אנקעטע: וויפל איז אייער אינקאם יעדע חודש???

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

וויפל איז אייער אינקאם יעדע חודש?

די וואלן האבן זיך פארמאכט מיטוואך יולי 03, 2019 7:54 am

3,000 דולר אין נידריגער
9
6%
5,000 דולר אין נידריגער
27
18%
5,000 דולר און העכער
22
15%
7,000 דולר און העכער
17
11%
10,000 דולר און העכער
12
8%
יעדע חודש עפעס אנדערש
7
5%
לייגט איר אוועק געלט יעדע חודש?
13
9%
יא, 1,000 דולר מינימום
3
2%
יא, 2,000 דולר מינומום
10
7%
ניין, איך האלט נישט פין דעם
1
1%
ניין, איך וויל זייער שטארק אבער סגייט נישט
30
20%
 
סך הכול שטימען: 151

אוועטאר
פראביר נאר
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2018 5:30 am

אנקעטע: וויפל איז אייער אינקאם יעדע חודש???

תגובהדורך פראביר נאר » דינסטאג מאי 14, 2019 7:54 am

איך ווייס אז סאיז צו א "שווערע" שאלה!!
אבער לאמיר זעהן וועלכע סארט חברה דרייען זעך דא?
לעצט פאראכטן דורך פראביר נאר אום דינסטאג מאי 14, 2019 8:53 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
געדענק! נישט יעדע זאך וואס ליגט דיר אין בויך דארפסטו שרייבן, קענסט עס אויך זאגן!

בבל
שר האלף
תגובות: 1784
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » דינסטאג מאי 14, 2019 8:11 am

עפעס חיזוק פאר א אינגערמאן וואס מאכט ווייניג
מען קען ווערן ציקלאפט פין די ראזאלטאטן

אוועטאר
פראביר נאר
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2018 5:30 am

תגובהדורך פראביר נאר » דינסטאג מאי 14, 2019 8:43 am

בבל האט געשריבן:עפעס חיזוק פאר א אינגערמאן וואס מאכט ווייניג
מען קען ווערן ציקלאפט פין די ראזאלטאטן

אז זיי פארדונען אויך ווייניגער נאר מפאת כבודם שרייבן זיי וואס זיי וואלטן געוואלט פארדונען :wink:
געדענק! נישט יעדע זאך וואס ליגט דיר אין בויך דארפסטו שרייבן, קענסט עס אויך זאגן!

אוועטאר
נעגלוואסער
שר חמש מאות
תגובות: 603
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 02, 2017 4:28 pm
לאקאציע: ביים טאטן און וויינגארטן

תגובהדורך נעגלוואסער » דינסטאג מאי 14, 2019 8:48 am

קליינע השגות $7000 א חודש די מערסטע!

צו קענען לעבן ווי כלל ישראל לעבט איז מינימום א $10K א חודש
די ערשטע מחלוקה פון יעדע אידישע פארפאלק איז ווער סזאל אנגרייטן די ........ יא איר געדענקט גוט די נעגלוואסער

עם הנבחר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 14, 2015 3:16 pm

תגובהדורך עם הנבחר » דינסטאג מאי 14, 2019 8:50 am

פארוואס לייגסטו נישט פון גרעסערע פארדינערס ווי למשל $25k, צו לעבן קאסט מער ווי $7k

נאר צוגעלייגט 10k לייגט צו 25k
לעצט פאראכטן דורך עם הנבחר אום דינסטאג מאי 14, 2019 9:01 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
פראביר נאר
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2018 5:30 am

תגובהדורך פראביר נאר » דינסטאג מאי 14, 2019 8:53 am

עם הנבחר האט געשריבן:פארוואס לייגסטו נישט פון גרעסערע פארדינערס ווי למשל $25k, צו לעבן קאסט מער ווי $7k


צוגעלייגט!
געדענק! נישט יעדע זאך וואס ליגט דיר אין בויך דארפסטו שרייבן, קענסט עס אויך זאגן!

אוועטאר
פראביר נאר
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2018 5:30 am

תגובהדורך פראביר נאר » דינסטאג מאי 14, 2019 8:55 am

איך קען איינער וואס פארדינט און געגנט פון 5,500 פער חודש, און לייגט אוועק 2,000 א חודש
סאו מקען אויך אזוי.... (ער האט שוין ב"ה 1 קינד און ב"ה א אייגענע דירה אין יורופ)
געדענק! נישט יעדע זאך וואס ליגט דיר אין בויך דארפסטו שרייבן, קענסט עס אויך זאגן!

אוועטאר
א גוטע ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 21, 2018 11:45 am
לאקאציע: ביי די אייער וועלט

תגובהדורך א גוטע ניק » דינסטאג מאי 14, 2019 9:05 am

שוין געדארפט איבערוואטן

ווילי זיידע
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 28, 2018 9:12 am

תגובהדורך ווילי זיידע » דינסטאג מאי 14, 2019 9:21 am

בבל האט געשריבן:עפעס חיזוק פאר א אינגערמאן וואס מאכט ווייניג
מען קען ווערן ציקלאפט פין די ראזאלטאטן


דו ווייסט דאך נישט וויפיהל הוצאות די יודען האבן! איך קאן יודען וואס פאדינען 10 טויזענט אויך אין איין חודש, און זיי קאנען נישט דעקן דעם טאג איבערצוקומען!

אסדר לסעודתא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3840
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דינסטאג מאי 14, 2019 10:43 am

ווען איינער מאכט מער געלט, אויטאמאטיש זענען די הוצאות גרעסער. א אינגערמאן וואס מאכט למשל 10 אדער אפי' 15 אלפים א חודש, צאלט העלט אינשורעס ארום צוויי אלפים א חודש, שכר לימוד קען אנקומען צו איבער 400 יעדע קינד (אין וויליאמסבורג בערך 300, אין בארא פארק 500), אינשורענס פאליסיס, ביזנעס לאונס און מארטגעזשעס, באנגעלאו, און אזוי ווייטער. דער פארדינער פון 7 אלפים, האט געווענליך די זעלבע געלט אוועקצולייגן ווי דער פון 15, וואס האט אביסל מער אינוועסטמענטס.
אייוועלט איז מיין טיר, די ניקס זענען מיין וויאו.

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » דינסטאג מאי 14, 2019 10:49 am

בבל האט געשריבן:עפעס חיזוק פאר א אינגערמאן וואס מאכט ווייניג
מען קען ווערן ציקלאפט פין די ראזאלטאטן


די וואס פארדינען העכער $7,000 באצאלן בערך א דריטעל פון זייער אינקאם פאר טעקסעס, אריין גערעכענט אינקאם און פראפערטי טעקס.

אין אנדערע ווערטער, זיי ארבעטן צוויי טעג פון די וואך לויטער צו אויסהאלטן די רעגורינג. ביסט נאך אלץ מקנא?...
איך האב שוין באגעגענט הערשן, בערן, פוקסן, שלענג און הערשן. קען זיך א קיאוטי אפשר מרחם זיין? איך ווייס עטס זענטס דא...
Views expressed here are solely my own and do not express the views or opinions of any organization

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 907
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » דינסטאג מאי 14, 2019 11:32 am

היימישער הייקער האט געשריבן:
בבל האט געשריבן:עפעס חיזוק פאר א אינגערמאן וואס מאכט ווייניג
מען קען ווערן ציקלאפט פין די ראזאלטאטן


די וואס פארדינען העכער $7,000 באצאלן בערך א דריטעל פון זייער אינקאם פאר טעקסעס, אריין גערעכענט אינקאם און פראפערטי טעקס.

אין אנדערע ווערטער, זיי ארבעטן צוויי טעג פון די וואך לויטער צו אויסהאלטן די רעגורינג. ביסט נאך אלץ מקנא?...


איך פארשטיי אייך נישט, די אנקעטע איז גראסס אדער נעט?

אוועטאר
מאנסי שטופער
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 12:40 am

תגובהדורך מאנסי שטופער » דינסטאג מאי 14, 2019 11:47 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:ווען איינער מאכט מער געלט, אויטאמאטיש זענען די הוצאות גרעסער. א אינגערמאן וואס מאכט למשל 10 אדער אפי' 15 אלפים א חודש, צאלט העלט אינשורעס ארום צוויי אלפים א חודש, שכר לימוד קען אנקומען צו איבער 400 יעדע קינד (אין וויליאמסבורג בערך 300, אין בארא פארק 500), אינשורענס פאליסיס, ביזנעס לאונס און מארטגעזשעס, באנגעלאו, און אזוי ווייטער. דער פארדינער פון 7 אלפים, האט געווענליך די זעלבע געלט אוועקצולייגן ווי דער פון 15, וואס האט אביסל מער אינוועסטמענטס.

יעדער וואונטשט זיך צו זיין ענדערש פון די וואס מאכן אסאך געלט אין האבן מער הוצאות ווי איידער מאכן ווייניג מיט קלענערע הוצאות
דער אויבירשטער זאל העלפן אידישע קינדער זאלן מאכן אסאך געלט אין האבן ווייניג הוצאות
קאשוי רב זצ''ל (בעל ברכת שמים) האט אמאל געזאגט א מיליאן דאללער א יאר פאר א איד הייסט נאכנישט קיין מותרות (ווער ס'געדענקט די לשון זאל מיך פארבעסערן)

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6239
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דינסטאג מאי 14, 2019 11:50 am

בבל האט געשריבן:עפעס חיזוק פאר א אינגערמאן וואס מאכט ווייניג
מען קען ווערן ציקלאפט פין די ראזאלטאטן

מסילת ישרים פרק כא האט געשריבן:אמנם מה שיוכל לשמור את האדם ולהצילו מן המפסידים האלה הוא הבטחון, והוא שישליך יהבו על ה' לגמרי, כאשר ידע כי ודאי אי אפשר שיחסר לאדם מה שנקצב לו, וכמו שאז"ל במאמריהם (ביצה ט"ז): כל מזונותיו של אדם קצובים לו מראש השנה וגו', וכן אמרו (יומא ל"ח): אין אדם נוגע במוכן לחבירו אפילו כמלא נימא, וכבר היה אדם יכול להיות יושב ובטל והגזירה (גזירת קיצבת מזונות שקצבו לו בראש השנה) היתה מתקיימת, אם לא שקדם הקנס לכל בני אדם, (בראשית ג) בזעת אפך תאכל לחם, אשר על כן חייב אדם להשתדל איזה השתדלות לצורך פרנסתו, שכן גזר המלך העליון, והרי זה כמס שפורע כל המין האנושי אשר אין להמלט ממנו, על כן (הואיל וכך גזר המלך) אמרו (ספרי) יכול אפילו יושב ובטל (יראה סימן ברכה) תלמוד לומר בכל משלח ידך אשר תעשה (שצריך אתה להשתדל ולעשות), אך לא שההשתדלות הוא המועיל, אלא שהשתדלות מוכרח, וכיון שהשתדל הרי יצא ידי חובתו, וכבר יש מקום לברכת שמים שתשרה עליו ואינו צריך לבלות ימיו בחריצות והשתדלות, הוא מה שכתב דוד המלך ע"ה (תהלים ט"ה): כי לא ממוצא וממערב ולא וגו', כי אלהים שופט וגו' ושלמה המלך ע"ה אמר (משלי כ"ג): "אל תיגע להעשיר מבינתך חדל". אלא הדרך האמיתי הוא דרכם של החסידים הראשונים עושים תורתן עיקר ומלאכתן תפלה, וזה וזה נתקיים בידם, כי כיון שעשה אדם קצת מלאכה משם והלאה אין לו אלא לבטוח בקונו ולא להצטער על שום דבר עולמי, אז תשאר דעתו פנויה ולבו מוכן לחסידות האמיתי ולעבודה התמימה:
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm

תגובהדורך אונגארישע הייזער » דינסטאג מאי 14, 2019 2:14 pm

מאנסי שטופער האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:ווען איינער מאכט מער געלט, אויטאמאטיש זענען די הוצאות גרעסער. א אינגערמאן וואס מאכט למשל 10 אדער אפי' 15 אלפים א חודש, צאלט העלט אינשורעס ארום צוויי אלפים א חודש, שכר לימוד קען אנקומען צו איבער 400 יעדע קינד (אין וויליאמסבורג בערך 300, אין בארא פארק 500), אינשורענס פאליסיס, ביזנעס לאונס און מארטגעזשעס, באנגעלאו, און אזוי ווייטער. דער פארדינער פון 7 אלפים, האט געווענליך די זעלבע געלט אוועקצולייגן ווי דער פון 15, וואס האט אביסל מער אינוועסטמענטס.

יעדער וואונטשט זיך צו זיין ענדערש פון די וואס מאכן אסאך געלט אין האבן מער הוצאות ווי איידער מאכן ווייניג מיט קלענערע הוצאות
דער אויבירשטער זאל העלפן אידישע קינדער זאלן מאכן אסאך געלט אין האבן ווייניג הוצאות
קאשוי רב זצ''ל (בעל ברכת שמים) האט אמאל געזאגט א מיליאן דאללער א יאר פאר א איד הייסט נאכנישט קיין מותרות (ווער ס'געדענקט די לשון זאל מיך פארבעסערן)


שמעתי אז די מעשה איז געווען ביי א דרשה, ווען ער האט געזאגט אז ער איז מתפלל אז זיינע תלמידים זאלן נישט זיין קיין 'עשירים'. און דער עולם האט איהם אזוי אנגעקוקט מיט בייז וואונדער, האט ער צוגעלייגט: איך מיין נישט די צוויי דריי מיליאן דאלער וואס א אידיש לעבן קאסט, איך רעד פון מער ווי דעם.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 21 געסט