אלעס ארום געאגראפיע

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2447
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

אלעס ארום געאגראפיע

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מיטוואך מאי 02, 2018 5:00 pm

אין די היינטיגע וועלט מיט סאטעלייט וכדו' איז געאגראפיע שוין ווייט נישט אזא חכמה ווי אמאל וואס מען האט געדארפט מעסטן און רעכענען צוציקומען צו א טיילווייזע מסקנא.
אבער דאך איז נאך דא היבש וואס ארומצורעדן פון די נושא, צבש די השפעה וואס געאגראפיע האט אויפ'ן קולטור, פאליטיק, געזונט, און פיל נאך.
למשל בעלמא: די גאנצע סיבה פ''וו אמעריקע האט זיך אנטוויקלט צו א גרויסמאכט איז לויט רוב פארשער נאר וועגן געאגראפיע, און פיל נאך.
(אויב וועט זיין א פארלאנג וועל איך עס בל''נ ברייטער אויס שמועסן, אדער אנדערע זאכן ארום דעם פעלד)
ווי אויך קען מען רעדן פון טעותים וואס מענטשן מאכן אין געאגראפיע, וואס איז פיל מער ווי מען מיינט.
(לעצטנס האב איך גערעדט מיט א אינגערמאן וואס האט נישט מסכים געווען מיט מיר אויף דעם פונקט, זאג איך אים ווייז מיר אן אויף איינעם אויף וועם מיר קענען מאכן אן עקספערימענט, ווייזט ער מיר צו א קרוב זיינער א פארשטענדליכער חתן בחור, איך גיי צו צונעם זאג נאר דו ווייסט אפשר ווי ווייט ענגלאנד איז פון לאנדאן? ער קוקט מיר אן מיט א וואונדער, איך ווייס נישט פונקטליך אבער אזויפיל ווייסעך אז איינס איז אונעם צווייטן! מעשה שהיה)
אלזא רבותי, ווער עס האט שאלות, חידושים, הערות איבער די נושא. וועלקאם!
אגב אויב איז דא א פארלאנג קען איך בע''ה זיך פארברייטערן איבער די נושא מיט לענגערע ארטיקלען
קומט אריין און זאגט אייער מיינונג
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3262
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » מיטוואך מאי 02, 2018 5:17 pm

מיין מיינונג (נישט די ארימע) איז, אז איהר זאלט שרייבן. אדרבה, לאמיר וויסן וואס דו קענסט אונז מחדש זיין.

נעכטיגן טאג
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 5:45 pm

תגובהדורך נעכטיגן טאג » מיטוואך מאי 02, 2018 5:20 pm

אדרבא, קום אריין מיט א לאנגס און א ברייטס אוואו די קעפל זאגט "אלעס ארום געאגראפיע"

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2447
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מיטוואך מאי 02, 2018 5:34 pm

ביז איך נעם מיך די מיה זיך אויסצוברייטערן איבער וואס איך ווייס יא,
אפשר קען מיר איינער העלפן מיט מיין שאלה
וועלכע יאר און ווער האט ערפינדן אז מען קען ארום פארן אפריקע פון אונטען.
לפי ידיעתי איז דאס געווען ארום 500_600 יאר צוריק, און די תקופה פון גירוש שפאניע (דאנא גראציא איז רייך געווארן פון דעם)
?whats the story about that
ביטע רופט אייך אן ווארעם!
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2720
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » מיטוואך מאי 02, 2018 6:14 pm

ווען האט מען ערפינדן אוסטראליע?

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2720
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » מיטוואך מאי 02, 2018 6:16 pm

נאך פונדערהיים האט געשריבן:ביז איך נעם מיך די מיה זיך אויסצוברייטערן איבער וואס איך ווייס יא,
אפשר קען מיר איינער העלפן מיט מיין שאלה
וועלכע יאר און ווער האט ערפינדן אז מען קען ארום פארן אפריקע פון אונטען.
לפי ידיעתי איז דאס געווען ארום 500_600 יאר צוריק, און די תקופה פון גירוש שפאניע (דאנא גראציא איז רייך געווארן פון דעם)
?whats the story about that
ביטע רופט אייך אן ווארעם!

וואס איז שייך דא צו ערפינדן? אויב מ'פארט למשל פון מאראקא אויף אראפ איז מען דאך כסדר נעבן יבשה, אלזא איז דאך דאס אייביג געווען באוואוסט, נישט אזוי?

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2447
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מיטוואך מאי 02, 2018 6:23 pm

דאכצעך אין 1606 האט א דייטשער קאפיטאן געלאנדעט אויפן מערב ברעג
צענדליגע יארן שפעטער האט א בריטישע פארשער דערגרייכט דעם מזרח ברעג און עס דערקלערט אלס אן בריטישע קאלאניע "ניו וועילס"
איינער ווייסט מער?
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2447
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מיטוואך מאי 02, 2018 6:28 pm

שאהן הענניטי האט געשריבן:
נאך פונדערהיים האט געשריבן:ביז איך נעם מיך די מיה זיך אויסצוברייטערן איבער וואס איך ווייס יא,
אפשר קען מיר איינער העלפן מיט מיין שאלה
וועלכע יאר און ווער האט ערפינדן אז מען קען ארום פארן אפריקע פון אונטען.
לפי ידיעתי איז דאס געווען ארום 500_600 יאר צוריק, און די תקופה פון גירוש שפאניע (דאנא גראציא איז רייך געווארן פון דעם)
?whats the story about that
ביטע רופט אייך אן ווארעם!

וואס איז שייך דא צו ערפינדן? אויב מ'פארט למשל פון מאראקא אויף אראפ איז מען דאך כסדר נעבן יבשה, אלזא איז דאך דאס אייביג געווען באוואוסט, נישט אזוי?

בעפאר דעם האט מען נישט געוויסט אז די אפריקאנער קאנטינענט גייט ווייטער נאכן סאהארא מדבר,
מען איז פשוט נישט געפארן די הונדערטער מייל צו וויסן וואס עס טוט זיך נאכדעם
אגב, פון די שווארצע האט מען אויך נישט געוואוסט נאר די פון עטיאפיע
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1998
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » מיטוואך מאי 02, 2018 8:52 pm

אדרבה שרייב און ברענג אראפ פון דיינע ידיעות ווי מער.

איך (און איך בין זיכער נאך אסאך אנדערע) זענען זייער אינטערעסירט אין דעם נושא.

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2447
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מיטוואך מאי 02, 2018 9:04 pm

כאב הנאה אז כאטש בשבילי נברא רעדסטו אויך פון יענעם...
די וועלט איז ריזיג גרויס, איך וואלט געוואלט הערן ספעציפיש אין וואפארא הינזיכט דער עולם איז אינטערעסירט
נישט קיין טרוקענע שאלות כדלעיל וואס גוגל גיבט ביז סעקונדען
(איך קען דעם גלאוב פון אלס קינד ווי מיינע צען פינגערס, אין די היינטיגע עפאכע האבעך גארנישט דערפון...)
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2720
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » מיטוואך מאי 02, 2018 9:22 pm

געב א דוגמא פון א פראגע

אוועטאר
קליינטשיגער
שר חמש מאות
תגובות: 550
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 11, 2017 2:31 pm

תגובהדורך קליינטשיגער » מיטוואך מאי 02, 2018 9:31 pm

ווי אזוי מען האט געטראפן אמעריקע ווייסט יעדעס קינד, לאמיר אביסל הערן ווי אזוי ענגלאנד איז געווארן א לאנד... איז אמת די מעשה מיט זאלץ וואס די יפה בעתו האט געשריבן פאר 20 יאר צוריק??

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2447
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דאנארשטאג מאי 03, 2018 12:46 pm

לאמיך אנהייבן מיט א נושא וואס אינטערעסירט מיך, דער עולם ווערט געבעטן צו קאמענטירן ווי אויך אריינציקומען מיט אייגענע ארטיקלען און חידושים.
די נושא איז ווי אויבן דערמאנט, די עפעקט וואס געאגראפיע האט אויף די פאסירונגען פון די וועלט.
פיל פארשער זענען פארנומען כהיום מיט דעם, אסאך נעם איך פון זיי און אביסל פון הארץ ארויס... עכ''פ אויף ביידע קען מען זיך דינגען.
לאמיר אנהייבן מיט אמעריקע.
איז אזוי, די ערשטע און וויכטיגסטע זאך פאר א לאנד איז פארשטייט זיך "געלט", און געלט קומט נאר פון א גוטע עקאנאמיע וואס מיינט אסאך שטייערן.
א לאנד אן א גוטע עקאנאמיע אפילו עס זאל האבן א שטארקע מיליטער האט נישט קיין שטארקע ווארט אין די וועלט, ווי אויך קען עס נישט אנהאלטן צו לאנג, נעמט א משל די סאוויעטן פארבאנד.
(במאמר המוסגר: אין די אור אלטע צייטן האט א גרויסמאכט געמיינט אינגאנצן עפעס אנדערש, מען האט געדארפט האבן א גוטע מיליטער און איננעמען שטחים און די איינוואוינער פלעגן דארפן געבן שווערע שטייערן פארן אימפעריע, אזוי איז געווען ביי די בבל'שע, גריכישע, רוימישע, טערקישע, בריטישע, אימפעריעס. און דאס האט נאר אנגעהאלטן ביז די קאלאניעס האבן געמאכט אן אויפשטאנד, און די לאנד לכשעצמו איז גארנישט ווערט געווען, ממילא איז גארנישט געבליבן פון די אימפעריע. אבער היינט נאכן אויפשטייג פונעם געדאנק דעמאקראטיע איז דאס שוין בכלל נישט מעגליך)
יעצט, א גוטע עקאנאמיע איז אנגעוואנדן בעיקר אין דריי זאכן.
די ערשטע איז נאטורליכע רייכטום, מיט וואס אמעריקע איז געבענטשט געווארן סיי פרוכטבארע ערד און סיי אסאך אנדערע נאטורליכע אוצרות.
די צווייטע איז גוטע און אסאך ארבייטער, וואס אמעריקע האט בשפע.
נעמט א משל בראזיל וואס האט היבש נאטורליכע אוצרות אבער האט נישט גענוג ארבייטער עס אויפצוארבעטן. (זיי האבן טאקע אסאך מענטשן אבער א גרויס חלק דערפון זענען אלטע שבטים וואס האלטן ביי גארנישט, משא''כ אין אמעריקע האבן איבערגענומען די פלאץ די ענערגישע אייראפער וואס זענען געקומען מוטן ציל צו ארבעטן)
די דריטע און אפשר די וויכטיגסטע איז א גרינגער האנדל, ד ה אז מען זאל קענען לייכט אימפארטן/עקספארטן.
און דא צייכענט זיך אמעריקע אויס
מיט פארטן אויפן לענג פון סיי די אטלאנטיק וואס גיבט א גרינגער האנדל מיט אלע אייראפעישע און אפריקאנע לענדער, און סיי די פאספיק וואס איז א גרינגע צוטריט צו די הויפט אזיאנע לענדער ווי כינע, יאפאן, אינדיע, און אויך אסטראליע.
מען קען זאגן אז עס איז נישטא נאך איין לאנד מיט אזויפיל פראקטישע עדווענטעטש אין טרעיד ווי אמעריקע.
דא קומט נאך א נקודה:
אינדערצייט וואס אנדערע לענדער זענען כסדר פארנומען מיט זעלבסט פארטיידיגונג אז זייערע שכנים זאלן זיי נישט אטאקירן האט אמעריקע נישט געהאט דעם פראבלעם זייענדיג א אקעאן אוועק פון סיי וועלכע גרויסמאכט. (וואס דאס האט אייגענטליך זיי געגעבן די אויבערהאנט ביי ביידע וועלט מלחמות ואכמ''ל)
ממילא האט די אמעריקאנע באפעלקערונג געקענט זיך אפגעבן מיט זייערע געשעפטן.
שוין, מיינע פינגער טוען שוין ווי. אי''ה לעתיד וועל איך מער מרחיב זיין אין די נקודה לויטן פארלאנג.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1724
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » דאנארשטאג מאי 03, 2018 12:57 pm

מוראדיג שיין, גיי אן.

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר האלף
תגובות: 1283
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » דאנארשטאג מאי 03, 2018 1:19 pm

הצדיק האט געשריבן:מוראדיג שיין, גיי אן.

עגריע. כשלינג מיט דארשט יעדע ווארט.

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2447
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דאנארשטאג מאי 03, 2018 4:27 pm

ארום די יאר 1900 האט זיך די וועלט אויפגעוועקט צום פאקט אז אמעריקע איז עפעס מער ווי נאך א לאנד,
(ווען זיי האבן מיט א לייכטקייט איינגענומען רוב שפאנישע קאלאניעס (קובא בתוכם) פון ארום.)
אין די הונדערט פופציג יאר פארדעם בשעת אין אייראפע און אזיע זענען פארגעגאנגען העפטיגע געשלעגן ווי עס זענען געווען פארמישט רוב מאכטן ווי פראנקרייך, דייטשלאנד, רוסלאנד, שפאניע, און ענגלאנד איז געווען פארנומען אנצוהאלטן אירע קאלאניעס איבער די וועלט. איז זיך אמעריקע געזיצן רואיג און געווען פארנומען אויפצובויען אירע פאבריקן, פארשן טעכנאלאגיע, פארבעסערן אירע שטעט און איר רעגירונג א א וו.
אלעס ווייל זיי האבן אבסאלוט נישט געדארפט זארגן פון קיין דרויסענדיגע לענדער זייענדיג באשיצט געאגראפיש פון נאטור.
אין פאקט אפילו פופצן יאר שפעטער ביים אנהייב פונעם ערשטן וועלט מלחמה האט אמעריקע געהאט זייער א קליינע און שוואכע מיליטער אבער א שטארקן עקאנאמיע וואס האט איר געהאלפן דורכשטופן די קומענדיגע יארן פון די גרויסע רעסעסיע, און דאך זיך האלטן דעם אויבערהאנט ביי ביידע וועלט מלחמות.
א גוטע משל צו דעם איז דייטשלאנד און יאפאן, וואס זענען פארבאטן געווארן נאכן צווייטן וועלט קריג צו פאבריצירן וואפן (איך געדענק נישט פאר וויפיל יאר) און אדאנק דעם האבן זיי זיך ארויף געארבעט אין די ציווילע טעכנאלאגיע, אזש ביז היינט קומען די בעסטע מאשינערי פון דארט.
אגב צוליב די א ד זאכן איז אנגענומען ביי די עקספערטן אז רוסלאנד איז ידם על התחתונה ווען עס קומט ח''ו צו א קריג מיט אמעריקע, ואריכות הוא ולפי הזמן ופארלאנג.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3262
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » דאנארשטאג מאי 03, 2018 7:11 pm

זייער שיין און באלערנד.
מיין מיינונג (אויך מיר...), זאלסט ווייטער שרייבן די טעמע'ס אין וואס דו האסט א געשמאק. עס שרייבט זיך מיט מער חשק.

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2720
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » דאנארשטאג מאי 03, 2018 7:40 pm

איך האב שטארק הנאה, שרייב נאך

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » דאנארשטאג מאי 03, 2018 8:46 pm

שאהן הענניטי האט געשריבן:איך האב שטארק הנאה, שרייב נאך

סתם
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 5:10 pm

תגובהדורך סתם » דאנארשטאג מאי 03, 2018 8:50 pm

אינדערצייט וואס אנדערע לענדער זענען כסדר פארנומען מיט זעלבסט פארטיידיגונג אז זייערע שכנים זאלן זיי נישט אטאקירן]

האט נישט אמעריקע געהאט מלחמות מעקסיקא און די אינדיאנע שבטים?

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2447
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דאנארשטאג מאי 03, 2018 10:24 pm

נישט קעגן א גרויסמאכט און אויף א קליינע און קורצע פארנעם
זיכער ווען די נעמסט און באטראכט די גרויסע מלחמות פון דאמאלץ אין אייראפע און אזיע.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1837
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » דאנארשטאג מאי 03, 2018 10:41 pm

שיין!
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7074
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דאנארשטאג מאי 03, 2018 10:55 pm

קליינטשיגער האט געשריבן:ווי אזוי מען האט געטראפן אמעריקע ווייסט יעדעס קינד, לאמיר אביסל הערן ווי אזוי ענגלאנד איז געווארן א לאנד... איז אמת די מעשה מיט זאלץ וואס די יפה בעתו האט געשריבן פאר 20 יאר צוריק??

קאלאמבוס? טעות!
הער אויס אויף ר׳ פנחס גלויבער קולמעוואסער, חצי שיעור. 3,9,2 פונעם מעין מעניא. דאכצעך 50#.
בלעק לייווס מערדער.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7074
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דאנארשטאג מאי 03, 2018 11:01 pm

זייער שיין @נאך פונדערהיים. ברענג נאך.

אגב, אמעריקא איז טאקע די שטערקסטע לאנד ווען ס׳קומט צו נעיווי. רוסלאנד איז איינס נאכדעם. אנדערע לענדער פארמאגן נישט אזא זאך אפילו, עכ״פ אויף אזא מאכטפולער פארנעם, פשוט ווייל זיי זענען ארומגענומען מיט יבשה פון 4 זייטן. דאס געט אמעריקא א געלעגענהייט צו ארום פירן גאנצערטע מיליטערישע באזעס אויפן וואסער ווי אימער און די וועלט זיי ווילן.
בלעק לייווס מערדער.

אוועטאר
קליינטשיגער
שר חמש מאות
תגובות: 550
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 11, 2017 2:31 pm

תגובהדורך קליינטשיגער » דאנארשטאג מאי 03, 2018 11:25 pm

זייער שיין, איך לעק אפ יעדעס ווארט...


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 21 געסט