סמארטפאון מאכט פריי! איבערגעטריבן ?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
נו שוין
שר האלף
תגובות: 1151
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 9:05 pm

וואס עפעס? האט געשריבן:לדעתי איז די קארטעל נישט צופיל ווייניגער שלעכט וואו די אנדערע קארדס ווי זיי לערנען אויס קינדער צו זיין מחוצפים


זייער כוונה איז אפשר גוט אבער ליידער האבן די חברה גאר ווייניג שכל

וואס קען מען טוהן, אזוי קוקט מען אויס ווען אפאר unemployed קליינקעפיגע אינגעלייט זענען מחליט די חינוך פונעם קומעדיגע דור

מנהלים פון אלע גרעסערע מוסדות שטיצן די קארטליך, מטיילט עס ביי חברת תהילם, ביי לאנטש, ביים פארהער, ביי גורלות, סאיז ליידער א אינטערגרעידעט פארט אין די ציבור, שוין לאאאנג פאריבער די רויטע ליניע.

אוועטאר
מקווה איד
שר האלפיים
תגובות: 2122
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 4:53 pm
לאקאציע: Next door

תגובהדורך מקווה איד » דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 9:27 pm

נו שוין האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:לדעתי איז די קארטעל נישט צופיל ווייניגער שלעכט וואו די אנדערע קארדס ווי זיי לערנען אויס קינדער צו זיין מחוצפים


זייער כוונה איז אפשר גוט אבער ליידער האבן די חברה גאר ווייניג שכל

וואס קען מען טוהן, אזוי קוקט מען אויס ווען אפאר unemployed קליינקעפיגע אינגעלייט זענען מחליט די חינוך פונעם קומעדיגע דור

מנהלים פון אלע גרעסערע מוסדות שטיצן די קארטליך, מטיילט עס ביי חברת תהילם, ביי לאנטש, ביים פארהער, ביי גורלות, סאיז ליידער א אינטערגרעידעט פארט אין די ציבור, שוין לאאאנג פאריבער די רויטע ליניע.

כמעט אלע מוסדות האבן עס שוין געאסרט
אז איר ווילט קען איך אייך עפענען און צאלט שפעטער, אבער זיך מיט כאפן קען מען נישט!

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 905
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 11:22 pm

וועליכע מוסד האט עס שוין געאסרט?
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

אוועטאר
שרייזשע
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 11:44 pm

וואס עפעס? האט געשריבן:לדעתי איז די קארטעל נישט צופיל ווייניגער שלעכט וואו די אנדערע קארדס ווי זיי לערנען אויס קינדער צו זיין מחוצפים


זייער כוונה איז אפשר גוט אבער ליידער האבן די חברה גאר ווייניג שכל

וואס קען מען טוהן, אזוי קוקט מען אויס ווען אפאר unemployed קליינקעפיגע אינגעלייט זענען מחליט די חינוך פונעם קומעדיגע דור

RT
ליידער איז עס אזוי
א חרבן הדור
אויב מען גלייכט צו די חורבן פון סמארט פאונ'ס צו אוישוויץ, דאן גלייך איך צו די חורבן אז די נערישסטע קעפ פון כלל ישראל פירען אינזערע מערכות צו בערגן בעלזן...
צעקה בקול דממה דקה

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3934
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 11:54 pm

ווען נישט די טריפענע סמארטפטון'ס וואלט די בילד פון שומרים קארטל נישט פארשפרייט געווארן. מאסטער האט שוין נעכטן געטוויט א בילד פון די אושוויץ קארטון און איצט קען מען צולייגן די סמאטוכע צו די ליסטע פון חורבנות וואס סמארטפטון'ס האבן גורם געווען

אוועטאר
פרעזידענט
שר האלף
תגובות: 1116
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 22, 2009 11:20 pm

תגובהדורך פרעזידענט » פרייטאג מארטש 01, 2019 12:01 am

מישן די צוויי איז אזוי ווי מישן צוויי שעדליכע קעמיקאלן, א פרישע חורבן
פרעזידענט מיינט נישט דווקא א פירער פון א לאנד, פיהר דיך פערזענליך אויף מיט פארשטאנד.
אין דיין מלחמת היצר ביזטו ״הויפט קאמאנדיר״ - Make Yourself Great Again

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1984
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » פרייטאג מארטש 01, 2019 12:16 am

ביטע אסדר, מאך נישט די תורה אזוי הייליג און טיף.

--
ולעצם הענין, כמדומה לי אז דאס מאכן א טראסק פון אזא קארטל האט די זעלבע סימפטאם פון די קארטל מאכער אליינס: א איבערפלוס פון צייט.

נו שוין, ברוך השם אז אידן האבן גענוג פון דאס טייערסטע זאך אויף די וועלט.
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

פעסט
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 03, 2016 3:42 pm

תגובהדורך פעסט » פרייטאג מארטש 01, 2019 12:19 am

Crazy is not the word.
זיצט זיך א גרעפיקער ביי זיין קאמפיאטיר מיט א הייסע קאווע און א טשאקלעט דעניש, און ניצט דו סלאגען וואס אוזנזרע זיידעס און באבעס האבן מיטגעמאכט.
זאג, האבן איינע פון זיי גונומען אויף זיך איין שעה סיגופים וואס אונזרע עלטערן האבן געהאט פאר אכט חדשים?
איך מיין נישט דו גרעפיקער its the concept.


Ps I don’t have a smart phone

פעסט
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 03, 2016 3:42 pm

תגובהדורך פעסט » פרייטאג מארטש 01, 2019 12:21 am

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:ביטע אסדר, מאך נישט די תורה אזוי הייליג און טיף.

--
ולעצם הענין, כמדומה לי אז דאס מאכן א טראסק פון אזא קארטל האט די זעלבע סימפטאם פון די קארטל מאכער אליינס: א איבערפלוס פון צייט.

נו שוין, ברוך השם אז אידן האבן גענוג פון דאס טייערסטע זאך אויף די וועלט.

You’re probably never read or heard about the holocaust

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4731
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » פרייטאג מארטש 01, 2019 12:26 am

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:ביטע אסדר, מאך נישט די תורה אזוי הייליג און טיף..

די תורה איז אסאך הייליגער און טיפער ווי דו מיינסט.

אוישוויץ איז אסאך ביטערער ווי דו ווייסט.

השומרים קארדס איז אסאך מער קארופטירט ווי דו באגרייפסט.

סמארטפאונס איז אסאך ערגער ווי השומרים לייגט עס אראפ, אבער... ביז אוישוויץ און נישט פאר קינדער.
לעצט פאראכטן דורך אסדר לסעודתא אום פרייטאג מארטש 01, 2019 12:27 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

יעקב צוקערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm

תגובהדורך יעקב צוקערמאן » פרייטאג מארטש 01, 2019 12:26 am

נשמה'לע קוק אהער. נישט יעדער איז ווארעם צום קאמף קעגן סמארטפאונס. בפרט א היינטיגער אינגערמאן, וועלכער האט נישט געזען די וועלט בעפאר סמארטפאונס. ער האט בכלל נישט דעם פיקטשער פון ביפאור ענד עפטער, זעט נישט וואס עס איז שלעכט דערמיט. בפרט ווען מען האלט נאך בעפאר דאס ערנסטקייט און באזעצנקייט וואס קומט ווען מען איז שוין א טאטע פון ערוואקסענע קינדער און מען קוקט ארויס אויף ערליכע אידישע דורות בשעת מען וואקעלט זיך דא אין די כוואליעס. איז דאן, ווען מען איז נאך א אינגערמאן, און מען שפירט שלום עלי נפשי. ווערט מען נערוועז פון דעם קאמף קעגן סמארטפאונס.

כאטשיג, אפילו דער פותח האשכול, און מענטשן וואס זענען נישט ווארעם פאר'ן קאמף, צי צוליב חוסר ידיעה, צי צוליב חוסר התבננות, צי ווייל זיי האבן אליינס סמארטפאונס און עס איז זיי א געשמאקער אינטערטעינמענט געצייג. זענען דאך שטילערהייט צופרידן אז עס איז דא א מלחמה. ווייל זיי אליינס ווילן נישט קיין געהעריגע אפענע וועלט, ווי אין די מאדערנע קרייזן, וואו עס איז פערפעקטלי אקעי צו גיין אין די געציילטע אינטשעס פון אפענע ווייערס מיט 640 וואלטס וואו מען קען עלעקטעריזירט ווערן צום טויט (רוחניות'יג און גשמיות'דיג) אין א סעקונדע. כ'מיין אז אפילו דער פותח האשכול, וויל אויך נישט לעבן אין אזא געזעלשאפט, ערגעץ וואו האט ער אויך גדרים.

יעצט נאכאמאל, לאמיך געבן דעם בעפאר ענד עפטער פיקטשער פון מיין קוק-ווינקל, און איך בין סך הכל 40 יאר אלט.

איך געדענק נאך אמאל, און אלע פון מיין יארגאנג וועלן געדענקען, אז אמאליגע צייטן, קוקן ווידיא, קליפס וכדומה, האט געהייסן דאס גרעסטע שגץ שטיק. ביים אנהויב פונעם אינטערנעט עפאכע, אין די סוף נ'ן יארן, אויב האט עמיצער געקוקט א קליפ, האט ער דאס פאר קיינעם נישט פארציילט, פונקט ווי קיינער וועט נישט ארומווייזן אין ביהמ"ד שטיקער פונעם טיים מאגאזין, צי דעם ניו יארק פאוסט, אפילו אויב עס האט עפעס גאר אן אינטערסאנטן בילד מיט זיך.

צוביסליך איז ווידיא געווארן נארמאל. ליידער. אנגעהויבן האט זיך דאס ווען דזשידזשיטעל קאמעראס זענען געווארן גאנגבאר, און היינט איז דאס מיט סמארטפאונס. היינט צוטאגס, איז ליידער, איז דא עוורידזש אינגעלייט, פון היימישע חסידישע שטובער, וואס דער סמארטפאון איז ביי זיי א לכתחלה און מען אינטערטעינט זיך כסדר דערמיט.

פרעגט איר וואס איז שלעכט, וואס איז שלעכט מיט ווידיא, נו וואס איז שלעכט מיט טעלעוויזשאן, און פארוואס האבן רבנים אזויפיל איינגעריסן דערויף. וועט אפילו א בארא פארקער מאדערנער צי א פלעטבושער האבן א טעלעוויזיע אין שטוב. דוכט זיך אז נישט. און די טעלעוויזיע איז אפשר נאך בעסער ווי דעם סמארטפאון.

ממילא, איך בין נאך סענסיטיוו דערצו, ביי מיר איז ווידיא טרייף, איך וועל נישט גערן קוקן א קליפ.

כ'וויל נאר געבן א שטיקל בליק וויאזוי עס איז היינט. איך ארבעט דא מיט א נייעם אינגערמאן, זיין טאטע א חסידישער איד, זיין זיידע א חסידישער איד. ער האט א סמארטפאון. ער רוקט זיך צו צו מיר היינט און צייגט מיר אזא קליפ, אזא קליפ, כ'האב אים נישט געוואלט אומבאקוועם מאכן. כ'האב געזען אז ער איז נאך רוי אין דעם גאנצן סוגיא, און אז איך זאל אים מסביר זיין וועט ער מיך אנקוקן ווי א גוי וואס פארשטייט נישט פארוואס א איד קען נישט רוקן א סוויטש אין שבת.

עס האט מיך אבער וויי געטאן צו זען דעם ירידת הדורות. עס טוט באמת וויי, בפרט, ווען דער זיידע פון דעם אינגערמאן יאז ארויסגעקומען פון אוישוויץ, אן גארנישט, ער האט געהאט אזעלכע נסיונות אין אידישקייט, אז נאר, מען רעדט נישט פון ווערן א גוי, מען רעדט פון בלייבן א מאדערנער איד. דער זיידע זיינער, האט זיך געדראפעט אויף די גראדע ווענט זיך צו האלטן ביי אידישקייט, נאר פשוט, ער איז נישט געווען דער בעל דרשן איבערצוגעבן זיינע וועליוס מיט א פלאקער אויף ווייטער. דער פאטער פון דעם אינגערמאן איז אויך גאר א היימישער חסידישער איד, איז טוט דאס וויי צוצוקוקן.

דער פוינט איז, בעפאר דער פותח האשכול רעגט זיך איבער עקסטרעמקייטן, אינעם מלחמה קעגן סמארטפאונס, וואס באמת האט ער דערפון הנאה ווייל מען ראטעוועט אים און זיינע דורות. עס וועט אפשר דויערן 10 יאר ער זאל עס פארשטיין, זאל ער פארשטיין, אז סמארטפאונס האבן געמאכט אן עקסטרעמען דראסטישן טויש ביי היימישע אידן. וואס איך קען דערויף שרייבן אגאנצע נאכט. סאו כביטע זאל דער פותח האשכול זיך אביסעלע בארואיגן און מאכן אביסל ריסוירטש ווי מען זאגט

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1984
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » פרייטאג מארטש 01, 2019 12:32 am

פעסט האט געשריבן: You’re probably never read or heard about the holocaust


איך קום גראדע פון בודא, איך בין זעלטען געווען אין פעסט גופא, הגם פעסט האנטערס איז שוין געווען ביי מיר אינדערהיים צוליב א חתונה פון מוריטשקעס.

אבער מיינע אויגן און אויערן ארבעטן נאך ברוך השם, איך הער נאך און איך ליין נאך.

איבריגע צייט האב איך אויך ברוך השם בשפע, פארט ווער איך נישט אויפגעשוידערט ווען א איד א בן בלי שם שפילט זיך מיט זיין צייט און שרייבט קארטלעך לויט זיינע השגות.

און איך בין כמעט זיכער אז אויב איך וואלט יא געוויסט ווער די קארטל פארשפרייטער איז וואלט עס מיר נאך ווייניגער אנגעגאנגען.

פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל איך האב נישט קיין געדולד צו טוהן מיינע פליכטן!
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2024
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » פרייטאג מארטש 01, 2019 12:34 am

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:ביטע אסדר, מאך נישט די תורה אזוי הייליג און טיף.


:?: :?: :shock: :shock:
care to explain yourself??

יעקב צוקערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm

תגובהדורך יעקב צוקערמאן » פרייטאג מארטש 01, 2019 12:40 am

כ'וועל דיר געבן א דוגמא, לאמיר דיר פארציילן א מעשה פון 20 יאר צוריק, געווען א אינגערמאן, א פריינט מיינער. עס איז געווען א שוואכע מינוט, עס האט אים מורא'דיג אנגעגליסט צו קוקן עפעס א געזעעעכצט. ס'איז נישט געווען גארנישט. ער האט געמוזט אראפפארן אינדרויסן פון שטאט, אריינגיין אין אזא געזעעכץ דינגען געשעפט, גערופן בלאקבאסטער. עס איז געווען ביזי בזיונות, מען האט זיך ארומגעקוקט אין אלע זייטן, צי קיינער קוקט נישט. מען האט געזוכט אויף די פאליצעס און פרובירט אויסצוקלויבן עפעס וואס האט זיכער נישט קיין ראיות אסורות, עפעס פון פאראשוטן פון די צווייטע וועלט קריג. שוין, ארויספארנדיג פון דארטן האט אים א פאליציאנט אפגעשטעלט. דער אינגערמאן געווען צובראכן אז ער כאפט דא א טיקעט, האט ער געזאגט פאר'ן פאליציאנט, דו ווייסט פארוואס דו האסט מיך אפגעשטעלט, דאס איז א שטראף מן השמים, פאר'ן באזוכן אזא געשעפט. דער פאליציאנט האט זיך צושמייכעלט און האט דעם אינגערמאן פריי געלאזט. דער אינגערמאן איז גראדע אזוינער וואס האט ליב איבערצו'פארציילן מעשהלעך אין ביהמ"ד. ער האט אבער דאן בשום אופן נישט געקענט פארציילן די געשיכטע אין ביהמ"ד. מען וואלט אים אנגעקוקט ווי דער גרעסטער ליידאק, ממש א דרגא העכער ווי א מחלל שבת. ווי דעם נידריגסטן מענטשן אין שטאט. אזוי אראפגעקוקט איז דאן געווען ווידיא. ווידיא האבן נאר געקוקט ליידאקעס. פרעג יעדן אמאל. פארשטייסטו שוין וואס סמארטפאונס האבן געטוישט.


יעצט פרעגסטו, מר. רצון טוב, וואס איז שלעכט. הער אויס, מאך זיך אפ, וואסערער סארט איד דו ווילסט זיין. ביי מאדערנע אידן, איז אלעס כשר. אז דו ווילסט טאקע אזא לעבן, פיין, אבער אויב ווילסטו סמארטפאון פרייהייט, דארפסטו זיין גרייט צו די קאנסקווענצן. ביי די געזעלשאפטן וואו סמארטפאונס זענען גענצליך כשר, איז דאס אידישקייט גאר אן אנדערער סארט אידישקייט. קענסט דאך נישט האבן טענות צו אידן וואס ווילן זיך האלטן חסידיש אז מען קעמפט מיט אלע כוחות צו האלטן אונז און אונזערע דורות. שולדיג איז באמת דיין זיידע, נאך אוישוויץ האט ער געקענט גיין קיין טעקסאס, און צו דיין שלעכט מזל, איז ער געקומען קיין ברוקלין און זיך מדבק געווען אין חסידישע אידן, און שוין, דא האלט מען מיט דיר היינט, מען רודפ'ט דיך פאר'ן סמארטפאון. אידן אין טעקסאס אדער אין פייוו-טאונס האבן בכלל נישט די רדיפות.


למשל, אז א אינגערמאן היינט צוטאגס, חס ושלום, חלש'ט צו זען עפעס א מאווי וואס איז נישטא צובאקומען נאר אין די טעאטערס, און רחמנא ליצלן ער פאלט דורך, און ער גייט אין א טעאטער, לאמיר זאגן אז עס איז ריין, א מעשה פון טשאדעלע באדעלע, נישט חלילה ראיות אסורות. וועט ער דען דאס פארציילן אין ביהמ"ד. ער וועט זיך ביים אריינגיין אין טעאטאר אנטאן מיט א גרויסן דזשעקעט און א הוד, און וועט זיצן דארטן באמאכטערהייט, און וועט ביים גיין און קומען זיכער מאכן אז קיינער זעט אים נישט, ער וועט זוכן א טעאטער ערגעץ וואו אין יהופעץ אריין. ער וועט זיך שרעקליך שעמען דערמיט, און זיכער מאכן אז קיינער, א פילו זיין פרוי, ווייסט נישט דערפון.

פון די אנדערע זייט, אויפ'ן סמארטפאון, איז אלעס כשר. דער סמארטפאון האט דאס שוין אזוי מכשרי געווען, אז מען קען אפילו ליידער טרעפן א געזאלין סטאנציע וואס קעיטערט פאר היימישע אידן, וואו די. ווי. די'ס ווערן פארקויפט, פארשטייט זיך פאר די גויאישע קונדן, כדי אז ווען א בחור קומט אריין זאל אים דער יצר הרע שפרונגען ביז'ן דאך. איך געדענק נאך ווען אויב האט מען געוואלט האבן אזעלכע זאכן, האט מען געמוזט פארן בשתיקה ביז אייכלער'ס אין בארא פארק.

עניוועי, נאך דא אסאך צו שרייבן. איך מו זגיין שלאפן.
לעצט פאראכטן דורך יעקב צוקערמאן אום פרייטאג מארטש 01, 2019 12:42 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1984
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » פרייטאג מארטש 01, 2019 12:42 am

קאנסילמאן האט געשריבן:
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:ביטע אסדר, מאך נישט די תורה אזוי הייליג און טיף.


:?: :?: :shock: :shock:
care to explain yourself??

גדול המחטיאו יותר מן ההרגו איז עפעס וואס יעדער איינער ברויך פארשטיין, אקעי?!

אה, ווילסט זאגן אז עס קומט נישט דא אריין? איך הער, מארגן וועט מען דן זיין וואס איז די עומק הכוונה פון דעם בעל השומרים, אבער צו זאגן אז מיר קענען נישט פארשטיין די ווערטער "גדול המחטיאו יותר מן ההרגו" איז מיר אומפארשטענדליך.
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4731
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » פרייטאג מארטש 01, 2019 12:47 am

פארשטיין די פשוטע טייטש דערפון יא, גלויבן אז עס איז אזוי, דאס אויך. אבער עס באגרייפן אין מציאות איז נישט מעגליך לפי קט שכלנו בעוה"ר, כפי שבארתי לעיל בס"ד.
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

אוועטאר
כתמר יפרח
שר חמש מאות
תגובות: 503
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 07, 2018 8:17 pm

תגובהדורך כתמר יפרח » פרייטאג מארטש 01, 2019 12:47 am

איך האב הנאה צו זעהן אזוי פיל אינגעלייט זיצן אין אפיס 12 ביינאכט לצורך פרנסה...
2016 - מ'גייט בויען א מעכטיגע וואנט - ארום גאנץ מעקסיקא גרעניץ - מעקסיקא וועט באצאלן
2019- נישט ממש א וואנט - נישט ממש איבעראל - נישט ממש מעקסיקא

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1984
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » פרייטאג מארטש 01, 2019 12:49 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:נ.ב. איך לאז האלטן אנדערש.

אזוי לאנג ווי דו לאזט האלטן אנדערש וועל איך אביוזן מיינע רעכטן...

איך האלט אז מיר קענען דאס געהעריג פארשטיין.
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

אוועטאר
dim
שר חמש מאות
תגובות: 770
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 28, 2014 3:57 pm

תגובהדורך dim » פרייטאג מארטש 01, 2019 1:08 am

יעקב צוקערמאן האט געשריבן:נשמה'לע קוק אהער. נישט יעדער איז ווארעם צום קאמף קעגן סמארטפאונס. בפרט א היינטיגער אינגערמאן, וועלכער האט נישט געזען די וועלט בעפאר סמארטפאונס. ער האט בכלל נישט דעם פיקטשער פון ביפאור ענד עפטער, זעט נישט וואס עס איז שלעכט דערמיט. בפרט ווען מען האלט נאך בעפאר דאס ערנסטקייט און באזעצנקייט וואס קומט ווען מען איז שוין א טאטע פון ערוואקסענע קינדער און מען קוקט ארויס אויף ערליכע אידישע דורות בשעת מען וואקעלט זיך דא אין די כוואליעס. איז דאן, ווען מען איז נאך א אינגערמאן, און מען שפירט שלום עלי נפשי. ווערט מען נערוועז פון דעם קאמף קעגן סמארטפאונס.

כאטשיג, אפילו דער פותח האשכול, און מענטשן וואס זענען נישט ווארעם פאר'ן קאמף, צי צוליב חוסר ידיעה, צי צוליב חוסר התבננות, צי ווייל זיי האבן אליינס סמארטפאונס און עס איז זיי א געשמאקער אינטערטעינמענט געצייג. זענען דאך שטילערהייט צופרידן אז עס איז דא א מלחמה. ווייל זיי אליינס ווילן נישט קיין געהעריגע אפענע וועלט, ווי אין די מאדערנע קרייזן, וואו עס איז פערפעקטלי אקעי צו גיין אין די געציילטע אינטשעס פון אפענע ווייערס מיט 640 וואלטס וואו מען קען עלעקטעריזירט ווערן צום טויט (רוחניות'יג און גשמיות'דיג) אין א סעקונדע. כ'מיין אז אפילו דער פותח האשכול, וויל אויך נישט לעבן אין אזא געזעלשאפט, ערגעץ וואו האט ער אויך גדרים.

יעצט נאכאמאל, לאמיך געבן דעם בעפאר ענד עפטער פיקטשער פון מיין קוק-ווינקל, און איך בין סך הכל 40 יאר אלט.

איך געדענק נאך אמאל, און אלע פון מיין יארגאנג וועלן געדענקען, אז אמאליגע צייטן, קוקן ווידיא, קליפס וכדומה, האט געהייסן דאס גרעסטע שגץ שטיק. ביים אנהויב פונעם אינטערנעט עפאכע, אין די סוף נ'ן יארן, אויב האט עמיצער געקוקט א קליפ, האט ער דאס פאר קיינעם נישט פארציילט, פונקט ווי קיינער וועט נישט ארומווייזן אין ביהמ"ד שטיקער פונעם טיים מאגאזין, צי דעם ניו יארק פאוסט, אפילו אויב עס האט עפעס גאר אן אינטערסאנטן בילד מיט זיך.

צוביסליך איז ווידיא געווארן נארמאל. ליידער. אנגעהויבן האט זיך דאס ווען דזשידזשיטעל קאמעראס זענען געווארן גאנגבאר, און היינט איז דאס מיט סמארטפאונס. היינט צוטאגס, איז ליידער, איז דא עוורידזש אינגעלייט, פון היימישע חסידישע שטובער, וואס דער סמארטפאון איז ביי זיי א לכתחלה און מען אינטערטעינט זיך כסדר דערמיט.

פרעגט איר וואס איז שלעכט, וואס איז שלעכט מיט ווידיא, נו וואס איז שלעכט מיט טעלעוויזשאן, און פארוואס האבן רבנים אזויפיל איינגעריסן דערויף. וועט אפילו א בארא פארקער מאדערנער צי א פלעטבושער האבן א טעלעוויזיע אין שטוב. דוכט זיך אז נישט. און די טעלעוויזיע איז אפשר נאך בעסער ווי דעם סמארטפאון.

ממילא, איך בין נאך סענסיטיוו דערצו, ביי מיר איז ווידיא טרייף, איך וועל נישט גערן קוקן א קליפ.

כ'וויל נאר געבן א שטיקל בליק וויאזוי עס איז היינט. איך ארבעט דא מיט א נייעם אינגערמאן, זיין טאטע א חסידישער איד, זיין זיידע א חסידישער איד. ער האט א סמארטפאון. ער רוקט זיך צו צו מיר היינט און צייגט מיר אזא קליפ, אזא קליפ, כ'האב אים נישט געוואלט אומבאקוועם מאכן. כ'האב געזען אז ער איז נאך רוי אין דעם גאנצן סוגיא, און אז איך זאל אים מסביר זיין וועט ער מיך אנקוקן ווי א גוי וואס פארשטייט נישט פארוואס א איד קען נישט רוקן א סוויטש אין שבת.

עס האט מיך אבער וויי געטאן צו זען דעם ירידת הדורות. עס טוט באמת וויי, בפרט, ווען דער זיידע פון דעם אינגערמאן יאז ארויסגעקומען פון אוישוויץ, אן גארנישט, ער האט געהאט אזעלכע נסיונות אין אידישקייט, אז נאר, מען רעדט נישט פון ווערן א גוי, מען רעדט פון בלייבן א מאדערנער איד. דער זיידע זיינער, האט זיך געדראפעט אויף די גראדע ווענט זיך צו האלטן ביי אידישקייט, נאר פשוט, ער איז נישט געווען דער בעל דרשן איבערצוגעבן זיינע וועליוס מיט א פלאקער אויף ווייטער. דער פאטער פון דעם אינגערמאן איז אויך גאר א היימישער חסידישער איד, איז טוט דאס וויי צוצוקוקן.

דער פוינט איז, בעפאר דער פותח האשכול רעגט זיך איבער עקסטרעמקייטן, אינעם מלחמה קעגן סמארטפאונס, וואס באמת האט ער דערפון הנאה ווייל מען ראטעוועט אים און זיינע דורות. עס וועט אפשר דויערן 10 יאר ער זאל עס פארשטיין, זאל ער פארשטיין, אז סמארטפאונס האבן געמאכט אן עקסטרעמען דראסטישן טויש ביי היימישע אידן. וואס איך קען דערויף שרייבן אגאנצע נאכט. סאו כביטע זאל דער פותח האשכול זיך אביסעלע בארואיגן און מאכן אביסל ריסוירטש ווי מען זאגט

ווי איר אליין שרייבט האט זיך ווידיאוס נישט אנגעהויבן אריינצוכאפן מיט סמארטפאון'ס, נאר איז שוין געווען פיל פיל פריער. איך בין אסאך יונגער ווי אייך, אבער איך געדענק זייער גוט די תקופה פאר סמארטפאונס, ווען מיין גרופע איז פורים געקומען טאנצן ביי אונזער הויז זענען זעקס פרויען געשטאנען טאקע נישט מיטן סמארטפאון, נאר מיטן קעמריקארדער און געכאפט ווידיאוס ווי כאילו לא היה, גאנץ הייד פארק איז אנגעגאנגען לאנג ביפאר דעם סמארטפאון, און אלץ בחור ווען איך האב געוואטשט יוסף שפיל איז נאך אויך קיין סמארטפאון נישט געווען, און איך האב נישט געדארפט באקומען קיין טיקעט פון פאליציאנט דערפאר.

נאר וואס דען, יעדע פרישע טעכנילאגיע האט געברענגט נייע פראבלעמען, שוין אנגעהויבן מיט לעקטער! און לשיטתי האט די כלי קאמפיוטער געברענגט פיל פיל מער פראבלעמען ווי דער סמארטפאון. ממש די אלע פראבלעמען האט זיך אנגעהויבן ביים קאמפיוטער און נישט ביי דעם סמארטפאון, דער סמארטפאון האט עס נאר מער נענטער געברענגט.

מען ברויך זיין אפגעשפארט, האבן פילטערס, און ווילן גוטס, פאלן אוועק רוב פראבלעמען. און ווי געשריבן אויבן אז די רבנים האבן מתיר געווען סמארטפאון'ס לצורך פרנסה מיט א גוטן פילטער פארשטייט זיך, עס איז א העזה און חוצפה צו שרייבן אזאנע ווערטער (פאר א סיבה שרייבן זיי נישט א סמארטפאון אן א פילטער מאכט פריי...) און פון קיין שום רבי וואלט מען אזאנע ווערטער געהערט.

בד''וו מען קען נישט אריינלייגן א דיווידי און סמארטפאון...

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2147
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » פרייטאג מארטש 01, 2019 3:07 am

Kosher Travel האט געשריבן:
אומאפיציעל האט געשריבן:פארוואס איבערגעטריבן ? שמשון הגבור זאגט זייער גוט, אוישוויץ איז נישט קיין פארגלייך צו די סמארטפאון'ס ליידער.

גראדע האט שוין אן ענליך בילד פראמינענט פיגורירט אויפן דעקל פונעם קונטרס פון ר' שאול יצחק ע"ה וואס איז ארויסגעקומען עטליכע יאר צוריק.

דעתי הקטנה איז אז עס איז יא איבערגעטריבן. יא, מען קען רעדן דערפן אז סמארט פאונס פארברענט נשמות. אבער צו ניצט די ארבייט מאכט פריי סלאוגען, מיין איך (נאכאמאהל, דעתי הקטנה), אז דאס קומט פון נישט וויסן וואס אוישוויץ איז געוועהן. פינטל.

דיסקלעימער: איך האב אמאהל געהאט א סמארטפאון, און היינט האב איך נישט.

בכלל נישט איבערגעטריבן איך האלט אז ס'ברענגט עס גאר גיט ארויס . די זעלבע ווי די נאציס האבן פארשפראכן אז ארבעט מאכט פריי די זעלבע פארשפרעכט די סמארט פאן כאילו זאכן ווערן גרינגער דערווייל פירט עס אריין אין בארד

אוועטאר
שלומה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 8:16 pm

תגובהדורך שלומה » פרייטאג מארטש 01, 2019 4:23 am

איך גיי נישט אריין צו די קארטאן איז אויס געהאלטען אדער נישט!
איך באציזיך צו די ווערטען פון די וואס זאגען אז א סמארטפאון מיט א פילטער "לצורך פרנסה" איז "מותר"
איך ביי מיר נעם נישט אן קיין אינגערמאן / פרוי. וואס האט א סמארטפאון.
ווייל מען ארבעט נישט!
די היתר לצורך פרנסה איז אויף אינטענעט. נישט אויף א סמארטפאון.
זייטיגע נאטיץ
איר קאנט נאכזאגן מיינע אין אייער נאמען, נאר זאגט נישט אייערס אין מיין נאמען!

משהלע
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » פרייטאג מארטש 01, 2019 5:35 am

כתמר יפרח האט געשריבן:איך האב הנאה צו זעהן אזוי פיל אינגעלייט זיצן אין אפיס 12 ביינאכט לצורך פרנסה...

אוועטאר
Borough Park
שר חמש מאות
תגובות: 524
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:05 pm

תגובהדורך Borough Park » פרייטאג מארטש 01, 2019 9:12 am

E24FA171-67BD-40B6-96BB-04ADCEEE2D77.jpeg
E24FA171-67BD-40B6-96BB-04ADCEEE2D77.jpeg (648.64 KiB) געזעהן 1989 מאל
Life has 2 rules
#1 never quit
#2 always remember rule #1

יענקי פיש
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 28, 2014 11:35 pm

תגובהדורך יענקי פיש » פרייטאג מארטש 01, 2019 9:55 am

אזא סארט בילד ווייזט אויף די מציאות אז רוב פון די עקסטרעמע קאמפיינס און רעטאריק קעגען סמארטפאון'ס ווערען געפירט דורך קטני דעת און ביליגע מענטשען,

און די עקסטרעמקייט און די ווילדקייט פון די סארט קאמפיינס נעמט אוועק פון די לגיטימיטעט דערפון, איך אליינס קען מענטשען וואס וואלטען נישט געהאט קיין שום פראבלעם מיט א פילטער, אבער דעי סארט פויערישע ווילדע רעטאריק נעמט זיי אוועק דעם אפעטיט צו בכלל הערען דערפון, די קאמפיינס טראגען א פנים פון א באנדע ווילדע באשעפענישען אנע שכל הישר,

אלעס וואס זיי האבען נישט ליב ווערט גלייך אוישוויץ, אויף אלעס באניצט מען זיך מיט די געמיינסטע לשונות, דאס ברענגט אז נארמאלע מענטשען זאגען "געט דע העלל אוט אוף מיי לייף" דרייטס א קאפ פאר א צווייטען,

זיכער מאכט זיך פראבלעמען מיט סמארטפאוןס, אבער ווייט נישט די בילד וואס זיי פרובירען אהערשטעלען, לויט זיי איז די סמארטפאון שולדיג און אלעס... ס'איז א פאלנע ליגענט, סתם שקרים וכזבים, נישט יעדע שלום בית קעיס איז וועגען א סמארטפאון, אין נישט יעדע אנדערע פראבלעם איז וועגען א סמארטפאון,

ס'וועלט געדארפט זיין א נארמאלע ריף פון רבנים אז ס'איז וויכטיג צו לייגען א פילטער אויף א סמארטפאון און דעטס איט, אן קיין טעראר אן קיין זיך אריינשטעקען די נאז און יענעםס לעבען, אן דרייען א קאפ צו מען דארף עס יא אדער נישט פאר פרנסה..., ס'איז קיינעם'ס נישט ביזנעס,
מען ברויך מאטיוועיטען מענטשען צו לייגען א פילטער, און דעטס איט, אלעס מער פון דעם איז לויטער סטרא אחרא !
די גאנצע ווילדקייט פון דעי קאמפיין איז מעשה בעל דבר, וואס ציהט אלץ צו עקסטרים אויב נישט לינקס דאן רעכט עד הסוף.... אבי נישט נארמאל...

אוועטאר
בעקיטשע
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 22, 2017 12:51 am

תגובהדורך בעקיטשע » פרייטאג מארטש 01, 2019 10:05 am

די איידיע האבן זיי נאכגעמאכט דעם צעטל וואס איז געווען פארשפרייט אפאר יאר צוריק, אויב געדענק איך גוט איז עס דעמאלטס געווארן צושמירט אין די איזראעילי מידיע.

צהל מאכט פריי.JPG
צהל מאכט פריי.JPG (155.39 KiB) געזעהן 2788 מאל


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בינוני און 19 געסט