טראמפ אין די פעיק ניוז עפאכע. קליפס אין פאקטן

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
אויבער-חכם
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2011 1:02 pm
לאקאציע: בין תנור לכירים

טראמפ אין די פעיק ניוז עפאכע. קליפס אין פאקטן

תגובהדורך אויבער-חכם » פרייטאג פאברואר 01, 2019 3:49 pm

היות עס איז דא א גרויס חלק פין אונז וואס זייער איינציגסטע פלאץ ווי זיי הערן די נייעס איז פין אונזער וועלטל אין זיי ליינען נאר אנאליזים אין האבן נישט קיין געלעגענהייט צו הערן אין זעהן די פאקטן, האבעך פראבירט אביסל צאמצישטעלן וויפיל ס'איז מעגליך.
יעדער קען היינט די אויסשפריכט ווארט "פעיק ניוז", טראמפ ניצט דאס אויפווייזן פארן פאלק די פאלטשקייט פינעם מידיע.
ניצט ער דאס טאקע ווען מ'באריכטעט פאלטשע נייעס אדער ווען ער האט נישט ליב די נייעס?
אלע ווייסן אז די איטעלטשענט פיפעל האבן געגעבן אן אויפטריט אים קאנגרעס.
די פרעזידענט האט נעכטן ארויסגעשיקט א טוויט אזוי
Just concluded a great meeting with my Intel team in the Oval Office who told me that what they said on Tuesday at the Senate Hearing was mischaracterized by the media - and we are very much in agreement on Iran, ISIS, North Korea, etc. Their testimony was distorted press

מען האט אויכט געפרעגט די פרעזידענט צו ער האט גערעט מיט זיין איטעלינטשעס טשיף'ס וועגן זייער קאנגרעס אויפטריט?
האט טראמפ גענפערט, יא איך האב גערעט מיט זיי, זיי האבן געזאגט אז ס'איז אינגאנצן פאדרייט געווארן דורכן מידיע, זיי האבן געזאגט עס איז פעיק ניוז. (טרעסאנט אז זיי רעדן מיט די זלבע שפראך ווי דער פרעזידענט)
דא האט ווי מ'פרעגט אים

די הירענג איז נישט געווען באהאלטן אונטער טירן אין מ'זאגט נאך אננימעס סורסעס, נאר זיי האבן געגבן א פאבליק אויפטריט זייער ליפן האבן זיך געריקט, ווערטער זענען ארויסגעקומען פין זייער מויל, אין די אזוי געריפענע קעמערעס האבן דאס אפגעכאפט לייוו.

די פרעזידענט אייגענע האנט געפיקטע דירעקטאר פין נעשענעל איטעלינטשעס האט געזאגט בתוך דבריהם
    • אייסעס האט נאך טויזענטער פייטערס אין סיריע אין איראק.
    • נארט קאריע גייט לכאורה נישט אויפגעגבן זייער נוקלער
    • רוסלאנד גייט מעדעלען אין די 2020 וואלן
    • אז אמעריקא נעמט ערענסט די סכנה פין קליימאט טויש
    • איראן בויט נישט קיין אטאם באמבע יעצט אין האלט זיך צום איראן דיעל וואס טראמפ האט ארויסגעצויגן
.
טראמפ אבער זאגט….
    • אייסעס איז באזיגט אין סיריע
    • נארט קאריע איז שוין מער נישט קיין סכנה
    • רוסלאנד האט נישט אינטעפערט אין די וואלן
    • קליימאט טויש איז א טשייניזע בלאף
    • איראן וועט בויען א באמבע אין א קורצע צייט
צו עס זעהן אין קורצען

טראמפ האט אויכט געשריבן אין א טוויט
I would suggest you read the COMPLETE testimony from Tuesday. A false narrative is so bad for our Country. I value our intelligence community. Happily, we had a very good meeting, and we are all on the same page!

אלזא דא האט איר זייער געשריבענע באריכט
וואס זיי האבן נישט געשריבן איז, אז איליגעל אימעגראנטן איז א נאצינאלע סכנה פארן לאנד

לאמיר אבער צוריק גיין צוויי טעג פירער נאך וואס די איטעלינטשענס האט גענדיגט זייער אויפטריט האט טראמפ ארויסגעשיקט א טוויט צום אמעריקאנער פאלק
The Intelligence people seem to be extremely passive and naive when it comes to the dangers of Iran. They are wrong! When I became President Iran was making trouble all over the Middle East, and beyond. Since ending the terrible Iran Nuclear Deal, they are MUCH different, but a source of potential danger and conflict. They are testing Rockets (last week) and more, and are coming very close to the edge. There economy is now crashing, which is the only thing holding them back. Be careful of Iran. Perhaps Intelligence should go back to school!

הייסט אז די פרעזידענט זאגט אז מ'זאל נישט געלייבן וואס ער האט געשריבן צוויי טעג פריער, איר האלט מיט?
א קלאסישער דוגמא פין א פעיק ניוז.

ס'דא וואס וועלן זאגן אז די פרעזידענט קען נישט זעהן קיין חילוק פין מציאות אין געפיל, אנדערע וועלן זאגן … די זעלבע.

דא האט איר די יסוד!
כ׳האב נישט געטראפן קיין חיזוק/מוסר ווארט דא צו שרייבן

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 20 געסט