א געשיכטע אין פאראכטונג: טראמפ, פוטין, די לינקע און די אמעריקאנע מידיע

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3261
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

א געשיכטע אין פאראכטונג: טראמפ, פוטין, די לינקע און די אמעריקאנע מידיע

תגובהדורך יואב בן צרויה » מיטוואך יולי 18, 2018 1:31 am

דער פרעזידענט האט עס נאכאמאל געטון. אויב האצעך עמיצן געדאכט ער איז שוין ענדליך ארומגעקומען און אנגענומען די מיינונג פון זיין אייגענע שפיאנזש אגענטורן אז רוסלאנד איז געשטאנען אונטער די העקעריי פון די סיסטעמס פון די נאציאנאלע דעמאקראטישע פארטיי האט יענער זיך גוט גענארט. אבער עס גלייבט זיך שווער אז איינער האט אזוי געמיינט. דער פרעזידענט ציהט נישט צוריק פון מיינונגען בלויז ווייל אנדערע שרייען אז עס נישט ריכטיג, אפי׳ ווען די שרייערס זענען זיינע אייגענע, נאנסטע געהילפן. ער פירט אן אייגענע ווירטשאפט.

רוב אמעריקאנער געדענקן גוט וויזוי ער איז ארויס פון זיין וועג זיכער צו מאכן נישט צו שטארק אראפצורייסן די נאצי פראטעסטירער אין טשארלסטאן, דרום קאראוליינע. ווייניגער ווייסן אבער אז ער האט א טאג דערויף פארגעליינט א סטעיטמענט קלארצושטעלן זיינע ווערטער איבערן ענין. די סיבה דערצו? פשוט: די סטעיטמענט האט אים א געהילף פארגעשריבן. ער האט נישט אזוי געהאלטן און האלט נאכאלץ נישט אזוי. וויזוי ווייס מיר? ווייל עס האט נישט געדויערט א טאג ער זאל צוריק גיין צו זיין ערשטע ווערסיע.

די זעלבע מיט די רוסלאנד העקעריי. דער פרעזידענט קען עס אפשר איינמאל אננעמען און באשטעטיגן, אבער דאס איז נאר ווען ער ליינט די פארגעשריבענע צעטעלעך. וואס ער האלט ווייס היינט יעדער און דאסמאל פראבירט עס מער נישט אפי׳ צו באהאלטן. ער האט נישט די מוח קאפיציטעט אפצוטיילן די טיילן אין די רוסישע ענין, נעמט דעריבער די גאנצע זאך זייער פערזענליך און גלייבט דעריבער גארנישט איבער דעם פירנדיג צו די פאקט אז ער האט קנאפ פראבלעם מיט דעם רוסישן פירער. ואדרבה, פוטין איז דער מיט וועם ער וועט צייגן יעדן אז ער טויגט, אים האט מען ליב און פון אים האט מען מורא - אנדערש ווי אבאמא. דאס איז די גאנצע טראמפ אויסערן פאליטיק ביז יעצט: ווי קען יעדער איינזעהן אז טראמפ איז א מעכטיגע, דרייסטע פירער פון וועם מען דארף מורא האבן און/אדער א פריינטליכע, געלונגענע פירער מיט וועם עס לוינט זיך צו זיין גוט - אנדערש ווי אבאמא וועלכע איז געווען א שוואכלינג און א לוזער.

דאס איז די שפיל וואס אמעריקע לעבט מיט. די פערזענליכע, קינדערישע רייצן פון איין מענטש אלץ אפיציעלע אויסערן פאליטיק איניציאטיוון.

דער פרעזידענט איז כשר גערעכט אז דער געוועזענער פרעזידענט אבאמא איז טאקע געווען א שוואכע פירער, אויב בכלל. פוטין האט פון אים געמאכט דאס גענאר, איראן האט באקומען פון אים אלעס גוטס, איזרעיל האט ער ענג געמאכט און אסאד האט ער געלאזט פארגאזן טויזענטער בשעת׳ן זיך באפריינדן מיט די קובאנע קאמוניסטן. יאפ, אויף אויסערן פאליטיק האט אבאמא קנאפ מיט וואס זיך גרויסצוהאלטן. אבער דאס געט נישט פארן יעצטיגן פרעזידענט א פאס; אדרבה, עס מאכט די פראגע נאך שטערקער: ער איז דאך געלאפן אקעגן די טיפישע פאליטיקאנטן וואס טויגן צו גארנישט, געבן אלעס אוועק און לייגן אמעריקע׳ס אינטערעסן אין די זייט. דאס האט דער עולם געגליכן! דאס האט יעדער געמיינט מ׳באקומיר ענדליך! עמיצער וואס וועט זיך אויפשטעלן ווי רעיגען ״מיסטער גארבאטשאוו טעיק דעט וואל דאון!״ וכהנה. אנטשטאט באקום מיר א לעקציע ווי ״מיר זענען אלע שולדיג״ אין די אנגעצויגענע באציאונגען מיט פוטין׳ס רוסלאנד וועלכע האט קוים איינגענומען קריימיע, אראפגעשאסן א ציווילע עירליינער, העלפט אסאד און איראן, און העקט אמעריקאנע פאליטישע פארטייען. און דאס אלעס פארנט פון אט דעם פוטין וואס האט דאס אלעס געטאן שוין נאכדעם וואס דער פריעדיגע אמעריקאנע פרעזידענט האט אים שוין געגעבן א האנט מיטן רעדוצירן נוקלעארע וואפן, מיטן אפשטעלן די באליסטישע מיסל סיסטעמען פון אריינגיין אין באנוץ אין פוילן און מיטן נישט געבן וואפנס פאר די אוקריינער. דאס וואס הערשט לעצטס איז ער גאר פארנומען געווארן מיטן פארסאמען זיינע קעגענער מיט כעמישע אגענטן אין אנדערע לענדער. הזאת נעמי?

דאס איז נוגע פרעזידענטס טראמפ און פוטין. אבער דא קומט אבער אריין די אמעריקאנע לינקע ושותפם די אלגעמיינע מידיע. יארן וואס די ביידע קאלמינירן און קאלוזשירן האנט אין האנט איבער אלעס און אלעמען, די מערסטע נאך אין אויסערן פאליטיק. די גאנצע איראן דיעל, ווי דער געוועזענער פרעזידענטליכע ראטגעבער בען ראוהדס האט עפנטליך דערציילט, איז געשטיפט געווארן אין א קאארדינירטע קאמפיין מיט די אבאמא אדמיניסטראציע ווי די דזשורנאליסטן האבן פשוט געקויפט אלעס וואס די אדמיניסטראציע חברה האבן פארציילט און דאס ווייטער געליפערט אן א פראגעס. און נישט נאר נייעס, נאר אויך די אטאקע ליניע קעגן די אפמאך׳ס פאליטישע קעגענער.

רוסלאנד איז גארנישט אנדערש געווען. עס איז כמעט ווי אוממעגליך צו פארגעסן ווי די איינגעסענע לינקע מידיע פערזענליכקייטן זענען שיעור נישט אויסגעגאנגען פאר עקסטאז ווען אבאמא האט ׳אריינגעגעבן׳ פאר מיט ראמני זאגנדיג אז ״די נייצן-אכציגער יארן האבן גערופן אז זיי ווילן זייער אויסערן פאליטיק צוריק.״ זיי האבן אראפגעמאלן ראמני ווי א לא יוצלח און צירקוס קלאון וואס ווייסט נישט פאר זיין לעבן און זיך פארסמאקעוועט די ליפן דערמיט פאר וואכן לאנג. פארשטייט זיך ווען פוטין האט באשלאסן צו נעמען קריימיע איז סי ען ען געווען צו פארנומען זוכן אן עראפלאן.

די היפאקראטן האבן יעצט די חוצפה צו שרייען ווערטער ווי ״פארראט״ און ״עס דערמאנט קריסטאלנאכט״?! לא די וואס אזאנע פארגלייכן זענען גארנישט ערגער ווי דעם פרעזידענט׳ס פארלייכן אמעריקע צו פוטין׳ס רוסלאנד, ווער זענען די פארשוינען בכלל זיך צו עפענען דאס מויל יעצט?! ווי זענען זיי געווען אין 2012?! זאלן זיי קודם אפגעפינען ראמני און זיך אנטשולדיגן פאר אים. און זאלן זיי זיך צוערשט נעמען שרייען ״פארראט״ אויף זייער זעלבסט אנערקענטן פרעזידענטקע מרת קלינטאן פארן געבן דעם רוסישן אויסערן מיניסטאר א ׳ריסעט׳ זייגער אין צייכן פון נייע באציאונגען צווישן אמעריקע און רוסלאנד. וואס אמעריקע האט באקומען דערפאר ווייסט שוין יעדער.

ביז נאר לעצטנס האבן די זעלבע פארשוינען געהאסט אלע שפיאנזש אגענטורן צום טויט איבער די איראקע קריג. עס איז גאר געווען זייער בעסטע פאליטישע ליין קעגן דזשעב בוש און אנדערע רעפובליקאנער. יעצט זענען די שפיאנזש אגענטורן הייליגער פון הייליג און יעדער דארף אננעמען יעדעס ווארט פון זיי אלץ קודש קדשים אז נישט אחת דתו. דאס אז די שפיאנזש אגענטורן האבן ארויסגעגעבן א געמיינזאמע פובליק סטעיטמענט איבער די דעמאקראטישע סיסטעמס העקעריי באשולדיגענדיג רוסלאנד אבער האלטן נאך ביז היינט אן א טאטאלע שטילקייט איבער רוסלאנד׳ס סייבער פארברעכנס קעגן די סטעיט דעפארטמענט און די ווייסע הויז אין 2014 איז מכלל נישט קיין רעדע. נישטאמאל ווייסט איינער דערפון. נישט די מידיע, נישט די דעמאקראטן און נישט די רעפובליקאנער. איי דאס מיינט אז רוסלאנד איז אונזערס א שונא שוין מתמול שלשום און די גאנצע נושא איז נישט א רעכט קעגן לינק אישו? נע, דאס איז נישט אינטערעסאנט. צעטיילן דעם עולם, אויפהעצן דאס לאנד, זיך אנרייצן איינער קעגן דעם צווייטן דאס איז אויפן מעניו.

און זיי זענען יעדער פאר זיך שולדיג. קיינער האלט נישט ביים מודה זיין און נאכגעבן אן אינטש שטעלנדיג דאס גאנצע לאנד ווי צוויי מענטשן וועלכע טרעפן זיך ביי א שמאלע טיר איינער קעגן די אנדערע.

זייטיגע נאטיץ
נ.ב. די רעפובליקאנער אין קאנגרעס (ביידע הייזער) קומט נאר קרעדיט און סיי וועלכע קריטיק קעגן זיי איז נישט אויסגעהאלטן. פאליטיק איז דאך פאליטיק און למעשה זענען אלע פון זיי (רובו ככולו) קלאר ארויסגעקומען קעגן די פרעזידענט פון זייער אייגענע פארטיי. טראמפ, פוטין/רוסלאנד און די לינקע זענען אבער דא אריין פיל איבערן קאפ.

אלמוני
שר חמש מאות
תגובות: 734
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2018 2:00 am

תגובהדורך אלמוני » מיטוואך יולי 18, 2018 1:52 am

אה רבי יואב איטס גאד טא העוו יא בעק...

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך יולי 18, 2018 1:58 am

פיינע נייעס!!!

שלום עליכם ר' יואב.
אויב ווילט איר נישט צו טוישן אייער מיינונג, דאן האט נישט קיין טענות אז איך האלט נישט ביים טוישן מיין מיינונג.

אוועטאר
שלומה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 8:16 pm

תגובהדורך שלומה » מיטוואך יולי 18, 2018 8:00 am

איך האב הנאה פון די ארטיקל ווייל עס איז נישט בלינד געשטיצט טראמפ יר"ה נאר ארבגעברענקט מיט א טיפען בליק
זייטיגע נאטיץ
איר קאנט נאכזאגן מיינע אין אייער נאמען, נאר זאגט נישט אייערס אין מיין נאמען!

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1586
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » מיטוואך יולי 18, 2018 9:01 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:פיינע נייעס!!!

שלום עליכם ר' יואב.
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3158
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » מיטוואך יולי 18, 2018 10:04 am

איי איז דאס פיין, גוט און ריכטיג.

ווייסט איינער ווען איז די נעקסטע סאמיט?
א טייל פון די פרוכט וואס מען ניצט צו מאכן זאפט זענען עפל, מאראנץ, טאמאטע, אנאנאס, גרייפפרוכט, גוואווע, מאנגא, קאווענע, זשורעכלינע, וויינטרויבן, לימענע און גרינע לימענע.

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1128
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » מיטוואך יולי 18, 2018 10:25 am

יואב בן צרויה האט געשריבן:דער פרעזידענט האט עס נאכאמאל געטון. אויב האצעך עמיצן געדאכט ער איז שוין ענדליך ארומגעקומען און אנגענומען די מיינונג פון זיין אייגענע שפיאנזש אגענטורן אז רוסלאנד איז געשטאנען אונטער די העקעריי פון די סיסטעמס פון די נאציאנאלע דעמאקראטישע פארטיי האט יענער זיך גוט גענארט. אבער עס גלייבט זיך שווער אז איינער האט אזוי געמיינט. דער פרעזידענט ציהט נישט צוריק פון מיינונגען בלויז ווייל אנדערע שרייען אז עס נישט ריכטיג, אפי׳ ווען די שרייערס זענען זיינע אייגענע, נאנסטע געהילפן. ער פירט אן אייגענע ווירטשאפט.

רוב אמעריקאנער געדענקן גוט וויזוי ער איז ארויס פון זיין וועג זיכער צו מאכן נישט צו שטארק אראפצורייסן די נאצי פראטעסטירער אין טשארלסטאן, דרום קאראוליינע. ווייניגער ווייסן אבער אז ער האט א טאג דערויף פארגעליינט א סטעיטמענט קלארצושטעלן זיינע ווערטער איבערן ענין. די סיבה דערצו? פשוט: די סטעיטמענט האט אים א געהילף פארגעשריבן. ער האט נישט אזוי געהאלטן און האלט נאכאלץ נישט אזוי. וויזוי ווייס מיר? ווייל עס האט נישט געדויערט א טאג ער זאל צוריק גיין צו זיין ערשטע ווערסיע.

די זעלבע מיט די רוסלאנד העקעריי. דער פרעזידענט קען עס אפשר איינמאל אננעמען און באשטעטיגן, אבער דאס איז נאר ווען ער ליינט די פארגעשריבענע צעטעלעך. וואס ער האלט ווייס היינט יעדער און דאסמאל פראבירט עס מער נישט אפי׳ צו באהאלטן. ער האט נישט די מוח קאפיציטעט אפצוטיילן די טיילן אין די רוסישע ענין, נעמט דעריבער די גאנצע זאך זייער פערזענליך און גלייבט דעריבער גארנישט איבער דעם פירנדיג צו די פאקט אז ער האט קנאפ פראבלעם מיט דעם רוסישן פירער. ואדרבה, פוטין איז דער מיט וועם ער וועט צייגן יעדן אז ער טויגט, אים האט מען ליב און פון אים האט מען מורא - אנדערש ווי אבאמא. דאס איז די גאנצע טראמפ אויסערן פאליטיק ביז יעצט: ווי קען יעדער איינזעהן אז טראמפ איז א מעכטיגע, דרייסטע פירער פון וועם מען דארף מורא האבן און/אדער א פריינטליכע, געלונגענע פירער מיט וועם עס לוינט זיך צו זיין גוט - אנדערש ווי אבאמא וועלכע איז געווען א שוואכלינג און א לוזער.

דאס איז די שפיל וואס אמעריקע לעבט מיט. די פערזענליכע, קינדערישע רייצן פון איין מענטש אלץ אפיציעלע אויסערן פאליטיק איניציאטיוון.

דער פרעזידענט איז כשר גערעכט אז דער געוועזענער פרעזידענט אבאמא איז טאקע געווען א שוואכע פירער, אויב בכלל. פוטין האט פון אים געמאכט דאס גענאר, איראן האט באקומען פון אים אלעס גוטס, איזרעיל האט ער ענג געמאכט און אסאד האט ער געלאזט פארגאזן טויזענטער בשעת׳ן זיך באפריינדן מיט די קובאנע קאמוניסטן. יאפ, אויף אויסערן פאליטיק האט אבאמא קנאפ מיט וואס זיך גרויסצוהאלטן. אבער דאס געט נישט פארן יעצטיגן פרעזידענט א פאס; אדרבה, עס מאכט די פראגע נאך שטערקער: ער איז דאך געלאפן אקעגן די טיפישע פאליטיקאנטן וואס טויגן צו גארנישט, געבן אלעס אוועק און לייגן אמעריקע׳ס אינטערעסן אין די זייט. דאס האט דער עולם געגליכן! דאס האט יעדער געמיינט מ׳באקומיר ענדליך! עמיצער וואס וועט זיך אויפשטעלן ווי רעיגען ״מיסטער גארבאטשאוו טעיק דעט וואל דאון!״ וכהנה. אנטשטאט באקום מיר א לעקציע ווי ״מיר זענען אלע שולדיג״ אין די אנגעצויגענע באציאונגען מיט פוטין׳ס רוסלאנד וועלכע האט קוים איינגענומען קריימיע, אראפגעשאסן א ציווילע עירליינער, העלפט אסאד און איראן, און העקט אמעריקאנע פאליטישע פארטייען. און דאס אלעס פארנט פון אט דעם פוטין וואס האט דאס אלעס געטאן שוין נאכדעם וואס דער פריעדיגע אמעריקאנע פרעזידענט האט אים שוין געגעבן א האנט מיטן רעדוצירן נוקלעארע וואפן, מיטן אפשטעלן די באליסטישע מיסל סיסטעמען פון אריינגיין אין באנוץ אין פוילן און מיטן נישט געבן וואפנס פאר די אוקריינער. דאס וואס הערשט לעצטס איז ער גאר פארנומען געווארן מיטן פארסאמען זיינע קעגענער מיט כעמישע אגענטן אין אנדערע לענדער. הזאת נעמי?

דאס איז נוגע פרעזידענטס טראמפ און פוטין. אבער דא קומט אבער אריין די אמעריקאנע לינקע ושותפם די אלגעמיינע מידיע. יארן וואס די ביידע קאלמינירן און קאלוזשירן האנט אין האנט איבער אלעס און אלעמען, די מערסטע נאך אין אויסערן פאליטיק. די גאנצע איראן דיעל, ווי דער געוועזענער פרעזידענטליכע ראטגעבער בען ראוהדס האט עפנטליך דערציילט, איז געשטיפט געווארן אין א קאארדינירטע קאמפיין מיט די אבאמא אדמיניסטראציע ווי די דזשורנאליסטן האבן פשוט געקויפט אלעס וואס די אדמיניסטראציע חברה האבן פארציילט און דאס ווייטער געליפערט אן א פראגעס. און נישט נאר נייעס, נאר אויך די אטאקע ליניע קעגן די אפמאך׳ס פאליטישע קעגענער.

רוסלאנד איז גארנישט אנדערש געווען. עס איז כמעט ווי אוממעגליך צו פארגעסן ווי די איינגעסענע לינקע מידיע פערזענליכקייטן זענען שיעור נישט אויסגעגאנגען פאר עקסטאז ווען אבאמא האט ׳אריינגעגעבן׳ פאר מיט ראמני זאגנדיג אז ״די נייצן-אכציגער יארן האבן גערופן אז זיי ווילן זייער אויסערן פאליטיק צוריק.״ זיי האבן אראפגעמאלן ראמני ווי א לא יוצלח און צירקוס קלאון וואס ווייסט נישט פאר זיין לעבן און זיך פארסמאקעוועט די ליפן דערמיט פאר וואכן לאנג. פארשטייט זיך ווען פוטין האט באשלאסן צו נעמען קריימיע איז סי ען ען געווען צו פארנומען זוכן אן עראפלאן.

די היפאקראטן האבן יעצט די חוצפה צו שרייען ווערטער ווי ״פארראט״ און ״עס דערמאנט קריסטאלנאכט״?! לא די וואס אזאנע פארגלייכן זענען גארנישט ערגער ווי דעם פרעזידענט׳ס פארלייכן אמעריקע צו פוטין׳ס רוסלאנד, ווער זענען די פארשוינען בכלל זיך צו עפענען דאס מויל יעצט?! ווי זענען זיי געווען אין 2012?! זאלן זיי קודם אפגעפינען ראמני און זיך אנטשולדיגן פאר אים. און זאלן זיי זיך צוערשט נעמען שרייען ״פארראט״ אויף זייער זעלבסט אנערקענטן פרעזידענטקע מרת קלינטאן פארן געבן דעם רוסישן אויסערן מיניסטאר א ׳ריסעט׳ זייגער אין צייכן פון נייע באציאונגען צווישן אמעריקע און רוסלאנד. וואס אמעריקע האט באקומען דערפאר ווייסט שוין יעדער.

ביז נאר לעצטנס האבן די זעלבע פארשוינען געהאסט אלע שפיאנזש אגענטורן צום טויט איבער די איראקע קריג. עס איז גאר געווען זייער בעסטע פאליטישע ליין קעגן דזשעב בוש און אנדערע רעפובליקאנער. יעצט זענען די שפיאנזש אגענטורן הייליגער פון הייליג און יעדער דארף אננעמען יעדעס ווארט פון זיי אלץ קודש קדשים אז נישט אחת דתו. דאס אז די שפיאנזש אגענטורן האבן ארויסגעגעבן א געמיינזאמע פובליק סטעיטמענט איבער די דעמאקראטישע סיסטעמס העקעריי באשולדיגענדיג רוסלאנד אבער האלטן נאך ביז היינט אן א טאטאלע שטילקייט איבער רוסלאנד׳ס סייבער פארברעכנס קעגן די סטעיט דעפארטמענט און די ווייסע הויז אין 2014 איז מכלל נישט קיין רעדע. נישטאמאל ווייסט איינער דערפון. נישט די מידיע, נישט די דעמאקראטן און נישט די רעפובליקאנער. איי דאס מיינט אז רוסלאנד איז אונזערס א שונא שוין מתמול שלשום און די גאנצע נושא איז נישט א רעכט קעגן לינק אישו? נע, דאס איז נישט אינטערעסאנט. צעטיילן דעם עולם, אויפהעצן דאס לאנד, זיך אנרייצן איינער קעגן דעם צווייטן דאס איז אויפן מעניו.

און זיי זענען יעדער פאר זיך שולדיג. קיינער האלט נישט ביים מודה זיין און נאכגעבן אן אינטש שטעלנדיג דאס גאנצע לאנד ווי צוויי מענטשן וועלכע טרעפן זיך ביי א שמאלע טיר איינער קעגן די אנדערע.

זייטיגע נאטיץ
נ.ב. די רעפובליקאנער אין קאנגרעס (ביידע הייזער) קומט נאר קרעדיט און סיי וועלכע קריטיק קעגן זיי איז נישט אויסגעהאלטן. פאליטיק איז דאך פאליטיק און למעשה זענען אלע פון זיי (רובו ככולו) קלאר ארויסגעקומען קעגן די פרעזידענט פון זייער אייגענע פארטיי. טראמפ, פוטין/רוסלאנד און די לינקע זענען אבער דא אריין פיל איבערן קאפ.

פיין געזאגט, אמת'דיג געזאגט!!!!
געווענליך די ווילדע און אגרעסיווע נאטורן, טוען אויף אסאך אויף דער וועלט. אבער דו ווילדער, ערווארט נישט אז מען וועט דיר ליב האבן און פארצוקערן, אויב ביסטו ווילד וועט מען דיר אויסטרונקען דאס בלוט, נישט קיין חילוק וויפיל דו טוסט אויף.

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1105
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » מיטוואך יולי 18, 2018 12:05 pm

יואב איך וועל מיר מוזן ווענדן צו די לינקע מידיע אז זיי זאלן זעהן דיר אריין צו
ברענגן דא מער עס זעהט אויס נאר זיי קענען דיר אויף וועקן

א זייטיגע נאטיץ שכוח פאר דיין אנאליז ;l;p-
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9084
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך יולי 18, 2018 12:39 pm

הערליכע אנאליז גאר גוט ארויסגעברענגט דעם מצב ליידער.

וויזוי קען מען מאכן איר זאלט אריינקומען מער אפט?
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

דניאל בוימענגארטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 435
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 12:44 pm

תגובהדורך דניאל בוימענגארטן » מיטוואך יולי 18, 2018 12:55 pm

צל עובר האט געשריבן:הערליכע אנאליז גאר גוט ארויסגעברענגט דעם מצב ליידער.

וויזוי קען מען מאכן איר זאלט אריינקומען מער אפט?

מאך זיכער מיט טראמפ אז ער זאל אים אפטער אויפרעגן...

נייס ארטיקעל!

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4724
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך יולי 18, 2018 12:58 pm

שלומה האט געשריבן:איך האב הנאה פון די ארטיקל ווייל עס איז נישט בלינד געשטיצט טראמפ יר"ה און אויך נישט בלינד געשטיצט די מידיא און די טראמפ העיטערס, נאר אראפגעברענגט מיט א טיפען בליק

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11343
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך יולי 18, 2018 1:15 pm

טענקס יואב, שיין אנאליז!

ס'דא אן אלטע כלל אין אמעריטשקע: אינדערהיים הארגע דיך ביי די קעפ, אינדרויסן זיי א שיינער יוד.. און ס'איז זייער פשוט די חילוק פון קריטיקירן די אייגענע רעגירונג דא אינדערהיים [ווייל מ'וויל דאך עס בעסער מאכן] וו"ס קריטיקירן אינדרויסן פאר די וועלט וואס ברענגט גארנישט אויסער בושות אויפן אינטערנאציאנאלן סטעידזש.

און זיך נאך שטעלן אויף איין זייט מיטן קעי דזשי בי דיקטאטור קעגן אונז?!

ווידער דאס פארגלייכן די פאררעטערישע עוולה צו די מידיע'ס טיפיקל בייעסד איז פונקט ווי פארגלייכן די אמעריקאנע אינטעל אפשאצונג מיט פוטין'ס 'שטארקע' אפלייקענונג, אדער די שארלעטסוויל יודן האסער מיט די קאנטאר פראטעסטירער, אדער די צעטיילטע אזיל רעכט פליטים מיטן עם. עס. 13 מערדער, אדער דער רעפובליקאנער מוללער צו די סטאלין רעזשים אדער אבאמא'ס רוסלאנד ריסעט אפיעסמענט סתם אין א גרינעם דינסטאג צו טראמפס אפיעסמענט און קניען צו פוטין נאך א גראבע סייבער אטאקע אויפן לאנד.

די בלעים געים מהלך איז טיפיקעל די ברויט און וואסער אויף וואס טראמפ'ס פאליטישע קאריערע לעבט. ער קען טוהן די גרעסטע עבירות, סקאנדאלן, און טריעזאן. די שטיצער וועלן אבער אלץ צוריקקומען מיטן גאונות איבער די "מידיע" און אלע לייגן זיך שיין צוריק שלאפן.

און דאן וועט איינער זיין סורפרייזד פון די נייע רויטערס אנקעטע היינט וואס צייגט %70 רעפובליקאנער "אפראוון" טראמפ'ס רוסלאנד צוגאנג?! די זעלבע רעפובליקאנער וואס זענען אלע יארן געשטאנען פאר אמעריקאנע שטאלץ און אנטי אפיעסמענט זענען יעצט די איינציגסטע טשעיר ליעדערס פון אזא קאטאסטראפע. פארוואס? ווייל די "מידיע"!....

באטטאם ליין: ס'איז דא עוולה'ס אויף ביידע זייטן אבער עס קאנפלעיטן פשוט ווייל מיין צד איז יעצט אין א פעקל און כ'מוז עמערזשענסי טרעפן א לייף וועסט מאכט עס נישט קיין מארעל איקוויוועלענץ.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5697
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך יולי 18, 2018 1:41 pm

יואב, א מחי׳ געווען צו ליינען אזא שיינע אזא ארטיקל! טענקס. ענד וועלקאם בעק.

מיינע 2 סענס. איך עגרי צו דעם אז ביידע פארטייען האבן זיך זייערע פאליטישע עבירות. אלעמאל און אמעריקא מיום עמדו על דעתו איז געווען פארשידענע פארטייען, וואס מיינט אטאמאטיש פאליטיק. אזוי אויך איבעראל. לענדער, קאמיאניטי, און אפילו צווישן אינזער אייגענע קהילות. די שילדיגע אויף די כאאס, האסע, ציווילע קריזיס און פאניק און איבערקערענישן איז נאר די מידיע שילדוג! זיי האבן א גאר שטארקע כח, און זיי ניצן עס אויס צו צוטיילן דעם פאלק מיטן עקסקיאז פון פרי פרעס. און די זעלבע אויך איבעראל, די נייעס ברענגער׳ס, ספינער׳ס און קאמאנטעירער׳ס זענען די מחרחרי ריב.
לעצט פאראכטן דורך טשאדעלע באדעלע אום מיטוואך יולי 18, 2018 1:46 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1105
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » מיטוואך יולי 18, 2018 1:42 pm

כאפצעם איך מיין אז דו ביסט נישט
אויף יואב זייט ווען עס קומט צו די מידיע
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11343
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך יולי 18, 2018 2:06 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:די שילדיגע אויף די כאאס, האסע, ציווילע קריזיס און פאניק און איבערקערענישן איז נאר די מידיע שילדוג! זיי האבן א גאר שטארקע כח, און זיי ניצן עס אויס צו צוטיילן דעם פאלק מיטן עקסקיאז פון פרי פרעס. און די זעלבע אויך איבעראל, די נייעס ברענגער׳ס, ספינער׳ס און קאמאנטעירער׳ס זענען די מחרחרי ריב.

קלאר אזוי, און אין טשיינע, נארט קאריע הערשט טאקע א פאליטיש רוהיגע שטילקייט.

און די זעלבע וואלט געווען די לעצטע 8 יאר ווען נישט די 24/7 פאקס ניוז/טאלק שאו העצע. וה"ה וואלט געווען די לעצטע צוויי יאר ווען נישט די אנדערע חלק מידיע'ס העצע.

האסט א טשויס, וועלעכע ווילסטו?
לעצט פאראכטן דורך כאפצעם אום מיטוואך יולי 18, 2018 2:07 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9084
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך יולי 18, 2018 2:06 pm

@טשאדעלע, יואב רייסט נישט אראפ "ביידע" פארטייען, ער רייסט אראפ בעיקר איין מענטש, מיט זיינע שונאים אין די מידיא.

ער וויל נאר נישט אז מען זאל מיינען אז ער מיינט חלילה צו זאגן אז אבאמע איז געווען "גוט" שמועסט ער אים אביסל אויס, אויך שמועסט ער אויס אז די רעפאבליקענס זענען געווען זייער גוט דאס מאל.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9084
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך יולי 18, 2018 2:08 pm

א נייער האט געשריבן:כאפצעם איך מיין אז דו ביסט נישט
אויף יואב זייט ווען עס קומט צו די מידיע

דו מיינסט, @כאפצעם ווייסט.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5697
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך יולי 18, 2018 2:11 pm

@כאפצעם, צו דעקן פרעזידענט טראמפ די וועג ער ווערט געדעקט איז נישט די קיין צווייטע טשויס פון ווערן געהאנגען און טשיינע פארן רעדן קעגן די רעגירונג. ס׳איז דא א נארמאלע מהלך אויך, אפילו מיט בייעס!
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5697
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך יולי 18, 2018 2:30 pm

דאס וואס ס׳האט צוטיילט דעם פאלק די לעצטע צוויי יאר איז געווען דאס פרעדיגן אז אינזער פרעזידענט איז נישט ערוועלט געווארן דעמעקראטיש! אינזער פרעזידענט איז א ראסיסט! אינזער פרעזידענט איז א בולי אויף די FBI/DOJ! אז אינזער פרעזידענט האט פיינט מוסלאמענער! אז אינזער פרעזידענט האט פיינט לאטינאו׳ס! אז אינזער פרעזידענט צוטיילט דאס פאלק! און ווען טראמפ האט געשריגן פעיק נאוז (צום ערשטן מאל טאקע ביי קאלאזשן) איז צוגעקומען דאס אז אינזער פרעזידענט איז א דוקטאטור ווייל ער וויל אינטערדריקן די ״פרייע״ פרעסע!!

קיין איינע פון די זאכן זענען נישט אמת! ס׳איז אבער אזוי אראפגעלייגט געווארן, ס׳האט פיין גערפארבעט, און די אמעריקאנע בירגער זענען ציריסן און צישמיסן!

זאל ווען זיינע קאווערידזש האבן געווען איבער זיינע אויסערן און אינערן פאליסיס אויף א נארמאלע איינזייטיגע אויפן, אפילו נעגעטיווע, און אפילו ס׳איז נישט אמת. א שטייגער ווי קאווערידזש לגבי די טעקסט קאט׳ס, זיינע איראן דיעל, מד״י עמבעסי, בכלל אויסערן פאליטיק.. וואלט יואב לכאורה נישט געשריבן זיין ארטיקל. ווייל זה הוא פאליטיק. נאר אזויווי פאר א קנאפע אנדערדהאלב יאר א האט זיך די נייעס געספינט 60 70 % ארום מיינע אויבערדערמאנטע עקזעמפלס קוקן מיר אויס אזוי.

ביי אינז אידן איז דאס קיין סוד נישט געווען, מיר אלע ווייסן גאר גוט די ״ציטקעס״ פו די אמעריקאנע פרייע פרעסע, אויב ווילן זיי איינעם אינטער ברענגן העלן זיי דאס טוען מיט די פולסטן רעכט פון ״פרי פרעס״.! באשמיצן גאנצערטע קהילות בכלל און יחידים בפרט מיט איבערגעטריבענע נעגעטיווע דעקונג און ביבולים שונים, אזש יענער ווערט נאכדעם אטאמאטיש גערודפט דורך פראסיקיאטער וואס כאפן זיך צו דעם. יעצט האבן זיי גענומען טראמפ. ס״ה איז טראמפ א איינער מיט א פיסל, א לויזער פיסקל, צו דעם האט ער א טוויטער אקאונט און ער פייט צוריק.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

דער בדחן
שר חמש מאות
תגובות: 647
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 19, 2015 4:54 pm

תגובהדורך דער בדחן » מיטוואך יולי 18, 2018 7:45 pm

גוט אז די האסט דערמאנט די טשארעלסוויל אטאקע, וואס דארט האט אויכט טראמפ נישט געוואלט מודה זיין, און מודה געוועהען צום סוף פון א געשריבענע צעטל
איז לאמיר צולייגען אביסעל צו 'יואב' די פראבלעם דא איז, אז די מידיע מיט די דאמעקראטען לייגען אראפ אז יד גאנצע טראמפ פרעזידענסי איז אדאנק די רוסישע מעדלינג אין די עלעקשין
און ער איז נישט פרעזידענטשאפט איז נישט לעגיטים
און פרעזידענט טראמפ שרייט אגאנצע צייט צוריק אז ער האט געווינען מיט 309 עלעקטארעלס ווייל ער האט קטמפיינט, צוגעזאגט זשאבס פאר די מיטעל קלאס און גארנישט מיט רוסלאנד

טראמפ ביי זיך ווייסט זייער גוט וואס רוסלאנד האט געטין-אדער טיט אבער מודה זיין ברבים מיינט זיך מכניע זיין צו מידיע אז סאיז דא ספיקות, צו זיין פרעדינטשעפט איז לעגיטים, און פארדעם ווען ער הערט נאר די ווארט רושע שפרינג ער פון די כלים און פאלירט זיך

ביי טשארסוויל איז געווען די זעלבע זאך, די מידיע מיט הילערי האבען געטאנעט אז די טראמפ שטיצער זענען אנטיסעמיטן,ראסיטען, ליידגיייערס,דיפלראבעלס, און ווען סאיז געקומען די אטאעקע האבען אלע געשריגען זעעעעעעעעעעעעעעהסט איך בין געוועהען גערעכט- און פארדעם האט טראמפ נישט דאס געוואלט פארדאמען


ווער געדענקט נאך די שאלת חכם פון טורקס????????? די תשובה איז קלאר

אוועטאר
שלומה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 8:16 pm

תגובהדורך שלומה » מיטוואך יולי 18, 2018 10:30 pm

היות איך בין געווען מסופק וועלכע צד יואב בן צרויה נעמט,
אין עס האט מיר אויס געקיקט ווי ער נעמט די צד פון די טראמפ העיטער'ס,
נאר שרייבט עס פארקערט אז א טראמפ פען זאל אויכט מסקים זיין מיט עם,
האב איך געשריבען
שלומה האט געשריבן:איך האב הנאה פון די ארטיקל ווייל עס איז נישט בלינד געשטיצט טראמפ יר"ה נאר אראפגעברענגט מיט א טיפען בליק

און נישט געשריבען
פעיק נוז האט געשריבן:איך האב הנאה פון די ארטיקל ווייל עס איז נישט בלינד געשטיצט טראמפ יר"ה און אויך נישט בלינד געשטיצט די מידיא און די טראמפ העיטערס, נאר אראפגעברענגט מיט א טיפען בליק
זייטיגע נאטיץ
איר קאנט נאכזאגן מיינע אין אייער נאמען, נאר זאגט נישט אייערס אין מיין נאמען!


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 15 געסט