סליחות מיט מוזיק. איז דאס נארמאל? (אפגעטיילט)

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3061
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 5:20 pm

יואל שרייבער האט געשריבן:לויט ווי איך האב פארשטאנען פון עטליכע מענטשן וואס זענען דארט געווען, איז די סיבה דערפאר ווייל די חינוך וואס זיי האבן באקומען איז גאר גוט , און כאטש זיי פרובירן אזוי שטארק ארויסצוטרייבן פון זיך דעם פחד יום הדין כאפט זיי דאך אהן אן אנגעצויגנקייט א' סליחות און כדי זיך צו בארואיגן דארפן זיי גיין צו א קומזיץ צוזאמען מיט נאך אזעלכע ווי זיי און זיך מחזק זיין איינער דעם צווייטן אז מען דארף נישט מורא האבן.

;l;p- ;l;p- ;l;p- :lol: :lol:
כשמ"ו כן הוא

ווילי זיידע
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 28, 2018 9:12 am

תגובהדורך ווילי זיידע » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 5:25 pm

יואל שרייבער האט געשריבן:לויט ווי איך האב פארשטאנען פון עטליכע מענטשן וואס זענען דארט געווען, איז די סיבה דערפאר ווייל די חינוך וואס זיי האבן באקומען איז גאר גוט , און כאטש זיי פרובירן אזוי שטארק ארויסצוטרייבן פון זיך דעם פחד יום הדין כאפט זיי דאך אהן אן אנגעצויגנקייט א' סליחות און כדי זיך צו בארואיגן דארפן זיי גיין צו א קומזיץ צוזאמען מיט נאך אזעלכע ווי זיי און זיך מחזק זיין איינער דעם צווייטן אז מען דארף נישט מורא האבן.


די סיבה איז מיין קינד, ווייל זיי זענען אנגעפיקעוועט מיט אינטערנעט, און אנגעפרעסן מיט פארגרעבטקייט, אנשטאט א מוסר ספר זיצט מען און מ'וואטס-אפט אגאנצן טאג, און מ'ליינט זיך אן מיט אלע שוטים און גראבע יונגען פון די אינטערוועלט, און מ'דרייט זיך מיט די פארשטאפטע חברה, און זויווי מ'לייגט זיך זוי מ'שטייט אויף!

פאראויס
שר חמש מאות
תגובות: 884
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 8:56 pm

תגובהדורך פאראויס » מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 9:35 pm

ווילי זיידע האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:לויט ווי איך האב פארשטאנען פון עטליכע מענטשן וואס זענען דארט געווען, איז די סיבה דערפאר ווייל די חינוך וואס זיי האבן באקומען איז גאר גוט , און כאטש זיי פרובירן אזוי שטארק ארויסצוטרייבן פון זיך דעם פחד יום הדין כאפט זיי דאך אהן אן אנגעצויגנקייט א' סליחות און כדי זיך צו בארואיגן דארפן זיי גיין צו א קומזיץ צוזאמען מיט נאך אזעלכע ווי זיי און זיך מחזק זיין איינער דעם צווייטן אז מען דארף נישט מורא האבן.


די סיבה איז מיין קינד, ווייל זיי זענען אנגעפיקעוועט מיט אינטערנעט, און אנגעפרעסן מיט פארגרעבטקייט, אנשטאט א מוסר ספר זיצט מען און מ'וואטס-אפט אגאנצן טאג, און מ'ליינט זיך אן מיט אלע שוטים און גראבע יונגען פון די אינטערוועלט, און מ'דרייט זיך מיט די פארשטאפטע חברה, און זויווי מ'לייגט זיך זוי מ'שטייט אויף!


און אונזער חינוך סיסטעם איז שולדיג..

מ'האט נישט אריינגעלייגט א ווארמקייט..., אדער כמבואר בה'אשכול פון די מאמענט השקפה אויסגאבע 'ידעתי' אז מ'האט נישט גענוג שטארק אראפגעלייגט אין חדר מעמד הר סיני...

אפענע אינטערנעט אין ביזעם טיש בשכבך ובקומך, און זיין אדיקטעד אויף סאשעל מידיע, וואטסעפפ, טעלעגראם, וכו' וכו' טשעטן כ"ד שעות ביום און נישט עפענען א אידיש ספר, און ער וויינט אז ער טריקן.. און שפעטער אז ער האט קשיות.. און "מיינע מלמדים"..

דער און יענער איז 99% שולדיג, אבער אפשר, אפשר, איז א קליין ביסל אונזער יצר הרע אויך שולדיג? אפשר.

טריי עס, 1) לאז דיין אינטערנעט כלי אויף די אפיס טיש ווען דו גייסט אהיים, באפריי דיך דערפון נאך די ביזנעס שעות. 2) גיי צו התאחדות אברכים און נעם דיר א חברותא צו לערנען א מסכת וואס "דו"ווילסט" לערנען צו מסיים זיין.

איך זאג דיר פון עקספיריענס אז די אלע קשיות און טענות אויף די גאנצע שטאט וועט זיך אויפהערן. וועסט פלוצלינג זיין צופרידן מיט א סליחות אן מוזיק אויך.

פאראויס
שר חמש מאות
תגובות: 884
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 8:56 pm

תגובהדורך פאראויס » מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 9:48 pm

פעניאק האט געשריבן:קומט איצט אריין די גוטע נייעס סגייט פארקומען א ״כפרה קאנצערט״ ערב יוה״ק באשמורת הבוקר...
לויט די לעצטע באריכטן וועט עס פארקומען אין ״בראנקס זאא״....

הערליכע שטערןס בעולם הנגינה באגלייט מיט לייוו מוזיק, קווייערס, ועוד
וועלן אראפלייגן די הערליכע שטיקל ״א כפרה״... (דאכט זיך סקומט פון ליפא בדרך)

די קלימאקס וועט זיין ווען א הרליכע ילד הפלא וועט אראפזינגען א הערליכע ניגון
ספעציעל פארפאסט לכבוד די מעמד און עטליכע טרענירטע טשיקנס וועלן באגלייטן די ניגון מיט הערליכע הארמאניעס.....

סוועט זיין אלע ערליי כפרהס צו שלאגן אויפן פלאץ (פאר די וואס נוצן נישט טשיקן צוליב די לעצטערע שרוריות וועט זיין צוגעשטעלט בהמות פאר א מינימאלע אפצאל)....

אויב איינער ווייסט מער ביטע ברענגען....


די יום כיפער קאנצערט סקעדזשול איז שוין ארויסגעקומען? אדער דאס וועט נאך נעמען א צוויי יאר..?

תשפ"א, "יום כיפור, א פול דעי אויף דערהויבנקייט און אינטערטעמענט - אין די שערעטען, - מיט חזן יודי פייפער". קאננעקט טו האשעם וויט ז'שוי. (רח"ל נעבעך, די חברה זענען בכלל נישט ווייט דערפון).

מסתמא וועלן זיין ניקס וואס וועלן זיי אפילו "פארשטיין"..

ס'איז עקטיולי אסאך חשוב'ער ווי די א' סליחות קאנצערט, ווייל א באטייגליטער גייט זאגן אז "ס'איז די ערשטע יום כיפור וואס איך פאסט" אדער "שכוח יודי פאר די יום כיפור 'דעי אויף אינטערטעמענט', כ'בין נישט געווען זיכער אז איך גיי פאסטן די יאר, און נאר וועגן דיר האב איך געפאסט..!" פשיהא! זעהט עטץ! מ'קען ב"ה אזויפיל אויפטוהן. עטץ מוזט פארשטיין, סאיז תשפ"א!

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 9:57 pm

ירחם ה' על עמו וישלח לקץ הימין משוחנו.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25802
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 12:43 am

איך רעדט נישט אריין בדברים שעומדים ברומו של עולם ובני אדם מזלזלין בהן, אבער צום נאמען פון אשכול: סליחות מיט מוזיק, איז דאס נארמאל? אפגעטיילט

איך זעה נישט פארוואס סליחות און מוזיק זאל נישט זיין נארמאל אויב איז עס אפגעטיילט, לכל זמן ועת, יעדע זאך האט זיין צייט, ס'דא א צייט פאר סליחות און צייט פאר מוזיק, עת לשחוק ועת לבכות

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2392
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 10:02 am

מיסטער מיללער! ראנג אשכול. ביטע גיי צו די קרעפלעך אשכול. @נשמה'לע קען זיכער די אדרעס..... בעט דאס ביי אים

אוועטאר
איינס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4932
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 10:30 am

מיללער האט געשריבן:איך רעדט נישט אריין בדברים שעומדים ברומו של עולם ובני אדם מזלזלין בהן, אבער צום נאמען פון אשכול: סליחות מיט מוזיק, איז דאס נארמאל? אפגעטיילט

איך זעה נישט פארוואס סליחות און מוזיק זאל נישט זיין נארמאל אויב איז עס אפגעטיילט, לכל זמן ועת, יעדע זאך האט זיין צייט, ס'דא א צייט פאר סליחות און צייט פאר מוזיק, עת לשחוק ועת לבכות

היתכן ליצנות אין אלול...

מיין תגובה נעכטן ברוח דבריך האט מען פארמעקט, מאך שנעל א קאפי....

נ.ב. מיין יעצטיגע תגובה האב איך שוין א קאפי :{
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2496
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 11:18 am

הרב יצחק ווייס פון ירושלים אויף זיין האטליין קול חברי האט נעכטן ביינאכט א שיינע שמועס אקעגן די סליחות קומזיץ אין מאנסי
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

אוועטאר
כתמר יפרח
שר חמש מאות
תגובות: 586
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 07, 2018 8:17 pm

תגובהדורך כתמר יפרח » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 11:24 am

farshlufen האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:פארוואס ברענגסטו נישט די מודעה פון די בעלי תפילה?

תיקון הכללי פאר ילדי תשב"ר? וואס האבן די קינדער שוין אפגעטוען אז זיי ברויכן אזא גרויסע תיקון?
אפשר נאך אזא קומזיץ דארף מען א תיקון..
א מתנגיד צו טראמפ, מיינט נישט א חסיד פין ביידען!

פאראויס
שר חמש מאות
תגובות: 884
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 8:56 pm

תגובהדורך פאראויס » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 3:39 pm

מיללער האט געשריבן:איך רעדט נישט אריין בדברים שעומדים ברומו של עולם ובני אדם מזלזלין בהן, אבער צום נאמען פון אשכול: סליחות מיט מוזיק, איז דאס נארמאל? אפגעטיילט

איך זעה נישט פארוואס סליחות און מוזיק זאל נישט זיין נארמאל אויב איז עס אפגעטיילט, לכל זמן ועת, יעדע זאך האט זיין צייט, ס'דא א צייט פאר סליחות און צייט פאר מוזיק, עת לשחוק ועת לבכות

;l;p-

real estate
שר מאה
תגובות: 164
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 18, 2015 10:54 am

תגובהדורך real estate » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 8:41 pm

עכט היימיש האט געשריבן:הרב יצחק ווייס פון ירושלים אויף זיין האטליין קול חברי האט נעכטן ביינאכט א שיינע שמועס אקעגן די סליחות קומזיץ אין מאנסי

וואס איז די נומבער צו קול חברי ?

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2496
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 8:42 pm

real estate האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:הרב יצחק ווייס פון ירושלים אויף זיין האטליין קול חברי האט נעכטן ביינאכט א שיינע שמועס אקעגן די סליחות קומזיץ אין מאנסי

וואס איז די נומבער צו קול חברי ?

646-585-2951
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2496
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 8:43 pm

עכט היימיש האט געשריבן:הרב יצחק ווייס פון ירושלים אויף זיין האטליין קול חברי האט נעכטן ביינאכט א שיינע שמועס אקעגן די סליחות קומזיץ אין מאנסי

הרב ש. ב. מרגליות (איך מיין אז עס איז הרה"ג ר' שמואל שלמה טעללער שליט"א, נישט זיכער) אין 'דער בלאט' רייסט גאר שארף אראפ די קומזיץ
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

אוועטאר
יאקאן דינעלי
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2018 12:23 pm

תגובהדורך יאקאן דינעלי » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 8:53 pm

עכט היימיש האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:הרב יצחק ווייס פון ירושלים אויף זיין האטליין קול חברי האט נעכטן ביינאכט א שיינע שמועס אקעגן די סליחות קומזיץ אין מאנסי

הרב ש. ב. מרגליות (איך מיין אז עס איז הרה"ג ר' שמואל שלמה טעללער שליט"א, נישט זיכער) אין 'דער בלאט' רייסט גאר שארף אראפ די קומזיץ

זיין ארטיקעל
http://www.ladaat.info/showgil.aspx?par ... 08&gil=974

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1734
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 9:19 pm

מפאקריכט דא פונעם סוגיא פון דעם אשכול

עס איז כדי אנצומערקן דא אז עס זענען דא שווערע טויזענטע מענטשן וואס האבן נישט קיין שום שיכות מיט די זאכן און דעיס איז סל הכול א מיעוט וואס מאכט אסאך גערידער
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr



געבט אייער שטימע - זענט איר צופרידן אז קעמפ איז געשלאסן ?


אייער שטימע קען ארויסהעלפן טויזענטע היימישע עלטערן !!
ליינט דא האראויפשטעלענדע עפיזאד איבער קעמפס

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1236
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 12:11 pm

וואס עפעס? האט געשריבן:מפאקריכט דא פונעם סוגיא פון דעם אשכול

עס איז כדי אנצומערקן דא אז עס זענען דא שווערע טויזענטע מענטשן וואס האבן נישט קיין שום שיכות מיט די זאכן און דעיס איז סל הכול א מיעוט וואס מאכט אסאך גערידער

גערעכט אבער מ'דארף יעצט אנהייבן רעדן ווען עס איז נאך בקצה המחנה
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4165
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 1:37 pm

צ/ק זיך יעצט דערמאנט א ווארט וואס כ'האב געהערט אמאל בשם רביה"ק מ'סאטמאר זי"ע:
"אלול דארף מען ציטערן! און אויב ציטערט מען נישט, דאן דארף מען הערשט ציטערן!!!..."
ודו"ק
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

Of course
שר חמישים ומאתים
תגובות: 374
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 1:09 am

תגובהדורך Of course » פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 1:55 pm

הרב ש. ב. מרגליות (איך מיין אז עס איז הרה"ג ר' שמואל שלמה טעללער שליט"א, נישט זיכער)

'ש'מואל 'ש'למה 'ב'ן פערל

Of course
שר חמישים ומאתים
תגובות: 374
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 1:09 am

תגובהדורך Of course » פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 1:55 pm

Of course האט געשריבן:הרב ש. ב. מרגליות (איך מיין אז עס איז הרה"ג ר' שמואל שלמה טעללער שליט"א, נישט זיכער)

'ש'מואל 'ש'למה 'ב'ן פערל



גילוי אלערט...?

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2233
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » זונטאג סעפטעמבער 09, 2018 7:15 am

ראספשע האט געשריבן:פאר די וועלכע האבן פארפאסט דעם א' סליחות קומזשיץ, קענען עס משלים זיין אין אומאן....

[רוק דיך ביטע אוועק, כ'וויל יעצט שפייען אבער א גוט'ס... כככככככככככ טפפפפוי!]


נאר איך זעה נישט?
ווי שטייט דא אז סליחות גייט זיין מיט א קומזיץ?
עס שטייט אז עס גייט זיין א קומזיץ ״הכנה לקראת זכור ברית״

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5132
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » זונטאג סעפטעמבער 09, 2018 7:29 am

ישוב הדעת האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:פאר די וועלכע האבן פארפאסט דעם א' סליחות קומזשיץ, קענען עס משלים זיין אין אומאן....

[רוק דיך ביטע אוועק, כ'וויל יעצט שפייען אבער א גוט'ס... כככככככככככ טפפפפוי!]


נאר איך זעה נישט?
ווי שטייט דא אז סליחות גייט זיין מיט א קומזיץ?
עס שטייט אז עס גייט זיין א קומזיץ ״הכנה לקראת זכור ברית״


ביי חסידים האט מען געוויסט אז די הכנה פאר די מצוה איז גרעסער ווי די מצוה אליין

פראצעדור
שר חמישים ומאתים
תגובות: 404
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 23, 2018 8:34 pm

תגובהדורך פראצעדור » זונטאג סעפטעמבער 09, 2018 8:15 am

דריידל האט געשריבן:
ישוב הדעת האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:פאר די וועלכע האבן פארפאסט דעם א' סליחות קומזשיץ, קענען עס משלים זיין אין אומאן....

[רוק דיך ביטע אוועק, כ'וויל יעצט שפייען אבער א גוט'ס... כככככככככככ טפפפפוי!]


נאר איך זעה נישט?
ווי שטייט דא אז סליחות גייט זיין מיט א קומזיץ?
עס שטייט אז עס גייט זיין א קומזיץ ״הכנה לקראת זכור ברית״


דער לע"נ טאשער רבי געפעלט מיר נאך די מערסטע

ר' יום טוב
שר האלפיים
תגובות: 2074
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » זונטאג סעפטעמבער 09, 2018 9:38 am

פראצעדור האט געשריבן:דער לע"נ טאשער רבי געפעלט מיר נאך די מערסטע

דאס זעט אויס ווי דער הילכיגער רעזולטאט פון א סאטמארער וואס פאשעט אין פרעמדע פעלדער.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1624
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » זונטאג סעפטעמבער 09, 2018 10:42 am

ר' יום טוב האט געשריבן:
פראצעדור האט געשריבן:דער לע"נ טאשער רבי געפעלט מיר נאך די מערסטע

דאס זעט אויס ווי דער הילכיגער רעזולטאט פון א סאטמארער וואס פאשעט אין פרעמדע פעלדער.

דא האט עס נישט א שייכות. שיינער הוא חסיד גדול מטאהש.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Programming, התגלות, יוד אלף און 8 געסט