און וואס איז מיט וואך-נאכט תקנות?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

HelpMe
שר חמישים ומאתים
תגובות: 479
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:57 pm

תגובהדורך HelpMe » דינסטאג יולי 23, 2019 5:38 pm

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:נישט קיין מציאות בעולם אז א קידוש זאל קאסטן $30
חוץ אז דו האסט טאקע נאר געגעבן 2 באטלעך גרעיפ דזשוס, פלעסטיג קאפס, מיט א טאץ קעיק

דאס האב איך געטון! דאס איז סטאנדארט ביי אונז אין ביהמ"ד!

א טאץ קעיק מיט 2 באטעך גרעיפ דשזוס איז ושין מער ווי $30

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14202
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » דינסטאג יולי 23, 2019 5:40 pm

די צווייטע באטל גרעיפ דזשוס איז שוין געווען סתם לוקסוס און ארויסגעווארפן געלט
פאר איין טאץ קעיק איז איין באטל גרעיפ דזשוס איבער גענוג! :wink:

אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 595
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 12, 2018 2:43 pm

תגובהדורך אילו זכינו » דינסטאג יולי 23, 2019 5:42 pm

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:נישט קיין מציאות בעולם אז א קידוש זאל קאסטן $30
חוץ אז דו האסט טאקע נאר געגעבן 2 באטלעך גרעיפ דזשוס, פלעסטיג קאפס, מיט א טאץ קעיק

דאס האב איך געטון! דאס איז סטאנדארט ביי אונז אין ביהמ"ד!

רבי פרוש דבריך....
עדיין סתום הוא מכל הצדדים...
האם זה חידה? או מדרש פליאה...?

וואס מיינט "סטאנדערט"? וואס מיינט "ביינונז"? וואס מיינט "אין ביהמ"ד"?
רעד קלאר ביטע?
דער עולם האט געהאט וואס טועם צו זיין? אדער נישט?
ניין, סאיז אויסדורקלעך נישט נארמאל, און נישט מענטשלעך (אפי' נישט לעגא מענטשעלעך) צו געבן נאר איין טאץ קעיק ווען מ'האט מער מענטשן ווי דעם, און מ'האט מענטשן וואס קומען לכבודך פון אנדערע פלעצער, סארי טא טעל יו... אבער ס'איז ח...... זיי מיר ביטע מוחל.

פאר הונדערעט פופציג טאלער קען מען האבען 10 טעצער קעיק, 6 באטלעך גרעיפ דזשוס, און צוויי ברוינפן'ס מיט פלעסטיג קאפס, און ס'איז נאך אלץ "זייער, זייער, זייער" זיליטש ביליג.

אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 595
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 12, 2018 2:43 pm

תגובהדורך אילו זכינו » דינסטאג יולי 23, 2019 5:43 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:די צווייטע באטל גרעיפ דזשוס איז שוין געווען סתם לוקסוס און ארויסגעווארפן געלט
פאר איין טאץ קעיק איז איין באטל גרעיפ דזשוס איבער גענוג! :wink:

ווי אזוי...? אט אזוי...! ;l;p- ;l;p- ;l;p-

אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 595
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 12, 2018 2:43 pm

תגובהדורך אילו זכינו » דינסטאג יולי 23, 2019 5:45 pm

.

אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 595
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 12, 2018 2:43 pm

תגובהדורך אילו זכינו » דינסטאג יולי 23, 2019 5:46 pm

HelpMe האט געשריבן:
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:נישט קיין מציאות בעולם אז א קידוש זאל קאסטן $30
חוץ אז דו האסט טאקע נאר געגעבן 2 באטלעך גרעיפ דזשוס, פלעסטיג קאפס, מיט א טאץ קעיק

דאס האב איך געטון! דאס איז סטאנדארט ביי אונז אין ביהמ"ד!

א טאץ קעיק מיט 2 באטעך גרעיפ דשזוס איז ושין מער ווי $30

פארוואס זאלסטו אזוי זאגן?
אין מיין בעקערי איז א טאץ קעיק $10
צוויי גרעיפ דזשוס איז $11
פלעסטיג קאפס $1
ס"ה $22
ווי קומט מען באשעפער אין הימל אן צו $30 באקס...?
טייערע לעגא, קיינער מיינט נישט דא אראפצורייסן, מ'וויל פשוט פארשטיין וואס דו רעדסט...

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר חמש מאות
תגובות: 857
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אויפן לעגאו בארד

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » דינסטאג יולי 23, 2019 5:48 pm

אילו זכינו האט געשריבן:
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:
לכאורה איז דאס קינד געבוירן אין א זומער'דיגן פרייטיג, און די קידוש איז געווען אין שטאט פאר א ליידיגן ביהמ"ד...

ניין, דאס קינד איז געבוירן אום שבת קודש און א שבת דערויף האט מען געפראוועט די קידוש אין א געפאקטע בית המדרש!

אליין געבאקן די קעיקס?

וואדע זוי, מיט צוויי באטלעך גרעיפ דזשוס מיט צוויי פלעסטיג טישטוכער מיט א פעקל פלעסטיג קאפס!

סא וויפיל האט געקאסט די אינגרידיענס פאר די קעיקס? ס'איז אריינגערעכענט אין די $30 ?
אויך וואס מיינט א געפאקטע ביהמ"ד?
וויפיל קעיק האסטו געברענגט?
וויפיל מענטשן זענען געקומען צום קידוש?
האסט יעדעם געקענט מכבד זיין? אדער מענטשן האבן זיך געשלעפט אין די היצן, רעגן, אדער קעלט, און אהיימגעגאנגען הונגעריג?
דיין ערשטע קינד געוועזן אדער דיין פערצענטער?
ביטע דריי נישט קיין קאפ סתם אזוי, קום אריין געהעריג מיט מער פרטים, לאז נישט דעם עולם סתם אזוי פלאצן.....

אקעי, לאמיר ענק אויסזאגן די סוד!
אההההה! האסט פארדרייט די מעשה.. מאכסט פאן פון אונז?!
ניין! אלעס איז אמת ויציב! איך וואוין אין שיכון סקווירא. און א קידוש אין בית המדרש באשטייט פונקטליך פון וואס איך האב אויסגערעכנט!
קיינער שלעפט זיך נישט אין קיין קעלט אין היצן רעגן אדער שניי, הונדערטע מענטשן קענען רואיג צוקומען געבן מזל טוב!
איך האב ארויסגעשטעלט צוויי טעצער היימישע לקח, מיט צוויי באטלעך גרעיפ דזשוס. און ווער עס האט געוואלט האט זיך געקענט זעצן מאכן קידוש!
און מען האט נישט געדארפט קויפן פון פריש די אינגרידיענס פאר די קעיק, סאו ס'איז אריינגערעכנט אין די 30 דאלער, און אויב שטימט עס נישט בין איך גרייט צו צוריקציען און שרייבן אז ס'האט געקאסט 40 דאלער!
און שוין!
אההההההה! כ'האב געוואוסט אז עפעס שטימט נישט!
א רגע א רגע! וואס שטימט נישט?! קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס אין אנדערע מקומות דארף דאס זיין אנדערש?
זיכער איז דא א מציאות ווען מען קען נישט אנדערש, למשל ווען די זיידעס און פעטערס קומען זיך צושלעפן פון די אנדערע עק שטאט... אבער פארוואס ביי די דריטע פערטער קינד דארף אלעס נאך זיין אויף די זעלבע שטייגער?..
[ניין, איך בין נישט אין די שיך פון אנדערע, אבער מיט מיינע פריינט פון שטאט האב איך שוין גערעדט, סאו איך בין קיינעם נישט מחייב און איך בין קיינעם נישט דן און ביטע שרייטס מיר נישט אן]
וואס איך ברענג ארויס איז אז ס'דא א מציאות בעולם צו דאס טון און נישט זיין קיין ח....
לעצט פאראכטן דורך לעגאו מענטשעלע אום דינסטאג יולי 23, 2019 5:59 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
טרעט נישט אויף מיר! ווייל דו וועסט ליידן! און אויב פארשטייסטו דאס נישט, דאן האסטו נאך קיינמאל נישט ארויפגעטרויטן אויף א... לעגאו מענטשעלע!

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמש מאות
תגובות: 956
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » דינסטאג יולי 23, 2019 5:49 pm

אילו זכינו האט געשריבן:
HelpMe האט געשריבן:
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:נישט קיין מציאות בעולם אז א קידוש זאל קאסטן $30
חוץ אז דו האסט טאקע נאר געגעבן 2 באטלעך גרעיפ דזשוס, פלעסטיג קאפס, מיט א טאץ קעיק

דאס האב איך געטון! דאס איז סטאנדארט ביי אונז אין ביהמ"ד!

א טאץ קעיק מיט 2 באטעך גרעיפ דשזוס איז ושין מער ווי $30

פארוואס זאלסטו אזוי זאגן?
אין מיין בעקערי איז א טאץ קעיק $10
צוויי גרעיפ דזשוס איז $11
פלעסטיג קאפס $1
ס"ה $22
ווי קומט מען באשעפער אין הימל אן צו $30 באקס...?
טייערע לעגא, קיינער מיינט נישט דא אראפצורייסן, מ'וויל פשוט פארשטיין וואס דו רעדסט...

האסט אויס געלאזט
די שמש דארף אויך מאכן געלט
7 דאללער מעג ער מאכן

HelpMe
שר חמישים ומאתים
תגובות: 479
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:57 pm

תגובהדורך HelpMe » דינסטאג יולי 23, 2019 5:59 pm

ביי מיר אין שטאט קאסט א טאץ קעיק מער ווי 10$
אפשר מופט מען קיין סקווער, אדער קען מען גיין צום רבין מאכן קידישים מען קען זיך שפארן א שיינע סומע געלט אולי איז עס ווערד

אוועטאר
ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3434
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דינסטאג יולי 23, 2019 6:01 pm

אין סקווירא איז ברוינפן קיין אייטעם?
איי איי,-וועלט

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר חמש מאות
תגובות: 857
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אויפן לעגאו בארד

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » דינסטאג יולי 23, 2019 6:02 pm

נאפס
טרעט נישט אויף מיר! ווייל דו וועסט ליידן! און אויב פארשטייסטו דאס נישט, דאן האסטו נאך קיינמאל נישט ארויפגעטרויטן אויף א... לעגאו מענטשעלע!

HelpMe
שר חמישים ומאתים
תגובות: 479
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:57 pm

תגובהדורך HelpMe » דינסטאג יולי 23, 2019 6:04 pm

זאל מען געבן כאטש וויין..

אוועטאר
ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3434
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דינסטאג יולי 23, 2019 6:05 pm

סאודע אויך נישט?
איי איי,-וועלט

העלאו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

תגובהדורך העלאו » דינסטאג יולי 23, 2019 6:34 pm

צירוק צו די וואך נאכט
אין ארץ ישראל און אין אייראפע לונדון אנטווערפען מאנטשעסטער מאכט מען א וואך נאכט פאר צען מענטשען וואס וואשען זיך עס קאסט הכל בכל מכל הונדרעט פופציג דולער און דאס איז עס מען דארף אזוי איינפירען אין אמעריקע אויכעט
איך בין לעצטענס געוועהן ביי מיין ברודער און בארא פארק און ער האט אזוי געטוען צען מענטשען א סעודה און פערטיג
צו וואס דארף מען שלעפן די גאנצע עולם אזוי ווי ביי א תנאים און עס זאל קאסטן טויזענטערס ? די עולם האט זיך שוין געשלעפט ביים שלום זכר און ווער עס וויל קען נאך משלים זיין ביים ברית אבער אז אלע קרובים דארפן זיך קומען שלעפן פון מאנסי קיין ויליאמסבורג וועגן א וואך נאכט און עס זאל קאסטן טויזענטערס ? צו וואס פעלט עס אויס ?

HelpMe
שר חמישים ומאתים
תגובות: 479
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:57 pm

תגובהדורך HelpMe » דינסטאג יולי 23, 2019 6:36 pm

העלאו האט געשריבן:צירוק צו די וואך נאכט
אין ארץ ישראל און אין אייראפע לונדון אנטווערפען מאנטשעסטער מאכט מען א וואך נאכט פאר צען מענטשען וואס וואשען זיך עס קאסט הכל בכל מכל הונדרעט פופציג דולער און דאס איז עס מען דארף אזוי איינפירען אין אמעריקע אויכעט
איך בין לעצטענס געוועהן ביי מיין ברודער און בארא פארק און ער האט אזוי געטוען צען מענטשען א סעודה און פערטיג
צו וואס דארף מען שלעפן די גאנצע עולם אזוי ווי ביי א תנאים און עס זאל קאסטן טויזענטערס ? די עולם האט זיך שוין געשלעפט ביים שלום זכר און ווער עס וויל קען נאך משלים זיין ביים ברית אבער אז אלע קרובים דארפן זיך קומען שלעפן פון מאנסי קיין ויליאמסבורג וועגן א וואך נאכט און עס זאל קאסטן טויזענטערס ? צו וואס פעלט עס אויס ?

איך זעה פארקערט
רוב עולם קומט צום וואך נאכט אין נישט צום זכר

העלאו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

תגובהדורך העלאו » דינסטאג יולי 23, 2019 6:56 pm

HelpMe האט געשריבן:
העלאו האט געשריבן:צירוק צו די וואך נאכט
אין ארץ ישראל און אין אייראפע לונדון אנטווערפען מאנטשעסטער מאכט מען א וואך נאכט פאר צען מענטשען וואס וואשען זיך עס קאסט הכל בכל מכל הונדרעט פופציג דולער און דאס איז עס מען דארף אזוי איינפירען אין אמעריקע אויכעט
איך בין לעצטענס געוועהן ביי מיין ברודער און בארא פארק און ער האט אזוי געטוען צען מענטשען א סעודה און פערטיג
צו וואס דארף מען שלעפן די גאנצע עולם אזוי ווי ביי א תנאים און עס זאל קאסטן טויזענטערס ? די עולם האט זיך שוין געשלעפט ביים שלום זכר און ווער עס וויל קען נאך משלים זיין ביים ברית אבער אז אלע קרובים דארפן זיך קומען שלעפן פון מאנסי קיין ויליאמסבורג וועגן א וואך נאכט און עס זאל קאסטן טויזענטערס ? צו וואס פעלט עס אויס ?

איך זעה פארקערט
רוב עולם קומט צום וואך נאכט אין נישט צום זכר

נא הא גופא קשיא פאר וואס דארף מען מאכען צויי מאהל פאר די גאנצע עולם זאל מען מאכען נאר די זכר פאר די עולם און די וואך נאכט פרייוועט וועט מען קומען צום זכר וייל מען וייסט אז מען וועט נישט קענען קומען צום וואך נאכט און מען וועט זיך שפארען א געוואלד געלט

אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 595
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 12, 2018 2:43 pm

תגובהדורך אילו זכינו » דינסטאג יולי 23, 2019 7:58 pm

העלאו האט געשריבן:

קודם פאר כ'פארגעס, אט אט דאס איז וואס מ'שרייעט ביי די חתונה תקנות פארוואזשע דארף מען מאכן א ווארט, א קידוש, א תנאים, וכו' זאל מען מאכן נאר איין זאך... דאס עמער שוין לאזן פאר בבל קעיר צו נעמען במקומם הראוי.

לענינינו, ס'איז נישט אזוי פשוט וואס דו זאגסט, למעשה וויל יעדער נארמאלע מענטש אז זיינע ידידים חבירים וקרובים זאלן זיך קומען מיטפרייען מיט זיין שמחה, און קיינער איז נישט אינטערעסירט שווער צו מאכן פאר די וואס קומען זיך משתתף זיין צו זיין שמחה.

יעצט, אין פאקט, איז צו א שאלעמזכור סאך שווערערע זיך צו שלעפן ווי צו א וואך נאכט, כ'רעדט שוין נישט זוממער ווען ס'איז איינס אזייגער ביינאכט, נאר אפי' פרילינג ווען ס'איז צוועלעפע... צו א וואך נאכט קען מען קומען מיט א קאר אויב ס'איז קאלט, ווייט, וכו', משא"כ צו א זכר.

כ'זעה אבער אז דערוילם כאפט נישט די ציל פון דער אשכול, די ציל איז נישט אראפצוברענגען דער סטנדארט פון $1400 צו $14, אדער צו $30, דער ציל איז צו אנצוקומען צום מיטל וועג פון $300 אדער $400, טאפס $500 !

משהלע
שר חמש מאות
תגובות: 983
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » דינסטאג יולי 23, 2019 8:11 pm

ברוך השם, ביי אונז איז דא א שוש אשיש ארגאניזאציע און א וואך נאכט קאסט א שיבוש.

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר חמש מאות
תגובות: 857
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אויפן לעגאו בארד

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » דינסטאג יולי 23, 2019 9:34 pm

ניס קראכער האט געשריבן:סאודע אויך נישט?

אוודאי יא... נאר ביי זיך אינדערהיים!
טרעט נישט אויף מיר! ווייל דו וועסט ליידן! און אויב פארשטייסטו דאס נישט, דאן האסטו נאך קיינמאל נישט ארויפגעטרויטן אויף א... לעגאו מענטשעלע!

אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 595
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 12, 2018 2:43 pm

תגובהדורך אילו זכינו » דינסטאג יולי 23, 2019 10:26 pm

משהלע האט געשריבן:ברוך השם, ביי אונז איז דא א שוש אשיש ארגאניזאציע און א וואך נאכט קאסט א שיבוש.

אפשר קומסטו אריין מער קלארער?
וואס איז דאס שוש אשיש?
משפחה קאסע?

שטיגליץ
שר מאה
תגובות: 224
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 01, 2016 11:23 am

תגובהדורך שטיגליץ » דינסטאג יולי 23, 2019 11:19 pm

Efroiach האט געשריבן:פארוואס דארף די שכן באצאלן פאר מיין קוגל?

ער דארף טאקע נישט, עס איז אבער א פשוט'ע חשבון.

בעצם וואלט ווען יעדע מענטש געברויכט אליינס צושטעלן די עטליכע קוגלען פאר זיין אייגענע שמחה ושלום על ישראל. נאר היות די פרוי איז א קימפעטארן קען זי דאך נישט באקן קיין קוגל, און אויב זאל מען בעטן די מאן צוצושטעלן דאס אכילה קען ער נאך ח"ו צורייבן די קארטאפל מיט די שאלאכץ דערויף "ווייל מענטשן האבן ליב די ברוינע חלק" פונעם קוגל. איז טאקע א געוואלדיגע איינפיר אז די שכנה זאך מאכן א קוגל, וביום שמחתם ישמח לבנו גם אנו און מיר וועלן זיי אפשיקן א קוגל.

משהלע
שר חמש מאות
תגובות: 983
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » דינסטאג יולי 23, 2019 11:31 pm

אילו זכינו האט געשריבן:
משהלע האט געשריבן:ברוך השם, ביי אונז איז דא א שוש אשיש ארגאניזאציע און א וואך נאכט קאסט א שיבוש.

אפשר קומסטו אריין מער קלארער?
וואס איז דאס שוש אשיש?
משפחה קאסע?

א קהילה ארגאניזאציע וואס שטעלט צו שלום זכר, קידוש, וואך נאכט, ברית, (און שבת שבע ברכות אין עטליכע שטעט) פאר קאסט פרייז, לשם גמילות חסד.

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » מיטוואך יולי 24, 2019 12:15 am

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:בין איך דא! מיין ערשטע קינד איז א מיידל, די קידוש האט געקאסט א טאטעל פון ארום $30

איך בין נאכנישט אינגאנצן פאררוקט צו גלייבן די גערעדעכצער; אבער אפילו ווען דאס איז אמת; זינט ווען איז כיליות א בארימעריי... דו פארגינסט נישט דיין שכן א סליייס קוגל, און איך ברויך פון דעם כאפן התפעלות.

און זאג נאר, א שטיקל טשאקאלאד פאר די יולדות האסטו יא פארגינען?
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
maybeeynot
שר האלפיים
תגובות: 2520
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » מיטוואך יולי 24, 2019 12:44 am

לדעתי האט געשריבן:און אויב וויל ער עסן קוגל, פארוואס דארף עס זיין ביי מיר אין דיינינג-רום.

זיין ווייב לאזט אים נישט אריין אין דיינוג רום משבת לשבת :lol:
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5
ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 595
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 12, 2018 2:43 pm

תגובהדורך אילו זכינו » מיטוואך יולי 24, 2019 5:35 am

משהלע האט געשריבן:
אילו זכינו האט געשריבן:
משהלע האט געשריבן:ברוך השם, ביי אונז איז דא א שוש אשיש ארגאניזאציע און א וואך נאכט קאסט א שיבוש.

אפשר קומסטו אריין מער קלארער?
וואס איז דאס שוש אשיש?
משפחה קאסע?

א קהילה ארגאניזאציע וואס שטעלט צו שלום זכר, קידוש, וואך נאכט, ברית, (און שבת שבע ברכות אין עטליכע שטעט) פאר קאסט פרייז, לשם גמילות חסד.

שיין צו הערן!
וועלעכע קהילה האט די ארגענעזאציע?
און וואס מיינט "קאסט פרייז", וויפיל קאסט למעשה א וואך נאכט?

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: זעקס און ניינציגער, שמארטיקל און 23 געסט