בין איך טאקע אזוי קלוג ווי איך מיין? - ספירה טעסט!

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1073
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 24, 2017 2:50 pm

בין איך טאקע אזוי קלוג ווי איך מיין? - ספירה טעסט!

תגובהדורך יאסעלע » זונטאג אפריל 22, 2018 3:43 pm

א גאנצער טומל טוט זיך אפ אין די גאסן.

מענטשן קומען, מענטשן גייען, מענטשן שמועסן, מענטשן יאגן זיך, מענטשן דעבאטירן, מענטשן שפעקולירן, מענטשן בייזערן זיך, מענטשן לאכן, מענטשן חידוש'ן זיך, יעדער איינער האט זיך זיינע זאכן וואס ליגט אים אויפן סדר היום, די שנעל פארנדע אויטא'ס יאגן זיך צו זייער ציל ווערנדיג געטריבן דורך דעם שאפער, קעצלעך און האזלעך שפרינגען ארום.

דער פארמאסיסט גיסט אריין שטויב אינעם פילעכל, דער קאשירער גיבט רעשט פון די קליינגעלט, דער גראפיקער איז פארנומען צום דריטן מאל אויסצושניידן דאס ביימעלע נעבן דאס נעזעלע פון דעם פארשוין אויפן בילד, און דער עסקן רעדט אויפן טעלעפאן, זיכער מאכנדיג אז יעדער הערט וואס ער זאגט.

און אט שפאצירט זרח פייוול, וואו ער גייט ווערט באלד א געפילדער. א מאסע שטופט זיך ארום אים, ווארטנדיג ער זאל שוין עפענען זיינע ציינער, און אנהייבן ארויסצוגיסן פון דארט די טעגליכער סעריע פון פערל רייד און געוואלדיגע בייפעלער, וואס האלט דעם ציבור אין די זייטן. ער איז אפגעשטעמפלט אלס דער שטאטס משוגענער, און יעדער וואס שפירט אין זיך א געוויסער שוואכקייט, לויפט צו זרח פייוולען, זיך צו שפירן א קלוגער, שטייענדיג קעגן אזא טיפש.

איך וועל עטליכע מינוט ארום צוריקומען צו זרח פייוולען. האט איר שוין אמאל געהאט אזא געפיל, אז 'ווער ווייסט, אפשר לאכן מענטשן פון מיר, מ'האלט מיר פאר א נאר, און איך שוטה שפיר מיר נאך פאר א קלוגער אינטיליגענטער חכם?'... דאס פאסירט ביי מענטשן וואס זענען נישט דוקא אזאנע וואס פראדאקטיוו האט זיי געשטעלט א בלאקעדזש אין מח, נאר מענטשן וואס אבזערווירן א זאך מיט א טיפערן בליק, און באטראכטן נישט אויבערפלעכליך דאס וועלט.

נו, אזא איינער האט א פראבלעם, ער פארט ארום אין אן עולם התוהו, ער ווייסט נישט צו ער איז קלוג צו נישט, צי מען הערט אים טאקע אויס, אדער מ'לאכט אים אויס אונטערן רוקן (נד"פ), און ער דארף באמת א שטופ, זאל אים בארואיגן אז 'יא. כ'בין א נארמאלער מענטש'...

עס איז דא א ראיה פון עצות וויאזוי צו געבן אן אנשטעל פון א קלוגער, אינטעליגענטער, און דורכגעטראכטער מענטש. טייל זענען אין ספרי קודש, און אנדערע להבדיל פון די וואס זענען אונטער די חכמה בגוים תאמין קאטאגאריע, און זייער חכמה איז אויך גענאשט פון די הייליגע תורה.

א כלל גדול אין די זאכן איז, וואס מיר ווייסן אז "סיג לחכמה שתיקה", ווילסט נישט מ'זאל וויסן ווי קלוג דו ביסט? דאן רעד נישט... עס איז לכאורה נישט פשוט, איינער וואס זיצט אין א זייט שטיל ווי א פיש אזויווי ווען מ'זיצט ביים טיש, קען שפירן צומאל ווי א פינפטער ראד צום וואגן, איינער וואס ווערט אראפגעקוקט ווייל ער ווייסט גארנישט, ער האט נישט וואס צו צולייגן... קודם כל איז דאס נישט ריכטיג. ווי האט מארק טווין געשריבן אמאל? עס איז בעסער צו זיצן שטיל אין א זייט און אויסזען ווי אן אידיאט, ווי איידער צו עפענען דאס מויל און דאס אויפווייזן...

בכלל, די אלע לשון מדברת גדולות'ן וואס מוזן אייביג אנפולן דעם לופט מיט קול, ווייזן זייער חכמה כסדר. דער באקאנטער גריכישער אלפטון פלעגט צו זאגן: א קלוגער מענטש רעדט ווען ער האט עפעס צו זאגן, א שטוה רעדט ווייל ער מוז עפעס זאגן... די אלע וואס רעדן אן א גרעניץ, זאלן געדענקען וואס אלבערט איינשטיין האט געזאגט: די חילוק צווישן גאונות און טיפשות איז, אז גאונות האט א גרעניץ, אבער טיפשות נישט...

אין גמ' זעט מען שוין, אז רובא דרובא מענטשן זענען נארמאל, ווי פרעגט די גמ': אטי בשופטני עסקינן? מיר האנדלען עפעס מיט נאראנים? אבער פון דער אנדערע זייט, קען מען זען אז די שוטים האבן א גליקליך לעבן, די חכמים האבן פארקנייטשטע שטערנ'ס, מאכן חשבונות און רעכענונגען, זענען באזארגט איבער דער שטערן וואס קען טראסקענען און מאכן אש און פארעך פון דער וועלט, איבער גלאבאלע ווארעמונג, און נאך פארשידענע זאכן וואס לפי זייער ידיעה אין חכמה איז עס זייער מסוכן, אין די צייט וואס דער שטוה איז אזוי צופרידן אז היינט איז רעבשייעלעס יארצייט, און עסט אויף אלע באקן מיט אפעטיט. און דאס זאגט שוין דער חכם מכל אדן: יוסיף דעת, יוסיף מכאוב! עס איז דא אן ענליכער אויסדרוק, "נישטא קיין שכל, נישטא קיין דאגות"...

צוריק צו אונזער זרח פייוולע'ן...

ארום אים שטופן זיך פילע פון די "קלוגע" און הייבן אן צו רעדן מיט אים, אים צימבלען, אונטערצינדן, זיך אויס'טענה'ן, און עס ווערט פריילעך... אבער! טייערער חבר, איידער דו טוסט דאס, זאלסטו וויסן: ערשטנ'ס דאס איז א אידיש קינד, קען זיין אז ער האט אביסל ווייניגער פארשטאנד פון דיר, אבער מיינט עס אז ער איז הארצלאז? האט ער נישט סטרונעס וואס קענען ארויסקומען ווען ער וואלגערט זיך איינזאם אויף זיין געלעגער, ובמסתרים תבכה נפשו?... ווייסטו דען וואס עס טוט זיך אין זיין פארוואונדעטע און פארוואגלטע נשמה?!

נאך א זאך; ווען דו פירסט א שמועס מיט א טיפש, מאך זיכער אז דער צווייטער טוט נישט די זעלבע זאך!!! שלמה המלך זאגט שוין אין משלי, אל תען כסיל כאולתו פן תשוה לו גם אתה, ענה כסיל כאולתו פן יהיה חכם בעיניו... כצרור אבן במרגמה כן נותן לכסיל כבוד! טראכט גוט איידער דו פירסט א דיסקוסיע מיטן שוטה, כלומר זיך צו קענען אינטערהאלטן, ווייל אז דו וועסט זיך טענה'ן מיט א נאר - האב איך אמאל געהערט א גוט ווארט - וועט ער דיר אראפירן צו זיין לעוול, און דאן וועט ער דיר געווינען, מיט זיין גרויסע עקספערטיז אין טיפשות...

איינער פון די פאעטיקער האט אמאל געשריבן אין די הקדמה פון זיין ביכל: מיר זענען מכבד אונזערע נארישקייטן, ווען מיר טוען דאס דרוקן און פארשפרייטן... אז דו שפירסט אז דו מוזט גיין נעבן דעם שוטה און זיך אונטערהאלטן מיט זיין גרויס חכמה און בינה, הער א קאצקער ווארט: איך האב פיינט א שוטה מער ווי אן אכזר, ווייל אכזריות איז א זאך וואס האט א גבול, אבער א טיפש ווייסט נישט פון קיין גבול...

אבער רבותי! איך גיי יעצט שרייבן אביסל שארף, נאכן מיטהאלטן פאר עטליכע וואכן צוריק אזא מעשה, ווי אפאר אזויגערופענע קלוגע אינגעלייט, האבן זיך צוגעטשעפעט צו דער נישט גרעסטער מח, און אויסגעזויגן זיינע מארך ביינער און דאס אויסגעלעקט מיט אזא מין אכזריות, אזש ס'איז א פחד. לויט ווי כ'קען די אינגעלייט, זיצן זיי אינדערוואכן ענדערש אויף וואטסאפ ווי אויף אייוועלט. כ'האב מער נישט געקענט סובל זיין די רשעות, האב איך מיר אנגערופן דארט "ס'דא א ווארט, זאג מיר מיט וועמען דו דרייסט זיך, וועל איך דיר זאגן ווער דו ביסט"... כ'זעה אז מיט דעם איד פארשטייט איר זיך גוט... נו נו, אריין אין נאטיצן ביכל...

רבותי! ווען עס איז דא איינער וואס איז נישט דער קלוגסטער, זאל מען אים ביטע צורוה לאזן און אים לאזן גיין זיין וועג, ער דארף נישט דיינע קלוגע ווערטער, ער איז נישט דיין אונטערהאלטונגס שפילעכל, לאז אים אפ!!! ווייל אז דו קלעבסט צו אזאנע ברואים, דארפסטו ערנסט איבערקלערן, אפשר די וואס קומען קופקעווען מיט דיר, קומען מיט די זעלבע מטרה ווי דו גייסט קופקעווען מיט פייוול זרח?! נישט בייגעפאלן, הא?...

טייערע ברודער, אין די ימי הספירה האבן מיר געוויסע דיני אבילות, עס איז נעבעך אומגעקומען 24,000 תלמידים פון רבי עקיבא, און מ'רעדט דא פון תלמידים פון רבי עקיבא!!! נישט יעדער האט געקענט זיין א תלמיד פון דעם גרויסן תנא, זיי זענען אלע געווען קדושים וטהורים, צדיקים ושרפי מעלה, אבער עס איז ארויף א חרון אף אויף זיי און זיי פארטיליגט. פארוואס? "שלא נהגו כבוד זה לזה"... א פחד! זיי האבן נישט געווארפן פאשקעווילן! זיי האבן נישט געגעסן חזיר פלייש! זיי האבן נישט גערייכערט אין יו"כ! זיי האבן נישט ח"ו געטון מעשים מגונים! ניין!

וואס האט זיי געברענגט דאס טויט? זיי האבן נישט גענוג רעספעקטירט זייערע חברים! מ'איז געגאנגען כאפן א שמועס מיט איינעם וואס זיינע פיאות איז נישט אייביג געווען אויסגעקעמט, און געגעבן א פרעג אזא תמימות'דיגער שאלה, מיט נישט די גרעסטע כבוד. וואס איז געווען צום סוף? א ריזן בית החיים פון די תלמידי רבי עקיבא!

א פחד!

וויל איך אפעלירן פאר טייערע אידישע קינדער, אין אזא זמן לאמיר זיך מתבונן זיין, חוסו נא עליכם ועל בניכם! לאזט אפ די מרי נפש, הערט זיי אויף צו דערגיין די יארן. אדרבא, גיבט זיי א גוט ווארט, א גוטער געפיל, און דערמיט וועט איר זיך איינקויפן עולם הזה און עולם הבא! אבער אז דו וועסט זיך דרייען נעבן זיי און מצער זיין, דאן קלער דיר גוט איבער, צו דו ביסט נישט אויף די ליסטע פון די שטאט'ס געלעכטער'ס!!!

דערמיט קלער איך צו טייטשן, אם אין דעת, אז דו ווילסט וויסן צו דו האסט שכל צו נישט, הבדלה מנין... קוק צו דו ביסט אפגעשיידט פון די טפשים, אדער דו לויפסט זיי נאך און פרובירסט זיי צו צימבלען, ווייל אויב איז דאס לעצטע ריכטיג, ביסטו איז גרויס טראבל...

כאטש כ'בין נישט קיין מוסר זאגער, האבעך דאסמאל באשלאסן צו אנטון דאס מגידות היטל, ווייל אז ס'טוט וויי... שרייט מען!!!

אז איינער וועט נתעורר ווערן פון דעם אשכול, האט זיך שוין געלוינט די גאנצער שמועס.

---

געשריבן לכבודן טויזענטסטער תגובה.
כלל גדול: נעם נישט אן מיינע ווערטער אזוי ערנסט. קרעדיט: ק"ק
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול

אוועטאר
אדער יא
שר האלף
תגובות: 1428
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am
לאקאציע: ביים סערטש ענדזשן

תגובהדורך אדער יא » זונטאג אפריל 22, 2018 3:53 pm

מאזעל טאאאאב !!!!!!!!!!! עקסעלענט, גוטע פוינט, פיין, געשמאק !!!!

ווי זע' מיר
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 23, 2017 3:04 pm

תגובהדורך ווי זע' מיר » זונטאג אפריל 22, 2018 4:06 pm

אמת דיג א גוטע פוינט..
זייער א שיינע טייטש אויף אים אין דעת הבדלה מנין.
מזל טוב.
PLEASE DON'T SPIN, ACT LIKE AN ADULT !!

אוועטאר
נישט פשוט
שר חמש מאות
תגובות: 902
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » זונטאג אפריל 22, 2018 4:10 pm

גוט גוט... אַה. .. .! וואויל איז דיינע פינגערליך וואס האבן אזוי שיין געטאנצען אויפן קי בארד. זאלסטו שנעל ווערן א שר האלפיים.
Mistakes Are Proof That You Are Trying -If You Fail to Plan, You Plan to Fail..

אוועטאר
פאקטען
שר חמש מאות
תגובות: 938
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 9:34 am

תגובהדורך פאקטען » זונטאג אפריל 22, 2018 4:21 pm

וואאאאאאף, האט דער צוזאמען געווארפן דא שארפע ווערטער..
כ'האף ס'וועט אריינגיין אין די ביינער

מזל טוב
במקום שאין איש... איז צוויבל אויך הערינג...
מעמבער קח"א #384

אוועטאר
ירושליימער ייד
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 28, 2011 8:48 pm
לאקאציע: ירושלים עיה"ק תובב"א

תגובהדורך ירושליימער ייד » זונטאג אפריל 22, 2018 4:25 pm

איך וינטש דיר אן אז אלע תגובות דיינע וועלן זיין אזוי גוט גישריבן, אזוי אויס גירעכענט, מיט שיקול הדעת, מיט הארץ און מוח, לעשות נח"ר לבורא יתברך שמו, און אפילו דאס וועט אביסל דערווייטערן דעם טיטל "שר האלפיים"...
רבון כל העולמים גלוי וידוע לפניך שרצוני לעשות רצונך אבל שאור שבעיסה מעכב.

אוועטאר
דער פאני מענטש
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2016 3:53 pm
לאקאציע: אין משוגעים הויז

תגובהדורך דער פאני מענטש » זונטאג אפריל 22, 2018 4:29 pm

נישט פשוט האט געשריבן:גוט גוט... אַה. .. .! וואויל איז דיינע פינגערליך וואס האבן אזוי שיין געטאנצען אויפן קי בארד. זאלסטו שנעל ווערן א שר האלפיים.



;l;p-

שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » זונטאג אפריל 22, 2018 4:42 pm

אוטש! און איך וואונדער מיר נאך פארוואס יעדער שטופט זיך ארום מיר :oops:

שטארקע דיבורים!

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלף
תגובות: 1125
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » זונטאג אפריל 22, 2018 6:21 pm

:x
איך בין אביסל אנטוישט יאסעלע, זעענדיג דעם קעפל האב איך געמיינט אז איך וועל שוין איינמאל פאר אלעמאל האבן א תשובה אויפ'ן מיליאן דאלערדיגן שאלה...

עניוועי, מזל טוב!

אוועטאר
משה כהן
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am
לאקאציע: געפינט זיך ב"ה אין א גוטן מצב, דערוילעם ווערט געבעטן ווייטער מתפלל צו זיין

תגובהדורך משה כהן » זונטאג אפריל 22, 2018 6:44 pm

סאליד געשריבן, אויסערגעווענליך! אבער וואס זאל איך טוהן אז גלייך נאכ'ן ליינען האב איך באמערקט די חתימה כלל גדול: נעם נישט אן מיינע ווערטער אזוי ערנסט.??!!...
איך קוק אויס פארצייטיש?!... געב עס א שטיק צייט און דיינע קינדער זענען אויך "פארצייטיש"!...

פרידן
שר האלף
תגובות: 1814
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » זונטאג אפריל 22, 2018 8:33 pm

;l;p- ;l;p-
א קנאקעדיגע רייכע שפראך אין הערליכע געדאנק

אוועטאר
וויי-פיי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2016 11:11 am
לאקאציע: jersey city
פארבינד זיך:

תגובהדורך וויי-פיי » זונטאג אפריל 22, 2018 8:50 pm

יאסעלע האט געשריבן:לכבודן טויזענטסטער תגובה.

;a-1; מזל הצלחה
האט איר א איבריגע מיניט? פירט אויס א שידוך דורך לזווג http://lezaveg.com

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6796
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » זונטאג אפריל 22, 2018 9:48 pm

וואףףףףף איז דאס צום פינטל... שכוח יאסעלע.
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1073
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 24, 2017 2:50 pm

תגובהדורך יאסעלע » דינסטאג מאי 01, 2018 7:13 pm

יישר לכל המברכים
כלל גדול: נעם נישט אן מיינע ווערטער אזוי ערנסט. קרעדיט: ק"ק
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול

לדעתי
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

תגובהדורך לדעתי » מיטוואך מאי 02, 2018 10:47 am

זייער אמת'ע און ריכטיגע דיבורים.

מזל טוב צום טויזעסטע, אלף נכנסין ואחד יוצא.

סיג לחכמה שתיקה.pdf
(35.51 KiB) דאונלאודעד 37 מאל

הענדימען
שר חמש מאות
תגובות: 831
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » מיטוואך מאי 02, 2018 1:56 pm

מורא'דיג און ליידער אמת
כ'ווייס נישט אלעס

פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2376
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

תגובהדורך פארבינדן » מיטוואך מאי 02, 2018 4:26 pm

שטארק, שארף, און אזוי ריכטיג!
פאר קריטיק דריקט דא


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Bing [Bot] און 26 געסט