א ווארט צום נארוואס-אהיימגעקומענע-קאנטרי איד...

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
בן פדהצור
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 2:40 pm

א ווארט צום נארוואס-אהיימגעקומענע-קאנטרי איד...

תגובהדורך בן פדהצור » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2018 9:51 pm

שששלללום עליכם!!!!

איך פריי מיך אזוי שטארק אז דו ביסט שוין אהיימגעקומען פון קאנטרי!!! איך האב דיר אבער אפאר ווערטער צו זאגן. אקעי? ווילסט הערן?

איך בין זייער באגייסטערט פון די אבנארמאלע גדלות ראשון׳דיגע פרישקייט אבער איך דארף נאכנישט ליידן דערפון, און ווען דו קומסט אריין אין שול אינדערפרי און די קוקסט מיט קעלבערנע אויגן אויף די גאנצע הו-הא און דו פרובירסט זיכער צו מאכן אויב דאס איז טאקע די שול וואס דו האסט איבערגעלאזט (האסט עכט געמיינט אז מען גייט אראפווארפן און פארבען פוירפיל אמת?) האלט קאפ אז דו ביסט א שטיקל גאסט דא און מאך מיך נישט פילן אומבאקוועם.

איך דערקען טאקע אן ערענסטקייט אויף דיר ביים דאווענען (קוקט אויס ווי אין קאנטרי האסטו געפילט נענטער צום אויבערשטען) אבער ווייסט טייערער חבר? איך בין נישט געפארן אין קאנטרי און איך בין נישט אין דעם פרישן מוט וואס דו ביסט היינט אינדערפרי ווייל איך בין נישט נעכטען אהיימגעקומען! איך בין שוין דא א גאנצע זומער! יא! א גאנצע זומער! (מיין טאש איז נישט אויסגעליידגט ברוך השם מיט די אלע קאנטרי אויסגאבען און ניין איך האב נישט געצאלט זעקס דאלער פאר א באטעל מילעך און אכט דאלער פאר די מקוה). עכ״פ זע אז ווען איך גריס דיך שלום עליכם זאלסטו נישט שפירן אזוי בגדלות מער פון מיר. קעי?

אויכעט, ווען דו דרייסט דיך ארום אין ס׳מדרש ווען דיין טלית פליט און דו דרייסט נאך ארויף דיינע רצועות, האלט קאפ אז דו ביסט נאמאר אין קאנטרי, און דא אין שטאט איז נישט קעמפ (אויב דו ביזט געווען א געשמאקע מדריך), דא וואוינען נארמאלע מענטשן וואס קומען שוין יעדן טאג דא די לעצטע צען יאר און זיי האבן נישט דיין שנה ראשונה׳דיגע ענערדזשי.

זאג אויך פאר דיינע קינדער אז זיי זענען נאמאר אין קאנטרי און פאר דיינע גרויסע קינדער אז זיי זענען נאמאר אין קעמפ. כ׳מיין, איך בין זייער איבערגענומען פון דיין זונ׳ס שטייגן, איך זע עס ווען זיינע ציצית שטעקן זיך ארויס און ער דאווענט אויף איין פלאץ (זיינע גלידערן ציטערן נאך פון די מנהל׳ס שטרענגע אויגן און זיי וויל נאך באקומען די טיקעטס כדי צו קענען גיין נייט-סווימינג) כאפסט? זאג פאר דיינע קינדער אז ס׳איז א שאד צו פילן אזוי הויעך און מער ווי מיינע קינדער ווייל אין אפאר טעג ארום גייען זיי פילן די זעלבע ווי מיינע קינדער. אה, און זאג אויך פאר דיינע קינדער אז די גראסערי דא איז נישט די קאנטין מען שטופט זיך נישט אריין אין די ליין. מען נעמט איידעל און מען ווארט אויף די ליין שיין.

אויכעט האב איך עכט הנאה צו זען דיין זון ׳רייסן׳ מיט זיין בייק וויווייל ער וויל חס ושלום נישט אפלאזן דעם לעבהאפט פון די זומער טעג, אבער זאג אים אז דא איז נישט ממש קאנטרי און מענטשן גייען אדורך דארט ווי ער פארט סאו ער זאל פארן אביסל שטייטער. אויכעט פאר דיינע טעכטער און בכלל פאר די ב״ב אז צוזאמען מיטן זאגן דעם פארוויינטען ביי ביי ווען מען שלענגעלט זיך סלעצטע מאל ארויס פון די קאנטרי פארקינג לאט און די שטיינדלעך אונטערן רעדל כאפן א לעצטע פלי, דאן ענדיגט זיך אויך דאס עראי׳דיגע וועג פון גיין אנגעטון און דאס קוואקעווען אין פובליק. ס׳נישט קיין צניעות און מען דארף אבאכט געבן.

און יעצט אז עס קומט שבת גיי איך הערן פון דיר א גאנץ שבת ווי אנדערש עס איז די קאנטרי פון דא, דו גייסט נאך לכאורה האבן דעם ספיריט פון שאשאקענען-נאכן-דאווענען און זינגען ווארעם מיט אן אויסערגעווענליכע סלאוועס ״אוי... לאמיר מאכן קידוש אויף די גאנצע וועלט...״ און דו גייסט מיך אריינשלעפן לכאורה ווייל איך בין אזוי צוקראכן און פלעין ווייל איך האב נישט געשפענדעט זיבן דאללער פאר א שאכטל קארנפלעקס אין ביי רייט.

איך האב אביסל רחמנות אויף דיר ווייל מוצאי שבת גייסט עס לכאורה כאפן. דו גייסט אהייקומען נאכן זמן און דו גייסט זיך באגעגנען מיט א ליידיגקייט. נישטא קיין ציגארעטלעך געשמועסעכצער, נישטא קיין ״נא ווען איז מלאווע-מאלקע?..״ ״אפשר גייט מען כאפן א שווים?״

ווייסעכמיין?...

סאו לכאורה זונטאג וועלן מיר זיין אויף איין פעידזש.

כ׳קענקוימווארטען...

דיין פריינט גמליאל׳ן, דער זון פון פדהצור
ס׳דא ווער ס׳וואונדערט זיך וויאזוי מען זאגט WOW אויף אידיש, איך וואונדער מיך וויאזוי מען זאגט: פפפששיהאאא.... אויף ענגליש.
צו לייזן דעם פראגע און אפגעבן אייער ענטפער, שיקט אן אימעיל צו gambenp@gmail.com, דאנקע שיין,

אייער פריינט גמליאל׳ן

אוועטאר
קיטשי
שר חמש מאות
תגובות: 743
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 07, 2011 10:14 am
לאקאציע: אויף דער וועלט - ווילאנג איך האב וואס מתקן צו זיין

תגובהדורך קיטשי » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2018 10:01 pm

;l;p-
זיסע ארטיקל
שרייב אפטער
פאר דו דרוקסט שיק מאך זיכער אז דו טוסט נישט וויי קיין אנדערע איד.
אויב עס קען איינעם וויי טון סעיוו עס אין דרעפטס און דו וועסט האבן גרייט א בוך מיט זכותים
.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2018 10:15 pm

פדהצור, האסט געהאט אלע ברירת צו קומען און קאנטרי! נעקסטיים קאל באצייטענס זיכער מאכן אז ס׳איז נאך דא עוועליבל באנגעלאו׳ס!.. הענג אויף א רימיינדער אויפן פרידזשעדער זאלסט געדענקען שוין אסרו חג פסח צו טוען צו די זאך, העסטו נישט מיזן שרייבן נעקטעס יאר נאכאמאל!...


#סארקאזעם
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4718
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2018 10:29 pm

ארויסגעברענגט אלע מיינע ווייטאגליכע מחשבות איינס נאכן צווייטן!!!

בן פדהצור, ביסט פאר די בוקס!!!
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1577
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2018 10:34 pm

גוווווווווטטט!!!

גמליאל דער זוהן פון פדהצור..... פינטל.
ווען דו וועסט מיר ווייזן וואס שטייט אויבן

העט מען רעדן פון אונטערשרייבן

עפל קוגל
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2016 7:59 pm

תגובהדורך עפל קוגל » פרייטאג אוגוסט 24, 2018 12:38 am

קוקט אויס ווי איינעמס ווייב נישט געלאסט פארן אין קונטרי

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1577
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » פרייטאג אוגוסט 24, 2018 1:00 am

עפל קוגל האט געשריבן:קוקט אויס ווי איינעמס ווייב נישט געלאסט פארן אין קונטרי

נו שוין ...... ער הייבט שוין אן ....... מהאטעך געבעטן ווארט בעז זונטאג??!!
ווען דו וועסט מיר ווייזן וואס שטייט אויבן

העט מען רעדן פון אונטערשרייבן

dinrap
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 9:36 am

תגובהדורך dinrap » פרייטאג אוגוסט 24, 2018 8:06 am

בן פדהצור,
אזוי פריש און אזוי גוט אהן האבען געפארען אין קאנטרי?
;l;p- ;l;p- ;l;p-

shalsheles
שר חמש מאות
תגובות: 622
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

תגובהדורך shalsheles » פרייטאג אוגוסט 24, 2018 9:31 am

אויך ביטע אכטונג גיבן וויאזוי די דרייווסט מיט דיין מיניווען פון סאוט דעקאטע אדער נארט קאראליינע פלאטעס.

אוועטאר
איינפאכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 814
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

תגובהדורך איינפאכער איד » פרייטאג אוגוסט 24, 2018 9:32 am

בן פדהצור!
דו ביסט א ריכטיגער מדבר מתוך גרוני, ומתוך הרבה גרונות! דו ברענגסט דאך נישט נארמאל גוט ארויס די געפיהלן פון פילע היימישע נארמאלע מענטשן וועלכע האבן "נישט" געהאלט ביים אויסנוצן זייער טעקס ריטוירן אדער איבערלאזן שווערע הונדערטער דאללארס אין גראסערי\פלייש\פיש געשעפטן [בלע"ז די נעבעכדיגע מענטשן, די סאו-לוזערס, די שלעפערס, וכו' וכו'...] און זענען געבליבן אין שטאט אויפ'ן גאנצן זומער!
כה לחי! KEEP IT UP

און "שלשלת"! דיין תגובה איז אויך גאר גוט.... ;l;p-

מי שברך
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 3:32 pm

תגובהדורך מי שברך » פרייטאג אוגוסט 24, 2018 9:52 am

עפל קוגל האט געשריבן:קוקט אויס ווי איינעמס ווייב נישט געלאסט פארן אין קונטרי

;l;p- ;l;p- ;l;p-

אוועטאר
הערשעל פאסטעכער
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 1:49 pm
לאקאציע: ביים ברינעם אינדערויסן פון דארף

תגובהדורך הערשעל פאסטעכער » פרייטאג אוגוסט 24, 2018 10:00 am

נו גוט נו שוין האט געשריבן:גוווווווווטטט!!!

גמליאל דער זוהן פון פדהצור..... פינטל.
איך בין טאקע א פאסטעכער!
אבער אלעס 'פאסט' מיר...

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 896
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » פרייטאג אוגוסט 24, 2018 10:50 am

פיינע נייעס!!! ווי וואנט מאר פראם דיס סטאף!!!
אגב איך בין יעצט אין די פארקינגלאט פון ביירייט, העלמיר גיין קיקן אויפן קארןפלעקס שאכטל, 7 טאלער האסטע געזאגט, איא?
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1493
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » פרייטאג אוגוסט 24, 2018 12:18 pm

ביינונז אין מאנרא טוען מיר קענען-לערנען די קאנטרי אידן אין די זומער וויקענדס, ווי זיי מאכן א טוריזם סטאפ דאהי אלס טייל פון די זומער אטראקציע.

- זיי האבן די רייט-אוו-וועי ביים זיך דרייען אריין אין א גאס לינקס, בעת איך וויל מיך דרייען רעכטס פון קעגן איבער.
- זיי קענען פארקן שיף אינמיטן א פארנומענעם ראוד, נוסח קאנטרי.
- קומען אין גראסערי און שול מיט קאנטרי סטיל אנגעטועכטס, און צעלאזטע קורצע הויזן אינגלעך.
- פרעגן מאדנע "ווי קען מען דא באקומען" פראגעס.
- אלעס אין דער וועלט קומט זיך זיי, און אויב מאנרא איז גענוג קלוג דאס נישט אהער צושטעלן, איז דאס ווייל מיר וואוינען נעבעך אין א דריטע וועלט לאנד.
- פראווען רייכע סטאנדארד שמחות אין די קר"י זאלן, לאזן איבער עסן-שמוץ אין די פאבליק פארקינגס, דרייוון ארום מיט מאסיוו-ברייטע רענטאל עס.יו.ווי'ס אדער צעשאסענע מיניווען'ס מיט דריי בייקס פארטשעפעט פון הונטן.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » פרייטאג אוגוסט 24, 2018 12:52 pm

!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר חמש מאות
תגובות: 956
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

תגובהדורך פערדס מיניסטער » פרייטאג אוגוסט 24, 2018 12:53 pm

;l;p-
ווען דו סיינסט זיך אויף מיט Sofi און דו לייגסט אריין $100 באקומען אונז ביידע $25, ס'לוינצעך צו אויסטשעקן.

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1158
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » פרייטאג אוגוסט 24, 2018 1:28 pm

;l;p- ;l;p-
בן אזוי נעמט מען אויף געסט
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3190
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » פרייטאג אוגוסט 24, 2018 1:35 pm

אכטונג! אכטונג!

עס ווערט געזוכט א מאן וואס איז אריינגעגאנגען אין 'ביירייט' און עס איז שוין אריבער באלד דריי שעה און מ'האט נאכנישט געהערט פון אים.

לויט ווי די עסקנים געבן איבער, זאל זיך קיינער נישט דערנענטערן. ער איז א געריבענער סוחר!!

ווער עס ווייסט וואו ער איז זאל זיך מעלדן!!

איינע פון די סמנים איז, אז ער דרייט זיך ארום מיט א קארנפלעק"ס באקס!!

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » פרייטאג אוגוסט 24, 2018 4:43 pm

אפדעיט.

די פאליציי גייען שוין נאך זיינע פיס טריט.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 896
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » פרייטאג אוגוסט 24, 2018 5:49 pm

האסט מעך שוין געטראפן? גראדע בינעך טאקע דארט געוועין, אבער נישט געהאט קיין נערוון מקיים פסק צי זיין. נעקסטע זומער מעיבי.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2701
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » זונטאג אוגוסט 26, 2018 3:33 pm

וואוו! דער גמליאל איז פיין, יישר כח בן פדהצור!!

.onion
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 08, 2017 10:53 am

תגובהדורך .onion » זונטאג אוגוסט 26, 2018 4:16 pm

מיר האט איינער געמאכט א חשבון אז עז איז ביליגער צי גיין אין קאנטרי ווי צי בלייבען אינדערהיים
(ער האט מעך נישט געוואלט בארגען זיין calculator )

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2793
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » זונטאג אוגוסט 26, 2018 4:46 pm

.onion האט געשריבן:מיר האט איינער געמאכט א חשבון אז עז איז ביליגער צי גיין אין קאנטרי ווי צי בלייבען אינדערהיים
(ער האט מעך נישט געוואלט בארגען זיין calculator )

viewtopic.php?p=1252386#p1252386
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

מיין אבזערוואציע ווינקל

אוועטאר
בן פדהצור
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 2:40 pm

תגובהדורך בן פדהצור » זונטאג אוגוסט 26, 2018 4:52 pm

פון טיפן מאראנצען וויל איך דא געדאנקען אלע מגיבים כולם אהובים. סיי דע וואס האבן עס יא אדער נישט ליב געהאט איך האף אז א שמייכעל אויף אייערע לעפצען האט זיך באקוועם געמאכט אביסל. אי״ה איך וועל זיך איבערשטרענגען צו שרייבן מער ארטיקלען.

אייער הארץ פריינט גמליאל דער זון פון פדהצור
ס׳דא ווער ס׳וואונדערט זיך וויאזוי מען זאגט WOW אויף אידיש, איך וואונדער מיך וויאזוי מען זאגט: פפפששיהאאא.... אויף ענגליש.
צו לייזן דעם פראגע און אפגעבן אייער ענטפער, שיקט אן אימעיל צו gambenp@gmail.com, דאנקע שיין,

אייער פריינט גמליאל׳ן

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2793
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » זונטאג אוגוסט 26, 2018 5:17 pm

בן פדהצור האט געשריבן:אי״ה איך וועל זיך איבערשטרענגען צו שרייבן מער ארטיקלען.

מ'שטיימער געשפאנט!
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

מיין אבזערוואציע ווינקל


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט