאקע געווען אזוי, יעדעס מאל וואס מען זינדיגט קומט אויפן ארט די שטראף מן השמים, איי וואלט עס גוט געווען הא! די נסיונות וואלטן רעדוצירט געווארן מיט א לענדסלייד, קיינער וואלט זיך נישט געטרויעט עובר צו זיין ווייל עס וואלט נישט געווען אזא זאך ווי נעמען די זינד און לייגן אויפן אקאונט… מען באצאלט אויפן פלאץ אויף וואס מען טוט, נישטא קיין באהאלטן זיך, אלעס איז אפן און די קארטן ליגן אויפגעדעקט אויפן טיש, נישטא קיין חכמות אלעס ווערט געשטעלט אין פלאץ אויפן ארט…
אבער… לאמיר אויך ברענגען די צווייטע צד און שוקל זיין וואס עס וואלט גרינגער געווען…
ווען אלעס איז ווען אפן, נישטא קיין צייט צווישן די עבירה און אירע קאנסיקווענצן, אלעס ווערט מען געוואויר און אויף אלעס צאלט מען דעם פונקטליכן פרייז די שכר וואלט נישט געווען האלב אזוי גרויס, ווען מיר וואלטן זיך ווען געקענט פארשטעלן די גרויסקייט פון די שכר פון יעדע גוטע טוהונג וואס איינער טוט וואלטן מיר געשפרינגען פאר שמחה יעדעס מאל וואס מיר וואלטן זיך איינגעהאלטן פון עפעס טון נישט גוט וואס האט אויסגעקוקט ווי מיר פארלירן.
לאמיר זיך מחזק זיין אינעם ענין פון שמירת הלשון אויף וואס די תורה ווארנט אונז די וואך, און מיר וועלן אין דעם זכות זוכה זיין צו אלעס גוטס

לאמיר קאמענטירן אויף די לעצטע שטיקל, איך האב יעצא אויף פסח געקויפט די נייע ביכל פון וזכרתי - איך וועל געדענקן פון זכרי' האפמאן דער ארויסגעבער פון והצלתי, (הגם איך האלט אז עס האט ענדערש געדארפט ארויסקומען אויף די דריי וואכן, איך האב ממש געוויינט בשעת'ן ליינען, מיטלעבנדיג די חורבן בית ראשון אין גלות בבל.
אבער לאמיר צוגיין צו תכלית, ווי איך האב דארט געליינט, און איך גלייב אז ער האט מקורות צו דעם, אז דער יצר הרע איז געווען מורא'דיג גרויס, אז אפילו מען האט געזעהן דעם יד השם און די כבוד בית השם, האט מען אבער געטראפן תירוצים, און משמעות'ן פון די תורה, פארוואס מען מעג יא טוהן די עבירה וכו'.
מי לנו גדול פון די דור דעה - דור המדבר, נאכן זעה התגלות השכינה בעת קריעת ים סוף, האבן זיי געקענט פרעגן היש ה' בקרבנו, אדער נאך קבלת התורה איז געווען מעשה עגל.
די הסתר פנים וועט נאך אלץ זיין, אפילו מען וועט זעהן אפענע זאכן, ווי גלייך נאך א לשון הרע וועט זיין א נגע.
לאמיר זעהן אויף די היינטיגע טעג, עס געשעהן אזויפיל אינטרעסאנטע אומגליקן (ח"ו איך פוינט נישט אויף קיינעם, איך וויל נאר עפעס ארויסברענגען די נקודה) וועט יעדער טרעפן די נקודה פארוואס עס מיינט נישט דאס.
לאמיר געבן איין דוגמא וואס קומט מיר יעצט אריין אין קאפ, אן קיין ספעציפישע דוגמאות, שטייט אין גמרא (מס' סוטה דאכט זיך) אז היינטיגע צייטן הגם עס איז נישטא קיין מיתת בי"ד, אבער דער באשעפער בשטראפט די מענטש מעין די מיתה, אויב איינעם קומט זיך סקילה וועט ער אראפפאלן פון א דאך, אדער א חי' וועט עם דורס זיין וכו', הינטיגע צייטן וועט ער ווערן אראפגעקלאפט פון א קאר, אבער ווען אזא מעשה געשעהט, וועט מען נאר טרעפן די סיבה פארוואס מען דארף נישט תשובה טוהן אויף אותו חטא.
די נס חנוכה איז געווען אין "כסליו"

אוועטאר
חביבי
שר חמש מאות
תגובות: 662
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2016 1:21 pm
לאקאציע: קרית יואל

תגובהדורך חביבי » פרייטאג אפריל 20, 2018 12:41 pm

געוואלטיג!!! נהנתי מאד

נאך א זאך איז געווען בעסער אמאל ביי די פעלער וואס מען האט געמעגט און עס נאך אפילו געווען א מצוה צו רעדן לשון הרע ווי למשל ווען מען האט געגעבן מלקות איז געווען א מצוה צו מפרסם זיין אלס וכל העם ישמעו ויראו

איי ווי געשמאק עס איז געווען ווען די שטאט איז זיך צוזאם געקומען זעהן ווי מען שנייד אריין ניין און דרייסיג שטיק פאר'ן שטאלצן ראש הקהל ווען ער איז נכשל געווארן מיט אן עבירה

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4831
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » פרייטאג אפריל 20, 2018 1:05 pm

די גרעסטע פלא היינט איז אז די רגע נאכן זינדיגען הייבן זיך אן די רמזים מען זאל תשובה טוען און דאך איז דא אן הסתרת פנים,

בי אונז האט מען געוויט אז די טבע פירט זיך לויט די תורהף אז א מענטש איז מחלל שבת איז בטבע אז עס זאל ארויף פאלן אויף אים א שטיין, אונז כאפן מיר עס נאר נישט כדי עס זאל נאך זיין א נסיון,
והמבין יתבונן וואס מיינט בכלל טבע אלעס איז דאך השגחה פרטיות יעדע רגע וועט ארויס האבן דעי ווערטער וואס איך האב געשריבען.
לעצט פאראכטן דורך סאדאם חוסעין אום פרייטאג אפריל 20, 2018 2:23 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

וויל זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

תגובהדורך וויל זיין גוט » פרייטאג אפריל 20, 2018 2:07 pm

זייער זייער זייער שיין און געשמאק ארויסגעברענגט, כה לחי
ער איז אזוי 'ביזי' אין זיין ביזנעס, אז ער האט נישט קיין צייט צו מאכן געלט

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1387
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » פרייטאג אפריל 20, 2018 2:34 pm

יש"כ טישטוך. פיין אראפגעלייגט מיט לעבעדיגע פארבן! געוואלדיג!

מעניו לענין, וויל איך דא איבערגעבן א מעשה נורא וואס האט פאסירט אין אונזער תקופה, מיט בערך 30 יאר צוריק. (עס קען זיין אז איך בין נישט אזוי קלאר אין טייל פון די טעכנישע פרטים, איך געב עס איבער אזוי ווי איך האב עס געהערט.)

אין קרית יואל איז אמאל געווען די סדר (אפשר היינט אויך, איך בין נישט באקאנט) אז בחורים פון די ישיבה פלעגן דינען אלץ שומר ביי די טהרה שטיבל נעבן די בית בחיים. איין געוויסע טאג באמערקט א בחור, וואס איז געווען א שומר א פאר טאג בעפאר, א שווערע פלעק (rash) אויף זיין האנט. צום ערשט איז ער געלאפן צו א דאקטאר, אבער די דאקטאר האט אים נישט געקענט העלפן. בצר לו, האט ער זיך צוגעשארט צו איין פון די עלטערע משגיחים און מודה ומתודה געווען אז בשעת ער האט געהיטן דעם נפטר האט ער זיך אויפגעפירט זייער אומ'כבוד'יג און ער שפירט אז זיין נגע האט ער געקריגן אלץ אן עונש. דער משגיח האט אים גע'עצה'ט אז ער זאל נעמען א מנין בחורים און אריבער גיין צום פרישן קבר און איבערבעטן דעם נפטר. דער בחור האט אזוי געטון און א פאר טאג שפעטער האט זיך דער צרעת אויסגעהיילט.

(די מעשה האב איך געהערט פון א בחור וואס איז אנוועזנד געווען ביי די מעמד מחילה.)
לעצט פאראכטן דורך מונאוויטש אום זונטאג אפריל 22, 2018 12:14 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.

Haklal
שר חמש מאות
תגובות: 667
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » פרייטאג אפריל 20, 2018 2:44 pm

געוואלדיג גיט!
יישר כח

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11796
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » פרייטאג אפריל 20, 2018 2:57 pm

זייערע זיס באשריבן

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלף
תגובות: 1339
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מוצ"ש אפריל 21, 2018 10:59 pm

געוואלדיג פיין ממחיש געווען, ס'האט זיך געשפירט ממש ווי לעבעדיג

#לייביש ליש

ס'וואלט פיין אריינגעפאסט אין די סעריע פון יציאת מצרים לויט די היינטיגע באגריפן, מגילת אסתר בזמן הזה...
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
נישט פשוט
שר חמש מאות
תגובות: 902
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » מוצ"ש אפריל 21, 2018 11:23 pm

גאד... ווערי נייס.
Mistakes Are Proof That You Are Trying -If You Fail to Plan, You Plan to Fail..

אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1298
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

תגובהדורך שלעפשיץ » זונטאג אפריל 22, 2018 12:00 am

גוט גוט - פיין געשריבן
shlepshitz@gmail.com For all your Graphic & Website needs email

אוועטאר
מיאושדיגער
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 24, 2017 8:39 pm
לאקאציע: ביז 2:00 אין בעט דערנאך אין ביהמ"ד און דערנאך אין...

תגובהדורך מיאושדיגער » זונטאג אפריל 22, 2018 11:22 am

גוט גוט! זייער זיס!
לעצט פאראכטן דורך מיאושדיגער אום דאנארשטאג אפריל 26, 2018 3:51 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלף
תגובות: 1856
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » זונטאג אפריל 22, 2018 11:23 am

מיאושדיגער האט געשריבן:גוט גוט! זייער זיס!, איין טעכנישע זאך נאר, פאר מען גייט ארויס חוץ למחנה קומט קודם הסגר ז' ימים.

אין בין...(מגילה ח)


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: א גוטן און 25 געסט