ברעיקינג וויליאמסבורג: לי עוועני טרעפיק ווערט אויסגעדרייט אויף ארויף.

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5697
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

ברעיקינג וויליאמסבורג: לי עוועני טרעפיק ווערט אויסגעדרייט אויף ארויף.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג אפריל 01, 2019 3:36 pm

קומט יעצט אריין די פרייליכע נייעס אז נאך לאנגע יארן טרעפיק פראבלעמען און אנשטויסענישן, און נאך לאנגע חדשים פון שטודירן די וויליאמסבורגער טרעפיק מאפע איז מען געקומען צום החלטה אז די בעסטע מהלך וואס וועט בעזהשי״ת פירן צום ענדגילטיגער לעזונג, וועט זיין אויסצודרייען די דיירעקשן פון לי עוועני אויף פארקערט ווי ביז יעצט, דאס הייסט אז די טרעפיק זאל גיין פון פלאשינג ארויף קיין דעוויזשן.

פאר מיר שמועסן אויס די צדדי השטודיע, און וואס ס׳האט געפירט די עסקנים צו דעם אויספיר איז וויכטיג אנצוווייזן אז דער פלאן איז שוין עפראווד געווארן דורך די קאמיוניטי בארד, דער דאקאמענט איז שוין גרייט, ס״ה ווארט מען אויף חתומה פונעם די DOT קאמישענער, וואס וועט דאס אינטערשרייבן ווארשיינדליך מארגן פארמיטאג.

יעצט צום ענין.

קודם צום צענטראלן ככר וויליאמסבורג אויף לי וואלאבאוט. ווי באקאנט איז די לעצטערע יארן פארגעקומען עטליכע אסיפת צו אדרעסירן דעם באקאנטן ״וואלאבאוט טרעפיק״ דיזעסטער, אויפן טיש זענען געווען פארשידענע פארשלאגן פון א רייע טרעפיק עקספערטן, און אפילו סתם מענטשן וואס האבן געזיכט עצות און פארגעלייגט פארשידענע פלענער, איינס פון זיי די באקאנטע פלאן אז וואלאבאוט זאל ווערן א ״איין ליניע גאס״ (single way), וואס בתוך דעם פלאן איז געווען א דיבאטע פארזיך צו וועלכע ריכטונג וואלאבאוט זאל גיין.

אזוי אויך א צווייטע פלאן - וואס איז גראדע געווען לאו דוקא צו אדרעסירן די וואלאבאוט טרעפיק - איז געווען אז פלאשינג זאל ווערן א איין ליניע גאס. לויט יענע פלאן וואלט פלאשינג געגאנגען פון טרופ ביז אראפ קיין וויליאמסבורג סט וועסט, און לויט יענע פלאן וואלט וואלאבאוט געמיזט גיין פון קענט קיין מארסי.

למעשה האט זיך די פלאשינג פלאן אנגעשטויסן אין פראבלעמען, נאכדעם די וואדהאול שפיטאל (פלאשינג קארנער בראדוועי) האט דאס אנידערגעשטומט טענה׳נדיג אז א סינגל וועי פלאשינג וועט שטארק שטערן און פארלענגערן די וועג פאר עמערדזשענסי אמבעלאנסן אנצוקומען צום שפיטאל. די פלאן איז דאן אינטערגאגאנען, מיטנעמענדיג די וואלאבאוט פלענער אינעם תהום אריין.

למעשה האבן זיך א גרופע פריוואטע עסקנים פעסט אריינגעלייגט אינעם ענין, אויפגענומען א גרויסער טרעפיק עקספערט וואס איז אפגעזיצן אין וויליאמסבורג לאנגע וואכן און באטראכט די ווירטשאפט, די גאנצע הלוך ילך מיט די באסעס, גארבידזש טראקס אא״וו.. פאר דריי חדשים צוריק איז ער צוריקגעקומען מיט דריי פארשלאגן, און נאך א גרינטליכע איבערגאנג האט מען באשלאסן דעם אויבערדערמאנטע פלאן, אז לי עוועני זאל גיין קאפויער!

וויזוי גייט דאס לעזן דעם פראבלעם?

איז אזוי, קודם לגבי וואלאבאוט, די חשבון איז פשוט. ווי דער עקספערט האט קלאר אנגעוויזן, אויב שפארסטע אפ די רייט טורן פון לי עוועני אריין קיין וואלאבאוט, געשענט צוויי זאכן. קודם האסטו דראסטיש גענידערט די פארקער אריין צו וואלאבאוט. ווייל רוב טרעפיק אויף וואלאבאוט פון לי טאוערדס בעדפארד קומט פון לי עוועני! [דאס הייסט פונעם שיפן מידעלטאון גאס..(צעהלים)]. און אנדערע ווערטער מיינט דאס אז די גאנצע שטראם פון וויליאמסבורג וואס שטופט זיך אראפ לי וועט אטאמאטיש זיך מיזן אויסשפרייטן אויף דעם ליידיגן העריסאן און ווייט עוועני.

איי וועסטו אויפשפרינגען ווייט עוועני איז דאך פונקט אזוי אנגעשטויסן?.. צייגט אבער דער עקספערט אן אז די גאנצע אנשטויסעניש אויף ווייט איז נאר אדער צוליב די באסעס ביים סאטמאר׳ן ת״ת וואס שטערט דעם טרעפיק פארמיטאג און נאכמיטאג. אדער איז עס די טרעפיק פון וואלאבאוט וואס ווערט געשטערט פון די שטראם וואס קומט פון לי. יעצט אבער אז מ׳דרייט אויס לי אויף ארויף, קודם וועלן די באסעס זיך מיזן שטעלן אויפן קאפ. און ווי שוין פריער מסביר געווען איז וואלאבאוט שוין מער שיטער, ווייל מידעלטאון/לי אריינגאנג איז פארמאכט.

ס׳איז נישט אזוי פשוט און זעכער נישט גרינג מסביר צו זיין, כ׳האָף אין די קומענדע פאר שעה צו באקומען די קלארע מאפעס און עלעוואציעס, וועל איך עס בעזהשי״ת ארויפשטעלן אהער.

וואס יא, צוויי פראבלעמען וואס מיז נאך אדרעסירט ווערן איז, די פאקט אז א גרויסע שטראם פון טרעפיק קומט שוין פון אויפן, אראפ פונעם וויליאמסבורג בריק. יעצט אז לי ווערט אויסגעדרייט, בלייבט די גאנצע מעשה שטעקן דארט. האבן זיי אבער א צווייטע פלאן וואס וועט שוין סאלוון דעם פראבלעם אויך, דאס וועט אבער נאך נעמען א היבשע פאר יאר, און דאס איז אז די רעמפ אראפ פון בריק אויף בראדוועי וועט פארשלאסן ווערן, און אנשטאטס דעם וועט מען צולייגן א לעין פאר קארס אויבן העכער די באן שינעס, און אראפקומען וועט עס ביים טרופ עוועני סטאנציע, אזוי איז עס ממש ווי געגאסן. אלע קארס פארן קיין לי עוועני געהעריג אויף ארויף.

די צווייטע פראבלעם האבעך שוין פארגעסן, דער עיקר איז אז פיינעלי טוט מען שוין צו די זאך, א גרויסן ישר כח פארן ליינען, האצמער אלע א פרייליכן עיפריל דער ערשטער - פולס דעי.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
בעריש'ל
שר האלף
תגובות: 1235
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » מאנטאג אפריל 01, 2019 3:44 pm

מזל טוב אפריל פאלס
"דער געזעץ האט ארויסגענומען די היימישע ארימעלייט פון די גלייזן, דער עולם שוימט אין די מקוואות, אמער [די עשירים וועלן] נישט קענען מאכן מער געלט אין ניו יארקע ריעל עסטעיט". (ר' יואל פעלזן)

משהלע
שר חמש מאות
תגובות: 979
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » מאנטאג אפריל 01, 2019 3:46 pm

It's too late in the day for jokes. Everyone knows already

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2019
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » מאנטאג אפריל 01, 2019 3:47 pm

איך בין שטארק פאר דעם לי שטראסע טויש. ווייל זינט מען האט אויסגעדרייט בעדפארד עוו. צו לויפן פון סאוט 8 צו דע-קאַלב איז נישט פארהאן קיין סרטיא גדולה וואס פארט פון די קרוינהייצישע ריכטונג. די אנדערע אלטערנאטיוו איז צו נעמען די פלאשינג שטראז און איר אויסדרייען פון שתי צו ערב. וואו איז ראבערט מאזעס ווען מ'ברויך אים?!
לעצט פאראכטן דורך מונאוויטש אום מאנטאג אפריל 01, 2019 8:16 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
"ווען דו דאווענסט ברויכסטו קודם וויסן צו וועמען דו רעדסט. פירוש המילות איז שוין לומדות." — הגה"צ רבי מרדכי דוד קאהן זצ"ל

מפתח

אוועטאר
ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3434
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מאנטאג אפריל 01, 2019 3:55 pm

אז מ'טוט איז שוין גוט!
וועט נישט דיוויזשען עוועניו ווערן אן אנזעץ?
איי איי,-וועלט

אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1115
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 9:34 am

תגובהדורך פאקטען » מאנטאג אפריל 01, 2019 3:57 pm

חחח פיין
ברעיקינג וויליאמסבורג איט איז...
במקום שאין איש... איז צוויבל אויך הערינג...
מעמבער קח"א #384

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2868
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מאנטאג אפריל 01, 2019 4:18 pm

אמאל געווען א מעשה א טשאדעלע באדעלע...!

אוטש! די קראך פוָן די פּיקל!!! יוי...!

כ'וויל אבער מוסיף זיין אויפן ערא-פלאן, קודם העט מען דארפן עפענען ראסס קארנער דעוויזשען (גרינס פיצא) ווייל די טרעפיק וואס וועט דארטן זיין מיט א איבערגעדרייטע ליע עוועניו איז נישט מעגליך זיך צו פארשטעלן!! פרעג וויכי....

מה דאך ווען מ'וויל זיך נאר איינדרייען פון ראסס רעכטס אריין קיין ליע עוועניו איז עס אן אפקומעניש, וויבאלד ס'דא קארס פון די בלויז צוויי גאסן פארדעם (ליע פון טעילאר ביז ראסס) וואס ווילן אויך זיין "אינעם אינטערסעקשן" ווען די לייט ווערט רויט... כ"ש ועל אחת כמה וכמה אין לשאר ולתאר די פייפערייען וואס וועט זיין ווען דו גייסט האבן גאנץ ליע עוועניו וואס וויל זיך אריינכאפן פאר די טרעפיק לעמפל טוישט קאלירן.

צווייטנס, די פלאשינג רעמפ אראפ פון די בי-קיו-אי דארף מען אויך דיירעקטן צו פארן אויף די טרעינס... אדער דארף מען אפשפארן קלעסען עוועניו ביי פארק עוו., און די קלעסען עוועניו גאס ביז דארטן זאל זיך ארויפדרייען קיין פארק עוועניו.

דריטנס, די גאנצע האלבע צרה פון וואלאבאוט עוו. הייבט זיך נאך אהן פאר די גרינע באסעס... ס'פאנגט זיך נאך אהן ביים ווארצל אונטן ביי קענט עוועניו (סטארעדזש מארט) קארס וואס קומען ארויס פון די היי-שטאטע-וועי (בי-קיו-אי) דרייען זיך ארויף קיין וואלאבאלאבאוט, און זענען גורם די גריד לאק פאר גאנץ ניי וויליאמסבורג!

זעה מיין אטטעטשד פלען...
צוגעלייגטע
IMG_20190401_160829.jpg
IMG_20190401_160829.jpg (249.67 KiB) געזעהן 3399 מאל
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3190
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » מאנטאג אפריל 01, 2019 4:40 pm

בעקינג בעקינג ניוס!!

טשאדעלע'ס קאַפל איז'ם אויסגעדרייט אין די פארקערטע ריכטונג. ווער עס זעהט'ם זאל'ם גאניש זאגן.

אוועטאר
Horizontal
שר חמישים ומאתים
תגובות: 326
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 22, 2016 9:20 pm
לאקאציע: אין די ברייט

תגובהדורך Horizontal » מאנטאג אפריל 01, 2019 4:43 pm

משהלע האט געשריבן:It's too late in the day for jokes. Everyone knows already

He got me
איך טוה וואס איך וויל, ווען איך וויל, און ווי אזוי איך וויל!!
אויב מיין ווייב לאזט

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9084
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג אפריל 01, 2019 8:10 pm

איין זאך האבעך הנאה דא, איך האב מיר שוין גע'טענה'ט מיט אפאר חברה וואס האבן נישט געהאלטן ביים איינזעהן אז די ברידזש איז אויבן ווילי און לאפאיעט אינטן, זיי האבן גאר געקוקט פארקערט, כאילו בראדוועי איז גאר אינטן, זעהן איך אז דער וואונדער ראבינער האלט ווי מער.
לעצט פאראכטן דורך צל עובר אום דינסטאג אפריל 02, 2019 12:43 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

לייבעלע הירש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 348
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 28, 2017 8:23 pm

תגובהדורך לייבעלע הירש » מאנטאג אפריל 01, 2019 8:51 pm

מיך געהאלטן געשפאנט ביזן לעצטן שורה... פיין געלונגען!
מ'טאר נישט אויספאפן א חבר, אבער לפנים משורת הדין זאל מען זיך זעלבסט אויך נישט פאפן. קרעדיט: רבי רבי בונם פין פרשיסחא

אוועטאר
וויי-פיי
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2016 11:11 am
לאקאציע: אין די ליפטן . . .
פארבינד זיך:

תגובהדורך וויי-פיי » מאנטאג אפריל 01, 2019 9:20 pm

טשאדעלע באדעלע ;l;p-

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2940
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » מאנטאג אפריל 01, 2019 10:18 pm

כ'האב שוין לאנג געטראכט אז העריסען פון יוניען ווי ס'ווערט א וואן וועי און אראפ טאמפקינס ביז פאלטען סטריט איז ממש א דיזעסטער. וואס מ'קען טוען איז אז מ'קען צולייגן נאך א לעין די גאנצע וועג און אוועק נעמען די פארקינג פון איין זייט מיט די סיטי בייקס. ס'איז עניוועיס דא נאר קליינע הייזקעלעך כמעט די גאנצע וועג. איי וואס וועט זיין 30 יאר ארום מיט פארקינג? לעצטענס בויט מען שוין עניוועיס גרויסע בילדינגס מיט פארקינג פון אינטען. און אז איינער פארט אראפ העריסען ביז פאלטען אין מיטן טאג וועט זיכער האלטן אז מ'ברויך עס טוען.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17359
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מאנטאג אפריל 01, 2019 10:23 pm

ככר פראקאש וועט אויך ווערן אויפגעסלייסט, און ס'קומט דארט נאך א קליינס פיצא סטאר

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1105
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » דינסטאג אפריל 02, 2019 9:37 am

פיינע נייעס שכוח.
;l;p-
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1700
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » דינסטאג אפריל 02, 2019 1:57 pm

נא! מ'האלט מיר שוין אפריל דעם 2'טן למספרם.קען מיר איינער זאגן אויב איך קען מיך שוין צוריקדרייען?

איך פאר און פאר... און פאר ווייטער... אויף טשאדעלע'ס אויסגעטראטענעם וועג, אבער קיינער האלט נישט ביים קאאפערירן מיט מיר, מ'פייפט מיך אן אין גרויסן, יוש! דארפסט הערן די קולות וואס דא גייט פאר!

זיי מיינען אז איך פאר אויפן פארקערטן וועג! איך האלט מיך אבער פעסט ביי מיינס... איך ווייס אז וואס טשאדעלע זאגט איז אמת... ער וועט אונז נישט פארפירן סתם אין באד אריין... וואס הייסט? ער זאגט דאך קלאר אז די גאנצע קאמיוניטי באורד האט עס שוין אפראווד... און אין גם אחד וואס איז געווען מחולק דערויף.... טא פארוואס קענען נישט די אלע קארס פארן נארמאל אויף די גוטע דירעקשאן?.... פארוואס פארט יעדער דא פארקערט?....

גראדע האט מיך איינער דא אפגעשטעלט פרעגן מה הפשט אז נאר איך פאר אויפן דרך המלך, אויפן ריכטיגן דירעקשאן און אלע אנדערע פארן Wראנג וועי? האב איך אים גענומען צו מיין אפיס, און אים געוויזן קלאר שווארץ אויף ווייס וואס טשאדעלע אליינס האט אונז מגלה געווען דא, אז איך בין דער איינציגסטער גערעכטער אויפן ראוד, און אלע אנדערע זענען טאקע אינגאנצן אויפן די WRONG WAY!!

סאו! ווען קען איך שוין אויפהערן זיין אזוי גערעכט?

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1933
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » דינסטאג אפריל 02, 2019 9:17 pm

jokes aside, ווילאמסבורג איז ממש א טאטעל פארינג פלאץ.
עס דויערט אראפארן ווייט עוועניו 20 מינוט.
מען פייפט פון אלע זייטן. מען יאגט זיך, אזאש אז די גאנצע לעבן איז איין שטיק פרעשור.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4359
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » דינסטאג אפריל 02, 2019 9:37 pm

טשאדי! וואף איז דאס גוט! נאר איין פראבלעם, ליע עוו וועט זיין א בארג ארויף, דאסי עפעס וואס מ'עט צוזן נעמען אין קאנסידעריעשאן.

דו זאג עס נאר פאר די דא'ט און זיי גייען ניטאמאל כאפן אז ס'יז אן אפריל פולס וויץ...


מונאוויטש האט געשריבן:. וואו איז ראבערט מאזעס ווען מ'ברויך אים?!

ער דרייציך אין קבר קאטשענדיג ווי די היינטיגע ברעכן זיך קאפ איבער זיינע ערפינדונגען וואס האט נישט גענומען צופיל אויסער א סקריבל מיט א פענסיל...
נאט אייך א גרינע...



צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 14 געסט