אנקעטע זאל מען גרינדן אויפציעל א ישיבה וואס מען מיז לערנען כדי צי קענען ארבעטן אין אחרית'דיגע דזשאב

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

זאל מען גרינדן אויפציעל א גיטע ישיבה וואס מען מיז לערנען כדי צי קענען ארבעטן אין אחרית'דיגע דזשאב

יא
105
88%
ניין
14
12%
 
סך הכול שטימען: 119

בבל
שר האלף
תגובות: 1784
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

אנקעטע זאל מען גרינדן אויפציעל א ישיבה וואס מען מיז לערנען כדי צי קענען ארבעטן אין אחרית'דיגע דזשאב

תגובהדורך בבל » פרייטאג מאי 03, 2019 11:47 am

א האקעלע ברענעדיגע נושא
צי א חלק בחורים זאלן גיין ארבעטן א חלק טאג, מען רעדט פון '' ישיבה גדולה'' בחורים

זאל מען מאכן א ישיבה וואס מען לערנט פארטאגס אין ביינאכט( מען וועט מיזן לערנען עטליכע שעה א טאג ) אין די איבעריגע צייט ארבעטן אין א אויסגעהאלטענע דזשאב מען דארף עס אויסארבעטן מיט אחריות צווישן עטליכע אדער אלע ישיבות.
די מעלות.
די בחורים וועלן לערנען. האבן וואס צי טיען אין די איבעריגע צייט. '' נישט גיין ליידיג 12 שעה א טאג''
ווי אויך עס איז ענדערש צי נעמען א איידעם וואס מען האט א סעמפל וויאזוי ער גייט זיין א ערליכע בעה'' ב וואס האט שיעורים פאר אין נאך די ארבעט ווי א בחור וואס פארטאגס אין באנאכט לערנט ער נישט( וויאזוי ער וועט זיין ביים ארבעטן ווייסט קיינער נאכנישט אדערווייל לערנט ער נישט פארטאגס אין באנאכט )אבער ער איז( שמיעסט און רייכערט און בעסטן פאל )אין א ישיבה
אז איך האב געלט וואלט איך אפגעקויפט א ריזן מעניפעקטשר ביזנעס וואס דארף האבן טויזנטער ארבעטער אין נוי יארק אין עס קאמביינט מיט א ישיבה

עס איז דא א בריוו וואס די כתב סופר שרייבט פאר זיין שטיף מאמע( די חתם סופר האט געהאט 2 אדער 3 ווייבער דא רעדט מען פון א טאכטער פין חתם סופר א האלבע שוועסטער צי כתב סופר ) נאכן פטירה פון חתם סופר אז ער האט געטראפן א בחור פאר איר טאכטער ירא שמים מרובים עוסק במשא ומתן באמונה,. וזל"ק: אחותי הצנועה מרת רעכל תחי' התקשרה מעדנות בשידוך הגון בחור טוב, למד אצל אאמו"ר זצ"ל ואצלי, עוסק במו"מ ויש לו סך מסוים, והוא דרך ישר לפנינו בעזהשי"ת, עכ"ל.

אין ק''י איז דא א ישיבה וואס בעט עטליכע טויזנט א חודש די מעלה פון די ישיבה איז אז מען טרעפט וואס צי געבן צי טיען פאר די בחורים די איבעריגע 12 שעה כשרע אינטערטעימענט ( נישט ארבעט ) מען שטייט אין די ליין אריינציגיין
מיין זיידע האט געארבעט פארן קריג מען האט אים אהיימגעריפן פין סקעליהיד צי ברענגען פרנסה וועגן מיין עלטער זיידע האט געהאט א סטראק. ווי אויך ווייס איך פין א איד וואס האט געפרעגט רביה'ק מסאטמאר צי ער קען גיין ארבעטן נאכדעם וואס זיין עידש האט חתונה( אגב קיין כולל געהאט האט ער געענטפערט אז אינדערהיים איז עס געווען א נארמאלע זאך קענסט גיין אבער דא קיקן עס אן מענטשן ווי א חסרון.
לעצט פאראכטן דורך בבל אום מוצ"ש מאי 04, 2019 9:55 pm, פאראכטן געווארן 5 מאל סך הכל.

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » פרייטאג מאי 03, 2019 11:57 am

הרב מיכאל בער ווייסמאנדל האט דאס געהאט בכונה צו טוהן ווען ער האט געגרינדעט די נייטרע ישיבה.
איך האב שוין באגעגענט הערשן, בערן, פוקסן, שלענג און הערשן. קען זיך א קיאוטי אפשר מרחם זיין? איך ווייס עטס זענטס דא...
Views expressed here are solely my own and do not express the views or opinions of any organization

בבל
שר האלף
תגובות: 1784
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » פרייטאג מאי 03, 2019 11:59 am

היימישער הייקער האט געשריבן:הרב מיכאל בער ווייסמאנדל האט דאס געהאט בכונה צו טוהן ווען ער האט געגרינדעט די נייטרע ישיבה.

אמת ער האט געוואלט מאכן א פארם

משמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 29, 2009 10:02 am

תגובהדורך משמש » פרייטאג מאי 03, 2019 12:05 pm

עס וואלט געוען גאר א פאזיטיווע אנטוויקלונג אזא זאך.
אויב איינער קלערט אז מקען דאס נישט באווייזן, זאל ער כאפן א בליק אויף די נייע ישיבות (הרב א"ע מייזעלס און הרב שלום לאנדא).
דער ציבור איז היינט גרייט אויף דעם.
קאמענטארן זענען איבעריג?! אינגאנצן נישט!

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1855
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » פרייטאג מאי 03, 2019 12:05 pm

געשטימט יא, אבער נאר אויב ס'ווערט א נארמאלע זאך ביי שידוכים
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6239
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » פרייטאג מאי 03, 2019 12:09 pm

משמש האט געשריבן:עס וואלט געוען גאר א פאזיטיווע אנטוויקלונג אזא זאך.
אויב איינער קלערט אז מקען דאס נישט באווייזן, זאל ער כאפן א בליק אויף די נייע ישיבות (הרב א"ע מייזעלס און הרב שלום לאנדא).
דער ציבור איז היינט גרייט אויף דעם.

שלום לאנדא'ס ישיבה איז אויף די מהלך? נישט לומדי'ש?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

בבל
שר האלף
תגובות: 1784
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » פרייטאג מאי 03, 2019 12:15 pm

וויאזוי זאגט אינזער קעניג טראמפ
די סיסטעם איז ריגט, ביג טיים, באליוו מי

משמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 29, 2009 10:02 am

תגובהדורך משמש » פרייטאג מאי 03, 2019 12:19 pm

מי יודע האט געשריבן:
משמש האט געשריבן:עס וואלט געוען גאר א פאזיטיווע אנטוויקלונג אזא זאך.
אויב איינער קלערט אז מקען דאס נישט באווייזן, זאל ער כאפן א בליק אויף די נייע ישיבות (הרב א"ע מייזעלס און הרב שלום לאנדא).
דער ציבור איז היינט גרייט אויף דעם.

שלום לאנדא'ס ישיבה איז אויף די מהלך? נישט לומדי'ש?

די נקודה איז אז מענטשן זענען גרייט אויף נייע געדאנקן.
קאמענטארן זענען איבעריג?! אינגאנצן נישט!

בבל
שר האלף
תגובות: 1784
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » פרייטאג מאי 03, 2019 12:22 pm

.
לעצט פאראכטן דורך בבל אום פרייטאג מאי 03, 2019 2:39 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

פינחס
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 20, 2017 12:03 am

תגובהדורך פינחס » פרייטאג מאי 03, 2019 12:22 pm

בבל האט געשריבן:
היימישער הייקער האט געשריבן:הרב מיכאל בער ווייסמאנדל האט דאס געהאט בכונה צו טוהן ווען ער האט געגרינדעט די נייטרע ישיבה.

אמת ער האט געוואלט מאכן א פארם

ער האט אזוי געטוהן, זיי האבן אויך געהאט א דרוק

Yoely
שר חמש מאות
תגובות: 590
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2011 11:07 am

תגובהדורך Yoely » פרייטאג מאי 03, 2019 12:42 pm

ס׳קען זיין נאר אויב ער וועט טאקע מיזן ארבייטן.
(נישט ס׳זאל זיין ישיבה נאר ציפרי אין ביינאכט, אין ער וועט האבן א טשאב נאר ווען ער וועט וועלן, אין ווען ער האט נישט קיין געדילט וועט ער גיין ליידיג, ווייל פארוואס דארף ער געלט)

אין ס׳מיז זיין א אויסגעהאלטענע פלאץ, מיט א גוטע ערליכע סביבה. בהשגחות די ישיבה.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13064
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » פרייטאג מאי 03, 2019 12:47 pm

אויף דעם עצם רעיון איז נישט דא וואס צו דינגען
שוין העכסטע צייט פאר אזא מוסד

נור למען הפונקטליכקייט פון היסטארישע פאקטען

בבל האט געשריבן:........
עס איז דא א בריוו וואס די כתב סופר שרייבט פאר זיין שטיף מאמע( די חתם סופר האט געהאט 2 אדער 3 ווייבער דא רעדט מען פון א טאכטער פין חתם סופר א האלבע שוועסטער צי כתב סופר ) נאכן פטירה פון חתם סופר אז ער האט געטראפן א בחור פאר איר טאכטער ירא שמים מרובים עוסק במשא ומתן באמונה אזוי ווי די טאטע האט געוואלט. יא די חתם סופר האט גענימען א איידעם וואס האט געארבעט . אגב די קינד פין זיי איז געווארן דיין אין סאטמער ביזן קריג הרה'ג ר' אברהם חנוך פר'' מ זצ''ל...................


דער חת"ס האט געהאט דריי רעבעצין'ס
די ערשטע האט נישט געהאט קיין קינדער
די צווייטע די טאכטער פון רעק"א איז געווען די מיטער פון אלע זיינע קינדער

הר"ר יוסף יוזפא סופר הי"ד בנו של מרן החת"ס זצ"לוואס איז געווען א 15 יעריגער בחור ווען דער חת"ס איז נפטר געווארען איז געווען א סוחר

דער חתן סופר האט א שטיק צייט געהאלפען זיין טאטען הרהגה"צ ר דוד צבי עהרענפעלד דער חדב"ן פון חת"ס אין די גראסערי
תולדות החת"ן סופר
איך האלט נאך נישט ביי 13000
search.php?author_id=5082&sr=posts

Yoely
שר חמש מאות
תגובות: 590
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2011 11:07 am

תגובהדורך Yoely » פרייטאג מאי 03, 2019 12:51 pm

אין די ביסל ציפרי אין ביינאכט זאל ער טאקע לערנען

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2455
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » פרייטאג מאי 03, 2019 12:57 pm

פ"וו זאל ער גרייט זיין צו ארבעטן, ער באקומט דאך אלעס!?

התבונני
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 12, 2018 3:56 pm

תגובהדורך התבונני » פרייטאג מאי 03, 2019 1:00 pm

וואס וועט דער בחור טוהן מיט די געלט ? באצאלן זיין שכר לימוד / חתונה מאכן... וואדע !

בבל
שר האלף
תגובות: 1784
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » פרייטאג מאי 03, 2019 1:07 pm

איך האב פארציילט פאר מיין ברידער וועגן מיין אשכול.
ער טאנעט אז דאס גייט ברענגען צי עקירת הדת, אפשר נאר פאר שיעור ד' בחורים
איך לייג עס ארויף בשלחיתו

גרויסע-גדולה
שר חמש מאות
תגובות: 508
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

תגובהדורך גרויסע-גדולה » פרייטאג מאי 03, 2019 1:22 pm

אויב האב איך נישט קיין טעות , עקזיסטירט שוין ענליכס. שיעור ד' אין קרית יואל .
(איך ווייס ס'נישט ממש די זעלבע, און דא רעדט מען אינגערע.. אבער א פאקט איז עס שוין).
mi a nagy ügy

בבל
שר האלף
תגובות: 1784
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » פרייטאג מאי 03, 2019 1:35 pm

גרויסע-גדולה האט געשריבן:אויב האב איך נישט קיין טעות , עקזיסטירט שוין ענליכס. שיעור ד' אין קרית יואל .
(איך ווייס ס'נישט ממש די זעלבע, און דא רעדט מען אינגערע.. אבער א פאקט איז עס שוין).

שוין דא נאך ענדליכע מיאלדי אין וויליאמסבורג. די זאך איז אז די דאזיגע 2 ישיבות האבן נישט די ישיבות קאנטראל ווי מען ארבעט( אויב איך האב גיטע אינפא )עס קען זיין א בחור וואס טרעט אריין אין ישיבה 2 שעה א זמן דזשאסט מען זאל קענען זאגן ביי די שידוך אז די בחורים לערנען אין ישיבה, וויכטיג אנצימערקן אז אסאך בחורים לערנען דארט יא פלייסיג א גאנצן טאג, עס קימט זיך זייער אסאך קרעדיט פאר די גרינדער און אנפירער. דאכט זיך מיר אז ביי ר'יואל ראטה ישיבה איז יא דא א קאנטראל ווי די בחור איז ווען ער ארבעט
איך רעדט פון א ישיבה וואס מען גייט מיזן לערנען יעדן טאג עטליכע שעה פלאס א אחריות ווי מען ארבעט. אדער א ארבעט אינעם כותלי הישיבה ווי למשל א פארעם

Volunteer
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 10:20 pm

תגובהדורך Volunteer » פרייטאג מאי 03, 2019 1:41 pm

אויב מען קוקט אויף די בחורס תועלת, אפשר איז כדי צי לערנען א פאך

אוועטאר
פעטער שמואל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 480
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » פרייטאג מאי 03, 2019 1:47 pm

איך האב אמאל געהערט אז אין די ישיבה אין סקווירא האט א "שאפ" אין די בעיסמענט ווי בחורים בויען קאסטום פורניטשער.
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

אוועטאר
ירום הודו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 296
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 8:28 pm

תגובהדורך ירום הודו » פרייטאג מאי 03, 2019 1:50 pm

ארבעטן ממש איז זייער שווער ווייל יעדע דזאב האט אנדערע אומשטענדן, אנלעס מ'עפנט א ישיבה אפטיילונג אין ביענדעידש.
אפשר א טרעינינג פראגראם, וואס די פארדינסט איז נישט אזוי וויכטיג ווי די עקספיריענס וואס מ'באקומט. אבער דאס גרעניצט זיך שוין מיט הייסן א קאלעדזש וכדו'. דוכטציך אז הרב בענדער אין פאר ראקאוועי האט אזא פראגראם, מ'קען זיך וועלן למשל עלעקטרישאן, קארפענטרי, פלאמבינג ועוד.
ברוך שחלק מחכמתו ליראיו

גרויסע-גדולה
שר חמש מאות
תגובות: 508
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

תגובהדורך גרויסע-גדולה » פרייטאג מאי 03, 2019 1:53 pm

קען איינער אויפקומען א סיבה פארוואס מ'זאל עס נישט מאכן?
ס'איז לכ' א דבר פשוט אז מען דארף דאס מאכן
mi a nagy ügy

פראצעדור
שר חמישים ומאתים
תגובות: 288
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 23, 2018 8:34 pm

תגובהדורך פראצעדור » פרייטאג מאי 03, 2019 2:02 pm

גרויסע-גדולה האט געשריבן:קען איינער אויפקומען א סיבה פארוואס מ'זאל עס נישט מאכן?
ס'איז לכ' א דבר פשוט אז מען דארף דאס מאכן


עס וואלט ווען זיכער געקענט האבן גרויס תועלת "אבער"
היינטיגע צייטן ליידער ווען עס נעמט זיך צאם א קבוצה בחורים וואס האלטן נישט ביים לערנן קען עס שנעל פארוואנדעלט ווערן בבחינת
כינוס לרשעים רעה להם ורעה לעולם
דו"ק ותשכח

בליץ
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 17, 2013 5:08 pm
לאקאציע: אמאל דא און אמאל דארט, פלעקסעב״ל בלע״ז

תגובהדורך בליץ » פרייטאג מאי 03, 2019 2:06 pm

פארוואס איז ביי אונז געווען אפגעפרעגט אלע יארן אזא ישיבה ווי YU?

בבל
שר האלף
תגובות: 1784
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » פרייטאג מאי 03, 2019 2:06 pm

Volunteer האט געשריבן:אויב מען קוקט אויף די בחורס תועלת, אפשר איז כדי צי לערנען א פאך

לערנען א פאך איז נישט קיין מהלך פאר די היימישע בחורים. ניין
ווייל '' אז די קענסט לערנען א פאך קענסטו לערנען אויך אין ישיבה ''
ווי אויך וואס זאל מען לערנען קאמפיוטער? דאקטעריי דרייוון
עס קען זיך גרענעצן מיט ישיבה יונוועסערי
דא רעדט מען פון וואוילע היימישע ערליכע בחורים וואס קענען נישט לערנען מער ווי עטליכע שעה א טאג און האבן אסאך שעה וואס זיי האבן נישט וואס צי טיען
לעצט פאראכטן דורך בבל אום פרייטאג מאי 03, 2019 2:17 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט