גליון היכל הקודש: מ'קען חתונה מאכן פאר ביליג

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
ברסלבער
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 28, 2012 4:23 pm
פארבינד זיך:

גליון היכל הקודש: מ'קען חתונה מאכן פאר ביליג

תגובהדורך ברסלבער » דאנארשטאג יוני 13, 2019 3:17 pm

גענומען מיט רשות פון גליון היכל הקודש

מ'קען חתונה מאכן אן בארגן און אן גנב'ען!
חתונה מאכן קאסט פאר'ן צד החתן זיבן טויזנט דאלער אלעס אריינגערעכנט
הכל בכל מכל כל כן יברך אותנו כולנו יחד בברכה שלימה ונאמר אמן

די חתונה די וואך דינסטאג אין ישיבה, האט געהאט גאר א גרויסן אפקלאנג ביים היימישן ציבור, זעענדיג דעם נאה דורש ונאה מקיים, ווען דער ראש ישיבה שליט"א האט געפירט זיין בכור אונטער די חופה מיט גרויס שמחה און פרייד, און די פרייליכע לעבעדיגע געשמאקע חתונה נאכט, האט נישט געקאסט קיין פרוטה פאר די מחותנים. די גאנצע חתונה מאכן, פונעם שידוך שליסן ביז נאך די שבע ברכות, האט געקאסט פאר'ן ראש ישיבה שליט"א א צירקע זיבן טויזנט דאלער, א ציפער וואס רוב אידן קענען זיך ערלויבן מיט דעם רואיג חתונה צו מאכן די קינדער, אן דעם וואס זיי זאלן זיך דארפן אנבארגן און בא'גנב'ען אידישע קינדער, און בלייבן מיט א זאק פון חובות וואס מ'ווייסט נישט פון וואו צו באצאלן.

כל השביעין חביבין
מ'האלט שוין יעצט ביי די זיבעטע חתונה אין היכל הבית המדרש, אלע איינס ביי איינס זענען געווען הערליכע פרייליכע חתונות, עס האט גארנישט געפעלט פאר די חתונות. מיט יעדע חתונה ווערט העכער און העכער אויפגעהויבן די אויגן ברעמען, מענטשן פארשטייען נישט פארוואס עס פעלט אויס צו פארשווענדען אידיש געלט וואס מ'האט נישט, פאר זאכן וואס קיינער דארף נישט, בלויז צו געפעלן פאר מענטשן וואס קוקן עס בכלל נישט ארויף.
קיינער קען נישט איגנארירן די רעוועלוציע און זיך גיין רואיג ווייטער, יעדער האט עפעס צו זאגן אויף דעם, יעדער מוז עפעס אריינרעדן, יעדער ווייסט אז די היינטיגע סטאנדארטן ווי אזוי מען מאכט חתונות - און די זעלבע אויך קלענערע שמחות - האט שוין לאנג אריבערגעשפרייזט אלע גרעניצן, יעדער וויל זען א דראסטישע פארבעסערונג אין דעם ענין, און אט זעט מען א קהלה וואס האט זיך גענומען אין האנט אריין, און אנשטאט זוכן א לעזונג פאר די פראבלעמען, האבן זיי אוועקגענומען דעם פראבלעם אינגאנצן; אנשטאט צו בויען א שפיטאל נעבן דעם צעבראכענעם בריק צו קענען היילן די פארוואונדעטע וואס זענען אראפגעפאלן פון בריק, קרויזן זיי אויס דעם בריק אינגאנצן; אנשטאט אראפצוציפן פון דא און דארט פון די אומדערטרעגליכע הוצאות החתונה, האט מען אהערגעשטעלט א וועג ווי אזוי חתונה צו מאכן אן דעם וואס ס'זאל בכלל פאלן צו לאסט אויף די מחותנים.
דער הייליגער רבי האט דערציילט א מעשה איבער א קעניג וואס איז געווען א שטערן זעער, ער האט געזען אויף די שטערנס אז ווער ס'וועט עסן פון די תבואה וואס וועט וואקסן דעם קומענדיגן יאר, וועט משוגע ווערן דערפון. האט ער גערופן זיין משנה למלך זיך דורכצושמועסן מיט אים דעם פראבלעם, דער משנה למלך האט אבער געהאט א פשוטע עצה אויף דעם, "מיר וועלן באפעלן אז מ'זאל אוועקלייגן פאר אונז גענוג און נאך תבואה פון די פארגאנגענע יאר, און אזוי וועלן מיר בכלל נישט דארפן עסן פון די שעדליכע תבואה וואס מאכט משוגע". דער קעניג איז אבער נישט געווען צופרידן פון דעם געדאנק, "אויב נאר אונז צוויי וועלן בלייבן נארמאל, און די גאנצע וועלט וועט זיין משוגע, וועלן מיר דאך זיין די משוגעים... יעדער וועט אונז אנקוקן אז מיר זענען אזוי אנדערש פון יעדן".
האט דער משנה למלך געפרעגט דעם קעניג וואס ער האלט מ'זאל טון, האט דער קעניג געזאגט אז זיי זאלן אויך עסן אזוי ווי יעדן איינעם, זיי זאלן אויך משוגע ווערן אזוי ווי יעדן איינעם, "נאר מיר ביידע זאלן זיך מאכן א סימן אויפ'ן שטערן כאטש צו געדענקען אז מיר זענען משוגע... ווען איך וועל קוקן אויף דיין שטערן און דו וועסט קוקן אויף מיין שטערן, וועלן מיר זיך דערמאנען אז מיר זענען נעבעך נישט נארמאל"...
דער רבי האט נישט אויסגעפירט דעם נמשל צו די דעם משל, אבער זיך אומקוקנדיג אויף די היינטיגע וועג ווי אזוי אידישע שמחות ווערן געפראוועט, אן קיין שום שייכות צו נארמאלקייט, מענטשן גייען ממש אראפ פון זינען און מאכן טייערע שמחות פיל העכער און מער פון זייערע מעגליכקייטן, נאר בלויז ווייל די גאנצע "נארמאלע" וועלט טוט אזוי, בלויז ווייל וואס וועט "יענער" זאגן אויף דעם, לאזט זיך גלויבן אז ס'איז שוין העכסט צייט אז מיר זאלן זיך ארויפקריצן א מערקבארן סימן אויפ'ן שטערן, כאטש צו געדענקען ווי משוגע מיר זענען אז מיר לעבן בלויז פאר יענעם.

כשם שנכנס לברית כן יכנס לתורה
ולחופה ולמעשים טובים
אמאל האט מען נאך געקענט זאגן אז א אידישע חתונה וואלט געדארפט אויסזען ווי א בר מצוה אדער וואכנאכט, היינט זענען שוין אבער די קלענערע שמחות אזוי אויפגעריסן, אז מ'קען שוין חתונה מאכן פאר א צענטל די פרייז פון די טייערע בר מצוה'ס און קלענערע שמחות.
אידן זענען אנגעווייטאגט, יעדער מחותן וואס האט שוין חתונה געמאכט, יעדער וואס האט שוין צוגעלייגט א האנט און געהאלפן זיינ'ס א קרוב חתונה צו מאכן, ווייסט ווי שווער דאס קומט אן, ווייסט וויפיל בלוט דאס קאסט, ווייסט וויפיל חובות דאס לאזט איבער, וויפיל שאדנ'ס עס לאזט איבער אויף יעדן איינעם ארום; אבער אזוי ווי דאס איז דער "נארמאל", איז דאך נישט שייך צו טון אנדערש.
אידן קוקן ארויף און שעצן זייער שטארק אז ס'איז דא א קהלה וואס האט אוועקגעלייגט דעם "נארמאל" אין די זייט, און געוויזן שווארץ אויף ווייס אז מ'קען יא חתונה מאכן די קינדער מיט מנוחת הנפש, מ'דארף אפילו נישט מאכן קיין תקנות, מ'דארף נאר פשוט עפענען די אויגן צום רעאליטעט, אז דער וועג ווי אזוי מ'מאכט היינט חתונה האט נישט קיין זכות קיום. אויב חתונה מאכן מוז קומען מיט'ן חשבון אז מ'מוז פאר דעם בארגן און נישט באצאלן, וועט עס מוזן צעפאלן מארגן אדער איבערמארגן, דאס קען נישט אנהאלטן. אז ס'איז אבער נישטא קיין אנדערע אויסוועג, איז דאך נישטא קיין ברירה, דער אייבערשטער האט אונז דאך באפוילן חתונה צו מאכן די קינדער, און דאס איז די איינציגסטע וועג ווי אזוי דאס אויסצופירן. ווען מ'זעט אבער באשיינפערליך אז ס'איז יא דא א געהעריגע וועג, מ'מוז זיך נישט צעשניידן אויף שטיקער ווען מ'מאכט חתונה א קינד, ווערט דאס גאר שטארק ארויפגעקוקט און געשעצט, די מציאות פאטשט אין פנים און ווייזט אז ס'איז יא מעגליך און מ'קען עס יא באווייזן.
מענטשן זאגן, "כל הכבוד פאר ברסלב אז זיי האבן געקענט דורכברעכן און באווייזן אזא זאך אז מ'זאל קענען גרינג חתונה מאכן די קינדער, תחזקנה ידיכם!", דער אמת איז אבער פארקערט, כל הכבוד פאר איינעם וואס איז גרייט זיך צו צערייסן און צעפליקן, פארלירן דעם הארץ מיט'ן קאפ אינאיינעם צו קענען חתונה מאכן די קינדער; ווידער אז מ'מאכט חתונה מיט א רעאליסטישן בליק, מ'ווייסט און מ'נעמט אין חשבון וואס מ'האט אין טאש און וואס מ'קען זיך ערלויבן, איז דאס דאך פשוט און גראד שכל הישר.

חנוך לנער על פי דרכו
לאמיר זיך אפשטעלן א מינוט אויף דעם טערמין "נארמאל", וואס מיינט נארמאל און וואס מיינט נישט נארמאל? ווי געזאגט פריער איז דאס געוואנדען אין די אומשטענדן ארום און ארום, וואס ביי איינעם איז נארמאל איז ביים צווייטע משוגע, און אזוי אויף פארקערט. ס'ווענדט זיך וואס איז אנגענומען צו טון אין די קרייז, אין די משפחה, אין די געגנט, און אזוי ווייטער אלעס ארום.
"נע, דאס איז נישט מעגליך נאכצומאכן. די ברסלב'ע קהלה האבן א בית המדרש גרייט פאר חתונות, זיי האבן בחורים ארויסצוהעלפן, זיי האבן משפחות וואס לייגן צו א האנט. אבער אנדערע האבן נישט די וועג אין מציאות ווי אזוי דאס צו קענען אהערשטעלן" - דאס איז א געדאנק וואס מ'הערט פון פילע.
און עס איז טאקע דא אן אמת אין דעם, ס'איז טאקע נישט אזוי גרינג דאס נאכצומאכן, דא איז עס צוגעשטעלט אפיציעל מטעם די קהלה, און אלע בני הקהלה מיט די בחורים פון ישיבה און די מיידלעך פון סקול, לייגן צו א האנט אז די חתונות זאלן זיין מיט סוקסעס, און ס'זאל נישט קאסטן קיין געלט. אבער דער יסוד און דער סוד ווי אזוי די קהלה האט זוכה געווען צו זיין די ערשטע דאס צו קענען באווייזן, איז יא א זאך וואס יעדער קען און דארף נאכמאכן.
דער יסוד איז אז די קינדער אליין, די חתן און כלה, דארפן זיין צופרידן און פרייליך אן דעם וואס דער טאטע זאל דארפן בארגן געלט פון די זון און פון די לבנה פאר די חתונה. אויב ביים שידוך-שליסן כאפן זיך די עלטערן ביים קאפ וואס דא גייט פאר און זיי מאכן אפ אז זיי האבן נישט די רעכט על פי תורה און על פי שכל אויסצושווענדען געלט אויף אומנויטיגע זאכן ביי שמחות, קענען זיי דאס אבער נישט טון יעצט צו זייערע קינדער, וואס וועלן שפירן בא'עוול'ט אז זיי זענען אנדערש ווי זייערע חברים און פריינד וואס באקומען יא די אלע טייערע לוקסוס.
אנדערש איז אבער אין היכל הקודש, וואו דער ראש ישיבה שליט"א רעדט כסדר צו די בחורים פון דעם ענין, ער רייסט אראפ און ער ערקלערט די שעדליכקייט און נארישקייט פון זיך אויפרייסן ביי שמחות, א זאך וואס מ'פארדינט גארנישט דערפון, עס ברענגט נאר חובות און עגמת נפש, און די שיינקייט פון קינדער וואס פארשטייען אז געלט קאסט געלט, און די שיינקייט פון א שמחה וואס מ'מאכט אויף א ביליגן אידישן שטייגער. און פון די אנדערע זייט איז דא די חשובע מנהלת און די לערערינס אין סקול וואס רעדן כסדר צו די מיידלעך איבער דעם, צו מאכן א שמחה מיט שכל און נארמאלקייט, און אז די איבערגעטריבענע אויסברענגעריי ברענגט נישט קיין שום ניצן אין לעבן, און ווי ווייט מ'דארף אכטונג געבן אויף אידיש געלט, נישט אויסצוברענגען דאס געלט פון די עלטערן וואס זיי האבן אפילו נישט.
אזוי אז עס קומט אויס אז נישט נאר וואס די חתנים און כלות קוקן בכלל נישט ארויף די טייערע שמחות, נאר פארקערט, ביי זיי איז גאר א חשיבות ווי מער מ'קען אראפברענגען די סטאנדארטן, עס איז אן אויפטו אויב מ'האט אראפגענומען נאך אן איבריגע הוצאה.
איין ביישפיל איז ווערד צו דערמאנען, א פארמעסט וואס מ'האט געמאכט אין סקול פאר פורים, יעדער האט געדארפט מאכן א שיינע משלוח מנות פאר א חבר'טע, און ווער ס'האט געקענט מאכן די ביליגסטע משלוח מנות, האט געוואונען דעם פארמעסט. אלע מיידלעך האבן זיך אנגעשטרענגט צו מאכן א שיינע משלוח מנות, אויף די ביליגסטע וועג וואס איז נאר שייך. און פארשטייט זיך ווען די מיידלעך ווערן כלות למזל טוב, זוכן זיי נישט ארויסצושלעפן געלט פון די עלטערן צו קענען שיקן א זיבן שטאקיגע משלוח מנות פאר די מחותנ'סטע, און זיי ווערן נישט פרייליך ווען זיי באקומען אזוינס פון די אנדערע זייט.
אז די קינדער ווערן מחונך אויף אזא וועג, אז מ'דארף נישט נאכטאנצן יעדע משוגעת וואס איז איינעם בייגעפאלן צו מאכן ביי א שמחה, אז מ'דארף לעבן מיט'ן רעאליטעט און נישט אויסגעבן מער געלט פון וויפיל מ'קען זיך ערלויבן, אז מ'טאר נישט בארגן געלט ווען מ'ווייסט נישט ווי אזוי מ'וועט עס באצאלן, אז מ'טאר אויס'רודפ'ן טאטע מאמע אז מ'מוז האבן דאס און יענץ אין די צייט ווען ס'פעלט נישט אויס און ס'איז נישטא דאס געלט פאר דעם, אז די שמחה פון חתונה האבן הויבט זיך אן א טאג נאך די שבע ברכות און איז נישט די פאר שעה פון די חתונה נאכט וואס לויפט אריבער ווי אן אויגן בליק, אז איינער וואס לעבט מיט'ן מציאות און נישט אין דמיונות איז ארויפגעקוקט און איז חשוב, אז דאס וואס דער חבר אדער חבר'טע וועט קרימען מיט די נאז מיינט גארנישט; אז מ'וואקסט אויף אזוי, דאן קענען די עלטערן חתונה מאכן די קינדער מיט הרחבת הדעת, די עלטערן זענען פרייליך, די קינדער זענען פרייליך, און מ'האט א חיים טובים.
דאס איז א זאך וואס יעדער קען נאכמאכן. מ'קען נישט ווארטן ביז ווען מ'שליסט שוין שידוך, און דעמאלט אנהויבן צו זאגן פאר חתן כלה אז זיי זאלן נישט פארלאנגען אזויפיל. דעמאלט איז שוין צו שפעט, דעמאלט האט מען שוין פארשפעטיגט די באן, אויב מ'וועט דעמאלט אנהויבן איינצוציען דעם פאסיק, וועלן די קינדער ווערן געפייניגט. טאטע מאמע קענען אבער אנהויבן רעדן צו די קינדער ווען זיי זענען נאך יונג, יעדעס מאל ווען מ'רעדט פון עפעס א מעכטיגע שמחה קען מען אויסנוצן די געלעגנהייט און אויפקלערן די קינדער איבער די נארישקייט פון אויסברענגען געלט אויף זאכן וואס ברענגט נישט קיין ניצן. יעדעס מאל עס קומט אן אויף די פאסט א חתונה בריוול קען מען פרעגן די קינדער זיי זאלן פרובירן אויפצוקומען מיט א נארמאלן הסבר פארוואס עס פעלט אויס צו שיקן איינלאדענונגען צו א חתונה, אין די צייט וואס ווער עס ווערט געוואויר פון די חתונה נאר דורך דעם בריוול, יענער דארף בכלל נישט קומען צו די חתונה, און ווער עס ווייסט סיי ווי פון די חתונה, פאר אים פעלט דאך נישט אויס דער בריוול, און נאכדערצו אז ביז צום טאג פון די חתונה וועט שוין דאס בריוול סיי ווי זיין רעסייקעלט און דעמאלט לייגט מען דאך שוין אריין אין די טעגליכע שמחה צעטלעך איבער די חתונה.
יעדער וואס האט א מייק אין די האנט, יעדער וואס האט קינדער, בחורים, אדער מיידלעך וואס הערן אים אויס. זאל עס זיין טאטע און מאמע, א מלמד צי א לערערין, א מנהל אדער א מנהלת, א רבי און א ראש ישיבה, א רב און דיין, זאלן זיך מאכן א חשבון וויפיל אידיש געלט זיי קענען שפארן פאר אידישע קינדער, וויפיל הארץ אטאקעס זיי קענען פארמיידן פון אידישע קינדער, וויפיל צער יגון ואנחה זיי קענען צוריק האלטן פון אידישע קינדער וויפיל שמחה און נחת זיי קענען אריינברענגען אין אידישע הערצער, אן דעם וואס זיי זאלן דארפן ארויסנעמען אפילו איין פרוטה פון טאש, נאר בלויז מיט'ן רעדן צו די קינדער וואס עס מיינט א אידישע שמחה, ערקלערן אז די איבריגע לוקסעס מאכט נישט פרייליך, עס העלפט גארנישט אין לעבן, און ווי שיין און ריכטיג עס איז צו שפארן אידיש געלט ווען עס קומט צו שמחות.
חינוך הויבט זיך אן ביי זיך אליין, ווען עלטערן פירן זיך מיט שכל און ווי עס דארף צו זיין, וועלן די קינדער דאס נאכמאכן. ווען די קינדער זעען אז ווען די עלטערן מאכן א שמחה פאר זיך, א קידוש, א וואכנאכט, זוכן זיי נישט אויסצוגעבן ווי מער געלט אז אלעס זאל קלאפן אויפ'ן העכסטן פארנעם, אז די גאנצע שטאט זאל זיך טאקע איינרעדן אז זיי זענען באלעבאטישע אידן, ווען די קינדער וועלן זען אז דער פעקל ביים אפשערן מוזן נישט אזוי טיפ-טאפ אז יעדע שכנ'טע זאל עס באוואונדערן, דאן וועלן זיי אויך נישט פארלאנגען אז זייער בר מצוה און חתונה זאל זיין אזוי מעכטיג. אבער אז די עלטערן בארגן זיך שוין אן ביים וואך נאכט און ברית, וועט עס שוין אויך אזוי מיטגיין לתורה ולחופה.
און אפילו די עלטערן וואס האבן נאכנישט די קוראזש צו קענען מאכן א שמחה ווי א לאגישער מענטש, זיי האלטן נאכנישט אויף די מדריגה צו קענען קוקן דעם מציאות, צו קענען חתונה מאכן נאר לויט וויפיל זייער טאש ערלויבט; קענען זיי אבער טון כאטש דאס מינימאלסטע, ווען עס קומען קלוגע אידן און מאכן יא חתונה אויף א נארמאלן שטייגער, זיי חובות'ן זיך נישט אן ביים חתונה מאכן, געבן נישט אויס געלט פאר נוצלאזע נארישקייטן, זאל מען כאטש נישט חוזק מאכן פון דעם, זאל מען דאס נישט אוועקמאכן אין די אויגן פון די קינדער, זאל מען כאטש קרעכטצן, "איך קען עס טאקע נישט נאכמאכן, אבער כל הכבוד פאר די פארשטענדליכע אידן וואס קענען עס יא באווייזן". און אזוי וועט זיי דאס נישט צוריק פאטשן אין פנים ווען ס'וועט קומען אמאל א טאג ווען זיי וועלן מוזן אביסל איינציען דאס פזר'ענען, און די קינדער וועלן נישט וועלן הערן דערפון.

בואו ונחשוב חשבונו של עולם
ס'געווען אמאל א איד וואס האט געליטן אויף די אויגן לא עלינו, ער האט געמאכט א מחלה וואס האט אים געשטערט דאס זען רחמנא ליצלן. איין טאג איז ער געוואויר געווארן פון א גרויסן אויגן דאקטער וואס קען אים אויסהיילן זיין פראבלעם, ער איז געפארן צום דאקטער וואס האט זיך אפגעגעבן מיט אים, און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף האט אים דער דאקטער גענצליך אויסגעהיילט, און ער האט אנגעהויבן זען אויף די אויגן כאחד האדם.
פארשטייט זיך אז צו זיין פרייד איז נישט געווען קיין גרעניץ, ער איז געווען גאר דאנקבאר צום דאקטער, און איז אהיימגעקומען מיט איין שמחה און דערציילט די פרייליכע בשורה אז ער קען שוין זען, דער דאקטער האט אים געמאכט זען. האט אים איין חכם אנגעהויבן אויספרעגן איבער דעם דאקטער, "וואס האט דער דאקטער דיר געמאכט זען? ער האט דיר געמאכט זען א הויז, א טיש, א בענקל, מענטשן, גאסן?", דער איד האט נישט פארשטאנען וואס דער פארשוין וויל פון אים, "וואס הייסט וואס ער האט מיר געמאכט זען?! איך קען דען אויסרעכענען יעדע זאך וואס איך האב שוין געזען זינט ער האט מיר אויסגעהיילט?! און איך ווייס דען וואס נאך איך גיי אלץ זען פון יעצט און ווייטער מיין גאנץ לעבן?! איך קען נאר אזויפיל זאגן אז ער האט מיר געעפנט די אויגן און איך קען שוין זען".
מענטשן האבן ליב צו זען חשבונות אויפ'ן פאפיר, וויפיל האט דאס געקאסט און וויפיל האט יענץ געקאסט, און אפשר האט מען פארגעסן אויסצורעכענען נאך זייטיגע הוצאות. ס'שווער אויסצורעכענען יעדן דעטאל וויפיל ס'האט געקאסט ביים חתונה מאכן, און אויך איז שווער צו מאכן א ליסטע וויפיל א חתונה דארפן קאסטן פאר יעדן איינעם, ווייל יעדע פאמיליע האט אנדערע זאכן וואס איז וויכטיג פאר זיי, קיינער איז נישט אייניג. דאס איז אבער יא א דבר השווה לכל נפש, אז מ'דארף זיך עפענען די אויגן, און זען וויפיל אידיש געלט עס ווערט געווארפן אין מיסט ביי יעדע שמחה, און אין וויפיל חובות מ'פאלט אריין ביי יעדע חתונה פון א קינד, און יעדער דארף זען לויט זיין מצב וויפיל ער קען זיך ערלויבן, וויפיל ער דארף זיך ערלויבן. און גוט געדענקען אז די גאנצע שמחה לויפט אדורך כהרף עין, א טאג נאכדעם האט שוין יעדער פארגעסן דערפון, דאס לעבן גייט ווייטער אן, און וואס עס בלייבט יא איבער איז נאר די חובות מיט וואס מ'דארף זיך ספראווען. און דער עיקר וואס בלייבט איז די נחת וואס מ'האט פון די קינדער, ווען מ'זעט ווי דאס נייע פאר-פאלק איז זוכה אויפצושטעלן א שיינע אידישע שטוב, און דאס קען מען נישט קויפן פאר קיין געלט אויף דער וועלט, דאס קען מען נאר עררייכן מיט א גוטן חינוך און מיט אסאך תפלות צום אייבערשטן.
אזוי ווי עס גייט אבער אין לעבן פאר'ן ראש ישיבה שליט"א אז מ'זאל אנהויבן חתונה מאכן די קינדער פאר ביליג, איינע פון די סיבות פארוואס מ'האלט זיך צוריק פון א שידוך מיט די קינדער איז פשוט ווייל מ'האט נישט דאס געלט פאר דעם, האט דער ראש ישיבה שליט"א פרובירט אראפצושרייבן פונקטליך וויפיל ס'האט אים געקאסט די גאנצע חתונה כדי אנדערע מענטשן זאלן זיך אויך קענען אפלערנען דערפון, און עס קענען נאכמאכן אויף זייער אופן.
די חתונות אין ישיבה האלט יעדער מיט, מ'זעט מיט די אויגן ווי די חתונה נאכט קאסט נישט קיין איין פרוטה, מענטשן ווילן אבער וויסן וואס עס טוט זיך מיט די איבריגע זייטיגע הוצאות, וויפיל מ'שפארט זיך איין דארט. דעריבער איז כדאי צו כאפן א בליק אויף די דעטאלירטע ליסטע [בייגעלייגט דא אינעם גליון] וויפיל עס האט געקאסט די גאנצע הוצאות החתונה, פון אנהויב ביז'ן סוף, פאר'ן צד החתן דער ראש ישיבה שליט"א, און זען ווי אזוי א אידישע חתונה דארף בכלל נישט קאסטן קיין סאך געלט.
אנגעהויבן ביים שידוך פונעם ברעסלעט, אלע דזשולערי זענען געווען די ביליגסטע וואס מעגליך, ביי די חתונה האט אלע צירונגען פאר די כלה געקאסט אלעס אינאיינעם ווייניגער פון טויזנט דאלער. דער אמת ווייסט דאך יעדער אז א געווענליכער מענטש קען נישט דערקענען א חילוק צווישן עכטע און פאלשע שטיינדלעך, דער איינציגסטער חילוק איז אז אויב ח"ו וועט די רוימערקע גנב'ענען די צירונגען וועט זי נישט קענען קויפן דערמיט א נייע הויז אין פוילן... מען זאגט א ווערטל אז צום סוף קומט אלעס צוריק צו אידן, ווייל ווען זי בויעט איר הויז אין פוילן וועלן דאך אידן עס אפדינגען איינצושטיין דארט נעבן די קברי צדיקים... פאקטיש איז דאס אבער א גרויסע הארץ ווייטאג. אז מען האט אבער נישט די טייערע צירונגען איז עס נאר א מעלה, מען וועט עס גרינגער אראפשלינגען און גרינגער קויפן נייע. און נאך א מעלה אז אזוי ווי די סטיילס טוישן זיך דאך יעדע פאר יאר, וועט מען זיך קענען רואיג קויפן פרישע צירונגען יעדע עטליכע יאר, לויט די לעצטע מאדע...
קיין תנאים האט מען נישט געמאכט, די תנאים און טעלער ברעכן איז פארגעקומען ברוב פאר והדר ביים קבלת פנים ביי די חתונה. ווען עס קומט צו שטאפיר איז אויך דא א געניטער וועג ווי אזוי די סוחרים מאכן געלט, עס איז דא א חתן פעקעדזש און א כלה פעקעדזש, יעדעס געשעפט שטעלט צו אזעלכע פעקעדזשעס וואס די איינציגסטע מעלה דערפון איז אז די סוחרים מאכן ב"ה שיין פרנסה. פארוואס זאל א חתן זיך אנקויפן מיט א גאנצע רייע פון רעקלעך, בעקיטשעס, הוטן, און אזוי ווייטער? קודם איז אים נאך זייער גוט די וואס ער האט גענוצט ביז יעצט, און אפילו ווען מען קויפט יא א נייע, איז דאך גענוג איינס אויך, פארוואס פעלט אויס דריי פון יעדע? פארוואס ווען מען קויפט איין די כלים פאר די נייע הויז, דארף מען שוין יעצט קויפן אלעס וואס מען גייט אפשר נוצן אין עטליכע יאר ארום ביים צוגרייטן די מעלאנע פאר די אפשערן פונעם בכור? פארוואס זאל מען נישט קויפן בלויז די נויטיגע זאכן, און מיט די יארן, ווען ס'וועט זיך אויספעלן, וועט מען צוקויפן אלעס וואס מען דארף. אפשר זאל מען שוין ביים ברית קויפן פאר'ן רך הנימול א וואש מאשין, וואס ער וועט זיכער דארפן האבן יארן שפעטער ווען ער וועט שוין האבן וועש צו וואשן?...
פארוואס זאל א מאמע דארפן איינקויפן א גאנצע שאפע מיט קליידער און שיך פאר די כלה? אין עטליכע יאר ארום וועט דאך די מאס פון די קלייד איר שוין נישט פאסן, און די סטיילס וועלן זיך זיכער טוישן, זאל מען קויפן וויפיל מען דארף פאר יעצט, און די מאמע זאל זאגן פאר די כלה אז אין א יאר ארום, ווען זי וועט זען אז עס פעלט אויס נאך א קלייד, וועט מען איר דעמאלט קויפן. פארוואס דארף מען אלעס קויפן אויף איינמאל אז די עלטערן זאלן דארפן כאפן אן הארץ אטאקע רח"ל?
פארוואס דארף דער חתן באקומען א טויזנט דאלערדיגע מנורה אויף חנוכה, א זילבערנע אתרוג פושקע, א מגילה מיט א מגילה האלטער, און אזוי ווייטער און ווייטער. פארוואס אלס בחור איז אים גוט געווען א פשוטע מנורה פאר צען דאלער? פארוואס קען ער דאס נישט נוצן ווייטער נאך די חתונה? אויב די זאך איז פשוט אלס זה קלי ואנוהו, וואלט מען געדארפט קויפן פאר יעדן בר מצוה בחור א טויזנט דאלערדיגע מנורה, די הידור מצוה הויבט זיך נישט אן נאך די חתונה. פארוואס זאל מען נישט צואווארטן ביז דער אינגערמאן האט שוין קינדער און זיי וואקסן אונטער, זאל דער טאטע דעמאלט קויפן פאר זיך א טייערע מנורה, צו ווייזן פאר די קינדער וואס מיינט הידור מצוה. און דעמאלט קען ער שוין טון אפילו אזוי ווי דער הייליגער דברי חיים זי"ע וואס האט יעדעס יאר געדארפט קויפן א פרישע מנורה, ווייל ער האט אוועקגעגעבן די פאריעריגע פאר א איד א נצרך.
און וואס איז מיט גרויסע געלטער וואס מ'צאלט היינט פאר די חתן און כלה שיעורים, א זאך וואס איז קיינמאל נישט געווען. מ'לערנט אויס מיט וועלכע פוס מ'דארף אנהויבן טאנצן, ווען מ'דארף אפשאקלען די ברעקלעך, און אזוי ווייטער אזעלכע נארישקייטן וואס פעלט בכלל נישט אויס, נאר אז ער זאל מאכן שיין פרנסה. אמת טאקע אז די חתן כלה דארפן לערנען הלכות, זיי דארפן וויסן ווי אזוי אויפצושטעלן א אידישע שטוב לויט ווי דער אייבערשטער פארלאנגט, אבער דאס איז די ארבעט פונ'ם ראש ישיבה פונעם בחור אים דאס אויסצולערנען, און די לערערין פון די כלה דאס אויסצולערנען, און דאס דארף נישט נעמען אזוי לאנג, און ס'דארף נישט קאסטן אזויפיל געלט. אזוי ווי ביי די יעצטיגע חתונה ווען דער בחור האט געלערנט ביי זיין ראש ישיבה, און די כלה האט געלערנט ביי איר מנהלת, און די שיעורים האט נישט געקאסט קיין איין פרוטה.
פארוואס דארפן די מחותנים צושטעלן באסעס צו קומען און אהיימגיין פון די שמחה? ווער ס'וויל זיך מיטפרייען, קען טרעפן א וועג צו קומען, און ווער ס'קען נישט טרעפן קיין וועג צו קומען, איז פאר אים ווארשיינליך גענוג זיך מיטצופרייען פון דערווייטנס. איין פראבלעם איז דא, ווען מ'ענדיגט די חתונה זייער שפעט אין די נאכט אריין, און דעמאלט קען מען שוין נישט טרעפן א וועג אהיים - אפילו פאר געלט - צו א צווייטע שטאט. ווען די חתונה ענדיגט זיך אבער א פערטל צו עלף, קען מען נאך רואיג טרעפן א וועג אהיים נאך די חתונה, און זיכער נאכ'ן טאנצן.
פארוואס זאל מען קויפן פורניטשער פאר א יונגע קאפל? זיי וועלן זיך עס אפילו נישט אויס, און ווייסן נאכנישט וואס זיי ווילן. זאלן זיי חתונה האבן אין א פורניטשעד דירה, און ווען זיי וועלן זיך שוין אביסל באקענען, וועלן זיי אליין גיין איינקויפן לויט זייער געשמאק. פארוואס ברענט עס צו האבן אלע טייערע פורניטשער די ערשטע מינוט?
פארוואס דארף מען מאכן א טייערע באווארפן? טייערע פעקלעך, א טייערע קידוש, א טייערע סעודה צו וואס עס געלאנדעט אלע קרובים און באקאנטע; מען קען עסן א געהעריגע שבת'דיגע סעודה ווי געווענליך, און דער מחותן קומט ארויף נאך די סעודה טרינקען א גלעזל סעלצער און וואונטשן לחיים. ביים קידוש איז פונקט גוט אביסל מזונות און טרינקען, העכסטנס וועט זיין ווייניגער מענטשן וואס וועלן דאס בארעדן אז דער מחותן האט זיך נעבעך אויפגעריסן מיט א מעכטיגע קידוש.
פארוואס דארפן די שבע ברכות'ן קאסטן אזויפיל געלט? מ'שלעפט זיך יעדע נאכט צו א צווייטע זאל, און קיינער האט נישט קיין געשמאק און הנאה דערפון. פארוואס זאל נישט יעדע נאכט איינער פון די משפחה מאכן א שיינע נאכטמאל, און לאדענען די חתן כלה צו קומען אויף נאכטמאל. און די זעלבע איז מיט די שבת שבע ברכות וואס די שענסטע זאך איז ווען מ'מאכט א שיינע שבת'דיגע סעודה פאר די נאנטע קרובי המשפחה, און יעדער איז העכסט פרייליך און צופרידן.
און די ליסטע גייט ווייטער און ווייטער, עס איז ממש נישט מעגליך אויסצורעכענען אלע דעטאלן וויפיל איבריגע הוצאות מענטשן קענען זיך שאפן פון אונטער דער ערד. דער וואס איז אבער קלוג פאר זיך, ער קוקט נישט וואס יענער זאגט, נאר טראכט מיט די אייגענע שכל וואס עס פעלט טאקע אויס און וואס נישט, דער קען זיך איינשפארן אזויפיל הוצאות ביים חתונה מאכן, און ער וועט קענען צוגיין צו די שמחה מיט אן אמת'ע צופרידנקייט און פרייד.

יעמוד יעמוד יעמוד
ווי אזוי דער מצוה טאנץ האט זיך דערקייקלט צו דאס אויסזען וואס ס'האט היינט צו טאגס על אדמת אמעריקע, איז שווער צו וויסן. אבער מאמענטאל איז די אנגענומענע געשטאלט פונעם מצוה טאנץ עפעס א מאדנע זאך וואס קיינער אין זאל ווייסט נישט פונקטליך וואס דארף צו באדייטן.
דער בדחן הויבט אן מיט'ן אויסרימען ווי שיין די חתונה איז געווען - א זאך וואס ער האט בכלל נישט מיטגעהאלטן. דערנאך גייט עס ווייטער מיט'ן מספיד זיין די זיידעס און באבעס - וועמען ער האט קעגן געלערנט נישט לאנג פריער. און נאכדעם צו די פעטערס וועמען ער האט קוים זייערע נעמען באוויזן אפצושרייבן עטליכע מינוט צוריק.
דער עולם איז שוין צו מיד צווייע ביינאכט צו קענען אריינטראכטן מיט א קלארן מח, און פארשטיין דער מצב וואס הערשט אין זאל. שטייט א בדחן און גראמט, קיינער הערט אים נישט אויס, קיינער איז באמת נישט אינטערעסירט צו וויסן וואס ער האט צו דערציילן. געוויסע זיצן און שמועסן, אנדערע זענען מער בעלי דרך ארץ און ווילן נישט פארשעמען דעם בדחן וועלן זיי נישט רעדן הויך נאר זיצן שטיל און דרימלען. אלע האבן איין ציל זיך צו טרעפן ווי פריער אינדערהיים, און אראפלייגן די קינדער שלאפן.
דאס האט נישט קיין שום שייכות מיט'ן מנהג ישראל צו מאכן א מצוה טאנץ, צו מקיים זיין דעם כיצד מרקדין לפני הכלה. די געשמאקסטע זאך פאר יעדן איינעם וואלט געווען ווען מ'טוט ווען ווי מ'טוט ביי די חתונות אין בית המדרש, דער שמש שטעלט זיך אויף און מאכט א שיינעם "יעמוד יעמוד יעמוד" פאר די זיידעס, מחותנים, און די חתן כלה. און דאס נעמט נישט מער ווי צווישן צוואנציג מינוט און א האלבע שעה.
דאס זעט מען יעדעס מאל פון פריש ביי די חתונות אין ישיבה, ווען די משפחה זעצט זיך אוועק צום מצוה טאנץ, און נאך א האלבע מינוט דארפן זיי זיך שוין אויפשטעלן מיטטאנצן מיט'ן זיידן, ווי עס שפרייט זיך אויס א ברייטן שמייכל אויף יעדנ'ס געזיכט, ווען זיי האבן געמיינט אז זיי וועלן יעצט דארפן אויסהערן דעם בדחן פאר כאטש א האלבע שעה, ביז ווען מ'וועט שוין ענדליך זען דעם ערשטן מצוה טאנץ.
די מחותנים האבן זיך שוין געשפארט גאר אסאך ביז'ן אנקומען צום מצוה טאנץ, אבער די ארומיגע משפחה איז דעמאלט די צייט ווען זיי שפירן עס דאס מערסטע אויף די אייגענע הויט.

סך הכל
די באריכט ווי אזוי די יעצטיגע חתונה איז צוגעגאנגען אין ישיבה, קענט איר ליינען דא אינעם גליון ביי די נייעס אפטיילונג; אבער די שמחה און געשמאק וואס האט זיך געשפירט אין זאל בשעת די חתונה, דאס איז נישט מעגליך צו באשרייבן, דאס קען מען נישט איבערגעבן פאר איינעם וואס האט דאס נישט געשפירט און געזען מיט די אייגענע אויגן.
א פשוטע חתונה אין א בית המדרש, האט געהאט אלע טעמים אין די וועלט. אלע באטייליגטע, אלע משפחה מיטגלידער פון ביידע זייטן, די פילע רבנים און דיינים וואס האבן אנטייל גענומען, אלע אנשי שלומינו, די פילע אידן וואס זענען געקומען וואונטשן מזל טוב, און אפילו די פילצאליגע מענטשן וואס האבן בלויז געוואלט אריינשטעקן דעם קאפ צו זען ווי אזוי אזא סארט חתונה זעט אויס; האבן זיך נישט געקענט גענוג אפוואונדערן ווי אזוי אזא ביליגע און פשוטע חתונה, איז פיל מער פרייליך און געשמאק פון די גאר טייערע חתונות, וואו מ'האט פארשווענדעט אזויפיל אידיש געלט פאר אומזיסט, וואו בלויז די בלומען האט דארט געקאסט פיל מער ווי די גאנצע חתונה אין בית המדרש.
אזא שטילע חתונה, שרייט מיט אזעלכע הויכע אומבאנומענע קולות. עס שרייט אריין אין די אויערן פון יעדן מחותן, אין די אויערן פון יעדן רעכט דענקיגן מענטש, אז ס'איז שוין צייט אפצולאזן די הויכע סטאנדארטן פון חתונה מאכן, וואס מ'קען שוין נישט אויסהאלטן.
חז"ל דערציילן אז אין די צייט פון שמעון בן שטח זענען ארויפגעקומען קיין ירושלים 300 נזירים, און זיי האבן נישט געהאט קיין געלט צו ברענגען זייערע קרבנות, האט שמעון בן שטח געזוכט און געטראפן א פתח חרטה פאר 150 פון זיי, אז זיי זאלן פטור ווערן פון ברענגען די קרבנות, און פאר די אנדערע העלפט האט ער נישט געהאט קיין עצה.
האט ער געשיקט בעטן פון זיין שוואגער ינאי המלך אז אזוי ווי עס איז דא 300 נזירים וואס דארפן ברענגען יעדער פון זיי דריי קרבנות, זאל ינאי המלך געבן האלב, און ער וועט געבן די איבריגע האלב. און ינאי המלך האט זיך טאקע צוגעשטעלט און אויסגעצאלט האלב פון די נזירים.
שפעטער, ווען ער איז געוואויר געווארן אז שמעון בן שטח האט אים אויסגענארט, ער האט נישט געצאלט פאר די אנדערע האלב נאר געטראפן פאר זיי א פתח חרטה, איז ער געווארן זייער ברוגז אויף אים, און דאן איז שמעון בן שטח אנטלאפן.
ווען ער איז שפעטער צוריק געקומען, האט אים ינאי המלך געפרעגט פארוואס ער האט חוזק געמאכט פון אים, האט שמעון בן שטח געענטפערט: "איך האב בכלל נישט חוזק געמאכט פון דיר. דו האסט געהאלפן די נזירים מיט דיין געלט, און איך האב זיי געהאלפן מיט מיין חכמה".
עס איז דא צוויי וועגן ווי אזוי צו העלפן אידן חתונה מאכן די קינדער. מען קען זיי העלפן מיט געלט, און מען קען זיי העלפן מיט חכמה און שכל. מען קען אריינברענגען דעם פשוטן שכל אין מענטשן אז מען דארף נישט קוקן אויף א צווייטן נאר אויף זיך אליין, אז מען דארף נישט אויסגעבן קיין געלט אויף לופטיגע זאכן וואס מען האט נאכדעם גארנישט דערפון.
רבותי! ס'איז צייט אויפצושטיין פון שלאף! דאס זייפן-בלעזל האט שוין לאנג געפלאצט, מיר דארפן אנהויבן טראכטן פאר זיך אליין אז דאס איז נישט דער וועג ווייטער אזוי צו גיין! די נשמה דארף נישט ארויספליען יעדעס מאל מען מאכט חתונה! מען זאגט א ווערטל אז די נשמות פון די זיידעס קומען אראפ צו א חתונה ווייל זיי זעען ווי די נשמות פון די מחותנים פליען ארויס, קומען זיי זיי אנטקעגן מקבל פנים צו זיין... לאמיר אויפהערן צו קוקן אויף סטאנדארטן, לאמיר אנהויבן קוקן אויף זיך, לאמיר מאכן א ווינט, אן אטמאספער, אז מען קען חתונה מאכן ווי אזוי מען וויל, עס זאל זיין א נארמאלע זאך אז מען קען חתונה מאכן אויפ'ן ביליגסטן אופן, אן דארפן מורא האבן אז יענער וועט לאכן.
זאל דער רבונו של עולם שוין רחמנות האבן אויף אידישע קינדער, זאל ער שוין אראפשיקן א רוח ממרום אין די הערצער פון אידישע קינדער אז מען זאל נישט דארפן נאכמאכן א צווייטן. די גאנצע זאך אז עס איז דא א געוויסער סארט סטאנדארט וואס אזוי דארף מען חתונה מאכן, זאל שוין בטל ווערן. מען זאל נישט דארפן נאכמאכן דעם עושר'ס חתונה, יעדער זאל לעבן נאר פאר זיך, חתונה מאכן די קינדער נאר ווייל דער אייבערשטער האט אזוי געהייסן, און מיר זאלן אלע זוכה זיין צו נאר שמחה און נחת פון קינדער און אייניקלעך געזונטערהייט.
=====



אויסטערלישע שמחה ווען דער ראש ישיבה שליט"א מאכט חתונה אין בית המדרש
דעם דינסטאג איז ברוך ה' פארגעקומען די זיבעטע פרייליכע חתונה אין בית המדרש, און אזוי ווי אלעמאל האט עס נישט געקאסט קיין פרוטה פאר די מחותנים, דער בית המדרש איז געווען צוגעשטעלט אומזיסט, די מוזיק איז געווען א טעיפ פון א חתונה, די פרויען פון אנ"ש האבן צוגעשטעלט דאס עסן, און עס האט ברוך ה' גארנישט געפעלט פון די חתונה, עס האט געהאט אן אמת'ע אידישע טעם.
עס איז געגאנגען אונטער די חופה החתן שלמה, דער עלטסטער זון פון ראש ישיבה שליט"א, עב"ג הכלה בת הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א גבאי ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב עצי תמרים קרית יואל.
סיי די חתן און סיי די כלה זענען תלמידים פון די הייליגע מוסדות היכל הקודש ברסלב, און ווייסן אז "חתונה" הייבט זיך אן א טאג נאך שבע ברכות, און האבן קוים געקענט ווארטן אויפצושטעלן צוזאמען זייער נייעם שטוב על דרך ישראל סבא, און עס האט זיי בכלל נישט געצויגן צו פארשווענדן אידיש געלט אויף זאכן וואס קיינער דארף נישט, ווי אויף רייכע מתנות, טייערע מעבל, עכטע שטיינער אין די צירינג, אן עלעגאנטער זאל, קעיטערער, מוזיק, בדחן, א.א.וו. פאר זיי איז געווען מער ווי גענוג דאס אליינס אז דער אייבערשטער האט זיי געהאלפן אז זיי האבן געטראפן זייער שידוך, און גייען ב"ה אויפשטעלן זייער אייגענער שטוב. און פאר די חתונה? וואס איז שלעכט מיט פשוטע מתנות, א פוירנישד דירה, עכטע צירונג מיט פאלשע שטיינער, א חתונה אין בית המדרש, אביסל חלה און קוגל צום סעודה, און "יעמוד יעמוד" פאר מצוה טאנץ.
תנאים און קבלת פנים - אום 5:00 זענען די מחותנים און חתן כלה אנגעקומען צום קבלת פנים, וואו מען האט שוין אויך פארגעליינט דעם תנאים. הר"ר מאיר יוסף טייטלבוים שליט"א, זיידע פון די כלה, איז מכובד געווארן מיט ליינען דעם תנאים.
חופה - אום 6:00 איז מען געגאנגען צו די חופה, עס האט געהערשט א גרויס התעוררות ביים חופה, מען האט געזונגען ווארימע ניגונים, און ווער עס האט געקוקט האט געקענט זען ווי יעדנ'ס ליפן האבן זיך געשאקלט, ווען דער ציבור האט אויסגענוצט די געלעגענהייט זיך אויסצובעטן אלעס גוטס.
מיט סידור קידושין איז מכובד געווארן דער עלטער זיידע פונעם חתן כ"ק הגה"צ קארלסבורגער רב שליט"א. הרה"צ רב הצעיר קארלסבורג שליט"א זיידע פון חתן איז מכובד געווארן מיט כתובה ליינען, הר"ר מאיר יוסף טייטלבוים שליט"א און הר"ר יושע שמאיע שליט"א זיידעס פון די כלה זענען מכובד געווארן מיט א ברכה, הרה"צ ר' מרדכי אהרן מייזליש שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מווייטצען זצ"ל זיידע פון חתן איז מכובד געווארן מיט א ברכה. נאך די חופה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פרייליכן טאנץ, דאנקענדיג דעם אייבערשטן אויף זיינע גרויסע חסדים.
סעודה - דערנאך איז מען אריין אין ביהמ"ד וואו מען האט זיך געוואשן צום סעודת החתונה, עס האט אונטערגעשפילט שיינע רואיגע חסידישע ניגונים, אן אפגעכאפטע טעיפ פון א "געהעריגע" חתונה, מיט א שיינע כאאר. פאר די נאנטע משפחה איז געווען צוגעגרייט חלה, פיש, סאלאטן, קוגל, און טשאלענט, מיט וואס דער עולם האט זיך מחיה געווען און געגעסן צו דער זעט.
שמחת חתן וכלה - אום 7:15 איז די חתן אריינגעקומען אין זאל, וינועו אמות הסיפים, עס האט געקנאקט דער טעיפ "עוד ישמע בערי יהודה", פונקט אדער נאך שענער ווי עס וואלט געווען "לייוו מוזיק". דער עולם האט זיך ארויסגעלאזט אין רינגען, אזש די ווענט האבן מיטגעטאנצט, די פנימ'ער פון די באטייליגטע האבן געשטראלט פאר שמחה, און די געפילן פון שמחה האבן זיך איבערגעגאסן אין אלע ביינער אז מען האט געשפרינגען אין די לופטן.
דער ריזיגער פילקעפיגער עולם וואס איז געקומען צו פארן פון נאנט און ווייט האבן געהאלטן אין איין שטראמען צום בית המדרש וואס איז געווארן פולער און פולער, די טענץ האבן אנגעהאלט פאר אומגעפער צוויי שעה, זיך מיטצופרייען מיט'ן חתן און מיט'ן מחותן דעם ראש ישיבה שליט"א וואס צענדליגער טויזטער אידן איבער די גאנצע וועלט דערקוויקן זיך טאג טעגליך מיט די שיעורים בריוון א.א.וו. און ווערן אויפגעלעבט און באקומען א פרישע חיות צו דינען דעם אייבערשטן. אזוי אויך מיטן מחותן הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א, וואס איז גבאי אין ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב קרית יואל, וואס איז פקיע שמיה אינעם גאנצן אומגעגענט אז ווער עס דארף נאר התחזקות אדער אן אויער קען אייביג אריינקומען אינעם ביהמ"ד אויף 6 פרעמישלאן גאס, און ארויסגיין אנגעפילט מיט א נייע מוט און פרישקייט.
פילע רבנים און דיינים האבן זיך באטייליגט אין די שמחה, צווישן זיי הרה"ג רבי געצל בערקאוויטש שליט"א, דומ”ץ קרית יואל; הרה"ג רבי זלמן לייב פילאפ שליט"א, דומ”ץ סאטמאר ווימ"ס; הרה"ג רבי משה פריעדמאן שליט"א, דומ”ץ סאטמאר ב"פ; הרה"ג רבי יוסף טייטלבוים שליט"א, אב"ד נעפלימיץ; הרה"ג רבי יחזקאל טייטלבוים שליט"א, דומ”ץ סאטמאר ווימ"ס; הרה"ג רבי דוד דוב מייזליש שליט"א, אב"ד ווייטצן; און נאך פילע.
די מקורבים פונעם עלטער זיידע הגאון הגדול דער קארלסבורגער רב שליט"א האבן געזאגט אז מען האט שוין נישט געזען אזא שמחה אויסגעגאסן אויף פנים פונעם זיידן דער גרויסער גאון פאר גאר א לאנגע צייט, אזוי אויך האט דער קארלסבורגער רב שליט"א צוגערופן אינמיטן די חתונה זיין אייניקל דער מחותן דער ראש ישיבה שליט"א און אים געזאגט מיט א געוואלדיגע קורת רוח, "עס איז דא דא א שטארקע ריח פון קדושה".
ברכת המזון און מצוה טאנץ - אום 9:35 איז מען געגאנגען בענטשן. דער ראש ישיבה שליט"א איז מכובד געווארן מיט ברכת המזון.
די מצוה טאנץ איז צוגעגאנגען מיט'ן באקאנטן קורצן "יעמוד יעמוד" נוסח, וואס איז שוין היינט באקאנט. אלע באטייליגטע האבן שטארק הנאה געהאט אז זיי דארפן נישט אויסווארטן די לאנגווייליגע הספדים צערעמאניעס וואס קומט בכלל נישט אריין דא ביים חתונה אדער מצוה טאנץ.
מען האט אריינגעברענגט די ספעציעלע מחיצות צום מצוה טאנץ כנהוג בחצר קארלסבורג. צום ערשט האט דער מחותן דער ראש ישיבה אויסגערופן זיין גרויסן זיידן כ"ק הגה"צ קארלסבורגער רב שליט"א צום מצוה טאנץ, וואס האט כמנהגו בקודש געטיילט דער מאכל "קינדל" פאר'ן גיין טאנצן. דערנאך האט דער ראש ישיבה אויסגערופן זיין טאטן הגה"צ רב הצעיר קארלסבורג שליט"א. דערנאך האט דער שמש הר"ר העניך אינדיג שליט"א אויסגערופן די זיידעס פון די כלה הר"ר מאיר יוסף טייטלבוים שליט"א און הר"ר יושע שמאיע שליט"א צום טאנצן. דערנאך האט דער ראש ישיבה אויסגערופן זיין שווער הגה"צ ר' מרדכי אהרן מייזליש שליט"א. דערנאך האט דער זיידע פונעם חתן הגה"צ רב הצעיר קארלסבורג שליט"א אויסגערופן זיין זון דער ראש ישיבה שליט"א צו מצוה טאנץ. דערנאך האט דער ראש ישיבה אויסגערופן זיין מחותן הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א דער טאטע פון די כלה צו מצוה טאנץ. דערנאך האבן די חתן כלה געטאנצן מצוה טאנץ. נאך די חתונה האט מען געזונגען די ניגונים "אין כאלוקינו" און "לקח און ברוינפן" כמנהג ווייטצען. אויף 10:50 איז די גאנצע חתונה געווען פארטיג, און אויף 11:00 איז דער גאנצער בית המדרש שוין אויפגערוימט און גרייט פאר'ן מארגענדיגען טאג פאר די בחורים צו קומען לערנען.
זאל דער אייבערשטער העלפן אז די מחותנים זאלן זען נאר שמחה און אידיש נחת ווייטער, און די פאר פאלק זאלן זוכה זיין אויפצושטעלן א הערליכע אידישע שטוב לתפארת אבותינו ורבותינו, און פון זיי זאל ארויסקומען הערליכע אידישע דורות וואס וועלן באלייכטן די וועלט.
עוד ישמע בערי יהודה ובחוצות ירושלים קול ששון וקול שמחה קול חתן וקול כלה!

בייגעלייגט א פייל מיט די פונקטליכע הוצאות החתונה פונעם צד החתן
חתונה ליסט0_compressed.pdf
(178.88 KiB) דאונלאודעד 477 מאל


קרעדיט: גליון היכל הקודש
קיין יאוש איז גארנישט פארהאן!

בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » דאנארשטאג יוני 13, 2019 3:26 pm

ס'איז ממש א שאד א חתונה זאל קאסטן זיבן טויזנט דאלער! פארוואס קען מען נישט עפעס טון דערצו? געוואלד זיבן טויזנט.

אוועטאר
Graphic24
שר חמש מאות
תגובות: 522
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

תגובהדורך Graphic24 » דאנארשטאג יוני 13, 2019 3:30 pm

;l;p-
ברסלבער האט געשריבן: מענטשן זאגן, "כל הכבוד פאר ברסלב אז זיי האבן געקענט דורכברעכן און באווייזן אזא זאך אז מ'זאל קענען גרינג חתונה מאכן די קינדער, תחזקנה ידיכם!", דער אמת איז אבער פארקערט, כל הכבוד פאר איינעם וואס איז גרייט זיך צו צערייסן און צעפליקן, פארלירן דעם הארץ מיט'ן קאפ אינאיינעם צו קענען חתונה מאכן די קינדער; ווידער אז מ'מאכט חתונה מיט א רעאליסטישן בליק, מ'ווייסט און מ'נעמט אין חשבון וואס מ'האט אין טאש און וואס מ'קען זיך ערלויבן, איז דאס דאך פשוט און גראד שכל הישר.
!Orders delivered in 24 hours... or the Design is yours absolutely FREE

...Click for contact info and Design Samples

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2280
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » דאנארשטאג יוני 13, 2019 3:31 pm

איך בין מתפלל פון טיעפן הארצן אז איך זאל זוכה זיין צו קענען חתונה מאכן לויט די סטאנדארטן [עכ"פ כאטש א חלק ניכר]...

הגם איך האב מיט מוהרא"ש גארנישט, אבער הלואי ווען מ'ען ווען איינפירן אזעלכע זאכן.


ולר' יואל אמר חזק חזק האלט דיך שטארק גיי ווייטער אן מיט א פעסטקייט עיני עמך בם תליות ועיניהם לך מיחלות...
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3500
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » דאנארשטאג יוני 13, 2019 3:39 pm

חזק ואמץ.

הלואי ווען מיר זאלן קענען דורך ברעכן די פעיר פרעשור.

דאס דארף ווערן די נעקסטע מערכה נאך טעכנאלאגיע.

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » דאנארשטאג יוני 13, 2019 3:44 pm

פיין און וואויל געזאגט
געטוישט מיין אינטערשריפט אן צו כאפן דעם בחור ביים נאמען. באמעריקא נתבטל תורת הבאדשזעט. אין דאס איז וואס ס׳זייט אן שרעקליכע חורבנות.
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3500
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » דאנארשטאג יוני 13, 2019 3:48 pm

למעשה זענען אפאר זאכן נישט רעאליסטיש.

500 פאר א שדכן איז נישט רעאליסטיש, אפשר זיי זענען א קליינע קבוצה קענען זיי זיך א עצה געבן, אבער א שדכן איז 1500-2000.

חתן מדריך אומזינסט..... אבער שלום בית לעסאנס קאסטן אסאך מער... א גוטע חתן מדריך איז היינט 1000-1500 און איז שטארק רעקאמאנדירט צו נעמען (אפשר קען מען הערן רעקארדירונגען, אבער סאיז נישט די זעלבע)

אפלייענסעס, זיי האבן געטראפן א פורנישעד דירה..

קעיטערער... זיי קאכן אליין, נישט שייך ביי יעדן.

בדחן פשוט מבטל געווען וצ"ע

ועוד וואס איז פשוט נישט שייך, גראדע זע איך אז אויף איין זאך האט ער נישט מוותר געווען.... סטראקעס.... 600 דאללער.. דאס וועל איך זיך אי"ה שפארן...

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2818
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » דאנארשטאג יוני 13, 2019 3:52 pm

זייער א שיינע געדאנק, און הלוואי מ'מאכט דאס נאך אין אנדערע פלעצער

אבער שרייבן 7,000 $ איז פארפירעריש
ווייל שבע ברכות (חול) שטייט געהעריגע נאכטמאל, אבער ס'נישט אמת, ווייל מ'דארף צושטעלן פאר כאטש א מנין צו עסן (כאטש שבעה אוכלי פת), איז טאקע קען זיין ס'קאסט נישט קיין 700 $ א שבע ברכות, אבער ס'קאסט, (און שבע ברכות אליין מאל 5 וואכן טעג קאסט עפעס), אזוי אויך שבת שבע ברכות, קאסט אויך (טאקע נאר צד הכלה אבער ס'קאסט).

און דער עיקר, פארוואס מ'קען דאס נישט נאכמאכן (דערווייל) ממש אזוי

ווייל ביי היכל הקודש, קאסט נישט קיין חתונה נאכט גארנישט
אבער ביי גאנץ כלל ישראל, קאסט א זאל (ביליגסטע קאסט אויך אפאר אלפים), קאסט א סעודה, (אפי' נאר חלה געפילטע פיש, סלטים, און טשולענט מיט קוגל, קאסט אויך אפאר דאלער פער מענטש, X כאטש 25 קאפל'ס א צד), וואס די צוויי זאכן קען מען נישט נאכמאכן, פאר מ'האט נישט קיין אייגענע פלאץ ווי צו חתונה מאכן בחינם, און פאר מ'האט נישט א קהלה מיט ישיבה בחורים, וואס זאלן צושטעלן די סעודה.

דערצו א חתן מדריך, איז זייער וויכטיג (נישט דווקא פאר די הלכות, נאר דער עיקר פאר די הליכות, אפשר געט דאס דער ראש ישיבה בחינם, אבער נארמאלע מענטשן, דארפן דאס האבן).

אבער נאך אלץ איז דאס א זאך וואס דארף ארויסגעברענגט ווערן לשבח, און הלוואי נאך קהילות זאלן דאס נאכמאכן.
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2040
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » דאנארשטאג יוני 13, 2019 3:54 pm

איך בין זייער שטארק פאר שפארזאמע שמחות. אבער א פאר רויטע רעאליטעט לעמפלעך נאכן דורכקוקען דעם בייגעלייגטן "7 אלפים" בודזשעט.

- אנטשולדיגט, אבער א שדכן איז ווערד מער ווי $500 פער צד.
- שייטלעך (פאר די וואס גייען מיט די דאזיגע לבוש)
- חתן מדריך אומזינסט?
- ר"ת תפילין
- קעיטערער, וועיטער, מאכלים - איינער ברענגט קוגל דער צווייטער בראכט געפילטע פיש, קיין לאנג-טערמין תכלית.

צווייפיל האקט.
"ווען דו דאווענסט ברויכסטו קודם וויסן צו וועמען דו רעדסט. פירוש המילות איז שוין לומדות."
— הגה"צ רבי מרדכי דוד קאהן זצ"ל


מפתח

דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

תגובהדורך דעפרעסט » דאנארשטאג יוני 13, 2019 3:59 pm

וואס איז דאס צאלן פאר א שדכן 500 דאללער? וויאזוי דארף דער שדכן אזוי אנגיין?

עבודת_הבורא
שר חמש מאות
תגובות: 582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2011 4:37 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך עבודת_הבורא » דאנארשטאג יוני 13, 2019 4:00 pm

גאלדענע פעדער האט געשריבן:פיין און וואויל געזאגט
געטוישט מיין אינטערשריפט אן צו כאפן דעם בחור ביים נאמען. באמעריקא נתבטל תורת הבאדשזעט. אין דאס איז וואס ס׳זייט אן שרעקליכע חורבנות.


אמעריקע זעלבסט שטימט אפ זייער בודשעט יעדעס יאר מיט פרישע דעפעציטן פון טירליונען דאלארן וואס ווערט געטשרדשט מיט די כינעזע קרעדיד קארטל וואס דער באלאנס וואקסט דערווייל פון יא צו יאר, טא פארוואס זאל דער בירגער פארשטיין בעסער פון זיינע אויבער הארן וואס ער וועלט זיי אריין און אמט צילוב זייער חכמה און ישרות וכו

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3500
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » דאנארשטאג יוני 13, 2019 4:24 pm

דעפרעסט האט געשריבן:וואס איז דאס צאלן פאר א שדכן 500 דאללער? וויאזוי דארף דער שדכן אזוי אנגיין?


דער שדכן דארף אויך נישט מער געלט, ער גייט דאך אויך חתונה מאכן פאר 7000.....

בבל
שר האלף
תגובות: 1792
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » דאנארשטאג יוני 13, 2019 4:34 pm

א פשוטע איד וואס וויל חתונה מאכן עקסטרעם ביליג קען נישט אנקומען צי די נאמבער אפילו אויב די חתונה איז אין בהמ'' ד און די משפחה ברענגט די עסן, 1 הערה אז מען האט געשניטן אזוי סאך פארוואס האט מען געניצט 420 פאר משפחה קליידער, די ביסל געלט וואלט געדארפט גיין פאר חתן־כלה הצטרכות

איך וועל איבערזאגן די זעלבע שטארקע ווערטער פון תגובהדורך חושב מחשבות

איך בין מתפלל פון טיעפן הארצן אז איך זאל זוכה זיין צו קענען חתונה מאכן לויט די סטאנדארטן [עכ"פ כאטש א חלק ניכר]...

הגם איך האב מיט מוהרא"ש גארנישט, אבער הלואי ווען מ'ען ווען איינפירן אזעלכע זאכן.


ולר' יואל אמר חזק חזק האלט דיך שטארק גיי ווייטער אן מיט א פעסטקייט עיני עמך בם תליות ועיניהם לך מיחלות...

אויף מיין אינטערשריפט איז דא לינקס צו אנקעטעס בנוגע חתונה קריזיס ביטע קליקט און גיט אפ אייער שטימע

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1663
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » דאנארשטאג יוני 13, 2019 4:44 pm

ליסטע
צוגעלייגטע
Screenshot_20190613-163903_WhatsApp.jpg
Screenshot_20190613-163903_WhatsApp.jpg (615.24 KiB) געזעהן 2905 מאל

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1663
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » דאנארשטאג יוני 13, 2019 4:46 pm

צווייפעל האט געשריבן:למעשה זענען אפאר זאכן נישט רעאליסטיש.

500 פאר א שדכן איז נישט רעאליסטיש, אפשר זיי זענען א קליינע קבוצה קענען זיי זיך א עצה געבן, אבער א שדכן איז 1500-2000.

חתן מדריך אומזינסט..... אבער שלום בית לעסאנס קאסטן אסאך מער... א גוטע חתן מדריך איז היינט 1000-1500 און איז שטארק רעקאמאנדירט צו נעמען (אפשר קען מען הערן רעקארדירונגען, אבער סאיז נישט די זעלבע)

אפלייענסעס, זיי האבן געטראפן א פורנישעד דירה..

קעיטערער... זיי קאכן אליין, נישט שייך ביי יעדן.

בדחן פשוט מבטל געווען וצ"ע

ועוד וואס איז פשוט נישט שייך, גראדע זע איך אז אויף איין זאך האט ער נישט מוותר געווען.... סטראקעס.... 600 דאללער.. דאס וועל איך זיך אי"ה שפארן...


ר יואל ראטה געט אומזיסט חתן שיעורים פאר זיינע תלמידים און אויך שלום בית לעסאנס

אוועטאר
ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3662
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דאנארשטאג יוני 13, 2019 4:52 pm

עטליכע פראגן,

היימישע קעיק/קיפעלעך קאסט נישט קיין געלט?

שיך, גייט מען וואכן שבת די זעלבע?

הויזנעס/ רעקלעך/טיש בעקיטשעס/דריי גוד, פארוואס נישט נעמען די פון פאר די חתונה אזוי ווי די גלעזער?
קריך ארויף הויעך, ווייל נאר אזוי וועסטו אנקומען! אז די וועסט קריכן שטייטלעך אין פארזיכטיג. וועסטו נישט אראפ פאלן אין זיך בכלל נישט צוקלאפן!...

אוועטאר
איךביןאיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 353
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 06, 2017 11:03 am

תגובהדורך איךביןאיך » דאנארשטאג יוני 13, 2019 4:54 pm

פאלשע בלימען קאסט אויך געלט
די שמש וואס מאכט די כתובה רעכענט אויך געלט
אסאך זאכן זענען נישט אויסגערעכט דא

בבל
שר האלף
תגובות: 1792
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » דאנארשטאג יוני 13, 2019 4:54 pm

רעסטאראנט האט געשריבן:ליסטע

ער האט נישט אריינגעלייגט אלע הוצאות אינעם ליסט . עס פעלט טלית און תפילין בייטל. און קלייניקייטן ווי בעזם שאוול און נאל 100 זאכן
נאכן שרייבן האב איך געכאפט אז טלית קויפט די צד הכלה סארי
עס פעלט נאך אלץ אסאך קלייניקייטן

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3763
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דאנארשטאג יוני 13, 2019 5:01 pm

WOW !WOW!

די פאינט איז נישט טאמער מ'קען עס פונקטליך נאכמאכן אדער נישט. מ'דארף זיך אבער אפלערנען פון זיי אז מיט א כח הרבים קען א קהילה ארויס העלפן איינער דעם צווייטן און אזוי שניידן די הוצאות.

כ'זעה אז דער עולם האט אן אישו מיט די $500 פאר'ן שדכן. פארוואס זאל עס דארפן קאסטן מער? פאר אלע מינע זאכן זענען דא עסקנים, אינטערנעט, עירוב, חטוטי שכבי, גיוס בנות, יהדות תימן, ביקור חולים, חברים, חסד, פדיון שבוים, תומכי שבת, רמבעה"נ און וואס נישט. פארוואס זאל מען נישט קענען טרעפן עסקנים וואס זענען גרייט צו העלפן מיט שידוכים און אלץ מתן שכרה בצידה באקומט מען א טיפ פון $500? אודאי, ווילאנג ס'איז אין סטייל צו צאלן 2-3000 דאללער וועט קיינער נישט זיין משוגע און עס טון פאר אומזיסט אבער טאמער וועט מען מאכן א ווינט און אויפקלערן מענטשן אז זיין א שדכן איז פונקט אזא מצוה און נאך אפשר גרעסער ווי אנדערע עסקנות'ער, וועט מען זיכער עס קענען איינפירן.

אוועטאר
ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3662
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דאנארשטאג יוני 13, 2019 5:04 pm

ר' איד, איר זענט מכובד צו פראבירן אויסצופירן א שידוך. דערנאך קומט צוריק מיט אייער עקספיריענס וויפיל איר וואלט געבעטן דערויף, 4 אדער 5 אלפים
קריך ארויף הויעך, ווייל נאר אזוי וועסטו אנקומען! אז די וועסט קריכן שטייטלעך אין פארזיכטיג. וועסטו נישט אראפ פאלן אין זיך בכלל נישט צוקלאפן!...

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1502
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » דאנארשטאג יוני 13, 2019 5:05 pm

דריידל האט געשריבן:WOW !WOW!

כ'זעה אז דער עולם האט אן אישו מיט די $500 פאר'ן שדכן. פארוואס זאל עס דארפן קאסטן מער? פאר אלע מינע זאכן זענען דא עסקנים, אינטערנעט, עירוב, חטוטי שכבי, גיוס בנות, יהדות תימן, ביקור חולים, חברים, חסד, פדיון שבוים, תומכי שבת, רמבעה"נ און וואס נישט. פארוואס זאל מען נישט קענען טרעפן עסקנים וואס זענען גרייט צו העלפן מיט שידוכים און אלץ מתן שכרה בצידה באקומט מען א טיפ פון $500?

כאפס ניש אז ביי די אלע זאכן וואס די רעכנסט אויס מאכט עמיצער פיל מער ווי $500...??
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3763
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דאנארשטאג יוני 13, 2019 5:05 pm

צווייפעל האט געשריבן:
בדחן פשוט מבטל געווען וצ"ע

איך בין שוין געווען ביי אסאך חתונות ווי מ'האט נישט געהערט קיין בדחנות. יא, ס'האט זיך אויפגעשטעלט א גראמער מספיד צו זיין די זיידעס און באבעס און אויך זאגן דברי מוסר פאר חתן כלה אבער בדחנות מאן דער שמי'? און אמאל ווען מ'כיפערט אפ א זשאוק יוצא צו זיין, הלזאת יקרא בדחנות?
בדחנות איז שוין לאנג בטל ווייל קיינער האט נישט קיין געדולד דערצי

געדענקסט נאך
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 25, 2017 3:02 pm

תגובהדורך געדענקסט נאך » דאנארשטאג יוני 13, 2019 5:07 pm

דריידל האט געשריבן:WOW !WOW!

די פאינט איז נישט טאמער מ'קען עס פונקטליך נאכמאכן אדער נישט. מ'דארף זיך אבער אפלערנען פון זיי אז מיט א כח הרבים קען א קהילה ארויס העלפן איינער דעם צווייטן און אזוי שניידן די הוצאות.

כ'זעה אז דער עולם האט אן אישו מיט די $500 פאר'ן שדכן. פארוואס זאל עס דארפן קאסטן מער? פאר אלע מינע זאכן זענען דא עסקנים, אינטערנעט, עירוב, חטוטי שכבי, גיוס בנות, יהדות תימן, ביקור חולים, חברים, חסד, פדיון שבוים, תומכי שבת, רמבעה"נ און וואס נישט. פארוואס זאל מען נישט קענען טרעפן עסקנים וואס זענען גרייט צו העלפן מיט שידוכים און אלץ מתן שכרה בצידה באקומט מען א טיפ פון $500? אודאי, ווילאנג ס'איז אין סטייל צו צאלן 2-3000 דאללער וועט קיינער נישט זיין משוגע און עס טון פאר אומזיסט אבער טאמער וועט מען מאכן א ווינט און אויפקלערן מענטשן אז זיין א שדכן איז פונקט אזא מצוה און נאך אפשר גרעסער ווי אנדערע עסקנות'ער, וועט מען זיכער עס קענען איינפירן.

פרעגסט גוט, אבער אפי' איצט מיטן 2000 פרייז איז קוים דא ווער עס וויל עס טון

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2040
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » דאנארשטאג יוני 13, 2019 5:11 pm

ניס קראכער האט געשריבן:ר' איד, איר זענט מכובד צו פראבירן אויסצופירן א שידוך. דערנאך קומט צוריק מיט אייער עקספיריענס וויפיל איר וואלט געבעטן דערויף, 4 אדער 5 אלפים

ריכטיג, שדכנות קומט געווענליך באגלייט מיט גאלאנען הארץ עסעניש.
כ'רעד שוין נישט אז א חלק ניכר פון אנגעטראגענע שידוכים ענדיגן זיך מיט זילטש.
"ווען דו דאווענסט ברויכסטו קודם וויסן צו וועמען דו רעדסט. פירוש המילות איז שוין לומדות."
— הגה"צ רבי מרדכי דוד קאהן זצ"ל


מפתח

בבל
שר האלף
תגובות: 1792
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » דאנארשטאג יוני 13, 2019 5:12 pm

דריידל האט געשריבן:
צווייפעל האט געשריבן:
בדחן פשוט מבטל געווען וצ"ע

איך בין שוין געווען ביי אסאך חתונות ווי מ'האט נישט געהערט קיין בדחנות. יא, ס'האט זיך אויפגעשטעלט א גראמער מספיד צו זיין די זיידעס און באבעס און אויך זאגן דברי מוסר פאר חתן כלה אבער בדחנות מאן דער שמי'? און אמאל ווען מ'כיפערט אפ א זשאוק יוצא צו זיין, הלזאת יקרא בדחנות?
בדחנות איז שוין לאנג בטל ווייל קיינער האט נישט קיין געדולד דערצי

ס'איז א מנהג אמעריקע
יא יא סאיז געווען רעבישע חתונות וואס א געראמער האט אויסגעריפן אזוי ווי ביי אינץ ביי די פורים שושן פורים טיש
ביי חסידישע חתונות האט מען געטאנצן מצווה טאנץ אן א גראמער

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=38992
לעצט פאראכטן דורך בבל אום דאנארשטאג יוני 13, 2019 5:13 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 16 געסט