א ווארט צום נארוואס-אהיימגעקומענע-קאנטרי איד...

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » זונטאג אוגוסט 26, 2018 6:06 pm

היינט האבעך געקלערט, אזא געפיהל...
די אלע וועלכע קומען צוריק פון קאנטרי, פילן זיך ווי אדם הראשון ביים פארטרייבן פון גן עדן....

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2562
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » זונטאג אוגוסט 26, 2018 11:18 pm

ראספשע האט געשריבן:היינט האבעך געקלערט, אזא געפיהל...
די אלע וועלכע קומען צוריק פון קאנטרי, פילן זיך ווי אדם הראשון ביים פארטרייבן פון גן עדן....

כ'בין שוין אינגאנצן צומישט. וואו איז דער גן עדן, אין קאנטרי אדער אין שטאט?
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

מיין אבזערוואציע ווינקל

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מאנטאג אוגוסט 27, 2018 2:16 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:היינט האבעך געקלערט, אזא געפיהל...
די אלע וועלכע קומען צוריק פון קאנטרי, פילן זיך ווי אדם הראשון ביים פארטרייבן פון גן עדן....

כ'בין שוין אינגאנצן צומישט. וואו איז דער גן עדן, אין קאנטרי אדער אין שטאט?

לא הבנתי הסתירה
שם כתבתי שהקאנטרי יודן מקורם מן העיר, ושם הם שבים ללכת...
וכאן אני כותב ש'הם' חושבים שהגן עדן שהיו שם והדזשענגאלוי עם הסקאנקס, ישאר לנצח...

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1444
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 5:41 pm

לכבוד דער קורץ רעקלדיגער - ווייס-העמעד באטשי וואס האט געמאכט א אפשטעל אין קרית יואל אויפן וועג אהיים פון קאנטרי.

איך ווייס אז דיין געזונדל איז הונגעריג, אבער ביטע! פארוואס אין די וועלט שיסטו ארויס די גאנצע שריים פון דיין אינערליכע אכילה גלייך אויפן אספאלט פונעם פארקינג לאט? איך ווייס נישט צו דאס איז דער מנהג אין קאנטרי, און איר האלט אז מאנרא איז אותיות קאנטרי, אדער איר האלט פשוט אז מיר זענען נישט די זעלבע הויכגעשעצטע סארט פערזאנען ווי אייך, און דעריבער שעמט איר זיך נישט פון אונז מיט אייער געמיינע אויפפירונג, אבער מ'סארי.

זאג מיר ביטע ווי אין פלעטבוש דו וואוינסט און איך וועל דעליווערן דיין פארציע גולאש שריים אין פראנט פון דיין הויז.

און איך מיין נישט בלויז אייך. איך גיי דא אזוי ארום אין צענטער פון קר"י, און אלע פארקינג ערטער זענען פיל מיט ארויסגעווארפענע קארן שמוץ, ביינער און עסן שריים, עפעס וואס פאסירט דייקא אין די יעצטיגע קאנטרי צוריק-קער תקופה יאר יערליך.

איז דאס מענטשליך???
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

אוועטאר
ליידיג גייער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2013 4:31 pm

תגובהדורך ליידיג גייער » זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 7:01 pm

איך האב מורא אז עס פאסירט רונדע דאס יאהר און יעצט בלעימט מען דעם קאנטרי יוד.
נב. איך בין נישט געווען אין קאנטרי.

אוועטאר
איינפאכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 750
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm

תגובהדורך איינפאכער איד » זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 7:41 pm

וואו איז בן פדהצור דאס יאר? איז ער ח"ו רח"ל ל"ע יא געפארן דאס יאר אין קאנטרי?....!!!
אויב נישט דאן ווארטן מיר אויף א זאפטיגן ארטיקל כדאשתקד...

אוועטאר
בן פדהצור
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 2:40 pm

בקיצור, די צייטן פון אמאל האבן זיך שוין גענדיגט!

תגובהדורך בן פדהצור » זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 9:44 pm

בקיצור, די צייטן פון אמאל האבן זיך שוין גענדיגט.

יאפ.. אזוי ווי יעדע זאך אויף די וועלט נעמט אן עק האט זיך דער זאך אויף געעקט.

אין בויך קיצלט די נייגער? וואס וויל דער זון פון פדהצור שוין ווייטער..? העל איך דיר זאגן. אבער לאמיר רעדן מער כמדבר איש אל רעהו, ווייל ס׳פעלט נישט אויס אז דער גאנצערעוליעם זאל אויסגעפינען דערפון. אלזא קאן איך אין דיר האבן צוטרוי, יא? פיין איז נעמזשע זיי מוחל א בענקעלע א קליינטשיקס און זעץ זיך אנידער נעבן מיר. איך וועל מיר אנצינדן דעם לולקע,

פיין?

נו גוט.

איז הערזשע.

א לאנגע צייט צוריק, איין מינוט... נישט אזוי לאנג צוריק מיט נאר אַכט וואכן צוריק איז עס געווען, אביסל מער דערפון.., עכ״פ דעמאלטס איז געשען א מורא׳דיגע זאך, עס איז ליידיג געווארן!

איין מינוט.. קענסט נישט ווארטן? כעל דיר שוין זאגן וואס איז ליידיג געווארן!! עס איז ליידיג געווארן גאנץ בארא פארק גאנץ וויליאמסבורג און... מיין גאנצע בלאק! העסטו וועלן וויסן וואס סאיז געשען אז עס איז ליידיג געווארן, און וואו זענען די מענטשן געגאנגען? איז לאמיר דיר אביסל שילדערן די דעטאלן און איינצעלהייטן, פארשרייב עס דיר עס העט דיר נאך פילייכט צוניץ קומען איין טאג.

איז אזוי, סוף פון חודש יוני, האבן זיך די נערווען צוזאמגעצויגן, די שטימעס געהויבן, עס האט זיך אנגעהויבן זען אן אנלויפעניש פון באקסעס, ווי היישעריקן נאך א שניי, די ברוינע מינע באקסעס, זיי רופן עס ׳אייער באקסעס׳, עכ״פ זיי האבן גענומען די ברוינע באקסעס און דאס געפענט ווי א הויז, דאן האט מען איינגעשפאנט די קינדער און משפחה מיטגלידער וואס פארמאגן די שטערקסטע ציין, און מען האט מען האט זיי אהינגעעגבן א ראלל פון פלעסטיק וואס קלעבט און פררמאגט אויך א פלעיוואר.. למען יקל עול המשא של הבאקסן טעיפער, איז מען טוט בויען א באקס און מען הייבט אן מאכן א מאסן דעפערטאציע פון אלעס וואס ליגט אין די לעדלעך אריין אינעם באקס אריין. קיינער ווערט נישט אפגעשוינט אפי׳ נישט דער פורקילעיטער וואס טוט אלס פראטעסט ארויסשטעקן זיין גרויסע קאפ פון די באקס.

ווען מען האט אנגעפילט דעם גאנצן ליווינג ספעיס פונעם באקס פארשליסט מען הערמאטיש די צוויי טויערן פון אויבן.

אבער דא מישט זיך דער שטן אריין.

מען מאכט צו די צוויי טירן פון אויבן אבער בשעת מעשה ווען מען האט שוין געכאפט דעם געוואונטשענעם פאזיציע הייבט מען אן זוכן די פלעסטיק טעיפ, מיט גרויס צער באמערקט מען אז עס ליגט דארט אביסל אראפציר. שוין א כפרה אויף די צוויי טירן. די שטייפקייט לאזט נאך און די טירן פונעם באקס עפענען זיך צוריק געבענדיג פאר די קאווע באטל און די מעסערלעך א געגלענהייט צו מאכן א ויברח בשעת ווען דער באקסן קלעבער גייט אפנעמען דעם ראלל טעיפ.

א פארסאפעטער, קומט דער באקסן קלעבער צוריק און הייבט אן פון פריש זיין סייענטיפיש באזירטן מעטאד ווי צו הערמאטיש פארמאכן דעם באקס, און ווען ער האט שוין געכאפט די פורטל, זעט ער א פרישע צרה.. נעמליך ער האט פארלוירן דעם פתחו של אולם; דער קליינטשיק זעבארער שטיקל, דער אנהויב פונעם שלאנג האט זיך פארלארן. עס איז ווי א גוי פארלירט זיך אין וואלד. אלעס קוקט אויס די זעלבע. דער באקסן טעיפער נעמט זיך דרייען דעם ראלל טעיפ ווי א צוקאכטער רעדל, ווען בשעת מעשה נוצט ער אויס די גאנצע קראפט זיינער אויף צו דערשנאפן אולי יחוס עם עני ואביון אולי ירחם, אפשר דאך וועט ער אן עק דערטאפן און קענען צוריקגיין צו די הייליגע ארבעט פון פארקלעפן די באקסעס. ווען ער טרעפט נישט קיין עק באשליסט ער יהיה מה שיהיה מען קען דאך דא נישט אפשטעלן די גאנצע יקום, ער גיט מיט א חצי כעס א צוגראַדזשע אריין און והנה ער קען ווייטער אנגיין.

הערסטו? שוין אזוי נעמט מען נעבעך איין באקס נאכן צווייטן, האלב צופאנטשט און צוקוועטשט כצאן לטבחה שלעפט מען זיי אריין אינעם קאר און מיט זילזול שטופט מען זיי אריין טיפער און טיפער און טיפער און טיפער ביז אזש מען קען שוין חלילה נישט אטעמען דאן ברענגט מען נאך א באקס און בקיצור אזוי פארפאקט מען דעם אויטא, ביז... מען כאפט אז מען האט פארגעסן צו מאכן פלאץ פאר די רייזענדע, בייז ווי א האריקעין אויפגערעגט אויף די גאנצע האלב פון די וועלט שטורעמט מען די באקסעס מיט צאָרן. ווי כאילו זיי האבן זיך אליינס אן רשות אהין אריינגעווארפן און זיך פלאצירט.

פארשטייסט שוין אליין וואסארע געשמאקע רייזע די וועג צו יענע קליינע ביידלעך זענען.

עכ״פ מיר וועלן אבער נישט אזוי ווייט פאקעסירן אויף יענע חלק נאר עמנדערש וויל איך מיט דיר אביסל קלאגן אויף די גוטע צייטן וואס זענען פארביי, אינזערע גוטע צייטן.

וואו זאל איך אנהייבן? פון די פארקינג? אז מען האט נישט געדארפט זוכן פארקינג ניטאמאל געדארפט טוישן די אלטערנעט זייט, קיין איין טיקעט נישט געכאפט צוליבן עצלות פון נישט רוקן דעם מאשין יעדע מאנטאג און דאנערשטאג. דו כאפסט אז אכט וואכן האב איך געקענט ארויסגיין מיט מיינע קינדער אויפן גאס פאר א שפאנציר אנע דעם וואס איך זאל מיך דארפן שעמען מיט צובלאזן די באבל׳ס וואס מיינע בנימ׳לעך און בנות׳לעך האבן מיט אייפער געפארעמט? דו כאפסט אז אכט וואכן האב איך געהאט א בחורים פרייע שטאט? די מנינים זענען געווען רואיגער און מיר האבן נישט געהאט די זיבן זאטע בחורים שטיייען ביי איין טיר פון שטיבל בשעת ווען זיבן מאגערע בחורים דרייען זיך ארום די קארידארן אין שול און שטויסן אן די טראפיק!

פלוצלונג האבן שמייכלעך זיך באוויזן, געלעכטער זיך געלאזט הערן, און פריינטליכקייט געווארן א טייל פון די מענשטהייט. דער גראסערי מאן האט זיך ערלויבט צו מאכן א ווערטעל צוויי, און דער הארדוואר סטאר מאן זיך ערלויבט צו רעדן א ווארט אויסער די עטליכע שטיינערדיגע זאצן וואס ער ברומט ארויס פון אונטער זיינע וואנצן געווענליך. עס האט אויסגעזען ווי א נייע גייסט האט איבער גענומען דעם האריזאנט.

דו ווייסט אז ערב שבת איז דער גראסערי געווען ליידיג אז איך האב צום ערשטן מאל אינעם יאר געקענט זיך אפשטעלן און באשליסן וועלכע אייטעם צו קויפן און וועלכע נישט, אנשטאט די גאנץ יעריגע גערויש און געטומעל וואס די רואיגע קאנטרי אידן מאכן אן.

אבער יעצט איז עס שוין א פארגאנגענהייט, די גוטע צייטן האב זיך גענדיגט.

ווי היישעריקן נאך א שניי האבן זיך די מאסן עוואקואציעס אנגעהויבן פון די קאנטרי. פון לעצטע וואך האט מען יעדן טאג פארלוירן נאך א שטיקל פלאץ, די שמייכלעך האבן זיך אנגעהויבן פארלעשן די פריינטליכקייט צווישן די שכנים האט זיך פארשטיינערט בבחינת איך האב דיר קיינמאל נישט געקענט, פארגעס פון מיר איך פארגעס פון דיר.

די פרייליכע לעבהאפט איז ווי פון א פארציקענדע חי׳ אנטלאפן אין די מייזן לעכער.

און די בעסטע חלק? הער איך ווי איין גוטמוטיגער קאנטרי איד זאגט פאר א צווייטער גוטע-שטימונג-קאנטרי איד: ״וואס זאגסטו צו שטאָאָאָט?, געפערליך הא?״

ווייס וואס איך האב געוואלט ענטפערן? ״יא יא, טאקע אין די שטאָט וואס דו זעסט וויל איך אויך נישט זיין!״.

בקיצור די גוטע צייטן האבן זיך שוין גענדיגט!

צום ווידערזען איבערס-יאר אי״ה. הער אויס אן עצה פון גמליאל דער זון פון פדהצור: מאך שוין יעצט א סימן אויף די טעיפ אז דו זאלסט נישט פארלירן די פלאץ!! הענג עס ארויף ערגעץ ווי יעדער גייט אדורך און בייזער דיך אויב עמיצער גייט צו נאנט צו דעם! אה.. און פארגעס נישט צו אנלייגן אלע שטיגן מיט די אייער באקסעס וואס איך וועל אייביג וויסן צו וועלכע באנגעלוי עס צוריק צוגעבן.. ווייל עס שטייט דאך מיט קידוש החמה אותיות דערויף אלע וויכטיגע אינפאראמציע, גיב נאר אכטונג אז די ניגעריע שווינדלער זאלן נישט לייגן אן האנט דערויף...

ווי זאגט יוסי מייער אויף קול מבש... האטס א לעכטיגן... און לאזט מיך וויסן וויאזוי ס׳געווען!
ס׳דא ווער ס׳וואונדערט זיך וויאזוי מען זאגט WOW אויף אידיש, איך וואונדער מיך וויאזוי מען זאגט: פפפששיהאאא.... אויף ענגליש.
צו לייזן דעם פראגע און אפגעבן אייער ענטפער, שיקט אן אימעיל צו gambenp@gmail.com, דאנקע שיין,

אייער פריינט גמליאל׳ן

אוועטאר
בן פדהצור
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 2:40 pm

תגובהדורך בן פדהצור » זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 9:46 pm

איך האב קודם געקלערט אז עס איז שוין צו שפעט, אבער נאכן ערהאלטן הפצרות האב איך ארויסגעלייגט וואס איך האב מיר פארשריבן.
ס׳דא ווער ס׳וואונדערט זיך וויאזוי מען זאגט WOW אויף אידיש, איך וואונדער מיך וויאזוי מען זאגט: פפפששיהאאא.... אויף ענגליש.
צו לייזן דעם פראגע און אפגעבן אייער ענטפער, שיקט אן אימעיל צו gambenp@gmail.com, דאנקע שיין,

אייער פריינט גמליאל׳ן

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2012
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 10:35 pm

בן פדהצור האט געשריבן:ווי זאגט יוסי מייער אויף קול מבש... האטס א לעכטיגן... און לאזט מיך וויסן וויאזוי ס׳געווען!

סאיז געווען זייער פיין
;l;p- ;l;p- ;l;p- :lol: :lol:

אוועטאר
נעגלוואסער
שר חמש מאות
תגובות: 713
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 02, 2017 4:28 pm
לאקאציע: between the 2 king size deds

תגובהדורך נעגלוואסער » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 8:36 am

בן פדהצור האט געשריבן:ווי זאגט יוסי מייער אויף קול מבש... האטס א לעכטיגן... און לאזט מיך וויסן וויאזוי ס׳געווען!

מורא'דיג גוט און זיס אראפגעלייגט ר' גמליאל א שינע פאר מאל זיך גוט צושמייכלט
די ערשטע מחלוקה פון יעדע אידישע פארפאלק איז ווער סזאל אנגרייטן די ........ יא איר געדענקט גוט די נעגלוואסער

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1105
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 11:03 am

בן פדהצור האט געשריבן:איך האב קודם געקלערט אז עס איז שוין צו שפעט, אבער נאכן ערהאלטן הפצרות האב איך ארויסגעלייגט וואס איך האב מיר פארשריבן.

קיינמאל נישט שפעט פאר א גוטע ארטיקל.
שכוח, געברענגט א שמייכל. :lol:
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

אוועטאר
איינפאכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 750
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm

תגובהדורך איינפאכער איד » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 12:33 pm

א גרויסן דאנק פאר אונזער פירשפרעכער בן פדהצור

אוועטאר
סארקאזי
שר חמש מאות
תגובות: 973
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 12:54 pm

יו ביזטו זיס. גמליאל ....דער זון פון פדהצור

אוועטאר
איינפאכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 750
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm

תגובהדורך איינפאכער איד » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 1:18 pm

בן פדהצור האט געשריבן:בקיצור, די צייטן פון אמאל האבן זיך שוין גענדיגט וכו' וכו' וכו'......
...ווי זאגט יוסי מושי מייער אויף קול מבש... האטס א לעכטיגן... און לאזט מיך וויסן וויאזוי ס׳געווען!

טראכט נאר אביסל
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 19, 2019 6:35 pm

תגובהדורך טראכט נאר אביסל » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 2:48 pm

דער זון פון פדהצור איז דער מלך בענין העברת החיך על שפתי החונים פה בעלמא יהודאי, תיכף אחר ימי הקיץ

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2618
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 2:57 pm

ברוכים הבאים!
מאכט אייך היימיש!

אוועטאר
בן פדהצור
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 2:40 pm

תגובהדורך בן פדהצור » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 3:08 pm

איינפאכער איד האט געשריבן:
בן פדהצור האט געשריבן:בקיצור, די צייטן פון אמאל האבן זיך שוין גענדיגט וכו' וכו' וכו'......
...ווי זאגט יוסי מושי מייער אויף קול מבש... האטס א לעכטיגן... און לאזט מיך וויסן וויאזוי ס׳געווען!


ייוש... זאגסט דאך גוט, איך דערמאן זיך יעצט, "יא, א גוטן דא רעדט מושי מייער פון... :roll: :roll:
ס׳דא ווער ס׳וואונדערט זיך וויאזוי מען זאגט WOW אויף אידיש, איך וואונדער מיך וויאזוי מען זאגט: פפפששיהאאא.... אויף ענגליש.
צו לייזן דעם פראגע און אפגעבן אייער ענטפער, שיקט אן אימעיל צו gambenp@gmail.com, דאנקע שיין,

אייער פריינט גמליאל׳ן

אוועטאר
בן פדהצור
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 2:40 pm

תגובהדורך בן פדהצור » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 3:09 pm

טראכט נאר אביסל האט געשריבן:דער זון פון פדהצור איז דער מלך בענין העברת החיך על שפתי החונים פה בעלמא יהודאי, תיכף אחר ימי הקיץ


זעסט, מיט אביסל טראכטן קומט מען צו צום אמת!
ס׳דא ווער ס׳וואונדערט זיך וויאזוי מען זאגט WOW אויף אידיש, איך וואונדער מיך וויאזוי מען זאגט: פפפששיהאאא.... אויף ענגליש.
צו לייזן דעם פראגע און אפגעבן אייער ענטפער, שיקט אן אימעיל צו gambenp@gmail.com, דאנקע שיין,

אייער פריינט גמליאל׳ן

אוועטאר
בן פדהצור
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 2:40 pm

תגובהדורך בן פדהצור » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 3:10 pm

סארקאזי האט געשריבן:יו ביזטו זיס. גמליאל ....דער זון פון פדהצור


מיין טאטע רבי פדהצור'ן איז שוין אויך געווען א זיסער :oops:
ס׳דא ווער ס׳וואונדערט זיך וויאזוי מען זאגט WOW אויף אידיש, איך וואונדער מיך וויאזוי מען זאגט: פפפששיהאאא.... אויף ענגליש.
צו לייזן דעם פראגע און אפגעבן אייער ענטפער, שיקט אן אימעיל צו gambenp@gmail.com, דאנקע שיין,

אייער פריינט גמליאל׳ן

אוועטאר
בן פדהצור
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 2:40 pm

תגובהדורך בן פדהצור » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 3:11 pm

פרידן האט געשריבן:
בן פדהצור האט געשריבן:ווי זאגט יוסי מייער אויף קול מבש... האטס א לעכטיגן... און לאזט מיך וויסן וויאזוי ס׳געווען!

סאיז געווען זייער פיין
;l;p- ;l;p- ;l;p- :lol: :lol:


דו האלסט אז פאר מושי מייער גיט מען אויך פידבעק? :P :P
ס׳דא ווער ס׳וואונדערט זיך וויאזוי מען זאגט WOW אויף אידיש, איך וואונדער מיך וויאזוי מען זאגט: פפפששיהאאא.... אויף ענגליש.
צו לייזן דעם פראגע און אפגעבן אייער ענטפער, שיקט אן אימעיל צו gambenp@gmail.com, דאנקע שיין,

אייער פריינט גמליאל׳ן

אוועטאר
בן פדהצור
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 2:40 pm

תגובהדורך בן פדהצור » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 3:11 pm

נעגלוואסער האט געשריבן:
בן פדהצור האט געשריבן:ווי זאגט יוסי מייער אויף קול מבש... האטס א לעכטיגן... און לאזט מיך וויסן וויאזוי ס׳געווען!

מורא'דיג גוט און זיס אראפגעלייגט ר' גמליאל א שינע פאר מאל זיך גוט צושמייכלט


נעגל וואסער האסטו שוין געגאסן?
ס׳דא ווער ס׳וואונדערט זיך וויאזוי מען זאגט WOW אויף אידיש, איך וואונדער מיך וויאזוי מען זאגט: פפפששיהאאא.... אויף ענגליש.
צו לייזן דעם פראגע און אפגעבן אייער ענטפער, שיקט אן אימעיל צו gambenp@gmail.com, דאנקע שיין,

אייער פריינט גמליאל׳ן

אחד מהחבורה
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2018 6:51 pm

תגובהדורך אחד מהחבורה » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 4:34 pm

יוש... איז דאס א גוטס! איין גוטע זאך וואס מ'האמיר יא פארדינט פון דעם אז מ'גייט אין די קאנטרי, אז הרב פדהצור זון האט גענומען די פעדער אין די האנט.
א שאד נאר אז מ'גייט נישט אפאר מאל א יאר אין קאנטרי.
.don't meet with negative people. because they have a problem,for every solution

מצלמה
שר האלף
תגובות: 1085
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 25, 2015 7:37 pm

יא - דאס איז היינט -

תגובהדורך מצלמה » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 10:54 pm

ב״ה דער טראפיק שפירט זיך פעסט
צוגעלייגטע
76430AAE-D8A6-4A27-958A-1458B34B3109.jpeg
76430AAE-D8A6-4A27-958A-1458B34B3109.jpeg (214.64 KiB) געזעהן 515 מאל

אוועטאר
נעגלוואסער
שר חמש מאות
תגובות: 713
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 02, 2017 4:28 pm
לאקאציע: between the 2 king size deds

תגובהדורך נעגלוואסער » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 2:15 pm

בן פדהצור האט געשריבן:
נעגלוואסער האט געשריבן:
בן פדהצור האט געשריבן:ווי זאגט יוסי מייער אויף קול מבש... האטס א לעכטיגן... און לאזט מיך וויסן וויאזוי ס׳געווען!

מורא'דיג גוט און זיס אראפגעלייגט ר' גמליאל א שינע פאר מאל זיך גוט צושמייכלט


נעגל וואסער האסטו שוין געגאסן?

למאי נפקא מינה?
די ערשטע מחלוקה פון יעדע אידישע פארפאלק איז ווער סזאל אנגרייטן די ........ יא איר געדענקט גוט די נעגלוואסער


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט