בלאט 1 פון 1

ר' יחזקאל פריעדמאן פון קרית יואל איז מחזק און מחייב

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 3:00 pm
דורך איבערגעקליגטער
אין קרית יואל איז דא א חשוב'ער איד ר' יחזקאל פריעדמאן וואס ליידט שוין יארן לאנג פון די ALS מחלה, דער איד זיצט אין א ווילטשעיר בשעת אלע זיינע אברים זענען געלעמט, ער קען אפי' נישט אראפשלונגען די שפייעכץ (מ'דארף יעדע פאר מינוט דאס ארויסציען מיט א מאשין), אין די זעלבע צייט איז ער א קוואל פון שמחה, אמונה און ביטחון, ווי עס זאגן עדות אלע וואס קומען אין בארירונג מיט אים, ער שיקט ארויס שארפע בארואיגונגס שטראלן וואס ווער עס באזוכט אים שפירט עס.

פאר א יאר צוריק האט ר' נפתלי שטיין געמאכט א קליינער אינטערוויו מיט אים, קורץ אבער שארף, אט האב איך געשאפט דעם אודיאו דערפון און איך לייג עס דא ארויף לזיכו הרבים.

https://drive.google.com/file/d/0Bz-34u ... sp=sharing

אז איר שפירט מחוזק דערפון קענט איר טון א גרויסע מצוה און אריינשיקן אן אימעיל צו ר' יחזקאל אים דערציילן וויאזוי דער רעקארדינג האט אייך מחזק געווען.

אט איז די אימעיל:

7838212@gmail.com

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 3:30 pm
דורך עקבי הצאן
יישר כוח

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 4:15 pm
דורך אחד הרבנים
ר׳ יחזקאל איז טאקע ליידער נישט געזונט. אבער ער האט נאך די רעכטען פון יעדען ציווילן בירגער. עס איז נישט.... ארויף צוברענגען דא ארטיקלען איבער פריוואטע מענטשען. וד״ל

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 4:22 pm
דורך נשמה
ב"ה

דאס וואס ער איז מיינט איבערגעגעבן פאר'ן אייבערשטן. ווי אויך איבערגעבן פאר די הייליגע צדיקים און זייערע ספרים מיט א שטארקע אמונה אלץ פאקט. אזוי דארף זיין. נאר דא זעהט מען עס בפועל ממש. והשם הטוב יעזור.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 5:35 pm
דורך שמו
איז טאקע אין פלאץ, אים צו שיקן א מעסידזש? א ש'כוח?
אויב יא וויל איך אזוי טון
ווייל איך בין מורא'דיג נתפעל פון אים.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 5:57 pm
דורך איינס
שמו האט געשריבן:איז טאקע אין פלאץ, אים צו שיקן א מעסידזש? א ש'כוח?
אויב יא וויל איך אזוי טון
ווייל איך בין מורא'דיג נתפעל פון אים.

ער האט דאך געלייגט אן אימעיל
7838212@gmail.com

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 8:51 am
דורך יענקעלע
וואו איז עס אויף קול מבשר?

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 5:49 pm
דורך איבערגעקליגטער
אחד הרבנים האט געשריבן:ר׳ יחזקאל איז טאקע ליידער נישט געזונט. אבער ער האט נאך די רעכטען פון יעדען ציווילן בירגער. עס איז נישט.... ארויף צוברענגען דא ארטיקלען איבער פריוואטע מענטשען. וד״ל


ס'איז געלייגט געווארן מיט רשות, לזיכוי הרבים

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 5:50 pm
דורך איבערגעקליגטער
שמו האט געשריבן:איז טאקע אין פלאץ, אים צו שיקן א מעסידזש? א ש'כוח?
אויב יא וויל איך אזוי טון
ווייל איך בין מורא'דיג נתפעל פון אים.

ר' יחזקאל באקומט חיזוק פון הערן אז דאס האט מחזק געווען אנדערע אידן

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:33 pm
דורך עפל קאמפאוט
מען ברויך וואטשן צו שרייבן שטארק בדרך כבוד. ווען מען שרייבט א בריוו צו ר' יחזקאל שרייבט מען א בריוו צו איינע פון די צדיקי הדור, ווער עס קען אים ווייסט אז דאס איז נישט קיין גוזמא (ער איז נאך געווען א צדיק פאר ער האט געליטן אויף די מחלה)