א בריוו צו די געסט

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

געבורטסטאג
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 25, 2019 2:35 pm

א בריוו צו די געסט

תגובהדורך געבורטסטאג » פרייטאג אוגוסט 23, 2019 1:20 pm

(ליינענדיג די לוח מודעות אין א שוהל ביי איינע פון די באקאנטע וואקאציע ערטער, האב איך באמערקט א בריוו פון די ארטיגע איינוואוינער צו די געסט. איך לייג עס איבער מיט קליינליכע שינוים)

ברוכים הבאים צו די ווילעזדש אף (........) (ברוקלין), מיר פרייען זיך צו אנטפאנגען די אלע געסט וואס קומען פארברענגען דא די קומענדיגע (2) (10) חדשים, און מיר האפן אז איר וועט שטארק הנאה האבן פון אייער (זוממער) (ווינטער) היים. מיר ווילן אייך אויפמערקזאם מאכן געוויסע פונקטן.

בית המדרש

מיר זענען גאר שטאלץ מיט די זויבערקייט און פראכט פון אונזער שוהל און די מקוה. איהר וועט דאס טרעפן אין א הערליכע צושטאנד בעזהשי"ת. מיר בעטן זייער די קאאפאראציע פון די געסט דאס ווייטער אנצוהאלטן. אייער גענוצטע טישאס, קאווע גלעזער און האנטוכער לייגט אויפן פלאץ, און אויב מאכט זיך ביי אייך אדער די קינדער אז עפעס גיסט זיך אויס, ביטע רייניגט דאס אפ.

פארקינג

מיר זענען אזוי אויך שוין גאר באגרעניצט מיט פארקינג, אבער ווען דער עולם קומט ארויס אויפן (זוממער) (ווינטער) ווערט די פראבלעם פילפאכיג גרעסער. ביטע פארקירט אויף "איין" ספאט פאר איעדעמס טובה. אויב ברויך איהר אמאל דאבל פארקן א מינוט, מאכט זיכער אז קיינער טוט נישט די זעלבע אויפן אנדערע זייט דאס.

וחי אחיך עמך

די היגע געשעפטן מוטשען זיך צו האלטן אפן די קלייטן די אלע (ווינטער) (זוממער) חדשים מיט א חשבון צו באקומען די ביזנעס פון די געסט אויף די (זוממער) (ווינטער). מאכט אייער (זוממער)(יום-טוב) שאפפינג ביי זיי, איהר וועט זיכער הנאה האבן.

מיר באגריסן אייך ווידער, און מיר קוקן ארוס אייך צו אנטפאנגען אויף קומענדיגע (זוממער) (ווינטער).

בברכה, די גאנציעריגע איינוואינער אין ווילעזדש אף (........)(ברוקלין)

ב שולם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 18, 2018 8:25 pm

תגובהדורך ב שולם » דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 11:40 am

;l;p- ;l;p-
ארויף געברענגעט לכבוד די געסט וואס קומען אן קיין ברוקלין היינט און זונטאג

אוועטאר
בשעה שיש
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 26, 2018 5:35 pm
לאקאציע: עולם החלומות

תגובהדורך בשעה שיש » פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 8:21 am

איך ווייס נישט אויב איך קען דאס אנרופן א "בריוו צו די געסט"ווייל איך מיין יעדעם (נישט ממש יעדעם נאר דער וואס ער טראכט אז איך מיין אים,"אים"מיין איך טאקע)
איך שרייב עס יעצט ערב שבת אז שבת זאלסטו קענען טון דאס וואס איך גיי דיר בעטן אין די פאלגענדע שורת.
איז אזוי איך ליין אסאך מאל שבת צופרי איך שרייב אסאך מאל ווייל נישט אייביג האבעך צייט פארוואס?פרעגסט פארוואס?איר ווייסט נישט וויפיל צייט,ארבעט,און כח,גייט אריין אין דעם ליינען.
ווען די לייגסט זיך אריין אין בעט שבת ביינאכט אנגעגעסנערהייט זיץ איך ביים דיינונג רום טיש מיט א "תיקן קוראים"אין מיינע אויגן קלעבן שוין אבער פארט האלט איך מיר אויף מיט אייזערנע כוחות.מיט צוויי כוונות דערביי איינס איך זאל ליינען ריכטיג,אין צווייטענס ווייל איך קען דיר נישט געבן די הנאה אריינצושרייען אין מיטן, נישט ווייל איך וויל נישט אז מען זאל מיר אויפמערקען אויף מיין טעות..נאר "דו"....!דו...גייסט אפילו נישט אריין בגדר אנוש די האסט נישט איינע פין גרעסטע אידישע געפילן אגאנצן ליינען שמוסטע אז איך ווער הייזעריג פון דיר איבער שרייען אין אז איך מאך דעם צווייטן טעות ביסטו אין ווייל די ווייסט אז היינט גייט זיין פאן....!ער איז נישט גוט ציגעגרייט,ווען "ווועעען" איז געווען די לעטצטע מאל וואס איך האב נישט געמאכט קיין איין טעות אין די ביזט מיר געקומען זאגן יישר כח???די מיינסט אז איך בין א ראבארט צו וואס?
אינז אידן ווייסן הכרות הטוב איז פון די סאמע יסודות (כאב געהערט א מעשה פון וויזניץ לאנדאן רבי אז איינער איז אמאל אריין צו זיין טאטע פרעגן אז ער מאכט א ברית אין עס איז דא דארט דריי מוהלים וואס ער קען מכבד זיין אין ער ווייסט נישט פאר וועם עס צו געבן איינער איז א קרוב, א צווייטער איז א שכן, א דריטער איס ער שילדיג הכרות הטוב,האט ער אים גענטפערט פארן דריטן!עפרישיעט ווען איינער טוט דיר עפעס!
אין אגרויסן יישר כח פאר דיר פארן מיר קימען זאגן שכח נאר דאס העלפט אנגיין ווייטער (אין צו דיר די וואך וועל איך פראבירן נישט צו מאכן קיין איין גרייז)
א גוט שבת
לעולם חשבתי יותר משדברתי
ודברתי יותר ממה שכתבתי!


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט