פון א ניק אין אישי: מכתב פרידה לבנו היקר

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

נחלת יעקב
שר חמישים
תגובות: 85
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 10, 2018 9:20 am

תגובהדורך נחלת יעקב » דינסטאג מאי 14, 2019 11:33 am

גאסט האט געשריבן:
111.pdf


1112.pdf


תודה רבה זכות הרבים תלוי בך!!

אוועטאר
עפעס א מענטש
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 13, 2018 1:49 pm

PDF

תגובהדורך עפעס א מענטש » דינסטאג מאי 14, 2019 11:45 am

הצור תמים פעלו כי כל דרכיו משפט.pdf
(130.98 KiB) דאונלאודעד 170 מאל

אוועטאר
עפעס א מענטש
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 13, 2018 1:49 pm

תגובהדורך עפעס א מענטש » דינסטאג מאי 14, 2019 11:47 am

גאסט האט געשריבן:
111.pdf


1112.pdf

סארי! נישט באמערקט אז מ'האט עס שוין געברענגט!

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5553
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דינסטאג מאי 14, 2019 8:01 pm

געווען אן אדם גדול וואס האט געהאט א ענדליכע מעשה האט ער געזאגט טף למה באים ס׳דא אמאל קינדער וואס מ׳פארשטייט נישט פארוואס זיי קומען בכלל אראפ אויף די וועלט אויף דעם זאגט די גמרא כדי ליתן שכר למביאיהם ס׳איז א ספעציעלע זכות וואס מען באשענקט די עלטערן

אלזא חברינו היקר זיי זיך מחזק שכרך הרבה מאד און דער אייבערשטער זאל העלפן אז פון היינט און ווייטער זאלט איר נאר וויסן פון שמחות בשלימות
דביה תחדי נפשא

משק ביתי
שר חמש מאות
תגובות: 602
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 02, 2019 10:41 pm

תגובהדורך משק ביתי » דינסטאג מאי 14, 2019 8:16 pm

חמרא טבא האט געשריבן:געווען אן אדם גדול וואס האט געהאט א ענדליכע מעשה האט ער געזאגט טף למה באים ס׳דא אמאל קינדער וואס מ׳פארשטייט נישט פארוואס זיי קומען בכלל אראפ אויף די וועלט אויף דעם זאגט די גמרא כדי ליתן שכר למביאיהם ס׳איז א ספעציעלע זכות וואס מען באשענקט די עלטערן

אלזא חברינו היקר זיי זיך מחזק שכרך הרבה מאד און דער אייבערשטער זאל העלפן אז פון היינט און ווייטער זאלט איר נאר וויסן פון שמחות בשלימות

איי חמרא טבא דבי' תחדי נפשי . איי איז דאס א טייער ווארט.
אויב וואלסט געקענט ברענגן א פינקטליכן מראה מקום וואלט געווען א שיינע זאך

אוועטאר
זופ מיט קניידל
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 24, 2019 6:24 pm
לאקאציע: אינעם זופ טעלער

תגובהדורך זופ מיט קניידל » דינסטאג מאי 14, 2019 8:25 pm

מיינע פינגערס ציטערן...
מ'קען צוגיין שטייעדיגערהייט..! א פחד צו טראכטן... ליידער נישט אזא זעלטענע ערשיינונג ה"י
אבער אזא שטארקע כאראקטער וואס ווייזט זיך ארויס צווישן די שורות איז צום באוואונדערן!
דאס קען דינען אלס א מורא'דיגער חיזוק פאר די אלע וואס זענען שוין ליידער געפרואווט געווארן מיט ענליכס און דערשטיקן די געפילן מיט כח

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2386
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » דינסטאג מאי 14, 2019 9:15 pm

משק ביתי האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:געווען אן אדם גדול וואס האט געהאט א ענדליכע מעשה האט ער געזאגט טף למה באים ס׳דא אמאל קינדער וואס מ׳פארשטייט נישט פארוואס זיי קומען בכלל אראפ אויף די וועלט אויף דעם זאגט די גמרא כדי ליתן שכר למביאיהם ס׳איז א ספעציעלע זכות וואס מען באשענקט די עלטערן

אלזא חברינו היקר זיי זיך מחזק שכרך הרבה מאד און דער אייבערשטער זאל העלפן אז פון היינט און ווייטער זאלט איר נאר וויסן פון שמחות בשלימות

איי חמרא טבא דבי' תחדי נפשי . איי איז דאס א טייער ווארט.
אויב וואלסט געקענט ברענגן א פינקטליכן מראה מקום וואלט געווען א שיינע זאך

ש"ך על התורה פרשת וילך
שך על התורה פרשת וילך.PNG
שך על התורה פרשת וילך.PNG (170.66 KiB) געזעהן 2080 מאל

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5553
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דינסטאג מאי 14, 2019 10:50 pm

שקויעך שטאלצער!
דביה תחדי נפשא

יודישער
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יוני 02, 2018 10:54 pm

תגובהדורך יודישער » דינסטאג מאי 14, 2019 11:17 pm

איז דאס אן אמת'ע בריוו אדער סתם ארום געשפילט מיט די עולם'ס emotions?

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9551
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דינסטאג מאי 14, 2019 11:22 pm

אן אמת'ע.

יודישער
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יוני 02, 2018 10:54 pm

תגובהדורך יודישער » דינסטאג מאי 14, 2019 11:39 pm

אן אמת'ע בריוו
אמת'ע אמונה
אמת'ע כוחות הנפש
אמת'ע קידוש השם.
זאל השי"ת אים שיקן אן אמת'ע טרייסט.
והשיב לב בנים על אבותם.

יום זה מכובד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2017 11:03 am
לאקאציע: ... והכבוד מוציאין את האדם מן העולם!

תגובהדורך יום זה מכובד » מיטוואך מאי 15, 2019 3:19 am

יודישער האט געשריבן:איז דאס אן אמת'ע בריוו אדער סתם ארום געשפילט מיט די עולם'ס emotions?

די בריוו איז אמת! און איבער דעם איז נישט קיין נפק"מ צו דער יונגערמאן האט טאקע געהאט אזא אומגליק! די תוכן איז די זאך!

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2545
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מיטוואך מאי 15, 2019 1:18 pm

הערשט יעצט אנגעקומען צו ליינען. דאס הארץ קען צוגיין!

אגב, דער שריפט איז עפעס אויסנאם!
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

מיין אבזערוואציע ווינקל

אוועטאר
אחת ואחת
שר האלף
תגובות: 1089
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

תגובהדורך אחת ואחת » מיטוואך מאי 15, 2019 1:36 pm

איך פיל ממש מאכטלאז, המקום ימלה חסרונך ונשמע ונשבשר בשורות טובות

איין זאך יא איינער וואס מאכט מיט אזאנס אדער אפ' נאר ענדליך, פילט שפעטער אסאך מער דאנקבארקייט צום באשעפער אויף יעדע קלייניגקייט ובפרט ביי קומענדיגע גאנצע שמחה,
איי די די דיי דיי איי די די דיי דיי אחת ושבע

אוועטאר
זופ מיט קניידל
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 24, 2019 6:24 pm
לאקאציע: אינעם זופ טעלער

תגובהדורך זופ מיט קניידל » מיטוואך מאי 15, 2019 6:33 pm

אחת ואחת האט געשריבן:איין זאך יא איינער וואס מאכט מיט אזאנס אדער אפ' נאר ענדליך, פילט שפעטער אסאך מער דאנקבארקייט צום באשעפער אויף יעדע קלייניגקייט ובפרט ביי קומענדיגע גאנצע שמחה,

אמת, און דער זעלבע נאכן ליינען אזא בריוו...

וללמוד אני צריך
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

תגובהדורך וללמוד אני צריך » פרייטאג מאי 17, 2019 12:26 pm

אוי בריוועלע, אוי בריוועלע, איך בין אינגאנצן צעבראכן פארביטערט, און אין א קלעם,
איך קען מיר אבער בארואיגן, א נחמה פון דעם "אדם חשוב" איך נעם.

מיר פארמאגן דא אויף דער וועלט א שרייבער אן אויסערגעווענליכע,
זיין טאלאנט, זיין פענע א פערזענליכע,

האמת אגיד, צום ערשט ווען איך האב געזען דעם בריוו האב איך געגעבן א שנעלן קוק, איך האב געהאלטן אז דאס איז אפשר א שיינער 'מוסר בריוו' לא עלתה על דעתי אז דאס איז באמת א טאטע וואס שרייבט אזאנס אויף אן אייגן קינד, פון ווי נעמט א טאטע אזעלעכע כוחות הנפש צו שרייבן די שורות? אע"כ האב איך געמאכט א שנעלן סך הכל אז מן הסתם צום סוף פונעם בריוו ברענגט דער 'בעל הבריוו' ארויס עפעס א מוסר השכל וכיוצא בזה.

נעכטן איז אנגעקומען צו מיר די ידיעה, אז דאס איז אן אמת'ער א טאטע וואס שרייבט צו זיינס א קינד, און נישט נאר דאס, דער שרייבער איז מיינס א גוטער ידיד נאך פון מיינע כולל יארן, או זכור אהבת קדומים. איך בין נאכאמאל צוריק געגעאנגען ליינען, די די מעיינות ותהומות פון מיינע אויגן לעפלעך האבן זיך נישט געוואלט פארמאכן, אבער פון די אנדערע זייט בין איך געווארן מלא חיזוק און התעוררת לתשובה.

איך האב א חברותא וואס איז יעצט פאר פסח אויך אדורך געגאנגען דעם זעלבן פעקל, איך האב אים פרובירט אביסל העלפן בעקיפין צו לינדערן זיינע שמערצן, ממילא האב איך געזען פון דער נאנט ממש סמוך ונראה אביסל וואס דאס מיינט. איך בין מסופק אויב איך זאל אים שיקן א לינק אדער נישט. מעגליך אז זיינע וואונדן האבן זיך שוין אנגעהויבן אביסל צו פארהיילן, איך וויל עס נישט נאכאמאל עפענען.

איך מוז אבער זאגן, ווי גוט איך האב געקענט דעם אינגערמאן און זיינע טאלאנטן, האט ער מיר נאך אלץ סופרייזד מיט זיין מייסטערהאפטע בריוו. אן השלמה וואס דער אינגערמאן פארמאגט סיי און שרייבן און סיי אין זיין ידענות, זעט מען כמעט נישט.

דער גרויסער אלמעכטיגער זאל דיר טרייסטן צוזאמען מיט דיין בני בית, און אלע באטרעפענדע, ובלע המות לנצח און אלע אידן זאלן זוכה זיין צו אסאך נחת דקדושה פון זייערע קינדער און קינד'ס קינדער, עד ביאת הגאול במהרה בימינו, אמן!
פארט איר קיין ארץ ישראל? פארגעסט נישט מיט צונעמען דעם ספר קברי רבותינו

Next
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 24, 2018 11:55 pm

תגובהדורך Next » פרייטאג מאי 17, 2019 1:44 pm

איין זאך קען איך אייך מחזק זיין מיר האבּן גאנץ לעצטענס בּאגראבּען די אכטע מאל,

so far i'm not the same person i whose before

מענדי
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 12:56 pm

תגובהדורך מענדי » פרייטאג מאי 17, 2019 2:40 pm

עס באנעמט זייער. דער באשעפער זאל אונז אלע שטארקן בפרט די וואס גייען דאס אריבער. נאר דער באשעפער קען באמת און אינגאנצען דערפרייען די צובראכענע הערצער פון א טאטע און ספעציעל א מאמע וואס האבן אזאנס דערלעבט. דאס גאנצע טאג טעגליכע לעבן איז אנדערש. צי ביים דאווענען ווען מען דערמאנט זיך און די געדאנקען מוטשען געפערלעך צי ווען א מאמע בענטשט לעכט ערב שבת און מיט ביטערניש פארגייט זי אין א יאמערליכע געוויין וואס שפאלטן הימלען.

זאל דער רבוש"ע אונז טרייסטן און גיבן כח דורך רחמים וחסדים מתוך נחת והרחבת הדעת. אשתך כגפן פוריה בירכתי ביתך. בניך כשתולי זיתים סביב לשלחנך. נאר גזונטערהייט.

זייער קלוג
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

תגובהדורך זייער קלוג » פרייטאג מאי 17, 2019 3:03 pm

אוי, באשעפער שוין גענוג
משיח שוין שיק

איך קען פשוט זיך נישט צוזאם נעמען די כוחת הנפש
אבער צו זען די אמונה און שטארקייט וואס די טאטע האט דאס אליינס איז שוין מחזק, ווי צדיקים זאגן שוין די באשעפער שיקט נאר א ניסיון פאר איינער וואס קען עס ביישטיין
אתה חונן בעט מען נאכאלץ

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג מאי 19, 2019 2:27 am

בארואיגט-אייך האט געשריבן:דער אינגערמאן האט א שטארקע כאראקטער, פאלירט זיך נישט אין די שווערסטע אומשענדן, האלט די קאפ אויף די פלייצע, א יודע ספר, אין באשאנקן מיט גאר טאלאנטפולע כשרונות.

דער הייליגע באשעפער זאל עם טרייסטן, אבער ביז דערווייל האט ער אונז געטרייסט.

#שכח פארן עס מיט טיילן צווישן אונז.

שטארק ניכר דער שרייבער איז א בן אר"י.
אויסערגעווענליכע שריפט און יודע ספר.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5553
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » זונטאג מאי 19, 2019 9:22 am

שוועמל האט געשריבן:
בארואיגט-אייך האט געשריבן:דער אינגערמאן האט א שטארקע כאראקטער, פאלירט זיך נישט אין די שווערסטע אומשענדן, האלט די קאפ אויף די פלייצע, א יודע ספר, אין באשאנקן מיט גאר טאלאנטפולע כשרונות.

דער הייליגע באשעפער זאל עם טרייסטן, אבער ביז דערווייל האט ער אונז געטרייסט.

#שכח פארן עס מיט טיילן צווישן אונז.

שטארק ניכר דער שרייבער איז א בן אר"י.

אויסערגעווענליכע שריפט ✔️און יודע ספר.✔️
דביה תחדי נפשא

קיסריה
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

תגובהדורך קיסריה » זונטאג מאי 19, 2019 9:25 am

דער בריוו איז אונז מחזק, און דאס איז דער גרעסטער ניחום פאר דעם טייערן איד וואס איז ליידער דורך א ביטערן אומגליק ה״י.

אבער, ס׳איז זייער אינטרעסאנט א בליק צו טאן אין די גמרא וויאזוי די הייליגע חז״ל האבן געטרייסט עלטערן, נאכן דורכגיין א ביטערע טראגעדיע.

מראה מקום: בבא קמא.

היינט צו טאג טרייסט מען מער נישט אזוי.

ב שולם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 18, 2018 8:25 pm

תגובהדורך ב שולם » זונטאג מאי 19, 2019 11:43 am

קיסריה האט געשריבן:דער בריוו איז אונז מחזק, און דאס איז דער גרעסטער ניחום פאר דעם טייערן איד וואס איז ליידער דורך א ביטערן אומגליק ה״י.

אבער, ס׳איז זייער אינטרעסאנט א בליק צו טאן אין די גמרא וויאזוי די הייליגע חז״ל האבן געטרייסט עלטערן, נאכן דורכגיין א ביטערע טראגעדיע.

מראה מקום: בבא קמא.

היינט צו טאג טרייסט מען מער נישט אזוי.

עמוד?

קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 310
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

תגובהדורך קאטשקע אויפן וואסער » זונטאג מאי 19, 2019 11:49 am

ב שולם האט געשריבן:
קיסריה האט געשריבן:דער בריוו איז אונז מחזק, און דאס איז דער גרעסטער ניחום פאר דעם טייערן איד וואס איז ליידער דורך א ביטערן אומגליק ה״י.

אבער, ס׳איז זייער אינטרעסאנט א בליק צו טאן אין די גמרא וויאזוי די הייליגע חז״ל האבן געטרייסט עלטערן, נאכן דורכגיין א ביטערע טראגעדיע.

מראה מקום: בבא קמא.

היינט צו טאג טרייסט מען מער נישט אזוי.

עמוד?

מסתמא רעדט ער פון ב"ק לח ע"א: "מאי אית לי גבי נחמתא דבבלאי? דגידופא הוא, דאמרי מאי אפשר למיעבד, הא אפשר למיעבד עבדי".
אבער ס'פעלט הסברה וואס ס'האט שייכות אהער.
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלף
תגובות: 1835
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » זונטאג מאי 19, 2019 1:14 pm

מיר צושאקלט ביז גאר......

זאל דיר די באשעפער געבען שמחה ונחת צו באצאלן די וואס מ'קעניש.

דיין בריוו האט מיר געמכט טראכטן טיף אויף מיין גורל, און אויף דיר, און אויף די וואס קענען אויך שוין שרייבן אזא בריוו, אבער האבן נישט די כוחות און טאלטאנט.

דיין זכות איז געוואלדיג.
ס'האט מיר גענומען אפאר טעג צו ענדיגן ליינען די בריוו.
יוי טאטע....


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט