אלעס ארום געאגראפיע

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2726
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » מיטוואך מאי 09, 2018 6:22 pm

יישר כח פאר די הערליכע באשרייבונג.

דאס איז וואס וויקיפעדיע זאגט איבער די אינדוסטריאלע רעוואלוציע.
The Industrial Revolution was the transition to new manufacturing processes in the period from about 1760 to sometime between 1820 and 1840.

לויט אים האסטו א ביסל אויסגעמישט, נעמט אבער נישט אוועק פונעם שיינקייט פונעם ארטיקל.

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מיטוואך מאי 09, 2018 6:32 pm

זייער אינטערעסאנט ווייל די בוך וואס איך האב געליינט (וועגן די אנטוויקלונג פון סאציאלאגיע) גיבט מיר אסאך א פריערדיגע תקופה.
אידער וועי א שכח פאר דיין תגובה, האבעך ארבעט...
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1075
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » מיטוואך מאי 09, 2018 6:33 pm

א גרויסן ש'כח, זייער זייער שיין.

נאך פונדערהיים האט געשריבן:(במאמר המוסגר:
עכט איז די פלאץ נישט דא, אבער עס איז אינטערעסאנט צו באטאנען אז מען זעט אז די אידישע צענטערן האבן זיך מיטגעריקט מיט די וועלטליכע וויסנשאפט להבדיל. דוק ותשכח.
איך האב געטראכט דריי צדדים אין דעם
אדער די אידן האבן זיך בכוונה געזוכט די ציוויליזירטע ערטער,
אדער אז נאר די געלערנטע גויים האבן געהאט די שכל וואס די אידן ברענגען מיט זיך און זיי צורו געלאזט,
אדער גאר אז די אידן זענען נאך א סיבה פארוואס וויסנשאפט האט זיך ציוואקסן אין די פלעצער.
איך שיהיה מיינע פינגער פראטעסטירן שוין.
די היסטאריקער צווישן אונז זענען מכובד צו נעמען דעם מייקראפאן...)

איהר האט אנגערירט אויפן שפיץ גאפל א נושא וואס נעמט אריין אסאך.
ס'איז געשריבן בקיצור מופלג מאוד און איך שטעל מיך פאר אז הרבה נשאר בקולמוס, אבער אויף די טריקענע אפטייטש פון אייערע ווערטער, איז לאו דוקא געווען פונקט אזוי.

אין די די שווארצע יארן - ווי מאנכע רופן עס - זענען די אידן אייביג געווען א ציהל ברעט פון די גויש'ע פויערן, צוליב זייער חכמה וויסנשאפט און פארשטאנד, וואס דאס האט זיי געהאלטן אפגעזונדערט און העכער ווי זייער ארומיגע.
דער עיקר חכמה און וויסנשאפט ביי אידן איז נאטירליך געווען חכמת התורה דוקא, אבער זעלבסט פארשטענדליך אז דאס ברענגט אריין א שטארקע חכמה און שכל'דיגע צוגאנג אויף יעדע הינזיכט אין לעבן, אוטאמאטיש האט דאס געברענגט צו דעם אז אידן - אפילו גאהר פשוט'ע - זענען געזעהן געווארן ווי א העכערע קלאס צווישן די אייראפע'ישע פאנאטישע גוים.
אין אט די אשכנז'ישע מדינות האבן אידן בכלל נישט געהאט קיין שייכות מיט וועלטליכע וויסנשאפט, פשוט'ע אידן זענען געווען פשוט, און העכערע אידן זענען געווען שקועים בתורה ועבודה לגמרי, מ'האט געהארעוועט אויף די תורה פון חכמי אשכנז, די הייליגע בעלי תוספות, גאונים וראשונים, כי הם חיינו.

אין ארצות ספרד ווי חכמה האט מעהר פארנומען א פלאץ אויפן אויבנאהן [אין יענע יארן], דארט איז געווען אנדערש.
אין ספרד האט זיך שטארק פארשפרייט די חכמת הפילוסופיא, אויך זענען די חכמי ישראל אין יענע מדינות געווארן אריינגעצווינגען אין מלוכה פאזיציעס, וואס דאס האט זיי געצווינגען צו זיין נאכמעהר שקוע אין וועלטליכע וויסנשאפט, וחוזר חלילה.
די צדדים אין דעם פאדערט אן אריכות, אבער די נושא איז שיין צולייגט, ויישר כחך וחילך!

נאך פונדערהיים האט געשריבן:(במאמר המוסגר: עכט איז די פלאץ נישט דא,....

היות בייאגראפיע נעמט טאקע אריין אזוי פיהל, איז טאקע וויכטיג אויסצוקלארן וואס באלאנגט אהער, און וואס פאדערט א שמועס פאר זיך.

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מיטוואך מאי 09, 2018 6:37 pm

ווארשיינליך גערעכט.
א גרויסן שכח פארן קלאר מאכן.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר האלף
תגובות: 1334
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » מיטוואך מאי 09, 2018 6:38 pm

הערליך שיינע אינפארמאציע!!
עס וואלט געווען א הילף אויב מען קען צולייגן א בילד צו די באשרייבנגען.
שפאניע איז די מערסטע ארויסגעשטעקטע לאנד פון אייראפע אויפן ים.
זעהט אויס אז ביי די צייטן פון די רדיפות אויף אידען (אינקוועזיציע) זענען די אנוסים אנטלאפן אויפן אנטלאנטיק און שפעטער אנגעקומען קיין אמעריקע?
מען זאגט אז ראוד איילענד האט די עלטסטע שול, אפשר ווייל ראוד איילענד שטעקט זיך אויך ארויס די מערסטע אויפן ים? אזוי האב איך אמאל געהערט א קלער.

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מיטוואך מאי 09, 2018 6:44 pm

יאפ
זיי זענען בעיקר געלאפן צו די לענדער ארום אויפן וואסער ווי איטאליע, טערקיי, מאראקא, און האלאנד.
גאר א קליין טייל זענען געגאנגען קיין אמעריקע
(די עיקר ארויסוואנדערניש איז געווען אין די יארן פאר די אפיציעלע גירוש שפאניע ווען מען האט נאכנישט געוויסט פון אמעריקע)
אגב איטאליע איז די מערסטע אויפן וואסער.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

Good
שר חמישים ומאתים
תגובות: 263
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 18, 2008 4:29 pm

תגובהדורך Good » מיטוואך מאי 09, 2018 7:25 pm

איז דא ספרים וואו מ'קען ליינען איבער דזישאגראפי ?

-----------------------------

וואו איז ספוסמן ?

-----------------------------

די אשכול באלאנגט אין זכור ימות עולם
נא גוט...

אוועטאר
וויי-פיי
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2016 11:11 am
לאקאציע: אין די ליפטן . . .
פארבינד זיך:

תגובהדורך וויי-פיי » מיטוואך מאי 09, 2018 9:54 pm

Screenshot 2018-05-09 at 9.50.31 PM.png
Screenshot 2018-05-09 at 9.50.31 PM.png (333.71 KiB) געזעהן 1943 מאל


כדאי עס זאל זיין בשעתן ליינען

אוועטאר
וועלטניק
שר האלפיים
תגובות: 2084
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » מיטוואך מאי 09, 2018 10:12 pm

קודם א ייש"כ פארן פותח האשכול פאר די גאר באלערנדע אינפארמאציע

דניאל אויערבאך האט געשריבן:זעהט אויס אז ביי די צייטן פון די רדיפות אויף אידען (אינקוועזיציע) זענען די אנוסים אנטלאפן אויפן אנטלאנטיק און שפעטער אנגעקומען קיין אמעריקע?
מען זאגט אז ראוד איילענד האט די עלטסטע שול, אפשר ווייל ראוד איילענד שטעקט זיך אויך ארויס די מערסטע אויפן ים? אזוי האב איך אמאל געהערט א קלער.

דאס פארשטיי איך נישט, ווי האבן די חברה געקענט מיינען אז זיי זענען אנגעקומען קיין אינדיע ווען אין פאקט איז אינדיע אויף פונקט די פארקערטע זייט, און אויפן וועג צו אינדיע וואלטן זיי דאך לכאורה באגעגנט בעפאר די אפריקאנישע דרום לענדער?

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מיטוואך מאי 09, 2018 10:21 pm

וועלטניק האט געשריבן:קודם א ייש"כ פארן פותח האשכול פאר די גאר באלערנדע אינפארמאציע

דניאל אויערבאך האט געשריבן:זעהט אויס אז ביי די צייטן פון די רדיפות אויף אידען (אינקוועזיציע) זענען די אנוסים אנטלאפן אויפן אנטלאנטיק און שפעטער אנגעקומען קיין אמעריקע?
מען זאגט אז ראוד איילענד האט די עלטסטע שול, אפשר ווייל ראוד איילענד שטעקט זיך אויך ארויס די מערסטע אויפן ים? אזוי האב איך אמאל געהערט א קלער.

דאס פארשטיי איך נישט, ווי האבן די חברה געקענט מיינען אז זיי זענען אנגעקומען קיין אינדיע ווען אין פאקט איז אינדיע אויף פונקט די פארקערטע זייט, און אויפן וועג צו אינדיע וואלטן זיי דאך לכאורה באגעגנט בעפאר די אפריקאנישע דרום לענדער?

מען האט שוין דעמאלטס געוויסט אז די וועלט איז רונדעכיג, אבער מען האט געמיינט אז די אנדערע זייט איז בלויז וואסער
ממילא ווען קאלאמבוס איז ארויס געפארן אויפן אטלאנטיק אויפן ריכטונג צו "מערב", האט ער געמיינט נאכן פארן אזוי לאנג אז ער איז שוין ארום געפארן רוב וועלט און ער איז שוין אנגעקומען צוריק צו אינדיע.
אזוי האב איך פארשטאנען פון די ליטעראטור וואס איך האב באגעגנט איבער די נושא.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר האלף
תגובות: 1334
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » דאנארשטאג מאי 10, 2018 12:11 pm

דאס האב איך געמיינט צו זאגען
צוגעלייגטע
spain RI.JPG
spain RI.JPG (149.69 KiB) געזעהן 1902 מאל

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר האלף
תגובות: 1334
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » דאנארשטאג מאי 10, 2018 12:19 pm

נאך פונדערהיים האט געשריבן:יעצט ביי איר בארטן אויפן מיטללענדישן ים געפונט זיך דעם גיבעראלטור, א שמאלן ים פאס צווישן דעם מיטללעדישן ים און דעם אטלאנטיק.
אויף די אנדערע זייט פנעם גיבעראלטור בלויז געציילטע מייל וואסער אוועק פון שפאניע געפונט זיך די לאנד מאראקא אויפן צפון מערב שפיץ פון אפריקע.

פיקטשער מחכימות
צוגעלייגטע
gibraltar.JPG
gibraltar.JPG (89.52 KiB) געזעהן 1901 מאל

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3269
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » דאנארשטאג מאי 10, 2018 1:41 pm

;l;p- דאני, ביסט פיין. אפשר נאכן ענק א יד אחת. דאס וועט זיין א הערליכע ארבייט.

כ'האב דיר טאקע געוואלט פון אנהייב בעטן, הרב פותח, אויב עס איז מעגליך צו שרייבן (אין פרענטעסיס) די ענגלישע טערמינילאגיע פון די געאגראפישע נעמען. עס וועט [פאר טייל] זיין עטוואס גרינגער.

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דאנארשטאג מאי 10, 2018 2:07 pm

מיטן אויבערשטנס הילף וועל איך מיר פארבעסערן...
וועגן מאפעס דארף איך צוקימען צו טובות, וויל משומר מאכט מיר שווארץ געוויסע קאלירן,
אלזא א גרויסע דאנק פאר יעדער וואס נעמט זיך די מיה אראפצוברענגען לתועלת הציבור.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » דאנארשטאג מאי 10, 2018 5:08 pm

יישר כח א געוואלד מיט ידיעות דא
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דאנארשטאג מאי 10, 2018 6:00 pm

Good האט געשריבן:איז דא ספרים וואו מ'קען ליינען איבער דזישאגראפי ?

אויב רעדסטו פון ספרי קודש איז כמעט נישט דא, און דאס ביסל וואס יא איז שטארק ציווארפן און רעדן בעיקר וועגן זאכן וואס איז נוגע לימודי קודש,
מער קאנצעטרירט קענסטו אביסל טרעפן אין ספר הברית.

און אויב רעדסטו פון ספרי חול איז דא א געוואלד, ביזט דאך אויפן אינטערנעט ניין?
גראדע איז דא געוויסע אינסטיטוציעס וואס קענען דיר קאנעקטן מיט א פראפעשאנעל וואס פרעגט דיר אפאר שאלות צו וויסן ווי דיינע ידיעות האלטן און וועלן לויט דעם דיך אנצייגן וועלכע ביך עס איז פאסיג פאר דיר. (געווענליך פון איינע פון זייערע אפיליאירטע אינסטיטוציעס...)

פערזענליך האלט איך אז א גוטע גלאוב איז די בעסטע בוך, איך טרעף נאך אלס חידושים דארטן (מיין ב''ב פרעגט מיר אלס וואס קען מען זעהן דארט אזוי לאנג?)
אבער עס נעמט ביז מען באקומט א טעם דערון, ספעציעל א בעגינער.

איך האב אפאר טיפס צו שרייבן פון מיין עקספיריענס וועגן לערנען געאגראפיע אויב מען איז אינטערעסירט.

Good האט געשריבן:וואו איז ספוסמן ?


?whats that
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2312
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » דאנארשטאג מאי 10, 2018 6:33 pm

נאך פונדערהיים האט געשריבן:(במאמר המוסגר:
עכט איז די פלאץ נישט דא, אבער עס איז אינטערעסאנט צו באטאנען אז מען זעט אז די אידישע צענטערן האבן זיך מיטגעריקט מיט די וועלטליכע וויסנשאפט להבדיל. דוק ותשכח.
איך האב געטראכט דריי צדדים אין דעם
אדער די אידן האבן זיך בכוונה געזוכט די ציוויליזירטע ערטער,
אדער אז נאר די געלערנטע גויים האבן געהאט די שכל וואס די אידן ברענגען מיט זיך און זיי צורו געלאזט,
אדער גאר אז די אידן זענען נאך א סיבה פארוואס וויסנשאפט האט זיך ציוואקסן אין די פלעצער.
איך שיהיה מיינע פינגער פראטעסטירן שוין.
די היסטאריקער צווישן אונז זענען מכובד צו נעמען דעם מייקראפאן...)

קודם א הערצליכן יש"כ, הרב פונדערהיים, פארן אהערשטעלן דעם אשכול.

איך בין מעתיק די רייד פונעם הייליגער רמב"ן אין זיין באקאנטע דרשה 'תורת ה' תמימה משיבת נפש' בביה"כ בארצעלאנע, וואו ער איז מברר די אמיתת התורה הקדושה.

... ואל תשתבשו באומות שאף הם נוחלי תורה, הם הקרובים לאמצע הישוב כגון הנוצרים והישמעאלים, לפי שהעתיקו התורה ולמדוה וכשגברה רומי על קצת רבותינו למדו ממנו תורה ועשו חוקים ומשפטים דוגמת של תורה, אבל בני אדם יושבי הקצוות הרחוקות שלא למדו תורה ולא ראו ישראל ואת מנהגם מפני רחוק גבול שביניהם בהמות גמורות הם ועליהם אמר הכתוב (ישעי' סו) האיים הרחוקות אשר לא שמעו את שמעי ולא ראו את כבודי. עיי"ש.

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » דאנארשטאג מאי 10, 2018 6:38 pm

נאך פונדערהיים האט געשריבן:
Good האט געשריבן:וואו איז ספוסמן ?


?whats that

א חבר אונזערע וואס איז אויסגעקאכט אין די ענינים
די ניק זיינע דא אויפן וועלטל איז SPUSMAN
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דאנארשטאג מאי 10, 2018 6:41 pm

מונאוויטש האט געשריבן:
נאך פונדערהיים האט געשריבן:(במאמר המוסגר:
עכט איז די פלאץ נישט דא, אבער עס איז אינטערעסאנט צו באטאנען אז מען זעט אז די אידישע צענטערן האבן זיך מיטגעריקט מיט די וועלטליכע וויסנשאפט להבדיל. דוק ותשכח.
איך האב געטראכט דריי צדדים אין דעם
אדער די אידן האבן זיך בכוונה געזוכט די ציוויליזירטע ערטער,
אדער אז נאר די געלערנטע גויים האבן געהאט די שכל וואס די אידן ברענגען מיט זיך און זיי צורו געלאזט,
אדער גאר אז די אידן זענען נאך א סיבה פארוואס וויסנשאפט האט זיך ציוואקסן אין די פלעצער.
איך שיהיה מיינע פינגער פראטעסטירן שוין.
די היסטאריקער צווישן אונז זענען מכובד צו נעמען דעם מייקראפאן...)

קודם א הערצליכן יש"כ, הרב פונדערהיים, פארן אהערשטעלן דעם אשכול.

איך בין מעתיק די רייד פונעם הייליגער רמב"ן אין זיין באקאנטע דרשה 'תורת ה' תמימה משיבת נפש' בביה"כ בארצעלאנע, וואו ער איז מברר די אמיתת התורה הקדושה.

... ואל תשתבשו באומות שאף הם נוחלי תורה, הם הקרובים לאמצע הישוב כגון הנוצרים והישמעאלים, לפי שהעתיקו התורה ולמדוה וכשגברה רומי על קצת רבותינו למדו ממנו תורה ועשו חוקים ומשפטים דוגמת של תורה, אבל בני אדם יושבי הקצוות הרחוקות שלא למדו תורה ולא ראו ישראל ואת מנהגם מפני רחוק גבול שביניהם בהמות גמורות הם ועליהם אמר הכתוב (ישעי' סו) האיים הרחוקות אשר לא שמעו את שמעי ולא ראו את כבודי. עיי"ש.

געוואלדיג געוואלדיג מי לנו גדול.
א גרויסן יישר כח פארן אראפברענגען.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דאנארשטאג מאי 10, 2018 6:44 pm

נודה לך האט געשריבן:
נאך פונדערהיים האט געשריבן:
Good האט געשריבן:וואו איז ספוסמן ?


?whats that

א חבר אונזערע וואס איז אויסגעקאכט אין די ענינים
די ניק זיינע דא אויפן וועלטל איז SPUSMAN

נו ווי טאקע
איינער דא האט די רייט קאנעקשאנס?...
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
וועלטניק
שר האלפיים
תגובות: 2084
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » דאנארשטאג מאי 10, 2018 8:05 pm

נאך פונדערהיים האט געשריבן:פערזענליך האלט איך אז א גוטע גלאוב איז די בעסטע בוך, איך טרעף נאך אלס חידושים דארטן (מיין ב''ב פרעגט מיר אלס וואס קען מען זעהן דארט אזוי לאנג?)
אבער עס נעמט ביז מען באקומט א טעם דערון, ספעציעל א בעגינער.

איך האב אפאר טיפס צו שרייבן פון מיין עקספיריענס וועגן לערנען געאגראפיע אויב מען איז אינטערעסירט.


שוין לאנג געטראכט פון זיך איינהאנדלעך אזאנס. לויט ווי איך פארשטיי כדי צו האבן די געהעריגע נוצן דערפון ברויך עס זיין א גרויסע כשיעור חזון איש, ניין? און וואס נוצט איר טאקע?

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דאנארשטאג מאי 10, 2018 8:34 pm

וועלטניק האט געשריבן:
נאך פונדערהיים האט געשריבן:פערזענליך האלט איך אז א גוטע גלאוב איז די בעסטע בוך, איך טרעף נאך אלס חידושים דארטן (מיין ב''ב פרעגט מיר אלס וואס קען מען זעהן דארט אזוי לאנג?)
אבער עס נעמט ביז מען באקומט א טעם דערון, ספעציעל א בעגינער.

איך האב אפאר טיפס צו שרייבן פון מיין עקספיריענס וועגן לערנען געאגראפיע אויב מען איז אינטערעסירט.


שוין לאנג געטראכט פון זיך איינהאנדלעך אזאנס. לויט ווי איך פארשטיי כדי צו האבן די געהעריגע נוצן דערפון ברויך עס זיין א גרויסע כשיעור חזון איש, ניין? און וואס נוצט איר טאקע?


גראדע מיינס איז בכלל נישט גרויס, פונקט גענוג צו קענען ליינען אלעס וואס א רעגולער גלאוב האט.
(איך וואלט געזאגט בערך אנדערהאלבן פיס דיק, באט ווענד זיך יעדן לויט זיין געשמאק)

די בעסטע קאמפעני וואס איך האב דערווייל געזעהן איז REPLOGLE GLOBES
עס קומט אויך מיט א גאראנטי אויב עס געשעט טשענדזשעס אין די וועלט וואס עפעקטן דעם גלאוב גיבן זיי דיר א נייע פאר האלב פרייז.

אגב, א גוטע טיפ צו וויסן אויב מען האט דעם יעצטיגע גלאוב (current globe)
כאפ א בליק ביי סודאן Sudan (אונטער עגיפטן)
עס דארף זיין אפגעטיילט די אונטערשטע חלק אלס "סאוט סודאן"
דאס איז די לעצטע אפיציעלע טויש אויפן גלאוב.

אגב דאגב, יעך בין נישט קיין "איר"...
פיל הצלחה
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2726
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » דאנארשטאג מאי 10, 2018 9:48 pm

יאפ האמיר דעם נייעם רעפלאגל גלאוב מיט סאוט סודאן

אוועטאר
וועלטניק
שר האלפיים
תגובות: 2084
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » דאנארשטאג מאי 10, 2018 10:00 pm

א דאנק. העמיר זיך אריינלייגן דערין

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דאנארשטאג מאי 10, 2018 10:30 pm

וועלטניק האט געשריבן:א דאנק. העמיר זיך אריינלייגן דערין


מיר ווינטשן דיר פיל הצלחה, וועסט אוודאי שטארק הנאה האבן און עס וועט דיר אסאך צוניצקומען.

א קורצע טיפ פאר דיר און ווער עס וויל הערן:
די הייליגע חת''ס זאגט אין מסכת שבת אז ער איז מקפיד מחדש צו זיין עפעס אויף יעדע סוגיא (אדער בלאט, דענק נישט פון אויסעווענדיג) כדי ער זאל דאס געדענקען.
די געדאנק איז, אז א אינטעראסאנטע זאך געדענקט א מענטש און דורך דעם געדענקט מען אלע ארומיגע זאכן.
(יעדער געדענקט ווי און נעבן וועם ער איז געשטאנען אין 11 9 ווען ער האט געהערט די נייעס וועגן די טווין טאוערס...)

אזוי איז להבדיל ביי יעדע זאך וואס מען וויל געדענקען.
לענינינו, זיך איינצוחזרן אזוי סאך פרטים פונעם גלאוב איז זייער שווער, ספעציעל א בעגינער וואס איז נאכנישט היימיש און אלעס קוקט אויס ענליך.
אלזא א גוטע עצה אז יעדע זאך וואס מען וויל געדענקען, שטעל צו צו דעם עפעס אן אינטערעסאנטע אדער היסטארישע פאקט, מעשה, וכדומה
למשל דו קוקסט אויף אינדיע, דו זעסט אז די לינקע זייט איז א גרעניץ מיט פאקיסטאן, גיב א קוק צו עס איז דא דארט עפעס מער ווי א גרעניץ ליניע.
יאפ, עס איז דא א געפעכט. אקעי נעם א מינוט צו געוואויר ווערן אויפן שפיץ גאפל וואס גייט דארט פאר.
פון יעצט און וויטער איז עס שוין מער נישט קיין טריקענע גרעניץ און די וועסט דיך שוין נישט טועה זיין ווער איז מערב פון אינדיע.
נעם אויך פאר משל די פאר זאכן וואס איז שוין ארויפגעקומען אין די אשכול.
אין די היינטיגע וועלט איז גאנץ גרינג זיך צו פארשאפן אזאנע אינפארמאציע.
און אפילו מען האט נישט אייביג אויף די מינוט עפעס, אויב אבער מען האט אפן די אויגן און אויערן דאמאלטס ווען מען הערט/זעהט עפעס פאלט עס אויטאמאטיש אריין אין פלאץ.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אליעזר ב., בינוני, זבולון ווייס און 14 געסט