אנדעקן אידישקייט, ווי הייבט מען אן?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2204
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מיטוואך יולי 24, 2019 11:46 pm

HelpMe האט געשריבן:א גאר וויכטיגע יסוד איז צו האבן א ערליכע מורה דרך

וזה העיקר!
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
Graphic24
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

תגובהדורך Graphic24 » דאנארשטאג יולי 25, 2019 12:18 am

די מחלה פונעם היינטיגן דור קומט פון דעם אז נאן-סטאפ איז מען פארנומען מיט ׳פראבלעמען׳, מ׳איז עוסק אין: אנטלויפן, פארעכטן, פייטן, פרעווענטן...

שטעל דיר אפ פאר וויילע (שטייצעך, נאר ווען ס׳שוין סעיף...) און הער זיך צו צי דיין הארץ און נשמה. דערנאך; העסטו שוין וויסן וועלכע מהלך (פארשידענע שוין ערווענט אין דעם אשכול) וועט דיר געבן דעם פנימיות און אידישע געפיל...
!Orders delivered in 24 hours... or the Design is yours absolutely FREE

...Click for contact info and Design Samples

HelpMe
שר חמישים ומאתים
תגובות: 479
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:57 pm

תגובהדורך HelpMe » פרייטאג יולי 26, 2019 1:39 pm

Graphic24 האט געשריבן:די מחלה פונעם היינטיגן דור קומט פון דעם אז נאן-סטאפ איז מען פארנומען מיט ׳פראבלעמען׳, מ׳איז עוסק אין: אנטלויפן, פארעכטן, פייטן, פרעווענטן...

שטעל דיר אפ פאר וויילע (שטייצעך, נאר ווען ס׳שוין סעיף...) און הער זיך צו צי דיין הארץ און נשמה. דערנאך; העסטו שוין וויסן וועלכע מהלך (פארשידענע שוין ערווענט אין דעם אשכול) וועט דיר געבן דעם פנימיות און אידישע געפיל...

רוב פון די פראבלעמען זענען די גורם צו פארשטיקן די נשמה

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2012
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » פרייטאג יולי 26, 2019 1:45 pm

Graphic24 האט געשריבן:די מחלה פונעם היינטיגן דור קומט פון דעם אז נאן-סטאפ איז מען פארנומען מיט ׳פראבלעמען׳, מ׳איז עוסק אין: אנטלויפן, פארעכטן, פייטן, פרעווענטן...

שטעל דיר אפ פאר וויילע (שטייצעך, נאר ווען ס׳שוין סעיף...) און הער זיך צו צי דיין הארץ און נשמה. דערנאך; העסטו שוין וויסן וועלכע מהלך (פארשידענע שוין ערווענט אין דעם אשכול) וועט דיר געבן דעם פנימיות און אידישע געפיל...

איך זעה ביזט אויך פארנומען מיט די פראבלעמען :lol:

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4724
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » פרייטאג יולי 26, 2019 1:56 pm

Graphic24 האט געשריבן:די מחלה פונעם היינטיגן דור קומט פון דעם אז נאן-סטאפ איז מען פארנומען מיט ׳פראבלעמען׳, מ׳איז עוסק אין: אנטלויפן, פארעכטן, פייטן, פרעווענטן...

שטעל דיר אפ פאר וויילע (שטייצעך, נאר ווען ס׳שוין סעיף...) און הער זיך צו צי דיין הארץ און נשמה. דערנאך; העסטו שוין וויסן וועלכע מהלך (פארשידענע שוין ערווענט אין דעם אשכול) וועט דיר געבן דעם פנימיות און אידישע געפיל...

גאר שטארק.

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4724
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » פרייטאג יולי 26, 2019 2:01 pm

HelpMe האט געשריבן:
Graphic24 האט געשריבן:די מחלה פונעם היינטיגן דור קומט פון דעם אז נאן-סטאפ איז מען פארנומען מיט ׳פראבלעמען׳, מ׳איז עוסק אין: אנטלויפן, פארעכטן, פייטן, פרעווענטן...

שטעל דיר אפ פאר וויילע (שטייצעך, נאר ווען ס׳שוין סעיף...) און הער זיך צו צי דיין הארץ און נשמה. דערנאך; העסטו שוין וויסן וועלכע מהלך (פארשידענע שוין ערווענט אין דעם אשכול) וועט דיר געבן דעם פנימיות און אידישע געפיל...

רוב פון די פראבלעמען זענען די גורם צו פארשטיקן די נשמה

ריכטיג, דאס מיינט נסיונות. און אנשטאט זיין ביזי פייטן און פראווענטן, זאל די ציל זיין צו טרעפן א וועג אריין צו די נשמה, און נישט בלויז פייטן. דאס זיין ביזי צו האלטן און איין פייטן פראבלעמען, 'באופן שלילי', מאכט פארגעסן די ציל - נעמליך אנצוקומען צו די אייגענע הארץ און זיך בויען 'באופן חיובי'.

און טאקע דאס איז די בעסטע וועג פון פייטן....

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1016
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » פרייטאג יולי 26, 2019 2:04 pm

זייער א שיינע שמועס פון ר' שמעון גרין שליט"א וואס איז נוגע צו די נושא האשכול.

איז חינוך שייך ביי גאר יונגע קינדער?

מיגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 307
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 11:33 pm

תגובהדורך מיגו » פרייטאג יולי 26, 2019 2:33 pm

קאנסילמאן האט געשריבן:די פשוט'ע ענטפער איז: תורה, המאור שבה יחזירנה למוטב, חימוש רש"י מיט מפרשים רמב"ן און אוחה"ק, א קביעות אין חסידישע ספרים וספרי מוסר,

קאנסילמאן האט געשריבן:אז מען רעדט שוין יא, פאריגע וואך בלק אין אוחוה"ק איז געווען א שארפע בחינה,

בלעם האט געזאגט: תמות נפשי מות ישרים
זאגט ער בלעם האט געוואלט שטארבען ווי א איד, אבער זיינע תאוות האט ער געוולט בלייבען ווי א גוי א רשע איז גרייט צו שטארבען ווי א איד, אבער לעבן דאס וויל ער ווי א גוי.

איך ווייס נישט פארוואס דו האסט געברענגט דעם אור החיים הקדוש אבער עס האט מיך געברענגט מגיב צו זיין.

היינט איז א וועלט פון כאילו פיליזאפיע, פארוואס און פארווען און וויזוי זענען זייער א גאנגבארע מהלך מחשבה, אבער דער נפש פון א איד ווייסט אז ווען ער טוט גוט -עשה טוב- און האלט זיך אפ פון שלעכטס -סור מרע- שפירט ער בעז"ה א טעם אין אידישקייט און די אלע פיליזאפישע ספיקות אינטערעסירן אים נישטאמאל. דער נפש ווייסט, אבער נאך ווי ער ווייסט.

מ'וויל שפעקולירן און טייל אפי' לערנען טיפע תורות אבער דער אמת איז אז נאר דער המאור שבה יחזירנו למוטב, און נאר טון זינד שלעפט אוועק א מענטשן פון אידישקייט און ברענגט אים צו די "טיפע" מחשבות (טיף אינעם דר'ערד).

דריי דיך אויס צום באשעפער און הער וואס ער זאגט דיר, ווער נאנט צו אים דורך סור מרע און עשה טוב און ווען דו ביסט נאענט וועסטו שפירן און פארשטיין מיט סייעתא דשמיא און מיט תפלה וכו'
דריי זיך נישט אוועק פונעם באשעפער, זיי נישט איגנאראנט! אז דו וועסט דזשעפערדייזען דיין נשמה וועט ער ח"ו ווערן טרוקען.
יעדע קלייניקייט לטוב ברענגט דיך נענטער און יעדע פארקערט – פארקערט. און די עצה איז ובחרת בחיים, וועל עס אויס, דאס איז מיין זאך, דאס וויל איך, איך וויל גיין אויף דעם דרך בעז"ה און ווען מ'פאלט איז שבע יפול וקם, דאס איז נישט איך, איך וויל נישט דער וועג פון פאלן, מאך נישט שלום מיט'ן מצב! דריי דיך אויס צום בורא עולם, והכן לבבם אליך, ער דרייט אונז באמת אויס צו אים, אונז דארפן מיר גארנישט נאר וועלן און פרובירן.

מ'קען נעמען די טרייעל ווערסיע און זיך בוחן זיין די מעשים און מחשבות בין אדם למקום און בין אדם לחבירו און לעבן מיט קבלת עול און ביי די ענד פון די טרייעל וועט מען שוין נישט וועלן אויפגעבן, מ'וועט גיין פאר'ן קאנטראקט.

אויב האלטסטו ביים ארבעטן מיט אן אמת האט די אינוועסטמענט מורא'דיגע פאטענציאל, אבער אויב ווילטסו אנהאלטן אלעס וואס די טוסט ביז היצט און נאך זיין א איד מיט א געשמאק, המממ דער סיסטעם ארבעט נישט קווייט אזוי.

פארוואס איז עס אזוי? גוטע קשיא! קענסט דיך אריינלייגען דערינען און שרייבן שיינע מאמרים און ווערן שטאט'ס פיליזאף, אדער קענסטו ארויפשרינגען אויפן וואגן און ארבעטן פאר דיין גוף און נשמה, אזוי ארבעט עס, ריעד די אוענערס מענועל.

HelpMe
שר חמישים ומאתים
תגובות: 479
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:57 pm

תגובהדורך HelpMe » פרייטאג יולי 26, 2019 3:02 pm

פעיק נוז האט געשריבן:
HelpMe האט געשריבן:
Graphic24 האט געשריבן:די מחלה פונעם היינטיגן דור קומט פון דעם אז נאן-סטאפ איז מען פארנומען מיט ׳פראבלעמען׳, מ׳איז עוסק אין: אנטלויפן, פארעכטן, פייטן, פרעווענטן...

שטעל דיר אפ פאר וויילע (שטייצעך, נאר ווען ס׳שוין סעיף...) און הער זיך צו צי דיין הארץ און נשמה. דערנאך; העסטו שוין וויסן וועלכע מהלך (פארשידענע שוין ערווענט אין דעם אשכול) וועט דיר געבן דעם פנימיות און אידישע געפיל...

רוב פון די פראבלעמען זענען די גורם צו פארשטיקן די נשמה

ריכטיג, דאס מיינט נסיונות. און אנשטאט זיין ביזי פייטן און פראווענטן, זאל די ציל זיין צו טרעפן א וועג אריין צו די נשמה, און נישט בלויז פייטן. דאס זיין ביזי צו האלטן און איין פייטן פראבלעמען, 'באופן שלילי', מאכט פארגעסן די ציל - נעמליך אנצוקומען צו די אייגענע הארץ און זיך בויען 'באופן חיובי'.

און טאקע דאס איז די בעסטע וועג פון פייטן....

אבער אויב בויעט מען אויף א מחיצה המבדיל צום הארץ איז נישטא קיין וועג אריין נאר אויב מען צוברעכט קודם די וואנט און מען נעמט אוועק די שטערונגען דאן קומט מען צום הארץ

ושמתם את דברי אלה על לבבכם

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 873
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » זונטאג יולי 28, 2019 12:27 am

חושב מחשבות... האט געשריבן:
HelpMe האט געשריבן:א גאר וויכטיגע יסוד איז צו האבן א ערליכע מורה דרך

וזה העיקר!

זייער וויכטיג.

אבער היינט ציטאג איז אויך מוראדיג וויכטיג אז יעדע טאטע זאל זיין א מורה דרך ביי זיך אין שטוב. סטייטש אז מען זאל זיין גוט אויסגעבויעט מיט אלע יסודות, ווייל לויט ווי עס קיקט אויס פון אלע שמועסן דא דארף מען היינט ציטאג אלעס פארשטיין מיט א מקור, און דעמאלטס דארף מען אויך האבן רחמים אז דער צדיק'ל זאל נישט אויפדערקעלערט ווערן אז ביי די ספרדים איז עס מותר, סאו ער נעמט יעצט אן די ספרדישע מסורה. (איך מיין די ספרדישע גדולים זענען עפעס געווען קלענער ווי אונזערע?!)
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

HelpMe
שר חמישים ומאתים
תגובות: 479
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:57 pm

תגובהדורך HelpMe » זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

אז די קינד וועט וויסן אז ער האט זיין גדול וועט עס נישט זיין קיין פראבלעם

אז די ביזט אים מחנך אן קיין גדול איז יעדער טאקע אייניג

אשדוד
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 17, 2017 12:30 pm

תגובהדורך אשדוד » זונטאג יולי 28, 2019 1:02 pm

קאנסילמאן האט געשריבן:די פשוט'ע ענטפער איז: תורה, המאור שבה יחזירנה למוטב, חימוש רש"י מיט מפרשים רמב"ן און אוחה"ק, א קביעות אין חסידישע ספרים וספרי מוסר,

זעהנ'דיג די תגובה האב איך מיר דערמאנט א גוט ווארט וואס איך האב אמאל געהערט פון הרה"ג ר' יוסף לייב עסטרייכער ,אז ער זעהט היינט גליונות מיט מופתים וואס מענטשן ווערן געהאלפן דורכ'ן לערנען אוה"ח הק' האט ער געזאגט אז דער אוהחה"ק האט געמאכט זיין ספר צו אריינלייגן יראת שמים אין אידן איז אויב העלפט עס אויף אלע ערליי זאכן איז זיכער אז אויף דעם וואס ער האט עס געמאכט צו אריינלייגן יראת שמים העלפט עס זיכער

HelpMe
שר חמישים ומאתים
תגובות: 479
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:57 pm

תגובהדורך HelpMe » זונטאג יולי 28, 2019 1:22 pm

אשדוד האט געשריבן:
קאנסילמאן האט געשריבן:די פשוט'ע ענטפער איז: תורה, המאור שבה יחזירנה למוטב, חימוש רש"י מיט מפרשים רמב"ן און אוחה"ק, א קביעות אין חסידישע ספרים וספרי מוסר,

זעהנ'דיג די תגובה האב איך מיר דערמאנט א גוט ווארט וואס איך האב אמאל געהערט פון הרה"ג ר' יוסף לייב עסטרייכער ,אז ער זעהט היינט גליונות מיט מופתים וואס מענטשן ווערן געהאלפן דורכ'ן לערנען אוה"ח הק' האט ער געזאגט אז דער אוהחה"ק האט געמאכט זיין ספר צו אריינלייגן יראת שמים אין אידן איז אויב העלפט עס אויף אלע ערליי זאכן איז זיכער אז אויף דעם וואס ער האט עס געמאכט צו אריינלייגן יראת שמים העלפט עס זיכער


אז מען האט יראת שמים ווערט מען געהאלפן מיט אלעם

עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 699
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובהדורך עפל קאמפאוט » זונטאג יולי 28, 2019 5:23 pm

פעיק נוז האט געשריבן:ספרי מוסר, מהר"ל רמח"ל, חסידות - בפרט חב"ד ותלמידו הגדול ר' אהרן מסטראשעלע, זענען זייער גוט אויף אויפצובויען "יסודות'דיגע" מושגים פון אידישקייט.


מיט חב"ד ביסטו הייליג גערעכט ווי שטארק עס בויעט אויף דעם מענטש'נס השקפה (מען מיז נישט זיין קיין חב"ד'סקער פאר דעם, ר' מרדכי דוד קאהן האט אויך זיך געקאכט דערין....) אבער דאס וואס די זאגט וועגן ספרי ר' אהרן מסטראשעלע, ווייס איך נישט צו עס איז פונקט אזוי, הגם איך בין מודה אז איך האט געטראפן אידן וואס טרעפן אסאך חיות אין זיינע הייליגע ספרים, אבער למעשה איז עס גאר אן אנדערע שפראך ווי אלע חב"ד'סקע ספרים, סאך שווערער צו פארשטיין, אין רעדט מער טיפער ווי סתם חב"ד'סקע ספרים, כנלפע"ד,

עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 699
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובהדורך עפל קאמפאוט » זונטאג יולי 28, 2019 5:26 pm

HelpMe האט געשריבן:אז די קינד וועט וויסן אז ער האט זיין גדול וועט עס נישט זיין קיין פראבלעם

אז די ביזט אים מחנך אן קיין גדול איז יעדער טאקע אייניג


הייליג גערעכט. די זאגסט א נקודה וואס איז בעצם גאר א טיפע נקודה, אז אויב האט מען נישט קיין שום מנהיג איז אלעס איינס, מען רופט אויס אז איך בין נאר א "איד" אזא אלגעמיינער וואס האלט זיך צום שולחן ערוך, ממילא טרעפט מען אין שולחן ערוך אנדערע הלכות ווי אונזערע רבי'ס פירן זיך ווייל מען האט דאך טאקע נישט קיין רבי נאר בלויז א שולחן ערוך.

מען קען נישט זיין קלוגער ווי משה רבינו וואס האט מתפלל געווען יפקוד ה' איש על העדה,

אחד מהחבורה
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2018 6:51 pm

תגובהדורך אחד מהחבורה » זונטאג יולי 28, 2019 6:17 pm

מ'ברענגט דא ארויף אסאך עצות ווי אזוי מחנך צו זיין די קינדער.
מענטשן כאפן זיך נישט אז די בעסטע וועג מחנך צו זיין די קינדער איז צו זיין אליינס א סעמפל פאר די קינדער,
ווי אזוי ווייסט א קינד ווי אזוי ער דארף אויסזעהן, וואס ס'פארלאנגט זיך פון אים, זיין טאטע! די טאטע איז די סעמפל פארן קינד.
יעדע טאטע שטרעבט צו האבן גוטע קינדער, די שאלה איז נאר וויפל ער איז גרייט צו טוען פאר דעם.

אזא טאטע וואס די קינד זעהט ביי אים יראת שמים ערנסקייט א דאווענען א שיעור קבוע אן קיין מעשוית, אזא איינער דארף נערמאל קיין סאך ארבעטן אז זיין זוהן זאל אויסוואקסן א געזונטע ערליכע איד.
ס'גייט מער ווייניגער פון זיך אליינס.

פון די אנדערע זייט דער טאטע וואס לעבט ווי א פויער ער ליגט אין פרעס ביזי מיט עסן אין מיט קליפס און אלע אנדערע שטותים
די צייט פון דאווענען איז אים א פערפעקט צייט צו סאושעלייזן קאווערן אלע נייעס, בשעת זיין צדיק'ל זיצט דארט אין די זייט
אין טראכט צו זיך קענסט מיר זאגן פארוואס א גוט יאר איך דארף יא דאווענען,
איז דער זוהן א הולך בדרכי אבות אין ער לויפט זוכן זיינע פרענדס מיט וועם צו האבן א גוד טיים.
אין דער טאטע וואונדערט זיך נאך, פארוואס פונקט זיין זוהן האלט נישט ביים דאווענען, אה... זיכער האב איך נישט די ריכטיגע חינוך מעטאדן, מ'דארף גיין צו חינוך קורסען.. געכאפט דעם טאוטער... אין ער לויפט פון איין חינוך קורס צום צווייטן,
שבת התוועדות'ער,הערט זיך אן מיט קנאקדיגע דרשות פון וועלט בארימטע בעלי דרשנים, חינוך עקספערטן, פון די בעסטע אויפן מארק,
אין ער ווארט שוין צו זעהן די הערליכע רעזולטאטן, עפעס א קלייניקייט, אזויפיל אינוועסטירט אין די חינוך פון זיינע קינדער.

אין אזוי רוקט זיך די צייט אנשטאט ס'זאל בעסער ווערן, קייקעלט זיך עס ווייטער בארג אראפ מיט א שנעלן גאלאפ.

ס"ה מ'דארף זיך אליינס מחנך זיין, זיין א סעמפל פאר די קינדער, אין נאכדעם קען מען גיין צו די קינדער.
ווייל טאמער נישט.. גייסטו דיך טרעפן אין דיינע קינדער, אין זיי גייען זיין נאך אסאך ערגער, ווייל דער יצר ווערט מער אין מער פארגעשריטן פון טאג צו טאג, ער האט פרישע איידיעס יעדן טאג.
.don't meet with negative people. because they have a problem,for every solution

מצלמה
שר האלף
תגובות: 1085
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 25, 2015 7:37 pm

תגובהדורך מצלמה » זונטאג יולי 28, 2019 7:08 pm

יאנקל זאגט: ספרי רמח״ל
משה זאגט: ספרי חב״ד
דוד זאגט: ספרי שלה״ק
שלמה זאגט: ספר אוחה״ק

בא אני הקטן והעמידן על אחת:

ספר יד הקטנה מהגאון הקדוש רבי דוב בעריש גאטליב זצ״ל


פאראן דריי חלקים:
הייבט אן דא
http://www.hebrewbooks.org/14428

HelpMe
שר חמישים ומאתים
תגובות: 479
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:57 pm

תגובהדורך HelpMe » זונטאג יולי 28, 2019 7:27 pm

מצלמה האט געשריבן:יאנקל זאגט: ספרי רמח״ל
משה זאגט: ספרי חב״ד
דוד זאגט: ספרי שלה״ק
שלמה זאגט: ספר אוחה״ק

בא אני הקטן והעמידן על אחת:

ספר יד הקטנה מהגאון הקדוש רבי דוב בעריש גאטליב זצ״ל


פאראן דריי חלקים:
הייבט אן דא
http://www.hebrewbooks.org/14428

ביטע גיבט א שטיקל בליק וואס דער ספר איז

עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 699
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובהדורך עפל קאמפאוט » זונטאג יולי 28, 2019 8:14 pm

מצלמה האט געשריבן:יאנקל זאגט: ספרי רמח״ל
משה זאגט: ספרי חב״ד
דוד זאגט: ספרי שלה״ק
שלמה זאגט: ספר אוחה״ק

בא אני הקטן והעמידן על אחת:

ספר יד הקטנה מהגאון הקדוש רבי דוב בעריש גאטליב זצ״ל


פאראן דריי חלקים:
הייבט אן דא
http://www.hebrewbooks.org/14428


יד הקטנה איז אן אלטע ספר, א גיטע ספר וואס דארף נישט מיין הסכמה, אבער יסודות הדת וועסטו טאקע טרעפן אין ספרי חב"ד רמח"ל, און אין די אנדערע ספרים וואס מען האט דא דערמאנט.
לעצט פאראכטן דורך עפל קאמפאוט אום זונטאג יולי 28, 2019 8:48 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4724
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » זונטאג יולי 28, 2019 8:34 pm

אחד מהחבורה האט געשריבן:מ'ברענגט דא ארויף אסאך עצות ווי אזוי מחנך צו זיין די קינדער.
מענטשן כאפן זיך נישט אז די בעסטע וועג מחנך צו זיין די קינדער איז צו זיין אליינס א סעמפל פאר די קינדער,
ווי אזוי ווייסט א קינד ווי אזוי ער דארף אויסזעהן, וואס ס'פארלאנגט זיך פון אים, זיין טאטע! די טאטע איז די סעמפל פארן קינד.
יעדע טאטע שטרעבט צו האבן גוטע קינדער, די שאלה איז נאר וויפל ער איז גרייט צו טוען פאר דעם.

אזא טאטע וואס די קינד זעהט ביי אים יראת שמים ערנסקייט א דאווענען א שיעור קבוע אן קיין מעשוית, אזא איינער דארף נערמאל קיין סאך ארבעטן אז זיין זוהן זאל אויסוואקסן א געזונטע ערליכע איד.
ס'גייט מער ווייניגער פון זיך אליינס.

פון די אנדערע זייט דער טאטע וואס לעבט ווי א פויער ער ליגט אין פרעס ביזי מיט עסן אין מיט קליפס און אלע אנדערע שטותים
די צייט פון דאווענען איז אים א פערפעקט צייט צו סאושעלייזן קאווערן אלע נייעס, בשעת זיין צדיק'ל זיצט דארט אין די זייט
אין טראכט צו זיך קענסט מיר זאגן פארוואס א גוט יאר איך דארף יא דאווענען,
איז דער זוהן א הולך בדרכי אבות אין ער לויפט זוכן זיינע פרענדס מיט וועם צו האבן א גוד טיים.
אין דער טאטע וואונדערט זיך נאך, פארוואס פונקט זיין זוהן האלט נישט ביים דאווענען, אה... זיכער האב איך נישט די ריכטיגע חינוך מעטאדן, מ'דארף גיין צו חינוך קורסען.. געכאפט דעם טאוטער... אין ער לויפט פון איין חינוך קורס צום צווייטן,
שבת התוועדות'ער,הערט זיך אן מיט קנאקדיגע דרשות פון וועלט בארימטע בעלי דרשנים, חינוך עקספערטן, פון די בעסטע אויפן מארק,
אין ער ווארט שוין צו זעהן די הערליכע רעזולטאטן, עפעס א קלייניקייט, אזויפיל אינוועסטירט אין די חינוך פון זיינע קינדער.

אין אזוי רוקט זיך די צייט אנשטאט ס'זאל בעסער ווערן, קייקעלט זיך עס ווייטער בארג אראפ מיט א שנעלן גאלאפ.

ס"ה מ'דארף זיך אליינס מחנך זיין, זיין א סעמפל פאר די קינדער, אין נאכדעם קען מען גיין צו די קינדער.
ווייל טאמער נישט.. גייסטו דיך טרעפן אין דיינע קינדער, אין זיי גייען זיין נאך אסאך ערגער, ווייל דער יצר ווערט מער אין מער פארגעשריטן פון טאג צו טאג, ער האט פרישע איידיעס יעדן טאג.

איך האב מיך טאקע באצויגן צום טאטן.

הבדלה וויין
שר מאה
תגובות: 219
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 12, 2012 2:48 am

תגובהדורך הבדלה וויין » מאנטאג יולי 29, 2019 6:59 pm

עפל קאמפאוט האט געשריבן:
HelpMe האט געשריבן:אז די קינד וועט וויסן אז ער האט זיין גדול וועט עס נישט זיין קיין פראבלעם

אז די ביזט אים מחנך אן קיין גדול איז יעדער טאקע אייניג


הייליג גערעכט. די זאגסט א נקודה וואס איז בעצם גאר א טיפע נקודה, אז אויב האט מען נישט קיין שום מנהיג איז אלעס איינס, מען רופט אויס אז איך בין נאר א "איד" אזא אלגעמיינער וואס האלט זיך צום שולחן ערוך, ממילא טרעפט מען אין שולחן ערוך אנדערע הלכות ווי אונזערע רבי'ס פירן זיך ווייל מען האט דאך טאקע נישט קיין רבי נאר בלויז א שולחן ערוך.

מען קען נישט זיין קלוגער ווי משה רבינו וואס האט מתפלל געווען יפקוד ה' איש על העדה,


איך ווייס אז מען גייט מיך דא באשייגעצן מיט מיין תגובה, אבער לענ"ד איז דאס די גרעסטע פראבלעם מיט די היינטיגע חינוך.
מען צווינגט ארויף אויף א קינד א מנהיג, ממילא ווען א קינד פילט אז ער האט נישט קיין ריכטיגע קשר מיט זיין טאטעס מנהיג, (וואס אין רוב פעלער האט די טאטע שוין אויך נישט, נאר זיין זיידע איז געווען נאנט צו דעם צדיק) דענמאלטס דארף א קינד גרויס רחמי שמים זיך צו קענען ארויסרייסן פון זיין סביבה און טרעפן א ריכטיגע מנהיג, וואס זאלן רעדן זיין שפראך. און זיך האלטן אלץ איד לויט די שו"ע.
די פסוק זאגט חנוך לנער ע"פ דרכו, און אויב איין קינד האט א שפראך און פילט א ציעניש צו א געוויסע דרך דארף מען אים לאזן גיין דארט, אפילו די טאטע וועט האבן בושות, און אפילו ער וועט נאכלאזן זאכן וואס איז געווען הייליג ביי דיר, אבער אזוי קענסטו האפן אז ער וועט כאטש בלייבן א "איד".
בכלל שרייט מען געוואלד, קינדער פאלן אוועק וכדו', מען דארף וויסן אז דאס איז א זאך וואס איז אייביג געווען און עס וועט אייביג זיין און מען קען עס נישט פריווענטען, נישט מיט קיין תקנות וכו' אויב עפעס וועט עס ווערן ערגער, ס"ה וועסטו אויפטוען אז די וועסט חרוב מאכן מער שטובער, אנשטאט ער זאל אליינס אוועקפאלן וועסטו אים חתונה מאכן און ער וועט אומגליקליך מאכן אנדערע. אוודאי גלייב איך אז עס איז באשערט, אבער השתדלות דארף מען טוען.
עס האט אייביג געבלאזן ווינטן און עס וועט אייביג ווייטער בלאזן, עס איז אייביג געווען אידן וואס זענען אוועקגעפאלן און אידן וואס האבן תשובה געטוען. די אלע בעלי תשובות חשובע אידן, זענען ס"ה זייערע עלטערן/זיידעס געווען פרומע אידן נאר אוועקגעפאלן.
ס"ה איך אלץ טאטע פון א בחור, האב איך אנגענומען די דרך אין חינוך, איך צווינג נישט מיין בחור צו טוען קיין שום זאך אין אידישקייט, אויב פרעגט ער מיר וואס מען דארף טוען, זאג איך אים איך טו אזוי, און איך פרוביר צו זיין א גוטע סעמפעל, איך לאז אים טוען וואס ער וויל, ב"ה ער וויל מיט רוב זאכן זיין פרומער פון מיר, און איך שטיי און קוק, איך האב חברים/שכינים וואס האבן קינדער די זעלבע יארגאנג און זיי צווינגען, און מען זעט זייער קינדער טוען עס מיט ווייניגער געפיל.
איך האב אמאל געהערט פון איינעם א מוראדיגע ווארט, עס איז דאך א סתירה עס שטייט איין פסוק חנוך לנער ע"פ דרכו, ווייטער שטייט א פסוק אז חוסך שבטו בנו וכו', נאר דע תירוץ איז, אין מענטשליכקייט (וואס מען רופט היינט סיוויל סאסייעטי) דארט ברויכסטו ניצן דיין שטעקן ווייל אויב נישט וועט ער אויסוואקסן א מלסטם את הבריות און די וועסט אים זען הענגען אויף די תלי' (ח"ו) וואס דאס מיינט היינט צוטאגס לערן אויס דיין קינד זאל זיין א מענטש צווישן מענטשן נישט קיין דראג עדיקט, שווינדלער וכדו' ווייל אויב נישט וועט די רעגירונג אים צווינגען דורך דזשעיל וכדו' און אויף דעם האט ער נישט קיין אנדערע וועג וואס קוקט אויס בעסער/גלאנציגער.
אבכר ווען עס קומט צו זיין אידישקייט חלק, ווייסטו אליינס אז די גאס האט אייביג אויסגעקוקט אינדערויסן מער גלאנציגער, פאר א קינד קוקט אויס סאך גרינגער אן קיין עול תורה ומצוות, דא דארף שוין זיין ע"פ דרכו, און די שטעקן וועט נישט העלפן, דענמאלטס וועט זיין גם כי יזקין לא יסור ממנה.
דער אייבערשטער האט געזאגט פאר אידן איך גיב ענק די בחירה, ראה נתתי לפניך וכו' א יעדע קינד דארף האבן א בחירה און קענען מאכן טשויס, די קענסט איין זאך טוען תפילה, זיין א סעמפעל, און האפן צום אייבערשטען.
און א ווארט צו איינער וואס זיין קינד ליידער גייט נישט בדרך האבות (נישט ער האט אן אנדערע דרך נאר ער האלט גארנישט) קודם טרייסט דיך, ווייז ווייטער ליבשאפט צו אים פארמאך נישט די טיר, ער איז נאך אלץ דיין קינד, ער טועט עס ע"פ רוב ווייל ער פאלגט זיין יצר הרע, נישט ווייל ער האט דיך פיינט, (ספעציעל ביי עלטערן וואס זענען נישט געווען שלעכט צו אים ווען ער האט געגליטשט) דערמאן דיך אז ווען די ביסט געווען אינג האסטו אויך געהאט א יצר הרע פאר דיינע עבירות, ס"ה האסטו דיך מתגבר געווען. העלף אים זיך איינגלידערן אין זיין נייע סאסייעטי אפילו עס איז נישט לרצונך, אזוי קענסטו מער האפן אז אויב ער האט אמאל א שטיקל חרטה געפיל, קען ער אייביג רעדן צו דיר און צוריקקומען. און נישט ווארטן ביז עס קומט ח"ו צי אן אווערדאוס. אז די ווייזט אים רעספעקט וועט ער נישט בויען קיין וואנט צווישן דיר און אים.
א דוגמא, אויב די העלפסט אלע אנדערע קינדער, קענסט אים אויך אפפערן צי העלפן צאלן קאלעדזש זאל ער כאטש אויסוואקסן א גוטע גוי, ווי איידער אן אויסווארף מכאן ומכאן.
בכלל קענסטו האפן אז אויב גייט ער אין קאלעדזש וועט ער ווערן אטטעטשט צי חב"ד אדער הלל ארגאניזעישאןס וכדו' און צוביסלעך וועט ער טרעפן זיין דרך וואס אים געפעלט.
נאך איין זאך געדענקען אז אלעס איז מן השמים, און פונקט ווי עס איז דא ליידער עלטערן וואס פארלירן קינדער צו קענסער ר"ל, די זעלבע איז דאס אויך באשערט, און עס איז נישט דיין שולד אז דאס איז געשען.

הבדלה וויין
שר מאה
תגובות: 219
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 12, 2012 2:48 am

תגובהדורך הבדלה וויין » מאנטאג יולי 29, 2019 7:08 pm

בכלל א גוטע עצה פאר א געלונגענע מענטש, היינט איז דא זייער אסאך בחורים וואס זענען נישט אין קיין ישיבות ווייל זיי האלטן נישט ביים לערנען גמרא פאר סיי וועלכע סיבה און ער וויל אפילו נישט די שוואכע ישיבות וכדו, ער וויל דווקא טוען... (איך רעד פון ישיבה קטנות עידזש) זאל אזא איינער מאכן א פראגרעם מיט די שטאט פון 9:00 ביז 3:00 אזוי ווי די שטאטישע היי סקול, לערנען וואס זיי ווילן, בעסער ווי די בחורים זאלן גיין ליידיג א גאנצע טאג, זאלן זיין נאר זיין ליידיג פון 3 נאכמיטאג. איי די האסט מורא ער וועט אנהייבן ארויסצוגיין מיט... יעצט איז דען בעסער?
פארשטייט זיך עס קען קומען מיט עפטער סקול אקטיוויעטיס שוין באצאלט דורך די עלטערן וכדו'.

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1742
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » מאנטאג יולי 29, 2019 9:46 pm

Wow
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
קוועטש
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 1:29 pm
לאקאציע: אין בית המדרש

מאותו ענין שלא באותו ענין - א שטארקע חיזוק והדרכה

תגובהדורך קוועטש » דינסטאג יולי 30, 2019 3:22 am

מאותו ענין שלא באותו ענין - א שטארקע חיזוק והדרכה
צוגעלייגטע
Screenshot_20190730-025340_Dropbox.jpg
Screenshot_20190730-025340_Dropbox.jpg (140.59 KiB) געזעהן 995 מאל
20190730_025735.jpg
20190730_025735.jpg (94.27 KiB) געזעהן 995 מאל
ווי גרינטליכער די קוועטש איז אלס זאפטיגער איז צו קענען געניסן פון איר


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 16 געסט