בחור'ישע זכרונות

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1352
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » מאנטאג יוני 24, 2019 3:08 pm

יישר כח אשדוד!

און א רוף צו אלע וואס האבן מוסיף צו זיין, זאלן מיט אונז דעם חסד טאן

מיט דאנק פון פראנאויס
. . . . . . .

ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1573
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » מאנטאג יוני 24, 2019 4:08 pm

איך ליג אויפן פלאר!

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מאנטאג יוני 24, 2019 4:23 pm

מיללער האט געשריבן:ביינונז האבן די בחורים געמאכט אזא דאמי ביי א מגי"ש פלאץ אין ביהמ"ד, דורך אראפשטעלן ספרים אויף זיין בענקל ביז די הייעך פון א מענטשן'ס אקסלען ווען ער זיצט אויף א בענקל, דערויף האט מען ארויפגעשטעלט אן איינגעוויקלטן כאלאטל, מ'האט דאס מעטף געווען מיט א טלית אזוי ארום אז אן אומשילדיגער מענטש האט זיך גרינג געקענט טועה זיין מיט א בר-נש פון הונטן.

ויהי השעה דער מנהל קומט אריין אין בית המדרש אריין טרייבן דעם עולם צום שיעור, פלוצים פאלן זיינע אויגן אויפ'ן פארשפעטיגטער מגי"ש וועלכער זאגט מן הסתם נאך פרשת היראה נאכ'ן דאווענען, ער לויפט ספאנטאן צו "ר' מיכל, עס איז שוין................" ווען פון הונטן הערט זיך א הילכיגער געלעכטער פון די אויפגעהייטערטע בחורים פאר וועם עס איז געלונגען צו ווארפן דעם מנהל איבערן דראנג.


:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
נאך וויפיל אזעלכע אשכולות ליגן דא אויפן וועלטל אוועקגעלייגט ווי די יין המשומר?!

אגב, לגבי די מעשה פון דעם דאמי, האב איך ביי מיר א טעיפ פון א דרשה פון יענעם מנהל רנ"י ז"ל, א גאנץ פארציע מוסר דערויף...

משהלע
שר חמש מאות
תגובות: 979
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » מאנטאג יוני 24, 2019 4:30 pm

מסתמא פאר עס איז געווען איי'ז אין יעדע ישיבה. נישט אזוייי לאנג צוריק.

חוח בין השושנים
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » מאנטאג יוני 24, 2019 4:35 pm

א הספד אויפן עכבר

אין א ליל שישי האבן זיך א כאפטע בחורים אריינגעכאפט אינעם קאך, און זיך געוואנדן צום טשאלענט. נישט צו גנב'ענען חלילה, נאר אויף גאנץ עפעס אנדערש.
מ'האט אין טשולענט טאפ - וואס האט זיך אווערנייטעד מיט געשמאק - אריינגעשטעקט א טויטן מייזל און געכאפט בילדער ווי דער עכבר שווימט אויפן אויבערפלאך פונעם טשולענט, מיטן ציל צו קענען איבערווייזן די אויסטערלישע היגיענע וואס הערשט אין קאך...
הו הא איז געקומען א דרשה נאכדעם פונעם ראש ישיבה... א הספד אויפן מייזל.
איין פרט געדענק איך: עכב"ר האט די אותיות כ"ב כנגד די אותיות התורה, און עס איז ארומגענומען מיט די אותיות ר"ע. מ'קען לערנען און זיין שלעכט. נאכדעם איז געווען עפעס וועגן לאו עכברי רשיעי...
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

חוח בין השושנים
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » מאנטאג יוני 24, 2019 4:40 pm

משהלע האט געשריבן:מסתמא פאר עס איז געווען איי'ז אין יעדע ישיבה. נישט אזוייי לאנג צוריק.

היינט דארף מען קודם בודק זיין צי עס איז דא א ביעם מיט א 'איי' - היש בה עץ אם אין - אויב ס'דא א קלאץ מיט אויגן...
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מאנטאג יוני 24, 2019 4:42 pm

חוח בין השושנים האט געשריבן:
משהלע האט געשריבן:מסתמא פאר עס איז געווען איי'ז אין יעדע ישיבה. נישט אזוייי לאנג צוריק.

היינט דארף מען קודם בודק זיין צי עס איז דא א ביעם מיט א 'איי' - היש בה עץ אם אין - אויב ס'דא א קלאץ מיט אויגן...


;l;p- ;l;p- ;l;p-

נתן בן ופסי
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 04, 2019 8:34 am

תגובהדורך נתן בן ופסי » דינסטאג יוני 25, 2019 12:09 am

געווען צוויי בחורים וואס האבן זיך נישט פארשטאנען (און לערנען?!) איין בחור האט געוואלט לערנען טאנצען דעם צווייטען האט ער ביינאכט ווען יענער האט געהאלטן ביי זיין זיביטען חלום אונמיטן זיין טיפען שלאף האט ער אויף געשריבן מיט א מארקער אויף זיין שטערן 'im danger', יענער האט זיך ארום געדרייט א שיינע שטוק צייט דערמיט

שמערלער
שר חמש מאות
תגובות: 906
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

תגובהדורך שמערלער » דינסטאג יוני 25, 2019 6:17 am

מיללער האט געשריבן:אין די ישיבה אויף סענדז סט. איז געווען א בחור וועלכער האט פון הונטן געענדלט אין ר' נתן יוסף ז"ל, געדענק איך ווי היינט ווי איינער האט בטעות געגבן א קרויסן קלאפ אין רוקן פאר ר' נתן יוסף'ן "וואטווצעך שלמה......."

איך ברויך ענק נישט מסביר זיין די בושות (דער נאמען פון די בחור וועם ער האט געמיינט אז עס איז, ליגט ביימיר, דער איד איז היינט א בעה"ב און ער וואונט אין אנטווערפן)

געהערט די מעשה פונעם איד אליינס ער האט מיר געזאגט אז דער בחור האט זיך פארענטפערט פאר ר' נתן יוסף אז ער האט געמיינט אז סאיז שלמה ערנטפערט ר' נתן יוסף אין אז סאיז שלמה ברויך מען געבן א אזא שטארקע...
“.If you tell the truth, you don't have to remember anything”

העלאו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

תגובהדורך העלאו » דינסטאג יוני 25, 2019 7:13 am

דערמאנט מיר די מעשה
יענקל געבט א זעץ און ריקען פאר משה
משה דרייט זיך אויס און פרעגט וואס איז דאס ?
ענטפערט יענקל אוי איך האב געמיינט דו ביסט חיים
פרעגט משה און אויב ער איז חיים קומט זיך עהם יא אזא זעץ און ריקען ?
זאגט יענקל וואס מישטו זיך אריין דאס איז ציוישען מיר מיט חיים ....

קישקע זאפט
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 17, 2019 5:42 pm

תגובהדורך קישקע זאפט » דאנארשטאג יוני 27, 2019 4:09 pm

געהערט אמאל אויף א באוויסטע תמימות'דיגע מגי"ש/משגיח/וועקער,
ער האט אמאל געטראפן א בחור ארויסקומען פון דארמעטארי צווייע נאכמיטאג מיט נאסע פאות,
גייט ער צו צונעם און פרעגט אים, זאג דו האסט שוין געדאווענט?? ענטפערט די בחור, וואדע,
אן ארויסרעדן א ווארט כאפט ער אים אן ביים קארג און באגלייט אים אראפ ביזן לאנטש-רום, ער שפאצירט אריין מיט אים אין לאנטש-רום, "לאמעך זעהן עס!"...

סעקרעטאר
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 11:45 am
לאקאציע: אין אפיס

תגובהדורך סעקרעטאר » דאנארשטאג יוני 27, 2019 4:18 pm

אין קינגסטערעס איז אמאל געווען א מעשה ווען דער מנהל ר' אנשיל אשכנזי האט אמאל געזען ווי א בחור כאפט זיך אריבער צום דערנעבנדיגער שפיטצער'ס גראסערי
דער בחור האט זיך איינגעהאנדלט אן אייזקרעם און באהלטן אינעם היט
צוריקומענדיג האט ער זיך "פונקט" אנגעטראפן מיט'ן מנהל הרה"ג ר' אנשיל אוון דער מנהל האט אנגעהויבן כאפן א שמועס אזוי בשיחו לפי תומו
אזוי שמועס'נדיג נאך אזא קורצע וויילע האבן צוביסלעך אנגעהויבן רינען פון די צוויי זייטן פונעם פנים צוויי שנירעלעך פון פינקע אייזקרעם................

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2940
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » דאנארשטאג יוני 27, 2019 4:21 pm

סעקרעטאר האט געשריבן:אין קינגסטערעס איז אמאל געווען א מעשה ווען דער מנהל ר' אנשיל אשכנזי האט אמאל געזען ווי א בחור כאפט זיך אריבער צום דערנעבנדיגער שפיטצער'ס גראסערי
דער בחור האט זיך איינגעהאנדלט אן אייזקרעם און באהלטן אינעם היט
צוריקומענדיג האט ער זיך "פונקט" אנגעטראפן מיט'ן מנהל הרה"ג ר' אנשיל אוון דער מנהל האט אנגעהויבן כאפן א שמועס אזוי בשיחו לפי תומו
אזוי שמועס'נדיג נאך אזא קורצע וויילע האבן צוביסלעך אנגעהויבן רינען פון די צוויי זייטן פונעם פנים צוויי שנירעלעך פון פינקע אייזקרעם................

די מעשה האב איך געהערט אויף ר' מיכאל בער זצ"ל
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

תגובהדורך בערל קראקאווער » דאנארשטאג יוני 27, 2019 4:39 pm

שוין לאנג נישט אזאנ׳ס געלאכט.

איך האב אפגעלעזט די ערשטע צוויי בלעטער... יויש די ווענט האבן געציטערט ווען די מילצן האבן אפגעדינערט.

געווען אמאל חעווערע לייט.
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

תגובהדורך אונגארישע הייזער » דאנארשטאג יוני 27, 2019 4:40 pm

nmi האט געשריבן:
סעקרעטאר האט געשריבן:אין קינגסטערעס איז אמאל געווען א מעשה ווען דער מנהל ר' אנשיל אשכנזי האט אמאל געזען ווי א בחור כאפט זיך אריבער צום דערנעבנדיגער שפיטצער'ס גראסערי
דער בחור האט זיך איינגעהאנדלט אן אייזקרעם און באהלטן אינעם היט
צוריקומענדיג האט ער זיך "פונקט" אנגעטראפן מיט'ן מנהל הרה"ג ר' אנשיל אוון דער מנהל האט אנגעהויבן כאפן א שמועס אזוי בשיחו לפי תומו
אזוי שמועס'נדיג נאך אזא קורצע וויילע האבן צוביסלעך אנגעהויבן רינען פון די צוויי זייטן פונעם פנים צוויי שנירעלעך פון פינקע אייזקרעם................

די מעשה האב איך געהערט אויף ר' מיכאל בער זצ"ל


אביסל שווער, וואו אין נייטרא שטעטל האט מען געקענט קויפן אייזקרים דעמאלט?
איך האב עס אויך געהערט אויף הרה"ג ר' אנשיל נאך בשעתו

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

תגובהדורך אונגארישע הייזער » דאנארשטאג יוני 27, 2019 4:41 pm

בערל קראקאווער האט געשריבן:שוין לאנג נישט אזאנ׳ס געלאכט.

איך האב אפגעלעזט די ערשטע צוויי בלעטער... יויש די ווענט האבן געציטערט ווען די מילצן האבן אפגעדינערט.

געווען אמאל חעווערע לייט.


אה רבי בערל, אפשר וואלט איר אזוי פעליג געוועזן, און אפגעשריבן אביסל זכרונות און קרישקעלעך פונעם מלמד/ ראש ישיבה אין קראקא?

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

תגובהדורך בערל קראקאווער » דאנארשטאג יוני 27, 2019 4:42 pm

כ׳ציטער נאך ביז היינט פון זיי, זיי קענען נאך אויפשטיין פון קבר, מיר אנכאפן ביי די אויער און ארויסשליידערן פון פענסטער.
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳

אוועטאר
יש מזל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 463
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 11, 2017 1:46 pm

חול המועד.....

תגובהדורך יש מזל » דאנארשטאג יוני 27, 2019 7:25 pm

שוין אז ר'עולם בעעהט זיך אזוי שטארק - וועט מען עפעס מיטטיילן פארן עולם.
אין א שיינעם חול המועד טאג האט זיך א בחור געוואלט איינהאנדלען א פושקע... יא, א פעקל פַּאפִּירָאסְן (ציגרעטלעך בלע"ז), צוגייענדיג צו א לאקאל היימישע גראסעריי, זאגט איהם דער גראסערי מאן, אז ער פארקויפט נאר פאר אינגעלייט, חלילה פאר קיין בחורים, ענטפערט איהם דער בחור הבא בשנים מיטן בארדע, אז חלילה וואס פאלט אייך ביי, איך בין דאך א אינגערמאן.... (נו זאג "מה יקר" אויסענווייניג....), איז פארשטייט זיך אז דער גראסעריי מאן האט איהם ווארשיינדלעך געגלייבט, און פארקויפט בחפץ לב.
ארויסגייענדיג בשמחה רבה פונעם געשעפט, אז יא, מער נישט קיינע בושות, אלטע בחור?! איך בין חתונה געהאט, און פערטיג!
אזוי שפרייזענדיג אויפן שטראז, האט זיך א ווינטעלע צובלאזן, האט ער שנעל געכאפט און באפעסטיגט זיין הוט, און יא........ דא האט עס פאסירט, אינמיטן העלן טאג, איז ער געווארן רויט פאר בושה, הלמאי ס'דאך חולאמויעד, און דער אלטער באחער גייט מיטן הוט.............................
היצטערט האט ער שוין פארשטאנען פארוואס ווען ער האט אזוי משיב געווען דעם חוצפה'דיגן געשעפטסמאן מיט א פעסטקייט: אז ער איז א אינגערמאן, האבן זיך עטליכע אידן וואס האבן דאס בייגעוואוינט שטארק צושמייכעלט.
האטס מיר א גוטן שבת
המשך יבוא בעזר הוי'

אוועטאר
וזרח השמש
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 11, 2018 9:39 pm
לאקאציע: הוידא נאנאש/יאהאנעסבורג

תגובהדורך וזרח השמש » דאנארשטאג יוני 27, 2019 8:27 pm

איי איז דאס א זיסער אשכול אזש מען קען זיך באלעקן די פינגער'ס!

הכלל, געוועזן איז דאס אין סאנז סטריט, איז די ישיבה בנין געוועזן סטאנציאנירט אנטקעגן איבער א סטריט וואס מען האט געקענט מאכן אדער א רעכטס אדער א לינקס,
זענען אפאר בחורים אויפגעקומען מיט א בליציגע איידיע,
זיי האבן פארשאפט א מאסיוון שפיגל, אין זיי האבן עס סטאנציאנירט ביים פרשת דרכים אין גאר א זוניגע טאג, אין יאפ עס האט פיין געארבעט. עס האט שטארק אריינגעשיינט די זון פאר די דרייווער'ס אין די אויגן אריין אין די פועל יוצא איז געוועזן א-----
-------"הילכיגן זעץ" ----------- אריין אינעם בנין הישיבה איבריג צו זאגן ויום טוב היה עושים בצאתו בשלום מן ה......

אוי ווי נעמט מען אפיר די דור בחורים אהה נאסטאלגיע!...
בעסער א פאלטשע שמחה ווי אן אמת'ער עצבות (בשם מגידים)!.

חוח בין השושנים
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » דאנארשטאג יוני 27, 2019 10:51 pm

וזרח השמש האט געשריבן:איי איז דאס א זיסער אשכול אזש מען קען זיך באלעקן די פינגער'ס!

הכלל, געוועזן איז דאס אין סאנז סטריט, איז די ישיבה בנין געוועזן סטאנציאנירט אנטקעגן איבער א סטריט וואס מען האט געקענט מאכן אדער א רעכטס אדער א לינקס,
זענען אפאר בחורים אויפגעקומען מיט א בליציגע איידיע,
זיי האבן פארשאפט א מאסיוון שפיגל, אין זיי האבן עס סטאנציאנירט ביים פרשת דרכים אין גאר א זוניגע טאג, אין יאפ עס האט פיין געארבעט. עס האט שטארק אריינגעשיינט די זון פאר די דרייווער'ס אין די אויגן אריין אין די פועל יוצא איז געוועזן א-----
-------"הילכיגן זעץ" ----------- אריין אינעם בנין הישיבה איבריג צו זאגן ויום טוב היה עושים בצאתו בשלום מן ה......

אוי ווי נעמט מען אפיר די דור בחורים אהה נאסטאלגיע!...

:lol:
זיס אראפגעלייגט...
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר חמש מאות
תגובות: 965
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובהדורך פאר'מוח'ט » מאנטאג יולי 01, 2019 5:35 am

איי.. געווען אמאל א וועלט... פיל מיט נאסטעלאגיע און חן... אמאליגע חן... היינט אויב א בחור קלעבט נישט צום גמרא שפראצט אים ארויס פון טאש אלערליי כלים שונים ומשונים... ווי נעמט די אמאליגע הייליגע בטלנים...
אזוי גייט דאס... מ'ווערט נישט יונגער, מ'ווערט נאר עלטער, אבער בלייבן פריש קען מען שטענדיג...

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר חמש מאות
תגובות: 965
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובהדורך פאר'מוח'ט » מאנטאג יולי 01, 2019 5:37 am

ענדע צדיק - (יהא זכרו ברוך...) האט אמאל געלופטערט אן ארטיקל איבער זיין חנוכה אין ישיבה... ס'איז זיך באלעקן די פינגער'ס.
אזוי גייט דאס... מ'ווערט נישט יונגער, מ'ווערט נאר עלטער, אבער בלייבן פריש קען מען שטענדיג...

אלופי אדום
שר מאה
תגובות: 113
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 22, 2019 12:59 pm

תגובהדורך אלופי אדום » מאנטאג יולי 01, 2019 10:57 am

פאר'מוח'ט האט געשריבן:ענדע צדיק - (יהא זכרו ברוך...) האט אמאל געלופטערט אן ארטיקל איבער זיין חנוכה אין ישיבה... ס'איז זיך באלעקן די פינגער'ס.

ברענג א לינק אויב אזוי, זאלן אידן הנאה האבן
פארוואס טראכט יעדער אנדערש פון מיר???????
פארוואס יעדער מ'לאכט?!?!?!?!

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמש מאות
תגובות: 956
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » מאנטאג יולי 01, 2019 11:37 am

:lol: :lol:
פארוואס האט נישט די אשכול 68 בלעטער :?: :?: :?: :?: :?:

אשדוד
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 17, 2017 12:30 pm

תגובהדורך אשדוד » מאנטאג יולי 01, 2019 11:47 am

אלופי אדום האט געשריבן:
פאר'מוח'ט האט געשריבן:ענדע צדיק - (יהא זכרו ברוך...) האט אמאל געלופטערט אן ארטיקל איבער זיין חנוכה אין ישיבה... ס'איז זיך באלעקן די פינגער'ס.

ברענג א לינק אויב אזוי, זאלן אידן הנאה האבן

http://ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=981845#p981845


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 6 געסט