בלאט 2 פון 2

געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2019 3:00 pm
דורך קישקע זאפט
שכח פאר אלע קלעפ אין ריקן.

וואפפפ! אויס אנ"ש?...

געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2019 4:28 pm
דורך קלאָצקאָפּ
סארא זאפטיגע קושקע!

געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2019 9:04 pm
דורך nmi
קישקע זאפט האט געשריבן:"Reminder, tonight is the wedding in Monroe"
ליין איך מיין צווייטע העלפט'ס טעקסט מעסעזש,

איי איז דאס געווען גוטע צייטן, ס'ליגט מיר נאך אין די ביינער ווען מיין שווער האט מיר געפרעגט אויב איך וויל איבערנעמען ס'רעדל... איך האב אזוי מהיכי תיתי'דיג צוגעשאקלט מיט'ן קאפ, מיר האבן זיך געטוישט פלאץ מיט די שוויגער עלטערן און איינמאל איך בין שוין געזיצן אינעם פיילעט זיץ, זיכער געמאכט אז איך פעיס זיי נישט אין שפיגל, ערשט דאן האמער זיך ערלויבט אויסצושפרייטן מיינע ליפן צו די צוויי זייטן און פארעם פון א שמייכעל...

א חוץ וואס איך בין בעיסיקלי בע"ב אויפן רעדל, בין איך אויך מער ווייניגער בע"ב אויף די טעמפעטשער, און אודיו וואליום... וואס הגם מ'קען אמאל פארלאנגען אז ס'איז צו קאלט אדער הייס, אביסעל שטילער, כ'מיין דו פארסט אביסעל צו שנעל, אא"וו, ווי נישט זענען זיי די בעלי בתים פונעם וויעקעל, (זיין אינשורנס קען ח"ו ארויפגיין נישט מיין...), אבער ווייסטעך ווי ס'גייט, מ'ריקט אראפ פאר צוויי מינוט און דערנאך גייט מען צוביסלעך ארויף, אזוי אז איך דארף נישט וויסן אז ער כאפט אז איך טוה עס בדוקא... עכ"פ ער דארף נישט וויסן אז איך ווייס אז ער כאפט...

אצינד אבער שטיי איך אזוי זעקסע נאכמיטאג און מיין ווייב זיכט א בעביסיטער, מיין שוויגער איז אויפ'ן וועג צום חתונה, איין מיידל-שוועגערן האט שוין מיין שוואגער געכאפט און ס'איז איר צו שווער אנצונעמען ביידע (פארוואס דען יא), און די אנדערע האט מארגן א פיינעל...

נאכ'ן זיך איינבעטן ביי איר און צוזאגנדיג א שיינער סכום, האט זי מסכים געווען, אבער נישט מער ווי דריי שעה, און נאר פון נאך ניין דרייסיג, ווייל ביז דעמאלטס לערנט זי מיט א חברותה (סטאדיט בלע"ז).

צוריקגעריקט די שיעור מיט א שעה, געלאזט וויסן אז היינט ברויך מען נישט קיין גרויסע זאכן, מ'העט שוין עסן ביים חתונה, מוישי העט זיכער צושטעלן עפעס לייטיש, ער אידעך די עושר פון די פעמעלי.

זיץ איך אזוי אויפן ראוד, פעסנדיג א קאר נאך א קאר, נעמענדיג נקמה אויף די אלע יארן וואס זיי האבן מיט א אזא רשעות'דיגע קאלטקייט געפעסט מיין פאטער זז"ג, די מוזיק געט צו צום רואיגקייט פונעם סיטואציע, און אזוי ריק איך מיך כסדר מיט נאך א מייל נענטער צום הייליג'סטן שטאט אויפן ערד קוגל.

אין א מזל'דיגע שעה האמער דערגרייכט אונזער דעסטינאציע, דאנקנ'דיג דעם בורא עולם פאר'ן מקבל זיין אונזער תפלת הדרך, ריק איך מיך אזוי אריין צווישן צוויי שפיגלען, א לוקסוס וואס איז נישט דא אינעם סיטי (וויכי אלערט).

אויפ'ן וועג אריין אין זאל ווערן מיר אינפאמירט לויטן טאקט פונעם בעיס אז מ'האלט אינמיטן דעם צווייטע טאנץ, און נאכן באקומען א ווארימע שאמאלייכעם פון חזקי'ן וועמען כ'האב דאכצעכמער נאכנישט געטראפן זייט די פאריגע חתונה אין מאנרא, בין איך פריילעך צו הערן אז מ'האט קוים אנגעהויבן אפאר מינוט צוריק.

די ארגינעלע פלאן האט געלויטעט אז מ'גיימער מיט'ן אייבערשטנס הילף אויפ'ן וועג פונעם טיר ביז די האט-פוד טרעפן ס'ערשטע העלפט וועמען מ'ברויך היינט באגריסן, און אויפן וועג צוריק ס'צווייטע, הגם נישט פארדעם קומט מען צו א חתונה, ביסט גערעכט, שוין עמער אויסצוען אביסעל די וועג צוריק צום טיר, ביסט העפפי? דו פארגעסט, מיין בעביסיטער האט א פיינעל, נאט מיי פולט.

אבער דא איז געשעהן די פאנטשער, כ'קום שוין ענדליך אן צום צווייטן עק זאל ווי די הייסע עסן זענען געווענליך פלאצירט, ואיננו! נישטא קיין קיין עסן! גארנישט! אפילו די טראדיציענאלע איטאליע'ן אייסעס איז שוין אויסגעגנגען... אלטס וואס איך זעה איז גופלען און פענסי ווארמערס.

כ'קוק אויפן זייגער, ס'איז ס"ה אפאר מינוט נאך האלב עלעווע, ס'איז פעסט אינמיטן הארא טאנץ, קרובים און באקאנטע קומען און גייען, אבער קיין עסן איז נישטא.

נאך א קורצע אינטערוויו מיט א חבר/קרוב מיינער, בין איך געוואר געווארן אז ס'איז אינגאנצן נישט קיין מוקרה, אין פאראדייס האל אין מאנרא איז פונעם צווייטע'ן טאנץ און ווייטער נישטא קיין פוד צו באקומען.

פרעג איך אייך, איז דאס נארמאל, מענטשליך, אויסגעהאלטן?

ביי דע חתונה האט געזינגען א קווייער, א איין מאן באנד (לפי תקנת הברך משה זצ"ל), פיר אינסטרעמענטן, מיט לייטינג.

איז אזוי שווער אויפצוגעבן איינס אדער צוויי פון די אינסטרעמענטן (וואס איז ארום זעקס מאות איטש) און צושטעלן ווי א מענטש נאך צוויי דריי בעקעלעך עסן?

איז אזוי וויכטיג א פיפטע קווייער-זינגער (נאך ניין הינדערט מאות)?

איך גיי נישט אריין יעצט אין די חתונה הוצאות צוימונג רעגולאציעס נושא, נאר מיין פוינט איז אז דו שפענסט שוין יא, פארוואס נישט שפענדן אויף נארמאלע פשוטע פארשטענדליכע זאכן און צושטעלן ווי א מענטש פאר דיין קרוב וואס קומט פון א צוויי שעה'יגע וועג שפעציעל פאר דיינעט וועגן?

ברויכסט נישט צושטעלן קיין ספער-ריפ (הגם ס'וואלט זיך ווען געפאסט פאר אזא נגיד ווי דיר וואס ערלויבט זיך א זיבענער שטריימל), באט איך רעד זשאסט פון בעסיקס, אפילו שלישקעס איז נישט געווען, נאטינג.

פארוואס אין די נארישע יאנטשי באטראנטשי כינור עקשטיין בר מצוה זאל פארשטייען מען אז עסן איז א נעסעסערי און דאס קען מען נישט קאטן?

די מעשה איז אווער, כ'האב מיך שוין אויסגעלערנט פאר נעקסט טיים אז בעפאר מ'האט א פאראדייס חתונה אין מאנרא דארף מען שאר מאכן אז מ'איז זאט, אדער אז מ'קומט אן גענוג פרי, מיט דעם האב איך שוין שלום געמאכט,
ס'באדערט מיר נאר אז מיין צווייטע קאזין גייט געדענקן אז איך בין געווען ביי זיין חתונה אין כינור עקשטיין....

מר. געדערים דזשוס כ'האב נישט קיין אנונג וואס דו רעדסט. ביי יענע חתונה האבן זיי אויך געהאט צוגעשטעלט פיינע דעלישעס "קישקע זאפט". יא יא טאקע ביי די הארא טאנץ.... דו האסט זיך נישט אנגעטראפן דערמיט? א שאד. אוי האסטו פארפאסט......

געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2019 11:48 pm
דורך Haklal
פיינע נייעס דער קושקע!

געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2019 10:33 am
דורך קישקע זאפט
פאקטען האט געשריבן:קישקע זאפט איז פיין
קישקע זאפט איז גוט
ביים קידוש שארפט ער זיך די ציין
ביי די חתונה קומט ער מיט אפעטיט

אלס מיט א בוידעם אויסגעלאזט
און מיט געדאנקען זיך צולאזט

איי געשמאק....


;l;p-
איי לייק דעט.

דאנקע שיין.

געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2019 10:34 am
דורך בארואיגט-אייך
כינור ספענד מען ווייניגער ווי פארידייס קען מען צולייגן מער האט פאד

געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2019 10:41 am
דורך קישקע זאפט
בארואיגט-אייך האט געשריבן:כינור ספענד מען ווייניגער ווי פארידייס קען מען צולייגן מער האט פאד


איר מאכט א ווערטל, שטימט?

געשריבן: זונטאג יולי 07, 2019 12:12 am
דורך קישקע זאפט
ס'קען זיין אז איר ווייסט שוין דערפון אבער פאר ווער נישט, א געדאנק לכבוד מוצ"ש,

נעמט א גרויס גלעזל (בעסער א פאום קאפ ס'זאל זיין מער רעסטוראנט'דיג), גיסט אריין קאפי ברעקלעך, קאכעדיגע וואסער ביז כמעט דריי פערטל (נישט הייס, נאר קאכעדיג, בוילינג בלע"ז), דערנאך אנשטאט מילך לייג אריין ווענילע אייז קריעם... (מילכיגע שטייצעך).

ביי אונז האט מען נישט מקפיד צו טרינקען מיט א שטרוי, אדער מיט א לעפל, אבער אסאך טענה'ן אז אזוי איז עס מער פראפעשנעל, און אזוי האט מען די הנאה לענגער.

בכל אופן דער אורח איז בעסער ווי גוט, און אויב צעגערסטע צו עס לוינט צו פרובירן דאן וויזוי פלאנסטו צו ווערן א מיליאנער ווי די ברויכסט נעמען פיל גרעסערע איינשטעלונגען?

זייט נישט קיין צועק לשעבר, נאך געציילטע שעה פארבליבן.

חמין במוצאי שבת מלוגמא.

געשריבן: זונטאג יולי 07, 2019 12:30 am
דורך טישטוך
ביזדערווייל האמיר עס ארויס אז קישקע זאפט'ס בעקישע סייז איז גאר גרויס און פארשטייט זיך פארמאגט נישט קיין איבריג פלאץ...

קיפ איט אפ, אדער ווי מ'זאגט אין מאנראו קיפיראפ קישקע!

ווי וואנט מאר

געשריבן: זונטאג יולי 07, 2019 12:40 am
דורך נעגלוואסער
געטראכט די זעלבע קושקע זאפט דארף נען זוכן ביי די גרעסערע סייזעס און די סוט סטארס
אבער וואס זאל איך דיר זאגן ביסט מלא חן צוקער זיס

געשריבן: זונטאג יולי 07, 2019 1:34 am
דורך נו גוט נו שוין
ווי זאגט @מלאך
רוב כלל ישראל איז זיין סייז,
ווען ער גייט אריין אין קלאדינג סטאר, איז עס צוכאפט, קיינמאל האבן זיי עס נישט , ס'מוז זיין אז זייער א גרויסע עולם קויפט עס ......

געשריבן: זונטאג יולי 07, 2019 12:24 pm
דורך לדעתי
ס'איז מיר איינגעטראסקעט א געדאנק, לאמיר עס דא פאבליצירן.

כ'הער איינער אין ביהמ"ד פרעגט [הויעך צו זיך]: ווי לאנג קען מען נאך תשובה טוהן.

קלער איך צו זיך: אז וועגן דעם האט דער רבוש"ע געלייגט די הארץ נעבן די האנט, כדי צו קענען טאפן דערויף און זעהן צו עס קלאפט נאך איז א סימן אז מ'קען נאך תשובה טוהן.
דעריבער קלאפט מען אויפן הארצן ביי 'סלח לנו', צו זעהן צו די הארץ קלאפט נאך...

געשריבן: זונטאג יולי 07, 2019 1:00 pm
דורך אלופי אדום
נעגלוואסער האט געשריבן:געטראכט די זעלבע קושקע זאפט דארף נען זוכן ביי די גרעסערע סייזעס און די סוט סטארס
אבער וואס זאל איך דיר זאגן ביסט מלא חן צוקער זיס

נישט אימזינסט זאגט די וועלט אז די פעשליכע מענטשן זענען געשמאקע און ב'תם'טע מענטשן,

ווייל זיי שטייען אלס אינמיטן א קופקע וד"ל
:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

געשריבן: זונטאג יולי 07, 2019 1:24 pm
דורך לעגאו מענטשעלע
אלופי אדום האט געשריבן:
נעגלוואסער האט געשריבן:געטראכט די זעלבע קושקע זאפט דארף נען זוכן ביי די גרעסערע סייזעס און די סוט סטארס
אבער וואס זאל איך דיר זאגן ביסט מלא חן צוקער זיס

נישט אימזינסט זאגט די וועלט אז די פעשליכע מענטשן זענען געשמאקע און ב'תם'טע מענטשן,

ווייל זיי שטייען אלס אינמיטן א קופקע וד"ל
:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

בא'תם'ט?! אינגאנצן נישט! בא'טעם'ט?! דאס יאאאאאאאאאאאא!
אגב די לאנגע יא, דערמאנט מיר א מעשה וואס קומט גראדע אריין אין דעם נושא. געווען אמאל א בחור אין דער אלטער היים וועלכע איז געגאנגען לערנען אין ישיבה, און ווי דער שטייגער אין יענע יארן האט ער געגעסן טעג. דער בחור האט פארמאגט אן אומפארשטילבארע אפעטיט... און צו זיין מזל איז ער צוגעוויזן געווארן צו גיין עסן ביי א קארגן איד וועלכע האט בלית ברירה אויף די באפעל פון קהל מסכים געווען אים צו געבן אביסעלע עסנווארג. אבער כדי זיך צו שפארן געלט האט ער געפרעגט פון דעם בחור ביים ערשטן סעודה וועלכע עסן ער גלייכט און וועלכע עסן ער גלייכט נישט. דער בחור איז ווייט נישט געווען קיין נאר און האט פארשטאנען זיין כוונה אז ער וועט אים פון היינט אן געבן דווקא די עסן ואס ער גלייכט נישט, האט ער באשלאסן אים צו לערנען בלק... און אים גענטפערט אז בונדליך האט ער זייער נישט ליב, ממש ער גרוילט זיך דערפון. שוין, געהערט אזאנע אפענע דיבורים האט זיך דער בעל הבית איינגעהאנדלט ביים גערטנער א ריזן זאק מיט בונדליך און ביים קומענדיגן מאלצייט האט פאר דעם בחור אפגעווארט א שיסל בונדליך. דער בחור האט זיך צוגעזעצט צום שיסל און צו די ערשטוינונג פון דעם גאסט-געבער דאס פארשלינגען און פארציקט אין אן אויגנבליק! אן ערשיטערטער האט זיך דער בעה"ב געוואנדן צום בחור און מיט פארדרוס אים אריינגע'פסוק'ט: אזוי פירט זיך א ישיבה בחור?! ליגנט?! דו האסט מיר געזאגט אז דו האסט נישט ליב קיין בונדליך...
ענטפערט דער בחור: געקאכטע?! יאאאאאאאאאאאאא!

געשריבן: זונטאג יולי 07, 2019 3:54 pm
דורך קישקע זאפט
:lol:

סתם ארויפגעלייגט א נאסע טישו, און שוין ווערט דערפון א גאנצע אישו.

געשריבן: זונטאג יולי 07, 2019 4:01 pm
דורך אלופי אדום
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:
אלופי אדום האט געשריבן:
נעגלוואסער האט געשריבן:געטראכט די זעלבע קושקע זאפט דארף נען זוכן ביי די גרעסערע סייזעס און די סוט סטארס
אבער וואס זאל איך דיר זאגן ביסט מלא חן צוקער זיס

נישט אימזינסט זאגט די וועלט אז די פעשליכע מענטשן זענען געשמאקע און ב'תם'טע מענטשן,

ווייל זיי שטייען אלס אינמיטן א קופקע וד"ל
:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

בא'תם'ט?! אינגאנצן נישט! בא'טעם'ט?! דאס יאאאאאאאאאאאא!

דאכצעך די וואך די יארצייט פון ביידע ברידער,
די רבינו 'תם'
און די ברוך 'טעם'

געשריבן: זונטאג יולי 07, 2019 4:17 pm
דורך אלופי אדום
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:אגב די לאנגע יא, דערמאנט מיר א מעשה וואס קומט גראדע אריין אין דעם נושא. געווען אמאל א בחור אין דער אלטער היים וועלכע איז געגאנגען לערנען אין ישיבה, און ווי דער שטייגער אין יענע יארן האט ער געגעסן טעג. דער בחור האט פארמאגט אן אומפארשטילבארע אפעטיט... און צו זיין מזל איז ער צוגעוויזן געווארן צו גיין עסן ביי א קארגן איד וועלכע האט בלית ברירה אויף די באפעל פון קהל מסכים געווען אים צו געבן אביסעלע עסנווארג. אבער כדי זיך צו שפארן געלט האט ער געפרעגט פון דעם בחור ביים ערשטן סעודה וועלכע עסן ער גלייכט און וועלכע עסן ער גלייכט נישט. דער בחור איז ווייט נישט געווען קיין נאר און האט פארשטאנען זיין כוונה אז ער וועט אים פון היינט אן געבן דווקא די עסן ואס ער גלייכט נישט, האט ער באשלאסן אים צו לערנען בלק... און אים גענטפערט אז בונדליך האט ער זייער נישט ליב, ממש ער גרוילט זיך דערפון. שוין, געהערט אזאנע אפענע דיבורים האט זיך דער בעל הבית איינגעהאנדלט ביים גערטנער א ריזן זאק מיט בונדליך און ביים קומענדיגן מאלצייט האט פאר דעם בחור אפגעווארט א שיסל בונדליך. דער בחור האט זיך צוגעזעצט צום שיסל און צו די ערשטוינונג פון דעם גאסט-געבער דאס פארשלינגען און פארציקט אין אן אויגנבליק! אן ערשיטערטער האט זיך דער בעה"ב געוואנדן צום בחור און מיט פארדרוס אים אריינגע'פסוק'ט: אזוי פירט זיך א ישיבה בחור?! ליגנט?! דו האסט מיר געזאגט אז דו האסט נישט ליב קיין בונדליך...
ענטפערט דער בחור: געקאכטע?! יאאאאאאאאאאאאא!

דעמ-האנט-מעך א מעשה פון א בחור מיטן נאמען ניסן האט געגעסן טעג (פשוטו כמשמעו) ביי א איד אזוי ווי און די לעגאו מעשה, געווען איז ער זייער הונגעריג, באקומענדיג די עסן האט ער עס מאבד געווען מן העולם בבת אחת.
פארן בעל הבית איז עס נישט אזוי שטארק געפאלן קומט ער צו צום בחור מיט דברי מוסר און זאגט: דאס אז שבט איז פרעסט פארשטיי איך, אדר פון מאל צו מאל פרעסט קענעך נאכויך פארשטיין, אבער אז 'ניסן' פרעסט דאס איז שוין ממש אום פארשטענדליך!

דער בחור א כלי מפואר איז אים נישט שולדיג געבליבן זאגענדיג: נע ניסן פרעסט האב איך שוין אויך געהערט, דאס אז 'איר' (אייר) פרעסט דעס איז שוין לכולי עלמא א אפגעפרעגטע זאך.

געשריבן: זונטאג יולי 07, 2019 5:11 pm
דורך בשבילי נברא
קישקע זאפט האט געשריבן:בכל אופן דער אורח איז בעסער ווי גוט, און אויב צעגערסטע צו עס לוינט צו פרובירן דאן וויזוי פלאנסטו צו ווערן א מיליאנער ווי די ברויכסט נעמען פיל גרעסערע איינשטעלונגען?

ס'קומט זיך דיר גרינע פאר אלעם ביז אהער, דו לייגסט דאך ממש אראפ אידן צו דער ערד...
אבער דאס שטייגט נאך אלעס איבער, פארפאלן! גוט איז גוט!!

;l;p- ;l;p- ;l;p-

געשריבן: זונטאג יולי 07, 2019 7:57 pm
דורך נתן בן ופסי
אלופי אדום האט געשריבן:
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:אגב די לאנגע יא, דערמאנט מיר א מעשה וואס קומט גראדע אריין אין דעם נושא. געווען אמאל א בחור אין דער אלטער היים וועלכע איז געגאנגען לערנען אין ישיבה, און ווי דער שטייגער אין יענע יארן האט ער געגעסן טעג. דער בחור האט פארמאגט אן אומפארשטילבארע אפעטיט... און צו זיין מזל איז ער צוגעוויזן געווארן צו גיין עסן ביי א קארגן איד וועלכע האט בלית ברירה אויף די באפעל פון קהל מסכים געווען אים צו געבן אביסעלע עסנווארג. אבער כדי זיך צו שפארן געלט האט ער געפרעגט פון דעם בחור ביים ערשטן סעודה וועלכע עסן ער גלייכט און וועלכע עסן ער גלייכט נישט. דער בחור איז ווייט נישט געווען קיין נאר און האט פארשטאנען זיין כוונה אז ער וועט אים פון היינט אן געבן דווקא די עסן ואס ער גלייכט נישט, האט ער באשלאסן אים צו לערנען בלק... און אים גענטפערט אז בונדליך האט ער זייער נישט ליב, ממש ער גרוילט זיך דערפון. שוין, געהערט אזאנע אפענע דיבורים האט זיך דער בעל הבית איינגעהאנדלט ביים גערטנער א ריזן זאק מיט בונדליך און ביים קומענדיגן מאלצייט האט פאר דעם בחור אפגעווארט א שיסל בונדליך. דער בחור האט זיך צוגעזעצט צום שיסל און צו די ערשטוינונג פון דעם גאסט-געבער דאס פארשלינגען און פארציקט אין אן אויגנבליק! אן ערשיטערטער האט זיך דער בעה"ב געוואנדן צום בחור און מיט פארדרוס אים אריינגע'פסוק'ט: אזוי פירט זיך א ישיבה בחור?! ליגנט?! דו האסט מיר געזאגט אז דו האסט נישט ליב קיין בונדליך...
ענטפערט דער בחור: געקאכטע?! יאאאאאאאאאאאאא!

דעמ-האנט-מעך א מעשה פון א בחור מיטן נאמען ניסן האט געגעסן טעג (פשוטו כמשמעו) ביי א איד אזוי ווי און די לעגאו מעשה, געווען איז ער זייער הונגעריג, באקומענדיג די עסן האט ער עס מאבד געווען מן העולם בבת אחת.
פארן בעל הבית איז עס נישט אזוי שטארק געפאלן קומט ער צו צום בחור מיט דברי מוסר און זאגט: דאס אז שבט איז פרעסט פארשטיי איך, אדר פון מאל צו מאל פרעסט קענעך נאכויך פארשטיין, אבער אז 'ניסן' פרעסט דאס איז שוין ממש אום פארשטענדליך!

דער בחור א כלי מפואר איז אים נישט שולדיג געבליבן זאגענדיג: נע ניסן פרעסט האב איך שוין אויך געהערט, דאס אז 'איר' (אייר) פרעסט דעס איז שוין לכולי עלמא א אפגעפרעגטע זאך.


געהערט א אנדערע מעשה,, געווען אמאל א בחור וואס האט נישט געגליכענט קיין בונדלוך און דער בעה''ב האט אין פונקט דאס סארווירט פארן first פארשען שוין דער בחור עפענט די
אויווישטע קנעפל..אריין.. די בעה''ב קומט צוריק נאך א מנוט און ער זעהט אז די טעלער איז אזוי שנעל ליידיג געווארן .. מסתמה גלייכט ער עס שרייט ער צום יודענע ברענג נאך א טעלער און פול עס אן ביז אויבן שון דער בחור ווארט צו א מנוט צוויי ביז דער בעה''ב גייט נאכאמאל ארויס יעצט דארף ער שוין עפענען די צווייטע קנעפל אויכעט קאם מיט צרות שטיפט ער אלעס אריין. דער בעה''ב קומט צרור ער זעהט די טעלער איז לער.. זאגט ער פארן בחור שוין בחור'ל מן הסתם ביסטו שוין זאט זיי געזונט א גוטע נאכט.. דער בחור קאם מיט צרות שלעפט ביזו טיר הינגעריגערהייט.. אינמיטען וועג האט זיך די נאז צישפילט און געט מאך א האטשא! אז די אונטרשטע חלקים פונעם העמעד האט זיך געפענט אזוי אז אלע בונדלוך האט זיך געפונען אויף דער ערד.. די בעה''ב קוקט זיך צו צי דער גאנצער צענע און ער רופט זיך אן.. די ברויכסט נישט גאנבענען עס איז דא גענוג!!!

געשריבן: זונטאג יולי 07, 2019 8:23 pm
דורך איש האשכולות
קישקע זאפט האט געשריבן:שכח פאר אלע קלעפ אין ריקן.

וואפפפ! אויס אנ"ש?...

זכרו גליון אלערט..

געשריבן: זונטאג יולי 07, 2019 9:41 pm
דורך קישקע זאפט
איש האשכולות האט געשריבן:
קישקע זאפט האט געשריבן:שכח פאר אלע קלעפ אין ריקן.

וואפפפ! אויס אנ"ש?...

זכרו גליון אלערט..


?

מיר ווילן הערן מער: קישקע זאפט

געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2019 1:32 pm
דורך טראמבאן
ראביי קישקע זאפט, פאר פרשת חוקת עפעס פריש און (קישקע) זאפטיג?