בלאט 1 פון 12

בוני עולם דינער

געשריבן: מאנטאג פאברואר 04, 2008 10:02 am
דורך פוילישער
דער דינער נעכטן פון בוני עולם איז געווען ב"ה א געוואלדיגער סוקסעס, היינט צופרי האט יעדער גערעדט דערפון, איך גלייב אז ווילאמסבורג האט שוין לאנג נישט געהאט אזא שיינע מעמד אין אלע הינזיכטן, הן מיט'ן ריזן ציבור, הן מיט'ן רייכן פאגראם און דער עיקר וואסו מען האט געקענט זען נאכ'ן דינער, אז דער עולם האט געגאסן געלט.

דער עולם זאל דא אראפשרייבן די געדאנקן פונעם דינער.

געשריבן: מאנטאג פאברואר 04, 2008 10:25 am
דורך צייטליך
באמאת ווען איך בין דארט אנגעקימען אום 8:15 איז שוין נישט געווען קיין ליידיגע בענקעל, אין גם אחד, עס מיר געווען א גרויסער ווינדער, איך בין נאר געגאנגען קוקן ווי ס'האלט, מיין פלאן איז נאכנישט געווען דארט צו פארבלייבן פאר די נאכט, אבער איך האב זיך גענימען זיכן א פלאץ ווי זיך אראפצוזעצן, אבער אן ערפאלג, צום סוף האב איך א שלעפ געטוען א צוזאמלייג בענקעל און עס אראפגעשטעלט ביים וואנט קעגן איבערן אויבן-אן און געבליבן דארט זיצן ביז נאך ר' שלמה באכנער'ס הארציגע דרשה בערך 11:45.

עס איז פון מיין שטאנפונקט א "רעקארד דינער" אין וויליאמסבורג, עס איז דאס ערשטע מאל וואס איך זעה אין וויליאמסבורג אזא עולם פון אלע חסידות'ער, אלע קרייזן, יעדער איינער איז דארט געזיצן צוזאמגעמישט, א ריזיגער זאל, (כ'מיין ס'איז דאס גרעסטע אין וומ"ס) אנגעפולט און געשטאטפט מקצה אל הקצה, אנגעפולטע דורכגענג, איך האב פון מיין פלאץ שוין נישט געקענט זעהן די בעלי דרשנים ווארום די דורכגענג אינדערמיט זענען פול געווען, נאכאמזל אז אלע זייטן פונעם זאל האבן פאמאגט די ריזיגע סקרינס ווי מ'האט אלעס געקענט זעהן, אן עקסטערע לאנטש רום אונדערזייט איז אויך בליץ שנעל איבערגעפילט געווארן ווען מ'האט אויסגעריפן אז מ'קען דארט אריינגיין און מיטהאלטן אלעס אויף די סקרינס.

דער טשעירמאן איז געווען א אויסערגעווענליכער טשעירמאן, איך בין נאכדעם געוואויר געווארן אז ער איז אייזענבערג פון סקווער (זיין טאטע איז געווען לעצטענס באשריבן אין קרעטשמע ווען ער אז אוועק ל"ע) אינמיטן זיינע דרשות ביניך געוואויר געווארן אז ער איז ליידער אויך געווען קינדערלאז און איז ב"ה געהאלפן געוווארן א דאנק בוני עולם, ער האט מורה'דיג שטארק און ווארעם גערעדט.

די אלע "פרסים" האט אויפגענימען אן עקסטערע שעה, אבער זייער שיין געווען.

דער "נואם הכבוד" האט עס לדעתי מער דראמאטעזירט ווי ס'האט אויסגעפעלט, ער האט גוט גערעדט אבער אביסל צו לאנג, נאכדערצו נאכן זאגן פינף מאל אז ער ענדיגט שוין.

פון "שירה" איז נישט שייך צו רעדן, זיי רעדן פון זיך אליינס ווי זיי גייען און זינגען, ס'איז געוווען הערליך!

די הויכפונקט אז זיכער געווען ר' שלמה באכנער'ס דרשה, ער רעדט מיט אזא הארציגקייט, אזוי בעטענדיג, א נאדעל וואלט מען געקענט הערן פאלן אינמיטן זיין דרשה, נאך א מזל אז דער עולם האט זיך נישט געדרייט דארט מיט קיין נאדלעך אזוי אז עס האט נישט געשטערט.. ער האט דערצייילט עטליכע אינטערעסאנטע מעשיות פון בוני עולם, און מיט דעם האט זיך פארענדיגט דיער דינער.

קיין אומפארטייאישע ארגענעזאציע האט נאכנישט צוזאמגעברענגט דעם ציבור.

געשריבן: מאנטאג פאברואר 04, 2008 10:35 am
דורך אנדי פעטיט
די הויכפונקט אז זיכער געווען ר' שלמה באכנער'ס דרשה


די אייבישטער זאל זיך שוין מרחם זיין אויך אים און אים אויף רעכטען מיט א בן זכר.

אגב מיין איך אז די אשכל באלאנגט אינעם נייעס אפטיילונג.

געשריבן: מאנטאג פאברואר 04, 2008 11:08 am
דורך farshlufen
חברה איר האט איבריג צייט? איך קען מיך נישט ערלויבן צו גיין צו א מסיבה אויף לענגער ווי א פופצן מינוט א האלבע שעה און איר זיצט פיר מיט א האלב שעה ביי א מסיבה, איר קענט מיך בארגן צייט?

געשריבן: מאנטאג פאברואר 04, 2008 12:08 pm
דורך דארפסמאן
צייטליך גיט אראפ געלייגט ,אבער נישט ביישרייבלעך , אפילו און בארא פארק וואס איז געווען א סוקסעס איז נישט געווען אזא מורה'דיגע סוקסעס ווי און ווילאמבורג

געשריבן: מאנטאג פאברואר 04, 2008 12:12 pm
דורך יאנאש
דארפמאן געפערעגעט און געזאגעט אין געפארעדן קיין פאפע פריפל.

געשריבן: מאנטאג פאברואר 04, 2008 12:31 pm
דורך דארפסמאן
עספלענעשאן פליז

געשריבן: מאנטאג פאברואר 04, 2008 1:58 pm
דורך יאנאש
יו פירסט.

אה ביידיוועי, צייטליך א מעכטיגע יישר כח פאר די דעטאלן בכלל און פאר די הומאריסטישע באשרייבונג בפרט.

געשריבן: מאנטאג פאברואר 04, 2008 4:38 pm
דורך בני היכלא
די הויכפונקט אז זיכער געווען ר' שלמה באכנער'ס דרשה, ער רעדט מיט אזא הארציגקייט, אזוי בעטענדיג, א נאדעל וואלט מען געקענט הערן פאלן אינמיטן זיין דרשה, נאך א מזל אז דער עולם האט זיך נישט געדרייט דארט מיט קיין נאדלעך אזוי אז עס האט נישט געשטערט..



צייטליך.
געוואלדיג!!!

איינע פון די פלעצער וואו א שמייכל איז מיר ארויפגעקומען. [איך רעד נישט פןו די ערנסטע פלעצער וואו טרערן האבן גערינען].

געשריבן: מאנטאג פאברואר 04, 2008 6:13 pm
דורך דארפסמאן
ווען ר' שלמה האט גערעדט פון מ.י. שטרויס האב איך געזען אפאר מענטשן לאזען טרערן

געשריבן: מאנטאג פאברואר 04, 2008 6:19 pm
דורך איך_הער
צייטליך, א גרויסן שכוח, פאר די הערליכע באשרייבונג.

נ.ב. דארפסמאן, די ר' קנעפל, איז די ענגלישע R באטן, ס'איז אביסל שיעף צו לינקס, העכער די כ' קנעפל (F באטן.) ס'איז רעכטס פון די ק' קנעפל, (E באטן.) אויב דו טרעפסטעס נאך אלץ נישט, לאמעך וויסן, כעדער געבן בלי נדר נאך אפאר סימנים.

געשריבן: מאנטאג פאברואר 04, 2008 7:11 pm
דורך שוועמל
געדענקסט נאך דארפסמאן'ס ערשטע ניק?

געשריבן: מאנטאג פאברואר 04, 2008 7:29 pm
דורך מעכעלע
farshlufen האט געשריבן:חברה איר האט איבריג צייט? איך קען מיך נישט ערלויבן צו גיין צו א מסיבה אויף לענגער ווי א פופצן מינוט א האלבע שעה און איר זיצט פיר מיט א האלב שעה ביי א מסיבה, איר קענט מיך בארגן צייט?

נעם דיר די פופצן מינוט וואס די פארברענגטס אין קרעטשמע, אבער מאך זיכער צו לאזן צייט פאר אונז אויכעט.

געשריבן: מאנטאג פאברואר 04, 2008 7:30 pm
דורך איך_הער
מעכעלע, איך ווארן דיך, וואס טוהסטו, עריז קוים אנגעקומען, און שוין פארטרייבסטו אים פון דא?

געשריבן: דינסטאג פאברואר 05, 2008 9:30 am
דורך פוילישער
איינע פון די סיבות פארוואס דער עולם איז אזוי לאנג געווען צוגענאגלט, ווייל קיין סעלפאון האט כמעט נישט געארבייט דארט... קיין געשפרעכן... קיין טעקסט מעסעדשעס... נאר איין זאך, אויסגעהערט די רעדנערס.

געשריבן: דינסטאג פאברואר 05, 2008 9:50 am
דורך קאניאק
רעד דיך איין,
אי האב אפגעשריבען א גאנצע ארטיקל דארטןאויף מיין בלאובערי, איין טעלעפאן קאל האט אלעס געשיקט ליפטערען

יעצט זאג די מיר צו ס'געווען סערוויס

געשריבן: דינסטאג פאברואר 05, 2008 10:05 am
דורך זיידעניו
ווען איך בין אריינגעקומען ביים דינער האבעך געפילט ווי איך גיי אריין אין קאר וואס גיט מיר (און פאר נאך ווייסעך וויפיל) א היטש קיין בארא פארק פארשטייטזעך אין א רעגענדיגע וועטער

געשריבן: דינסטאג פאברואר 05, 2008 11:03 am
דורך קרעמער
איך בין געווען פארנומען ביי א צווייטע מסיבה, אבער איך וואלט סייווי נישט געגאנגען. רופט מיר משוגע, אבער איך וועל ענדערש געבן געלט ביים זאמלן צדקה אין שוהל נאכן דינער ווי גיין צו א דינער הערן דרשות. אפשר נאכן ליינען דעם באריכט פון צייטליך, וועט זיך מיר שוין איבעראיאר יא גלוסטן אהינצוגיין (משיח זאל אודאי פריער קומען).

געשריבן: דינסטאג פאברואר 05, 2008 1:25 pm
דורך דארפסמאן
שוועמל האט געשריבן:געדענקסט נאך דארפסמאן'ס ערשטע ניק?


המלבין פני חבירו ב...

געשריבן: דינסטאג פאברואר 05, 2008 1:27 pm
דורך דארפסמאן
קרעמער די האסט פארפאסט, אבער די קענסט נאך הנאה האבען פינעם סי.די. עס וועט מסתם ארויס קומען די נעקסטע דריי פיר וואכען


--
די ניגן פון ר' אייזיק האניג איז געווען זייער הארציג


.

געשריבן: דינסטאג פאברואר 05, 2008 3:39 pm
דורך מרן אדמו"ר
זייער שיין געווען קודם האב איך מיך נישט גיט גפילט ווייל די אויבן אן איז נישט געווען אינגאנצען פיל אבער שפעטער איז שוין געווען פיל דער אויבען אן אויך (אבער נעקסט טיים דארפן זיי לייגען א סקרין אויך אקעגן דער אויבן אן .כדי מען זאל קענען אלעס מיטהאלטן)

געשריבן: דינסטאג פאברואר 05, 2008 7:37 pm
דורך סאכדעס
צייטליך זייער שיין אראפגעלייגט, יישר כוח.

יאנאש, עשר עשר.....

געשריבן: דינסטאג פאברואר 21, 2012 8:40 pm
דורך Sprint
Bump

געשריבן: מיטוואך פאברואר 22, 2012 1:21 am
דורך מומחה יוחס
איך קום יעצט פין בוני עולם דינר אין וויליאמסבורג איך האב שטארק הנאה געהאט פין אפאר זאכן

דער טשערמאן הבדחן הרב שטערן פין לונדון געהאט די פאסיגע ווערטער אין די ריכטיגע טאן וכו'

המגיד הרב בידערמאן שליט"א א געוואלדיגע פייערדיגער דרשה

הרב שלמה באכנער שליט"א הארציגער וווארימער ווערטער דברים היוצאים מן הלב

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 07, 2012 4:45 pm
דורך שמן למאור
היינט נאכט קומט פאהר דער צווייטער דינער פאר בוני עולם פאר יהדות החרדית היושבים מעבר ל'בארדער בקאנאדא, פאר תושבי מאנטריאל און טאהש.

דער ערשטער דינער איז פארגעקומען פאר צוויי יאהר צוריק שנת תשע"א, עס איז דעמאלטס געווען א רעקארד פון א עולם ביי א מסיבה אין קאנאדא. עס איז צום האפן אז היי יאהר וועט זיין דאס זעלביגע.

כמעשיהם בניו יארק כך מעשיהם בקאנאדא.