THANK YOU HASHEM

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
הערשקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 425
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 14, 2016 1:47 pm

THANK YOU HASHEM

תגובהדורך הערשקא » דינסטאג סעפטעמבער 18, 2018 1:34 am

אינטערעסאנט אז עס איז נאך נישט דא אן אשכול דערפון, שוין וועל איך גיין פתיחה.

און די אידישע וועלט טיט זיך און די לעצטע דריי חדשים ווי מען גייט און ווי מען שטייט הערט מען איין זאך thank you hashem, thank you hashem, and again thank you hashem,

די זאך האט זיך אנגעהויבען ווען א חשובע אינגערמאן פון מאנסי ר' ארי ב. וואס דאנקט דער באשעפער שוין יארן לאנג אויף טריט און שריט, אויף גוטס און וואס קיקט נישט אויס גוט, און זעהט אדאנק דעם גרויסע ניסים שלא כדרך הטבע, האט דיסיידעד פאר בערך דריי חדשים צירוק אז ער וועט עפענען א וואטסעפ גרופ ווי מענטשן זאלן האבן די געלעגנהייט צי דאנקען על כל הטוב ברבים, (פארשטייט זיך נישט סתם אויף טעגליכע זאכן ווי שכוח באשעפער פאר מיין קאפי, צו שכוח באשעפער פאר די שיינע וועטער, דאס קען מען זאגן פאר זיך, נאר אינטערעסאנטע עפיזאדען וואס מען האט געהאט דורכען דאנקען און מען האט נאכדעם געזעהן א ישועה)

ווי א טאג עס איז אריבער האט זיך די גרופ מער און מער אנגעפילט ביז מען האט געדארפט עפענען נאך איינס, און א קורצע צייט איז עס אויך געווארן פיל, האט מען געעפענט נאך איינס אא"וו
נשים צדקניות האבן אויך געוואלט דאנקן די באשעפער, אבער די גרופס זענען אויסדריקלעך נאר פאר מענער, האט מען געעפענט א עקסטערע גרופ פאר פרויען, אז זיי זאלען אויך קענען דאנקן דער באשעפער,
עס האט אנגעקאלט א איד פון ארגעטינע און פון אנדערע מקומות מיט א געבעט אז היות זייער היים שפראך (מאמע לשון) איז ספאניש און זיי ווילען אויך דאנקען די באשעפער, נוי פראבלעם מען עפענט א גרופ און ספאניש מיטן נאמען GRACIAS DIOS
זענען געקומען אידן וואס זענען פארנימען א גאנצען טאג על המחיה ועל הכלכלה אויפן ראוד, דער א טראק דרייווער א סעלסמאן וכדו' זיי זאגן זיי האבן נישט קיין צייט א גאנצען טאג צו ליינען מעסעזשעס, אבער זיי ווילען אויך דאנקען דער הייליגע באשעפער, נישט קיין פראבלעם מען עפענט א גרופ ווי מען שיקט נאר וואוס נאוטס, אזוי קען מען עס הערן בשעתן ארבעטען און ווייטער קענען טין אנדערע זאכן אין די זעלבע צייט,
זענען געקומען אסאך ערליכע אידן און שרייען אונז האבן נישט קיין WhatsApp למה נגרע מיר ווילן אויך דאנקען דעם גרויסען טאטען און הימל, נישט קיין פראבלעם, אפאר גיטע אידן האבן זיך אריינגעלייגט דערין, און מען עפענט א טענק יא האשעם האטליין אזוי קען גאנץ כלל ישראל אינאיינעם דאנקען דעם הייליגען באשעפער

סה"כ האלט עס שוין היינט ביי צוועלעף אנגעפילטע גרופס, כמעט 3,000 אידן דאנקען דעם אויבערשטן טאג טעגליך און זעהן ישועת אויף טריט און שריט

עס איז נאך דא אסאך צו רעדן מען וועט נאך אפשר און קומענדיגע געלעגנהייט ממשיך זיין, אבער איין זאך וויל איך ענק זאגן אידן, נעמטס אויך א טייל דערין keep on thanking"
hashem and you will see amazing miracles"

WhatsApp link
https://chat.whatsapp.com/JVErzpy7nFcJcWRPA8B27J

Hotline phone number (646) 518-1100
לעצט פאראכטן דורך הערשקא אום דאנארשטאג סעפטעמבער 27, 2018 1:11 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
הערשקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 425
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 14, 2016 1:47 pm

לאגא

תגובהדורך הערשקא » דינסטאג סעפטעמבער 18, 2018 1:36 am

20180918_013422.jpg
20180918_013422.jpg (456.77 KiB) געזעהן 3878 מאל

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5673
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג סעפטעמבער 18, 2018 7:17 am

איך זאג דריי מאל יעדן טאג מודים.. די ווייסט וואס דארט שטייט בכלל? כ׳הייב נישט אן צו פארשטיין וואס דער גרויסער און געוואלדיגע זאך ס׳איז ווען מ׳דאנקט השי״ת אויף ענגליש.

כ׳האלט גראדע זייער פון דעם איד און מאנסי, כ׳האב נישט קיין השגה ווער דאס איז, ״כל הנשמה תהלל י-ה״, אז ער איז געוואוינט צו דאנקן השי״ת אויף יעדן טריט און שריט, ס׳איז א געוואלדיגע ענין.

אייגענטליך, ס׳איז נישט קיין אולטורנעטיוו צו דאנקן השי״ת אויף וואַטסעפ ווען דער פליישיגן מויל האט קיין פראבלעם צו פלאדערן דברים אסורים. כ׳ווער עכ״פ בכלל נישט נתפעל פון די אלע ״טענק יא האשעם״ וואַטסעפ יונגעלייט.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

איפה פייביש
שר חמש מאות
תגובות: 769
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

תגובהדורך איפה פייביש » דינסטאג סעפטעמבער 18, 2018 7:39 am

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:איך זאג דריי מאל יעדן טאג מודים.. די ווייסט וואס דארט שטייט בכלל? כ׳הייב נישט אן צו פארשטיין וואס דער גרויסער און געוואלדיגע זאך ס׳איז ווען מ׳דאנקט השי״ת אויף ענגליש.

כ׳האלט גראדע זייער פון דעם איד און מאנסי, כ׳האב נישט קיין השגה ווער דאס איז, ״כל הנשמה תהלל י-ה״, אז ער איז געוואוינט צו דאנקן השי״ת אויף יעדן טריט און שריט, ס׳איז א געוואלדיגע ענין.

אייגענטליך, ס׳איז נישט קיין אולטורנעטיוו צו דאנקן השי״ת אויף וואַטסעפ ווען דער פליישיגן מויל האט קיין פראבלעם צו פלאדערן דברים אסורים. כ׳ווער עכ״פ בכלל נישט נתפעל פון די אלע ״טענק יא האשעם״ וואַטסעפ יונגעלייט.

סתם אן אינטעסאנטע פראגע, אויב חס ושלום איינער ביי אייך פילט נישט גוט וועסטו אויך נישט בעטן א תפילה צום בורא עולם אז ער זאל שיקען א רפואה שלמה חוץ וואס די זאגסט ביים דאווענען רפאני? אדער ביים בעטן ווייסטו זייער גוט וויאזוי צו בעטן עקסטרע..........
דאנט געט מי ראנג איך בין נישט אויף קיין איינע פון דע גראפס פשוט ווייל איך האב נישט קיין געדולט דערצו אבער זאגן "איך זאגן שוין מודים" איז נישט די זעלבע זאך.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5673
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג סעפטעמבער 18, 2018 7:58 am

כ׳האב נישט געזאגט אז מודים איז גענוג, חלילה אזוי צו רעדן. ואילו פינו מלא שירה כים.. ושפתותינו שבח וכו׳ אין אנחנו מספיקים להודות!.. כ׳בין פשוט נייגעריג צו דעי ״טענק יא האשעם׳ערס״ ווייסן די טייטש פון א שטיקל שמו״ע וואס זיי זאגן דריי מאל א טאג.

אויך ווינדער איך מיר, וואס עפעס מיז עס זיין אויף ענגליש!? ״ישר כח הייליגער באשעפער״!.. וואס איז ראָנג מיט דעם? (כ׳רעד פון אונזערע היימישע וואַטסעפ׳ערס)

והשנית, כ׳וועל דיר זאגן דעם תירוץ אויך, ווייל באמת כשם שמברך על הטוב כך מברך..., ״טענק יא האשעם״ איז א פשוטע ענגלישע סלאגאן, גארנישט מיט הודאה איינגעלייגט!, און פאקט, רוב פון דעי ״וואַטסעפ טענק׳ערס״ ניצן עס ווען מ׳מאכט אפאר טאָלער אדער ווען מאיז סתם אזוי אין א גוטע גיסטע. אויב ווערן זיי גערעגט חלילה ניצן זיי אנדערע סארט ווערטער... ודו״ק ותשכח..
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

גוטגעזאגט
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2016 11:07 am

תגובהדורך גוטגעזאגט » דינסטאג סעפטעמבער 18, 2018 8:23 am

די געדאנק פין Thank You Hashem איז נישט פשט אז מדאנקט אויף די ענגלישע שפראך, עס איז נאר די שפראך השוה לכל נפש. צו ווייזען אז יעדער נישט קיין חילוק פין ווי ער שטאמט קען דאנקען דעם אויבערשטען אויף זיין וועג. יעצט וואס איז די חילוק ווען די זאגסט מודים אין ווען די דאנקסט דעם אויבערשטען אויפן גרופ. די זאגסט יעדן טאג. להודיע לבני אדם גבורותיו. ווען די דאנקסט דעם אויבערשטען אויף די חסדים וואס ער האט געטוהן מיט דיך אין טויזענטער מענטשן וועל וויסן פין דעם וועט דער אויבערשטער טוהן מיט דיר מער חסדים. עס איז דא א משפחה וואס זייער טאטע איז געלעגן אין שפיטאל אין די דאקטוירים האבן שוין אויפגעגעבן. איינע פין די טעכטער וואס איז אויף די גרופ האט זיך גענומען דאנקען דעם אויבערשטער פאר די אלע צייטן וואס זי האט יא געהאט איר טאטע. די מענטש קומט אהיים פין שפיטאל כאחד האדם. מעשה נורא.
פאנג אן צו דאנקען דעם אויבערשטער ברבים אין די וועסט גרויסע ניסים געשען. מענטשן פארציילן טאג טעגליך פערזענליכע איבערלעבענישען.


דעס איז די מעסעדזש וואס זי האט געשיקט.
Just wanted to let u know.....I KNOW it's in the zchus of the group for my fathers refuah, that a man who was told he has an 80% chance of not making it through a procedure, and if he did he has just a few weeks left, is off of all medication, off life support and bh coming home (to rehab) this thursday iyh
לעצט פאראכטן דורך גוטגעזאגט אום דינסטאג סעפטעמבער 18, 2018 8:30 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
וואס דו זאגסט איז גוט אבי געזאגט!!!

בסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 4:03 pm

תגובהדורך בסד » דינסטאג סעפטעמבער 18, 2018 8:27 am

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:איך זאג דריי מאל יעדן טאג מודים.. די ווייסט וואס דארט שטייט בכלל? כ׳הייב נישט אן צו פארשטיין וואס דער גרויסער און געוואלדיגע זאך ס׳איז ווען מ׳דאנקט השי״ת אויף ענגליש.

כ׳האלט גראדע זייער פון דעם איד און מאנסי, כ׳האב נישט קיין השגה ווער דאס איז, ״כל הנשמה תהלל י-ה״, אז ער איז געוואוינט צו דאנקן השי״ת אויף יעדן טריט און שריט, ס׳איז א געוואלדיגע ענין.

אייגענטליך, ס׳איז נישט קיין אולטורנעטיוו צו דאנקן השי״ת אויף וואַטסעפ ווען דער פליישיגן מויל האט קיין פראבלעם צו פלאדערן דברים אסורים. כ׳ווער עכ״פ בכלל נישט נתפעל פון די אלע ״טענק יא האשעם״ וואַטסעפ יונגעלייט.

אוועטאר
ברעחדך קאפ
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 12, 2015 10:51 am

תגובהדורך ברעחדך קאפ » דינסטאג סעפטעמבער 18, 2018 8:43 am

די געדאנק קימט פון א בוך וואס הייסט say thank you and see miracles ארויס געגעבן דורך הרב שלום ארוש פון א"י.

א מוראדיגע בוך, ווער סהאט עס שוין געלייענט ווייסט וואס איך רעדט, לוינט זיך צו קופן.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5673
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג סעפטעמבער 18, 2018 8:54 am

כ׳האב מיר באצויגן צו א זייטיגע נקודה, כ׳האב חלילה נישט געמיינט צו קריטיקירן דאס עצם זאגן טענק יא האשעם, מיט יעדע דבר טוב וואס א איד טוט איז מען מעלה ניצוצות און ס׳ברענגט א נחת רוח פארן בוכ״ע.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

Of course
שר חמישים ומאתים
תגובות: 275
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 1:09 am

תגובהדורך Of course » דינסטאג סעפטעמבער 18, 2018 9:08 am

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:כ׳האב מיר באצויגן צו א זייטיגע נקודה, כ׳האב חלילה נישט געמיינט צו קריטיקירן דאס עצם זאגן טענק יא האשעם, מיט יעדע דבר טוב וואס א איד טוט איז מען מעלה ניצוצות און ס׳ברענגט א נחת רוח פארן בוכ״ע.


So what was the point?
leave it the way it is.
קריטיקירן קאסט נישט קיין געלט. ווילסט, מאך דיין אייגענע
מאוומענט ״טענקינג העשעם אפפ וועטסעפפ,״

וועסט האבן אסאך.אייוועלט חסידים.

אוועטאר
ס'רעגענט ס'גיסט
שר חמש מאות
תגובות: 997
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 11:15 am

תגובהדורך ס'רעגענט ס'גיסט » דינסטאג סעפטעמבער 18, 2018 10:28 am

די דרשה פון ר' ארי בארקאוויטש

https://drive.google.com/file/d/1KTFLSc ... p=drivesdk

yes yes
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 1:01 pm

תגובהדורך yes yes » דינסטאג סעפטעמבער 18, 2018 1:23 pm

Of course האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:כ׳האב מיר באצויגן צו א זייטיגע נקודה, כ׳האב חלילה נישט געמיינט צו קריטיקירן דאס עצם זאגן טענק יא האשעם, מיט יעדע דבר טוב וואס א איד טוט איז מען מעלה ניצוצות און ס׳ברענגט א נחת רוח פארן בוכ״ע.


So what was the point?
leave it the way it is.
קריטיקירן קאסט נישט קיין געלט. ווילסט, מאך דיין אייגענע
מאוומענט ״טענקינג העשעם אפפ וועטסעפפ,״

וועסט האבן אסאך.אייוועלט חסידים.

ער האט געמיינט צי זאגען אז מען זאל אינזין האבן ביי מודים

אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1300
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 10:56 am

תגובהדורך זינגער » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2018 9:48 pm

רוב מענטשן פארגעסן צו דאנקען די אייבערשטער א גאנצע טאג, טאקע זיי דאווענען מיט א ברען און האבען אונזינען פירוש המילות, אבער דעטס איט.

די גרופ איז מער צו מפרסם זיין די ניסים וואס מען זעהט ווען מען זאגט עס, און עס מאכט אז מען זאל עפענען די אויגן און זעהן די חסדים פון די אייבערשטער אויף טריט און שריט.

פרעג איעדעם אויפן גרופ, איעדער גייט דיר זאגען אז איעדע רגע טראכטן זיי פון די אייבערשטער, עפעס האט זיך פארלוירן די ערשטע זאך וואס מען זאגט איז טענק יו השם, עפעס גייט נישט גוט, טענק יו השם.
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג

בסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 4:03 pm

תגובהדורך בסד » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2018 10:00 pm

טענק יו השם איז עפעס א קילע שפראך פאר אונז אידיש רעדנדע.
זייער שיין פאר נישט היימישע. פאסט נישט פאר אונז די שפראך.

רוף עס כאטש ברוך ד' אדער מודים אנחנו לך. נישט טענק יו.

גוטגעזאגט
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2016 11:07 am

תגובהדורך גוטגעזאגט » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 3:03 am

ר שלמה עהרליך האט זיך בייטיליגט. דא קענסטו זעהן זיין דרשה.
יוטוב לינקס נישט ערלויבט
וואס דו זאגסט איז גוט אבי געזאגט!!!

כשרע טעלעפאן
שר חמש מאות
תגובות: 501
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 1:35 pm

תגובהדורך כשרע טעלעפאן » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 3:18 am

בסד האט געשריבן:טענק יו השם איז עפעס א קילע שפראך פאר אונז אידיש רעדנדע.
זייער שיין פאר נישט היימישע. פאסט נישט פאר אונז די שפראך.

רוף עס כאטש ברוך ד' אדער מודים אנחנו לך. נישט טענק יו.

ש'כח באשעפער איז א פשרה
דער צמח צדק האט אמאל געזאגט: טראכט גוט, וועט זיין גוט.

אוועטאר
טויגליכער איד
שר האלף
תגובות: 1035
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

תגובהדורך טויגליכער איד » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 10:52 am

יוטוב, וואטסעפפ, טענקיו, כווייס... ס'שמעקט עפעס נישט

Car Rental Expert
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 6:19 pm

תגובהדורך Car Rental Expert » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 11:13 am

First listen to his droshe and then you could comment what ever you want you will have there all the answers

And you could say if you like it or not. just come on the group for a week and you will stay there

And here you have again the link

די דרשה פון ר' ארי בארקאוויטש

https://drive.google.com/file/d/1KTFLSc ... p=drivesdk

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמש מאות
תגובות: 934
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 12:58 pm

כשרע טעלעפאן האט געשריבן:
בסד האט געשריבן:טענק יו השם איז עפעס א קילע שפראך פאר אונז אידיש רעדנדע.
זייער שיין פאר נישט היימישע. פאסט נישט פאר אונז די שפראך.

רוף עס כאטש ברוך ד' אדער מודים אנחנו לך. נישט טענק יו.

ש'כח באשעפער איז א פשרה

איך ווייס נישט אויב דאס איז ערלויבט
ווי קענען מענטשן זאגען פאר ה' "יישר כח" (טראכט אריין די טייטש)

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 1:32 pm

בסד האט געשריבן:טענק יו השם איז עפעס א קילע שפראך פאר אונז אידיש רעדנדע.
זייער שיין פאר נישט היימישע. פאסט נישט פאר אונז די שפראך.

רוף עס כאטש ברוך ד' אדער מודים אנחנו לך. נישט טענק יו.

אז ס'איז קיל איז נאך בעסער אזוי וועלן די קילע אויך אנטייל נעמן אין דעם פראגראם...


די גרופ איז א געוואלדיגע אויפטוה.

הונדערטער (אדער אפשר טויזנטער) מענטשען טראכטן מער פון באשעפער דורך אויס דעם טאג לכבוד דעם.

און אלץ תוצאה זענען מענטשען מער נזהר בכלל, ווייל ס'פילט זיך סתירהדיג צו דאנקן דעם אייבערשטען א גאנצן טאג און דא גיי איך טוהן אן עבירה.

איך ווייס אויך אז מענטשען נוצן דאס אלץ 'סגולה'. אבער וואס די סגולה טוט מיטן מענטש איז סאך מער וויטגרייכנד ווי דאס וואס דער מענטש זוכט צו עררייכן מיט די סגולה.

לאז עס קיל, אבי ס'איז טענק יו השם.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2193
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 1:35 pm

THANK YOU HASHEM
פאר אלעס און אינקלודינג שמסר עולמו לשומרים......
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 779
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

תגובהדורך קניידל פארעם » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 1:43 pm

El Rushbo האט געשריבן:
בסד האט געשריבן:טענק יו השם איז עפעס א קילע שפראך פאר אונז אידיש רעדנדע.
זייער שיין פאר נישט היימישע. פאסט נישט פאר אונז די שפראך.

רוף עס כאטש ברוך ד' אדער מודים אנחנו לך. נישט טענק יו.

אז ס'איז קיל איז נאך בעסער אזוי וועלן די קילע אויך אנטייל נעמן אין דעם פראגראם...


די גרופ איז א געוואלדיגע אויפטוה.

הונדערטער (אדער אפשר טויזנטער) מענטשען טראכטן מער פון באשעפער דורך אויס דעם טאג לכבוד דעם.

און אלץ תוצאה זענען מענטשען מער נזהר בכלל, ווייל ס'פילט זיך סתירהדיג צו דאנקן דעם אייבערשטען א גאנצן טאג און דא גיי איך טוהן אן עבירה.


ש'טא קיין שום בארעכטיגטע סיבה צו נאכלאזן סיי וואס פון אידישקייט, אפילו א כלשהוא, און אפילו ס'נאר צו זאגן טענק יו האשעם, כדי ס'זאל אריין נעמען א שוואכערע קרייז אויך.

און די תוצאות פון וואס דו רעדסט זענען זייער שיינע פראזן, ביז ס'קומט למעשה, איך בין נישט אויף קיין איינע פון די אלע גרופעס, און איך האב ב"ה אנדערע זאכן וואס האלטן מיר צוריק פון עבירות.
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 2:09 pm

זיי ביטע מסביר וואס פונקטליך איז 'נאכגעלאזט' מיטן זאגן טענק יו השם.

און אוודאי רעדט מען נישט פון אזוינע חשובע אינגעלייט ווי דו וואס טראכטן פונעם אייבערשטן יומם ולילה בלי שום הפסק כלל. מ'רעדט פון פשוטע ארבעטס אידן וואס אנשטאט זיך צו רעגן אויף יעדע קליינע אדער גרויסע זאך וואס גייט לינק דורכאויס דעם טאג, נוצט מען אויס די געלעגענהייט צו דאנקן און בעטן דעם אויבערשטן.

אז איר האט א פראבלעם דערמיט, דאן סיינט טאקע נישט ארויף. אויב קלערט איר אז דאס איז בניגוד צו אידישקייט און ס'פארלאנגט א מחאה, זענט איר מכובד ארויפצושטעלן אייער כתב סמיכה און נאכהער פראקלאמירן אייער מחאה (אויב די גבאים דא וועלן מסכים זיין צו פארדינגען דאס פלאץ פארן פראטעסט בניגוד לתקנת המקום).

דערווייל זעה איך דא א העכסט פאזיטיווע ערשיינונג. און ניין ס'איז נישט דוקא שיין קלונגעדיגע פראזן, איר קענט אייך נאכפרעגן ביי די אקטיווע מעמבערס, ס'טוישט ווירקליך דעם מענטש.

אוועטאר
טויגליכער איד
שר האלף
תגובות: 1035
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

תגובהדורך טויגליכער איד » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 3:56 pm

El Rushbo האט געשריבן:זיי ביטע מסביר וואס פונקטליך איז 'נאכגעלאזט' מיטן זאגן טענק יו השם.

און אוודאי רעדט מען נישט פון אזוינע חשובע אינגעלייט ווי דו וואס טראכטן פונעם אייבערשטן יומם ולילה בלי שום הפסק כלל. מ'רעדט פון פשוטע ארבעטס אידן וואס אנשטאט זיך צו רעגן אויף יעדע קליינע אדער גרויסע זאך וואס גייט לינק דורכאויס דעם טאג, נוצט מען אויס די געלעגענהייט צו דאנקן און בעטן דעם אויבערשטן.

אז איר האט א פראבלעם דערמיט, דאן סיינט טאקע נישט ארויף. אויב קלערט איר אז דאס איז בניגוד צו אידישקייט און ס'פארלאנגט א מחאה, זענט איר מכובד ארויפצושטעלן אייער כתב סמיכה און נאכהער פראקלאמירן אייער מחאה (אויב די גבאים דא וועלן מסכים זיין צו פארדינגען דאס פלאץ פארן פראטעסט בניגוד לתקנת המקום).

דערווייל זעה איך דא א העכסט פאזיטיווע ערשיינונג. און ניין ס'איז נישט דוקא שיין קלונגעדיגע פראזן, איר קענט אייך נאכפרעגן ביי די אקטיווע מעמבערס, ס'טוישט ווירקליך דעם מענטש.

זיין אויף א וואטסעפפ גרופע איז נאכלאזן פון אידישקייט, סימפל.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1904
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 4:02 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:איך זאג דריי מאל יעדן טאג מודים.. די ווייסט וואס דארט שטייט בכלל? כ׳הייב נישט אן צו פארשטיין וואס דער גרויסער און געוואלדיגע זאך ס׳איז ווען מ׳דאנקט השי״ת אויף ענגליש.

כ׳האלט גראדע זייער פון דעם איד און מאנסי, כ׳האב נישט קיין השגה ווער דאס איז, ״כל הנשמה תהלל י-ה״, אז ער איז געוואוינט צו דאנקן השי״ת אויף יעדן טריט און שריט, ס׳איז א געוואלדיגע ענין.

אייגענטליך, ס׳איז נישט קיין אולטורנעטיוו צו דאנקן השי״ת אויף וואַטסעפ ווען דער פליישיגן מויל האט קיין פראבלעם צו פלאדערן דברים אסורים. כ׳ווער עכ״פ בכלל נישט נתפעל פון די אלע ״טענק יא האשעם״ וואַטסעפ יונגעלייט.

גא''מ

איך בין מסופק צי עס איז דער RUTZEN HASHEM (רצון השם בלע''ז) אז אינזערע אייוועלט אידן זאלן אנטייל נעמען אין די וואצעפ גרופ
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 19 געסט