און וואס איז מיט וואך-נאכט תקנות?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 595
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 12, 2018 2:43 pm

און וואס איז מיט וואך-נאכט תקנות?

תגובהדורך אילו זכינו » מאנטאג יולי 22, 2019 1:20 pm

שוין לאנג געוואלט עפענען אזא אשכול
אבער היינט געטון למעשה נאכן זעהן די אשכול פון צייט פאר בר מצוה תקנות

אמת טאקע אז רוב עולם מאכט נישט אזאלעכע אויפגעריסענע וואך נאכט'ס אוואו דא
אבער דאך קאסט היינט א "נארמאלע" וואך נאכט אפ ארום $12/1400 הלא דבר.

אמאל האט א וואך נאכט געקאסט "ממש גארנישט", די שוועגערינס, מאמע, אדער שוויגער האבן געמאכט א קוגל צוויי, איינער געמאכט אביסל געפילטע פיש, און זה הא, אביסל סעלצער אויפן טיש, און פערטיג.

לכל הדעות איז שוין היינט די סטאנדארט ארויס פון קאנטראל, טישן בענקלעך, 2/3 מינע פליישן, קוגל, קישקע, טשאקלעט ניסלעך למיניהם, "מעטשינג" פעקלעך צו די טישטוכער,א.א.וו. קאלירטע געטראנקן, וכו',וכו', וכו'.

לאור האמור, קומען מיר צו די די ברענעדיגע שאלה פונעם קעפל: "און וואס איז מיט וואך-נאכט תקנות?"

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3670
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מאנטאג יולי 22, 2019 1:31 pm

דבר בעתו מה טוב.
נארוואס ערהאלטן אן איינליידענונג פאר א וואכנאכט היינט אין א זאל בגלילות וויליאמסבורג - אין די נארטס.

ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1573
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » מאנטאג יולי 22, 2019 1:31 pm

וואך-נאכט תקנות קען מען נאך אלץ מאכן אזוי ווי אמאל, אז איינער וויל זיך אויפרייסן ווייל ער וויל לייגן אויף זיין סטעטוס וועט קיין תקנות נישט העלפען פינטל.

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3149
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » מאנטאג יולי 22, 2019 1:34 pm

ביינונז מאכט מען תקנות וואכנאכט זינט אייביג.
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר חמש מאות
תגובות: 851
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אויפן לעגאו בארד

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » מאנטאג יולי 22, 2019 1:39 pm

ביינונז איז נאך יא אין סטייל צו ניצן די שכל און מען מאכט א וואך נאכט וואס קאסט מעקס. 200 דאלער.
כ'זאג דיר צו ביי אלעם הייליגן אז איך בין נישט ווייניגער גליקליך ווי די וואס מאכן פאר 20,000 דאלער. אויב עפעס... מער!!!
טרעט נישט אויף מיר! ווייל דו וועסט ליידן! און אויב פארשטייסטו דאס נישט, דאן האסטו נאך קיינמאל נישט ארויפגעטרויטן אויף א... לעגאו מענטשעלע!

שמחה ונחת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 346
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

תגובהדורך שמחה ונחת » מאנטאג יולי 22, 2019 1:49 pm

ברוינע באנאנע האט געשריבן:וואך-נאכט תקנות קען מען נאך אלץ מאכן אזוי ווי אמאל, אז איינער וויל זיך אויפרייסן ווייל ער וויל לייגן אויף זיין סטעטוס וועט קיין תקנות נישט העלפען פינטל.


איך דיסאגרי מיט אייך.
אין הכי נמי אז יעצט איז עס נאר ביי די "ראסערס" צו מאכן אין א זאל.. פארטי פלעננער.. מיט א קומזיץ.. דובי מייזלס.. וכדומה.
אבער כ'מיין אויב מ'קומט נישט ארויס מיט תקנות באצייטנס - וועט זיך עס מער און מער איינרייסן ביים המון עם צוביסלעך.
און נאכדעם וועט מען שוין דארפן גאנצע קאמפיינס מיט דרשות פון אהרן ארי' אייזענבערג צו מסביר זיין פארוואס מ'קען אויך אן דעם.....!

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמש מאות
תגובות: 956
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » מאנטאג יולי 22, 2019 1:50 pm

און וואס איז מיט דעילי תקנות?

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמש מאות
תגובות: 956
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » מאנטאג יולי 22, 2019 1:53 pm

ברוינע באנאנע האט געשריבן:וואך-נאכט תקנות קען מען נאך אלץ מאכן אזוי ווי אמאל, אז איינער וויל זיך אויפרייסן ווייל ער וויל לייגן אויף זיין סטעטוס וועט קיין תקנות נישט העלפען פינטל.

אז מען מאכט עס אינדערהיים אדער ביים שווער מיינט נישט ס'איז אזוי ווי אמאל
אמאל פלעגט מען נישט דארפן געבען פלייש איין מינע קיגעל איז איבער גענוג
פלעסטיג טישטעכער ווען האסטו לעצטע מאל געזען ביי א וואכנאכט
מיט די מעשטינג פעקל
לייג צי א וועיטער (OK דאס האט נישט ממש יעדער)
ס'מיז זיין אפאר שיינע פלעטערס

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3670
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מאנטאג יולי 22, 2019 1:56 pm

ביי די לעצטע וואכנאכט וואס איך האב געמאכט, האט די קעיטערער נאר געוואלט איך זאל נעמען פון אים די גרינע און פערפול לייטס צו באלייכטן די ווענט. ווען איך האב עס אפגעזאגט האט ער עס נאכאלץ געשיקט מיט די עסן און געזאגט איך זאל עס ניצן און ער וועט נישט טשארזשן. איך האב מיך ממש געדארפט שלאגן מיט אים עס נישט צו ניצן.

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר חמש מאות
תגובות: 851
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אויפן לעגאו בארד

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » מאנטאג יולי 22, 2019 1:56 pm

קענדי'ס האט געשריבן:
ברוינע באנאנע האט געשריבן:וואך-נאכט תקנות קען מען נאך אלץ מאכן אזוי ווי אמאל, אז איינער וויל זיך אויפרייסן ווייל ער וויל לייגן אויף זיין סטעטוס וועט קיין תקנות נישט העלפען פינטל.

אז מען מאכט עס אינדערהיים אדער ביים שווער מיינט נישט ס'איז אזוי ווי אמאל
אמאל פלעגט מען נישט דארפן געבען פלייש איין מינע קיגעל איז איבער גענוג
פלעסטיג טישטעכער ווען האסטו לעצטע מאל געזען ביי א וואכנאכט
מיט די מעשטינג פעקל
לייג צי א וועיטער (OK דאס האט נישט ממש יעדער)
ס'מיז זיין אפאר שיינע פלעטערס

וואס הייסט "מען דארף" "מען מוז"...?!?! "אמאל" פלעגט מען נישט דארפן...
בהמות!! כ'האב נישט קיין אנדערע אויסדריק... סארי פאר מיי לענגווידזש! ממש נישט צום גלייבן... כ'קום מיך נישט איבער!
[יא איך האב שוין ב"ה געמאכט עטליכע וואך נאכט'ס]
טרעט נישט אויף מיר! ווייל דו וועסט ליידן! און אויב פארשטייסטו דאס נישט, דאן האסטו נאך קיינמאל נישט ארויפגעטרויטן אויף א... לעגאו מענטשעלע!

בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 684
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

תגובהדורך בענאק » מאנטאג יולי 22, 2019 1:57 pm

ברוינע באנאנע האט געשריבן:וואך-נאכט תקנות קען מען נאך אלץ מאכן אזוי ווי אמאל, אז איינער וויל זיך אויפרייסן ווייל ער וויל לייגן אויף זיין סטעטוס וועט קיין תקנות נישט העלפען פינטל.

נו אויב אזוי, דארף מען דאך נישט מער ווי איין גרויסע תקנה.
אראפ מיט די וואטס-עפפ'ס און אלעס וועט זיין מסודר
אלע פראבלעמען קומען ענדע צו צום זעלבן שורש, נעמליך דער "סמארט-פאון"

ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1573
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » מאנטאג יולי 22, 2019 1:57 pm

קענדי'ס האט געשריבן:
ברוינע באנאנע האט געשריבן:וואך-נאכט תקנות קען מען נאך אלץ מאכן אזוי ווי אמאל, אז איינער וויל זיך אויפרייסן ווייל ער וויל לייגן אויף זיין סטעטוס וועט קיין תקנות נישט העלפען פינטל.

אז מען מאכט עס אינדערהיים אדער ביים שווער מיינט נישט ס'איז אזוי ווי אמאל
אמאל פלעגט מען נישט דארפן געבען פלייש היינט אויך נישט איין מינע קיגעל איז איבער גענוג
פלעסטיג טישטעכער ווען האסטו לעצטע מאל געזען ביי א וואכנאכט
מיט די מעשטינג פעקל
לייג צי א וועיטער (OK דאס האט נישט ממש יעדער)
ס'מיז זיין אפאר שיינע פלעטערס

יעדער קען טין וואס ער וויל אז ער וויל ספענדן איז עס זיין פראבלעם משא״כ ביי א בר מצווה אדער חתונה דרייט די חתן א קאפ

ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1573
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » מאנטאג יולי 22, 2019 1:57 pm

בענאק האט געשריבן:
ברוינע באנאנע האט געשריבן:וואך-נאכט תקנות קען מען נאך אלץ מאכן אזוי ווי אמאל, אז איינער וויל זיך אויפרייסן ווייל ער וויל לייגן אויף זיין סטעטוס וועט קיין תקנות נישט העלפען פינטל.

נו אויב אזוי, דארף מען דאך נישט מער ווי איין גרויסע תקנה.
אראפ מיט די וואטס-עפפ'ס און אלעס וועט זיין מסודר
אלע פראבלעמען קומען ענדע צו צום זעלבן שורש, נעמליך דער "סמארט-פאון"

אט אזוי !

חוח בין השושנים
שר חמש מאות
תגובות: 548
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » מאנטאג יולי 22, 2019 2:06 pm

ב"ה שוין געמאכט א שיינע פאר וואכנאכטץ און קיינמאל נישט געספענדעט מער פון $220.
כ'בין שוין געווען ביי מערערע טייערע וואכנאכטס (what-nots...) און ס'האט מיר קיינמאל אפי' נישט געגלוסט עס נאכצוטון.
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמש מאות
תגובות: 956
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » מאנטאג יולי 22, 2019 2:15 pm

אפשר געסטו אהער די חשבון
וועגען איך האב געמאכט א וואכנאכט נישט לאנג צירוק
איך בין געגאנגען ביליג גערופען פסח גרינבערג
ער רעכענט $425 נישט אריין גערעכט טישן בענקלעך און טישטכער

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » מאנטאג יולי 22, 2019 2:15 pm

או לאותו דור וואס אן קיין תקנות קען מען נישט אליין זיך איינציען. נניח די מאכסט 150 אלפים א יאר, וועגן דעם ספענדען אויף א וואך נאכט צו געפעלן די חברים?

איך האב שלעכטע נייעס פאר אייך, אז די אליינס גייסט ביים חתונה מאכן דיינע קינדער ביטער חרטה האבן אז פאר אזא נערישקייט האסטו אוועק געפאטשעק געלט. וכן לענין אפשערענס ווי מעשיגע זענען מיר געווארן? הדא דאמרה אינשא באמעריקא נתבטלה תורת ה׳באדזשעט.
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלף
תגובות: 1331
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » מאנטאג יולי 22, 2019 2:22 pm

איך נעם מיר אונטער דא בשער בית רבים, אז ווען דער אייבערשטער וועט מיר אי"ה געבן די געלעגנהייט, און איך וועל האבן די זכי' צו מאכן א וואכנאכט, וועל איך שפארן די מערסטע וואס ס'מעגליך.
נישט דינגען קיין טישן/בענק (מען וועט זיך שוין אן עצה געבן, בארגן, שלעפן וכו')
קוגל, נאר היימישע, אויב נישט מעגליך, וועט נישט זיין [בל"נ].
קיין שום פראפעסיאנאלע איינליידענונג
מינעמום טשיפ'ס, נאר פאפקארן פאטעיטא טשיפ'ס, מינומום סאדע (נאר פון דונדזשער-עיל [ס'גייט נישט אויס אזויפיל]) סעלצער, וואסער.
דיספאזעבל טישטעכער געקויפט אין דאלער סטאר
איינער ווייסט אויב ס'איז דא ענין צו געבן ביר, פיש? אויב נישט, קאט איך דאס אויך
איך גיי בפירוש זאגן פאראויס מען זאל קומען זאט
שיעור פארגעסן, פעקלעך, בלויז פאטעיטא טשיפ'ס.

וועגן די נשים רעד איך נישט אריין, איך האף זיי וועלן מיר נאכמאכן.
וואס יא, דעם מוהל וועל איך בלייבן נארמאל באצאלן

טראמבאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 303
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 7:12 pm
לאקאציע: א געשמאק אידיש ווינקל. ווייסט פון איינס? שיק מיר אריין ביטע.

תגובהדורך טראמבאן » מאנטאג יולי 22, 2019 2:36 pm

פונקט אויפגעקומען די נושא ביי מיין באבן (אריבער די שמונים עמו"ש) אויפן טיש.
מיין באבע האט ממש נישט געקענט פארשטיין אז מ'מאכט אפילו א "נושא" דערפון. (ווען זי ווייסט ווען וויפיל אירע אן ארבעט זענען זיך מחי' מיט די נושאים וואלט זי אפשר אנדערש גערעדט..)
זי האט זיך ממש גערעגט אז מ'רופט עס אן גרויסע עקספענס, קליינע עקספענס, זי האט ארויסגעברענגט אז אמאל האט א וואכנאכט נישט זיך געציילט אויף די ליסטע פון עקספענס, א קוגל פון מומע, קוכן פון שוועגערין און געוואכנאכט, און אז מ'איז מקיים די גאנצע מנהג איז עס א סעודה פאר מנין אויך אפאר בארכעלעך און ראול פיש (געמאכט האט זי 10 וואכטנאכטס קע"ה - פאר יעדן געוואונטשן)
אליעזר קרויס אויף קול מבשר האט אנגעהויבן זיין אנאליז איין וואך מיט א "בשורה טובה" אז ער האט געזעהן אדווערטייזט אז ס'איז שוין דא צו באקומען זיין חתונה פלאן, נאר די עד האט א שטיקל טעות: ס'שטייט "וואכנאכט פעקעדזש".... :lol:
א 'טראמבאן' פון אונטן שמאל - טאקע קליין. אבער נאר גרעסער און ברייטער טוט זי ביים ענדע זיין. זי הייבט איר שטימע און א שטארקע הערליכער קול פון גזאנג טוט גיין. פרעגסטו נאך פארוואס 'טראמבאן' איז די ניק מיין?

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר חמש מאות
תגובות: 851
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אויפן לעגאו בארד

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » מאנטאג יולי 22, 2019 2:41 pm

צייט שטיפער האט געשריבן:איך נעם מיר אונטער דא בשער בית רבים, אז ווען דער אייבערשטער וועט מיר אי"ה געבן די געלעגנהייט, און איך וועל האבן די זכי' צו מאכן א וואכנאכט, וועל איך שפארן די מערסטע וואס ס'מעגליך.
נישט דינגען קיין טישן/בענק (מען וועט זיך שוין אן עצה געבן, בארגן, שלעפן וכו')
קוגל, נאר היימישע, אויב נישט מעגליך, וועט נישט זיין [בל"נ].
קיין שום פראפעסיאנאלע איינליידענונג
מינעמום טשיפ'ס, נאר פאפקארן פאטעיטא טשיפ'ס, מינומום סאדע (נאר פון דונדזשער-עיל [ס'גייט נישט אויס אזויפיל]) סעלצער, וואסער.
דיספאזעבל טישטעכער געקויפט אין דאלער סטאר
איינער ווייסט אויב ס'איז דא ענין צו געבן ביר, פיש? אויב נישט, קאט איך דאס אויך
איך גיי בפירוש זאגן פאראויס מען זאל קומען זאט
שיעור פארגעסן, פעקלעך, בלויז פאטעיטא טשיפ'ס.

וועגן די נשים רעד איך נישט אריין, איך האף זיי וועלן מיר נאכמאכן.
וואס יא, דעם מוהל וועל איך בלייבן נארמאל באצאלן

פונקט אזוי האבן אויסגעקוקט מיינע וואך נעכטער... ברוך השם. האלא, איך בלייב גוט מיט דיר!
טרעט נישט אויף מיר! ווייל דו וועסט ליידן! און אויב פארשטייסטו דאס נישט, דאן האסטו נאך קיינמאל נישט ארויפגעטרויטן אויף א... לעגאו מענטשעלע!

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמש מאות
תגובות: 956
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » מאנטאג יולי 22, 2019 2:44 pm

צייט שטיפער האט געשריבן:איך נעם מיר אונטער דא בשער בית רבים, אז ווען דער אייבערשטער וועט מיר אי"ה געבן די געלעגנהייט, און איך וועל האבן די זכי' צו מאכן א וואכנאכט, וועל איך שפארן די מערסטע וואס ס'מעגליך.

קיין שום פראפעסיאנאלע איינליידענונג

לאמיר דיר שוין ארויס העלפן
און דיר געבען א בחנם'דיגע שיינע איילאדאנונג וואס מען קען אליינס מאכן און ווארד
https://drive.google.com/drive/folders/ ... sp=sharing
מען דארף נאר זען צי האבן שיינע פאנטס

טראמבאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 303
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 7:12 pm
לאקאציע: א געשמאק אידיש ווינקל. ווייסט פון איינס? שיק מיר אריין ביטע.

תגובהדורך טראמבאן » מאנטאג יולי 22, 2019 3:05 pm

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:
צייט שטיפער האט געשריבן:איך נעם מיר אונטער דא בשער בית רבים, אז ווען דער אייבערשטער וועט מיר אי"ה געבן די געלעגנהייט, און איך וועל האבן די זכי' צו מאכן א וואכנאכט, וועל איך שפארן די מערסטע וואס ס'מעגליך.
נישט דינגען קיין טישן/בענק (מען וועט זיך שוין אן עצה געבן, בארגן, שלעפן וכו')
קוגל, נאר היימישע, אויב נישט מעגליך, וועט נישט זיין [בל"נ].
קיין שום פראפעסיאנאלע איינליידענונג
מינעמום טשיפ'ס, נאר פאפקארן פאטעיטא טשיפ'ס, מינומום סאדע (נאר פון דונדזשער-עיל [ס'גייט נישט אויס אזויפיל]) סעלצער, וואסער.
דיספאזעבל טישטעכער געקויפט אין דאלער סטאר
איינער ווייסט אויב ס'איז דא ענין צו געבן ביר, פיש? אויב נישט, קאט איך דאס אויך
איך גיי בפירוש זאגן פאראויס מען זאל קומען זאט
שיעור פארגעסן, פעקלעך, בלויז פאטעיטא טשיפ'ס.

וועגן די נשים רעד איך נישט אריין, איך האף זיי וועלן מיר נאכמאכן.
וואס יא, דעם מוהל וועל איך בלייבן נארמאל באצאלן

פונקט אזוי האבן אויסגעקוקט מיינע וואך נעכטער... ברוך השם. האלא, איך בלייב גוט מיט דיר!

האלט עטס מיט?
א בונד צווישן צוויי אנערקענטע "וועלטל-מאכטן"!
אונז האלט מיר עס מיט לייוו און גארנישט... אפשר עפענען אן אשכול?
א 'טראמבאן' פון אונטן שמאל - טאקע קליין. אבער נאר גרעסער און ברייטער טוט זי ביים ענדע זיין. זי הייבט איר שטימע און א שטארקע הערליכער קול פון גזאנג טוט גיין. פרעגסטו נאך פארוואס 'טראמבאן' איז די ניק מיין?

טראמבאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 303
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 7:12 pm
לאקאציע: א געשמאק אידיש ווינקל. ווייסט פון איינס? שיק מיר אריין ביטע.

תגובהדורך טראמבאן » מאנטאג יולי 22, 2019 3:06 pm

קענדי'ס האט געשריבן:
צייט שטיפער האט געשריבן:איך נעם מיר אונטער דא בשער בית רבים, אז ווען דער אייבערשטער וועט מיר אי"ה געבן די געלעגנהייט, און איך וועל האבן די זכי' צו מאכן א וואכנאכט, וועל איך שפארן די מערסטע וואס ס'מעגליך.

קיין שום פראפעסיאנאלע איינליידענונג

לאמיר דיר שוין ארויס העלפן
און דיר געבען א בחנם'דיגע שיינע איילאדאנונג וואס מען קען אליינס מאכן און ווארד
https://drive.google.com/drive/folders/ ... sp=sharing
מען דארף נאר זען צי האבן שיינע פאנטס

אז א שיינע איינלאדענונג קענסטו מנדב זיין, און אביסל קענדיס קענסטו נישט מנדב זיין פאר די ארימע פעקלעך?
א 'טראמבאן' פון אונטן שמאל - טאקע קליין. אבער נאר גרעסער און ברייטער טוט זי ביים ענדע זיין. זי הייבט איר שטימע און א שטארקע הערליכער קול פון גזאנג טוט גיין. פרעגסטו נאך פארוואס 'טראמבאן' איז די ניק מיין?

אוועטאר
נעגלוואסער
שר חמש מאות
תגובות: 713
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 02, 2017 4:28 pm
לאקאציע: between the 2 king size deds

תגובהדורך נעגלוואסער » מאנטאג יולי 22, 2019 3:10 pm

האב מיר לשבוע שעבר געמאכט א וואכנאכט למזל טוב נאך קענסלן א טייערער קעיטערער און נעמען א ביליגער מיט אן די פעקליך איז מיר אויסגעקומען $1200
דאס איז און די זימער וואס כהאב גענומען ווייניגער עסן
אבער צוזאגן איך זאל נעמען עסן פון מיין מאמע אדער שוויגער וואס אלע גרויסע קינדער זענען און קעמפ און מ'האט נישט קיין שום הילף און קאך האב איך נישט געקענט טוהן
תכלית $1200 איז געווען דורך שפארזאם

איינער שרייבט אז פאר פעקליך גיט זיין פלעין א פאטעטא טשיפ ווייסט וויפיל פלעין פאטעטא טשיפ קאסט??? $75
צו ריפן תשב"ר ליינען קרי"ש ווייסט וויפיל סקאסט?? $60
דינגן אליין די טישן בענקלעך ווייסט וויפיל סקאסט?? אן ערך פון $100
$2 א בענקעל מ'דארף האבן 30
א טיש קאסט $11 מ'דארף לכל הפחות 2
און מ'קען מיצן רואיג א 3'טע
ווייטער עסן ביי שטרויס פון וומס"ב איז $800 אן די אלע אויבערדערמאנטע סא רעכן אלעס צאם איז ביליגערהייט א טאטעל פון???
די ערשטע מחלוקה פון יעדע אידישע פארפאלק איז ווער סזאל אנגרייטן די ........ יא איר געדענקט גוט די נעגלוואסער

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמש מאות
תגובות: 956
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » מאנטאג יולי 22, 2019 3:12 pm

טראמבאן האט געשריבן:אז א שיינע איינלאדענונג קענסטו מנדב זיין, און אביסל קענדיס קענסטו נישט מנדב זיין פאר די ארימע פעקלעך?

חכם די דאס קאסט מיר נישט קיין געלט איך האב עס איינמאל געמאכט שוין געגעבען פאר אפאר אידן אומזיסט
בד''וו קענדיס קענסטו נעמען פון מיין אוועטער כסדר פאר פרי

טראמבאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 303
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 7:12 pm
לאקאציע: א געשמאק אידיש ווינקל. ווייסט פון איינס? שיק מיר אריין ביטע.

תגובהדורך טראמבאן » מאנטאג יולי 22, 2019 3:15 pm

קענדי'ס האט געשריבן:
טראמבאן האט געשריבן:אז א שיינע איינלאדענונג קענסטו מנדב זיין, און אביסל קענדיס קענסטו נישט מנדב זיין פאר די ארימע פעקלעך?

חכם די דאס קאסט מיר נישט קיין געלט איך האב עס איינמאל געמאכט שוין געגעבען פאר אפאר אידן אומזיסט
בד''וו קענדיס קענסטו נעמען פון מיין אוועטער כסדר פאר פרי

דאס האב איך געמיינט: פון דיין אוועטאר גיב אביסל אוועק, העט עס נישט לויפן אגאנצן צייט...
און בכלל באקומסט זיכער ביליגער פאר קענדיס ניין?
א 'טראמבאן' פון אונטן שמאל - טאקע קליין. אבער נאר גרעסער און ברייטער טוט זי ביים ענדע זיין. זי הייבט איר שטימע און א שטארקע הערליכער קול פון גזאנג טוט גיין. פרעגסטו נאך פארוואס 'טראמבאן' איז די ניק מיין?


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 17 געסט