טייערע אפסקעיל געשעפטן - מה לנו ולצרה הזאת?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

בבל
שר האלף
תגובות: 1792
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

טייערע אפסקעיל געשעפטן - מה לנו ולצרה הזאת?

תגובהדורך בבל » מיטוואך ינואר 30, 2019 11:46 am

רעסטאראנט האט געשריבן:איבעגעבויעטע בוטשער אין שאפינג סענטער




איך האלט אויף מיר אז איך קויף נישט מער ווען די סטאר איז שענער. איך האב מיך געטאנעט מיט די דיזיינער פין גרענד פוד ווען זיי האבן געטוישט לעצטנס טיילס. די דיזיינער האט מיך געזאגט אז איך קען מיך נישט גיט גייסט יא קויפן מער

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1130
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » מיטוואך ינואר 30, 2019 1:36 pm

דער ''קרית יואל בוטשער סטאר'' גייט דורך א מאסיווע רענאוואציע, פון אויבען ביז אונטן.

מען לייגט טאקע אריין עטליכע טויזענט הונדערטערס, אבער ס'וועט זיך אויסצאלן פי כמה די אינוועסטמענט, ווען מען וועט האבן דעם רייכן אפסקעיל רענאווירטן געשעפט פון בוטשער-דעלי, וועט מען לייזן פילפאכיג מער.

עס קומט אן אפסקעיל בוטשער-דעלי, אין אראנזש קאונטי.

אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1073
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » מיטוואך ינואר 30, 2019 1:40 pm

וואס מיינט אפסקעיל?

ווען די עיר קאנדישן פייפס ציען זיך איבער די דאך העכער די קעפ?
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...

שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1167
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובהדורך שואלכענין » מיטוואך ינואר 30, 2019 1:42 pm

איך האלט אויך ווי הרב בבל שליט"א (אויף וועמען איך זאג דעם ערשטן "יקום פורקן" יעדן שבת...).

א שיינע סטאר, יא. א "פענסי" סטאר, ניין.

א סטאר דארף זיין רחבות'דיג, שיין, זויבער, ליכטיג און באקוועם. אבער דאס אז מען מאכט דעם דאך געשטיקלט, און מען שטעלט ארויף אויף יעדע אפטיילונג לעקטערדיגע סיינס מיט'ן נאמען, און מען מאכט די זוילן רינדעכיג, א.א.וו. מאכט מיך גארנישט מער קומען צו יענע סטאר איינקויפן.

איך בין נישט דער איינציגסטער מענטש אויף דער וועלט, מסתמא פאר אנדערע מאכט עס יא א חילוק.

איך האף אז עס איז ווערד די שווערע געלטער וואס מען ספענדט אריין דערין.

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5776
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מיטוואך ינואר 30, 2019 1:44 pm

ווען ״באקן״ דארף מען בעטן אין די ״בעק״ ווערט עס אפסקעיל אדער פענסי?
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1578
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » מיטוואך ינואר 30, 2019 1:45 pm

איך האב מיך אמאל געאייסערט מיט א דיזיינער אז דער עיקר שיינקייט פון א געשעפט איז די סעלעקשאן פון גוטע אייטעמ'ס און וויאזוי ס'איז דיספלעיד.

דאס איבריגע 60 אלפים פאר גלאז אדער 45K פאר לייטינג מאכט נישט אויס.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1664
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » מיטוואך ינואר 30, 2019 1:49 pm

אהער און אהין האט געשריבן:דער ''קרית יואל בוטשער סטאר'' גייט דורך א מאסיווע רענאוואציע, פון אויבען ביז אונטן.

מען לייגט טאקע אריין עטליכע טויזענט הונדערטערס, אבער ס'וועט זיך אויסצאלן פי כמה די אינוועסטמענט, ווען מען וועט האבן דעם רייכן אפסקעיל רענאווירטן געשעפט פון בוטשער-דעלי, וועט מען לייזן פילפאכיג מער.

עס קומט אן אפסקעיל בוטשער-דעלי, אין אראנזש קאונטי.

מען שמועסט אז עס קאסט א נישטיגע 1.5 מיליאן דאלאר ... ,די גאנצע געשעפט אין פראנא , בעק פאר די פלייש און די גאנצע בעיסמענט און נייע קאך אינטען

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3975
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך ינואר 30, 2019 1:50 pm

אהער און אהין האט געשריבן:דער ''קרית יואל בוטשער סטאר'' גייט דורך א מאסיווע רענאוואציע, פון אויבען ביז אונטן.

מען לייגט טאקע אריין עטליכע טויזענט הונדערטערס, אבער ס'וועט זיך אויסצאלן פי כמה די אינוועסטמענט, ווען מען וועט האבן דעם רייכן אפסקעיל רענאווירטן געשעפט פון בוטשער-דעלי, וועט מען לייזן פילפאכיג מער.

עס קומט אן אפסקעיל בוטשער-דעלי, אין אראנזש קאונטי.

זאל דא דאקומענטירט ווערן דער אפיציעלער רעאקציע פון בערעלע לעבעדיגער מעיר בארא פארק:
ווען רביה"ק האט געזען די שיינע הייזער וואס האבן זיך געבויעט אין שטעטל כעין פאלאצלעך האט ער געזאגט אז נישט דאס האט ער געמיינט.
(איך קען נישט ברענגען עדות אויף דעם סטעיטמענט, אבער איך בין נישט מתיר קיין עגונה דערמיט, דער רעיון איז זיכער אמת)
על אחת כמה וכמה ווען מטעם די אפיציעלע עסקנים שטעלט מען צו מער אהער געשטעלט און פאר טייערער (הגם מיט גוטע כוונות, אבער טעות)
נישט דאס האט דער מייסד און די ממשיכי דרכו געמיינט,
מען דארף אהער שטעלן גרויס שיין לופטיג און ביליג פאר די גרויסע קינדער געבענטשטע משפחות בליעה"ר זאלן קענען שפייזן זייער הויזגעזינד בניקל ובריוח.
אידך פירושא היא זיל גמור
הקטן בערעלע
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3975
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

מיר פארשטייען עס איז דא גערעכטע טענות לצד זה

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך ינואר 30, 2019 1:54 pm

אבער דער אנדערער צד (צו צופרידן שטעלן די ארימע מיטל קלאס שיכט וואס מוטשעט זיך) איז שטערקער און איבערוועגנד לצד זה!
אז מ'לעבט דערלעבט מען

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1664
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » מיטוואך ינואר 30, 2019 1:56 pm

lebediger berel האט געשריבן:
אהער און אהין האט געשריבן:דער ''קרית יואל בוטשער סטאר'' גייט דורך א מאסיווע רענאוואציע, פון אויבען ביז אונטן.

מען לייגט טאקע אריין עטליכע טויזענט הונדערטערס, אבער ס'וועט זיך אויסצאלן פי כמה די אינוועסטמענט, ווען מען וועט האבן דעם רייכן אפסקעיל רענאווירטן געשעפט פון בוטשער-דעלי, וועט מען לייזן פילפאכיג מער.

עס קומט אן אפסקעיל בוטשער-דעלי, אין אראנזש קאונטי.

זאל דא דאקומענטירט ווערן דער אפיציעלער רעאקציע פון בערעלע לעבעדיגער מעיר בארא פארק:
ווען רביה"ק האט געזען די שיינע הייזער וואס האבן זיך געבויעט אין שטעטל כעין פאלאצלעך האט ער געזאגט אז נישט דאס האט ער געמיינט.
(איך קען נישט ברענגען עדות אויף דעם סטעיטמענט, אבער איך בין נישט מתיר קיין עגונה דערמיט, דער רעיון איז זיכער אמת)
על אחת כמה וכמה ווען מטעם די אפיציעלע עסקנים שטעלט מען צו מער אהער געשטעלט און פאר טייערער (הגם מיט גוטע כוונות, אבער טעות)
נישט דאס האט דער מייסד און די ממשיכי דרכו געמיינט,
מען דארף אהער שטעלן גרויס שיין לופטיג און ביליג פאר די גרויסע קינדער געבענטשטע משפחות בליעה"ר זאלן קענען שפייזן זייער הויזגעזינד בניקל ובריוח.
אידך פירושא היא זיל גמור
הקטן בערעלע

הלואי האבן די ווענט אויערן ...

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5776
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מיטוואך ינואר 30, 2019 2:01 pm

פראבלעם איז אז די אויערן האבן ווענט.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1073
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » מיטוואך ינואר 30, 2019 2:05 pm

;l;p-

הגם איך בין מפקפק אויף די ווארהייט פון ר' בערל לעבעדיגער'ס מעשה.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7359
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » מיטוואך ינואר 30, 2019 2:12 pm

אז דו ווילסט מפקפק זיין, דארפסטו ארויסברענגען דיין פקפוק.

געזעהן די מעשה אין רצון צדיק דאכצעך.

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3975
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך ינואר 30, 2019 2:13 pm

ענדע צדיק! האט געשריבן:ווען ״באקן״ דארף מען בעטן אין די ״בעק״ ווערט עס אפסקעיל אדער פענסי?

איך דארף אויך בעטן באקן אין די בעק, אבער וואס זאל מען טון אז א אקס האט צוויי אהאלב טויזנט פונט פלייש און נאר איין'ס אהאלב פונט באקן.
בזמן הבית האט מען געדארפט געבן די לחיים (באקן) פארן כהן, האט כאטש דער כהן געהאט א שיין שטיקל.
לעצט פאראכטן דורך lebediger berel אום מיטוואך ינואר 30, 2019 2:38 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1073
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » מיטוואך ינואר 30, 2019 2:17 pm

מיסטעריעז האט געשריבן:אז דו ווילסט מפקפק זיין, דארפסטו ארויסברענגען דיין פקפוק.

געזעהן די מעשה אין רצון צדיק דאכצעך.

כ'האב נאך פשוט קיינמאל נישט געהערט פון די מעשה, איך קען נישט גלייבן אז מיינע מלמדים האבן ארויס געלאזט אזא זאפטיגע מעשה פון די הענט...

אבער אז ס'שטייט אין רצון צדיק האט דאס א מקור.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3975
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך ינואר 30, 2019 2:21 pm

מיסטעריעז האט געשריבן:אז דו ווילסט מפקפק זיין, דארפסטו ארויסברענגען דיין פקפוק.

געזעהן די מעשה אין רצון צדיק דאכצעך.

קודם געב נישט די מעשה מיין נאמען ווייל איך בין נישט דער אחריות דערויף ליין איבער מיין תגובה
אבער פאר איינער וואס איז אויפגעוואקסן אין סאטמאר נאך די קינדערישע יארן בחיי מרן, איז א מעשה בחזקת מפוקפק עניוועי עד שיבואו העדים ויעידו בדיוק.
אבער דא רעדט מען נישט איבער די מעשה בבחינת מעשה, דא רעדט מען איבער דעם רעין בבחינת רעיון, און אזא מעשה איז געזאגט געווארן בהלו נרו עלי ראשינו סא איז דער רעיון ווערט דעבאטירט צו ווערן.
און, נאכאמאל, כ'האב שוין נישט קיין געדולד צו טייפן, איך פארשטיי די טענות, אז דער בעסערער עולם וועט אוועק גיין, און זיי וועלן קויפן מיט שוואכע השגחות, און נאר די מוסדות וועלן ליידן, און די ארימע וועלן נישט קענען צאלן שכר לימוד,
כ'קען די אלע זאכן, און מיין (עניית) דעת איז פראטאקאלירט אז דער פארקערטער טענה איז שטערקער און גערעכט (שלימות גמור וועט אי"ה זיין בביאת גואל צדק)
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1073
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » מיטוואך ינואר 30, 2019 2:21 pm

לעבעדיגער, מ'קען בעטן אזא פרייז אז נאר ס'זאל זיך נאר פארקויפן איינס און א האלב פונט קעגן ס'איבריגע צוויי און א האלב טויזנט, אויב איך וויל וועל איך דאס באצאלן און אויב נישט נישט, אבער בעטן פון די בעק וועל איך קיינמאל נישט, כ'האב נישט קיין פראטעקציע.

----

לעבעדיגער האקט, שיק.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1664
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » מיטוואך ינואר 30, 2019 2:22 pm

lebediger berel האט געשריבן:
ענדע צדיק! האט געשריבן:ווען ״באקן״ דארף מען בעטן אין די ״בעק״ ווערט עס אפסקעיל אדער פענסי?

איך דארף אויך בעטן באקן אין די בעק, אבער וואס זאל מען טון אז א אקס האט צוויי אהאלב טויזנט פונט פלייש און נאר איין'ס אהאלב פונט באקן.
בזמן הבית האט מען געדארפט געבן די לחיים (באקן) פארן כהן, האבעך ווען געהאט
לעצט פאראכטן דורך רעסטאראנט אום מיטוואך ינואר 30, 2019 3:03 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

בבל
שר האלף
תגובות: 1792
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » מיטוואך ינואר 30, 2019 2:23 pm

שפיגליצקי האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:אז דו ווילסט מפקפק זיין, דארפסטו ארויסברענגען דיין פקפוק.

געזעהן די מעשה אין רצון צדיק דאכצעך.

כ'האב נאך פשוט קיינמאל נישט געהערט פון די מעשה, איך קען נישט גלייבן אז מיינע מלמדים האבן ארויס געלאזט אזא זאפטיגע מעשה פון די הענט...

אבער אז ס'שטייט אין רצון צדיק האט דאס א מקור.

גראדע האב איך עס געהערט פין מיינע עלטערן. פאר די רצון צדיק איז ארויס פין דריק אגב געמופט ווען די רבי ז'' ל האט געלעבט

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3975
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך ינואר 30, 2019 2:37 pm

שפיגליצקי האט געשריבן:לעבעדיגער, מ'קען בעטן אזא פרייז אז נאר ס'זאל זיך נאר פארקויפן איינס און א האלב פונט קעגן ס'איבריגע צוויי און א האלב טויזנט, אויב איך וויל וועל איך דאס באצאלן און אויב נישט נישט, אבער בעטן פון די בעק וועל איך קיינמאל נישט, כ'האב נישט קיין פראטעקציע.

----

לעבעדיגער האקט, שיק.

מ'קען עפענען א באקן פלייש אשכול אין קרעטשמע - אריין געקומען דא דרך אגב
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3975
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך ינואר 30, 2019 2:40 pm

רעסטאראנט האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:
ענדע צדיק! האט געשריבן:ווען ״באקן״ דארף מען בעטן אין די ״בעק״ ווערט עס אפסקעיל אדער פענסי?

איך דארף אויך בעטן באקן אין די בעק, אבער וואס זאל מען טון אז א אקס האט צוויי אהאלב טויזנט פונט פלייש און נאר איין'ס אהאלב פונט באקן.
בזמן הבית האט מען געדארפט געבן די לחיים (באקן) פארן כהן, ..... געהאט א שיין שטיקל.

אהא איר זענט ....?

כ'האב שוין פאראכטן מיין תגובה ביטע פארעכט דיינס אויך, געווען א פלטת הקולמוס
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3447
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » מיטוואך ינואר 30, 2019 2:41 pm

lebediger berel האט געשריבן:
אהער און אהין האט געשריבן:דער ''קרית יואל בוטשער סטאר'' גייט דורך א מאסיווע רענאוואציע, פון אויבען ביז אונטן.

מען לייגט טאקע אריין עטליכע טויזענט הונדערטערס, אבער ס'וועט זיך אויסצאלן פי כמה די אינוועסטמענט, ווען מען וועט האבן דעם רייכן אפסקעיל רענאווירטן געשעפט פון בוטשער-דעלי, וועט מען לייזן פילפאכיג מער.

עס קומט אן אפסקעיל בוטשער-דעלי, אין אראנזש קאונטי.

זאל דא דאקומענטירט ווערן דער אפיציעלער רעאקציע פון בערעלע לעבעדיגער מעיר בארא פארק:
ווען רביה"ק האט געזען די שיינע הייזער וואס האבן זיך געבויעט אין שטעטל כעין פאלאצלעך האט ער געזאגט אז נישט דאס האט ער געמיינט.
(איך קען נישט ברענגען עדות אויף דעם סטעיטמענט, אבער איך בין נישט מתיר קיין עגונה דערמיט, דער רעיון איז זיכער אמת)
על אחת כמה וכמה ווען מטעם די אפיציעלע עסקנים שטעלט מען צו מער אהער געשטעלט און פאר טייערער (הגם מיט גוטע כוונות, אבער טעות)
נישט דאס האט דער מייסד און די ממשיכי דרכו געמיינט,
מען דארף אהער שטעלן גרויס שיין לופטיג און ביליג פאר די גרויסע קינדער געבענטשטע משפחות בליעה"ר זאלן קענען שפייזן זייער הויזגעזינד בניקל ובריוח.
אידך פירושא היא זיל גמור
הקטן בערעלע

;l;p- וואס ס'באדערט מיר איז אז פון איין זייט פראבירט מען איינצוצוימען דעם עולם מיט חתונה תקנות א.א.וו. אויפן מקסימום שבמקסימום און די קהלישע בנינים בויט מען אווי די גרעסטע עשירים פון לאנד. לאמיר זיך נישט נארן זיי גייען נישט באקומען צופול נייע קאסטומערס לכבוד'ן ספענדן דעם פאנטאסטישן סומע. פאר איינער וואס גייט מיט מיט די תקנות הקהילה שטעכט דעס אריין אין אויג.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

signout
שר חמש מאות
תגובות: 579
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 01, 2014 11:37 am

תגובהדורך signout » מיטוואך ינואר 30, 2019 2:53 pm

רעסטאראנט האט געשריבן:
אהער און אהין האט געשריבן:דער ''קרית יואל בוטשער סטאר'' גייט דורך א מאסיווע רענאוואציע, פון אויבען ביז אונטן.

מען לייגט טאקע אריין עטליכע טויזענט הונדערטערס, אבער ס'וועט זיך אויסצאלן פי כמה די אינוועסטמענט, ווען מען וועט האבן דעם רייכן אפסקעיל רענאווירטן געשעפט פון בוטשער-דעלי, וועט מען לייזן פילפאכיג מער.

עס קומט אן אפסקעיל בוטשער-דעלי, אין אראנזש קאונטי.

מען שמועסט אז עס קאסט א נישטיגע 1.5 מיליאן דאלאר ... ,די גאנצע געשעפט אין פראנא , בעק פאר די פלייש און די גאנצע בעיסמענט און נייע קאך אינטען
לו יהא די נומבער איז אמת, די איינריכטוינגען אין בעיסמענט/קאך איז נישט עפעס וואס האט מיט שיינקייט,

signout
שר חמש מאות
תגובות: 579
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 01, 2014 11:37 am

תגובהדורך signout » מיטוואך ינואר 30, 2019 2:55 pm

nmi האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:
אהער און אהין האט געשריבן:דער ''קרית יואל בוטשער סטאר'' גייט דורך א מאסיווע רענאוואציע, פון אויבען ביז אונטן.

מען לייגט טאקע אריין עטליכע טויזענט הונדערטערס, אבער ס'וועט זיך אויסצאלן פי כמה די אינוועסטמענט, ווען מען וועט האבן דעם רייכן אפסקעיל רענאווירטן געשעפט פון בוטשער-דעלי, וועט מען לייזן פילפאכיג מער.

עס קומט אן אפסקעיל בוטשער-דעלי, אין אראנזש קאונטי.

זאל דא דאקומענטירט ווערן דער אפיציעלער רעאקציע פון בערעלע לעבעדיגער מעיר בארא פארק:
ווען רביה"ק האט געזען די שיינע הייזער וואס האבן זיך געבויעט אין שטעטל כעין פאלאצלעך האט ער געזאגט אז נישט דאס האט ער געמיינט.
(איך קען נישט ברענגען עדות אויף דעם סטעיטמענט, אבער איך בין נישט מתיר קיין עגונה דערמיט, דער רעיון איז זיכער אמת)
על אחת כמה וכמה ווען מטעם די אפיציעלע עסקנים שטעלט מען צו מער אהער געשטעלט און פאר טייערער (הגם מיט גוטע כוונות, אבער טעות)
נישט דאס האט דער מייסד און די ממשיכי דרכו געמיינט,
מען דארף אהער שטעלן גרויס שיין לופטיג און ביליג פאר די גרויסע קינדער געבענטשטע משפחות בליעה"ר זאלן קענען שפייזן זייער הויזגעזינד בניקל ובריוח.
אידך פירושא היא זיל גמור
הקטן בערעלע

;l;p- וואס ס'באדערט מיר איז אז פון איין זייט פראבירט מען איינצוצוימען דעם עולם מיט חתונה תקנות א.א.וו. אויפן מקסימום שבמקסימום און די קהלישע בנינים בויט מען אווי די גרעסטע עשירים פון לאנד. לאמיר זיך נישט נארן זיי גייען נישט באקומען צופול נייע קאסטומערס לכבוד'ן ספענדן דעם פאנטאסטישן סומע. פאר איינער וואס גייט מיט מיט די תקנות הקהילה שטעכט דעס אריין אין אויג.
וואס האט לאקשען מיט ציגעל? ווען מ'מאכט ווען תקנות אז מ'זאל נישט אפרעידן קיין ביזנעס צו העכערן די סעילס פארשטיי דיין טענה

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2181
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » מיטוואך ינואר 30, 2019 2:59 pm

מערסטנס קרית יואל'ער געשעפטן זענען ביז היינט געווען פאר'חזר'ט און נאכגעלאזט אויף א שטארקן פארנעם. א איד פון וויליאמסבורג האט זיך שווער געקענט צוגעוואוינען צו דעם דראסטישן טויש, ב"ה אז צייטן בייטן זיך און קרית יואל גייט ארויס פון איר פארקוועטשקייט, אינאיינעם מיט דעם גרויסן וואוקס בליעה"ר און מאסן אויסוואנדערונג פון ברוקלין הייבן אן ארויפקומען שיינע געשעפטן, בע'טעמ'ט און געשמאק. כה לחי.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Tevye און 11 געסט